Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אידישע ביכער און ארטיקלען צו דאונלאודען

מיטוואך יולי 11, 2012 12:15 pm

וואו אויפן גרויסן וועב קען מען טרעפן ביכער און ארטיקלען אין (היינטיגע) אידיש וואס מ'קען דאונלאדען??
(אלע פארזעצונגן פון "אב זקן" האב איך שוין געדאונלאד)

Advertisement

מיטוואך יולי 11, 2012 12:28 pm

וואס איז דאס אב זקן?

מיטוואך יולי 11, 2012 12:35 pm

yield האט געשריבן:וואס איז דאס אב זקן?

אב זקן

כאפ א בליק אין היימישע דזשורנאל דארט איז דא עטליכע אינטערעסאנטע פיקציע מעשיות פון אים

מיטוואך יולי 11, 2012 12:49 pm

אה איך האב געמיינט אז ס'איז א אלטע פיקציע אזויווי שלושה אחים. אלענפאלס, דרך ארץ, דא האסטו א געוואלד מיט ביכער http://archive.org/details/nationalyiddishbookcenter אויכט אויב דו דארפסט עפעס, פרעג מיר אפשר האב איך עס

דאנערשטאג יולי 12, 2012 11:09 am

איך האב שוין לאנג נישט באזוכט דא אויף אייוועלט איך בין ב"ה פארנומען, אבער איצט האט מיך איינער א חשוב'ער איד געבעטן איך זאל מעורר זיין אז די אויבנדערמאנטע לינק וואס עמיצער האט ארויפגעלייגט צו דאונלאודן אידישע ביכער איז א לינק וואו מען טאר ח"ו נישט אריינגיין, ווייל עס איז פול מיט יידישיסטישע ביכער וואס זענען אנגעפולט מיט כל מרעין בישין וואס אויף דעם האבן די דורשי רשומות אויסגעטראפן דעם ר"ת פון ביכ"ל כ'ל ב'איה ל'א ישובון.

איך האב מיך נישט גענומען די מיה אריינצוגיין צו יענעם לינק, נאכדערצו ווען דער חשוב'ער איד זאגט מיר אז מ'טאר נישט, איך פארלאז מיך אויף דעם איד אז ס'טויג נישט.

זאל דאס עכ"פ דינען אלס א חיזוק פאר די אידן וואס פארברענגען דא על טהרת הקודש, אז עס זענען פאראן גוטע אידן וואס כאפן צומאל א בליק אויף די געשרייבעכצער און זענען מעורר ווען עס איז נישט אין דער ארדענונג.

דיסקלעמער: יענער גיט נישט קיין הסכמה אויפ'ן סייט.

הצלחה פאר אייך אלע, צום ווידערזעהן אי"ה.

דאנערשטאג יולי 12, 2012 1:35 pm

וואס איז אנדערש פון יעדע לייברערי, אפילו היברו בוקס האט ספרים וואס מ'טאר נישט ליינען, גוגל בוקס איז אויך א עירוב טוב ורע, מעג מען נישט ברענגן א לינק צו גוגל ביכער?

און צו יענעם וואס דרייט זיך דא און געט נישט זיין הסכמה זאל מיר זייער אנטשולדיגן.. אקעי כ'פיר נישט אויס.

פרייטאג יולי 13, 2012 1:01 pm

איינער האט דא עקסעס צו אוצר החכמה?

פרייטאג יולי 13, 2012 1:28 pm

yield האט געשריבן:איינער האט דא עקסעס צו אוצר החכמה?

כ'האב אן אלטע ווערזשען.

פרייטאג יולי 13, 2012 1:34 pm

איז אפשר לייגסטו ארויף דא אלטע אידישע ביכער ווי מנחם מנדל און נאך?

פרייטאג יולי 13, 2012 1:56 pm

yield האט געשריבן:איז אפשר לייגסטו ארויף דא אלטע אידישע ביכער ווי מנחם מנדל און נאך?

אין מיין ווערזשען איז נישט דא די ביכלעך פון מנחם מנדל.

און מען דארף וויסען אויב לאזען זיי דאס טוהן.

אויך לאזען זיי נישט מאכען קיין פי-די-עף מער ווי 20 בלעטער אויף אמאל,

פרייטאג יולי 13, 2012 2:15 pm

yield האט געשריבן:איינער האט דא עקסעס צו אוצר החכמה?

viewtopic.php?f=6&t=17564

זונטאג יולי 15, 2012 4:44 am

yield האט געשריבן:איז אפשר לייגסטו ארויף דא אלטע אידישע ביכער ווי מנחם מנדל און נאך?

איך זוך אויך מיט הבדלה לעכט....

מאנטאג יולי 16, 2012 11:29 am

yield האט געשריבן:איינער האט דא עקסעס צו אוצר החכמה?

www.otzar.org/wotzar/otzar.aspx

מאנטאג יולי 16, 2012 12:06 pm

כאפסט נישט איך זיך איינער וואס האט די אוצר החכמה הארד דרייב נישט די קלאוד ווערסיע

מאנטאג דצמבר 24, 2012 5:10 pm

איך האב געטראפן די ערשטע חלק פון שלושה אחים איך זיך די אנדערע חלקים איינער האט עס?
לעצט פאראכטן דורך yield אום מאנטאג דצמבר 24, 2012 5:29 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.

