'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 8:58 pm

מח האט געשריבן:איך טראכט, איך טראכט, איך וועל דיר זאגן, בשעת איך האב דעיס געליינט, ווען איך האב געהאלטן ביי די ווערטער "מיין 'איך' איז די זיכערקייט וואס ארומיגע האבן" האב איך דיר נאך געהאט, איך האב געטראכט אז דו מיינסט צו שרייבן אז זיין שפיר פון "איך" איז, די אייגענע זיכערקייט וואס אנדערע האבן, אז ער האלט אז דאס איז די אמת'ע "איך" און ממילא וויל ער אויך אזוי זיין, אבער ווען איך האב געליינט ווייטער דיינע ווערטער "די זיכערקייט וואס ארומיגע געבן מיך", דעמאלטס האב איך דיר פארלוירן, איך שפיר אז אט די מחשבות לגבי די "זיכערקייט וואס אנדערע געבן מיר", פילט ער נישט אלס זיין "איך" אז דאס זיין "איך", זיין "איך" שפירט ער איז די "אייגענע זיכערקייט" וואס ער וויל אזוי שטארק האבן, און וויבאלד ער האט עס נישט, וויל ער עס באקומען פון אנדערע אז ער זאל זיך שפירן פארזיכערט אין זיין סביבה,

אויב דו רעדסט פון א זעקסער. א זעקסער וועט שפירן אז ער וויל האבן "אייגענע זיכערקייט", "אומאפהענגיגקייט!" ס'איז אזוי ווי דו זאלסט מיר זאגן "א דרייער פילט נישט זיין 'איך' אז ס'איז די ווערד וואס ליגט אין די הערצער פון די ארומיגע, א דרייער שפירט זיין "איך" אז ער 'איז' ווערד, דאס בין "איך". א דרייער מוז נישט וויסן וואס ס'קומט פאר מיט אים. מ'ווייסט אבער אז דער 'איך' פון א דרייער איז די ווערד און די הצלחה וואס ס'ליגט אין די הערצער פון ארומיגע. די זעלבע זאך דא, א געזונטער זעקסער מוז נישט שפירן אז זיין לעבנס-זיכערקייט, אז זיין 'איך', איז די זיכערקייט אינדרויסן פון אים. ער שפירט אז זיין 'איך' איז זיכער. ער כאפט נישט אז זיין 'איך', די סענס אף סעלף זיינעם, איז נאר די זיכערקייט וואס ער שפירט איז דא ארום אים. אינדרויסן פון אים. ווען א זעקסער איז געזונט, ווייסט ער אז ער איז זיכער. "איך בין אפהענגיג און זיכער מיט מיין לעבן, איך ווייס וואס צו טון, איך פיל מיך אונטערגעשטיצט".

א געווענליכע זעקסער וועט נישט שפירן "מיין איך איז די זיכערקייט וואס אנדערע געבן מיר" ער שפירט איין זאך, "איך וויל זייער שטארק פילן אומאפהענגיג און זיכער". דער זעקסער מיינט אז דער "איך" איז "ער אליין" אז דער שפיר פון "יא זיכערקייט, אדער נישט זיכערקייט, איז ער אליין". ס'איז אבער נישט. ער מיינט נאר. ס'איז וויפיל זיכערקייט ער באקומט פון דרויסן. ווען א זעקסער זאגט "איך וויל שפירן אייגענע זיכערקייט", מיינט עס אויף אניאגראם שפראך "איך וויל שפירן אז אינדרויסן פון מיר איז דא גענוג זיכערקייט מיר צו געבן". ער זאגט אז ער וויל האבן "אייגענע זיכערקייט" אבער מיינען מיינט עס "איך וויל שפירן אז מ'באגיסט מיר מיט אזויפיל זיכערקייט פון אינדרויסן, אז איך גיי ענדליך פילן אז איך קען שוין אליין".

ווען א זעקסער זאגט "איך וויל שפירן אייגענע זיכערקייט" דארף מען אים זאגן: רעד צום אויבערשטן און טרעף דיין אינערליכער נפש.

