מקבל ומשפיע האט געשריבן:לב אחד האט געשריבן:נשמה פארגינגט מיר נישט צו זיין א זעקסער
אבער ער פארגינט דיך בעסערס, 4! נישט דאס איז וואס דו ווילסט זיין?!
א געווענליכער פירער האט א נטי' צו ווערן אפגעהאלטן פון זעלבסט-ספק. דאס הייסט, אפילו אויב ער האט יא געוויסע פלענער, שעמט ער זיך ארויסצוקומען און טון צום זאך. ווייל ווען א מענטש וויל עפעס טוהן היינט, מארגן, איבערמארגן, און ווייטער, דארף ער
פילן מיט א אינערליכע תמידיות'דיגקייט: "
איך קען דאס און דאס". משא"כ די גיסטע פון א פירער האלט זיך אין איין טוישן, און ווען ער וויל טון פיהלט ער: "אבער ווער בין
איך דאס און דאס צו טוהן?".
ער פיהלט זיך אלץ איינער וואס קען נישט דאס וואס ער האט געמיינט (געפיהלט) נעכטן אז ער קען יא. ער פילט זיך
אנדערש יעדן טאג. "מיין נעכטיגע 'איך' האט אפשר געקענט, אבער מיין היינטיגע 'איך' קען נישט,
מיין היינטיגע 'איך' איז גארנישט דער מענטש וואס קען".
און די סיבה דערצו איז זייער פשוט. די 'איך' פון א פירער איז די קוואל פון זיינע געפילן. ער אידענטיפיצירט 'זיך' מיט זיינע געפילן. אזוי ווי א מענטש וואס וויל אויסשטרעקן זיין הענט צו נעמען א זאך, און ענדליך ווען זיין הענט דערגרייכט צום חפץ,
זעהט ער אז די חפץ איז סך העכער פון זיין דערגרייכונג. א פירער, ווען ער וויל שוין ארויסקומען מיט זיינע איידיעס, ווערט ער געטוישט גיסטע, ווייל יעדע מענטש טוישט זיך גיסטע, אבער נישט יעדע מענטש'ס "אנערקענונג אין וואס ער קען" איז געוואנדן אין די 'גיסטע'. און ווייל זיין גאנצע איידיע איז נאר געווען א 'גיסטע'. א געוויסע מוד, א אינערליכער מצב,
אן אינספיירעשן, וואס האט אים קלאר געזאגט אז דאס און דאס
קען ער. (און זייער מעגליך אז ער קען באמת) אבער ווען ער וויל עס טון, פיהלט ער זיך ווי גאר א נייער מענטש, ווייל ער האט זיך צוגעוואוינט 'זיך' צו 'מענטש-ענען' מיט דאס וואס ער פילט. און יעדע מאל ער וויל שוין טון, קען ער זיך נישט צאמקלויבן. ווייל די גיסטע איז אוועקגעפלויגן.
דאס מיינט אז א געווענליכע פירער איז תלוי אין זיין אינערליכער קוואל, און ביי א געזונטע פירער טוישט זיך די אינערליכע קוואל אגאנצן צייט, פריש, פריש, פריש, ניי, ניי, ניי.
שטעלטס ענק פאר א טאג וואס ס'גייט גוט פארן פירער, גוט פארן פירער מיינט, אז זיין אינערליכער קוואל האט געפלאסן מיט א געהעריגער שטארקייט צו דאס וואס ער האט
געדארפט טון,
און נישט אויף עפעס אנדערש. (דיינע פליכטן וואס דו האסט אזוי נישט ליב, האסטו יענעם טאג יא ליב געהאט, ווייל דו האסט געפילט אז דו ווילסט עס טון. איך בין כמעט זיכער אז א פירער שמייכלט ווען ער ליינט עס) ווייל א פירער, ער
דארף טון
דאס, אבער זיין אינערליכער קוואל וויל טון '
יענץ'. און ווען ער וועט זיך שטארקן און יא טון דאס וואס ער
'דארף' טון, גייט נישט צו לאנג געדויערן און ער גייט אויפגעבן. ווייל ער פילט נישט קיין שום חשק מיטן טון דאס וואס זיין אינערליכער קוואל קוועלט נישט אהין.
ער גייט קעגן זיין רצון. חוץ אויב ער ארבעט אויף זיך
צעביסלעך צו טראכטן זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות צו זיינע געפילן, אבער האבן שייכות מיט וואס ער 'דארף' טון.
