בלאט 119 פון 119

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 11:23 am
דורך מח בקדקדו
שרייזשע האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:ס'איז דא פארשידענע דרגות אין ביטול.

באמת ביסטו לכאורה גערעכט. איך האב נישט קיין מעסטער אויף ביטול, אבער יא די ביטול פאר צדיקים צו וויסען אז איך האב נישט קיין השגה אין זייער גרויסקייט.

יא, אבער דא איז די נושא איבער די ביטול פון די צדיקים זעלבסט.

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:21 pm
דורך שרייזשע
מח בקדקדו האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:ס'איז דא פארשידענע דרגות אין ביטול.

באמת ביסטו לכאורה גערעכט. איך האב נישט קיין מעסטער אויף ביטול, אבער יא די ביטול פאר צדיקים צו וויסען אז איך האב נישט קיין השגה אין זייער גרויסקייט.

יא, אבער דא איז די נושא איבער די ביטול פון די צדיקים זעלבסט.

אין צו דעם האב איך זיך באצויגען. איך האב קודם גערעדט וויאזוי עס קיקט אויס פון אויבנאויף מיט שכל, און דערנאך פארשטאנען אז מיין שכל קומט נישט אריין דא.

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 2:36 pm
דורך נשמה
ארגינאלער יוד האט געשריבן:א גאנצע לאנגע מגילה לעקציע
ווער האט באשלאסן אז די ניין נומבערס זענען בלויז איגאו? אפשר איז עס די עשר ספירות?


איך גיי נישט זאגן אז ס'איז נישט נשתלשל פון עשר ספירות, אוודאי איז עס פון די עשר ספירות, יעדע זאך אויף די וועלט איז א השתלשלות. דאס איז קלאר. און אז מ'קען צעטיילן מענטשן לויט די נומערן פונעם אניאגראם קען מען אויך קלאר באמערקן. אבער צו זאגן וויאזוי זייערע נומערן ווערן נשתלשל פון די עשר ספירות קענסטו אריינלערנען פשטים.

ווער האט געזאגט אז מקען יורד זיין צו די ריכטיגע עמקות פון די נומבערס/עשר ספירות?

ביסט גערעכט. איך זאג נאר אז דער וואס זאגט אז א צדיק איז/געווען א זעקסער, אדער א פירער, אדער א פינעווער, קען אויך מיינען דערמיט א קליינקעפיגע זאך אז מיט דעם האט ער ארויס די מעשים פונעם צדיק. אדער די מעשי רשע פון רשעים.

ווען א צדיק פירט זיך אויף א געוויסע אופן ההנהגה מיינט דאס בפשטות (אן יורד זיין לסוף דעתו) אז ער שפירט א שייכות צו דעם, דהיינו שורש נשמתו!!


יא, ביסט גערעכט, אוודאי, שורש נשמתו. מ'קען אבער מגשם זיין די הנהגה און זאגן אז ס'האט געהאט צו טון מיט דאס וואס איך פארשטיי איז זעקסעריש. וויבאלד איך זעה אז זעקסערס טוען אויך אזוי און אזוי, דערפאר האט ער דאס און דאס געטון. און דאס איז קליינקעפיגקייט. ווייל נאר אזא שכל ווי וואס דער צדיק האט קען פארשטיין וואס עס האט באמת באוואויגן דעם צדיק צו טון געוויסע פעולות. זאגן אז דער צדיק איז געווען א זעקסער קען מאכן אז מ'זאל אפלערנען געוויסע מעשים פונעם צדיק מיט א קליין קאפ.
און ווען א ימח שמוניק פארשווארצט א מידה דארף איך יעצט וואס טון? פארלייקענען אז א יעדער האט א שורש אין די מידות? כפארשטיי באמת נישט די לאגיק!!

ניין. רעד נישט דערפון, דאס אלעס. דו וואלסט געזאגט אז היטלער ימ"ש איז געווען מער 'גבורה'? אדער 'הוד'? אדער אפשר מער 'תפארת'?

