פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 7:30 am
העלפ!!! מיין ערשטע ניק איז אנדערש ווי מיין צווייטע... (און דריטע)
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט
http://www.ivelt.com/forum/
DotCom האט געשריבן:איך פארשטיי נישט רב וויווידל'ס טענה וועגן חינוך, כמיין איך בין טאקע נישט קיין בעל מחנך אבער אזויפיל ווייס איך אז ווי אינג דער צווייגל איז קען מען עס גרינגער בייגן, אך און וויי ווען מ'זאל מיר ווען נישט מאכן איינזיצן עטליכע שעה א טאג ברציפות, וויאזוי וואלט איך געקענט איינזיצן ביי מיין היינטיגן דזשאב? וויאזוי וואלט איך געקענט טראכטן פון גיין צום כינוס? וויאזוי וואלט מען בכלל געקענט לעבן צווישן אנדערע נאמבער'ס? און ווער רעדט נאך פון חתונה האבן?
יעצט אז עפעס גייט שווער אין חדר אדער שפעטער אין לעבן ח"ו, גיט מען א לעיבל אפ און פטור אן עסק, אבער וואס וואלט געווען דער תירוץ ווען דער שידוך איז לכתחלה געווען גענאמבערט?
והוא פלאי האט געשריבן:מתבונן האט געשריבן:אויב מנוצט דער שיטה צו סתם האבן 'פאן' ווי אסאך פינעווערס וועלן טון
איך ווער נתפעל פון דיין אנאליז
איך בין מסתם א בולט'דיגע פינעווער,
איך האב קיינמאל נישט געקענט אויספיגערען צו מיט א 4 פליגעל צו מיט א 6, איך האב שטארקע שטריכן פון ביידע
1- דער רעפארמירער
די פאזיטיווע טייל: 'פערפעקשאניסטן', פאראנטווארטליכע מענטשן.
די נעגאטיווע טייל: גארנישט איז נישט גוט, זיי זוכן נאר בעסער.
מענטשן מיט דעם כאראקטער טיפ –ווי מיר וועלן זיי אנרופן 1'ערס- זוכן אייביג צו מאכן די וועלט בעסער, זיי האלטן אז קיין שום זאך איז נישט דאס בעסטע וואס עס קען ווען זיין; יעדע זאך קען ווערן ארויפגעארבעט צו פרישע און בעסערע שטאפלען. די מדה שטעלט זיי אהער אלס 'פערפעקשאניסטן', וועלכע ווילן און צילן רעפארמירונג און פארבעסערונג אויף יעדע זאך, שטארקע אידעאליסטן, וועלכע שטרעבן צו מאכן ארדענונג אפילו פון נישט גוטע מצבים.
1'ערס האבן א גוט אויג צו באמערקן דעטאלן. זיי זענען אייביג וואכזאם איבער אלעס וואס גייט פאר מיט זיי, מיט זייערע ארומיגע און מיט די סיטואציעס אין וועלכע זיי געפינען זיך, און דאס –אז זיי כאפן אזוי גוט אויף יעדע זאך וואס עס שפילט זיך אפ- לאזט זייער אפט אין גאנג זייער ווילן צו פארבעסערן, וואס אינאמתן איז דאס א גוטע זאך –אזוי איז דא איינער וואס וואכט אז עס זאלן נישט פארקומען קיין עוולות, אבער עס קען אויך היפש גיין אויף די נערווען, צו זיין אין די סביבה פון אזא סארט מענטש, וואס אייביג זעט ער די חלקים וועלכע זענען נאכנישט גוט.
למעשה, קען אזא מענטש צופרידנשטעלן זיין תאוה? קען ער עררייכן אז די וועלט, אין אלע הינזיכטן, מיט אלע דעטאלן, זאל נאך אמאל ווערן דאס בעסטע וואס איז נאר שייך? אוודאי אז נישט! עס איז דאך נישט מעגליך אז די גאנצע וועלט זאל זיין הונדערט פראצענט גוט און אלעמענס מידות זאלן שפיגלען און גלאנצן! און אט דאס איז דער הויפט חורבן פונעם 1'ער!
האלט אייער אטעם, דאס פאלגענדע איז א קייט פון רעאקציעס.
דער געפיל וואס ער באקומט, פארשטייט זיך שטענדיג, אז ער קען נישט צוקומען צו זיין ציל אז די גאנצע וועלט זאל ווערן 'פערפעקט', שאפט אים א ביטערער טעם אין מויל אז ער טויג נישט און ער פאלט אדורך [ווי א שטערקערער 1'ער, וויל ער אלס מער פאררעכטן, און, פארשטייט זיך, אז ער קען נישט, קריגט ער אלס אפטער דעם ביטערן געפיל]. דאס שאפט אין אים א געפערליכע, אינערליכע כעס אויף די 'אומפארשעמטע' און 'אומפערפעקטע' וועלט.
יעצט, וואס טוט מען? –טראכט צו זיך דער 1'ער. "זאל איך זיך בייזערן? נע, כעס איז א שלעכטע זאך". דער 'פערפעקשאניסט' וויל דאך נאר טון גוטע זאכן און אויב כעס –אויף דעם אז ער עררייכט נישט זיין ציל- איז א שלעכטע זאך, וויל ער דאס נישט טון. זיין כעס ווערט דעריבער איינגעהאלטן און צוקוועטשט אין זיך.
דאס איז אבער נישט קיין מעלה, ווייל ענדגילטיג שפריצט יא ארויס זיין כעס, טאקע נישט אין קיין גרויסע כעס אטאקעס, אבער אין שעדליכערע פארמאטן, פון וועלכע זיינע ארומיגע ווערן אפט באליידיגט. ער ווערט, צום ביישפיל, זייער שנעל אומגעדולדיג און פרוסטרירט, ווי אויך וועט ער, אלס אומדירעקטע רעאקציע צו זיין צוקוועטשטן כעס, דערקוטשען אנדערע מענטשן און זיי טשעפען, ווי מיט א ריכטערס האמערל, אויף זייער אויפפירונג.
פאר די סיבה קענען טייל מענטשן זיך אפשאקלען פון אזא סארט מענטש, מענטשן ווילן נישט הערן א גאנצן טאג קריטיק. אבער פון די אנדערע זייט, זענען 1'ערס זייער שטארק לאיאל צו זייערע נאנטע פריינט און משפחה, זיי זענען זייער פאראנטווארטליכע און פעאיגע מענטשן אין די ארבעט און אינדערהיים.
1'ערס זענען ערנסטע, קאמפעטענטע מענטשן, זיי האבן שטארקע פרינציפן אין זייער לעבן און זיי גייען בשום אופן נישט איין אויף קיין קאמפראמיסן עס צו ברעכן. עס מאכט נישט אויס וואו און ווען, וועלן זיי אבער אייביג נאכגיין די אנווייזונגען וואס ווערט פאר זיי געגעבן. בכלל זענען זיי פראקטישע מענטשן, וועלכע וועלן אייביג פארענדיגן זייער ארבעט צייטליך. זיי זענען שטארק-ארגאניזירטע מענטשן, 'ליסטע-מאכער' וועלכע וועלן ענדיגן יעדע קליינטשיגע דעטאל פונעם ליסטע. אין דער ארבעט זענען זיי די ערשטע אנצוקומען אין אפיס, און די לעצטע צו פארלאזן דאס פלאץ.
