געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2018 7:18 pm
הרב נשמה ברויכסט אריינגיין און די ארט (מאלעריי) ביזנעס...
זייער אינטערעסאנטע אנאליז...
זייער אינטערעסאנטע אנאליז...
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט
https://www.ivelt.com/forum/
נשמה האט געשריבן:קוקט אויס ווי א פירער פליגל פינף.
הגם מ'קען אויך טראכטן ניין. ס'וואלט אויך געשטומט צו זאגן ניין. דאס איז זיכער אז ס'איז נישט זעלבסט-אסערטיוו. און ס'איז צוריקגעצויגן, withdrawn. הגם מ'קען מערקן אז מ'וויל, קען מען מערקן א שטיקל 'פעסטקייט' אין זיין כאראקטער. און די צאמגעלייגטע הענט געבן דעם איינדרוק. stubborn. א יוד איז stubborn זיך ווייטער צו האלטן מיט זיין יודישקייט. אבער מ'קען מערקן די 'באאבאכטקייט', פון א פינווער. אבער נאר א משהוא, נאר אלץ א פליגל. אבער אז מ'עקשנ'ט זיך דוקא קען מען אויך אנהייבן צו זעהן נאר א משהוא "חשדנות". ווי איינער וואס איז אויפגערעגט און וויל נישט לאזן מער קיינעם צוקומען נאנט. און וויל יעצט דוקא זיין פאר זיך.
מ'זעהט קלאר די פארזינקענקייט, וואס דאס שטומט מיט פיר און מיט פינף. פירער זענען פארזינקען אין געפיל, און פינעווער אין די מחשבה. דא זעהט מען מער אין געפיל. א טאטש פון טרויעריגקייט זאגט פיר, פירער האלטן אין זיך מער אזאנע סארט געפילן. פירער פילן זיך אדער ווילן זיך פילן ווי אפגעזונדערט. און אפגעטיילט פון די ארום. און נישט נעמען אנטייל. פירער נוצן זייער 'דמיון' אזוי ווי דא ביי בילד, צו אנהאלטן זייער סענס אף סעלף. די 'איגו' דיפענס.
והוא רחום יכפר וכו'.
לב אחד האט געשריבן:נשמה איך בין כמעט... מסכים מיט דיר, נאר איך פיל אז ער איז אביסל שטערקער 5 וואו דו מאכסט אים.
לדעתי איז דער יונגעל-בחור (ס׳קוקט אויס ווי א בילד גענומען אין מיטל-אלטער.. דעריבער ווייס איך נישט) א 5 מיט א שטארקע 4ער פליגעל. דאס צוריק געהאלטענקייט, חשדנות, און טיפע אבזערוואציע וואס דער געשטעל גיבט ארויס איז קלאר א 5 כאראקטער.
די צוזאמגעלייגטע הענט זיינע מיט די שיעפקייט פון זיין געשטעל שרייט ארויס מעלענכאלישקייט, misunderstood, וואס דאס איז 4.
ער רילעיט אבער נישט מיט די וועלט ארום אים, די וועלט איז עפעס צו פשוט; ער שטרעבט אויף עפעס מער רוחני, אבסטראקט. דער נקודה אליין וואלט נאך געקענט זיין פיר, אבער פון א 4 אפילו מיט א שטארקע 5 פליגעל וואלסטו געזען מער רילעישאן צו די וועלט.
דער אינגעל דא אינעם בילד איז איינזאמער, ער קוקט אויס ווי ער וויל פארשטיין וואס ס'קומט פאר אויפן וועלט, פארוואס זענען די מענטשהייט אזוי פארנומען מיט ׳נארישע׳ זאכן. און ער טראכט נע, נארישע מענטשן, פשוטע מענטשן.
ער פארשטייט באמת נישט!! פארוואס מען דארף רעדן סתם שטותים פון דאס און יענץ, וועמען אינטערעסירט עס. אין אנדערע ווערטער: ער איז אן observer-5.
