'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג פאברואר 21, 2020 1:45 pm

איך האב זיך שוין א סאך פארטיפט אין קלאצקאפ, ניינער איינזער קען מאכן א סאך סענס, אבער איך האב עס נאכנישט צונומען, מחשב האט שוין אויך אנגעמערט אזוי.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » פרייטאג פאברואר 21, 2020 1:46 pm

די ערשטע פאראגראף, ווייל איך בין געווען א פלאפ?...
נישט אייביג ווען מען האט א 'פראבלעם' מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג פאברואר 21, 2020 1:47 pm

איך האב א קאמפלעקס אז נשמה איז נישט העפי מיט מיר, אמער איך האב שוין געשריבן 10 תגובות און ער האט נאכגארנישט געטראפן מעיר צו זיין?

---
וואס איז דאס פיר צו זעקס?

דער זעקס טראכט אזוי :ער האט מיר נאך ליב?
דער פירער טראכט אזוי: ער האלט מיר פאר א שטיקל נאר :?

הא? שטימט?
לעצט פאראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום פרייטאג פאברואר 21, 2020 1:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג פאברואר 21, 2020 1:48 pm

מח בקדקדו האט געשריבן:די ערשטע פאראגראף, ווייל איך בין געווען א פלאפ?...

די ערשטע פאראגראף וויאזוי א זיבענער זעצט זיך לערנען און וויל וויסן אויב עס איז א געשמאקע גמרא.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » פרייטאג פאברואר 21, 2020 2:13 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך האב א קאמפלעקס אז נשמה איז נישט העפי מיט מיר, אמער איך האב שוין געשריבן 10 תגובות און ער האט נאכגארנישט געטראפן מעיר צו זיין?

---
וואס איז דאס פיר צו זעקס?

דער זעקס טראכט אזוי :ער האט מיר נאך ליב?
דער פירער טראכט אזוי: ער האלט מיר פאר א שטיקל נאר :?

הא? שטימט?

מען מעג האבן קאמפלעקס, ס'איז גארנישט.
נישט אייביג ווען מען האט א 'פראבלעם' מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג פאברואר 21, 2020 2:23 pm

אוודאי מעג מען.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג פאברואר 21, 2020 2:27 pm

@קלאצקאפ.
אויב דו ביסט א פירער, מאכסטו נישט קיין החלטות געבויט אויף לאגיק. לאגיש דארפסטו רעדן מיט דעם און דעם, אבער 'פירעריש' האלסטו דיך צוריק. ווייל 'איך אני יכול לעמוד בפניו'. דו נעמסט אין באטראכט די 'ווייטאגליכער' געפיל וואס דו גייסט שפירן ווען דו גייסט שטיין און רעדן צו יענעם. דאס מיינט נישט אז דו מאכסט א החלטה געבויט אויף לאגיק.

אויב ביסטו א פירער, דארפן דיינע געפילן 'כוואליענען' אין דיר. דיינע געפילן ווערן יעדע רגע אפעקטירט און דו שפירסט שטארק די טויש פון די אפעקט. דו ביסט אזוי ווי א קליין שיפל וואס ווערט נאכאנאנד אן קיין אפשטעל געהויבן און געפאלן דורך די כוואליעס. נאך א שעה און דו ביסט אויסגעשעפט. א טאג איז א גאנצע געשעעניש. א ספר.

ווען איך בין אויפגעשטאנען האב איך געפילט אזוי און אזוי. און נאכדעם האב איך געפילט אזוי און אזוי. און נאכדעם איז געווען דאס און דאס וואס האט מיר געמאכט פילן אזוי און אזוי. און נאכדעם האב איך געזעהן דעם און דעם און ער האט מיר געמאכט פילן אזוי און אזוי. און נאכדעם האב איך געטראכט אז ס'גייט יא זיין גוט. און נאכדעם האב איך מיך דערמאנט פון דעם און פון דעם, און די מצב האט אויסגעזעהן זייער האפענונגסלאז. און נאכדעם האב איך מיך מחזק געווען.