וויבאלד זיי זענען זייער פארגלייבט אין זייער בליק אויף די וועלט, און זענען דערין גוט אויסגעקאכט, קענען זיי זיין גוטע פירערס פון גרופעס, וואו זיי וועלן אינספירירן און אפקויפן זייערע נאכפאלגער, אז זיי זאלן נאכגיין זייערע אידעאלאגיעס.
פאר די זעלבע סיבה, אז ער איז זייער פארגלייבט אין זיין בליק וויאזוי זאכן דארפן זיין, וועט דער 1'ער טיילמאל ווערן א צעשפילטער און אמביציעזער 'ווארקעהאליק', מערסטנסטייל וועט דאס געשען אויב דער1'ער וועט זען אז ער קען נישט, אויפן רואיגן, נארמאלן וועג, אנקומען צו זיינע צילן, דאן וועט ער ווערן אבנארמאל אקטיוו.
זיין שטענדיגע שטופ, נישט נאכצולאזן פון עררייכן זיינע אידעאלן, קען אויסקלאפן אויף א שטארק נעגאטיוון וועג –אז ער זאל אים זיין זייער שווער צו 'רילעקסן'. בכלל זענען 1'ערס זייער אויסגעשטעלט צו ווערן עמאציאנעל צוקוועטשט, און אומבאקוועם אויסצודריקן געפילן, וויבאלד זיי האלטן אז עמאציאנאליטעט, ווען א מענטש ווערט צו שטארק איבערגענומען, איז א סימן פון שוואכקייט און פון אינערליכע אומקאנטראלירונג, דעריבער וועלן 1'ערס זייער זעלטן ווערן ספאנטאניש און איבערגענומען פון בלויזע געפילן.
2- דער העלפער
די פאזיטיווע טייל: זיי ווילן אייביג העלפן אנדערע
די נעגאטיווע טייל: זיי העלפן נאר ווייל זיי ווילן אז מען זאל זיי דארפן האבן
דער 2'ער שפירט אייביג אז ער איז נאר ווערט וויבאלד ער העלפט אנדערע מענטשן. ליבשפט און פריינטשאפט איז זיין העכסטע פריאריטעט אין לעבן, זעלבסטלאזיקייט [נישט טראכטן פון זיך, נאר פון אנדערע] איז ווי זיין וויכטיגסטע באשעפטיגונג, ער האלט אז ער לעבט נאר צו קענען געבן פאר אנדערע.
בכלל זענען 2'ערס זייער שטארק אין צוזאמענלעבן מיט אנדערע, זיי האבן ליב אייביג צו זיין און פארברענגען צוזאמען מיט אנדערע, זיי זענען די סארט מענטשן וועלכע געדענקען יעדנס געבורטסטאג, און האלטן אז זיי מאכן יענעם גוט פילן ווען זיי לאזן דאס וויסן, די 2'ערס וועלן אויך זיך נישט צוריקהאלטן פון גיין אן עקסטערע מייל ארויסצוהעלפן א מיטארבעטער און פריינט. זיי זענען אויך זייער עמאציאנאלע מענטשן, זיי וועלן אויסהערן א צווייטנס טרערן, מיטוויינען, מיטפילן און פרובירן צו לינדערן יענעמס ווייטאג.
און, דא קומט דער 'אפס כי עז העם'... דער הויפט סוד וואס ליגט אונטער דעם 2'ער, וואס רוב פון זיינע ארומיגע טוען דאס זייער זעלטן אויפכאפן, איז אז דער 2'ער איז א 'משפיע כדי לקבל', ער געבט טאקע אוועק פון זיך צייט, מח און כח פאר אנדערע מענטשן, אבער ער ערווארט אז מען זאל מיט אים טון די זעלבע, אדער כאטש דאנקבאר זיין און אים באווארפן מיט דאנק ווערטער, ער טוט דאס נאר מיט א חשבון אז אפשר אזוי וועט ער קריגן אנערקענונג און ער וועט ווערן ארויפגעקוקט, דאס איז אייגענטליך וואס עס שטופט אים און מאטיווירט אים אז ער זאל קענען אזויפיל ארויסהעלפן אנדערע מענטשן, ער ווייסט, אדער קלערט עכ"פ, אז ער וועט דאדורך עפעס באקומען אויף צוריק.
און אויך זיין גאנצע 'זעלבסטזיכערהייט' איז געבויעט אויף דעם, ער שפירט זיך שטארק וויכטיג פאר די וועלט, און אז אן אים וועלן אסאך מענטשן זיך נישט קענען אן עצה געבן. דעריבער וועט ער שווער טאלערירן סיי וועלכע סארט זאך וואס וועט אים ווייזן אנדערש ווי דאס וואס ער טראכט, ער וועט נישט אויסהאלטן ווען ער וועט אנערקענען אז מען קען זיך אסאך מאל באגיין אנדעם וואס ער לייגט צו א האנט.
אין צוויי ווערטער: עס איז אמת אז דער 2'ער איז באמת א מענטש וואס העלפט אסאך ארויס אנדערע, און ער איז באזארגט אז זיינע ארומיגע זאלן האבן אלעס וואס זיי דארפן און עס זאל זיי גארנישט פעלן, עס איז אויך אמת אז ער טוט דאס מיט ריינע כוונות, כדי ארויסצוהעלפן אנדערע; אבער עס איז אויך אמת אז זיי פאדערן אנערקענונג, זיי דארפן אז מען זאל זיי דארפן, די ליבשאפט וואס זיי געבן פאר זייערע נאנטע איז נישט גענצליך אנע פאדערונג אויף צוריק.
2'ער'ס קענען אפט דעוועלאפן א געפיל אז די גאנצע וועלט איז זיי שולדיג און זיי זענען בארעכטיגט צו פארשידענע זאכן. וויבאלד זיי זענען פארנומען נאר פון טראכטן וויאזוי גוט צו מאכן פאר אנדערע, הויבן זיי אן צו שפירן אז מען זעט נישט איין גענוג אז זיי טוען גרויסע זאכן פאר אנדערע, מען האט נישט די ריכטיגע הכרת הטוב צו זיי. אויב געשעט צום 2'ער אזא זאך –אז ער שפירט אז מען אנערקענט נישט אין אים- וועט ער ווערן זייער וויי געטון, און ער וועט, אלס רעזולטאט, אנהויבן צו פארלאנגען אז מען זאל אים באדאנקען, ער וועט ווערן זייער "אינטראסיוו" (דאס הייסט, אז ער וועט ארויפצווינגען אז מען זאל אים 'ווילקאמען', אפילו אויף א פלאץ אדער אין א צייט וואס ער איז נישט 'וועלקאם').