זיינע חשדנות׳דיגע אויגן שיקן ארויס שפעקולאנטישע סיגנאלן, מען זעט אז ער שפעקולירט גאר אסאך, ער טראסט נישט קיין זאכן. עס קוקט אויס ווי אויף יעדע זאך וואס דו וועסט אים פרעגן, וועט ער דיר ענטפערן: אבער אפשר נישט? (א שטארקע פינעווער-זעקסער שטריך).
יעצט, איך וואלט איך נישט געזאגט אז זיין מיסטראסט איז כולו זעקס, ווייל זיינע באוועגונגן זענען נישט אקטיוו-וואס ביי א זעקסער וואלט געווען.
ווען מען קוקט אויף זיינע determened פארמאכטע האנט-פלאך זעט מען אז ער האט אין זיך א קלארקייט, לכהפ א שטיקל.
אין מייערס בריגס וואלט איך אים געלייגט אלס אן INFJ
נשמה זאגט אייביג ביים סוף והוא רחום יכפר עון.. אבער איך האלט שוין ביי ברכו
לב האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז דער יונגעל דא אינעם בילד, איז מער ווי חשדנות'דיג. דו האסט דערמאנט אז דער 5 האט אן 8טערשאפט אין זיך. איך וואלט געזאגט אז ער 'איז זיכער' מיט זיין קאנספיראציעס, און פארענויע; יעדער איז שלעכט, מען קען קיינעם נישט טראסטן, קיינער וויל נישט דיין גוטס. יעדער וויל דיך אין אמת'ן אונטערברענגן.
לב אחד האט געשריבן:נאך שעות פון טראכטן און קלערן ליינען און פארשן בין איך געקומען צום אויספיר (אויף א דערווייל..) אז איך בין 55% א 4 ווינג 5, און א 45% א 6 ווינג 7.
איך בין אבנארמאל סענסעטיוו צו קאראפשען corruption,
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:לב אחד האט געשריבן:נאך שעות פון טראכטן און קלערן ליינען און פארשן בין איך געקומען צום אויספיר (אויף א דערווייל..) אז איך בין 55% א 4 ווינג 5, און א 45% א 6 ווינג 7.
איך בין אבנארמאל סענסעטיוו צו קאראפשען corruption,
שים לב
אדהאן זאגט:
intermediate fours: unable to tolerate the superficiality, phoniness, apathy, injustice, and cruelty, of the world
they get overly focused on injustice, abuse, tragedy and their own grief
חושבנא כדין (איך בין אבנארמאל סענסעטיוו צו קאראפשען ) כחושבנא הדין fours: unable to tolerate the superficiality, phoniness, apathy, injustice
=4
דערבארומדיגער האט געשריבן:מעירס בריגגס קען איך נישט איך ווייס נישט ווי איך באלאנג...האמיר א טעסט געמאכט, כמעט יעדע שאלה קען איך ענטפערן ביידע וועגן...
אמאל פיר איך זיך מיט לאגיק, און אמאל פירט מיר די געפיל.
אויב רעדט מען פון לאנג טערם זאכן וועט לאגיק רעגירן.
אויב רעדט מען פון נאך א דעיניש ע"פ רוב וועט געפיל אויספירן וכו'
אמאל רעד איך מיט פרעמדע מענטשען און אמאל נישט, ווענדט זיך און מיין גוסטע, ווענדט זיך וואס א איינדרוק דער פרעמדע מענטש געט מיר, וכו'
סאושעלייזן געט נישט און נעמט נישט קיין ענערזשי,
איך פלאניר פון פאראויס, אבער איך טויש פלענער ON THE FLY
אזוי צי אזוי געט ער מיר דאס, איך קען עס נאכנישט פותר זיין...
יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:האביך לעצטענס גענומען מעירס בריגגס און די 9 אניגראם
בינעך א INFJ ביי מעירס בריגגס
און א 4 ביי אניגראם
נשמה זיי ביטע מסביר
יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:Wow
ביזטו פיינע פיינע נייעס!