יעצט, הוד מיינט הודאה, לויבן און מודה זיין,
איך נישט, יענער אלעס!!
בטחון!!
זיי זוכן עפעס (א מענטש אדער פארטיי/שיטה) צו וואס זיי זאלן זיך קענען מבטל זיין לגמרי


ס'איז מער אז זיי ווילן אז א זאך וואס שטעלט צו זיכערקייט זאל האבן א קיום. ס'איז מער א ענין פון נצח. א זעקסער וויל זיך נישט אזוי ווייט מבטל זיין, אזוי ווייט ווי ער וויל אז די זאך וואס האלט אים אונטער זאל בלייבן. ווען דו זיצט אויף א בענקעל, ביסטו דיך מבטל צו די בענקעל? דו ווילסט ס'זאל דיך אונטערהאלטן און נישט צעפאלן. סאו, פאקטיש שפירסטו מער די בענקעל ווי עפעס אנדערש. דאס מיינט נישט אז די גאנצע זאך וואס דו ווילסט איז שפירן די בענקל.

אסאך מאל וועלן זיי זיין בעלי חסד, אסאך מאל קנאים, אסאך מאל מחזיק זיין יד רשעים (אין א קהילה אדער אין א ישיבה),אסאך מאל וועלן זיי לערנען טיפע ספרי מחשבה,אסאך מאל וועלן זיי זיין עסקנים, משפחה מענטשן,וכו' וכו'

בקיצור זיי מאכן זיך געוויסע צילן אין לעבן וואס פון דעם שעפן זיי חיות כדי אנצופילן די לאך פון העדר הישות!!


די העדר הישות זייערע וואס זיי שפירן, קומט ווייל זייער גאנצער 'זיך שפירן' איז די זאך וואס האלט זיי אונטער. זיי שפירן די זאך וואס האלט זיי אונטער און נישט זיך ווי א שטייגער א פירער. אזוי ווי א קינד וואס פארלאזט זיך אויף די מאמע און שפירט העדר הישות. אבער דאס איז ווילאנג די מאמע איז דא. ווען די מאמע גייט אוועק שפירן זיי זייער פארלוירענעם זיך. א זעקסער דארף ארבעטן אויף בטחון בה'.
קוק זיך ארום וועסטו עס זען קלאר (אדער ביי יענעם אדער גאר ביי זיך אליין)


די שורש פון א זעקסער איז מאכן אז זאכן וואס האלטן אונטער זאלן האבן א קיום.

והשם הטוב יעזור

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 12:19 am
דורך דערבארומדיג'ער
זייער פיין געזאגט @נשמה.

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 22, 2019 1:52 pm
דורך נשמה
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די וועג וויאזוי א מענטש שפירט ווען ער איז צווישן אנדערע מענטשן איז די וועג וויאזוי לפי זיין טבע וויל ער זיך שפירן צווישן אנדערע מענטשן.

א ניינער וועט שפירן אינגאנצן אנדערש ווי א אכטער, און א אכטער אינגאנצן אנדערש ווי א פירער, און א זעקסער אינגאנצן אנדערש ווי א צווייער, און א דרייער אינגאנצן אנדערש ווי א זיבענער וכו'.

די וועג וויאזוי מ'שפירט זיך איז זייער מאכטפול אנדערש ווי א אנדערע מענטש מיט א אנדערע טייפ. אויב דו ביסט א פירער און דו שטייסט נעבן א ניינער, זאלסטו וויסן אז דער ניינער שפירט אינגאנצן אנדערש ווי דו.

א פירער, די ערשטע רגע ער עפנט די טיר אריינצוקומען צווישן מענטשן, איז ער מסדר זיין אינערליכקייט אז ס'זאל זיך שפירן אז ער איז אנדערש ווי די ארומיגע. דערפאר רופט ער א פירער 'די אינדיווידועליסט'. פארוואס? ווייל דאס טוט ער. ער טוט זיך אינערליך מסדר זיין אז ער זאל זיך שפירן אלץ א אינדיווידועל. די רגע דער פירער האט אפגעטון וואס ער האט אפגעטון, ער האט זיך אזוי אוועקגעשטעלט מיט א אינערליכער שפיר וואס שפירט זיך אלץ אינדיווידועל, וועט ער מיט אלע כוחות, (דהיינו יכולת) זיך האלטן אין דעם שפיר. ס'קאסט אים פיזישע און גייסטיגע כוחות. ס'נעמט אים אוועק ענערגיע. א חלק פון זיין באוואוסטזיניגקייט איז פארנומען מיט דעם.

יעצט, נאכדעם וואס ער האלט אן דעם שפיר, קען ער זיך וואונדען וואסערע טייפ ער איז, ער כאפט נישט וואס ער אליין טוט. ער כאפט נישט אז ער אליין האלט אגאנצן צייט אן א געוויסע אינערליכער מצב וואס דארף צו מיינען "אזוי בין איך אנדערש ווי ארומיגע".

יעצט, א ניינער, די ערשטע רגע ער קומט אריין צווישן מענטשן, די ערשטע רגע ער עפנט דעם טיר פון זאל, וועט ער באלד ארויסגעבן א כוואליע פון געוויסע אינערליכע שפירונגען, וואס דאס טוט לויט אים מיינען "דאס איז די סך הכל וויאזוי יעדער שפירט יעצט אלעס צוזאמען" און ער בלייבט ביי דעם. ער האלט זיך ביי דעם. ער שפירט די הארמאניע. ער שפירט נישט קיין "איך". א ניינער שפירט נישט אזוי ווי א שטייגער א פירער. א פירער שפירט "איך". א ניינער שפירט די הארמאניע. ער שמייכלט צו יעדעם.

איך בין נישט קיין ניינער, אבער איך שטעל מיך פאר אז דאס שפירן זיי.

א צווייער שפירט סך מער ווי א ניינער. א צווייער ווען ער קומט ארין אין זאל, וועט ער גראד אריינשטראמען אין זיך געוויסע געפילן וואס דאס טוט לויט אים מיינען "דאס איז די ליבשאפט וואס מ'האט מיך ליב". ער שאפט אין זיך, די רגע ער קומט אריין אין זאל שאפט ער אין זיך געפילן וואס טוט באדייטן "די ארומיגע האבן מיך ליב". ער שפירט כאילו זייער ליבשאפט צו אים. דאס איז די וועג וואס ער שפירט. דאס שפירט ער, און רעלאטיוו גארנישט מער. ער שפירט די ליבשאפט וואס מ'האט אים ליב און ער בלייבט ביי דעם, און דאס איז וואס קאסט אים ענערגיע.

ווייטער, ווען א פירער שטייט נעבן א צווייער. דער פירער שפירט זיין אינערליכע צאמשטעל וואס לויט אים מיינט עס "מיט דעם בין איך אנדערש ווי די ארומיגע". דאס איז די וועג וויאזוי א פירער שפירט זיך צווישן מענטשן. דער צווייער שפירט די ליבשאפט וואס די ארומיגע געבן. דאס איז וואס ער שפירט. ער שפירט נישט זיין "איך" - א שטייגער ווי דער פירער. ער שפירט נישט די הארמאניע - א שטייגער ווי דער ניינער. ער שפירט די ליבשאפט פון די ארומיגע. איך וויל פרעגן א פירער, אדער א ניינער, דו קענסט אנהאלטן צו שפירן די ליבשאפט וואס ארומיגע האבן דיך ליב פאר מער ווי א מינוט? דו קענסט? דו קענסט נישט. א צווייער קען יא. ער קען? ס'קאסט אים ענערגיע, אבער ער טוט עס. דאס איז ער.

לויט ווי די שרייבער דא שרייבן אז א זעקסער וועט די ערשטע מאכן זיכער ארויפצוברענגען אין זיך א געוויסע שפיר וואס לויט אים באדייט דאס דאס איז מיין זיכערקייט. איך וויל פרעגן א פירער, דו קענסט אנהאלטן צו שפירן פאר מער ווי א מינוט "דאס איז מיין זיכערקייט" יא? לאמיר זעהן פרוביר. דו קענסט נישט. דו ווילסט אפילו נישט. דו ווילסט ענדערש שפירן דיין 'איך'. אבער א זעקסער שפירט נישט זיין 'איך' אזוי ווי דער פירער, ער וויל אפילו נישט. ער שפירט נישט די הארמאניע אזוי ווי דער ניינער, ער שפירט נישט די ליבשאפט, ער קען עס נישט שפירן. ס'איז נישט זיין נאטור.