בכלל קען זיך זייער אפט מאכן אז זיינע ארומיגע זאלן איגנארירן זיינע באדערפענישן, עמאציאנאלע ווי פיזישע, וויבאלד ער רעדט קיינמאל נישט פון זיך, ער איז נאר פארנומען צו העלפן אנדערע, און דאס קען אויך גורם זיין אז דער 2'ער זאל זיך שפירן באקריוודעט, און דאן וועט ער טיילמאל ווערן זייער שלעכט', 'באלעבאטעוועדיג' און מאניפולירנד, שפירנדיג אז זיי האבן א גוטע סיבה דערצו, זיי האבן ערליך פארדינט די רעכטן דאס צו טון, וויבאלד מען האט נישט איינגעזען אז זיי טוען גוטס מיט אנדערע מענטשן. ווער רעדט נאך אויב וועט דער 2'ער איינזען אז ער וועט 'קיינמאל' נישט באקומען פון 'קיינעם' די איינזעעניש אין זיינע כוחות וואס ער לייגט אריין פאר אנדערע, וועט ער ווערן היסטעריש, גערעגט, ער וועט כמעט פארלירן זיין קלארן זינען, און טיילמאל וועט ער אריינפאלן אין א גערעגטע מרה שחורה.
א 2'ער קען אבער ערנסט ליידן קאנסעקווענצן, אפילו ווען ער האט נישט די אלע איינרעדענישן פון וואס מיר האבן ביז יעצט ארומגערעדט. ויבאלד ער איז א גאנצן טאג פארנומען וואס 'אנדערע' דארפן, זיך נאכפרעגן וואס פעלט פון 'אנדערע', קען זיך זייער אפט מאכן אז ער זאל גענצליך פארגעסן פון 'זיך', ער קען ווערן זייער אפגעשוואכט פיזיש, אויך קען געשען ער זאל ווערן עמאציאנעל ערשעפט, וואס דאס קען האבן א ערנסטע אויסווירקונג אויף זיין גייסטישן געזונט צושטאנד, און פארן 2'ער קענסטו נישט זאגן אז ער זאל נעמען 'קעיר' פון זיך; ער לעבט דאך פאר יענעם, מען דארף אים דעריבער אויסלערנען, אז ער וועט נאר קענען העלפן אנדערע אויפן בעסטן פארנעם, אויב וועט ער זיין עטוואס באלאנצירט און טראכטן אביסעלע פון זיך אויך.
א נאנטערן בליק אויפן 2'ער:
א 'בלעקאוט' האט אויסגעבראכן אין שטאט, עס איז פינסטער, חושך מצרים, אינדערהיים הויבט אן דער פריזער ארויסצוגעבן אן אומבאטעמטן גערוך, די 'געז רענטש' האט מען עטוואס שפעט געכאפט אויסצולעשן, ווען ביני לביני האט דאס שוין אנגעשטינקען דאס גאנצע הויז מיט א שווערן גאז גערוך, אויך אויף די גאסן הויבט זיך אן עטוואס כאאס, עס ארבעטן נישט די טראפיק ליכט, קארס בלייבן שטעקן, נישט האבנדיג קיין גאזאלין, עלטערע אידן פאלן אום, נישט קענענדיג זען א טריט פאראויס.
אט אזא סיטואציע, ווי אומבאקוועם עס איז פאר אונז, איז א ברכה פארן 2'ער, מען זעט אים דאן ארומלויפן אין שול אויסטיילן די לעכט, מען זעט אים אונטערלאנען עטליכע עלטערע אומבאהאלפענע אידן, דאן לויפט ער ארום צו די הייזער און טיילט אויס שטיקער אייז פאר יעדן, עס איז זיין חיות פאר א לענגערע צייט דערנאך.
3- דער עררייכער
די פאזיטיווע טייל: זיי צילן צו עררייכן סוקסעס
די נעגאטיווע טייל: זיי צילן אבער די נישט-ריכטיגע סוקסעס; זיי ווילן סוקסעס בלויז ווייל זיי זאלן זיין ארויפגעקוקט
ווען זיי פרעגן ווען מיר, וואלט איך א נאמען געגעבן פאר דעם 3'ער: "דער אקטיאר", אט הערט און איבערצייגט אייך פארוואס.
מענטשן מיט דעם כאראקטער ווילן אז מענטשן זאלן זיי שעצן און רעספעקטירן, און נאר אזוי שפירן זיי אז זיי זענען עפעס ווערד, דעריבער צילן זיי צו סוקסעס –ווייל א סוקסעספולער מענטש איז רעספעקטירט ביי די מענטשהייט- אזוי ארום, קלערן זיי, וועלן זיי זיין אקצעפטירט ביי די מענטשהייט.
דער 3'ער איז א גוטער ארבעטער, ער איז שטארק קאנצעטרירט צו עררייכן זיינע צילן, אזוי אויך קען ער זייער גוט אויספירן זאכן גענצליך אליינס, און געווענליך טרעפט ער טאקע א ארבעט וואס ער קען זיך אויסצייכענען דערין, און אזוי ארום באקומען זיין געפיל אז ער איז... סוקסעספול, נע, נישט גענוג, וויאזוי רופט מען נאר דאס?... אה יא, 'מעכטיג'...
די 3'ער'ס קומען זיך זייער גוט אויס מיט מענטשן, זיי זענען זייער פריינטליכע און פראקטישע, מיט א נישקשהדיגן 'סעלף-קאנפידענץ' . טיילמאל זענען די 3'ער'ס אויך גאר כאריזמאטישע מענטשן, זיי ווייסן גוט וויאזוי זיך זעלבסט צו פרעזענטירן פאר אנדערע מענטשן, און דאדורך צו שטייגן אין ראנג, מאכט נישט אויס אין וועלכן פעלד זיי צילן.
אבער אין די זעלבע צייט וואס דער 3'ער איז אזא געלונגענער מענטש -וועלכער פארשטייט זיך מיט זיינע ארומיגע, לעבט גוט מיט זיי, טוט גוט זיין ארבעט און זוכט צו שטייגן- באהאלט ער אין זיך א געפערליכע פחד פון 'פארלירן', ער ציטערט אימת מות, אז ער זאל נישט פארלירן זיין גוטן אנזען און זיך ארויסשטעלן אלס 'לוזער'.
דער 3'ער האט אויך א שטארקער פראבלעם מיט זיינע גאר נאנטע מענטשן, מיט די מענטשן מיט וועמען ער וואוינט אינאיינעם, וויבאלד זיין ציל איז דאך צו 'פרעזענטירן' ווי א געלונגענער פערזאן, נישט אזוי ווייט ווי באמת זיין גוט, און דעריבער האט ער א שטענדיגע פחד אז אויב ער וועט זיין שטארק נאנט מיט איינעם, וועט זיין 'אמתע' פנים -וואס גלאנצט נישט אזוי שטארק ווי זיין 'פרעזענטירטע'- אויפגעדעקט ווערן. דאס מאכט אז אפילו דער 3'ער איז א ארנטליכער, פאראנטווארטליכער מענטש, איז אבער זייער שווער אים גוט ארויסצוהאבן.
דא ווערט גענצליך קאלט און טונקל אינעם טונעל... אויב איז אייך ביז איצט נישט געווען צום הארצן דאס געפירעכץ פונעם 3'ער, נאט אייך פרישע ברענשטאף.
