'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » דינסטאג ינואר 30, 2018 9:47 pm

דער דרייער ווען ער איז קראנק איז אפגעהאקט פון זיין אמת'ע מציאות, ער לעבט א גאנצן טאג אין א "באבל" פון זיך האלטן אין איין געפעלן ביי מענטשן אין אויסנעמען גוט אין זייערע אויגן, ער לויפט א גאנצן טאג נאך צו זיין מעכטיג, און ווי אויך אין זיינע אייגענע אויגן, ער לעבט פשוט נישט מיט זיך, ער זעט זיך נישט, ער האט אזא "בליינד ספאט" [די ווארט מיין איך אז איך האב עס געהערט פון דיר לב אחד]
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

לב אחד
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

תגובהדורך לב אחד » דינסטאג ינואר 30, 2018 9:49 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
לב אחד האט געשריבן:וואס הייסט אז א דרייער האט א שוואכקייט אין אמת? אז ער האלט זיך צום אמת? אדער פארקערט?

@דערבארומדיגער איך מיין האסט נישט געכאפט וואס איך האב געזאגט

איך מיין צי זאגן אז דרייער האלטן זיך נישט צום אמת

דו האסט געזאגט אז וויבאלד עס איז שווער נעמט מען אנדערע זאכן

האב איך דיר געפרעגט: ווייל ס׳שווער קוקט מען אוועק פונעם אמת? נעמליך, אויב די דריי פאקטארן אין א נומער איז איינע פון די מציאות׳ן אויף וואס ס׳געבויעט די אניאגראם, דאן וויאזוי קענסטו אוועק דרייען דיין קאפ דערפון בלויז ווייל ס׳צו שווער? וואס דאס איז א 7 נטיה, אוועק צו לויפן פון די מציאות אויב ס׳שווער, מען וועט אננעמען אדער זיך איינרעדן אז א געוויסע מהלך איז א געהעריגע ריאליטעט ווייל ספאדערט צופיל קאפ זיך צו אויסקומען מיט די עכטע ריאליטעט
לשון הוא קולמוס הלב..

טאטע העלף
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 29, 2016 10:01 pm

תגובהדורך טאטע העלף » דינסטאג ינואר 30, 2018 10:09 pm

לכבוד מיינע טייערע חברים

וואס איז די וועג פאר א 'ניינער' צו ווערן געזונטער?
לעצט פאראכטן דורך טאטע העלף אום דינסטאג ינואר 30, 2018 10:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

טאטע העלף
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 29, 2016 10:01 pm

תגובהדורך טאטע העלף » דינסטאג ינואר 30, 2018 10:10 pm

.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1819
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג ינואר 30, 2018 11:05 pm

טאטע העלף האט געשריבן:לכבוד מיינע טייערע חברים

וואס איז די וועג פאר א 'ניינער' צו ווערן געזונטער?

מען בעט דער 'טאטע זאל העלפען'...

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך ינואר 31, 2018 11:31 am

לב אחד האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
לב אחד האט געשריבן:וואס הייסט אז א דרייער האט א שוואכקייט אין אמת? אז ער האלט זיך צום אמת? אדער פארקערט?

@דערבארומדיגער איך מיין האסט נישט געכאפט וואס איך האב געזאגט

איך מיין צי זאגן אז דרייער האלטן זיך נישט צום אמת

דו האסט געזאגט אז וויבאלד עס איז שווער נעמט מען אנדערע זאכן

האב איך דיר געפרעגט: ווייל ס׳שווער קוקט מען אוועק פונעם אמת? נעמליך, אויב די דריי פאקטארן אין א נומער איז איינע פון די מציאות׳ן אויף וואס ס׳געבויעט די אניאגראם, דאן וויאזוי קענסטו אוועק דרייען דיין קאפ דערפון בלויז ווייל ס׳צו שווער? וואס דאס איז א 7 נטיה, אוועק צו לויפן פון די מציאות אויב ס׳שווער, מען וועט אננעמען אדער זיך איינרעדן אז א געוויסע מהלך איז א געהעריגע ריאליטעט ווייל ספאדערט צופיל קאפ זיך צו אויסקומען מיט די עכטע ריאליטעט

איך האב נישט פונקטליך פארשטאנען וואס די מיינסט צי זאגן, אבער אפשר וועט די פאלגענדע העלפן.
זיבענערס האבן א נטיה צי בארעכטיגן זייערע שוואכקייטן, כדאי דער זיבענער זאל זיך גוט פילן מיט זיינע שוואכקייטן וועט ער מסביר זיין (פאר זיך און פאר זיינע ארומיגע) אז דאס וואס ער טוט איז גאר די ריכטיגע וועג, צ.ב.ש. "עס איז זייער וויכטיג פאר א מענטש צי זיין אפן צי יעדע נייע זאך, מען דארף אלעס אויסטרייען ווייל אפשר וועל מיר גאר אויסגעפונען סאך א בעסערע מהלך ווי די וועג וואס מיר טוען יעצט" - באמת זיכט דער זיבענער סטימיולעישאן, ער וויל טראכטן אז דארט איז בעסער ווייל ער האט נישט געדולד צי זיין דא, אבער ער טוט אידעאלייזן זיין מהלך,
ער עסט לכבוד שבת ווייל דער גוף דארף הנאה האבן אום שבת , קריגט זיך לשם שמים ואורייתא קא מרתחא ביה , גייט ארויס פון אפיס ווייל מען דארף יעצט העלפן אנדערע מענטשען אינדרויסן, און די אפיס ארבעט קען מען סיי ווי טון ביינאכט/ מארגן /איבערמאגן ,

דער זיבענער לאזט זיך איינרעדן פון זיינע נגיעות.

דער דרייער האט א נטיה צי ווייזן אז אלעס איז ביי אים פערפעקט און סוקסעספול,געט אן פאלשע הסברים אויף זאכן וואס ער טוט כדאי צי געפעלן פאר אנדערע אויב ער האט געהאט א טעסק צי טון און ער האט פארגעסן דערפון,ווען דער באס וועט אים פרעגן צי ער האט שוין געטון וואס ער האט געדארפט טון וועט ער צימאל זאגן אז יא, אדער זיך ארויסדרייען מיט א פאלשע סיבה פארוואס ער האט עס נישט געטון, צ.ב.ש. ווייל דער קאסטומער האט אים פונקט אנגעקאלט און ער האט נישט געקענט אויפהייבן אבער ער האט נישט געוואלט טון וואס מען האט אים געהייסן ווייל ער האט געטראכט אז אפשר וויל דער קאסטומער עפעס טוישן און זיין ארדער - דער קאסטומער קאלט יעדען טאג דעם ארבעטער און דער ארבעטערהאט קיינמאל נישט אפגעשטעלט די ארדער צוליב אזא פאון קאלל, באמת האט דער דרייער היינט פשוט פארגעסן פון די טעסק.
דער דרייער ווייזט א פנים אז ער איז מער סוקסעספול ווי ער איז באמת, ניצט דיפלאמאטישע אויסריידן צי פארענטפערן טעותים, און וועט זאגן אז ער פארט קיין בארא פארק צי א חתונה פון דיין אייניקל, כאטש ער איז געוואר געווארן פון די חתונה צוויי שעה צירוק און די פלאן צי פארן אויף בארא פארק צי טרעפן א קאסטומער איז שוין צוויי וואכן אלט וועט ער זייער גוט שפילן אז ער פארט בלויז צי די חתונה און איינוועגס וועט ער שוין ציגיין ערגעץ דארטן פאר א פאר מינוט

דער דרייער גייט נישט אינגאצן מיטן אמת

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך ינואר 31, 2018 12:28 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
לב אחד האט געשריבן:איך וויל זיין א מוצלח! איך וויל זיין אנערקענט אלס א מענטש וואס איז אנגעקומען צו די שפיץ. איך פיר אסאך פראיקטען, איינס נאך די אנדערע, איך טוה זאכן מיט אן אייגענארטיגע צוגאנג.

דראמא? אם.. יא! איך האב זייער ליב דראמא, איך לעב אויף ווען עס איז דא דראמא. עס האט נישט קיין שייכות מיט אמביציע.

ביזנעס? איך בין נישט אזוי ביזנעס מיינדעד, איך וויל טוישן די וועלט, איך וויל מאכן די וועלט פאר א בעסערע וועלט. אויב איך פארדין געלט שפיר איך צוויי זאכן: איינס, איך האב יעצט פרידאם, איך קען יעצט טון מער זאכן, איך בין נישט אזוי מצומצם, און אויך אז איך בין א מוצלח.

דאן ביסטו אדער פיר מיט דריי פליגעל, אדער דריי מיט אויסערגווענליך שטארקע פיר פליגל. דער שפיץ פונעם דריי איז: איך וויל זיין א מוצלח! איך וויל זיין אנערקענט אלס א מענטש וואס איז אנגעקומען צו די שפיץ

דרייערס זענען די בעסטע אפיס ארבעטער אויף די וועלט, ליין נאך איבער דרייערס און די וועסט זיך טרעפן
דראמא איז א פירער שטריך

וואס מיינט ער מיט 'דראמא'? פארוואס איז 'דראמא' א פירער שטריך?. פירערס ערשיינען 'דראמאטיש', ווי א גאנצע אויסשטעל איז אין זיי. געדענקסט נאך די טוי וואס מ'האט אריינגעקוקט אין אזא קליינע גלאז, און מ'האט געזעהן אינעווייניג א גאנצע אויסשטעל. ביימער, גראז, וואסער, א גאנצע מעשה. דאס ווייס איך מיינט 'דראמא' ביים פירער, נישט אז ער האט ליב 'דראמא', נישט אז ער האט ליב אז ס'זאל זיך טון און איבערדרייען, אז ס'זאל פאסירן עפעס דראמאטיש, ער, דער פירער ערשיינט 'דראמאטיש'. ווי מ'קוקט אריין אין יענע קליינע גלאז. א פירער, ס'ברענגט זיך אין אים ארויס די געשעענישן וויאזוי ער קוקט עס אן, און ס'שפיגלט זיך אפ אויף זיין חיצוניות, אבער נישט פשט אז ער האט ליב אז ס'געשעהט עפעס דראמאטיש. נישט 'פחדים'. ענגזייעטי און פחד באלאנגט פאר זעקס. די 'געפילן'. כאילו עפעס א גאנצע מעשה. זיי טוען גארנישט, אבער ווען דו קוקסט אריין אין די אויגעלעך, זעהסטו עפעס א גאנצע געשיכטע. נישט 'שרעק'. נאר סתם א געשיכטע. נישט 'פלעט'.