ער שפירט נאר - רעלאטיוו - די מאס זיכערקייט. די זיכערקייט פון די פלאץ. ער שפירט געוויסע געפילן וואס באדייטן לויט אים 'א פארציע זיכערקייט'. ער שפירט די מאס פון זיין זיכערקייט. דאס איז וואס ער שפירט. ער שפירט כאילו די "מוסקלן" פון די ארומיגע. די זיכערקייט וואס די ארומיגע קענען אים געבן. איך שרייב נאר וואס די שרייבער דא האבן שוין געשריבן דא וועגן זעקסער.

ס'איז זייער אינטערעסאנט. א צווייער שטייט נעבן א זעקסער. דער צווייער שפירט אגאנצן צייט - אבער אגאנצן צייט - די ליבשאפט וואס דער זעקסער האט אים ליב. און דער זעקסער שפירט אגאנצן צייט די פארציע זיכערקייט מיט'ן צווייער. אזוי זעהט מיך אויס פון די אלע וואס האבן דא געשריבן וויאזוי זעקסער שפירן זיך. איך האף איך שרייב גוט.

סוף דבר איז אז די גאנצע זאך וואס א זעקסער שפירט איז די מאס פון זיין זיכערקייט.

א אכטער וועט נישט ארויפברענגען געפילן וואס באדייטן זיין 'איך', וועט נישט שפירן די 'הארמאניע', וועט נישט שפירן 'ליבשאפט', וועט נישט שפירן די מאס זיכערקייט, ער ברענגט ארויף "און וואס וויל איך?" דאס וואס ער שפירט. ער איז מקושר צו זיין רצון. געוויסע געפילן וואס באדייטן "איך וויל אויספירן וואס איך וויל". דאס איז וואס ער שפירט. ס'קאסט אים עקסטערע כוחות צו שפירן אז ער גייט טאקע טון וואס ער וויל.

א זיבענער שפירט נישט זיין 'איך', ער שפירט נישט די 'הארמאניע', ער שפירט נישט 'ליבשאפט', ער שפירט נישט 'זיכערקייט', ער ברענגט ארויף אין זיך די שפיר פון 'פאן'. ער שפירט די לעבעדיגקייט פון די מצב. א אנדערע טייפ וועט נישט קענען, און נישט וועלן, אנהאלטן צו שפירן די לעבעדיגקייט פון די מצב פאר מער ווי א מינוט. זיי גייען גראד צוריק צו זייער דיפאלט.

א דרייער וועט די ערשטע רגע וואס ער קומט אריין צווישן מענטשן, שפירן די וועליו וואס ארומיגע מענטשן געבן אים. א אנדערע טייפ קען דאס נישט טון פאר מער ווי א מינוט. א אנדערע טייפ קען נישט אנהאלטן צו שפירן די וועליו וואס ער האט ביי די ארומיגע פאר מער ווי א מינוט. אדרבה פרובירט אויס. ס'פילט זיך זייער אומבאקוועם. זייער אומנאטורליך. אבער ביי א דרייער איז דאס די וועג וויאזוי ער שפירט זיך. ער שפירט נישט זיין 'איך'. ער שפירט נאר די וועליו וואס ער האט ביי די ארומיגע.

א איינזער שפירט זיין אויסגעהאלטנקייט. א אנדערע טייפ קען נישט שפירן ווי איינזער פאר צו לאנג. ס'וועט זיך שפירן פאר אים אומנאטורליך. אבער א איינזער שפירט אזוי. און א פינעווער שפירט די מאס וויפיל חכמה ער האט זיך צו קענען אן עצה געבן מיט די וועלט.

והשם הטוב יעזור.

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 22, 2019 3:40 pm
דורך חושב מחשבות...
נשמה זייער שיין געזאגט!