און דא איז קוים צוויי שעה פון טאג דורכגעגאנגען. דו שרייבסט אז דו פארטיפסט דיך נישט אין 'נעגעטיוו געפילן'. און נאכדעם שרייבסטו אז דו ווערסט אנגעווייטאגט און צעקראצט. אויב דו ביסט א פירער, מוזטו ווי שנעלער פארשטיין אז דו מוזט כאפן וויאזוי דיינע מחשבות און געפילן ארבעטן. איך זאג נישט אז דו ביסט א פירער. אבער אויב דו ביסט. לעבסטו אין א אילוזיע אז דו פארטיפסט דיך נישט אין נעגעטיוו געפילן. אינדערצייט וואס דו פארטיפסט דיך יא. און גאר שטארק.

נעגעטיווע מחשבות און געפילן קעגן דיך אליין. דו ביסט צוגעוואוינט זיך פארצוהאלטן און זיך אליין פיינט האבן און דו כאפסט אפילו נישט אז דו טוסט עס. און נאכדעם שרייבסטו אז דו פארטיפסט דיך נישט אין נעגעטיווע געפילן. איך זאג נאכאלץ נישט מיט א זיכערקייט אז דו ביסט א פירער. אבער אויב דו ביסט א פירער, שפירסטו האפענונגסלאז. און זיכער פון צייט צו צייט. ס'קען זיין אז דו כאפסט דיך נישט אז דו טוסט עס. יא, זייער מעגליך. אבער דו טוסט עס.

דו טוסט פארשידענע זאכן כדי נישט אריינצולאזן דער מין געפיל וואס האלט אין איין וועלן אריינקומען אין דיר, אז דו ביסט א מענטש וועם קיינער דארף נישט צו שטארק. דו קענסט עס נישט דערליידן. דו שפירסט דיך צומאל - זאג נישט אויס - ווי א פארלאזטע שאַל אויף א הענגער אָן א לעבל. און דו שלאגסט דיך מיט דעם. יו ציטערסטו פון דעם "שאַל". יו ווערט דיך ביטער אויפן הארצן זעענדיג ווי ווייט אמת דאס איז. זעענדיג אז טאקע טאקע קיינער באמערקט דיך טאקע נישט. און דו הייבסט אן צו רעאליזירן אז אפשר אפשר ביסטו טאקע נישט אינטערעסאנט.

דו ביסט פיל מיט ספיקות אויף דיר אליין. "איך קען נישט, איך בין נישט, עה..." פלאס אז דו האסט ליב צו זיצן ביי די עק פון ביהמ"ד ווי קיינער וועט דיך נישט אנטרעטן און שוין.

זאלסט וויסן אויב דו ביסט א פירער זאלסטו אויסדרוקליך צולייגן קאפ צו דיינע נעגעטיווע פאלשע מחשבות.

שוין. והשם הטוב יעזור.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום פרייטאג פאברואר 21, 2020 2:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג פאברואר 21, 2020 2:35 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך האב זיך שוין א סאך פארטיפט אין קלאצקאפ, ניינער איינזער קען מאכן א סאך סענס, אבער איך האב עס נאכנישט צונומען, מחשב האט שוין אויך אנגעמערט אזוי.

איך האב אויך געמיינט א ניינער מיט א איינזער פליגל. איך בין נייגעריג צו ער איז א פירער.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג פאברואר 21, 2020 4:47 pm

איך ווינדער זיך צו אלע פירערס זענען אזוי שטארק אין זייערע געפילן ווי נשמה שרייבט עס.

איך בין כמעט זיכער אז קלאצקאפ איז נישט אין אזא מצב, און איך ציטער אז ליינענדיג די דראמאטישע געפילן וואס א פירער 'מוז' פילן און ער מוז אנערקענען דערין וועט קלאצקאפ אנהייבן צו זוכן אין זיך די סארט געפילן, און אז מען זוכט טרעפט מען שוין ראיות אז מען איז טאקע אזוי.

קלאצקאפ איז קיין איינזער, און איך קלער אז ער איז קיין פירער, אפשר אפשר ניין-איינס.

איך קען עטליכע ניינערס, דער ניינער וועם איך קען וועט פירן א מערכה קעגן די וואס זענען מוחה אויף קאמאן קאור, פארוואס? ווייל זיי שטערן אים די מנוחה! ער וויל אז עס זאל נישט זיין קיין באמפס אויפן וועג, ער וויל אז יעדער זאל זיין אויף איין בלאט, און היות יענער זאגט אז מען טאר נישט לערנען קאמאן קאור וועט ער זוכן אראפצורייסן יענעם.

