בלאט 2 פון 3

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2012 12:32 pm
דורך למעלה משבעים
גראדער, איך זיך שוין יארן די ביכל "אױף שטורמישע וואסערן" ער האט עס כמדומה איבערגעדרוקט אין צוויי חלקים, די צווייטע חלק איז "אידישע נקמה נעמער", איך האב נאר דער צווייטער חלק, די ערשטע זיך איך שוין יארן.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2012 12:42 pm
דורך טייבעלע
עס איז טאקע אין צוויי בענדער מיר האבן ביידע.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2012 10:12 pm
דורך יוסף שרייבער
גראדער האט געשריבן:
yield האט געשריבן:איז אפשר לייגסטו ארויף דא אלטע אידישע ביכער ווי מנחם מנדל און נאך?


פראסטע גניבה... איש מפי איש פון מנחם מענדל אליינס.

פאר אוצר החכמה האט ער עס נאר געגעבן מיט די הבטחה אז מ'וועט נישט קענען אראפנעמען קיין טעקסט דערפון, און ווי פארשטענדליך האבן זיי פארלעצט דעם צוזאג.

ר' מנחם מנדל האט געשריבן די ביכער, זיך געפלאגט דערויף, נישט אז ס'זאל דערנאך קומען א שמויגער און עס גיבן אזא שלעפ אראפ פון די אינטערנעץ און נהנה זיין מיגיע כפו אן באצאלן א פיאסטער.

ווילט איר ליינען דעם ביכל, באצאלט די נארישע דרייצן דאלער אין געשעפט.

אויב דער ביכל איז נישטא אין געשעפט, לאזט מיר וויסן און כ'וועל אים בעטן ער זאל עס איבערדרוקן.

אנטשולדיגט אויב איך האב אייך געטשעפעט... לאמיר בלייבן גוטע פריינט.

הרב גראדער ,האט מנחם מענדל געצאלט געלט פאר יורשי הרב לעהמאן פון וועם ער האט קאפירט צענדליגע מעשיות ,אויב נישט ביטע זייט מסביר פון וויפיל יאר נאכען ערשיינען מעג מען קאפירען.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 3:43 am
דורך גראדער
יוסף שרייבער האט געשריבן:הרב גראדער ,האט מנחם מענדל געצאלט געלט פאר יורשי הרב לעהמאן פון וועם ער האט קאפירט צענדליגע מעשיות ,אויב נישט ביטע זייט מסביר פון וויפיל יאר נאכען ערשיינען מעג מען קאפירען.
[/quote]

לאמיר פרובירן צו ענטפערן אביסל מיט שכל...

צום ערשטנס, געפין מיר די ''יורשי הרב לעהמאן'' העמיר זיך אדורכקומען מיט זיי.

צווייטנס האט ער פשוט אריינגעלייגט די ביכלעך פון הרב לעהמאן אין א קאפי מאשין און פארקויפט די קאפיעס? אדער ער האט עס איבערגעארבעט און איבערגעזעצט, איבערגעדרוקט און איבערגעבינדן, ביז ער האט דיר דעליווערט א שיינעם נייעם פרישן ביכל. דאס הייסט, אויב פאררופסטו זיך אויף הרב לעהמאן, נעם אראפ פון היברו בוקס אדער פון ערגעץ אנדערשוואו דעם ארגינעלן לעהמאן ביכל.

דריטנס, גנב'נען 'כמעט אלע' אידישע שרייבער וואס שרייבן סיפורי צדיקים פון מנחם מנדל'ס סחורה, (כמדומה, אריינגערעכנט די מעשיות וואס ער האט אליינס געבאקן...) ואין פוצה פה ומצפצף, ווער עס קען ר' מנחם מנדל ווייסט אז מ'רעדט פון א איד א צדיק תמים, ער האט קיינמאל נישט פארגעהאלטן א איד פארן נעמען פון זיינע סחורה, אבער ביז פארלאנגען פשוט צו דאונלאודן די ביכער אומזיסט איז א שטיקל שפאן.