וויבאלד זיין הויפט ציל איז צו 'הייסן' סוקסעספול; נישט צו 'זיין' באמת סוקסעספול, וועט ער טיילמאל פארציכטן אויף זאכן וואס ער וויל באמת, ער וועט אוועקקוקן פון זיין ריכטיגע גליק, און ענדערש טון וואס עס הייסט גוט ביי זיין סביבה. צום ביישפיל, אויב הייסט א סוקסעספולע דזשאב צו זיין א 'אינשורענס אגענט', ער וויל באמת נישט טון אזא סארט ארבעט, אבער וויבאלד ער צילט צו הייסן סוקסעספול, וועט ער ווערן א 'אינשורענס אגענט', כדי ער זאל ארויפגיין אין אלעמענס מיילער אלס סוקסעס, אפילו ער וועט זיך 'עסן דאס געזונט' און נישט אויסהאלטן יעדן איינציגן טאג פונעם דזשאב, ווייל 'סטאטוס סוקסעס' איז אים נויטיגער ווי 'ריכטיגע סוקסעס'.
א נאנטערן בליק אויפן 3'ער:
כ'מיין אז יעדער קען דא אריינשרייבן זיין אייגענע געשיכטע, יעדער האט פארט עטוואס 3'ערישקייט אין זיך, כוועל אבער פארט ברענגען א שטיקל ביישפיל.
ר' זרח דער גביר האלט ביים טון א שידוך מיט זיין טאכטער, זיין טאכטער איז באמת א געראטענע און קלוגע, און טייל שדכנים האבן אנגעטראגן שמואל דער שוחט'ס זון, א איידעלער און געשמאקער בחור.
זרח וויל אבער נישט הערן דערפון, ער ווארט אויפן שדכן וואס וועט אים אנטראגן דעם זון פון קלמן דער שטאטס גביר, הגם יענעמס בחור איז 'נישט אזוי איי איי איי', איז אבער וויכטיגער פאר זרח אז זיין 'אנזען' זאל נישט געשעדיגט, פיל וויכטיגער ווי זיין טאכטערס אמתע צופרידנהייט.
4- דער אינדיווידועליסט
די פאזיטיווע טייל: זיי זענען זייער געפילבארע מענטשן
די נעגאטיווע טייל: טיילמאל פירן זיי זיך אויף מאדנע און אנדערש פון אנדערע
א-י-נ-ד-י-ו-ו-י-ד-ו-ע-ל-י-ס-ט... א מאדנער ווארט? טא האבן מיר געגרייכט אין ציל! דער 4'ער צילט דאך צו זיין מאדנע... נישט ממש מאדנע, נאר עטוואס 'דיפערענט' פון אנדערע.
מענטשן מיטן 4'ערישן כאראקטער בויען זייער גאנצע וועזן אויף דעם אז זיי זענען אביסל 'אנדערש' און 'יחיד-במינו'דיג' פון אנדערע מענטשן, און דאס בויט זיי זייער גאנצע 'סעלף-קאנפידענץ', זיי שפירן זיך 'עפעס' נאר מיט דעם אז זיי טוען געוויסע זאכן וואס א 'נארמאלער' מענטש טוט נישט.
זיי ווייסן אבער גאנץ גוט אז זייער אנדערשקייט איז נישט אייביג א ברכה פאר זיי. עס איז טאקע א גוטע זאך, ווייל זיי קענען זיך שפירן עטוואס העכער פונעם 'פשוטן' מענטש, וועלכער גייט מיטן שטראם און האט נישט קיין אייגענע נייגונגען, זיי זענען דאך פון די 'העכער אריסטאקראטיע'; אבער זיי קענען דערפון האבן גרויסע שוועריקייטן, ווייל אפטמאל שטעלט זיך ארויס אז זייער אנדערשקייט האלט זיי צוריק פון געשמאקע הנאות וואס דער פשוטער המון עם האט, ווי למשל גיין צו א מסיבה ווי 'יעדער' גייט, וועט דער 4'ער נישט ציען צו גיין, ער וויל דאך נישט זיין 'פלעין'; ער איז 'אביסל אנדערש'.
און דער זאך, אז ביי פארשידענע זאכן לאזט ער זיך נישט הנאה האבן צוזאמען מיטן גאנצן עולם, קען שאפן אינעם 4'ער א געפיל אז עפעס פעלט אים, א געפיל פון דארשט און זוכעניש במשך זיין גאנצן לעבן. בכלל באהאלט יעדער 4'ער –ד.מ. יעדער וואס שפירט זיך ווי א טייל פון די 'העכערע און הימלישע אריסטאקראטיע'- טיפע געפילן פון זעלבסט-באשולדיגונגען און פחדים אז ער איז נישט גוט און דעפעקטיוו.
4'ערס זענען שטארק עמאציאנעל, פאר א 4'ער צו וויינען, איז אזוי ווי פאר א פשוטן מענטש צו עסן טשאקאלאד... ער וועט זיין די שנעלסטע צו וויינען הערנדיג א הארציגן ניגון, ווער רעדט נאך אויב האט עס הארציגע גראמען, און עס איז אים אויך א געשמאקע זאך, ער ווערט נישט צובראכן פון דעם, אדרבה, ער 'ענזשויעט' עס.
אויך זענען 4'ערס פול מיט 'קאמפלעקסן' און געפערליך 'סענסיטיוו'. זיי האבן א טיפע געפיל וואס פארלאנגט אז מענטשן זאלן זיי פארשטיין, אבער, ווי פארשטענדליך, באקומען זיי זייער גרינג דעם געפיל אז מען פארשטייט זיי נישט, זיי ווערן דעריבער אויפגעברויזט אויף די וועלט, און ווערן פארזינקען אין זייער עולם הדמיון.
זיי ווילן אייביג אנטלויפן פון די וועלט, א וועלט וועלכע זיי קוקן אן אלס אומברחמנותדיג און שלעכט. זיי ווערן געווארפן דורך זייערע גיסטעס, פון פרייד צו טרויער, פון אנגעזעצטקייט צו געהויבנקייט, און רוב צייט פון זייער לעבן פארברענגען זיי אין זייערע אינעווייניג-אויפגעבויטע 'שטעט' פון געפילן און נאכאמאל געפילן, זיי קענען זיצן און אוועק'דמיונ'ען לאנגע שעות אין איין צי, ווייל אין זייער דמיון איז קיינער נישט באלעבאס, זיי קענען דאס קאנטראלירן.
דער דארשטיגער געפיל פון עפעס 'העכערס' און עפעס 'מער אינעווייניגס', שאפט פארן 4'ער א אינטערעסע אין 'אַרט', ווי מוזיק און מאלערייען. גרויסע פאעטער אין די היסטאריע זענען אויך קאטעגאריזירט געווארן אלס 4'ערס.
דער 4'ער ווערט זייער שוואך ווען עס קומט צו זיין דיספאזיציע, און ער ברעכט שנעל אונטער ווען ער האט דאס מינדעסטע 'פרעשור' אדער 'סטרעס', טיילמאל קען ער, דורך זיינע פראבלעמען, אפילו אריינפאלן אין א דעפרעסיע, און אנשטאט צו זוכן א פראקטישע לעזונג צו זיינע פראבלעמען, וועט דער 4'ער שטיין הילפסלאז און ליבערשט פאנטאזירן ווי עס גייט קומען עפעס א סארט 'גואל' מיט פליגלען און אים ארויסנעמען פון אלע זיינע צרות.
5- דער פארשער
די פאזיטיווע טייל: טיפע טראכטערס
די נעגאטיווע טייל: א פחד זיך צו טרעפן 'פנים אל פנים' מיט די וועלט
איר פארשטייט אוודאי נישט די קאמבינאציע פונעם 5'ערס נעגאטיווע טייל מיט זיין פאזיטיווע, לאמיר גיין צושטאטליך און פארשטיין דעם 5'ער אדורך און אדורך.