אפשטופן זאכן אויף שפעטער איז א ניינער אייגענשאפט.

דאס נישט גלייכן ווען יענער רעגט זיך אויף עפעס בשעת ער קען דאך טון עפעס א זאכליכע מיטל פארן מצב קען אויך זיין א ניינער אייגענשאפט וואס זעט אלעמאל א גרינגע וועג ארויס און קען נישט דערליידן די אנגעצויגענקייט.

דאס שטארקע פערפעקשאניזם איז אבער נישט קיין ניינער זאך, עס קען זיין די איינזער פליגל.

פארוואס נישט זעקסער? איך ווייס נישט.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מוצ"ש פאברואר 22, 2020 9:03 pm

נשמה האט געשריבן:@קלאצקאפ.
אויב דו ביסט א פירער, מאכסטו נישט קיין החלטות געבויט אויף לאגיק. לאגיש דארפסטו רעדן מיט דעם און דעם, אבער 'פירעריש' האלסטו דיך צוריק. ווייל 'איך אני יכול לעמוד בפניו'. דו נעמסט אין באטראכט די 'ווייטאגליכער' געפיל וואס דו גייסט שפירן ווען דו גייסט שטיין און רעדן צו יענעם. דאס מיינט נישט אז דו מאכסט א החלטה געבויט אויף לאגיק.

אויב ביסטו א פירער, דארפן דיינע געפילן 'כוואליענען' אין דיר. דיינע געפילן ווערן יעדע רגע אפעקטירט און דו שפירסט שטארק די טויש פון די אפעקט. דו ביסט אזוי ווי א קליין שיפל וואס ווערט נאכאנאנד אן קיין אפשטעל געהויבן און געפאלן דורך די כוואליעס. נאך א שעה און דו ביסט אויסגעשעפט. א טאג איז א גאנצע געשעעניש. א ספר.

ווען איך בין אויפגעשטאנען האב איך געפילט אזוי און אזוי. און נאכדעם האב איך געפילט אזוי און אזוי. און נאכדעם איז געווען דאס און דאס וואס האט מיר געמאכט פילן אזוי און אזוי. און נאכדעם האב איך געזעהן דעם און דעם און ער האט מיר געמאכט פילן אזוי און אזוי. און נאכדעם האב איך געטראכט אז ס'גייט יא זיין גוט. און נאכדעם האב איך מיך דערמאנט פון דעם און פון דעם, און די מצב האט אויסגעזעהן זייער האפענונגסלאז. און נאכדעם האב איך מיך מחזק געווען.

און דא איז קוים צוויי שעה פון טאג דורכגעגאנגען. דו שרייבסט אז דו פארטיפסט דיך נישט אין 'נעגעטיוו געפילן'. און נאכדעם שרייבסטו אז דו ווערסט אנגעווייטאגט און צעקראצט. אויב דו ביסט א פירער, מוזטו ווי שנעלער פארשטיין אז דו מוזט כאפן וויאזוי דיינע מחשבות און געפילן ארבעטן. איך זאג נישט אז דו ביסט א פירער. אבער אויב דו ביסט. לעבסטו אין א אילוזיע אז דו פארטיפסט דיך נישט אין נעגעטיוו געפילן. אינדערצייט וואס דו פארטיפסט דיך יא. און גאר שטארק.

נעגעטיווע מחשבות און געפילן קעגן דיך אליין. דו ביסט צוגעוואוינט זיך פארצוהאלטן און זיך אליין פיינט האבן און דו כאפסט אפילו נישט אז דו טוסט עס. און נאכדעם שרייבסטו אז דו פארטיפסט דיך נישט אין נעגעטיווע געפילן. איך זאג נאכאלץ נישט מיט א זיכערקייט אז דו ביסט א פירער. אבער אויב דו ביסט א פירער, שפירסטו האפענונגסלאז. און זיכער פון צייט צו צייט. ס'קען זיין אז דו כאפסט דיך נישט אז דו טוסט עס. יא, זייער מעגליך. אבער דו טוסט עס.