איך גלייב די ווערטער פונעם פארלאנגער אז ער האט נישט געכאפט אז א איד האט נאך פרנסה דערפון, ער האט געטראכט אז ס'איז שוין עבר זמנו.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 11, 2013 12:56 pm
דורך yield
yield האט געשריבן:איך האב געטראפן די ערשטע חלק פון שלושה אחים איך זיך די אנדערע חלקים איינער האט עס?

געטראפן נאך 3 חלקים פון שלושה אחים דא

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 18, 2013 8:52 am
דורך yield

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 18, 2013 8:53 am
דורך מאנ-יימער
יישר כח

די דריי ברודער....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:56 pm
דורך די_אמת
אלס קינד האבן מיר נושא ונותן געווען אינעם אלט בא'חנ'טן בוכל די דריי ברודער, אדער ווי אנדערע זאגן ,שלושה אחים"
ווייסט איינער ווי מ'קען דאס היינט באקומען
אדער קען אפשר איינער עס ארויפלייגן דא לטובת הציבור?
יישר כח
אפשר וועט מען ליינען אידישע אלטפארצייטישע באבא מעשיות ווי די היינטיגע גויאישע נייעסלעך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:59 pm
דורך לוי יצחק
פון צייט צו צייט זעה איך עס אין פינטערס אין ב.פ.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 12, 2013 7:21 am
דורך קנאפער ידען
טייבעלע האט געשריבן:
yield האט געשריבן:איז אפשר לייגסטו ארויף דא אלטע אידישע ביכער ווי מנחם מנדל און נאך?

אין מיין ווערזשען איז נישט דא די ביכלעך פון מנחם מנדל.
און מען דארף וויסען אויב לאזען זיי דאס טוהן.
אויך לאזען זיי נישט מאכען קיין פי-די-עף מער ווי 20 בלעטער אויף אמאל,

עס איז דא א וועג צו פרינטען גאנצע pdf'ס פון אוצר החכמה דורך נוצן א pdf פרינטער ווי pdf995 וכדומה, מ'דריקט פרינט און מ'סעלעקט עס צו פרינטען מיטן pdf פרינטער, והכל על מקומו יבוא בשלום ושלוה!!!!

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 12, 2013 12:34 pm
דורך יש דברים בגו
קנאפער ידען האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:
yield האט געשריבן:איז אפשר לייגסטו ארויף דא אלטע אידישע ביכער ווי מנחם מנדל און נאך?

אין מיין ווערזשען איז נישט דא די ביכלעך פון מנחם מנדל.
און מען דארף וויסען אויב לאזען זיי דאס טוהן.
אויך לאזען זיי נישט מאכען קיין פי-די-עף מער ווי 20 בלעטער אויף אמאל,

עס איז דא א וועג צו פרינטען גאנצע pdf'ס פון אוצר החכמה דורך נוצן א pdf פרינטער ווי pdf995 וכדומה, מ'דריקט פרינט און מ'סעלעקט עס צו פרינטען מיטן pdf פרינטער, והכל על מקומו יבוא בשלום ושלוה!!!!

נישט וואס איך ווייס!
יעדער pdf printer ארבעט מיט א printer driver און עס האט די זעלבע restriction ווי א געהעריגע פרינטער.

אדרבה אויב ווייסטו פון א וועג וואס ארבעט יא לאז וויסן

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 12, 2013 3:44 pm
דורך קנאפער ידען
נו אויב ס'האט נאר דער זעלבער ריסטריקשאן'ס ווי א פרינטער אידאך גוט!!!

אוצר החכמה לאזט געהעריג פרינטען דער גאנצער ספר! נאר ווען מ'נוצט זייער אפציע פון סעיווען עס פי.די עף. איז דא דער ריסטריקשאן!