און ער שלעפט אהין זיין קוואל. נאכאמאל פירער, נישט זאלסטעך איינגעוואוינען צו טון וואס 'מ'דארף'
אן דיין אינערליכער קוואל. ווייל ס'וועט נישט ארבעטן. און איך מיין אז דו ווייסט זייער גוט, און דו האסט פיינט 'מדארף'. דו האסט עס פיינט מיט דיין גאנצע הארץ צו טון וואס
מ'דארף. (מ'דארף טון וואס מ'דארף, דאס איז דער אמת!)
דו פילסט ווי דו ביסט געצווינגען צו עסן זאכן אן קיין שום טעם דייקא. בעת, דארט אהינציער ליגט דיין פרישע קוועלעדיג קוואל. באר מים חיים, און דו ביסט געצווינגען דייקא צו טון זאכן וואס
מ'דארף. איך האב דעס נישט געזאגט. און טו עס נישט, ווייל ס'וועט נישט ארבעטן. און דיין יצר ווילסטו אויך נישט זאל זוכן ערגעץ אנדערש גליקן, און אויב דו גייסט טון זאכן וואס
מ'דארף אן דיינע אינערליכע קוועלער, וועט ער עס זוכן ערגעץ. א טאג נאכן טון וואס
מ'דארף, קען מען ווערן שנעלער פארכאפט פאר שעות אין זאכן וואס
מ'וויל.
דשאסט צו פארגיטיגן.צעביסלעך פירער, און דייקא צעביסלעך, וועסטו אהינשלעפן דיין קוואל
דארט וואו מ'דארף טון.
דאס גאנצע ענין פון א פירער, און פארוואס ער האט אזויפיל פראבלעמען מיטן טון וואס מ'דארף. און פארוואס זיין אינערליך קוואל ארבעט נישט דארט וואו מ'דארף עס, און
ארבעט דארט וואו קיינער דארף עס נישט (אנטשולדיג, מ'דארף עס יא, סארי, מ'דארף יא דיין פאום, און מ'דארף זייער וויכטיג דיין פעינטינג, סארי. דיין גאנצע נפש ליגט דארט אין יענע שטיקל ארט, פליז מאך עס נישט אוועק) איז, ווייל די ריכטיגע נפש פון א פירער, די עכטע געזונטע נפש פון א פירער, ארבעט: אז
ער ערלויבט אז ס'זאל זיך עפענען ביי אים א גאנצן צייט א נייע פרישע קוואל. און ער ערלויבט
זיך צו עפענען צו א נייע פרישע קוואל, א קוואל וואס דו האסט פריער נישט געפילט. ער גרובט א נייע קוואל און ווארט אויף פרישע וואסער, פרישע אינספיירעשאן, פרישע טיפע געפילן. ער לאט אפ, יא, יא,
ער לאט אפ די פריערדיגע אינספיירעשן. און ער ווערט נישט אנטוישט, כי עתה הרחיב ה' לנו. ער באקומט א נייע אינספיירעשאן. אזוי ארבעט א געזונטע נפש פון א פירער. יעדע נפש, אבער א פירער איז מקושר צו עס שטערקער.
דער געווענליכער פירער וויל אבער ווייטער שעפן פונעם
פריערדיגן קוואל, "ווייל דאס ארבעט שוין, ס'קוועלט שוין". און ער לאט עס נישט אפ צו געבן א געלעגנהייט פאר א פרישע שטראם פון פרישע וואסער, א פרישע שטראם פון פרישע אינספיירעשן. דאס איז די סיבה למעשה פארוואס דער געווענליכער פירער
טוט וואס ער וויל, און ער טוט נישט וואס ער דארף. א שטיקל משל: א מענטש גייט אויף א טרעדמיל. אויב דער מענטש וועט בלייבן שטיין אויף די זעלבע פלאץ, וועט עס אים אוועקשלעפן פונעם תכלית. אבער ער וויל זייער שטארק בלייבן ביים זעלבן קוואל. ער איז אזוי מקושר צו זיינע אינערליכע קוועלער, אז ער פילט עס. ער פילט די קוועלער פונעם נפש. און ער קען נישט לאזן אוועקלויפן
אזא גוטע זיסע געלעגנהייט. איך האב עפעס געפילט, וואס איז עס געווען? ס'איז געווען אזוי גוט און זיס. סתם אזוי מוטשע איך מיך מיטן עסן האלץ. דער פירער, ווייל ער איז אזוי מקושר צו זיינע אינערליכע קוועלער.
פילט ער זייער גוט ווען די קוואל ארבעט נישט. ער פילט עס
שטארק. און דאס איז אויך א חלק פון די
pain וואס א פירער גייט דורך. ער פילט אז ס'ארבעט נישט די וואסערפאל. יו, אוטש, ס'שטערט אים שטארק, ווייל ער האט נישט קיין אינערליכער שטופ. ער איז מקושר און ער פילט די הארטע ערד, אן א וואסער. און ווייל ער איז צוגעוואוינט צו פילן זיינע פריערדיגע קוועלער, קען ער בלייבן מיט א ווייטאגליכע אריינזאג פון סתם א מענטש.