דו טוסט פארשידענע זאכן כדי נישט אריינצולאזן דער מין געפיל וואס האלט אין איין וועלן אריינקומען אין דיר, אז דו ביסט א מענטש וועם קיינער דארף נישט צו שטארק. דו קענסט עס נישט דערליידן. דו שפירסט דיך צומאל - זאג נישט אויס - ווי א פארלאזטע שאַל אויף א הענגער אָן א לעבל. און דו שלאגסט דיך מיט דעם. יו ציטערסטו פון דעם "שאַל". יו ווערט דיך ביטער אויפן הארצן זעענדיג ווי ווייט אמת דאס איז. זעענדיג אז טאקע טאקע קיינער באמערקט דיך טאקע נישט. און דו הייבסט אן צו רעאליזירן אז אפשר אפשר ביסטו טאקע נישט אינטערעסאנט.

דו ביסט פיל מיט ספיקות אויף דיר אליין. "איך קען נישט, איך בין נישט, עה..." פלאס אז דו האסט ליב צו זיצן ביי די עק פון ביהמ"ד ווי קיינער וועט דיך נישט אנטרעטן און שוין.

זאלסט וויסן אויב דו ביסט א פירער זאלסטו אויסדרוקליך צולייגן קאפ צו דיינע נעגעטיווע פאלשע מחשבות.

שוין. והשם הטוב יעזור.

;l;p- צוקער זיס יעדעס ווארט - די נשמה פונעם פירער.

למען האמת, נישט אלע פונקטן מוזן זיין. די געפילן אינעם 4 ברויזן, ווי דו האסט אראפגעלייגט אין אנפאנג, אבער די כוואליעס קענען אנעמען פארשידענע פארמען. אויב איז ער א 4 אויף א געזונטן לעוול, מוז ער זיך נישט ווייקן אין נעגאטיווע געפילן, נאכדערצו אויב האט ער א 5 פליגל, כאטש ס'איז עכ"פ אזוי פון צייט צו צייט.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג פאברואר 23, 2020 1:34 am

נשמה האט געשריבן:@קלאצקאפ.
אויב דו ביסט א פירער, מאכסטו נישט קיין החלטות געבויט אויף לאגיק. לאגיש דארפסטו רעדן מיט דעם און דעם, אבער 'פירעריש' האלסטו דיך צוריק. ווייל 'איך אני יכול לעמוד בפניו'. דו נעמסט אין באטראכט די 'ווייטאגליכער' געפיל וואס דו גייסט שפירן ווען דו גייסט שטיין און רעדן צו יענעם. דאס מיינט נישט אז דו מאכסט א החלטה געבויט אויף לאגיק.

כ'האב נישט יעצט די ישוב הדעת דורכצולערנען דעם גאנצן תגובה, אבער כ'וועל קודם רעאגירן אויף דעם פאראגראף.

איך האלט נישט אז נעמען אין באטראכט מיינע נאטורן וואס זענען געבויט אויף געפילן ביים פאסן החלטות, מיינט בויען החלטות לויט די געפילן.

מיין מדת הבושה איז א פאקט! איך באטראכט עס ווי ס'איז א פיזישע פעלער לאמיר זאגן. אודאי דארף איך ארבעטן דערויף, און איך טו טאקע זאכן אין דעם ריכטונג (שטאפלווייז פארשטייט זיך), אבער אויף דערווייל איז דער פאקט אז ווי שטארק איך זאל נאר וועלן גיי איך מיך נישט טרעפן צוגיין צו פלוני'ן פאר דער טובה, דארף איך דאך אודאי טראכטן וואס יא צו טון.

אין אנדערע ווערטער, אנשטאט זיך נארן און זיך איינרעדן אז דאסמאל גיי איך קענען באהערשן דעם ספעציפישן געפיל, ווען פאקטיש האלט איך נאכנישט דארט, פראביר איך מיך צאמצונעמען און טראכטן וואס איך קען יא טון.

איך מיין נישט צו זאגן דערמיט אז איך האב נישט קיין געפילן וואס שטערן מיר אין לעבן, נאר אז איך לאז מיך נישט נארן פון זיי.
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג פאברואר 23, 2020 2:50 pm

מח בקדקדו האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:ווייל דו האסט ליב צו חלום'ען און דמיונען פון עקסייטינג זאכן, האסט ליב צו זיצן אין תענוג פון טראכטן געשמאקע זאכן און פלענער.

