ארויסנעמען א גערוך

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

ארויסנעמען א גערוך

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג יולי 19, 2012 9:30 am

ס'האט פאסירט א מעשה ווען איך בין נישט געווען אינדערהיים פאר א וואך און איין טאג האב איך באזוכט דארט און כ'האב געוועקיומט פלאס די עיר קאנדישאן האט געארבעט און די פיוז איז צוריקגעשפרינגען א האלבע הויז איז געבליבן אהן לעקטער אריינגערעכנט די קאך.
כ'האב נישט געוואוסט וואו די פיוז באקס געפונט זיך און וויבאלד איך בין ממילא נישט אינדערהיים האב איך באשלאסן אז ווען איך וועל אהיימקומען וועל איך מיר דעמאלטס זארגן.
ב"ה נעכטן זעמער אהיימגעקומען אין א מזל'דיגע שעה און די גאנצע הויז סרח'עט עפעס נישט נארמאל און די מקור פונעם ריח איז געווען אין פריזשידער. איך פאנג מיר אהן צו ברעכן קאפ וואס איז פשט דערפון ביז איך כאפ מיך אז די פריזש האט נישט געארבעט פאר א גאנצע וואך אין א ציה מיט די אלע עסן אינעווייניג אין די גרויסע היצן רח"ל.
דערווייל האב איך שוין געטוהן אלע געווענליכע עצות צו אויפוואשן מיט קלענסער אדער מר. קליען די גערוך האלט אהן און מיין ווייב סטראשעט מיטן ארגסטן.
אפשר ווייסט איינער אן עצה וואס מ'טוט ארויסצונעמען א שימל גערוך אויף אזא פארנעם??

אוועטאר
פאיאץ
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2011 7:02 pm
לאקאציע: אֶרֶץ אֲשֶׁר ה' אֱ-לֹהֶיךָ דֹּרֵשׁ אֹתָהּ...

תגובהדורך פאיאץ » דאנארשטאג יולי 19, 2012 10:08 am

Sodium bicarbonate / Baking Soda
ארויס צו נעמען א געווענליכע גערוך פון פרישדער, לייגט מען אריין אן אפען פושקע פון בעקינג סאודע. אבער אזא אויבן דערמאנטע גערוך ווייסעך נישט וויפיל אפענע פושקעס וועלן העלפן. ס'מין הסתם די ביליגסטע זאך וואס זאל טאקע אויפטון אסאך!
נדחי ישראל יכנס ר"ת יין

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג יולי 19, 2012 10:17 am

א גרויסן יישר כח
איין שאלה די צוויי ענגלישע נעמען דערמאנט איז 2 עקסטערע זאכן אדער נישט?

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג יולי 19, 2012 11:06 am

מיין ווייב האט מיר יעצט געלאזט וואוסען אז מ'האט אויפגעשניטן צוויבל און די גערוך איז ארויס

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » דאנארשטאג יולי 19, 2012 11:57 am

אראפ פון די נושא וויל איך וויסן וואס דער "ארגסטן" איז

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דאנארשטאג יולי 19, 2012 12:36 pm

my_music האט געשריבן:אראפ פון די נושא וויל איך וויסן וואס דער "ארגסטן" איז


דיין ווייב האטעך נאכקיינמאל ניש געסטראשעט מיט דעם?
נישט, איז נישט קיין אפציע...

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » דאנארשטאג יולי 19, 2012 12:38 pm

דאס ארגסטע איז: אויפשניידן א צוויבל
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דאנארשטאג יולי 19, 2012 2:21 pm

עצות אויף די אויבנדערמאנטע און אויך אויף שניידן צוויבל, איז שוין געווארן דערמאנט אין די עצות אשכול. עיי"ש ותמצא נחת.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג יולי 19, 2012 2:32 pm

משזר האט געשריבן:
my_music האט געשריבן:אראפ פון די נושא וויל איך וויסן וואס דער "ארגסטן" איז


דיין ווייב האטעך נאכקיינמאל ניש געסטראשעט מיט דעם?


וואס מיינט א ווייב סטראשעט?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דאנארשטאג יולי 19, 2012 2:35 pm

נו גוט אז עס איז דא ווער עס פארשטייט עס נישט, א גוטער סימן.
שויתי השם לנגדי תמיד


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט