בלאט 2 פון 51

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 2:37 pm
דורך אייער_קיכל
מתבונן האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:3?...


אייער_קיכל פאלש דייעגנאוזט. פריביר נאכאמאהל.

די דיגאנאזציע האט זיך נאר באצויגן צום דעם איינצעלנעם ציטאט... אייך זעלבסט איז דאך נאכנישט מעגליך צו קענען זינט איר זענט נאך גאר ניי (עכ"פ מיט דעם נומבער.. אופס, ניק)

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 2:38 pm
דורך תרנגול
מתבונן האט געשריבן:מיטן גרעסטן פארגענוגן תרנגול. לייג אראפ אביסל פון דיינו כאראקטארן, און זאלן די ליינער אביסל אנאלזירן דיין נאמבער.

מתבונן, מיין כאראקטער וועט מיך נישט ערלויבן אז איך זאל מיך דא ארויפשמירן ברבים וואסערע סארט כאראקטער איך בין...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 2:43 pm
דורך שטארק זיך
מתבונן האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:3?...


אייער_קיכל פאלש דייעגנאוזט. פריביר נאכאמאהל.

ווי איך האב פריער ערווענט, ווערט די אנאגראם בעיקר גענוצט דורך די מענטשהייט אלס מיטל צו קאטאגאריזירן אנדערע, וועל איך דאס אויך טוהן...

מתבונן:
א דרייער מיט א אכטער פליגל וואס האלט זיך פאר א פינעווער...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 2:53 pm
דורך שלעפשיץ
אייער_קיכל האט געשריבן:עניוועי, גוט צו הערן אז דו קענסט עס גוט, נאך בעסער וואלט געווען ווען דו קענסט אביסל די ניקס דא אויך דאן וואלסטו געקענט יעדעם גרינג באנומערן...

לויט וויפיל איך קען שלעפשיץ פון דא אין קרעטשמע איז ער א היבשע 4, מעגליך מיט פליגלעך פון אנדערע


גייסט כאפן!!! :i"

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 2:55 pm
דורך תרנגול
ס'זעהט אויס ווי דער עולם שיסט סתם מיט א פייל-און-בויגן אין די לופטן אריין...
איך וואלט פארגעשלאגן אז עמיצער (מתבונן אדער סיי ווער) זאל דא אראפמאלן אלע נומערן מיט א קורצע אבער קלארע דיסקריפציע איבער יעדע פון זיי, און דערנאך עט'מען זיך קענען ארומטענה'ן, דער עולם ווייסט דאך נישט בחייכון וואס איז דאס אכטער דרייער וכו', און בכלל פארשטיי איך אז אין גאנצע מהלך האניגריאם איז נישט שייך צו פארמאגן א פליגל פון סיי וועלכע נומער, ס'איז דא א געוויסע סיסטעם אין געוויסע כללים אין דעם.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 2:56 pm
דורך אייער_קיכל
שלעפשיץ האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:עניוועי, גוט צו הערן אז דו קענסט עס גוט, נאך בעסער וואלט געווען ווען דו קענסט אביסל די ניקס דא אויך דאן וואלסטו געקענט יעדעם גרינג באנומערן...

לויט וויפיל איך קען שלעפשיץ פון דא אין קרעטשמע איז ער א היבשע 4, מעגליך מיט פליגלעך פון אנדערע


גייסט כאפן!!! :i"

וואסי? איך אויכעט...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 2:59 pm
דורך שטארק זיך
געגאנען

1) פערפעקשאניסט,
2) איבערגעגעבענער (ביזן פיגר׳ן...
3) אקטיאר
4) געפיליש ביזן דאך
5) דענקעריש, מבקש חכמה.
6) ברויך סעד לתומכו
7) תענוג ותאוה,
8) מושל, קאנטראלירער
9) פאסיוו, (געבוירן און דער לאזעוויצער געבורניע.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 2:59 pm
דורך שלעפשיץ
איך בין אלע נומערן

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:00 pm
דורך שלעפשיץ
שטארק זיך - וועגן אזוינע ווי די רעג איך מיר

דער וואס גייט זעהן וואס דו האסט געשריבן מיינט ערווייסט שוין אלעס.
האסט עס געהארגעט :lol:

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:02 pm
דורך שטארק זיך
שלעפשיץ האט געשריבן:שטארק זיך - וועגן אזוינע ווי די רעג איך מיר

דער וואס גייט זעהן וואס דו האסט געשריבן מיינט ערווייסט שוין אלעס.
האסט עס געהארגעט :lol:

האניש מורא, מתבונן (לויט מיין אנאליז און זיין כאראקטער, לויט די אנאגראם,) קומט אט ארויס מיט א קאנטער אטאקע... ערעט ראטעווען די זאך...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:06 pm
דורך שטארק זיך
שלעפשיץ האט געשריבן:איך בין אלע נומערן

שלעפשיץ טייערער, יאוש אין דיין פאל, איז א גוטע זאך...

פארגעס דערפון... דער מענטשהייט וועט קיינמאל דיך נישט פארשטיין, מיט מיין תגובה אדער אנדעם! הערויף פרובירן זיי מסביר זיין עס פאלט אויף טויבע אויערען.

דו ביזט בארעכטיגט צו האלטן וואס דו האלטסט, שפירן וואס דו שפירסט, צו אנדערע רעספעקטירן דאס צו נישט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:09 pm
דורך DotCom
וועכע נאמבער קען מען מאכן געלט?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:11 pm
דורך שטארק זיך
DotCom האט געשריבן:וועכע נאמבער קען מען מאכן געלט?