אבער זיבענערס זענען מער "איזי גאואינג", נישט אזוי?

כ'בין ווייט נישט קיין ידען אין עניאגראם, אבער אויף ווי ווייט איך בין באקאנט קען איך נישט זען קיין זיבענער זיין א פערפעקשאניסט.

ריכטיג, הגם זיבענער'ס קענען גיין צו איינס


ס'קען אויך קומען פון א זעקסער פליגל. נישט אזוי?
הוי מחשב...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג פאברואר 23, 2020 4:32 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:וואס איז דאס פיר צו זעקס?

דער זעקס טראכט אזוי :ער האט מיר נאך ליב?
דער פירער טראכט אזוי: ער האלט מיר פאר א שטיקל נאר :?


צווישן די צוויי בין איך ענדערש פיר.
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג פאברואר 23, 2020 4:39 pm

נשמה'ס תוגבה איז צו קאמפליצירט פאר מיר צו פארשטיין. אפשר אויב דערבארעמדיגער וועט זיך דערבארעמען און עס איבעזעצן צו א לייכטער שפראך וועל איך קענען ענטפערן דערויף.
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

אוועטאר
אלטער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » מאנטאג פאברואר 24, 2020 8:49 pm

נו קען מיר איינער אריין קומען קלאר וועליכע נאמער איך בין? מיט וואס דארף איך מיר דא אויס לייגן??

זאג מיר נישט יעצט גיי ליין אלעס ביז דא....
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג פאברואר 24, 2020 10:51 pm

אלטער האט געשריבן:נו קען מיר איינער אריין קומען קלאר וועליכע נאמער איך בין? מיט וואס דארף איך מיר דא אויס לייגן??

זאג מיר נישט יעצט גיי ליין אלעס ביז דא....

זאג מיר קודם פארוואס דו ווילסט וויסן
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
אלטער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » מאנטאג פאברואר 24, 2020 11:47 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:נו קען מיר איינער אריין קומען קלאר וועליכע נאמער איך בין? מיט וואס דארף איך מיר דא אויס לייגן??

זאג מיר נישט יעצט גיי ליין אלעס ביז דא....

זאג מיר קודם פארוואס דו ווילסט וויסן

פארוואס איך וויל וויסן? איז אזוי, כ'מיין אז סיז זייער גוט צו וויסן וואס מען איז אזוי קען מען וויסן מיט וועלעכע מענטשן מען קען אין וועלכן פעלדזיך צו דרייען, אדער וועליכע טאלאנטן מפארמאגט...
ס'קען זיין אז דעס אז איך ווייס נישט מיינט אז פאר מיין טאג טעגלכן לעבן איז דאס נישט אזוי וויכטיג צו וויסן, סא אויב זאגסטע איך דארף נישט וויסן, גיי איך שוין ארויס פון דא און כ'וועל צוריק קומען ווען כ'וועל האבן גע'ענדיגט דורך ליינען אלע בלעטער ביז דא
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10845
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך מארטש 04, 2020 9:47 am

לפנות בוקר האט געשריבן:אז מ'האלט שוין דא אינעם אשכול קען איך ברענגן די תגובה וואס איך האט געשריבן איבער געוויסע ניקס און זייער אניגראם טיפ.

קנאפער יעדן קען מען דאך זעהן אויף זיין אונטערשריפט העלפט א יעדעם איינעם = 2
צל קוקט אויך אויס ווי א איינס

יעצט באמערקט מיין דייאגנאז... :wink: דער מעדיקעישאן האסטו אויך אדער דאס דארף א צווייטער דאקטאר? :lol:
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » מיטוואך מארטש 04, 2020 10:16 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:אז מ'האלט שוין דא אינעם אשכול קען איך ברענגן די תגובה וואס איך האט געשריבן איבער געוויסע ניקס און זייער אניגראם טיפ.

קנאפער יעדן קען מען דאך זעהן אויף זיין אונטערשריפט העלפט א יעדעם איינעם = 2
צל קוקט אויך אויס ווי א איינס

יעצט באמערקט מיין דייאגנאז... :wink: דער מעדיקעישאן האסטו אויך אדער דאס דארף א צווייטער דאקטאר? :lol:

דו ביסט געזינט און פריש!! דארפסט נישט קיין הילף!

