Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

בדחנים משמחים פאר קלענערע שמחות\שבע ברכות

מאנטאג יוני 25, 2012 11:04 am

היי עוועריבאדי,כל אחד בניקו יבורך

איך זיך א גוטזאגער פאר א שבע ברכות אבער נישט פאר 500-1000
טענקס

Advertisement

מאנטאג יוני 25, 2012 11:53 am

ר' אורי האלבערשטאם
ר' חיים הערש לעבאוויטש
ר' שלמה הדרשן
ר' מענדל ראזענבערג
ועוד

מאנטאג יוני 25, 2012 12:05 pm

ישר כח!
איז האלבערשטאם גוט?
פאון נאמבער?

מאנטאג יוני 25, 2012 12:09 pm

גאר גוט
845-659-8946

בדחן (קאמידיען) ביי שבע ברכות

דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 12:41 pm

ביטע העלפט מיר
איך זיך א קעמידיען צי משמח זיין חתן וכלה
ווייסט איר פין איינר וואס איז גיט

אדער וואס האלטן ענק
א קעמידיען
אדער א קומזיץ
ווי למשל יצחק פוקס אד״ג

דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 1:28 pm

ווענד זיך ווער די משתתפים זענען און דער עיקר וואס דער חתן האט ליעב (די שבע ברכות איז דך אים צו משמח זיין)
אויב איז עס א פריוואטע שבע ברכות און ס'איז אויסגעשטעלט אויף אן אופן צו קענען אקאמעדעיטן א קומזיץ איז בעסער א קומזיץ ווייל רוב וויצן האט שוין יעדער געהערט און געזעהן.

דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 1:46 pm

סא אפשר האט איר געהערט פין עפעס א נייע קאמידען???

דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 2:20 pm

איך טוה עס און איך בין גוט - אבער איך וואוין אין לונדון. פאר א גוטע פרייז וועל איך אריבערקומען...

דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 6:47 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:איך טוה עס און איך בין גוט - אבער איך וואוין אין לונדון. פאר א גוטע פרייז וועל איך אריבערקומען...

וועסט ארויס געיבן דיין ניק!!

פרייטאג נובמבר 09, 2012 5:38 am

בקיציר אבער ווער איז גיט???

מאנטאג נובמבר 12, 2012 11:35 am

מענדא ראזענבערג פון מאנסי איז גאר גוט געאייגענט פאר קלענערע שמחות, און דערצו רעכענט ער פינאטס, ער שפילט, ער זינגט, ער בדחנט, זאגט תורה, ווערטליך, ממש גאר א פאסיגע קאנדידאט
און אפילו איר האט שוין געהערט זיינע דשאוקס, לוינט דער פאר פיאסטער וואס ער בעט, עס צו הערן ווי אזוי ער לייגט עס אראפ

נאך א נייעא איז דא, איינער אברהם יעקב זייסלער פון ב"פ, ער דאווענט און שומר שבת, ער רעכענט זיך אלס קאמפאטישען פון יאסעלע ראזענבלאט, ס'לוינט צו צאלן, ס'מלא חן.

מאנטאג נובמבר 12, 2012 3:17 pm

נעכטן געהערט דעם ערשטן מאל מר. מאלאח דער בדחן, אוי איז ער געווען גוט, דער עולם האט זיך שיער געשטיקט פאר געלעכטער.

אגב, האט ער בתוך הדברים אריינגעווארפן "שנייד די קרעפלעך" (איך האב אים איבערגעפרעגט אויב ער האט דאס אליינס ערפינדן, קלערנדיג אז אפשר ליינט ער דאהי. ער טענה'ט אז דאס איז אייגנס).

מאנטאג נובמבר 12, 2012 5:30 pm

איך האב געהערט לעצטענס איינער סאקס מיט א לאנגער רויטע בארד, איך ווייס נישט זיין ערשטע נאמען אדער נומער. ער האט שטארק מהנה געווען דעם עולם

מאנטאג נובמבר 19, 2012 10:30 am

ר' שלום אליעזר דים איז אויך נישט אוועקצומאכן
און דאכט זיך גאנץ ביליג

זונטאג דצמבר 02, 2012 11:10 pm

מר. קליען האט געשריבן:ישר כח!
איז האלבערשטאם גוט?

גוט איז דאס ווארט!

כ'האב אים פריער געהערט און כ'בין כמעט געבליבן אנעם טחול...

זונטאג ינואר 19, 2014 3:22 pm

לכאורה האט געשריבן:נעכטן געהערט דעם ערשטן מאל מר. מאלאח דער בדחן, אוי איז ער געווען גוט, דער עולם האט זיך שיער געשטיקט פאר געלעכטער).

Anybody has his number?

זונטאג ינואר 19, 2014 4:12 pm

אלי' שווייצער איז גאר גוט!!! ער איז א משונעדיגע לץ.

זונטאג ינואר 19, 2014 4:34 pm

אפשר צוריק אנהויבן מיט די עלטערע בדחנים, וועלכע האבן אמאל (נישט אזוי לאנג צוריק) גוט אינטערגעהאלטן און אויך שיין גע'גראמט. איצט אין ריטייערמענט עידזש קענען זיי זיכער נוצן אפאר דאלאר.
וו.צ.ב.ש:
הר"ר אברהם וואלף שטויבער
הר"ר משה אפרים וועבער
הר"ר יעקב מילער
ווער געדענקט נאך נעמען?

זונטאג ינואר 19, 2014 4:42 pm

הר"ר שלמה יעקב געלדמאן
הר"ר דוד ירמיה ברייער

זונטאג ינואר 19, 2014 4:43 pm

מיללער האט נאך נישט רעטייערט

זונטאג ינואר 19, 2014 6:34 pm

והנה און נון האט געשריבן:מיללער האט נאך נישט רעטייערט


קען איינער זאגן ווען ער האט אים לעצטנס געהערט לייוו?
מעגליך ער איז אין א געצווינגענע רעטייערמענט!

דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:26 am

יקוםפרקן האט געשריבן:
והנה און נון האט געשריבן:מיללער האט נאך נישט רעטייערט


קען איינער זאגן ווען ער האט אים לעצטנס געהערט לייוו?
מעגליך ער איז אין א געצווינגענע רעטייערמענט!

אים געהערט אויף עטליכע שבע ברכות דאס יאר

מיטוואך ינואר 28, 2015 5:26 pm

קהת האט געשריבן:אלי' שווייצער איז גאר גוט!!! ער איז א משונעדיגע לץ.

איינער האט אפשר זיין נומער?

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 1:36 pm

number at home 7182344412

מאנטאג פבואר 02, 2015 8:04 pm

מר. קליען האט געשריבן:היי עוועריבאדי,כל אחד בניקו יבורך

איך זיך א גוטזאגער פאר א שבע ברכות אבער נישט פאר 500-1000
טענקס


ר' ישעי' סאקס פון וויליאמסבורג
ר' אורי האלבערשטאם פון מאנסי

ביידע 300-200 דאלער פאר א שבע ברכות. מען קען האנדלן.
שרייב א תגובה

Advertisement