באמת א שכויעח
איך האב שוין א גאנצע נייע סוגיא דורך צו טוען.. גיימער גיין קויפן אפאהר בוקס..
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:יישר כח "לב" פארן אריינברענגען אביסל פרישקייט צי די גאנצע אנעאגראם טעמע... האט גענומען 99 איי וועלט בלעטער מיט "איין הארץ" אריינצימישן מעירס בריגגס אינעם אניאגראם דעבאטע
נשמה איך בין דיר שטארק מכיר טובה פאר דיין אנאליז, וועל מיר עס ליינען ביישב הדעת
לב אחד האט געשריבן:דערבארומדיג'ער האט געשריבן:יישר כח "לב" פארן אריינברענגען אביסל פרישקייט צי די גאנצע אנעאגראם טעמע... האט גענומען 99 איי וועלט בלעטער מיט "איין הארץ" אריינצימישן מעירס בריגגס אינעם אניאגראם דעבאטע
נשמה איך בין דיר שטארק מכיר טובה פאר דיין אנאליז, וועל מיר עס ליינען ביישב הדעת
דאנקע שעין. איך ווייס נישט פארוואס אבער איך בין מער באקוועם מיט די מייערס בריגס ווי מיט די אניגראם. איך האב מער ליב די הערליכע פאזעל פון פארצווייגטקייט פון מייערס בריגס. איך גיי ניסלעך פאר אינפארמאציע. איך האב ליב endless possibilities.
מיינע נאענטע רעדן זיך אפטמאל אפ אז איך האב ליב אלעס צו מאכן קאמפליצירט. ספלעגט מיר זייער וויי טון אמאל ווייל כ׳האב באמת נאר געוואלט פארשטיין נאך אינפארמאציע און נאך פרטים.
איידער איך גיי ערגעץ למשל אויף וואקאציע, אדער איך קויף א ווערדפולע זאך, וועל איך קלערן טויזענט מאל און נאכן קויפן טראכטן נאך פינף הונדערט מאל.
(גראדע דאס איז נישט נאטורליך ביי מיר אזוי, וויל בטבע בין איך אן אריינשפרינגער, איך קויף זאכן spontaneously, סנאר אזוי געווארן פון באקומען קריטיק, און פון פילן אז מענטשן האלטן אז איך בין משוגע מיט מיין spontaneity. איי איז פארוואס דעמאלטס לייג איך עס אריין דא?? ווייל איך וויל הערן וואס מיינע חברים דא אין אשכול זאגן אויף עס און איך וויל אויך ווייזן ווי nurture קען ברענגן קנייטשען צו דעם פערסאנאליטי.
און אגב, איך האב גענומען אסאך טעסטס ביז איך בין געווען אמאל אמת׳דיג מיט מיר אליין, מער אמת׳דיג ווי אייביג, און איך האב ביי מיר געזען אז איך ענטפער לויט ווי געוויסע מענטשן אין מיין לעבן וואלטן געוואלט איך זאל ענטפערן! איך פארלייקען מיינע אמת געפילן איבער זאכן און מיינע אמתע רעאקציעס אויפן טעסט. ווער עס האט שוין גענומען מער ווי פופצען פראסענעליטי טעסטס... ווייסט פון וואס איך רעד. עכ״פ האב איך ביי מיר מחליט געווען אז איך גיי ענטפערן לויט מיינע אמתע התנהגותן, אפילו איך וואלט נישט געוואלט אז איך זאל זיך אזוי אויפפירן, למשל spontaneity, בקיצור בין איך ארויס געקומען אן enfp)
ווען איינער זאגט מיר א פראבלעם זע איך אויפן מינוט טויזענט אין איין מהלכים וויאזוי עס צו לייזן, און איך באקום בערך א מיליאן שאלות אין מיין קאפ. וויאזוי ווען וויפל אבער וויאזוי קען זיין און אפשר נישט אזוי ווירבעלט מיין מח נאן סטאפ.
אויך בין איך ביזי מיט טויזענט זאכן און איך שעפ א געוואלדיגע סיפוק פון זען פיר פראיעקטן מיינע פארן אויף די רעלסען.
אין מייערס בריגס איז דאס די p מיט די e. וואס די ביידע צוזאמען מאכן מיר זיין ווי א מאטאר, און פארן פון איין פראיעקט צום אנדערען און וועלן מאכן ׳ריזיגע׳ דזשאמבאו ענדערונגען אין די וועלט.
און דאן האב איך די חלק nf וואס דאס מאכט מיר זיין זייער אינטיאיטיוו, איך שמעק און פיל זאכן אויף מענטשן און אויף סיטואציעס נאך פאר זיי אליין ווייסן דאס! (נישט קיין גוזמא) און איך באזיר מיין וועלט אויף געפיל, דאס הייסט ביי מיר צינדט זיך אן קודם די געפיל און נאכדעם די לאגיק.
נשמה האט געשריבן:קוקט אויס ווי א פירער פליגל פינף.
הגם מ'קען אויך טראכטן ניין. ס'וואלט אויך געשטומט צו זאגן ניין. דאס איז זיכער אז ס'איז נישט זעלבסט-אסערטיוו. און ס'איז צוריקגעצויגן, withdrawn. הגם מ'קען מערקן אז מ'וויל, קען מען מערקן א שטיקל 'פעסטקייט' אין זיין כאראקטער. און די צאמגעלייגטע הענט געבן דעם איינדרוק. stubborn. א יוד איז stubborn זיך ווייטער צו האלטן מיט זיין יודישקייט. אבער מ'קען מערקן די 'באאבאכטקייט', פון א פינווער. אבער נאר א משהוא, נאר אלץ א פליגל. אבער אז מ'עקשנ'ט זיך דוקא קען מען אויך אנהייבן צו זעהן נאר א משהוא "חשדנות". ווי איינער וואס איז אויפגערעגט און וויל נישט לאזן מער קיינעם צוקומען נאנט. און וויל יעצט דוקא זיין פאר זיך.
מ'זעהט קלאר די פארזינקענקייט, וואס דאס שטומט מיט פיר און מיט פינף. פירער זענען פארזינקען אין געפיל, און פינעווער אין די מחשבה. דא זעהט מען מער אין געפיל. א טאטש פון טרויעריגקייט זאגט פיר, פירער האלטן אין זיך מער אזאנע סארט געפילן. פירער פילן זיך אדער ווילן זיך פילן ווי אפגעזונדערט. און אפגעטיילט פון די ארום. און נישט נעמען אנטייל. פירער נוצן זייער 'דמיון' אזוי ווי דא ביי בילד, צו אנהאלטן זייער סענס אף סעלף. די 'איגו' דיפענס.
והוא רחום יכפר וכו'.
נשמה האט געשריבן:בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ. השי"ת זאל זיין מיט מיר שלא יצא מכשול מתחת ידי לעולם.
מאיר בריגס צעטיילט קאטאגאריעס פון פערסאנאליטיס אויף זעכצן. לאמיר נעמען א ENFJ. צוויי אדער דריי פון יעדע הונדערט מענטשן. די פאנקציע סדר פון א ENFJ איז: עקסטראווערד פילינג. אינטראווערד אינטואישן. עקסטראווערד סענסינג. און אינטראווערד טינקינג. .