א זעקסער וויל שפירן פארזיכערט אין זיין סביבה. ער וויל נישט אז זיין סביבה זאל אים אוועקווארפן. ער וויל דאך שעפן פון זיין סביבה גענוג זיכערקייט צו ווערן אומאפהענגיג. עכ"פ ער וויל נישט אז זיין סביבה זאל אים אוועקווארפן.

ער וויל סיי א סביבה פון מענטשן וואס זאלן האלטן אז ער איז א געהעריגע מענטש צום טיש,

א זעקסער וויל נישט אז מ'זאל זעהן זיין 'ענגזייעטי', ער וועט זיך אויפפירן וואס ער האלט איז 'נארמאל'. ווייל ער האט מורא צו זיין אמת'דיג וויאזוי ער איז אינעווייניג. ווייל ער האט מורא אז טאמער מ'גייט אים זעהן אלץ די 'אומזיכערקייט' און ספיקות וואס ער האט, וועט מען אים 'מדחה' זיין. און מער נישט שטיצן, און וויאזוי וועט ער באקומען שטיצע? צו באקומען דאדורך עווענטועל "אייגענע זיכערקייט". וואס דאס איז נישט אמת. מענטשן זענען סך מער אקצעפטירבאר ווי מ'מיינט.
און סיי א סביבה וואס גייט אים נישט פארלאזן, ער גייט זיך נישט שפירן פארלוירן ווייל ער איז ארומגענומען מיט גוטע שטארקע מענטשן וואס וועלן אים ארויסהעלפן

די 'פארלוירן' וואס דו שרייבסט דא מיינט לכאורה, ענגזייעטי. דאס איז דאך פארוואס זעקסער האבן א נטי' צו קלעבן שטארק און פגע'נען 'אוטאריטי' פיגורן. (איך רעד פון מיר) זיי ווילן שעפן 'זיכערקייט' פון אוטאריטי פיגורן. א זעקסער באגעגענט א מענטש וואס פארשטייט צו שלום בית, וועט ער יענעם פגע'נען, ווי איינער זאגט "לערן מיך אויס, איך וויל מיך קענען אן עצה געבן אין מיין לעבן, איך פיל אומזיכער, איך ווייס נישט וואס צו טון, דו ווייסט יא, לערן מיך עס אויס, און נאכדעם וועל איך דיך אפלאזן"

די עיקר וואס ער וויל איז די ערשטע סארט סביבה, ווייל זיין "לאך" איז אז ער פילט זיך ווי א שוואכלינג ווי א לוזער

ווי איינער זאגט, קודם זעהטס נישט מיין 'אומזיכערקייטן', און מיינע 'ספיקות', נאכדעם וועל איך נאשן פון ענק צו ווערן אומאפהענגיג.

לוזער מיין איך נישט דעי דרייערישער לוזער וואס פילט זיך ווי א לוזער ווען ער סוקסעסירט נישט, איך רעד פון א לוזער מיין איך, אזא "גארנישט" נו! ווייסט וואס איך מיין, יא?, פארדעם דארף ער א סביבה וואס זאגט אים אז ער איז יא עפעס, אונז האלטן משוגע שטארק פון דיר, דו האסט אזעלכע מעלות, WOW

ס'קען שטומען וואס דו זאגסט מיט 'זעקס'. זעקסער האבן א נטי' זיך אראפצוקלאפן. און ער דארף אז מ'זאל האלטן פון אים, ווייל ער וויל זיך 'אויפבויען'. א זעקסער וויל זיך 'אויפבויען'. ער וויל ווערן "איך בין א מענטש וואס 'ווייסט', וואס קען זיך אן עצה געבן. וואס קען אוועקשטעלן א זיכערע לעבן". נאר רבותי, חברה, געטס מיר שטארקייט, געטס מיר זיכערקייט, געטס מיר עצות, און נאכדעם לאז איך ענק אפ. אבער פליז אייבערשטער, קיינער זאל נישט זעהן אז איך בין אזוי אומזיכער, איך וויל דאך באקומען זיכערקייט.