מאנטאג דצמבר 24, 2012 5:14 pm

yield האט געשריבן:איך האב געטראפן די ערשטע חלק פון שלושה אחים איך זיך די אנדערע חלקים איינער האט עס?

לייג אהער די ערשטע חלק ביטע

מאנטאג דצמבר 24, 2012 5:16 pm

אבער נאכדעם וועל איך נישט באקומען די אנדערע, זשאסט קידינג, איך לייג שוין ארויף https://dl.dropbox.com/u/11585487/nybc212662.pdf

מאנטאג דצמבר 24, 2012 7:58 pm

כ'האב געהאט דעם ביכעל ביי מיר אין באזיץ, כ'האב דאס היצטער פראבירט אפירזוכען כ'האב עס נישט געטראפען,
אי"ה אז עס וועט אונטער קומען וועלען מיר בלי נדר טוהן א השתדלות מודיע זיין.

מאנטאג דצמבר 24, 2012 8:30 pm

yield האט געשריבן:אבער נאכדעם וועל איך נישט באקומען די אנדערע, זשאסט קידינג, איך לייג שוין ארויף https://dl.dropbox.com/u/11585487/nybc212662.pdf


ערעב יילד

די לינק ארבייט נישט

וואלסט עס פארראכטן לטובתי?

מאנטאג דצמבר 24, 2012 8:36 pm

ביי מיר ארבעט עס, קען זיין עס וועט זיין אביסעל שטאט.

מאנטאג דצמבר 24, 2012 8:49 pm

איך לייג א נייע https://dl.dropbox.com/u/11585487/nybc212662.pdf

מאנטאג דצמבר 24, 2012 8:52 pm

שקויעך,,איצט זעה איך אז ס׳מיין בעי׳. תודה

דינסטאג דצמבר 25, 2012 9:13 am

yield האט געשריבן:איז אפשר לייגסטו ארויף דא אלטע אידישע ביכער ווי מנחם מנדל און נאך?


פראסטע גניבה... איש מפי איש פון מנחם מענדל אליינס.

פאר אוצר החכמה האט ער עס נאר געגעבן מיט די הבטחה אז מ'וועט נישט קענען אראפנעמען קיין טעקסט דערפון, און ווי פארשטענדליך האבן זיי פארלעצט דעם צוזאג.

ר' מנחם מנדל האט געשריבן די ביכער, זיך געפלאגט דערויף, נישט אז ס'זאל דערנאך קומען א שמויגער און עס גיבן אזא שלעפ אראפ פון די אינטערנעץ און נהנה זיין מיגיע כפו אן באצאלן א פיאסטער.

ווילט איר ליינען דעם ביכל, באצאלט די נארישע דרייצן דאלער אין געשעפט.

אויב דער ביכל איז נישטא אין געשעפט, לאזט מיר וויסן און כ'וועל אים בעטן ער זאל עס איבערדרוקן.

אנטשולדיגט אויב איך האב אייך געטשעפעט... לאמיר בלייבן גוטע פריינט.

דינסטאג דצמבר 25, 2012 9:26 am

גראדער אפשר קענסטו ביטע ארויף לייגען א ליסטע פון אלע זיינע ביכער,

און מיר וועלען קענען וויסען וואס עס פעהלט אונז נאך פון זיי, יש"כ.

דינסטאג דצמבר 25, 2012 12:21 pm

yield האט געשריבן:איז אפשר לייגסטו ארויף דא אלטע אידישע ביכער ווי מנחם מנדל און נאך?

גראדער האט געשריבן:פראסטע גניבה... איש מפי איש פון מנחם מענדל אליינס.

פאר אוצר החכמה האט ער עס נאר געגעבן מיט די הבטחה אז מ'וועט נישט קענען אראפנעמען קיין טעקסט דערפון, און ווי פארשטענדליך האבן זיי פארלעצט דעם צוזאג.

ר' מנחם מנדל האט געשריבן די ביכער, זיך געפלאגט דערויף, נישט אז ס'זאל דערנאך קומען א שמויגער און עס גיבן אזא שלעפ אראפ פון די אינטערנעץ און נהנה זיין מיגיע כפו אן באצאלן א פיאסטער.

ווילט איר ליינען דעם ביכל, באצאלט די נארישע דרייצן דאלער אין געשעפט.

אויב דער ביכל איז נישטא אין געשעפט, לאזט מיר וויסן און כ'וועל אים בעטן ער זאל עס איבערדרוקן.


הרב גראדער איך בין מיט אייך, כ'וועל אייך זאגן תנא מהיכא קאי, ווען כ'האב געזען אויף אוצר החכמה האב איך געהאט די זעלבע קשיא היתכן אוצר החכמה נעמט געלט פאר גניבה האב איך פארשטאנען אז עס מוז זיין אז מנחם מנדל לאזט, איז אויף דעם ארויף האב איך געבעטן מען זאל עס ארויפלייגן אבער איה''נ איך בין זייער דערקעגן.
שרייב א תגובה

Advertisement