לב אחד האט געשריבן:איז אזוי. קודם @מחשב דו ביסט דאך אויך פארקנאקט אין די טענה׳ריי... אפשר ביסטו דער וואס האלט אן און וויל זיך נישט בייגן. (העסטו מיר פארגעבן אויב איך בין צו דירעקט).

עס איז נישט איבער זיך יא לאזן בייגן אדער נישט, בייגן פאר וואס?! פאר א נאנסענס? (עכ"פ אין מיינע אויגן), די זאך איז, אז מ'דינגט זיך נישט אין קיין 'לאגיק', עס איז מער אזא "טענו בחטים והודו לזכר קדשו" סיטואציע, ווי אלעס גייט איבער נאכאמאל אין נאכאמאל אן קיין פארשריט.
אני הקטן בין טאקע א מענטש מיט זייער 'שטארקע' מיינונגן, איך האלט מיר שטארק ביי די מיינונגן וואס איך האלט פאר ריכטיג, אבער איך וועל רעזיגנירן אין די סעקונדע ווואס איך זעה אז יענער איז גערעכט, איך וועל קיינמאל נישט אנהאלטן א מיינונג נאכן ווערן איבערגעצייגט אז איך בין נישט גערעכט, עפי"ר האב איך אויך הנאה צו זיין ביים אמת מער ווי איך וויל געווינען (חוץ ווען מ'טענה'ט זיך אויף א פערזענליכע זאך, שטייצעך).
סאו דו דארפסט דא טראכטן פון עמיצער וואס רעדט מיט געפיל, פון געפיל, פאר געפיל. אדער, א 5 וואס הגם ער איז לאגיש וועט ער זיך טענה׳ן מיט אן אונטערליגענדען געפיל פון אומזיכערקייט. גראדע פון דיין דיסקריבציע קוקט אויס ווי ער רעדט מיט הנחות קדומות, ״ווייל״ ״וועגן״ וואס דאס איז גאנץ א פינעווערישע מהלך המחשבה, הגם ס׳קען לכאורה געשען ביי אלע.
די "ווייל" "וועגן" מיין איך די קינדערישע סארט, "ווייל אזוי וויל איך...". עס איז 'הנחות קדומות' בעיסד אויף זיין 'ווילן' נישט אויף זיין 'פארשטאנד'.
איך וואלט לכאורה געזאגט אז יענער איז אדער א פיר, אדער א זעקס, אדער א זיבן (וואס איז אין די מוד צו אנדרייען כאאס און איז גרייט צו רעדן פאר פייער און פאר וואסער).
ממש פריער האב איך געטראכט אז אפשר איז עס "דריי", וועם עס שטערט נישט זיך צו פאפן, און עס פאסט אים נישט אויפצוגעבן. אויף א 'זיבענער' וועסטו זעהן זיך אונטערשמייכלען פון זיין גוטע פאן, און דו וועסט זעהן אז ער אליינס האלט נישט פון וואס ער זאגט, ער טוט עס נאר פאר די עקשאן. א 'פירער' קעך זיך אויך 'בטעות' פאפן ווייל ער גייט מיט 'געפיל' אבער נישט צופיל און נישט צו ווייט, ער העיט דאך דער געפיל פון פאפעריי, ער איז דאך פארנומען א גאנצן טאג דאס צו אויסראטן, אויך דארף ער ליב האבן צו אנטדעקן נייע מיינונגן, נישט סתם נאכגיין אלטע מהלכים.
און איך העל דיר זאגן נאך עפעס, מעין הפתיחה, נעמליך, מען דארף אייביג קוקן אויפן אנדערע זייט פונעם דעבאטע, ווער שטייט דארט? וועלכע טייפ שטייט דארט? עס קען העלפן פארשטיין ווי מען איז דא פארהאנקעט. למשל, א פיר אדער א זעקס, וועלכע פארנעמט נישט דעם פיניווערס (צומאל) קליינקעפיגקייט און פארהאטעוועטקייט אין אן ענין (בבחינת אזוי איז עס און אזוי וועט זיין) וועט דאס שאפן א קאנפליקט. אא״וו.
יעצט קומסטו אן צום מיליאן דאללער פראגע, "וואס בין איך?"... איך קען נאכנישט די אניאגראם אזוי גוט, איך דארף עס נאך בעסער קענען, ווען די קומענדיגע באשטעלטע ביכער וועלן אנקומען, וועל איך זיי פרובירן לעזן אפשר וועל איך קלארער ווערן. אויף וויפיל איך ווייס יעצט, בין איך צווישן 'פיר' און 'פינף', איך בין נאכנישט זיכער וועלכע איז דאמינירנד, אויך האב איך א טוויסט פון 'זעקס', א שפריץ פון 'זיבן' אולי גאר א קנייטש פון דער רעפארמיסטישער 'איינס', (שריי מיך נישט אן אזוי זעה איך מיך, וואס זאל איך טוען).
צופעליג אויף די 'מאיער בריגס' בין איך לכאורה א ENTP וואס ווערט גערופן דער "דיבעיטער", אויב איז עס ריכטיג פארשטייסטו כאטש דער 'הארד טיים' וואס יענער האט געהאט מיט מיר.