יעצט איז נאך אבער אלס דא א פראבלעם אז למעשה איז ער יא א שוואכלינג עס וועט אים גארנישט העלפן זיין נאכלויפן א גאנצן טאג זיך זעלבסט צו קאנווינסן דורך זיך און דורך אנדערע אז ער איז יא "אייגן געבויעט" און ער איז יא "שטארק"

די סיבה פארוואס א זעקסער שפירט נישט "שטארק, אונטערגעשטיצט, אז ער ווייסט וואס צו טון מיט זיין לעבן, אז ער קען" איז, ווייל ער לויפט נאך אנדערע. ווילאנג ער וויל נעמען פון אנדערע 'זיכערקייט' וועט עס קיינמאל נישט גיין. טראכטן "איך בין שטארק, איך דארף נאר פרעגן נאך איינמאל" מאכט נישט שטארק. מ'דארף מאכן 'התבודדות', טרעפן זיך אליין. ווי רבי חיים ויטאל שרייבט, אז ס'דא אז די נפש פון א מענטש איז זיך מתגלה צום מענטש, און לערנט אים אויס וואס צו טון.

אבער למעשה נאך אלעם ווען דו קריכסט אריין אינעם זעקסער'ס מוח צו זען וואס האלט ער איז זיין "איך"?, וואו וויל ער טרעפן זיין "איך"?, וועסטו זען אז ער וויל עס טרעפן און "אייגענע זיכערקייט" ווען איך וועל זיין אוועק געשטעלט אויף מיינע אייגענע פיס וועל איך וויסן אז איך האב מיין איך, ווייל דארט שפירט אז זיין "לאך" איז, און איז זיין לאך טאקע.

יא, אוודאי טייערער מח, אוודאי וויל דער זעקסער ווערן אוועקגעשטעלט אויף די "אייגענע פיס". און דאס איז זיין פראבלעם. מח, דער פירער וויל אויך נאר טרעפן זיין נפש. דער פירער זאגט "איך גיי נאר ענדיגן טרעפן מיין נפש, און נאכדעם וועט שוין אלעס זיין גוט". איי זעקסער, זעקסער, הער אויף צו וועלן פילן אז דו שטייסט אויף דיינע צוויי פיס. הער אויף. ווייל דאס איז א איגו דיפענס. הייב אן צו טרעפן דיך אליין. הער אויף ארבעטן צו שטיין אויף דיינע צוויי פיס. האב בטחון און שוין.

דעיס איז געזונט? און דעיס מיינט אז ער איז זיכער? ער איז נישט זיכער מיט זיך נאר מיט יענעם, דעיס מיינט עכט זיכער? ער שפירט זיין עצם און ער באקומט אייגענע ווערד דורך יענעם און ער איז נאך געזונט אויך?! איך פארשטיי נישט

מח, די פראבלעם פון א זעקסער איז אז ער וויל זיין זיכער מיט "זיך". דאס איז די פראבלעם. די תיקון איז, הער אויף צו וועלן זיין זיכער מיט דיר. הער אויף צו וועלן שפירן "פארזיכערט". ווען א געזונטער זעקסער פילט "איך בין זיכער" טראכט ער נישט, "זייער גוט, ענדליך, אזוי איז גוט, איך גיי ארבעטן צו טאקע פילן גוט שטארק זיכער". ער טראכט נישט אזוי. ווען א געזונטע זעקסער פילט "איך בין זיכער", טראכט ער, יא? אקעי. ס'גוט וויאזוי ס'איז, איך שריי צום אויבערשטן. איך פארלאז מיך אויף אים. דאס וועלן פילן "זיכער", דאס וועלן פילן "איך בין אוועקגעשטעלט אויף מיינע צוויי פיס" דאס איז גורם צו ווערן אומגעזונט. א געזונטע זעקסער איז איינער וואס איז צופרידן מיט וויפיל זיכערקייט ער שפירט. א געזונטע זעקסער געט זיך נישט אונטער דעם פחד פון "אפשר שפיר איך אומפארזיכערט". ווען א געזונטע זעקסער פילט "יו, איך האב מורא אז איך הייב אן פילן פארלוירן, וואס טו איך?" זאגט ער צו זיך: לאז. פיל פארלוירן. ס'דא א באשעפער אויף די וועלט. געט דיך אונטער. דאס נישט אונטערגעבן אונטער פארלוירנקייט מאכט קראנק. אז מ'געט זיך אונטער, און מ'זאגט, "ס'גייט מיך נישט אן אז איך פיל פארלוירן, ס'גייט גארנישט געשעהן" גייט עס אוועק בעזרת השי"ת. ווייל מ'זעהט איין, אז ס'איז נאר א דמיון. ס'איז א איינרעדעניש. אזוי ווי א קינד וואס שטייט אויף הויעך שטאקיגע קעסטלעך. גיי אראפ פון די קעסטלעך.