מענטשן וועלכע באזיצן דעם כאראקטער, האבן א שטענדיגע פחד אז זיי האבן נישט גענוג אינערליכע שטארקייט צו 'פעיסן' די וועלט פנים אל פנים, דעריבער זוכן זיי אייביג זיך צו דערווייטערן און זיך אריינציען אין די זיכערקייט און באשיצטקייט פון זיין מח און מחשבה, וואו ער קען רואיג דורכטראכטן יעדע זאך און פלאנירן גענוי וויאזוי ער וועט דאס דורכמאכן און אריבערגיין.
זיי שפירן זיך זייער שטארק באקוועם און ווי אינדערהיים אין זייער מחשבה. אויך זענען רוב 5'ערס קלוגע, אינטעליגענטע מענטשן', און דאס העלפט זיי אז זיי באקומען זייער שנעל א עקספערטיז, אין סיי וועלכע פעלד זיי לייגן זיך נאר אריין.
זיי זענען אויך די סארט מענטשן וועלכע ליינען אסאך, זיי זענען די וועלכע ליינען אדורך יעדעס שילדל אין עירפארט, און יעדע בראשור און ליפלעט אינעם דאקטארס אפיס, 5'ערס ליינען א גאנצן טאג ביכער פון אינפארמאציע איבער דאס און יענץ; אפשר וועט זיי דאס ארויסהעלפן אין זיך אויסקומען מיט זייער לעבן.
5'ערס זענען –אפילו מיט זייער שטארקן אינטעליגענץ און געלונגענקייט- זייער עקסצענטריש און זיי שטייען אוועק פון צענטער פון יעדע זאך; ער וועט ענדערש שטיין אין ווינקל און אבזערווירן. אויך האט דער 5'ער א שטארקער פראבלעם, ווייל ער האלט אז ער דארף טוישן זיין געדאנקענגאנג, כדי אז אנדערע מענטשן זאלן דאס אויך אקצעפטירן, אינדערצייט וואס ער זאגט זיך אפ פון די פרייהייט צו קענען טראכטן וויאזוי ער וויל, און נישט עס דארפן טוישן לויט די מענטשן.
אין די זעלבע צייט וואס ער איז אזוי באקוועם אין זיין וועלטעלע פון מח און מחשבה, האט אבער דער 5'ער א געפערליכע פראבלעם וויאזוי צו האנדלען מיט זיינע עמאציעס און עמאציאנאלע פראבלעמען', זיי זענען שטארק שעמעוודיג און צוריקגעצויגן, זיי וועלן טראכטן טויזנט מאל איידער זיי גייען ערגעץ, צי זיי זענען גענוג 'וועלקאם' דארטן, צי נישט, אזוי אויך זענען זיי זייער זעלבסטשטענדיג, און זיי וועלן זייער זעלטן בעטן הילף פון אנדערע, וועלכע ווילן זיי גאנץ מעגליך גאר שטארק העלפן, נאר זייער שטארקע צוריקגעצויגנקייט און אומבאקוועמליכקייט מיט אנדערע מענטשן, ווייזט דאס אויטאמאטיש צוריק.
אויב האט איר זיך דערזען אלס א 5'ער, גרייט אייך מיט שפאנונג, דא ליגט דער שווארצער סוד און די נישט-גוטע זייט פון אים: דער 5'ער איז גאר סענסיטיוו, ווייל ער שפירט אז ער איז נישט גענוג בכח צו קעמפן מיט די שוועריקייטן פון די וועלט, און צו מאכן א קאמפראמיס, אז זיין שוואכקייט –די סענסיטיוויטעט- זאל אים נישט מאכן שפירן ווייניגער ווערד, וועט דער 5'ער טיילמאל אדאפטירן א געפירעכץ פון 'וועם גייט עס אן' אויף יעדע זאך, אדער גאר וועט ער זיך אנהייבן פירן מיט אינטעלעקטועלער אראגאנץ און אנגעבלאזנקייט, טיילמאל וועלן מיר אפילו ווערן וויי געטון פון זיין אויפפירונג, אבער מיר ווייסן שוין אז ער טוט דאס בלויז ווייל דאס העלפט אים לעבן; דאס טיילט אים אפ פון די וועלט אין וועלכע ער האט אזוי מורא אנצוגיין, אנדערש וואלט ער געהאט א פחד צו לעבן מיט מענטשן.
און די שווערסטע וועט טאקע זיין פארן 5'ער ווען ער וועט פרובירן צו פאררעכטן דעם דערווייטערונג –וואס אנדערע מענטשן האבן זיך דערווייטערט פון אים- וועלכע קומט דורך זיין אראגאנץ, ווייל, ווי שוין פריער געשמועסט, ער האט זייער שוואכע סאציאלע באהאוונטקייט, אבער ווען ער ווערט יא נאנט מיט איינעם, און פאר יענעם עפנט ער זיך דאס הארץ, קען ער זיין זייער א נאנטער און איבערגעגעבענער פריינט.
6- דער לאיאליסט
די פאזיטיווע טייל:זיי האבן שטענדיגע פאביעס אז גארנישט איז נישט גוט און פארזיכערט, דעריבער זענען זיי גאר וואכזאם איבער פראבלעמען
די נעגאטיווע טייל:זיי געטרויען נישט קיין שום זאך אדער מענטש
"אבער אפשר וועט ער מיר אויסשפילן און נעמען א צווייטן?", "אפשר קען מען זיך אפילו נישט פארלאזן אויף זיי?", "ווער ווייסט וואס עס קען נאך געשען?!", "דער באשעפער זאל שומר ומציל זיין!".
דאס זענען די מחשבות וועלכע לויפן דעם 6'ער א גאנצן טאג אין קאפ. מענטשן מיטן נומער 6 כאראקטער טיפ, שפירן אייביג אומזיכער, און זיי האלטן אז קיין שום זאך איז נישט גענוג סטאביל און נארמאל אז מען זאל זיך קענען דערויף פארלאזן.
דער צענטראל-פונקט פונעם 6'ער, איז פחד און ענקזייעטי, און טאקע דערפאר, איז זייער שווער צו קענען גענוי אנווייזן און ארויסהאבן אז 'דער און דער איז א נומער 6', ווייל ענקזייעטי קען אויסקלאפן אויף פארשידענע אופנים, וואס איז ביי קיינעם נישט די זעלבע, וואס איז אבער יא די זעלבע ביי אלע 6'ערס איז, יא איר האט צוגעטראפן, אז אלע האבן זיי א געפערליכע פחד, וואס קאנטראלירט זיי און מאניפולירט זיי א מיט א משונהדיגע קראפט, און עס מאכט אז זיי זאלן זיך נישט אויפהערן צו זארגן און זארגן, און כסדר אויסדמיונען פון אלע זאכן וואס קענען אלץ פאסירן.
עס איז טאקע א שטיקעלע מתנה אז זיי זענען אזוי וואכזאם צו מעגליכע פראבלעמען, ווייל פאקטיש דערשמעקן זיי שנעל אויב עס רוקט זיך אן א ערנסטער פראבלעם, און מען קען עס דאדורך ראטעווען, אבער עס נעמט זיי אוועק דאס מנוחת הנפש און רואיגקייט, וואס א מענטש דארף אזוי וויכטיג האבן.