ער איז אזוי נישט צוגעוואוינט זיך צו טוישן צו פרישע קוועלער, פרישע געפילן, פרישע אינספיירעשן. ער טראסט נישט אז א פרישע אינפיירעשן וועט קומען. ער טראסט נישט.
ער ווערט אויס מענטש ווען
'מ'דארף'. ווייל "איך גיי אלעס פארלירן איך גיי מיך פארלירן און ס'גייט ווערן זייער אן א טעם, יו".
דער עצה פארן פירער איז: הייב אן זייער צעביסלעך (יעדע מאל נאר א משהוא מער) צו טראכטן פון זאכן וואס דו דארפסט טון,
אבער ס'האט נישט קיין שום שייכות צו דיינע קוועלער גארנישט. צעביסלעך. דאס וועט אהינשלעפן דיינע אינערליכע קוועלער. דו גייסט אנהייבן פילן א טעם
אין דיין פשוט'ן טאג. ווייל דו גייסטעך אויסלערנען וויאזוי צו אפלאזן דעם יעצטיגן קוואל, און מאכן פלאץ פארן נייעם אינספיירעשן. צו טראסטן אז ס'גייט קומען פרישע וואסער. הייב אן טון, און ס'וועט קומען. אבער פרוביר אז ס'זאל קומען פרישע אינספיירעשן. פירער טייערער, איך קען נישט פארשטיין אז א פירער זאל ארבעטן
אן אינספיירעשן. א פירער מוז האבן 'געפיל' צו די זאך וואס ער טוט. נאר וואס דען, הער גוט וואס איך רעד: "דו דארפסט ווארטן אויף 'פרישע' געפילן. נייע געפילן. טראסט אז ס'וועט קומען, ווארט ווילאנג ס'קומט, און ס'וועט קומען".
יעדע זאך וואס דו טוסט וואס דו פילסט נישט אז דיין קוואל ארבעט דארט, זאל עס זיין תהלים זאגן, זאל עס זיין מעביר סדרה זיין, זאל עס זיין לערנען, זאל עס זיין העלפן די ב"ב, זאל עס זיין אנדערע וויכטיגע טאג טעגליכע זאכן, איז אזוי ווי א מענטש וואס גרובט א נייע לאך אין דער ערד, ער פילט נישט קיין טעם, ס'שטראמט אים נאכנישט די וואסער, אבער ער 'גרובט'
און ער ווארט אז ס'זאל קומען געפילן, וועט עס קומען, אויב ער ווארט דערויף. געדענק פירער, דו 'פיהלסט' יא. דו ווייסט זייער גוט אז דו
פיהלסט. נאר דו דארפסט דיך צוגעוואוינען צו גרובן נייע קוועלער. און ווארטן אויף פרישע וואסער.
אזוי ווי א מענטש וואס דארף אריינאטעמען, כדי צו קענען ארויסאטעמען. אפילו ער וויל רעדן, אבער ער מוז אפשטעלן די פליס פון רעדן, ווייל מ'דארף מאכן פלאץ פארן נייעם אטעם. א קינד וואס וויל נישט גיין שלאפן ביינאכט, (אדער א גרויסע טאטע), קען האבן שייכות מיט פיר. פירער קענען שווער טוישן פון קוואל צו קוואל.
זיי קענען נישט טראסטן אז ס'גייט קומען א נייע גוטע מינוט. וועגן דעם בין איך באשאפן געווארן צו לעבן אן קיין עונג? אן קיין טעם? דאס האט נישט מיט זיבן. א זיבענער 'האט' דאס וואס פירער שפייט אויס. א זיבענער געט זיך גרינגער אן עצה, בעת א פירער איז ביזי צו וויינען פארוואס ער ווערט פארשלעפט מיט זאכן וואס ער וויל נישט (וואס ער וויל יא, אבער מ'דארף עס נישט טון)
די קאפ פון א זיבענער לעבט אריין אין די וועלט. נאר ער זוכט נאך מער לעבעדיגקייט. ס'איז פאר א זיבענער אויך שווער צו רילעקסן, ער הייבט אן פילן לאנגווייליג, דהיינו 'ענגזייעטי'. אבער ארייננעמענדיג אין חשבון דעם זיבענער'ס הלוך ילך, וועסטו זעהן, אז ער איז נישט אזוי ווייט 'סטאק' און 'איינגעזאפט אין זיך', 'נעגעטיוו' און 'אומצופרידן' און 'אויסגעהונגערט פון סיפוק' ווי דער פירער. א פירער וויל נישט דאס וואס דער זיבענער וויל.
