בלאט 1 פון 2
בדחנים משמחים פאר קלענערע שמחות\שבע ברכות
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2012 11:04 am
דורך מר. קליען
היי עוועריבאדי,כל אחד בניקו יבורך
איך זיך א גוטזאגער פאר א שבע ברכות אבער נישט פאר 500-1000
טענקס
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2012 11:53 am
דורך תרנגול
ר' אורי האלבערשטאם
ר' חיים הערש לעבאוויטש
ר' שלמה הדרשן
ר' מענדל ראזענבערג
ועוד
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2012 12:05 pm
דורך מר. קליען
ישר כח!
איז האלבערשטאם גוט?
פאון נאמבער?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2012 12:09 pm
דורך geek
גאר גוט
845-659-8946
בדחן (קאמידיען) ביי שבע ברכות
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 12:41 pm
דורך הארסי(פערד)
ביטע העלפט מיר
איך זיך א קעמידיען צי משמח זיין חתן וכלה
ווייסט איר פין איינר וואס איז גיט
אדער וואס האלטן ענק
א קעמידיען
אדער א קומזיץ
ווי למשל יצחק פוקס אד״ג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 1:28 pm
דורך מאנ-יימער
ווענד זיך ווער די משתתפים זענען און דער עיקר וואס דער חתן האט ליעב (די שבע ברכות איז דך אים צו משמח זיין)
אויב איז עס א פריוואטע שבע ברכות און ס'איז אויסגעשטעלט אויף אן אופן צו קענען אקאמעדעיטן א קומזיץ איז בעסער א קומזיץ ווייל רוב וויצן האט שוין יעדער געהערט און געזעהן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 1:46 pm
דורך הארסי(פערד)
סא אפשר האט איר געהערט פין עפעס א נייע קאמידען???
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 2:20 pm
דורך אנעים זמירות
איך טוה עס און איך בין גוט - אבער איך וואוין אין לונדון. פאר א גוטע פרייז וועל איך אריבערקומען...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 6:47 pm
דורך fiena nieas
אנעים זמירות האט געשריבן:איך טוה עס און איך בין גוט - אבער איך וואוין אין לונדון. פאר א גוטע פרייז וועל איך אריבערקומען...
וועסט ארויס געיבן דיין ניק!!
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 09, 2012 5:38 am
דורך הארסי(פערד)
בקיציר אבער ווער איז גיט???
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 12, 2012 11:35 am
דורך ראש הקהל
מענדא ראזענבערג פון מאנסי איז גאר גוט געאייגענט פאר קלענערע שמחות, און דערצו רעכענט ער פינאטס, ער שפילט, ער זינגט, ער בדחנט, זאגט תורה, ווערטליך, ממש גאר א פאסיגע קאנדידאט
און אפילו איר האט שוין געהערט זיינע דשאוקס, לוינט דער פאר פיאסטער וואס ער בעט, עס צו הערן ווי אזוי ער לייגט עס אראפ
נאך א נייעא איז דא, איינער אברהם יעקב זייסלער פון ב"פ, ער דאווענט און שומר שבת, ער רעכענט זיך אלס קאמפאטישען פון יאסעלע ראזענבלאט, ס'לוינט צו צאלן, ס'מלא חן.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 12, 2012 3:17 pm
דורך לכאורה
נעכטן געהערט דעם ערשטן מאל מר. מאלאח דער בדחן, אוי איז ער געווען גוט, דער עולם האט זיך שיער געשטיקט פאר געלעכטער.
אגב, האט ער בתוך הדברים אריינגעווארפן "שנייד די קרעפלעך" (איך האב אים איבערגעפרעגט אויב ער האט דאס אליינס ערפינדן, קלערנדיג אז אפשר ליינט ער דאהי. ער טענה'ט אז דאס איז אייגנס).
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 12, 2012 5:30 pm
דורך נאטורליך
איך האב געהערט לעצטענס איינער סאקס מיט א לאנגער רויטע בארד, איך ווייס נישט זיין ערשטע נאמען אדער נומער. ער האט שטארק מהנה געווען דעם עולם
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 19, 2012 10:30 am
דורך פרעג מיין קינד
ר' שלום אליעזר דים איז אויך נישט אוועקצומאכן
און דאכט זיך גאנץ ביליג
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2012 11:10 pm
דורך לב טוב
מר. קליען האט געשריבן:ישר כח!
איז האלבערשטאם גוט?
גוט איז דאס ווארט!
כ'האב אים פריער געהערט און כ'בין כמעט געבליבן אנעם טחול...
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 3:22 pm
דורך שוועמל
לכאורה האט געשריבן:נעכטן געהערט דעם ערשטן מאל מר. מאלאח דער בדחן, אוי איז ער געווען גוט, דער עולם האט זיך שיער געשטיקט פאר געלעכטער).
Anybody has his number?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 4:12 pm
דורך קהת
אלי' שווייצער איז גאר גוט!!! ער איז א משונעדיגע לץ.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 4:34 pm
דורך יקוםפרקן
אפשר צוריק אנהויבן מיט די עלטערע בדחנים, וועלכע האבן אמאל (נישט אזוי לאנג צוריק) גוט אינטערגעהאלטן און אויך שיין גע'גראמט. איצט אין ריטייערמענט עידזש קענען זיי זיכער נוצן אפאר דאלאר.
וו.צ.ב.ש:
הר"ר אברהם וואלף שטויבער
הר"ר משה אפרים וועבער
הר"ר יעקב מילער
ווער געדענקט נאך נעמען?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 4:42 pm
דורך בעל דעת
הר"ר שלמה יעקב געלדמאן
הר"ר דוד ירמיה ברייער
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 4:43 pm
דורך והנה און נון
מיללער האט נאך נישט רעטייערט
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 6:34 pm
דורך יקוםפרקן
והנה און נון האט געשריבן:מיללער האט נאך נישט רעטייערט
קען איינער זאגן ווען ער האט אים לעצטנס געהערט לייוו?
מעגליך ער איז אין א געצווינגענע רעטייערמענט!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:26 am
דורך איד'ל מיטן פידל
יקוםפרקן האט געשריבן:והנה און נון האט געשריבן:מיללער האט נאך נישט רעטייערט
קען איינער זאגן ווען ער האט אים לעצטנס געהערט לייוו?
מעגליך ער איז אין א געצווינגענע רעטייערמענט!
אים געהערט אויף עטליכע שבע ברכות דאס יאר
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 5:26 pm
דורך לאו דוקא
קהת האט געשריבן:אלי' שווייצער איז גאר גוט!!! ער איז א משונעדיגע לץ.
איינער האט אפשר זיין נומער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 29, 2015 1:36 pm
דורך מר. גרין
number at home 7182344412
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 8:04 pm
דורך להוסיף
מר. קליען האט געשריבן:היי עוועריבאדי,כל אחד בניקו יבורך
איך זיך א גוטזאגער פאר א שבע ברכות אבער נישט פאר 500-1000
טענקס
ר' ישעי' סאקס פון וויליאמסבורג
ר' אורי האלבערשטאם פון מאנסי
ביידע 300-200 דאלער פאר א שבע ברכות. מען קען האנדלן.