די שטענדיגע פחד, אז עפעס שרעקליכעס קען און גייט זייער מעגליך פאסירן, שאפט אינעם 6'ער א שטארקע געפיל פון חשד אויף יעדע זאך צו זיין דיספאזיציע. דער 6'ער וועט נישט אזוי שנעל שענקען צוטרוי פאר א צווייטן מענטש, ער וועט זיין אומזיכער מיט יעדן, אפילו יענער מיינט באמת זיין גוטס. ער וועט בלויז אויסוועלן א פריינט, נאכן אים פעסטשטעלן אלס לאיאל און טרויבאר, און אט די נקודה קען זיך ארויסשטעלן ווי א צוויי-זייט-שפיציגער שווערד פארן צווייטן, ערשטנס, ביז ער 'אפראווד' אז מען קען דיר טראסטן און דו וועסט אים נישט פארראטן און אים נישט טון קיין שלעכטס. צווייטנס, אז ווען ער ווערט שוין יא גוט מיט איינעם, וועט ער יענעם נישט אפלאזן, אפילו ווען יענער וועט שוין נישט האבן קיין געדולד צו אים, און די סיבה דערצו איז וויבאלד ער ווייסט אליינס אז צו טרעפן א טרויבארער מענטש איז נישט פון די גרינגע זאכן, און דעריבער איז פארלירן אזא פריינט, אויך פון די נישט געשמאקע זאכן, וועט ער אלס רעזולטאט נודנען יענעם און אים נישט אפלאזן.
דער 6'ער האט אויך אין זיך זעלבסט א שטארקע קאנפליקט, וויאזוי אויפצונעמען אויטאריטעט העכער זיך, ווייל פון איין זייט שענקט ער טאקע נישט קיין צוטרוי פאר קיינעם נישט און ער איז חושד אלץ און אלעמען, אבער פון די אנדערע זייט זוכט ער יא איינעם וואס ער קען זיך אויף יענעם שטארק פארלאזן, און אננעמען יענעמס אויטאריטעט אויף זיך.
און בכלל איז פאראן צוויי פונדאמענטאליסטישע דיפערענצן אינעם וועג וויאזוי דער 6'ער וועט אויפנעמען און האנדלען מיט זיינע שטענדיגע פחדים. טייל 6'ערס אדאפטירן א געווענליכע סטיל פאביע, וואס מאכט זיך ביי אסאך מענטשן, און דערפאר קענען זיי –טראץ זייערע שוועריקייטן- זיך אויפפירן פארהעלטניסמעסיג נארמאל צווישן אנדערע מענטשן, און אנדערע ליידן נישט אזוי שטארק דערפון; אבער עס זענען פאראן 6'ערס וועלכע אדאפטירן א אבנארמאלע וועג וויאזוי צו האנדלען מיט זייערע פחדים, און דאס ווערט אנגערופן 'קאנטראפאביע', ד.מ. אז ער גייט ארויס אין א קאמף קעגן זיינע פחדים, און ער ווערט אגרעסיוו קעגן יעדע זאך אדער מענטש וואס קען אים מעגליך שעדיגן. 6'ערס וועלכע זענען 'קאנטראפאביק' ווערן שלעכט, זייער אויפפירונג וועט זיין 'ביטער ווי א זית', און אנשטאט צו נעמען אויף זיך אן אויטאריטעט פון אנדערע, וועט ער זיך אויפפירן רעבעליעז און אנטי-אויטאריטעט.
רוב פון די 'קאנטראפאביק' 6'ערס, כאפן זיך אפילו נישט אז פחד און ענקזייעטי איז דאס וואס ברענגט אז זיי זאלן זיך אויפפירן מיט דעם סארט שלעכטע געפירעכטס, אין פאקט ווייסט נישט קיין איין 6'ער געהעריג וואס גענוי עס מאטיווירט אים צו טון וואס ער טוט, ער ווייסט נישט אז ווען ער געטרויעט נישט קיינעם, קומט דאס פון פשוטע פחד, און דעריבער קענען זיי זיך גרינג איינרעדן אז זיי זענען נישט קיין 6'ערס. למשל, א אינטעלעקטועלער נומער 6, וועט טראכטן אז ער איז א נומער5, ווייל אין פאקט האט דער 5'ער אויך א שטענדיגע פחד פון די וועלט, אבער אנדערש פונעם 5'ער, האט דער 6'ער -אין רוב פעלער- א פראקטישן צוגאנג צו יעדע זאך אין זיין לעבן.
7- דער ענטוזיאסטישער
די פאזיטיווע טייל: זיי זענען שטענדיג פארנומען מיט טראכטן וויאזוי מען קען מאכן א לעבן
די נעגאטיווע טייל:זיי טוען דאס נאר ווייל זיי ווילן דערמיט אנטלויפן פון נעגאטיווע געפילן און רעאליטעט
די מענטשן וועלכע פארקערפערן אין זיך דעם 7'ער כאראקטער פערזענליכקייט, זארגן אייביג אז זייער לעבן זאל זיין פאר זיי פול מיט חיות און אינטערעסאנטקייט. זיי זענען די סארט מענטשן וועלכע קוקן שטענדיג אויפן צוקונפט, זיי רוען דערפאר קיינמאל נישט, ווייל שטענדיג טראכטן זיי אז עפעס בעסערס ווי יעצט, ערווארט זיי 'עראונד דע קארנער'.
זיי זענען אויך איבערגעפילט מיט מעלות און גוטע חלקים. זיי זענען זייער שנעלע טראכטער. זיי זענען אייביג פארנומען מיט מאכן און אויסשטעלן וואס און וויאזוי עס וועט זיין. א גרויס חלק פון 7'ערס זענען פול מיט טאלאנטן, שעפעריש און אויסטרעפעריש. אלס ענטוזיאסטן טראכטן זיי נאר פון די גוטע חלקים פון יעדע זאך; זיי ווילן נישט זען –אויף קיין שום וועג- ווי מענטשן קוקן אויף די שלעכטע חלקים פון דער מענטשהייט.
זיי זענען זייער פראקטישע מענטשן, און זיי קענען זייער גוט פארקויפן און מסביר זיין פאר אנדערע מענטשן זייער שיטה און מהלך, און דערמיט אריינברענגען זייער ענטוזיאזם אין די מענטשן מיט וועמען זיי קומען אין באריר.
ווען דער 7'ער זאל ווען קאנצעטרירן זיינע טאלאנטן אין א געוויסע ביזנעס פעלד, וואלט ער געווען גאר שטארק סוקסעספול, דער פראבלעם איז נאר אז קאנצעטרירן און צילן צו א ציל איז נישט גרינג פארן 7'ער; ער גלייבט דאך אז עפעס בעסער קען קומען 'יעדע ליאדע מינוט', עס איז אים שווער צו פארשמעלערן זיינע אפציעס און אויפארבעטן וויפיל ער האט יעצט, ווייל "פארוואס זאל איך זיך פלאגן פאר אומזיסט? כ'גיי דאך באקומען פרישע מעגליכקייטן באלד!".