סך מער עקספיריענסער שטופט דער פירער אוועק פון זיין אינוואלווד דערין, וואס דער זיבענער ענדשויעט. אויף אזוי ווייט, אז בעת א זיבענער האט זיך אן עצה געגעבן מיט זיין לעבן, וועט דער פירער זיין 'סטאק' אין זעלבסט איינזאפונג.
דער זיבענער איז צעפלויגן, אבער למעשה געט ער זיך מער אן עצה, ווי דער פירער וואס (איך וויל שרייבן נעבעך) ווערט מער און מער אפגעטיילט פון דרויסן אריין אין זיך. א זיבענער האט זייער אסאך ארבעט וואס ער וויל טון. און ער קען טון. מה שאינו כן א פירער איז זייער קלייבעריש, דאס קען ער נישט, און יענץ קען ער נישט.
ווייל דאס איז נישט "איך", א זיבענער קוקט אויס דיסטרעקטעד, און נישט זעלבסט-דיסציפלין. א פירער קען אויך אויסקוקן דיסטרעקטעד, און נישט זעלבסט-דיסציפלין. אבער דער פירער וואס איז דיסטרעקטעד קומט עס,
ווייל ער גייט נאך זיין פריערדיגער אינערליכער קוואל. ער וויל ארויסשעפן
דעם גאנצן וואסער פון א געוויסע "דיסטרעקשאן". ס'איז ביים פירער נישט קיין "דיסטרעקשאן",
ער וויל ווערן דיסטרעקטעד. דארט ליגט זיין נפש. אבער א זיבענער איז דיסטרעקטעד ווייל ער געט זיך נישט אפ מיטן 'יעצט',
ער לויפט שוין ווייטער. אבער אז דו וועסט נעמען אין חשבון דעם פירער מיטן זיבענער, וועסטו מערקן, אז דער פירער טוט סך ווייניגער וואס ער דארף, ווי דער זיבענער וואס געט זיך אן עצה.
א פירער ווערט מער און מער מקושר צו די 'געפילישער' איך, וואס ער טרעפט אין פארשידענע עקספיריענס. בעת א זיבענער ווערט מער און מער מקושר צו די דרויסנדיגע עקספיריענסער וואס ווארט אויף איהם. נישט צו זיין 'נפש' וואס וועקט זיך אויף אין איהם פון די עקספיריענס. נאר א זיבענער איז מייחד זיין דעת מיט די עקספיריענסער וואס ער ערווארטעט. אנעם מכוון זיין צום נפש. א פירער איז מכוון דעם נפש וואס ער טרעפט אין זיך, און א זיבענער איז איינס מיט די עקספיריענס.
א ניינער קען אויך זיין דיסטרעקטעד, אבער דאס קומט ווייל ער דארף
די מנוחה פונעם דיסטרעקשאן.
גרוב א נייעם קוואל און ווארט אויף פרישע וואסער, ווארט אויף נייע געפילן. ס'קומט ביינאכט, דו פילסט ווי דו קענסט נישט גיין שלאפן, ווייל דו קענסט נישט סתם אזוי אוועקווארפן א גוטע געלעגנהייט פון דיין קוואל וואס האט זיך פלוצלינג גענומען קוועלן וואסער. (ביינאכט ווען מ'קען טון וואס מ'וויל, טרעפט זיך דער פירער פלוצלינג מיט קוועלעדיגע וואסער, סתם אזוי עס לאזן גיין?) די עצה איז (איך רעד די געווענליכע עצה פאר די פשוט'ע פראבלעם פון א פירער, נישט די עצה פאר טיפערע פראבלעמען), טראסט אז ס'גייט קומען נייע קוועלער. טראסט אז אויב דו וועסט דיך אויסארבעטן מיט דעם, גייסטו באקומען אינספיירעשן וואס דו האסט נישט גע'חלומ'ט אז דו האסט עס. געדענק פירער, דיינע פראבלעמען זענען,
נאר ווייל דו ביסט אזוי מקושר צו דיינע אינערליכקייטן. נאר וועגן דעם. און טאקע וועגן דעם האסטו א געלעגנהייט זיך איינצוגעוואוינען צו די 'געזונטע נפש' פונעם פירער. וואס דאס איז: פילן ווי דיין אינערליכער קוואל באנייט זיך אגאנצן צייט, און טאקע ווען מ'טוט וואס מ'דארף.
יא וואס מ'דארףוהשם הטוב יעזור.