סאו דו ביסט מודה אז דער זעקסער האט משורשו נישט קיין אייגענע עצם, נאר דו האלטסט אז ער פילט עס נישט ביז ער הייבט עס נישט אהן צו וועלן באשיצן, אויב אזוי קומט אויס אז משרשו איז דער זעקסער נישט עכט זיכער מיט זיך, ער מיינט אפשר אזוי, אבער ער איז נישט

מח, כאפ די שוואכקייט פונעם זעקסער. ווען א זעקסער וויל טרעפן אייגענע זיכערקייט, מיינט אז ער איז נישט געזונט. ווען א זעקסער טוט גארנישט צו פילן זיכער, מיינט אז ער איז געזונט. א געזונטע זעקסער איז נישט זיכער מיט זיך. און ס'גארנישט! הערסט. דאס מיינט געזונט. "יא, איך בין נישט זיכער מיט מיר, איך בין אפהענגיג". יא. ס'געשעהט גארנישט. קיינער לאכט נישט. יעדער פילט אזוי. נאר א געווענליכער זעקסער וויל זייער שטארק פילן אזאך וואס איז unavailable. ווען מ'וויל שפירן "פעסט, און זיכער, און אז מ'ווייסט וויאזוי זיך אן עצה צו געבן, און מ'איז שטארק, און מ'האט יא א רוקן ביין, און מ'איז נארמאל, און וכו'" דאן הייבט זיך אן די פראבלעמען. דאס שטארקט מער און מער די איגו דיפענסעס.

דעיס קומט דאך אבער נישט ווייל ער איז עכט זיכער, דעיס קומט דאך פון דעם וואס "ער ציטערט צו פילן זיין אומזיכערקייט" און ער טוט אלעס זיך צו פילן שטארק, ער מאכט זיכער אז עס זאלן נישט זיין קיין לעכער אינעם סיסטעם, אלעס זאל זיין סעקיור

א געזונטער זעקסער ווייסט אז ער איז נישט "עכט" זיכער. די "עכט" זיכער, קומט פון געווענליכע זעקסער. זיי ווייסן צו זאגן פון אזא זאך ווי "עכט זיכער". נישטא אזא זאך ווי "עכט זיכער". א געזונטער זעקסער האט נישט מורא צו פילן "זיין אומזיכערקייט", ער טוט וויפיל ס'איז שייך צו זיין זיכער, אבער אויב ער פילט "אבער אפשר דאך" מאכט ער זיך נישט צו טון. ער איז דאך א זעקסער. און ער נוצט אויס זיין שליחות אויף די וועלט. השי"ת האט באשאפן אז ס'זאל זיין מענטשן וואס זאלן וועלן טון פאר זיכערקייט, אזוי אז די פירערס זאלן האבן פון וואו צו קויפן פעינט בראשעס.

און איך וויל אז מיינע ארומיגע זאלן אויך האלטן פון מיין וועג אזוי ווייס איך אז איך בין גוט און פארזיכערט, איך וועל נישט צוקומען צו דעם פילינג אז "איך בין שוואך" איך וועל עס נישט זען און פארטיג

א געזונטער זעקסער האט נישט דעם שוואכקייט אזוי ווייט. א געווענליכער זעקסער וועט מער וועלן אז די ארומיגע זאלן האלטן פון זיין וועג, ווייל אז יענער נוצט דעם וועג, ווייסט ער אז ס'איז גוט פאר אים אויך.

