Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

עירקאנדישאן והמסתעף

מיטוואך מאי 30, 2012 7:47 pm

פאר בערך צוויי יאר צוריק האב איך געקויפט א נייעם LG עירקאנדישאן, פאראיאר ביים ארויסנעמען אויפן זומער האט עס אויפגעהערט צו קילן, די קאמפרעסאר מאכט מער נישט קאלט,
כ'האב געטראכט אז ס'קען זיין ווייל איבערן ווינטער איז עס געליגן מיטן פנים ארויף, בקיצור כ'האב עס געלאזט לויפן,
היי יאר פרוביר איך עס נאכאמאל און די זעלבע זאך, ס'קילט נישט, די קאמפרעסאר צינדט זיך אן אבער ער טו טנישט דעם דזשאב,
איז דא א וועג אים צו מאכן קילן? די אלטע וועג פון לייגן געז איז נאך גילטיג ביי די נייע? לוינט עס? וויזוי קומט מען אן דערצו?

מיט דאנק פאר ווער ס'פרובירט צו העלפן.

Advertisement

מיטוואך מאי 30, 2012 8:23 pm

LG איז גארבידזש, ס'האט מיר שוין אסאך שלאפלאזע נעכט געקאסט,
ווארף עס ארויס און קויף א נייע א שאד יעדן דולר אריינצולייגן דערין, און פיל מער א שאד יעדע עססעניש דערויף.

לויט ווי איך געדענק האט שוועמל אמאל דא גערעדט דערפון.

מיטוואך מאי 30, 2012 9:48 pm

וואס איז טאקע יא גוט?
פרידריך איז דאך מער נישט בין החיים.

דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:04 am

leiby האט געשריבן:פרידריך איז דאך מער נישט בין החיים.

אזוי גאר? ביסטו זיכער דערינען?

אגב, מיר האט מען צוגערעדט צו א "גאלדן" (נייע קאמפאני?), דערווייל זעהט ער אויס פיין.

דאנערשטאג מאי 31, 2012 10:11 am

פרידריך איז טייער, קויף א GE אדער א FRIGIDAIRE ביידע זענען גוט

דאנערשטאג מאי 31, 2012 10:28 am

קאנסומער ריפארטס געט יערליך ארויס א באריכט פון רעקאמאנדירטע עיר קאנדישענערס, אבער עס קאסט געלט צו ליינען די פולע ריפארט.

דאנערשטאג מאי 31, 2012 10:56 am

FRIGIDAIRE האב איך טאקע איינס, סקילט גוט, די נויז איז זייער הויך, GE איז אויב געדענק איך גוט א ברענטש פון וואלמארט.
(אויב ס'איז איינס מיט Goldstar)

דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:08 am

GE has nothing with WM. Its a giant company General Electric, they also own NBC TV

דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:49 pm

פרידזידער מאכט אזוינע קולות ווי א ראקעט פארן אפפליען (אדער גאר ווי בשעת'ן קראכן) GE איז זייער פיין. פרידריך איז די שטילסטע

דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:50 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:אגב, מיר האט מען צוגערעדט צו א "גאלדן" (נייע קאמפאני?), דערווייל זעהט ער אויס פיין.

אט האב איך אים געפינען.

(איך האב געצאלט פיל ביליגער ווי דער פרייז, דוכט זיך בערך 375)

דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:53 pm

איך וויל נישט וויי טוהן, אבער 375 איז אסאך פאר א 10000 BTU AC.

GE האט פאר אונטער 300

דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:54 pm

וועלמיר אריינקוקן דערין,

GE מאכט נישט אלעס אליין, צא ובדוק ביי די מעניופעטשערס, קענסט אויך מאכן א GE פראדוקט,
כ'וויל נישט פארקריכן,
כ'האב עס מדמה געווען נאר אויב ס'איז איין מיט Goldstar.

-----
איינער האקט, יא ס'איז גאר טייער.

דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:05 pm

איך האב געקויפט נעכטן א GE 8000 BTU פאר 200 אויף עמעזאן, העלמער זעהן.

דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:06 pm

שאינו יודע האט געשריבן:פרידזידער מאכט אזוינע קולות ווי א ראקעט פארן אפפליען (אדער גאר ווי בשעת'ן קראכן) GE איז זייער פיין. פרידריך איז די שטילסטע

ביי מיר אין בעדרום ניץ איך דווקא אן עיר קאנדישאן וואס מאכט שטיקל גרודער, ווייל וויבאלד עס ליגט אין די פענסטער איז עס נישט אזוי גוט געסיעלט העלפט (נישט האלב נאר מלשון הילף) די עיר קאנדישאן אביסל צוריק צוהאלטן די גערודער פון די גאס

דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:07 pm

שטייסטענישט האט געשריבן:איך וויל נישט וויי טוהן, אבער 375 איז אסאך פאר א 10000 BTU AC.

איך ווייס אז ס'איז טייער, אבער זיי טענה'ן אז עס איז ווערט, און עס איז נאכאלץ באלד האלב די פרייז פון פרידריך.

דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:10 pm

דא זעה איך א פרידריך 10000 BTU פאר 340$

http://www.designerappliances.com/fried ... oogle_base

דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:18 pm

+$20 שיפינג

דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:20 pm

איז עס 360, אבער ס'איז א פרידריך!

דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:22 pm

איין וויכטיגע זאך נישט פארגעסן, קוקן קודם צו ער קאאפערירט מיט א שבת זייגער

דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:25 pm

וויאזוי קען מען דאס וויסן ? וואזוי קוק איך עס נאך אין א גויעשע "טערם" ?

דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:26 pm

כהאב פארגעסן איין זאך, אז דער עירקאנדאשין מיינער האט געברויכט זיין דוקא א א "טרו-דע-וואל" דאס הייסט אז עס זאל נישט האבן לעכער ביי די זייטן (צוליב די טיפקייט פון מיין וואנט), לכאורה איז דאס טייערער.

אגב, איז וויכטיג צו וויסן בעפאר מען קויפט א [דידשיטל] עירקאנדישן צו עס ארבעט מיט א שבת זייגער (צו ער האלט די סעטינגס).

========

שנאפס האקט און כאפט אויס. איך שיק.

דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:36 pm

שטייסטענישט האט געשריבן:וויאזוי קען מען דאס וויסן (צי ס'קאאפערעט מיט'ן שבת זייגער) ? וואזוי קוק איך עס נאך אין א גויעשע "טערם" ?

דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:43 pm

לכאורה נאר ווען דו קויפסט עס אין א לאקאל אידישע געשעפט וואס האט די נאלעדש..

דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:47 pm

דאכט זיך אז די GE זענען גוט, וועגן די איבריגע וועט מען מוזן אננעמען זויווי תהילים איד זאגט

דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:48 pm

שוין בינעך גוט.
שרייב א תגובה

Advertisement