די חילוק פון א אינטראווערד געפילן און א עקסטראווערד געפילן איז: אז א אינטראווערד געפילן איז מייחס זיינע 'באשלאסענע געפילן' וועגן זאכן וואס ער זעהט אז 'איך פיל אזוי און אזוי וועגן יענעם'. ער כאפט נישט אז דאס קומט פון יענעם. לאמיר מאכן א משל מיט הערן קולות וואס שטערן. לאמיר זאגן אז א מענטש הערט קולות וואס שטערן אים, און ער טראכט "וואס שרייט דא אין קאפ אריין, ער קוקט אויפן מקור 'אינדרויסן פון אים' פון וואו די קול קומט, און דארט לעשט ער אויס!" יעצט לאמיר זאגן אז געוויסע מענטשן הערן קולות וואס שטערן, און זיי טראכטן ביי זיך, 'עפעס דא אינעווייניג ביי מיר מאכט אז איך זאל הערן די קולות, וואס טו איך'? ס'רעגיסטרירט זיך ביי אים 'אין זיך'. דאס איז די חילוק צווישן א עקסטראווערד און א אינטראווערד ביי געפיל, צו ביי טראכטן. א עקסטראווערד פארשטייט אז די סיבה פארוואס איך פיל אזוי און אזוי איז 'יענער'. יענער איז אזא און אזא מענטש. ער באשלוסט לויט זיין געפיל און ס'רעגיסטרירט זיך ביי אים "עקסטראווערד". יענע אביעקט אינדרויסן פון מיר איז אזוי און אזוי, (ער באשליסט לויט געפיל). ביי א עקסטראווערד עקזיסטירט אסאך 'אביעקטן' וואס דרייוון זיינע געפילן.
דאס איז דאך ער אליין. וואס יענער פילט לגבי אים, איז דאך ער אליין. די דאמינירענדער פאנקשאן ביי א ENFJ איז דאך Fe. איז דאך אוודאי אז ער וויל טון וואס יענער פילט גוט מיט עס. און ווי מער מענטשן דער ENFJ וועט האבן ארום זיך, אלץ בעסער וועט ער פילן מיט זיך. מענטשן ארום איז ער אליין. דערפאר איז א ENFJ אזוי סאושעל. און אזוי גאול אריענטירט. ווייל אויב וואס יענער פילט לגבי מיך, איז אזא שטארקער נפקא מינה ביי מיר, מאכט דאס וועלן זיין א מוצלח. וועלן זיין ארויפגעקוקט ביי יענעם, וועלן זיין וואס ביי ארומיגע האט א וועליו.
וועט ער אוודאי אוועקשטופן מענטשן וואס האבן אים נישט ליב. ווייל, וואס דארף ער פילן שלעכט מיט זיך אליין. גיי דיר און פארטיג. און אוודאי וועט ער וועלן אז יענער זאל האלטן פון אים. און ער וועט וועלן זיכער מאכן אז יענער האלט פון אים.
(שויתי ה' לנגדי תמיד)
ער זוכט גיידענס און שטיצע אינדרויסן פון אים, פארוואס? ווייל ער פילט נאר 'יענעם'. ער איז מקושר צו מענטשן ארום. ער ווענד זיך נישט ווי דער Fi. אינעווייניג אין זיך צו קער נעמען פון געפילן. ער פאררעכט זאכן אינדרויסן פון אים. מאיר בריגס שטעלט בעסער צאם דעם פאזל. ווי די אניאגראם. און דאס וואס דו זעהסט שטריכן פון אזויפיל נומערן, דאס איז ריכטיג. דו זעהסט גוט. והשם הטוב יעזור.
טאטע העלף האט געשריבן:עס אי מיר איינגעפאלען א שאלה (עס קען זיין מען האט שוין גערעדט פון דעם, אבער איך האב נישט אלעס געליינט דא) איך דארף לכארה נישט מאכען קיין הקדמות... עס איז מעגליך פאר א 4 צי האבען A.D.H.D?
טאטע העלף האט געשריבן:עס אי מיר איינגעפאלען א שאלה (עס קען זיין מען האט שוין גערעט פין דעם אבער איך חאב נישט אלעס געליינט דא) איך דארף לכארה נישט מאכען קיין הקדמות... עס איז מעגליך פאר א 4 צי האבען A.D.H.D?