שטארק זיך האט געשריבן:וואו איז מר מתבוננן ווען מען ברויך אים?כהאף עריז נישט אריין אין באהעלטעניש פאר נאך א צוויי יאר.
אטא דא בין איך.
זייער אויבערפלעכליך. בכלל נישט לעומק. כדי צו פארשטיין די טיפקייט פארלאנגט זיך א שטיקל הקדמה.
דאס איז א קלארע זאך אין קבלה און חסידישע ספרים אז עס זענען ד 'שרשי המידות' וואס פון דעם טיען זיך ציען די אנדערע מידות. דאס איז בכלל נישט קיין האנטיגע אויפקום. פון די ערשטע מקורות איז ר' חיים וויטאל אין שערי קדושה ווי ער ברענגט ארויס מיט די ד' יסודות, וואס פון דעם קומען ארויס די אנדערע מידות. דאס הייסט אז 'אש', אדער ווי סווערט אנגערופן און אנדערע ספירם אלס דער 'כח המכלה' איז א געוויסע שורש פאר זיך וואס טוט פראדיצירן נאך מידות. נאך שפעטער ספרים זעט מען אפילו מייחס זיין געוויסע שרשי המידות צו די עשר ספירות וואס יעדער האט א געוויסע שורשדיגע מדה וואס פון דעם איז זיך מסתעף די אנדערע מידות. דאס הייסט, יעדער האט מדת ה'חסד', אבער ביי דער וואס זיין שורש איז מדת הגבורה, איז זיין 'מיזוג' פון חסד אנדערש ווי ביי דער וואס זיין שורש איז מדת התפארת, אא"וו. די נקודה איז נוגע אפילו צום 'שורש הנשמה' פונם מענטש. ווי באקאנט איז אז 'זה לעומת זה עשה א-לקים', יעדע זאך וואס איז דא אין די מדת הקדושה איז דא ביי די סטרא אחרא. פונקט ווי אין רוחניות איז דא א געוויסע שורש, אי די זעלבע שורש אויך אין די 'נפש הבהמיות', וואס דאס איז די טבע'דיגע נאטור פונעם מענטש.
די עצם שורש פונעם נפש הבהמיות ציט די זעלבע זאך וואס עס ציט די נפש הא-לקית, נאר די חילוק איז, אז די נפש הא-לקית זוכט עס כדי צוצקומען נעטער צו רוחניות, און די נפש הבהמיות כדי צוצוקמען נענטער צו גשמיות – זיינע 'אייגענע' צרכים. ווי מער א מעטש כאפט זיך זיין 'שורש' וואס צוט איהם אויף די וועלט וועט איהם זיין גרינגער עס אויסצונצן אויף א וועג עס זאל ברענגן א תועלת פאר רוחניות, אויב נישט, וועט איהם דער 'שורש' אריינלייגען אין שאול תחתית אריין, או זיכן צופרידן צו שטעלן 'זיין' וועלט. אבער דעמלטס קען זיין ביטער, ער וועט דארפן אכטונג געבן עס זאל נישט צוקומען צו א מצב ער זאל דארפן נעמן זולופט אדער פרויזעק וכדו'.
לאמיר געבן א ביישפיל פונעם ניינער. די שורש פונם ניינער ווי עס זעהט מיר אויס איז 'מדת ההוד' – מדת ההודיה והביטול, מידתו של אהרן הכהן – אוהב שולם ורודף שלום (עס איז דאך ל"ג בעומר, מידת הוד שבהוד). די רוחניותדיגע אפטייטש דערפון איז, ביטול פארן אויבערשטן, דאנקן דעם אויבערשטן פאר זיינע חסדים וכדו', עס איז אזוי גוט און פיין. דער ניינער קומט אראפ אויף די וועלט און ער פאנגט אהן צו זוכן איין הויפט זאך. ער ווייסט אז דאנקן און לויבן און האבן ביטול - פילן 'איינס' מיטן אויבערשטן, איז ממש א must, אן דעם גייט נישט. 'וועל איך דאס אויך האבן אויף די וועלט?' טראכט צו זיך דער ניינער. 'איז שייך צו פילן די דאזיגע 'הורמוניה' אין די רוישיגע וועלט אויכעט?' נישט כאפענדיג גייט דער קליין קינד אנהויבען זיכן 'הורמוניה' כדי 'זיך' צופרידן צו שטעלן. א קינד פארשטייט נישט אז די מידה איז דא אין איהם כדי דאס זאל איהם העלפן ווערן נענטער צום אויבערשטן, א קינד איז דאך נאר א קינד. איז ווילאנג עס פארט 'גיט', איז דאך גיט, אבער גייט דען אלעמאל גוט? וואס געשעט אויב עס איז 'פערצאפאל' דא אסאך קריגערייען אין שטוב וואס דאס איז גרויסע 'סתירה' צום ניינער קינד אין זיין וועלט! ווי אזוי גייט דער ניינער טרעפן זיין ווינטש? ער האט נישט קיין ברירה נאר זיך אביסל איינקוטשענען אין זיך אזוי ווי א טורטעל אינטער זיין שטיינרנעם גוף, און אזוי... איז ער צירוק ב'שלום', אלעס איז אלרייט. יעצט האט ער ווייטער זיין מטרה אין לעבן. יעצט קען ער שוין גיין אין חדר רוהיגערהייט. למעשה קומט ער אהן אין חדר - אביסל איינגעקוטשעט אין זיין שעל – און פאנגט אהן צו שפילן מיט די קינדער ביי ריסעס. פארשטייט זיך אז צווישן קינדער איז אויך דא סכסוכים, ווער זאל זיין די גלח? ווער איז די הויפט? דער ניינער ווערט אביסל פארלוירען, ער האט שוין גענוג געהאט אביסל אינדערהיים נעכטן, און דא ווייטער אין חדר. שוין נישטא קיין ברירה, ער וועט מסכים זיין וואס 'אנדערע' זאגן. אויב מהייסט איהם זיין די גלח, איז ער גלח, אויב מהייסט איהם זיין די קעטשער, איז ער קעטשער, אזוי איז ער פארזיכערט אויף הינדרעט פראצענט אז קיינער גייט זיך נישט ציקריגען מיט איהם. זיין 'ביטול' ארבעט זייער גוט פאר 'זיך'.