א צווייער וויל נישט פילן 'נוצלאז'. נוצלאז איז אזוי ווי יענע הערליכע אלט מאדישע קאוטש וואס ליגט אין סטאר, ס'האט א 'ווערד', אבער קיינער דארף עס נישט. ס'איז 'נוצלאז'. א צווייער האט נישט ליב צו הערן די ווערטער "איך ברויך אייך נישט". ער וויל זיך פילן אז מ'דארף אים. זיין סענס אף סעלף איז: איך בין באדארפט.

א דרייער שלאגט זיך מיט געפילן פון 'ווערדלאז'. ווארשיינליך אונטערנבאוויסטזיין, ער פילט זיך ווערד, אבער (איך רעד נישט פון א דרייער מיט א היפש פירער פליגל) ער שלאגט זיך מיט געפילן פון 'ווערדלאז'. ער איז נישט אזוי ווי דער צווייער וואס קען באשטיין צו זיין סיי וואסערע זאך, אבער אבי שטארק 'באדארפט'. ער דער דרייער וויל זיין 'ווערד'. אפילו ער איז נאר די שיינע ווערדפולע זאך וואס ליגט אין א ווינקל, וואס מ'נוצט נישט, אבער ער ווייסט 'איך בין ווערד'. זיין סענס אף סעלף איז: איך בין ווערד, איך מאך עס. אנדערש ווי דער צווייער "איך בין באדארפט".

א פירער קען פילן 'האפענונגס-לאז. אויב דו זעהסט אז א מענטש פילט האפענונגס-לאז, באטראכט פיר.

א פינעוווער האט א נטי' צו פילן "הילפסלאז". "יו, איך האב מורא אז איך גיי מיך נישט קענען אן עצה געבן". איך מוז ליינען א בוך וועגן חינוך. ער האט א נטי' צו פילן 'הילפסלאז'. א פחד פון 'הילפסלאז'. א פחד פון 'אומפעהיגקייט'. און פון דעם וויל ער זיך ראטעווען.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך ינואר 31, 2018 1:47 pm

לב אחד האט געשריבן:די פאקט איז איך האב גענומען אומצאליגע טעסטס און ביי אלע בין איך אויס געקומען אלס א 4, די שאלה איז נאר וויפל פראצענט, און וועלכע ווינג איך האב.

ביי רוב meyers Briggs טעסטס בין איך אויס געקומען אלס infp ביי טייל enfp און אמאל אויך ambrevert

לב אחד. infp, שטומט שטארק מיט פיר, (ס'קען אויך שטומען מיט ניין). און אפילו enfp קען אויך זיין פיר. אבער וואס מיינט אז דו ריאקסט צו ווייטאג, א פירער ציהט זיך דאך צוריק, ער ווערט withdrawn ווען ער באקומט ווייטאג? און בכלל וואס איז די ווייטאג וואס דו ריאקסט שנעל און שטארק. א פירער ריאקט שטארק צו ווייטאג? ער 'ליידט'. "קיינער ליידט נישט אזוי סך ווי מיר"

לב אחד האט געשריבן:איין זאך וואס איך זע אז דער עולם רעדט קיימאל נישט דערפון איז אז יעדע נומער איז צוטיילט פון דריי סארטן פערסערווד, רילעישענאל, און סאושעל און לויט דעם פאר ענטפערט עס אסאך זאכן, ווייל א סאושעל 4 קען אויסקוקן ענליך צום 6 און אזוי ווייטער

infp מיט סאושעל? אפשר מיינסטו נאר אז דו ביסט 'סאושל', און ביז דערווייל מיינט דעס נישט סאושל. אדער אויב דו ביסט סאושל, מוזטו אריינלייגן דריי. נאך דערצו אז מ'זעהט אסאך דרייערישע שטריכן. ווי זיין א מוצלח. אנקומען צום שפיץ.

דערבארומדיגער האט געשריבן:איך מיין צו זאגן אז דרייער האלטן זיך נישט צום אמת

ווען ער איז געזונט וועט ער זיך האלטן צו א 'געוויסע' אמת. איך מיין אז, און זאגט מיר צו איך בין גערעכט, ווען א געזונטע דרייער קומט צווישן ערנסטע מענטשן, ווערט ער 'ערנסט', ער ווערט 'באמת' ערנסט. אינסייד. ער ברענגט ארויס פון זיך דאס בעסטע 'ווערד' פון די ארומיגע. אבער א פירער וועט זיין וויאזוי ער איז. האב איך עס ארויס? איך מיין אז יא.

וויאזוי קענסטו אוועק דרייען דיין קאפ דערפון בלויז ווייל ס׳צו שווער? וואס דאס איז א 7 נטיה, אוועק צו לויפן פון די מציאות אויב ס׳שווער, מען וועט אננעמען אדער זיך איינרעדן אז א געוויסע מהלך איז א געהעריגע ריאליטעט ווייל ספאדערט צופיל קאפ זיך צו אויסקומען מיט די עכטע ריאליטעט

א 'ניינער' וויל נישט דילן מיט די ריאליטעט. וועט ער זיך איינרעדן אז די ריאליטעט איז לויט וויאזוי ער וויל. למשל, א ניינער אין ביהמ"ד וועט ער ענדערש טראכטן ווי גוט יעדער איז, און ווי גוט ס'איז צו זיין מיט אזאנע חשוב'ע יודן, און ווי געשמאק ס'איז. ער לעבט נישט מיט די ריאליטעט. ער מאכט דעם ריאליטעט אלץ סך בעסער ווי עס איז עכט. "קוק יענער און יענער, ממש אזאנע צדיקים". נישט ווייל ער וויל האבן די 'געפילישע דשוס' אזוי ווי א פירער.

א זיבענער וועט ווערן מער אקטיוו ווען ער וויל אוועקלויפן פון ווייטאג פון די ריאליטי. א ניינער וועט פשוט זאגן אז אלעס איז גוט. מ'דארף זיך נישט זארגן, ס'איז נישט קיין פראבלעם. מ'דארף נישט אוועקלויפן. א זיבענער איז מער איינער וואס גייט טאנצן מער און מער כדי צו פילן גוט. א ניינער איז מער איינער וואס זעצט זיך אוועק מיט א שמייכל און זאגט אלעס איז גוט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

לב אחד
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

תגובהדורך לב אחד » מיטוואך ינואר 31, 2018 8:05 pm

נשמה פארגינגט מיר נישט צו זיין א זעקסער
לשון הוא קולמוס הלב..

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » מיטוואך ינואר 31, 2018 8:36 pm

לב אחד האט געשריבן:נשמה פארגינגט מיר נישט צו זיין א זעקסער

אבער ער פארגינט דיך בעסערס, 4! נישט דאס איז וואס דו ווילסט זיין?!
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 8:38 pm

מקבל ומשפיע האט געשריבן:
לב אחד האט געשריבן:נשמה פארגינגט מיר נישט צו זיין א זעקסער

אבער ער פארגינט דיך בעסערס, 4! נישט דאס איז וואס דו ווילסט זיין?!

א געווענליכער פירער האט א נטי' צו ווערן אפגעהאלטן פון זעלבסט-ספק. דאס הייסט, אפילו אויב ער האט יא געוויסע פלענער, שעמט ער זיך ארויסצוקומען און טון צום זאך. ווייל ווען א מענטש וויל עפעס טוהן היינט, מארגן, איבערמארגן, און ווייטער, דארף ער פילן מיט א אינערליכע תמידיות'דיגקייט: "איך קען דאס און דאס". משא"כ די גיסטע פון א פירער האלט זיך אין איין טוישן, און ווען ער וויל טון פיהלט ער: "אבער ווער בין איך דאס און דאס צו טוהן?". ער פיהלט זיך אלץ איינער וואס קען נישט דאס וואס ער האט געמיינט (געפיהלט) נעכטן אז ער קען יא. ער פילט זיך אנדערש יעדן טאג. "מיין נעכטיגע 'איך' האט אפשר געקענט, אבער מיין היינטיגע 'איך' קען נישט, מיין היינטיגע 'איך' איז גארנישט דער מענטש וואס קען".

און די סיבה דערצו איז זייער פשוט. די 'איך' פון א פירער איז די קוואל פון זיינע געפילן. ער אידענטיפיצירט 'זיך' מיט זיינע געפילן. אזוי ווי א מענטש וואס וויל אויסשטרעקן זיין הענט צו נעמען א זאך, און ענדליך ווען זיין הענט דערגרייכט צום חפץ, זעהט ער אז די חפץ איז סך העכער פון זיין דערגרייכונג. א פירער, ווען ער וויל שוין ארויסקומען מיט זיינע איידיעס, ווערט ער געטוישט גיסטע, ווייל יעדע מענטש טוישט זיך גיסטע, אבער נישט יעדע מענטש'ס "אנערקענונג אין וואס ער קען" איז געוואנדן אין די 'גיסטע'. און ווייל זיין גאנצע איידיע איז נאר געווען א 'גיסטע'. א געוויסע מוד, א אינערליכער מצב, אן אינספיירעשן, וואס האט אים קלאר געזאגט אז דאס און דאס קען ער. (און זייער מעגליך אז ער קען באמת) אבער ווען ער וויל עס טון, פיהלט ער זיך ווי גאר א נייער מענטש, ווייל ער האט זיך צוגעוואוינט 'זיך' צו 'מענטש-ענען' מיט דאס וואס ער פילט. און יעדע מאל ער וויל שוין טון, קען ער זיך נישט צאמקלויבן. ווייל די גיסטע איז אוועקגעפלויגן.

דאס מיינט אז א געווענליכע פירער איז תלוי אין זיין אינערליכער קוואל, און ביי א געזונטע פירער טוישט זיך די אינערליכע קוואל אגאנצן צייט, פריש, פריש, פריש, ניי, ניי, ניי. שטעלטס ענק פאר א טאג וואס ס'גייט גוט פארן פירער, גוט פארן פירער מיינט, אז זיין אינערליכער קוואל האט געפלאסן מיט א געהעריגער שטארקייט צו דאס וואס ער האט געדארפט טון, און נישט אויף עפעס אנדערש. (דיינע פליכטן וואס דו האסט אזוי נישט ליב, האסטו יענעם טאג יא ליב געהאט, ווייל דו האסט געפילט אז דו ווילסט עס טון. איך בין כמעט זיכער אז א פירער שמייכלט ווען ער ליינט עס) ווייל א פירער, ער דארף טון דאס, אבער זיין אינערליכער קוואל וויל טון 'יענץ'. און ווען ער וועט זיך שטארקן און יא טון דאס וואס ער 'דארף' טון, גייט נישט צו לאנג געדויערן און ער גייט אויפגעבן. ווייל ער פילט נישט קיין שום חשק מיטן טון דאס וואס זיין אינערליכער קוואל קוועלט נישט אהין. ער גייט קעגן זיין רצון. חוץ אויב ער ארבעט אויף זיך צעביסלעך צו טראכטן זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות צו זיינע געפילן, אבער האבן שייכות מיט וואס ער 'דארף' טון. און ער שלעפט אהין זיין קוואל.

נאכאמאל פירער, נישט זאלסטעך איינגעוואוינען צו טון וואס 'מ'דארף' אן דיין אינערליכער קוואל. ווייל ס'וועט נישט ארבעטן. און איך מיין אז דו ווייסט זייער גוט, און דו האסט פיינט 'מדארף'. דו האסט עס פיינט מיט דיין גאנצע הארץ צו טון וואס מ'דארף. (מ'דארף טון וואס מ'דארף, דאס איז דער אמת!) דו פילסט ווי דו ביסט געצווינגען צו עסן זאכן אן קיין שום טעם דייקא. בעת, דארט אהינציער ליגט דיין פרישע קוועלעדיג קוואל. באר מים חיים, און דו ביסט געצווינגען דייקא צו טון זאכן וואס מ'דארף. איך האב דעס נישט געזאגט. און טו עס נישט, ווייל ס'וועט נישט ארבעטן. און דיין יצר ווילסטו אויך נישט זאל זוכן ערגעץ אנדערש גליקן, און אויב דו גייסט טון זאכן וואס מ'דארף אן דיינע אינערליכע קוועלער, וועט ער עס זוכן ערגעץ. א טאג נאכן טון וואס מ'דארף, קען מען ווערן שנעלער פארכאפט פאר שעות אין זאכן וואס מ'וויל. דשאסט צו פארגיטיגן.

צעביסלעך פירער, און דייקא צעביסלעך, וועסטו אהינשלעפן דיין קוואל דארט וואו מ'דארף טון.

דאס גאנצע ענין פון א פירער, און פארוואס ער האט אזויפיל פראבלעמען מיטן טון וואס מ'דארף. און פארוואס זיין אינערליך קוואל ארבעט נישט דארט וואו מ'דארף עס, און ארבעט דארט וואו קיינער דארף עס נישט (אנטשולדיג, מ'דארף עס יא, סארי, מ'דארף יא דיין פאום, און מ'דארף זייער וויכטיג דיין פעינטינג, סארי. דיין גאנצע נפש ליגט דארט אין יענע שטיקל ארט, פליז מאך עס נישט אוועק) איז, ווייל די ריכטיגע נפש פון א פירער, די עכטע געזונטע נפש פון א פירער, ארבעט: אז ער ערלויבט אז ס'זאל זיך עפענען ביי אים א גאנצן צייט א נייע פרישע קוואל. און ער ערלויבט זיך צו עפענען צו א נייע פרישע קוואל, א קוואל וואס דו האסט פריער נישט געפילט. ער גרובט א נייע קוואל און ווארט אויף פרישע וואסער, פרישע אינספיירעשאן, פרישע טיפע געפילן. ער לאט אפ, יא, יא, ער לאט אפ די פריערדיגע אינספיירעשן. און ער ווערט נישט אנטוישט, כי עתה הרחיב ה' לנו. ער באקומט א נייע אינספיירעשאן. אזוי ארבעט א געזונטע נפש פון א פירער. יעדע נפש, אבער א פירער איז מקושר צו עס שטערקער.

דער געווענליכער פירער וויל אבער ווייטער שעפן פונעם פריערדיגן קוואל, "ווייל דאס ארבעט שוין, ס'קוועלט שוין". און ער לאט עס נישט אפ צו געבן א געלעגנהייט פאר א פרישע שטראם פון פרישע וואסער, א פרישע שטראם פון פרישע אינספיירעשן. דאס איז די סיבה למעשה פארוואס דער געווענליכער פירער טוט וואס ער וויל, און ער טוט נישט וואס ער דארף. א שטיקל משל: א מענטש גייט אויף א טרעדמיל. אויב דער מענטש וועט בלייבן שטיין אויף די זעלבע פלאץ, וועט עס אים אוועקשלעפן פונעם תכלית. אבער ער וויל זייער שטארק בלייבן ביים זעלבן קוואל. ער איז אזוי מקושר צו זיינע אינערליכע קוועלער, אז ער פילט עס. ער פילט די קוועלער פונעם נפש. און ער קען נישט לאזן אוועקלויפן אזא גוטע זיסע געלעגנהייט. איך האב עפעס געפילט, וואס איז עס געווען? ס'איז געווען אזוי גוט און זיס. סתם אזוי מוטשע איך מיך מיטן עסן האלץ. דער פירער, ווייל ער איז אזוי מקושר צו זיינע אינערליכע קוועלער. פילט ער זייער גוט ווען די קוואל ארבעט נישט. ער פילט עס שטארק. און דאס איז אויך א חלק פון די pain וואס א פירער גייט דורך. ער פילט אז ס'ארבעט נישט די וואסערפאל. יו, אוטש, ס'שטערט אים שטארק, ווייל ער האט נישט קיין אינערליכער שטופ. ער איז מקושר און ער פילט די הארטע ערד, אן א וואסער. און ווייל ער איז צוגעוואוינט צו פילן זיינע פריערדיגע קוועלער, קען ער בלייבן מיט א ווייטאגליכע אריינזאג פון סתם א מענטש. ער איז אזוי נישט צוגעוואוינט זיך צו טוישן צו פרישע קוועלער, פרישע געפילן, פרישע אינספיירעשן. ער טראסט נישט אז א פרישע אינפיירעשן וועט קומען. ער טראסט נישט.

ער ווערט אויס מענטש ווען 'מ'דארף'. ווייל "איך גיי אלעס פארלירן איך גיי מיך פארלירן און ס'גייט ווערן זייער אן א טעם, יו".

דער עצה פארן פירער איז: הייב אן זייער צעביסלעך (יעדע מאל נאר א משהוא מער) צו טראכטן פון זאכן וואס דו דארפסט טון, אבער ס'האט נישט קיין שום שייכות צו דיינע קוועלער גארנישט. צעביסלעך. דאס וועט אהינשלעפן דיינע אינערליכע קוועלער. דו גייסט אנהייבן פילן א טעם אין דיין פשוט'ן טאג. ווייל דו גייסטעך אויסלערנען וויאזוי צו אפלאזן דעם יעצטיגן קוואל, און מאכן פלאץ פארן נייעם אינספיירעשן. צו טראסטן אז ס'גייט קומען פרישע וואסער. הייב אן טון, און ס'וועט קומען. אבער פרוביר אז ס'זאל קומען פרישע אינספיירעשן. פירער טייערער, איך קען נישט פארשטיין אז א פירער זאל ארבעטן אן אינספיירעשן. א פירער מוז האבן 'געפיל' צו די זאך וואס ער טוט. נאר וואס דען, הער גוט וואס איך רעד: "דו דארפסט ווארטן אויף 'פרישע' געפילן. נייע געפילן. טראסט אז ס'וועט קומען, ווארט ווילאנג ס'קומט, און ס'וועט קומען".

יעדע זאך וואס דו טוסט וואס דו פילסט נישט אז דיין קוואל ארבעט דארט, זאל עס זיין תהלים זאגן, זאל עס זיין מעביר סדרה זיין, זאל עס זיין לערנען, זאל עס זיין העלפן די ב"ב, זאל עס זיין אנדערע וויכטיגע טאג טעגליכע זאכן, איז אזוי ווי א מענטש וואס גרובט א נייע לאך אין דער ערד, ער פילט נישט קיין טעם, ס'שטראמט אים נאכנישט די וואסער, אבער ער 'גרובט' און ער ווארט אז ס'זאל קומען געפילן, וועט עס קומען, אויב ער ווארט דערויף. געדענק פירער, דו 'פיהלסט' יא. דו ווייסט זייער גוט אז דו פיהלסט. נאר דו דארפסט דיך צוגעוואוינען צו גרובן נייע קוועלער. און ווארטן אויף פרישע וואסער.

אזוי ווי א מענטש וואס דארף אריינאטעמען, כדי צו קענען ארויסאטעמען. אפילו ער וויל רעדן, אבער ער מוז אפשטעלן די פליס פון רעדן, ווייל מ'דארף מאכן פלאץ פארן נייעם אטעם. א קינד וואס וויל נישט גיין שלאפן ביינאכט, (אדער א גרויסע טאטע), קען האבן שייכות מיט פיר. פירער קענען שווער טוישן פון קוואל צו קוואל. זיי קענען נישט טראסטן אז ס'גייט קומען א נייע גוטע מינוט. וועגן דעם בין איך באשאפן געווארן צו לעבן אן קיין עונג? אן קיין טעם? דאס האט נישט מיט זיבן. א זיבענער 'האט' דאס וואס פירער שפייט אויס. א זיבענער געט זיך גרינגער אן עצה, בעת א פירער איז ביזי צו וויינען פארוואס ער ווערט פארשלעפט מיט זאכן וואס ער וויל נישט (וואס ער וויל יא, אבער מ'דארף עס נישט טון)

די קאפ פון א זיבענער לעבט אריין אין די וועלט. נאר ער זוכט נאך מער לעבעדיגקייט. ס'איז פאר א זיבענער אויך שווער צו רילעקסן, ער הייבט אן פילן לאנגווייליג, דהיינו 'ענגזייעטי'. אבער ארייננעמענדיג אין חשבון דעם זיבענער'ס הלוך ילך, וועסטו זעהן, אז ער איז נישט אזוי ווייט 'סטאק' און 'איינגעזאפט אין זיך', 'נעגעטיוו' און 'אומצופרידן' און 'אויסגעהונגערט פון סיפוק' ווי דער פירער. א פירער וויל נישט דאס וואס דער זיבענער וויל. סך מער עקספיריענסער שטופט דער פירער אוועק פון זיין אינוואלווד דערין, וואס דער זיבענער ענדשויעט. אויף אזוי ווייט, אז בעת א זיבענער האט זיך אן עצה געגעבן מיט זיין לעבן, וועט דער פירער זיין 'סטאק' אין זעלבסט איינזאפונג.

דער זיבענער איז צעפלויגן, אבער למעשה געט ער זיך מער אן עצה, ווי דער פירער וואס (איך וויל שרייבן נעבעך) ווערט מער און מער אפגעטיילט פון דרויסן אריין אין זיך. א זיבענער האט זייער אסאך ארבעט וואס ער וויל טון. און ער קען טון. מה שאינו כן א פירער איז זייער קלייבעריש, דאס קען ער נישט, און יענץ קען ער נישט. ווייל דאס איז נישט "איך", א זיבענער קוקט אויס דיסטרעקטעד, און נישט זעלבסט-דיסציפלין. א פירער קען אויך אויסקוקן דיסטרעקטעד, און נישט זעלבסט-דיסציפלין. אבער דער פירער וואס איז דיסטרעקטעד קומט עס, ווייל ער גייט נאך זיין פריערדיגער אינערליכער קוואל. ער וויל ארויסשעפן דעם גאנצן וואסער פון א געוויסע "דיסטרעקשאן". ס'איז ביים פירער נישט קיין "דיסטרעקשאן", ער וויל ווערן דיסטרעקטעד. דארט ליגט זיין נפש. אבער א זיבענער איז דיסטרעקטעד ווייל ער געט זיך נישט אפ מיטן 'יעצט', ער לויפט שוין ווייטער. אבער אז דו וועסט נעמען אין חשבון דעם פירער מיטן זיבענער, וועסטו מערקן, אז דער פירער טוט סך ווייניגער וואס ער דארף, ווי דער זיבענער וואס געט זיך אן עצה.

א פירער ווערט מער און מער מקושר צו די 'געפילישער' איך, וואס ער טרעפט אין פארשידענע עקספיריענס. בעת א זיבענער ווערט מער און מער מקושר צו די דרויסנדיגע עקספיריענסער וואס ווארט אויף איהם. נישט צו זיין 'נפש' וואס וועקט זיך אויף אין איהם פון די עקספיריענס. נאר א זיבענער איז מייחד זיין דעת מיט די עקספיריענסער וואס ער ערווארטעט. אנעם מכוון זיין צום נפש. א פירער איז מכוון דעם נפש וואס ער טרעפט אין זיך, און א זיבענער איז איינס מיט די עקספיריענס.

א ניינער קען אויך זיין דיסטרעקטעד, אבער דאס קומט ווייל ער דארף די מנוחה פונעם דיסטרעקשאן.

גרוב א נייעם קוואל און ווארט אויף פרישע וואסער, ווארט אויף נייע געפילן. ס'קומט ביינאכט, דו פילסט ווי דו קענסט נישט גיין שלאפן, ווייל דו קענסט נישט סתם אזוי אוועקווארפן א גוטע געלעגנהייט פון דיין קוואל וואס האט זיך פלוצלינג גענומען קוועלן וואסער. (ביינאכט ווען מ'קען טון וואס מ'וויל, טרעפט זיך דער פירער פלוצלינג מיט קוועלעדיגע וואסער, סתם אזוי עס לאזן גיין?) די עצה איז (איך רעד די געווענליכע עצה פאר די פשוט'ע פראבלעם פון א פירער, נישט די עצה פאר טיפערע פראבלעמען), טראסט אז ס'גייט קומען נייע קוועלער. טראסט אז אויב דו וועסט דיך אויסארבעטן מיט דעם, גייסטו באקומען אינספיירעשן וואס דו האסט נישט גע'חלומ'ט אז דו האסט עס. געדענק פירער, דיינע פראבלעמען זענען, נאר ווייל דו ביסט אזוי מקושר צו דיינע אינערליכקייטן. נאר וועגן דעם. און טאקע וועגן דעם האסטו א געלעגנהייט זיך איינצוגעוואוינען צו די 'געזונטע נפש' פונעם פירער. וואס דאס איז: פילן ווי דיין אינערליכער קוואל באנייט זיך אגאנצן צייט, און טאקע ווען מ'טוט וואס מ'דארף. יא וואס מ'דארף

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1819
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג פאברואר 05, 2018 6:41 pm

די סיסטעם ארבעט אז יעדע טייפ קען האבן א פליגל פון ביידע זייטן , למשל א זיבענער וועט האבן א פליגל אדער פון דעם זעקסער אדער פון דעם אכטער. פונעם פינעווער מיין איך וועט ער נישט האבן.
פארוואס טאקע וויזוי ארבעט דעם סיסטעם פארוואס זאל מען נישט קענען האבן א פליגל פון ווייטערדיגע נאמבערס ? און אויב מען קען נאר האבן א פליגל פון די נענטערע נאמבערס פארוואס טאקע ? זענען די אלע טייפס בכוונה אויסגעשטעלט איינער לעבן דער אנדערער ?
וואס האט למשל דער ניינער מיטן אכטער איינגעשטויסן?
אדער די צווייער מיטן דרייער

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג פאברואר 06, 2018 2:32 pm

fiena nieas האט געשריבן:די סיסטעם ארבעט אז יעדע טייפ קען האבן א פליגל פון ביידע זייטן , למשל א זיבענער וועט האבן א פליגל אדער פון דעם זעקסער אדער פון דעם אכטער. פונעם פינעווער מיין איך וועט ער נישט האבן.
פארוואס טאקע וויזוי ארבעט דעם סיסטעם פארוואס זאל מען נישט קענען האבן א פליגל פון ווייטערדיגע נאמבערס ? און אויב מען קען נאר האבן א פליגל פון די נענטערע נאמבערס פארוואס טאקע ? זענען די אלע טייפס בכוונה אויסגעשטעלט איינער לעבן דער אנדערער ?
וואס האט למשל דער ניינער מיטן אכטער איינגעשטויסן?
אדער די צווייער מיטן דרייער

פיינע נייעס. די גרעסטע פיינע נייעס איז אז השי"ת איז א חונן הדעת, א רוצה בתשובה און א חנון המרבה לסלוח. ושב ורפא לו.
נישטא נאך א בעסערע זאך ווי זעך איינגעוואוינען צו לעבן אינעם יעצט. טראכטן פון די ארום, זיך מקשר זיין צום יעצט מער און מער און מער, ביז מ'לעבט ממש אינעם יעצט. איך טראכט אז דאס איז באמת אן עצה כנגד פיתויי היצר. די 'איגו' לאט נאך איר grip, ווען א מענטש געוואוינט זיך איין צו לעבן אינעם יעצט.

לעבן אינעם יעצט איז פאר א איינזער אביסל שווער, ווייל ס'מאכט טראכטן, און ס'מאכט אביסל פארלירן דעם 'איך'. אן איינזערס סענס אף סעלף איז "איך האלט אזוי און אזוי איז ריכטיג צו טון, און איך טו עס" אבער לעבן אינעם יעצט געט פארן איינזער, אדער איינזערישער שטריך, א פרייהייט פון נישט ריכטיגע אינערליכער קריטיק. די יעצט מאכט טראכטן און לעבן מיט זיך, וואס פאר'ן צווייער איז עס שווער, ווייל מ'הייבט אן פילן מיט זיך אליין, אבער ס'היילט אויס, ווייל מ'פראסעסירט געפילן פון טענות. די יעצט מאכט זיין מקושר צו די אינערליכע געפילן. און ס'שטערט פאר'ן דרייער צו פילן, אבער ס'לוינט זיך נאך אלץ צו לעבן מיטן אמת וויאזוי מ'פילט אינעווייניג. די יעצט טרוקנט אויס די אינספיירעשאן פונעם עבר און ס'איז שווער פארן פירער, אבער ס'ווערט בעסער ווען מ'געוואוינט זיך איין צו ווארטן אויף נייע פרישע אינספיירעשאן, דוקא צו די טרוקענע זאך וואס איך טו יעצט. די יעצט נעמט אוועק טראכטן וואס איך האב פריער באאבאכטעט, און דאס איז שווער פארן פינעווער, וואס ער וויל ענדערש טראכטן און צאמשטעלן און נישט פארלירן זיין קלוגשאפט און זיין פעהיגקייט, אבער מ'זעהט טיפער ווען מ'לעבט אינעם יעצט, די יעצט איז שווער פאר'ן זעקסער, וואס איז צוגעוואוינט צו איבערטראכטן וואס מ'האט שוין באשלאסן צו ס'איז געווען א גוטע באשלוס, און צוגעוואוינט זיך פארצוגרייטן אויפן ערגסטן פאל, אבער לעבן אינעם יעצט מאכט זעהן די מצב מיט א קלארקייט, און קומען צום ריכטיגן באשלוס. לעבן אינעם יעצט איז אנהייב שווער פארן זיבענער, ווייל ס'נעמט אוועק די לעבעדיגקייט פון ערווארטונג אויף קומענדיגע עקספיריענסעס, אבער ס'לוינט זיך צו לעבן אינעם יעצט, ווייל ס'געוואוינט איין צו אמת'ע אינערליכע חיות. לעבן אינעם יעצט מאכט טראכטן און ס'שווער פארן אכטער וואס וויל פועל זיין זיין רצון און שוין. אבער לעבן אינעם יעצט מאכט דורכטראכטן וואס מ'טוט. לעבן אינעם יעצט איז שווער פאר א ניינער, ווייל ער הייבט אן פילן זיין אייגענע שטארקייט, און ער וויל ווערן צוריק אינעם חלומ'לאנד, אבער אז מ'קען זיך ארויסנעמען מיט די אייגענע רצון צו טון ווייל איך וויל, ווייל איך דארף, דאס איז געזונט.

איך טראכט סתם טעארעטיש, אבער ס'מוז נישט זיין, איך טראכט אז א דרייער קומט דייקא צווישן א צווייער און א פירער. אז דו ווילסט וויסן וואס א דרייער איז, קוק אויפן פירער, און אויפן צווייער, אינמיטן קומט א דרייער. א דרייער איז די מערסטע גלייך צום צווייער, און די מערסטע גלייך צום פירער. ווי למשל א דרייער איז די מערסטע גלייך צום פינעווער און צום זעקסער וואס דאס איז נישט. א דרייער איז די מערסטע גלייך צום צווייער און צום פירער. א דרייער איז גלייך צום צווייער מיט זיין ארויסשטעל. דער צווייער שטעלט זיך ארויס מיט א הארציגער שמייכל צו דיר, דער דרייער איז אהערגעשטעלט צו דיר, און דער דרייער איז די מערסטע גלייך צום פירער, דער דרייער איז נישט דער זעקסער וואס זיין עיקר איז לעבן אין קאפ, אדער דער זיבענער וואס זיין עיקר איז לויפן און אריינלעבן, דער דרייער איז דייקא ענדליך צום פירער, מיטן זיין אראפגעשטעלט אויף איין פלאץ, כאטש א דרייער לויפט אמביציעז צו הצלחה, וועט ער אבער זיין צאמגענומען און אראפגעשטעלט. א סטאטוע. אנדערש ווי א זיבענער וואס האט איין פיס דא און די אנדערע פיס דארט.

א פירער קומט צווישן א דרייער און א פינעווער, און נישט צווישן א צווייער און א דרייער. א פירער איז איינגעזאפט אין זיך, און די מערסטע ענליך צום פינעווער מיטן צוריקגעצויגענקייט. מער ווי צום ניינער, וואס דער ניינער איז צוריקגעצויגן, אבער רעלאטיוו צום פינעווער לעבט ער מיט די וועלט. און די מערסטע ענליך צום דרייער מיט דעם אז ער האט דעם אהערגעשטעלטקייט. נישט פאר דיר. פאר זיך אליין. די ספעציעלקייט.

א פינעווער קומט דירעקט צווישן א פירער און א זעקסער. דו ווילסט וויסן וואס א פינעווער איז, שטעל איין זייט א פירער, און איין זייט א זעקסער, אינמיטן קומט א פינעווער. א פינעווער האט דעם צוריקגעצויגנקייט די מערסטע ענליך צום פירער ווי אלע טייפס, און א פינעווער האט אויך די מערסטע מחשבה, די מערסטע ענליך צום זעקסער. דאס הייסט, ער איז נישט געפיליש ווי דער פירער, אבער יא צוריקגעצויגן, און נישט טעטיג ווי דער זעקסער, אבער יא אין מחשבה. אינמיטן.

א זעקסער קומט צווישן א פינעווער און א זיבענער. אז דו ווילסט וויסן וואס א זעקסער איז, שטעל איין זייט א פינעווער, און איין זייט א זיבענער. (פארוואס לאכסטו, יעדע מאל איך רעד פונעם זיבענער) אינצווישן פיט אריין א זעקסער. א זעקסער האט דעם טעטיגקייט פונעם זיבענער, אבער די מחשבה-ערנסטקייט פונעם פינעווער. א זעקסער פיט נישט אריין צווישן א דרייער און א פירער, זינט א זעקסער איז א 'קאפ' מענטש. און ווייזט נישט ארויס געפילן. נאר ווייזט ארויס קאפ. לאגיק, דורכטראכטן זייטן.

א זיבענער קומט צווישן א זעקסער און א אכטער. אז דו ווילסט וויסן וואס א זיבענער איז, שטעל איין זייט א טעטיגער זעקסער וואס מאכט אז אלעס זאל זיין סעקיור, און דורכגעטראכט, און פון איין זייט שטעל אוועק דעם אכטער, (ער לאט זיך?) פונקט אינדערמיט פיט אריין דער זיבענער. זיבענער זענען די מערסטע ענליך צום זעקסער, ווייל ביידע טראכטן. דער זעקסער טראכט פון א באשלוס, און דער זיבענער וואס קומט די נעקסטע עקספיריענס. זיבענער זענען די מערסטע ענליך צום זעקסער, און נישט צום דרייער ווי איך האב פריער געזאגט. און נישט צום איינזער, וואס דער איינזער איז מסודר פארשטייט זיך. זיבענער זענען די מערסטע ענליך צום אכטער, ביידע זענען אוטגאואינג, און אסערטיוו. און ווייסן שווער וויאזוי מ'האלט זיך איין.

דער אכטער איז די מערסטע גלייך צום זיבענער און צום ניינער. אז דו ווילסט וויסן וואס א אכטער איז, שטעל פון איין זייט א זיבענער (ער האט געדולד צו שטיין דארט? נאר ווילאנג מ'מאכט די פיקטשער) און פון די אנדערע זייט שטעל דעם ניינער (וואו האסט אים אויפגעפיקט?) פונקט אינמיטן שטייט דער אכטער. דער אכטער איז גלייך צום ניינער מיטן פעסטע אראפגעשטעלטקייט. א ניינער איז אזוי ווי א מויערנע וואנט, ווייסיכמיין? טריי אים ארויסצונעמען פון זיין מנוחה? ער זיצט פעסט. יא, ער איז רואיג, אבער פעסט. יא, אמת, ער גייט מיט מיט יעדעם, אבער ער איז אוועקגעשטעלט. א אכטער איז אויך אזוי. איך רעד פון א אכטער אכטער. נישט פון א אכטער מיט א זיבענער פליגל, א אכטער מיט א זיבענער פליגל איז מער ספרינג'עדיג, א אכטער מיט א שוואכע פליגל איז אראפגעשטעלט אבער דאך אסערטיוו און זאגט ארויס וואס ער האט צו זאגן, דאס איז גלייך צום זיבענער. ער איז נישט קיין זיבענער ווייל ער זיצט פעסט, און ער איז נישט קיין ניינער ווייל יא, ווייל ער איז באס.

דער ניינער איז די מערסטע גלייך צום אכטער, און צום איינזער. דער אראפגעשטעלטקייט פונעם אכטער, א זאך וואס זיצט במנוחה איז "אראפגעשטעלט". א ניינער איז נישט וואקלדיג. איך רעד נישט פון א ניינער אונטער סטרעס. א ניינער אונטער סטרעס קען זיין וואקלדיג. און די מערסטע ענליך צום איינזער, מער ווי אלע טייפס. מיט דעם אז ער שיינט ארויס איידלקייט און מאראליש, ווייסעכמיין?. איך רעד נישט פון א ניינער מיט א אכטער פליגל. איך רעד פון א ניינער. איז ער די מערסטע גלייך צום אכטער. מיט דעם אז ער איז אראפגעשטעלט "במנוחה". קיינער פון די טייפס איז נישט אזוי אראפגעשטעלט. ווער דער פינעווער? וואס שוועבט? ווער? דער דרייער וואס טוישט זיך קאלירן לויט די סביבה? קיינער איז נישט אזוי אראפגעשטעלט ווי דער אכטער אכטער. און די מערסטע ענליך צום איינזער בענין געפיל. ניינער זענען צוריקגעצויגן. יא, זיי שענקען ווארימהארציג, אבער דאך האב זיי אזא איידלקייט.

אז דו ווילסט וויסן וואס א איינזער איז, שטעל פון איין זייט א ניינער, און פון די אנדערע זייט א צווייער. אינמיטן קומט א איינזער. וואו דען איז ער ענליך דאס מערסטע? ער איז פון איין זייט איידל. אונטערדרוקענדיג כעס, און פון די אנדערע זייט איז ער טעטיג אזוי ווי דער צווייער.

עד כאן אין טעאריע.
והשם הטוב יעזור אז איך זאל זוכה זיין אז ס'זאל חלילה נישט ארויסקומען א מכשול פון מיינע הענט. און איך זאל זיין ערליך און אפגעהיטן ביחיד כברבים. און מיר אלע זאלן זיין ערליכע יודן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » דינסטאג פאברואר 06, 2018 3:45 pm

נשמה האט געשריבן:

ווי אזוי פאשטייט מען שוין יעצט פארוואס מקען נאר האבן א ווינג פון א דערנעבנ'דיגע טייפ? אויב האט 1 טייפ א געוויסע ענליכקייט צו זיין שכן (לו יצוייר סאיז אזוי) , קען ער שוין וועגן דעם נישט האבן א ווינג פון א ווייטערדיגע נומבער?
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג פאברואר 06, 2018 5:53 pm

אין עוד מלבדו האט געשריבן:ווי אזוי פאשטייט מען שוין יעצט פארוואס מקען נאר האבן א ווינג פון א דערנעבנ'דיגע טייפ? אויב האט 1 טייפ א געוויסע ענליכקייט צו זיין שכן (לו יצוייר סאיז אזוי), קען ער שוין וועגן דעם נישט האבן א ווינג פון א ווייטערדיגע נומבער?

איך גיי דיר שרייבן דעם הסבר, און זאג מיר וויפיל מ'קען זיך קריגן דערויף. און וויפיל ס'לייגט זיך אויפן שכל אז ס'איז אזוי דער מציאות פון די וועלט.

די מערסטע וואס איך ווייס ביז היינט איז, אז א טייפ פיר, קען האבן אין זיך טייפ פינף, אדער טייפ דריי, ווייל ער איז די מערסטע ענליך דארט אינצווישן. אבער לאמיר אוועקשטעלן א פירער מיט א זעקסער פליגל, וועט עס זיין אוממעגליך צו פארשטיין אז ס'זאל זיך אזוי קאמבאנירן אין איין בעסיק טייפ. חוץ אויב איינער איז נישט קיין פירער, נאר גאר א פינעווער. און דאס וואס אדאהאן שרייבט אין איר בוך א פיר זעקס קאמבינעשאן, אדער א דריי אכט קאמבאנעשאן, און אזוי ווייטער. דאס מיינט אז זי האט אמאל געזעהן אויף איינעם דרייערישע שטריכן און אמאל אכטערישע שטריכן. וואס ס'איז שייך אז מ'זאל אזוי זעהן אויף איין מענטש. אדער זעהן אויף איינעם, אמאל פירערישע שטריכן, און אמאל זעקסערישע שטריכן. אבער ס'זאגט נישט אויף די בעסיק טייפ מיטן פליגל. ס'זאגט נאר שטריכן.

שטריכן מיט בעסיק טייפ איז צוויי אנדערע זאכן. א בעסיק טייפ מיינט, אז מצד זיין פערזענליכקייט מאכט עס אים טון די און די שטריכן פון די און די טייפ. שטריכן נישט אלץ בעסיק טייפ מיינט, אז דער מענטש האט אויפגעפיקט שטריכן משום איזה שהוא סיבה. דאס איז נישט אבער זיין בעסיק טייפ. זיין היים. ס'איז קלאר אז יעדער האט מער ווייניגער שטריכן פון אלע נומערן, אבער דאך "איין בעסיק טייפ". און דער בעסיק טייפ קען נישט פיטן דערין פיר מיט זעקס. ווייל די זעקס אלץ א בעסיק טייפ, פיט נישט אריין אין א מענטש וואס איז א פירער, אזוי ווי א טאטע קען נישט אנטון די שוך פון א קליין קינד. אבער די בעסיק טייפ פינף, פיט יא אריין אין א בעסיק טייפ פיר, אז ס'זאל זיין א מענטש זאל זיין ממש א פירער צאמגעמישט מיט פינעווער, פון זיין עצם ארויס. א פירער קען האבן צווייערישע שטריכן. שטארקע צווייערישע שטריכן. און אויך שטארקע איינזערישע שטריכן, אבער דאס קומט נישט ווייל זיין בעסיק טייפ איז צוויי אדער איינס. דאס קומט ווייל זיין בעסיק טייפ איז פיר.

לאמיר מאכן 'כאילו', לאמיר זיך פארשטעלן אז ס'איז יא דא א פיר זעקס קאמבינעשאן. און געב א קוק די סתירה. זרח איז א פירער מיט א זעקסער פליגל. סאו, לאמיר אנהייבן. זרח קומט אריין אין שוהל וואס טוט ער אלץ א פירער מיט א זעקסער פליגל? ווייסעכמיין? ער קאנטאקט מענטשן וועגן סעקיוריטי? ער איז דאך א פירער? ער טראכט דאך פון זיינע געפילן און שעמט זיך אוועק. וואס יא? ער טוט נאר אביסל פאר סעקיוריטי? איך מיין, ער איז דאך א פירער. זיין קאפ און געפיל לויפט נישט דארט אהין בכלל. וועסטו זיצן אין שמועסן מיט אים, און דו וועסט הערן ווי ער פילט צעמישט אמאל אמאל ווען ער קומט צו אוטאריטי? פיין. אבער בשעת ער איז צעמישט, ווירקט אין אים 'פיר'. אדער פיר פינף. ס'איז כאילו א שטריך פון זעקס לויפט דורך, אבער ס'מאכט אים נישט אלץ א זעקסער פליגל. ער פארמאגט נישט דעמאלטס דעם 'זעקס' כמו שכתוב אלץ זיין פליגל. פארשטייסעכמיין? ס'איז נישט אז דאס גאנצער פעזענליכקייט זעקסער'ט, און ס'קומט ארויס אט דעם שטריך. ער פירער'ט און ס'קומט ארויס א זעקסער שטריך. דאס מיינט נישט א זעקסער פליגל. אפשר וועסטו זאגן, ער איז אומזיכער, פיין. אבער בשעת ער אומזיכערט ארום, זעהסטו פאר דיר א פיר. א איינגעזאפאכץ. פארנומען מיט זיך. מיט זיין געפילישער איך.

א ניינער מיט א אכטער פליגל, ווען זיין אכטער צינד זיך אן, פליט ער ארום דערמיט. ס'הייבט אים. ס'הייבט זיין גאנצער טייפ. ס'אכטערט! יעדער מענטש קען אונטער סטרעס ווערן זעקסעריש. און דאס איז וואס איך ברענג אייביג ארויס. א זעקסער איז נישט קיין שוואכקייט אונטער סטרעס, אדער פון א שווערע חינוך. זעקסער איז א טייפ פון א מענטש. די גאנצע מענטש איז א זעקסער. אה, מיט א געשמאק. אפילו ווען אלעס איז גוט איז דער מענטש א זעקסער, און נישט קיין פירער.

ווען דו באגעגנסט א פרעמדער מענטש שאצטו אים אפ. ער איז אזא און אזא 'מין' מענטש. וועלכע מין? אלא מאי דו האסט אין דיין קאפ קאטאגאריעס פון מענטשן. דו קומסט אריין אין א פאר-דיר-נייע ביהמ"ד און דו זעהסט ווי א יונגערמאן מאכט זיך א קאווע, און דו ווייסט גראד "ער איז אזא און אזא מענטש". דאס מיינט א בעסיק טייפ. דאס גייט זיך נישט טוישן. דער מענטש איז אזא און אזא מענטש! דו שטעלסט אים אריין אין א קאטאגאריע פון אלע מענטשן וועם דו קענסט שוין. ס'דא אסאך מינע וויינען, (ווייניגער ווי שלושים יום קודם לחג) אבער אלע זענען אין די קאטאגאריע פון וויין. אויב די בעסיק טייפ איז א פירער מיט א פינעווער פליגל, קען נישט זיין א פירער מיט א זעקסער פליגל, ווייל א זעקסער שטומט נישט אז ס'זאל שטומען אינעם בעסיק טייפ, אין איין מענטש. א פירער מיט א פינעווער פליגער, קען זיך נישט אויפפירן ווי א זעקסער אלץ זיין טייפ אויס. אלץ שטריכן מחמת שוועריגקייטן אדער אנדערע זאכן וואס מ'איז דורך יא. אבער אלץ 'טייפ' אויס פיט עס נישט אריין.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

לב אחד
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

תגובהדורך לב אחד » מיטוואך פאברואר 07, 2018 8:09 am

בדרך הלצה האב איך צו מיר אמאל געהאט א-קלער-צו-געבן-א טראכט, אז יעדע מענטש האט א פליגעל פון אלעס, ווייל:
לאמיר זאגן איך בין א פיר, נא האב איך דאך א פליגעל צו 5. אה... איינמאל איך האב פליגעל צו 5 האט איך דאך א פליגעל-פון דעם שטיקעל 5- צו 6. איינמאל איך האב א שטיקל פון 6 האב איך דאך א פליגעל צו 7, און פון דעם 7 האב איך דאך א פליגעל צו 8, און פון דעם צו 9, און פון דעם צו 1, און פון דעם 2, און פון דעם צו 3 ביז איך בין צוריק צו מיין שוין אלעמען באקאנטן דורכגעקייעטען, טיף פארזינקענע, פארקלערטע, נערוועזע, פארווייטאגטיגטע, מאדנע, נישט טיפיקעל, שעפערישע, מאדי, 4...

הא? מאכט סענס?
לשון הוא קולמוס הלב..

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך פאברואר 07, 2018 1:16 pm

לב אחד האט געשריבן:בדרך הלצה האב איך צו מיר אמאל געהאט א-קלער-צו-געבן-א טראכט, אז יעדע מענטש האט א פליגעל פון אלעס, ווייל:
לאמיר זאגן איך בין א פיר, נא האב איך דאך א פליגעל צו 5. אה... איינמאל איך האב פליגעל צו 5 האט איך דאך א פליגעל-פון דעם שטיקעל 5- צו 6. איינמאל איך האב א שטיקל פון 6 האב איך דאך א פליגעל צו 7, און פון דעם 7 האב איך דאך א פליגעל צו 8, און פון דעם צו 9, און פון דעם צו 1, און פון דעם 2, און פון דעם צו 3 ביז איך בין צוריק צו מיין שוין אלעמען באקאנטן דורכגעקייעטען, טיף פארזינקענע, פארקלערטע, נערוועזע, פארווייטאגטיגטע, מאדנע, נישט טיפיקעל, שעפערישע, מאדי, 4...

הא? מאכט סענס?

די לעצטע שורה מאכט אסאך סענס:)
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך פאברואר 07, 2018 1:39 pm

לב אחד האט געשריבן:בדרך הלצה האב איך צו מיר אמאל געהאט א-קלער-צו-געבן-א טראכט, אז יעדע מענטש האט א פליגעל פון אלעס, ווייל:
לאמיר זאגן איך בין א פיר, נא האב איך דאך א פליגעל צו 5. אה... איינמאל איך האב פליגעל צו 5 האט איך דאך א פליגעל-פון דעם שטיקעל 5- צו 6. איינמאל איך האב א שטיקל פון 6 האב איך דאך א פליגעל צו 7, און פון דעם 7 האב איך דאך א פליגעל צו 8, און פון דעם צו 9, און פון דעם צו 1, און פון דעם 2, און פון דעם צו 3 ביז איך בין צוריק צו מיין שוין אלעמען באקאנטן דורכגעקייעטען, טיף פארזינקענע, פארקלערטע, נערוועזע, פארווייטאגטיגטע, מאדנע, נישט טיפיקעל, שעפערישע, מאדי, 4...

הא? מאכט סענס?

יעדע מענטש האט די פאטענציאנאל צו נוצן אלע טייפס. אבער איין טייפ האט די אמת'ע השפעה אויפן מענטש. ער איז דער אמת'ער דרייווער. וואס דער מענטש כאפט נישט. איין טייפ געווינט אייביג. פארוואס אפילו מענטשן זענען אזוי אנדערש איינער פונעם צווייטן, קען מען דאך מאכן קאטאגאריעס פון מענטשן? ווייל דאס איז עס. אפילו ער שיינט דא ניינעריש, און דארט זעקסעריש, דא צווייעריש, אבער בעסיק איז ער א פירער. אויב מ'זאל זאגן יעדער איז אלעס, קען עס ברענגען התרשלות צו פארשטיין טיפערע זעה'אונגען אויף א מענטש. און ווייניגער כאפן חילוקים צווישן מענטש, און צווישן דעם מענטש אליין היינט און נעכטן.

א מענטש קען האבן א נטי' זיך צו פארזעהן. זיינע שוואכקייטן. לאמיר זאגן א פירער וואס כאפט נישט ווי ווייט ער איז זעלבסט-אויפמערקזאם. אדער אנדערע נקודות. ווען דו קוקסט אויף יעדע מענטש מיט א (פינעווער'ס) פארגרעסערונג גלאז, זעהסטו ווי ער האט מער ווי איין טייפ. ווייל ער האט טאקע, און ער האט טאקע. יעדער נוצט דא און דארט אנדערע טאקטיקן ווי זיין היים טייפ. אויב א טייפ פון א מענטש מוז שטומען מיט א נומער און א פליגל דערנעבן. איז עס מחייב צו דערגרינטעווען טיפער, זעהן וועכע פרטים באלאנגען צו אנדערע שרשים, און טרעפן דעם ריכטיגן שורש פונעם מענטש ווי אלעס פיט אריין גענוי. וואס באאיינפלוסט אמת'דיג דעם מענטש. און וואס איז נאר זייטיגע שטריכן.

איינמאל מ'טרעפט עס, קען מען נישט פארשטיין וויאזוי מ'האט זיך טועה געווען צו טראכטן אנדערש. צו האב איך נישט געזעהן אז דער מענטש איז א צווייער מיט א איינזער פליגל? פיין, אוודאי, ער טוט זאכן וואס האט מיר אויסגעקוקט ווי זעקסערישע זאכן, ממש זעקס, אבער קוק וואס איך האב אלץ פארזעהן. איך האב נישט באמערקט אז דער מענטש וויל זיין באדארפט. אז דער מענטש דארף פשוט אפרישיעשאן. און נאך און נאך זאכן וואס איך האב פארזעהן. ווייל איך בין געווארן סטאק אז יענער איז א זעקסער און איך האב עס געלאזט אזוי אויבערפלעכליך, און איי דו זעהסט אז ס'שטומט נישט 'עכט', נו, עט מען עס אריינקוועטשן אז ס'זאל יא שטומען. אבער מ'טראכט, ניין, ניין, ניין, וואס איז דער מענטש? ס'דארף שטומען מיט איין טייפ און א פליגל דערנעבן גענוג גוט, אז ס'זאל דיר געבן א געוואלדיגער אפענקייט. ווי א טיר וואס עפנט זיך אויף צו די טיפקייטן פון יענעמ'ס רצוניות. איי דו זעהסט זעקס, יא, אבער יעצט אז דו טראכסט צוויי מיט א איינזער פליגל, פיהלסטו ווי דו קענסט דארט אריינפארן מיט די קאר, געהעריג. נישט געבלאקט. און אומפארשטענדליך.

פארוואס אפילו יענער האט זעקסערישע שטריכן, און ווען דו טראכסט זעקס, מאכט דיך עס פילן געבלאקט, און ווען דו טראכסט צוויי מיט א איינזער פליגל, מאכט דיך עס א אפנקייט? ווייל דאס אז יענער האט זעקסערישע שטריכן, דאס איז נישט וויאזוי מ'דארף רילעטן צו דעם מענטש. דער מענטש דארף נישט דיין סעקיוריטי למעשה סוף סוף. אז דו וועסט דיך באגיין מיט אים ווי מיט א זעקסער, וועסטו פילן ווי דו ווילסט טרינקן וואסער אין חלום, ס'פילט נישט אז מ'ווערט אויס דארשטיג. ס'קלאפט נישט. אבער אז דו וועסט אנהייבן געבן אפרישיעשן. אה, זאכן קניפן זיך אויף. איך באקום צוריק א ריספאנס. און צעביסלעך פארשטייט מען שוין, אז די גאנצע זעקסערישע שטריכן, דאס האט נישט מיט זעקס. נאר אהער, נאר אהין. ווייל ס'האט טאקע נישט. און מ'הייבט אן זעהן, ווי מ'האט געוואלט ארויפצווינגען א טייפ וואס שטומט אויף יענעם אנדערש ווי יענעמ'ס סייז איז באמת.

מ'דארף זיך צווינגען צו טראכטן טיפער. באאבאכטן טיפער. זיך אויסלערנען זעהן שרשים. זיך אויסלערנען צאמצוקניפן אלע שטריכן פון דעם מענטש אין זיין געווענליכע טאג טעגליכע הילוך, אין איין טייפ, מיט א פליגל דערנעבן. וועכע טייפ דרייווט באמת דעם מענטש. ווענד נישט אפ צו שנעל וואס דו ווייסט היינט, געב עס צייט צו ווערן disproved. מתינות, מתינות. שטעל א טעאריע, און געב א קוק די סתירות. איז עס א סתירה? קען מען עס פארענטפערן? אויב יעדער מענטש איז סייווי אלעס. מאכט עס אז זאכן בלייבן אויבערפלעכליך. מ'דארף זיך אויסלערנען אויף וואס צו קוקן. מ'דארף זיך אויסלערנען צו קענען קוקן אויף א שורש. נישט פארליר דעם גרויסן בילד מיט ווערן פארלוירן צווישן די ביימער וואס זעען אויס אייניג. זעה פרטים, און שטעל עס צום כלל, פרט, און צום כלל. מ'קען אנקומען אזוי סך, ווען מ'צווינגט זיך צו טראכטן טיפער. און ווען מ'געט זיך צייט.

ווען מ'ארבעט אויף זיך, אדער מ'ארבעט אויף א צווייטן, איז אוודאי שייך צו ארבעטן אויף אלע טייפס. ווייל א מענטש קען נוצן מער ווי איין איגו.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך פאברואר 07, 2018 11:37 pm

לגבי meyer- briggs און אניאגראם זאגט אדהאן (איך טייפ אפ ווארט ביי ווארט) אזוי:

one ------------------------------------------------------------------------------- ESTJ or ENTJ
TWO--------- seventy five percent ESFP, ESFJ, or twenty five percent ENFP, or ENFJ
THERE----------------------------------------------------------------------------ESTP, or ESFP
FOUR---------------------------------------------------------------------------------------- INFP
FIVE -------------------------------------------------------------------ENTP, ENTJ, INTP, INTJ
(six----------------------------------------extroverted, NFP, or SFP (25 percent intuitive
(SEVEN---------------------------------------------------- (ESTP, ISTP, (25 percent intuitive
EIGHT-------------------------------------------------------------------ISTJ, ESTJ, ISTP, ESTP
NINE------------------------------------ (ANYTHING GOES (twenty five percent intuitive

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך פאברואר 07, 2018 11:44 pm

לויט אדהאן זענען אלע זעקסערס עקסטראווערטס, משאכ אלע אנדערע נומערן קענען זיין סיי עקסטראווערטס, סיי אינטראווערטס

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך פאברואר 07, 2018 11:44 pm

לויט אדהאן זענען אלע זעקסערס עקסטראווערטס, משאכ אלע אנדערע נומערן קענען זיין סיי עקסטראווערטס, סיי אינטראווערטס

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 1:28 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:לגבי meyer- briggs און אניאגראם זאגט אדהאן (איך טייפ אפ ווארט ביי ווארט) אזוי:

one ------------------------------------------------------------------------------- ESTJ or ENTJ
TWO--------- seventy five percent ESFP, ESFJ, or twenty five percent ENFP, or ENFJ
THERE----------------------------------------------------------------------------ESTP, or ESFP
FOUR---------------------------------------------------------------------------------------- INFP
FIVE -------------------------------------------------------------------ENTP, ENTJ, INTP, INTJ
(six----------------------------------------extroverted, NFP, or SFP (25 percent intuitive
(SEVEN---------------------------------------------------- (ESTP, ISTP, (25 percent intuitive
EIGHT-------------------------------------------------------------------ISTJ, ESTJ, ISTP, ESTP
NINE------------------------------------ (ANYTHING GOES (twenty five percent intuitive

אין מציאות איז עס נישט ממש אזוי ווי אדאהאן זאגט. לאמיר נעמען אן ENFP, א ENFP קען זיין א צווייער, ווייל ער האט שטארקע שטריכן פון צוויי. ENFP האבן זייער ליב מענטשן. און זיי ווערן עקסיידעט פאר מענטשן. (לאך לאך) א טייפ פון א מענטש וואס ווערט קאנעקטעד צו א מענטש מיט ליבשאפט (אויף די ערשטע פופצן מינוט). אבער פון דעסטוועגן מוז נאך אן ENFP נישט זיין דערפאר א צווייער. ער קען זיין א צווייער, ער האט די פאטענציאנאל צו זיין א צווייער, אבער מ'מוז נישט זאגן אז וויבאלד ער איז א ENFP, איז ער א צווייער.

אויב א ENFP איז א פירער, וואס ס'איז דא אזאנס, וועט ער אויך ליב האבן מענטשן, און ס'וועט זיין א צווייער שטריך אין זיין דימענסיע, (דהיינו, עס נוצן צו טרעפן זיין נפש). ENFP ווערן די מערסטע געלעבלט מיט ADHD, אבער ס'איז נישט ADHD, ס'איז ווייל די ענערגיע פון זייער אינטואישן, און נישט פון זייערע חושים, ווערט באנוצט אויף צו פארשטיין די וועלט ארום זיי פלאס אז זיי מאכן א באשלוס לויט וויאזוי ס'פילט זיך זיי אן נעמען ערשט אין באטראכט צו ס'איז לאגיש. (איך טראכט אז זאלן ENFP אנהייבן לעבן מיט נוצן זייערע חושים, נאר זעהן, פילן, און הערן, וואס עס קומט פאר ארום זיי, און לויט דעם פאסן באשלוסן מיט זייער מחשבה. אנשטאט זייער אינטואישן און געפיל, דאס וועט ווארשיינליך מאכן אז זאכן וועלן זיך טוישן. נאר זיי גייען לכאורה פארגעסן פון די ארטיפישל אופן פון נעמען אינפארמאציע פון ארום און די ארטיפישל אופן פון עס פראסעסען. און זיי גייען זיך טרעפן נאכאמאל געטריבן פון זייער נאטורליכע אופן פון נעמען אינפארמאציע און באשלוסן.) (איך דערמאן מיך אז איך האב געהערט פון ר' אביגדור מילער זצ"ל, א מענטש דארף זיין ארטיפישל, דאס מיינט אויסגעארבעט, אזוי ליגט מיר אין קאפ, אמאל געהערט א שטיקל פון א טעיפ)

א ENFP קען אויך זיין א זיבענער, און פארשטייט זיך אז ער וועט זיין סך מער עקסטראווערט. און דאס איז די סיבה פארוואס פירער וואס זענען ENFP האבן אין זיך זיבענערישע שטריכן. אבער וויבאלד דער עיקר מענטש איז א פירער טייפ, וועט די זיבענער שטריכן באלאנגען צו פיר. יעדע מאל ער איז דיסטרעקטעד, אדער אזאנע מינע זאכן, וועט עס האבן צו טון מיט די פירערישע איגו, מיטן טרעפן זיין נפש, און נישט מיט זיבן, וואס א זיבענער איז דשאסט צו פילן נייע עקספיריענסעס. א זיבענער ENFP איז מער עקסטראווערד. בעת א פירער enfp איז מער אינטראווערדס.

א ENFP האט שטריכן פון א זעקסער מיט דעם אז ער קען שווער צוקומען צו אן ענדגילטיגער באשלוס, ווייל אזוי ארבעט זיין אופן פון פארשטיין די וועלט. ער קומט נישט צו קיין החלטה, ווייל אפשר איז דא נאך אינפארמאציע. אבער אויב טוט ער נישט פאר סעקיוריטי איז ער נישט קיין זעקסער. א זעקסער איז איינער וואס טוט פאר סעקיוריטי. כאטשי ער קען נישט קומען צו א באשלוס, ווייל יעדע אופן קוקט אים אויס די אנדערע זייט אויך די זעלבע, ער קען נאך אלץ זיין א פירער. א ENFP קען ליב האבן דרויסנדיגע סטרוקטור אויב ס'געלונגט אים צו מסכים זיין צו האבן סטרוקטור פון דשאדשער טייפס, אבער דאס קומט נישט ווייל דאס גיט אים סעקיוריטי, נאר דאס קומט ווייל זיי זענען באמת מענטשן וואס זייער אינערליכע פראסעס ארבעט עי-די-די-איש.

און אויב דו גייסט מיר זאגן אז א ENFP האט ענגזייעטי, און ער קען נישט צוקומען צו א באשלוס, וועל איך נאך אלץ נישט זאגן אז ער איז א זעקסער. לויט ווי איך קען מיך פארשטעלן קען א ENFP האבן א העכערע שטאפל ענגזייעטי, און די חשבון איז זייער פשוט. ענגזייעטי איז ווען ס'איז ביי א מענטש נישט באשלאסן וואס ס'גייט זיין. ווען מ'נעמט ארויס א גורל, פארן אויסרופן, וואס דו האסט א טייל דערין, פילסטו? ענגזייעטי. ווען ס'דא טרעפיק אויפן וועג און דו ווייסט נישט ווען דו גייסט אנקומען, פילסטו? ענגזייעטי. ענגזייעטי איז ווען א מענטש קען נישט ערווארטן וואס פונקטליך עס גייט פאסירן.

און דערפאר איז זייער פארשטענדליך פארוואס ENFP קענען האבן ענגזייעטי. אויב מיינע פראסעסעס קומען נישט צו קיין החלטה וואס ס'גייט זיין, לעב איך אין א מצב פון אנגסט. נישט געפערליך. אבער דאך נישט אזוי רואיג.

לאמיר גיין ווייטער, ENFP קענען לכאורה זיך נישט פארלאזן אויף זייער אייגענער מיינונג, ווייל זייער מיינונג טוישט זיך באמת. און די חשבון איז פשוט. זיי ווייסן אז וואס זיי באשלוסן היינט, קען זיך מארגן טוישן לויט נייע אינפארמאציע (ליין: לויט נייע אינטואישן און סאבדשעקטיוו געפיל). (איך בין נישט אזוי באקאנט אין דעם, איך שרייב וויפיל איך ווייס) אבער א ENFP וועט לכאורה נישט פרעגן אוטאריטי און זיך פארלאזן אויף אוטאריטי, ווייל ער וויל אויך פארשטיין פארוואס דער אוטאריטי האט אזוי באשלאסן. אזוי קלער איך. און ווער ס'פארשטייט אנדערש זאל קומען אפווענדן.

יעצט די שוואכסטע חלק פון א ENFP איז אינטראווערד סענסינג. לויט ווי איך פארשטיי מיינט דאס, אז דער מענטש ברענגט צו יעדע מצב וואו ער איז, זיינע געוועזענע זכרונות פון זיינע "חושים" איינדרוקן. טייערער ENFP דו האסט א פראבלעם אז דו פילסט נישט דיין אינערליכער קערפער, און דערפאר כדי צו פילן די אינערליכקייט "חושיות" פון דיין קערפער, וועסטו טון פעולות, און זיין ביזי דערמיט, אנשטאט טון צום זאך. (דו ווילסטעך פיהלן, האסט נישט ליב ווען דו פיהלסט נישט, בארינג, הא? לאמיר זינגען א ניגון) און דערפאר וועט א פירער ENFP זיין פארנומען זיך צו פילן סאבדשעקטיוו, זעלבסט-איינזאפונג. דאס איז, ווייל דאס איז ביי אים די שוואכסטע, דעפאר איז ער סטאק דערמיט. און ער וויל דערמיט פארגיטיגן פארן זיך נישט פילן, אנדערש ווי א מענטש וואס פילט אלעמאל די אינערליכקייט פון זיין קערפער, וועט נישט אזויפיל טון עס צו פילן.

לויט מייערס בריגס, קען מען פארשטיין וועלכע אינפארמאציע א מענטש נעמט פון די סביבה ארום אים. און וואס ער טוט מיט אט די אינפארמאציע. אבער די אניאגראם שיינט אויף די שוין אויפגעבויעטע אינערליכער מענטש. וואס קען שטערן אנצוגיין מיטן לעבן.

אונטערשטע שורה איז, אז די מאיארס בריגס קען ווערן גענומען אין באטראכט ווען מ'קוקט וועכע אניאגראם טייפ מ'איז, אבער ס'מוז נישט באשטומען וואסערע טייפ מ'איז.

א זעקסער לויט ווי זיי זאגן, זענען ביידע, אינטראווערטס און עקסטראווערטס. און א ENFP איז ביידע, אבער נאך אלץ זאגט מען 'זעקס' נאר איינער וואס טוט פאר סעקיוריטי. זעקס איז נישט די וועג וויאזוי א מענטש פראסעסט אינפארמאציע. זעקס, איז א מהלך החיים. זעקס איז די מעלות פון זעקס. איינער וואס טוט נישט פאר סעקיוריטי, האט נישט די מעלות פון זעקס.

והשם הטוב ימחול ויעשה שאחזור בתשובה שלימה לפניו מתוך פנימיות לבבי ונפשי באמת.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אלטע נייעס
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 1:30 pm

וועלט מלחמה צווישן 3 4 מיט די 6 7

תגובהדורך אלטע נייעס » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 5:45 pm

כמעט אלע פוליטיק מיט מחלוקות באשטייען פון די צוויי גרופעס (נישט אייביג פינקטליך) למשל די 3 4 וועלן נארמאלערהייט זיין צו לינקס און די 6 מיטן 7נער וועלן זיין מער קאנסעוואטיוו
דוק ו.........

לב אחד
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

תגובהדורך לב אחד » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 6:54 pm

אלטע נייעס האט געשריבן:כמעט אלע פוליטיק מיט מחלוקות באשטייען פון די צוויי גרופעס (נישט אייביג פינקטליך) למשל די 3 4 וועלן נארמאלערהייט זיין צו לינקס און די 6 מיטן 7נער וועלן זיין מער קאנסעוואטיוו
דוק ו.........

פונקט פארקערט. דער זיבענער איז אלעמאל לינק (פרידאם) און דער 3 איז געווענליך קאנסערוועטיוו. דער זעקסער איז אויך געווענליך קאנסערוועטיוו, און דער פיר ווענדט זיך, נישט קיין כלל. אמאל זענען זיי זייער ביזי מיט לינק, דיפרענט, רעבעליעס זאכן, און אמאל זענען זיי גאר קאנסערוועטיוו (פרינציפן, מאראל, סדר, גערעכטיגקייט, ספירטואלישקייט)

צווישן לינק און רעכט ווענדט זיך וואו מען איז אויפגעוואקסען, ס׳איז עכט נישט אזויפיל אפהענגיק אין דעם נאטור
לשון הוא קולמוס הלב..

לב אחד
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

תגובהדורך לב אחד » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 6:56 pm

נשמה דו רעדסטו אזויפיל פון סעקיוריטי, וואס טוסטו פאר סעקיוריטי?
לשון הוא קולמוס הלב..

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יפוצץ סלע און 11 געסט