העלפט חולי ישראל ביי אייך אין אפיס

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

העלפט חולי ישראל ביי אייך אין אפיס

תגובהדורך זייער נייגעריג » דאנארשטאג יוני 21, 2012 11:17 am

איך עפן אן אשכול וואס זאל דינען אלס צענטראלע אשכול פאר אלע סארט הילף וואס חולי ישראל קענען ניצן און וואס איר קענט ארויסהעלפן מיט איין קליק. צומאל א פידיעף שיקן אדער אמאל סתם אן ארטיקל, אדער א קליפ וכדומה

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » דאנארשטאג יוני 21, 2012 11:18 am

באקומען אין אישית

סידא א בחור פון א"י אין א שפיטאל אין קאליפארניע מיט יענע מעשה ל"ע מ'וואלט אים געקענט מחיה זיין מיט אפאר ווידיאוס פון תולדות אהרן רבי חתונות, אדער ל"ג בעומר, סיי וואס אבער לענגערע זאכן נישט קיין קורצע קליפס.

ווער עס קען זאל שיקען צי JKUP500 @GMAIL.COM
ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג יוני 22, 2012 1:47 pm

פון אנדערע חסידות'ער איז אויך גוט?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » פרייטאג יוני 22, 2012 4:59 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:פון אנדערע חסידות'ער איז אויך גוט?

מרעד פון א בחור פון ת"א ישיבה און דאס וועט זיין די בעסטע,
בלית ברירה איז עפעס אנדרש אויך גוט
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג יוני 24, 2012 1:23 am

וואלט געווען א חשובע זאך ווען איינער קען זיך מנדב זיין אריין צו פעיסטן אין דעם אשכול אלע פידיעף'ס וואס מיר פארמאגן אויף אונזער וועלטל. אזוי אז איינער זוכט אמאל עפעס שנעל צו פרינטן ווען מ'גייט צו א חולה אדער אין תפיסה ביי איינעם זאל ער נישט ברויכן זוכן.

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » זונטאג יוני 24, 2012 1:44 am

לינקס איז גוט אדער ס'מוז זיין עטעטשט פייל'ס? כאב עטליכע קליפס וואס זענען צו גרויס און כדי צו שיקן מוז איך אדער קאנווערטן אדער בעסער וואלט געווען לינקן.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » זונטאג יוני 24, 2012 4:49 am

DotCom האט געשריבן:לינקס איז גוט אדער ס'מוז זיין עטעטשט פייל'ס? כאב עטליכע קליפס וואס זענען צו גרויס און כדי צו שיקן מוז איך אדער קאנווערטן אדער בעסער וואלט געווען לינקן.

a link would also be good
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דינסטאג יוני 26, 2012 11:38 pm

זייער נייגעריג האט געשריבן:באקומען אין אישית

סידא א בחור פון א"י אין א שפיטאל אין קאליפארניע מיט יענע מעשה ל"ע מ'וואלט אים געקענט מחיה זיין מיט אפאר ווידיאוס פון תולדות אהרן רבי חתונות, אדער ל"ג בעומר, סיי וואס אבער לענגערע זאכן נישט קיין קורצע קליפס.

ווער עס קען זאל שיקען צי JKUP500 @GMAIL.COM
ולמצוה גדולה יחשב

שכוח פאר דעי וואס האבען געשיקט ביז אהער און דער וואס קען זאל ביטע שיק נאך
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

הצעה, אייוועלט אין די שפיטעלער,

תגובהדורך מחותן » זונטאג נובעמבער 04, 2012 2:02 pm

פאריגע וואך אינמיטען די שטורעם האב איך מיטגעהאלטן ווי אזוי עס האט זיך געמאכט א פראבלעם אז מען האט געזיכט צי שיקען ענטערטעמינט/לייען מאטריאל פאר א משפחה וואס האט געוויילט מיט א חולה אין שפיטאל,

במשך די לעצטע 7 8 יאר האט מען דא געשריבען הינדערטער ארטיקלען וואס האט ארויפגעברענגט א שמייכעל אויף די הינדערטער אידן וואס האבן עס געליינט, עס איז דא ארטיקלען וואס איז גוט סיי פאר מענער אין סיי פאר פרויען פון אלע יארגאנג פון די 14 15 יאר ביז איבער די 60 יאר, אייוועלט האט אין זיך א ריזיגע אוצר וואס קען ווען מחיה זיין צענדליגער משפחה מיטגלידער אין ערוואקסענע קראנקע אין די שפיטעלער,