ער וואקסט אויף און גייט אריין אין ישיבה ווי 'דער וווילער בחור' וואס מאכט נישט קיין טראבעל (זאל ער זיך נאר וואגען צו מאכן עפעם טראבעל... אויס מטרה...), און... די 'אכטערס' אדער די 'דרייערס' פאנגען אהן צו כאפן וואספארא פישל זיי האבן דא. ארלעדיגט, ער גייט יעצט ווערן די שלאק (ער דערוואגט זיך דאך קיינמאל נישט צו זאגען ניין...). מיט די צייט פאנגט דער ניינער אהן צו כאפן, העי... וואס גייט דא פאר? וואס מאכט מען פון מיר? זאל איך זאגן 'ניין'? וועט דאך זיין צרות. זאל איך ווייטער זאגן 'יא', בלייב איך די שלאק, אלזא וואס טוט מען? (פארשטייט זיך אז דאס איז נישט און באווסטזיין פונעם ניינער, ווען יא, וואלט ער זיך שוין געכאפט אין זיין פלאנטער באצייטענס...). די נעקסטע מאל וואס אן אכטער וכדו' גייט 'קער' נעמן פונעם ניינער וועט דער ניינער זאגען, 'יא יא, איך קום שוין!' דער אכטער ווארט און ווארט, און ער ווארט נאך אלץ. נאך אפאר מינוט זיכט ער אויף דעם ניינער און פוסקעט איהם אריין אין באבענס באבען אריין, 'דו פארשטייסט נישט וואס מרעד צו דיר?!' דער ניינער אנטשולדיגט זיך מיט אנגענעמע שמייכל, 'זיי מיר מוחל, איך האב באמת פארגעסן...' מקען ממש צולאזט ווערן פון די תעמישקייט פונעם ניינער. אבער דאס איז עס, דער ניינער האט זיך אויסגלערנט א נייעם וועג, איך זאג 'יא', ווען איך מיין באמת 'ניין', קיין אנדערע וועג איז נישטא, אזוי האב איך אלע וועלטן, איך צוקריג מיך נישט מיט קיינעם, און איך טו מיר וואס איך וויל. אבער... דער בחור וואקסט אויף, ער ווערט א חתן, האט חתונה, און ער דארף נעמן די אחריות פון א שטוב, דא הייסט די עקרת הבית אויפוקען די ארדער פון פלוני אלמוני וכו' וכו'. נאך א פאר שעה פרעגט די ווייב, נו ווי איז די ארדער וואס איך האב דיך געבעטן? דער יונגערמאן האט פארגעסן אז ווען מזאגט פאר א ווייב 'יא' מיינט עס 'יא'. פלוצלינג דערזעהט זיך דער ניינער צירוק אין א גרויסע דילעמא, וויאזוי צו טון וואס מבעט פון איהם האט ער שוין אביסל פארגעסן, אבער אויב עס גייט אזוי ווייטער גייט נישט טויגען... צירוק גייט א קאזע (חוץ אויב ממאכט זיך אויף די אויגען און זעהן וואס סגייט פאר. בחירה האט יעדער מענטש, אבער אויב מ'איז נישט בוחר, פאנגט מען צו ארבעטן ווי א מאשין). 'משום מה' וועט דער ניינער אנהויבן אהיימקומען שפעט (אזוי וועט די ווייב בעטן אביסל ווייניגער). אבער דא פאנגט זי אהן צו בעטן אהיימצוקומען באצייטענס, און דער ניינער פאנגט אהן צו ווערן 'ווילד', 'איך 'מוז' פילן 'רוהיג' מיט זיך!!!! פאר א יעדן פרייז!!! וואס געשעהט ווען די ווייב פאנגט אהן צו מורמלען ווערטער 'מ'דארף גיין צו העלפ...' און דער ניינער פאנגט זיך אהן פשוט 'אויסציפלאגען' פון די וועלט ווייל ער מוז פילען רוהיג און בשלום. פארשטייט זיך אז מיט די צייט וועט ער 'מוזן' פשוט בלייבן אין בעט כדי זיך נישט צו באגעגענען מיט די אלע 'פראבלעמן' וואס פאלן פלוצלינג ארויף איהם. נאכדם וועט די מוח אויהם 'אנהייבן' ארויסצוהעלפן' מיט זיינע 'פראבלעמן'. מיט די צייט ווערט מען שוואך און מער אויסגעפלאגט, דעפרעסט (ער כאפט ניטאמאל...). דער פסאכייעטריסט פריבירט צו געבן זולופט, אבער דער מוח טוט זיינס, און טרעפט אנערע וועגן איבערצוקלוגן די זולופט... און אזוי ווייטער...