דער הויפט פראבלעם פונעם 7'ער איז אז זיין שטופ צו פארגעניגן און 'ענזשוימענט' איז קאמפולסיוו. דער 7'ער האט אין זיך א שטענדיגע פחד פון נעגאטיווע מחשבות איבער זיך, זיי ווילן נישט קיינמאל טראכטן אז זיי זענען נישט גוט, און דעריבער זוכן זיי דאס אויסצומיידן דורך אוועקלויפן פון מחשבה און זיין פארנומען, אזוי ארום נישט צו דארפן טראכטן. זיי וועלן דעריבער לויפן א גאנצן טאג און פרובירן צו בארואיגן זייער שרעק פון דארפן טראכטן, און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס 7'ערס זענען מער אויסגעשטעלט צו ווערן 'עדיקטעד' צו סיי וועלכע זאך, צי איז דאס 'שאפינג', 'געמבלען', 'דראגס' און ארגערס.
7'ערס האבן א שטארקע מיינונג איבער זיך. זיי צילן נאר צו זייערע מעלות און טאלאנטן, און זיי פרובירן צו באהאלטן זייערע שוואכקייטן. וויבאלד זיי זענען אזוי, קענען זיי שווער פארשטיין אנדערע מענטשן וועלכע פלאגן זיך מיט פראבלעמען, פיזישע ווי גייסטישע, ווייל זיי האבן דאך –כלומרשט נישט קיין שום פראבלעמען, זיי פארהוילן דאך פון רעאליטעט. דאס אוועקפליען פונעם רעאליטעט פון נעגאטיווע עמאציעס און שלעכטע געפילן, איז דער באראמעטער איבער די גייסטישע געזונט מצב פונעם 7'ער: ווי שטארקער ער זוכט צו אנטלויפן פון רעאליטעט, און זוכט זיך צו בויען אויף לופט און צייטווייליגע פארוויילונג, אלס שטארקער וועט זיין דער אויסברוך ווען ער וועט, מיט געוואלד, אריינפאלן אין רעאליטעט; עס קען אים פירן צו שטארקע דעפרעסיעס און 'ענקזייעטי'.
8- דער דאמינירער
די פאזיטיווע טייל:זיי נעמען אייביג איבער דעם רעדל
די נעגאטיווע טייל:זיי טוען דאס ווייל זיי ווילן נישט ווערן געפירט דורך אנדערע
אנטשולדיגט, דו וועסט מיר נישט זאגן וואס צו טון! קענסט זיין א צווייטנס באלעבאס! די און ענליכע ווערטער וועט איר זייער אפט הערן פונעם 8'ער, ווייל דער 8'ער וויל נישט ווערן קאנטראלירט דורך אנדערע. אבער נישט ווייל ער וויל זיך אויפפירן ווי א חיה פון וואלד; ער האלט אז ער קען אליינס.
אבער נישט נאר דורך אנדערע מענטשן וויל ער נישט קאנטראלירט ווערן; ער האט אויך נישט ליב ווען זיינע מצבים קאנטראלירן אים, ער וויל זיין גענצליך בעה"ב און אין קאנטראל אויף זיין מצב.
זייער שטארקע פחד אז אנדערע זאלן זיי נישט קאנטראלירן, וועט ברענגען דערצו –אלס קאנטער-רעאקציע- אז ער זאל קאנטראלירן אנדערע. אויב דער 8'ער איז א געזונטער מענטש –פון גייסטישן שטאנדפונקט- וועט ער דאס נישט ארויסווייזן, אבער עס ליגט אין אים און עס קען יעדע ליאדע מינוט אויסברעכן, וואס דאן ווערט ער דאמינירנד און פארלאנגעריש אויף גאר א שלעכטן אופן.
8'ערס האבן זייער שטארקע אינסטינקטן און פיזישע אפעטיטן, וואס זיי ווייזן ארויס אנע בושה אדער שולד געפילן. זיי ווילן זייער אסאך ארויסנעמען פון זייער לעבן און זיי האלטן אייביג אז זיי זענען פולקאם גרייט צו עררייכן אלעס וואס פארשמעקט זיי. זיי דארפן דעריבער זיין פינאנציעל-אומאפהענגיג, דאס מיינט אז זיי דארפן אליינס פארדינען זייער געלט, פון ארבעטן פאר זיך; נישט אונטער א צווייטן –זיי קענען נישט ארבעטן אונטער א בעה"ב.
ליבשאפט און צו שטארקע נאנטקייט איז סם פארן 8'ער, ווייל ביי ליבשאפט פארלאנגט זיך אפט צו לאזן געפירט ווערן דורך א צווייטנס געפילן, און דאס איז דאך איינס פון די שטערקסטע פחדים פונעם 8'ער. אבער ווען ער געטרויעט איינעם, און –פארשטייט זיך- ער ווייסט קלאר אז יענער איז אונטער אים; נישט פארקערט, וועט ער ווערן זייער נאנט מיט יענעם, און יענער וועט בענעפיטירן דערפון אויך, ווייל ווען דער 8'ער איז אין קאנטראל, נעמט ער זייער גוט 'קעיר' פון זיינע מענטשן.
דער 8'ער איז זייער אויסגעשטעלט צו ווערן שנעל אין כעס. ווען ער ווערט וויי געטון, פארלירט ער זיין באלאנס און ער ווערט אויפגערעגט אזש ס'איז א פחד צו שטיין אין זיינע ד' אמות. עס זענען בכלל דא 8'ערס וואס זענען גרוילליך-אגרעסיווע מענטשן [וואס דאס קומט פון זייער שטענדיג פחדים אז א צווייטער זאל זיך נישט וואגן זיי צו קאנטראלירן] און זיי האבן א הנאה פון טשעפען מיט אנדערע מענטשן וועמען זיי קוקן אן אלס שוואך און נאריש. די סארט 8'ערס קענען זיין ברוטאל און סכנהדיג.
איך מיין אז אין די תורה איז דא א נאמען פאר אים: פרא אדם
9- דער שלום-מאכער
די פאזיטיווע טייל: ער זוכט שלום און הארמאניע
די נעגאטיווע טייל: 'טשעינזש' קענען זיי נישט פארנעמען, עס שטערט די רואיגקייט
מענטשן פון דעם סארט כאראקטער, וויל אייביג זיין רואיג און בשלום, ער האט נישט ליב קיין קאנפליקטן. נישט נאר מיט אנדערע מענטשן זוכט ער צו לעבן אין הארמאניע, נאר אין זיך זעלבסט זוכט ער אויך אייביג נישט אנצואווערטשאפטן קאנפליקטן און ספיקות, אזוי צו טון אדער אזי צו טון. אלס רעזולטאט דערפון וועט ער –ווען ער וועט זען אז עס קומט א מצב וואו עס וועט אויסברעכן א קאנפליקט [סיי אין זיין אייגענעם מח, סיי מיט אנדערע] וועט ער אויפהערן צו לעבן, פשוט און פראסט, ער וועט נישט זוכן א לעזונג דערפאר, ווייל אויב עס איז אריינגערעכנט קאנפליקטן קען ער דאס נישט אויסהאלטן, ער וועט ענדערש אויפגעבן אינגאנצן.
אמת, עס זענען דא 9'ערס וואס פירן מער א אקטיווע און סאציאלע לעבנסשטייגער, אבער דאך וועלן זיי אייביג זיין 'ארויסגעסיינט' און נישט-צום-באקומען ווען עס קומט א קאמפליצירטע מצב, כאילו דאס וועט זיי ראטעווען פון שווערע מצבים אין זייער לעבן און זיי דערלאנגען 'פיס-אוו-מיינד'.