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

תגובהדורך גרשון » זונטאג מארטש 29, 2020 1:42 pm

דער אניאגראם אינעם יעצטיגן כאאס:

1. דער עיקר איז צו האלטן א סדר היום פאר זיך און די קינדער, יעצט דאוונט מען, יעצט עסט מען, יעצט גייט מען שלאפן, אא"וו. ס'איז טאקע צופארן, אבער מ'דארף זען צו בלייבן אין א סטרוקטור.

2. ס'איז פאר פסח, און מ'קען נישט לאזן די קמחא דפסחא גיין כאדאראם. יעדעס יאר בין איך דער וואס גייט ארום צווישן דעם עולם, היי-יאר וועל איך בעז"ה אנרופן יעדן פערזענליך.

3. ס'איז טאקע א שרעק, אבער איך פון מיין זייט טו וואס איך דארף און איך גיי אן. מיינע קינדער לערנען יעדן טאג, און ב"ה מיין ביזנעס איז אוועקגעשטעלט אויף א וועג צו קענען ארבעטן אויך פונדערהיים.

4. אין די יעצטיגע טעג זענען אסאך זאכן נישט אויפ'ן פלאץ און אומבאקוועם. כסדר ווען ס'קומט אויף אזא זאך, טראכט איך וויפיל ערגער זענען נעבעך די מענטשן וואס האבן יסורים און ליגן אין שפיטאל.

5. איך האב יעצט צום ערשטן מאל געכאפט ווי אזוי א ווירוס כאפט זיך אריין אין א מענטשליכן צעל. ס'איז מורא'דיג, נפלאות הבורא.

6. א פחד און א שרעק. קיינער איז נישט פארזיכערט, און ס'איז נישט דא אויף וועמען זיך צו פארלאזן. מ'דארף מתפלל זיין דער אויבערשטער זאל אונז היטן פון אלעם בייזן.

7. איך קען מיך נאר פארשטעלן ווי אזוי איך וועל זיצן פופציג יאר ארום מיט מיינע אייניקלעך און זיי פארציילן איבער די יעצטיגע שטורמישע טעג. ס'איז אן איבערלעבעניש.

8. מ'דארף מאכן אן ערנסטן קאמפיין אויפצוקלערן דעם עולם אז ס'איז בכלל נישט קיין וויץ. מ'מוז קאאפערירן מיט וואס די רעגירונג פארלאנגט, און נאר אזוי וועט מען קענען בייקומען די סיטואציע.

9. איך ווייס נישט וואו מיינע טעג ווערן מיר פארשוואונדן. קוים ענדיג איך פרישטאג, איך טו צוויי דריי זאכן, און שוין איז פארנאכטס. דער עיקר איז מ'זאל זיין פרייליך און מאכן א גוטע אטמאספער פאר די קינדער.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג מארטש 29, 2020 9:58 pm

מיין איינציגסטע דאגה יעצט איז וואס צו טון מיט די ליידיגע צייט און וויאזוי צו דעקן דעם חודש, אין וועלכע קאטעגאריע פאל איך אריין?

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

תגובהדורך גרשון » זונטאג מארטש 29, 2020 10:16 pm

חלב ישראל האט געשריבן:מיין איינציגסטע דאגה יעצט איז וואס צו טון מיט די ליידיגע צייט און וויאזוי צו דעקן דעם חודש, אין וועלכע קאטעגאריע פאל איך אריין?

אי משום הכי - 1.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

תגובהדורך למדן וצדיק » מאנטאג מארטש 30, 2020 2:30 am

גרשון האט געשריבן:דער אניאגראם אינעם יעצטיגן כאאס:

זייער זייער גוט צולייגט. קורץ און צום פינטל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך אפריל 01, 2020 5:00 am

צום ערשטע מאהל אריין געפאלען דא (און אין איש את רעהו בכלל), גאר באלערענדע געשמועסאכט'ס דא. העמיר נאך מוזן צוריק קומען בעז''ה.
גרשון האט געשריבן:.