אוי, ניינער! ניינער! ווי איז דיין שכל! דו האסטדוך גענומען א מטרה אין לעבן צו זיין רוהיג או בשלום אין דיין וועלט. דו מיינסט אז אויף די וועלט איז שייך דאס צו באקומען? עס איז דא איין פלאץ ווי מקען פילן באמת רוהיג און בשלום – ביים אויבערשטען, נישט אויף 'די' וועלט. אויף די וועלט איז דא פראבלעמן, ענד זשאסט פעיס ריעליטי. בעסער נוץ אויס דיין נטייה צו הורמוניה, צו מאכן שלום בין איש לרעהו און אויף די וועלט בכלל, דו וולעט האט זייער הנאה פון אזעלעכע מענטשן. ניינערס קענען זייך זייער גוטע דופלימאטן דורך זייעט נטייה צו לעבן גוט מיט יעדעם איינעם. אסאך ניינערס האבן טאקע א נטייהן צו ווער 'פארבלענד' ווערן און קבלה וכדו', אבער אויב נוצן זיי דאס פשוט אויף א וועג זיך צו 'דיסטרעקטן' פון די וועלט, אוי ואבוי.
איך האב אסאך מגזם געווען אין די מעשה. כדי אז א מענטש זאל צוקמען צו אזא מצב דארף ער דורך גיין אסאך שווערע מצבים וואס זאל לייגן לחץ אויף איהם צצוצקעמן צו דעם מצב. פארשטייט זיך אז אין אזא מצב וועט נישט העלפן קיין אניאגרם און שמעניאגראם ארויסצונעמן די מענטש פון זיין מצב, ער דארף א מורה דרך אדער א טערעפיסט וואס זאל איהם העלפן ארויסקרוכן פון זיין מצב (ווען די בעסטע שיטה פון טערעפי איז נישט דא די פלאץ, ויש להאריך בזה). אבער דער נקודה וואס איך וויל ארויסבערענגן איז, אז די אניאגראם איז נישט נאך א געוויסע סארט 'טיפילוגיה' וואס לייגט אראפ געוויסע נאטורן פון מענטשן ווי די שיטה פון מייערס בריגס וכדו'. די אניאגרם ברענגט ארויס ניין סובקאנשעס 'מטרות' וואס מענטשן האבן, וואס אויב מכאפט דאס נישט איז עלול דאס צו פארהרגענען א מענטשענס לעבן. אויב מנוצט דער שיטה צו סתם האבן 'פאן' ווי אסאך פינעווערס וועלן טון, אלץ נאך א ידיעה, כאפט ער פשוט נישט וואס דא דארף געשעהן. די סימן צו וויסן אז מהאט געכאפט וואס די אניאגראם וויל, איז ווען מכאפט דעם 'האהא!!!', 'פאר דעם מאך איך מיך משוגע שוין 30 יאר?!' ' בין איך צידרייט?!' אפשר איז צייט אביסל צירוקציגיין און אנאלזירן פינקטליך וואס איך וויל אויף די וועלט? די מציאות בלייבט מציאות, יעדער האט א געוויסע מטרה וואס ער כאפט ניטאמאל וואס פירט איהם ממש ביי די נאז 24 שעה א טאג, אבער ווילאנג מכאפט דאס נישט וועט מען רעדן ווי שטארק זיך און שויתי'ניק וכדו'. עס פעלט פשוט א 'הכרה', און סאיז פשוט א שאד זיך טענה'ן אויף עפעס וואס מפאנגט נישט אהן צו כאפן פון וואס מרעד.
שלעפשיץ, דו פארשטייסט שוין וואס דא גייט פאר?
שטארק זיך, פאר דו שרייבסט דיין נעקסטע תגובה, טראכט אריין אביסל אין דיין מטרה אין לעבן וואס ווערט ארויסגעברענג אין דיין תגובה... ביזטו אפשר אן אכטער...? (איך כאפ מיך אהן אויף 2 נקודות פון דיר, עס קען זיין אז איך בין זיך טועה...)
מקען אזוי ממשיך זיין מיט אלע אנדערע מטרות, אבער אויף יעצט האב איך שוין נישט קיין געדולד צו שרייבן ווייטער... (וועלכע מטרה האב איך דא...?)