מיליאן מיט א פארשטאפטע נאניע...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:16 pm
דורך בחורהזעצער
שטארק זיך איך האב עטליכע מאל אויסגעפלאצט אויפן קול ליינענדיג דיינע תגובות, נו וואס בין איך?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:25 pm
דורך שטארק זיך
בחורהזעצער האט געשריבן:שטארק זיך איך האב עטליכע מאל אויסגעפלאצט אויפן קול ליינענדיג דיינע תגובות, נו וואס בין איך?

דו ביסט איינס אין דער וועלט...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:43 pm
דורך מאנ-יימער
שטארק זיך האט געשריבן:
בחורהזעצער האט געשריבן:שטארק זיך איך האב עטליכע מאל אויסגעפלאצט אויפן קול ליינענדיג דיינע תגובות, נו וואס בין איך?

דו ביסט איינס אין דער וועלט...

האלטס טאקע ער איז דער איינציגסטער וואס פלאצט אויס ליינענדיג דיינע תגובות?
כ'זעה די קענסט נישט די נושא

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:45 pm
דורך שטארק זיך
האט עפעס מיט די קרעטשמע קוילעחוי סינדראם...
(צו ווייזן אז כא באמערקט...)

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 4:23 pm
דורך שטארק זיך
וואו איז מר מתבוננן ווען מען ברויך אים?

כהאף עריז נישט אריין אין באהעלטעניש פאר נאך א צוויי יאר.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 4:47 pm
דורך ווינקל
קרעמער האט געשריבן:וואו איז "סאכדעס"???? ער האט שוין געשריבן דערוועגן נאך אין אלט שטאט (דאכט זיך).

זעט אויס טאקע אין אלט שטאט.
viewtopic.php?f=3&t=2487&p=54880#p54880

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 5:13 pm
דורך מאנטריאלע'ר
שטארק זיך האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן:וועכע נאמבער קען מען מאכן געלט?

מיליאן מיט א פארשטאפטע נאניע...


וואסידאס ? איך קענישט ווייטער אזוי ליינען, די טרערן פליסן פון די אויגן, די גאנצע קערפער מיטן שווערן געוויכט שאקלען זיך אזש ביזן לאנדען אויף דער ערד......

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 5:45 pm
דורך מתבונן
שטארק זיך האט געשריבן:וואו איז מר מתבוננן ווען מען ברויך אים?כהאף עריז נישט אריין אין באהעלטעניש פאר נאך א צוויי יאר.


האלט אויס, פאוואליע. איך בין נישט פארלוירן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 5:53 pm
דורך והוא פלאי
אוי איז דאס פאן
זכרנו את הדגה, איך געדענק דאס ערשטע מאל איך האב מיך באקענט מיט דעם סיסטעם, און געטראפן א קאזין וואס קען דעם סיסטעם
זענען מיר געזעצען אפאר שעה, און אדורך געטוהן אלע רבי'ס, און נאך אסאך באקאנטע פיגורען, וואסערע נומערען זיי זענען
נאכדעם האמיר זיך גענומען צו די משפחה
געהאט דערפון האמיר גארנישט, אבער פאן איז עס געווען

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 6:05 pm
דורך שויתי'ניק
והוא פלאי האט געשריבן:אוי איז דאס פאן
זכרנו את הדגה, איך געדענק דאס ערשטע מאל איך האב מיך באקענט מיט דעם סיסטעם,
געהאט דערפון האמיר גארנישט, אבער פאן איז עס געווען

;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 6:07 pm
דורך וויווידיזיינער
"והוא פלאי" פארוואס זאגסטו "געהאט דערפון האמיר גארנישט, אבער פאן איז עס געווען" האלסטו נישט אז אויב די מנהלים וואלטן געקענט זייערע מלמדים'ס נומער, און דאס זעלבע די מלמדים די קינדערס נומער וואלט דער חינוך סיסטעם נישט געווען בעסער? הונדערט פראצענט אז יא... דער מלמד וואלט ארויסגעהאט אז דער און דער קינד למשל איז א זיבענער און קען נישט איינזיצן פאר 2.5 שעה אין איין ציה, ער קריכט ארויס פון די געהירן, לאז אים ארויסגיין אינמיטן קלאס און זיך אויסדזשוכינען פאר עטליכע מינוט, נישט יעדעס קינד איז די זעלבע... ...והוא פלאי אז עס איז טאקע נישט איינגעפירט געווארן צווישן אונזערע מוסדות אז די מלמדים זאלן עס גוט קענען... איי געס איך נישט פיקסן דער וועלט, וועליך כאט פרובירן מיך צו פאררעכטן...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 6:13 pm
דורך שויתי'ניק
וויווידיזיינער האט געשריבן:אויב דער מלמד וואלט ארויסגעהאט אז דער און דער קינד למשל קען נישט איינזיצן פאר 2.5 שעה אין איין ציה, ער קריכט ארויס פון די געהירן, לאז אים ארויסגיין אינמיטן קלאס און זיך אויסדזשוכינען פאר עטליכע מינוט, נישט יעדעס קינד איז די זעלבע...


פארוואס דארף ער דערצו וויסן אז ער איז א "זיבענער"? ווען ער האט אביסל הארץ און געפיל צו א קינד, און פארשטייט צו "חינוך", נישט צו נאמבערס, קען ער אים דאס זעלבע באהאנדלען, דיין עצה אים צו לאזן טשאכענען, קען ער אזוי אויך וויסן...

דער קינד דארף נישט ווערן א נאמבער דערצו... ביי די רשעים ימ"ש, איז א מענטש געווען א נאמבער... הש"י...

ווייז מיר ווי מ'דארף די נאמבערס? וואס אנע דעם קען מען נישט זיך און די קינדער באהאנדלען ריכטיג, תורה'דיג, אמת'דיג... וכו'...