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 14, 2013 9:22 am
דורך רבניש
ווייסט איינער א לינק אדער א מקום ווי מקען זעהן אלטע אידישע צייטונגען פון מדינת אונגארן?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 14, 2013 9:26 am
דורך קנאפער ידען
אויף היברובאקס איז דאכטצעך דא!

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 22, 2013 1:11 pm
דורך יהיה כן
איך דארף האבן וויכטיג די פאלגנדע צייטונגען
אויב ווייסט איינער פון די ידענים דא, וואו מ'קען דאס זעהן\קריגן אויפן גרויסן וועב זאל דזשע ביטע מודיע זיין:

'דער היינט' (כ'מיין נישט דער פוילישער)
'דער יידישע שטימע'
'דער יודישע בלאט'
'טראנסילוואנישע יודישע צייטונג'
'דער מאמענט'

קען איינער בייהילפיג זיין העטעך אים שטארק מכיר טובה געווען

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 22, 2013 1:30 pm
דורך קנאפער ידען
קנאפער ידען האט געשריבן:אויף היברובאקס איז דאכטצעך דא!

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 22, 2013 1:35 pm
דורך יהיה כן
וואס איז דא?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 22, 2013 2:04 pm
דורך קנאפער ידען
http://www.hebrewbooks.org
איבער פופציג טויזענט!! אלטע ספרים אויסגאבעס און צייטונגען, עס איז בחינם, און מ'קען אלעס דאונלאודן אויף PDF.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 22, 2013 2:11 pm
דורך יהיה כן
שכוח, מיינסט כ'אב נישט געוויסט???????
כ'וויל וויסן וואו כקען האבן די דערמאנטע

דער היינט' (כ'מיין נישט דער פוילישער)
'דער יידישע שטימע'
'דער יודישע בלאט'
'טראנסילוואנישע יודישע צייטונג'
'דער מאמענט'

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 22, 2013 2:26 pm
דורך קנאפער ידען
אפאר בלעטער דא און דארט איז דיר אויכעט עפעס ווערט? אדער דו דארפס בדווקא גאנצע צייטונגען?!

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 22, 2013 2:29 pm
דורך יהיה כן
כ'זוך א מאמר פון איינעם וועלכער האט געשריבן אין די דערמאנטע צייטונגען (קיין איינע פון זיי געפינט זיך נישט אויך היברוי בוקס)

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 22, 2013 3:44 pm
דורך לכתחילה אריבער
NYPL מאנהעטען 5'טע עוו.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 22, 2013 6:18 pm
דורך קנאפער ידען
אפאר בלעטער פון "דער מאמענט", אפשר וועט דיר עס העלפן!
http://www.epaveldas.lt/recordDescripti ... 0001215884
עס איז אויף ליטוועיניען, קענסט נוצן גוגל טרענסלעט פאר די פעידזש

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 22, 2013 6:19 pm
דורך מי חכם
טראנסילוואנישע איז דא אין אינטערנעט ארכיוו.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 23, 2013 1:30 pm
דורך יהיה כן
למעשה האב איך מברר געווען, יענער וועלכער האט מיר בעאויפטראגט דאס אפיר צו זוכן ווייסט נישט זיכער צו עס געפינט זיך אין די דערמאנטע צייטונגען, דער שרייבער מיטן נאמען 'עללעק' האט געוואוינט אין מאנאשטור ראמעניע, און געשריבן בנוגע 'מציצה וברית מילה' און נאך אידישע ענינים, אויף אידיש לשה"ק און אונגאריש, אין די יארן פון לערך תר"ס תר"ע, יעצט איז די שאלה כ'ווייס נישט וועלכער צייטונג כ'דארף זוכן

ווייסט איינער וועלכע אידישע (אדער בלע"ז) צייטונגען כתבי עת האבן צירקולירט אין די געגנט (באניא, ראמעניע) וואו כ'זאל האבן אן אנונג ווי צו זוכן?