אויב די וועלט איז צעטיילט אין צוויי סארטן מענטשן. אזעלכע וואס גייען מיטן שטראם און אזעלכע וואס גייען קעגן שטראם, איז דער 9'ער איינער וואס גייט מיטן שטראם. ער טוט דאס וויבאלד אזוי איז ער מער באשיצט פון אינערליכע און אויסערליכע קאנפליקטן, אבער דאס שטעלט זיך ארויס אלס מעלה פאר אים, ווייל ער לעבט דעריבער זייער גוט מיט אנדערע מענטשן.
בכלל איז דער 9'ער היפש באליבט ביי זיינע ארומיגע און נאנטע פריינט. ער געטרויעט אזעלכע מענטשן וועלכע זעען נאר גוטס אין אנדערע. ער האט אן אפטימיסטישן ציל אין לעבן, ער האלט אז אלעס וועט זיך אויסארבעטן און פאלן אין פלאץ. ער האט ער זייער ליב נאטור, וועלדער און פעלדער, און ער האט א סאלידע און רואיגע צוגאנג צו אנדערע, רוב 9'ערס זענען דעריבער געלונגענע עלטערן פאר זייערע קינדער.
דאס ערגסטע איז פארן 9'ער ווען עס קומט צו 'טשעינזש', ווען עפעס, א מצב, א צייט, א סביבה טוישט זיך קען ער עס גאר שווער פארנעמען, ווייל ער האט דאך מורא אז מיטן נייעם מצב וועט קומען פרישע קאנפליקטן. ווען דער 9'ער איז שוואך, אין גייסטישן זין פון ווארט, קען 'טויש' אים זייער שווער אפעקטירן.
מען קען זיך טועה זיין און טראכטן אז דער 9'ער איז אזוי ווי דער 4'ער. אבער ווען מען וועט גוט אריינטראכטן, וועט מען זען אז דאס וואס דער 9'ער האט ליב נאטור און שטילקייט איז נישט ווייל ער וויל דערמיט עפעס אויסמיידן און דאס איז זיין לעבנססטיל; ער האט דאס ליב ווייל דארטן איז רואיג און הארמאנירט. אין צוגאב צום פאקט אז 9'ער –ווי געשריבן- איז א מענטש וועלכער גייט מיטן שטראם, אנדערש ווי דעם 4'ער וועלכער גייט –אומווילנדיג- קעגן דעם שטראם.
דער איינסער האט געשריבן:די גאנצע זאך איז שטותים והבלים. כ'גלייב אז די רבי וואלט נישט געהאלטן דערפון, די ביכל איז אריגינעל געשריבן אויף העברעאיש, מ'טאר עס נישט ליינען! (דער עקסטרימער איינסער: מנהלים שפארטס אפ דעם אשכול!
דער צווייער האט געשריבן:כ'האב די ביכל ביי מיר, כ'וועל שפעטער ארויפלייגן א PDF אויב איינער דארף עס.
דער דרייער האט געשריבן:כ'קען די נושא דורך און אדורך, ווער ס'קען נישט די נושא האט נישט וואס אריינצורעדן דא!
דער פירער האט געשריבן:אה ב"ה איינער האט געעפנט אזא אשכול, יעצט וועט מיך שוין אפשר איינער פארשטיין...
דער פינפער האט געשריבן: קוקט אויס אינטערעסאנט, כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון דעם, ווי קען
איך זעהן מער דערוועגן?
דער זעקסער האט געשריבן:פארוואס מאכן נישט די מנהלים א אפציע ס'זאל שטיין ביי יעדע ניק וועלכע נומבער ער איז? וויאזוי דארף איך וויסן וועלכע נומבער איך בין? ווי איז ארענדער ווען מ'דארף עם?
דער זיבענער האט געשריבן:א באנדע אנגעזאטלטע חברה דא... הו קעיר'ס וועלכע נומבער דו ביסט? סטאפ צו רעדן פון דעי אנגעזעצטע טאפיק און מאך א לעבן...
דער אכטער האט געשריבן:צום זאך איז נחסם פארן פרובירן צו דערגרינטעוון די נומבער פון א מנהל.
דער ניינער האט געשריבן: לאמיך מאכן א קאווע, פארייכערן א ציגרעטעל, קום ארויס אויפן פארטש און לאמיר הערן וויאזוי די אניגאראם'ס ארבעט...
סאכדעס האט געשריבן:צום זאך, כאב זייער זייער הנאה געהאט..... האסט מיך געמאכט רילי שמייכלן.... (וואס פאר א נומער איז דאס?)
לכתחילה, מ'האט דיך געפאקט ביי די גניבה פאר 7?
פארוואס האלסטו אז די מיינונג פון א גראפילוג איז מאסגעבנד אויף חכמת ה'אנאגרמה?yield האט געשריבן:עקספלעין
שטארק זיך האט געשריבן:אבער ילמדינו רבינו! וואס - פאר א גוט יאר - האט דאס מיט אנאגראם?
yield האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט פון א גראפאלוג אז די גאנצע חכמה איז שטותים ווייל א מענטש טוישט כסדר זיין שריפט די זעלבע קען מען זאגן כלפי אונזער נושא הגם א מענטשנס מידות איז מער static אבער ווען מעסט מען די אניאגראם אלץ בעבי, אלץ יונגל, בחור, אינגערמאן? איך האלט א מענטש טוישט זיך כסדר און מוז זיך טוישן לויט די אומשטענדן so ס'קומט צו פליגלען מיט כתף ונטף איך פערסאנעל האב געלייינט די בוך פון אדהאן כ'האב דעמאלטס געהאלטן אז ס'יז ריכטיג אבער כ'בין שוין נישט איבערצייגט.
סאכדעס האט געשריבן:און מתבונן וואלט איך נישט אוועקגענומען אזוי שנעל פון 1
מתבונן האט געשריבן:ווי איז שלעפשיץ פארלוירען געווארען?
מתבונן האט געשריבן:yield האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט פון א גראפאלוג אז די גאנצע חכמה איז שטותים ווייל א מענטש טוישט כסדר זיין שריפט די זעלבע קען מען זאגן כלפי אונזער נושא הגם א מענטשנס מידות איז מער static אבער ווען מעסט מען די אניאגראם אלץ בעבי, אלץ יונגל, בחור, אינגערמאן? איך האלט א מענטש טוישט זיך כסדר און מוז זיך טוישן לויט די אומשטענדן so ס'קומט צו פליגלען מיט כתף ונטף איך פערסאנעל האב געלייינט די בוך פון אדהאן כ'האב דעמאלטס געהאלטן אז ס'יז ריכטיג אבער כ'בין שוין נישט איבערצייגט.
ווייטער אומפארשטענדעניש. דער אניאגראם לייגט אראפ א מטרה פונעם מענטש. דער מטרה ברענגט מיט זיך פארשידענע מעשים וואס טוישען זיך ווי מער דער מענטש דיוועלעפט זיך. זאג פאר יענעם גרפולוג זאל ליינען די בוך וואס האט צאמגעשטעלט גרופולוגיה מיט די אניאגראם http://ushamullan.com/books/.