מיין אנדערע פלגא איז גאר א שטארקע פיר אין האט נאך קיינמאהל נישט געזאגט די ווערטער פון מויל. וצ''ע. אבער מיינס שטומט ווי א פידל.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

שווארץ אפעל
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 14, 2019 1:17 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

תגובהדורך שווארץ אפעל » פרייטאג אפריל 03, 2020 3:03 am

איך זיך מיר דא אזוי פארטראכט, קלאץ מיר ארום, מיינע מחשבות און מיינע געפילן רייסן זיך ארום, איך שטיי און די זייט און קוק מיר צו מיט מיט געפיל, פארשטיי נישט פינקטליך וואס דער מחשבה האט אזוי קעגן דעם געפיל, וואס ווילסטע? לאז אים צורוה! טרעט אראפ פון אים! ער האט דיר גארנישט שלעכט'ס געטוהן!
פון די אנדערע זייט האלט זיך דער געפיל ביי דאס זייניגע, ער שטייט פעסט אויף זיינע רעכטן! אין איך קען אים גראדע זייער גוט פארשטיין, דעם געפיל, כ'האלט ער האט א פוינט, אן דעם פארוואס איז ער באשאפן געווארן? ער טענה'ט, ער איז גארנישט אנדערש ווי די הענט אדער פיס!
מחשבה טייערע, האסט אמאל געזאגט פאר די פיס זאל אויפהערן וואקן? נא, אויב אזוי וואס ווילסטו פון מיר?
אזוי גייט עס שוין אן פאר יארן! איך שטיי און א זייט, און קוק מיר צו מיט צער, איך ווייס נישט וואס צו טוהן, איך מיז קלאר שטעלן! איך בין 90% אויף די זייט פונעם געפיל, וואס ווילסטו? טוה די וואס די ווילסט, און לאז אים טוהן וואס ער וויל! אבער דא קומט אריין די 10% , דער מחשבה איז גאנץ א פארלעסליכער, איך געטרוי אים מעט אלע מיינע סודות, איך שמיעס מיר דורך מיט אים, (כאטש דער געפיל מישט זיך כסדר אריין...) און איך שעץ זיין מיינאנג, אויב אזוי, מייט אז לכאורה זאגט ער עפעס וועגן דעם געפיל, איך גלייבן שווער אז ס'איז סתם שונא'ס חונם, כ'וועל אייך זאגן אויפריכטיג, כ'האב אים שוין אפאר מאל געפרעגט, שעפעלע, וואס טוט דיר וויי? אבער א ציפרידן'שטעלדן תשובה האב איך נישט באקומען!
אזוי איז די צייט געלאפן, נישט אלץ האב איך געהאט צייט זיי אויסצוהערן, און נישט אלץ האבן סיי זיך געקריגט, ביז דער באשעפער האט מיר איינגעשפארט דא אינדערהיים, און כהאב באשלאסן אז מ'גייט זעהן וואס מ'קען דא טוהן
און דא זעמער.
איך ווייס נישט אויב איך בין אננגעקומען צו דער ריכטיגן פלאץ, אדער אויב סאיז שוין אויסגעשמיעסט געווארן, ( כ'האב נישט דורוך געליינט די גאנצע מעשה, אבער אויבן אויף,)
יעצט די מעשה איז אזוי,
איך בין א שטארקע 4,
איך קום נישט זאגן אז איך גלייך עס נישט דעם וועג, אבער ווי געזאגט, דער מוח פארפירט,
ווי איך האב פארשטאנען נאכן דורך טוהן די נומערן, אז רוב מענטשן האלטן נישט ביים אטעמען מיינע געפילן, צו ווייל זיי האבן אייגענע, צו ווייל זיי האבן נישט פאר א סיבה,
"קיינער דארף נישט דיינע געפילן!"
די מעסעג' איז געווען זייער ווייטאגלעך, וואס הייסט? די גלייך'סט עס נישט? "ניין!"
כ'האלט'ס נישט אויס, סאוי וואס ווילסטו יא? קליגשאפט? נייעס? וויצן? אלעס איז דאך נאר ציציקומען צו דעם תכלית, געפיל!
אויב ביסטו נישט גרייט צו געבן, אדער צו נעמען, געפיל, דאן פארוואס ארבעטן אימזיסט?
מען דארף זיין נארמאל! מען דארף זיין ציווישן מענטשן! מען דארף האבן חבירים!
צו וואס דארף מען חבירים אויב נישט פאר געפיל?

ראאטטעעוווועט!


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט