בלאט 1 פון 1

וויפיל קאסט א באקס פאפיר?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 31, 2012 8:36 pm
דורך וויכטיג מאכער
וויפיל קאסט א באקס פעפער? איך קויף יעדע שטיק צייט א באקס פעפער, יעדעס מאל הער איך אנדערע פרייזן, איך האב שוין באצאלט אזוי ביליג ווי22 דאללער א באקס, און אזוי טייער ווי 35 דאללער א באקס...

היינט טרעף איך א יוד, ער זאגט מיר אז ער קען ביעטן יעדע פרייז אויף פעפער, ער וויל איך זאלעם ברענגען א אינוואויס פון א באקס פעפער, און ער גיבט מיר עס ביליגער. ער האט א מינימום פון 10 באקסעס.

איך דארף נישט קיין 10 באקסעס, אבער איך וויל פארשטיין... וויפיל קאסט פעפער? איזעס א קאמאדעטי וואס פארט ארויף און אראפ? אפשר לוינצעך צו קויפן 10 באקסעס פאר ביליג, און ווארטן סאל זיך דאבלען?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 31, 2012 8:38 pm
דורך קיטשי
כמיין ספארט ארויף און אראפ

געשריבן: דאנארשטאג מאי 31, 2012 9:21 pm
דורך טייבעלע
אין STAPLES קען מען טרעפען אויף סעיל פון מאל צו מאל פאר $22, נארמאל גייט די פרייזען צווישען 30 - $60 ווענדעט זיך אין די קוואליטעיט פון די פאפיר.

פארשטייט זיך אז מען קויפט אויף האלסעיל א גאנצער סקיט קען אויסקומען א באקס פאר $19 אויך, נישט יעדער דארף אזא קוואנטום.

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2012 12:55 pm
דורך שאינו יודע
לעצטנס טרעפט מען נישט אונטער 35 עס איז ארויף לעצטנס היבש

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2012 12:58 pm
דורך שאינו יודע
http://www.shoplet.com/
האט עס פאר 31 אויב מען קויפט פאר 150$

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2012 2:28 pm
דורך דעת זקנים
די פרייזן קען זיך היבש ווענדן אין די קוואליטי פון די פעיפער, איך בין געווען ביי Staples וואו כ'האב טאקע געזעהן פרייזן רעינדזשן פון $19.00 (אויף ספעשל) ביז $55.00 א באקס, ס'ווענדט זיך אין די ווייסקייט פונעם פעיפער, ריסייקעלד צו נישט, צו ס'ווערט געהל/off-white מיט די צייט, וועלכע סארט פרינטער, אינק וכו' וכו'.
סאו איז נישט עכט שייך צו זאגן א כלל וויפיל ס'קאסט, דארפסט פשוט מברר זיין דיינע ספעסיפיקעישאנס, און קויפן לויט דעם.

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2012 2:54 pm
דורך שנאפס
וויכי, צו פרינטן גאנץ אייוועלט אוועקצולייגן אין די ארכיוון (אדער צו שיקן פאר קרעמער..) דארף מען מער ווי 10 באקסעס פעפער.. מאך זיכער נישט צו קויפן די וואס ווערן געל

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2012 4:45 pm
דורך וויכטיג מאכער
סאו א גוטע קוואלעטי פעפער פאר 30 דאללער א באקס איז ביליג? רייט?

שנאפס! נאט בעד...

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2012 5:11 pm
דורך נאר נייעס
וואס מיינט בא דיר גוטע קאוואלעטי ?

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2012 6:29 pm
דורך נישט קיין פראבלעם
היינט בין איך שוין גרין. אבער פארדעם פלעג איך קויפן אויף עיבעי פאר בערך 22 א באקס. איך ווייס נישט וואס עס קען זיין שלעכט מיט דעם.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:07 am
דורך טשולענט בונדלעך
ווייסט איינער ווי מקעןו קויפן קאפי פאפיר וואס איז גרויס 9X12??
אסאך קונטרסים מיט ווייעכע דעקלעך ווערן געפרינט אויף די סייז