כמעט יעדער חולה אדער משפחה וואס איז אין שפיטאל האט א קאמפיוטער, עס איז אבער כמעט נישט מעגליך פאר א פרעמדן אפיר צו זיכען די אינטערסאנטע ארטיקלען ווייל ער ווייסט ניטאמאל וואס צו זיכען, אלמלא ווען איינער זאל ווען אויף א געוויסע אופן צוזאם נעמען אלטע ארטיקלען פון קרעמער/אלטע בחור/מאשקע/איך הער/יאנאש//יענטאש/יגר/גרויזאמער אא"וו וואלט עס געווען אזוי גרויס כמעט ווי א לייבערי,

עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי עס קען געטיען ווערן אויב עס וועט געטיען ווערן, אדער אז מען זאל אריינשטעלן אין איין אשכול די לינק צו די אשכולות, אדער אז מען זאל עס ברענגן צו עקסטערע אפטיילנוג און אייוועלט,

כנלע"ד

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג נובעמבער 04, 2012 2:08 pm

מחותן ס'איז פיינע רעיון.
אין אמת'ן איז שוין פארהאנען עטליכע אזוינע אשכולות. נאדיר איינס
viewtopic.php?p=511689
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג נובעמבער 04, 2012 3:15 pm

לויט ווי האב פארשטאנען איז "היימישע דזשורנאל" געמאכט געווארען פארדעם, נאר דער עולם לייגט עס נישט און די גיטע פלאץ
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » זונטאג נובעמבער 04, 2012 3:39 pm

דארפסמאן האט געשריבן:לויט ווי האב פארשטאנען איז "היימישע דזשורנאל" געמאכט געווארען פארדעם, נאר דער עולם לייגט עס נישט און די גיטע פלאץ

מ'קען נישט עפענען קיין נייע אשכול אין "היימישע דזשורנאל", מ'דארף עס עפענען אין אן אנדערן פארום, און אויב די מנהלים מאכן אפ אז עס באלאנגט אין דזשורנאל פירן זיי עס אריבער.

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובהדורך שמחת החיים » זונטאג נובעמבער 04, 2012 6:23 pm

אין היימישע דזשורנאל גייט געווענליך אריין נאר גאנצע געלונגענע סחורה וואס איז געשמאק אדורך צוליינען. אין שפיטעלער אבער קען אפשר אויך זיין גוט אנדערע דיסקוסיעס וואס איז געפארן אויף א געשמאקערע ריכטונג מיט א שטיקל נארמאלערן אינהאלט וואס כאטש עס קומט טאקע נישט אריין אינעם דזשורנאל אפטיילונג איז עס אבער אויך גאר אינטערעסאנט דורכצוליינען. וואס די מעלה פון די דאזיגע סחורה איז אז עס איז מער דיפפרענט ליין מאטריאל ווי די דזשורנאל סחורה וואס האט אין זיך די סטיל פון געווענליכע אינטערעסאנטע אויסגאבעס וואס איך גלייב עס קומט אן די שפיטעלער דערפון לרחצה.
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג נובעמבער 04, 2012 7:08 pm

עס איז דא גיטע אשכולות וואס עס ליגט נישט אין דזשורנאל, למשל די אשכול ווי מאשקע האט באשריבען א ער״ש פייט צוויישן מאן און ווייב ווי אזוי די טוילעט פעפער זאל ליגען, אזלעכע סארט אשכולות האט מען נישט אהין געלייגט, און עס איז דא הינדערעטער אזעלכע סארט אשכולות.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג נובעמבער 04, 2012 7:17 pm

עפעס געדענק איך האט איינער געעפענט אזא אשכול, אז ער האלט אינמיטן ארויסדריקן אויף א ביכל אלע מילתא דבדוחיתא'ת פאר די קראנקע אין שפיטאל, איינער ווייסט וואס איך מיין?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג נובעמבער 04, 2012 7:21 pm

יא, ער האט אויפגעהערט אינמיטן, מענטשן (כ'ווייס נישט ווער) האבן געהאט טענות.

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » זונטאג נובעמבער 04, 2012 7:23 pm

מומחה עצום האט געשריבן:יא, ער האט אויפגעהערט אינמיטן, אוממענטשן (כ'ווייס נישט ווער) האבן געהאט טענות.

טענות? פארוואס? ווייל יענער האט זיי געוואלט טוהן א טובה שלא ע"מ לקבל פראסק???

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג נובעמבער 04, 2012 7:26 pm

קוק דא וואס ער האט געשריבן

דעת זקנים האט געשריבן: שלא ע"מ לקבל פראסק
אריין אין לאזונג פון טאג אשכול


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Programming, בלי לחץ, מזל מידיע און 16 געסט