אבער דעיס הייסט נישט שטארק, ער איז פון די ערשטע מינוט שוואך, עכ"פ ער מיינט אז דעיס הייסט שוואך, איך וועל אים אויסזאגן אז די שוואכקייט זעלבסט הייסט שטארקייט

שעפעלע, מח, יעדער איז שוואך. דו שרייבסט עס אליין. דאס אז א מענטש קוקט זיך אן אלץ "שוואך", דאס קומט פון "געווענליכע זעקסער". "געווענליכע זעקסער" האלטן אז ס'דא אזא זאך ווי "פילן שטארק, און סעקיור, און סעיף, און געבויט, און אומאפהענגיג, און מיין חסידות, די בעסטע, די שטערקסטע, די שענסטע". יעדער איז שוואך. א געזונטע זעקסער ווייסט אז ער איז שוואך, און ער וויל נישט שטארקן זיינע מוסקלן, דהיינו זיין "זיכערקייט" דהיינו זיין "איגו". און צום סוף קריכט מען אינגאנצן ארויס ון דעם "איך האב מורא צו פילן שוואך".

מח. קוק די גאלדענע ווערטער וואס דו שרייבסט ווייטער, וואס דאס איז א זאך וואס איך האלט עס אין איין חזר'ן
שטארקייט מיינט נישט דוקא אז א מענטש האט די יכולת צו קומען צו מסקנות שנעלערהייט און קלארערהייט, שטארקייט מיינט אויך אויב איך בין א מין מענטש וואס איך קען שווער אפמאכן, איך בין שטארק ווייל איך ווייס אז איך האב עפעס וואס מענטשן קוקן אהן אלס א שוואכקייט, איך קען עס פעיסן, דעיס איז די גרעסטע גבורה וואס א מענטש קען האבן.

איך וויל דיר נאר זאגן איין זאך דאס אליין צו טראכטן "מענטשן קוקן עס אן אלץ שוואכקייט" דאס אליין איז א איגו דיפענס. לאז אפ מענטשן.
והשם הטוב יעזור. אז מיר זאלן וויסן אז נאר דער הייליגער באשעפער איז "שטארק" מיר זענען שוואך. און דו הייליגער באשעפער דו ביסט דאך הנותן ליעף כח. גיב כח פאר דיינע יודישע קינדער, דיך צו דינען און קיין אנדערן חלילה נישט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » פרייטאג ינואר 26, 2018 11:20 am

נשמה האט געשריבן:הנה, אויב איך זאג אז א זעקסער האט שטריכן פון דריי און פון ניין, קומט אויס אז א זעקסער שפירט טאקע אז ער האט נישט קיין 'עצם'. ווייל דער זעקסער איז צוגעוואוינט פון אלעמאל אן, פון ווען ס'בויט זיך זיין סענס אף סעלף, אז די שפיר פון 'איך' איז די זיכערקייט וואס ליגט ביי די ארומיגע. טראכט וואס איך זאג: "מיין איך, מיין סענס אף סעלף, איז די זיכערקייט וואס ליגט ביי ארומיגע, די זיכערקייט וואס ארומיגע געבן מיך".

יעצט גייט עס אזוי. דער זעקסער באקומט 'זיכערקייט' אינדרויסן פון זיך, ער שפירט זיך 'זיכער', און ער פרובירט עס צו באקומען נאך און נאך פון ארומיגע מענטשן מיט'ן פלאן צו באקומען א 'עצם'. ער ארבעט שווער פאר די מענטשן און סיסטעמען וואס געבן אים זיכערקייט. וואס געבן אים זיין 'איך'. אזוי ווי יעדע טייפ וואס וויל אנהאלטן זיין 'איגו'. אבער דא עקא, אז ווייל ער וויל עס אנהאלטן, הייבט ער אן צו שפירן 'אומזיכער'. און דאס איז וואס איך זאג. א זעקסער אנהייב שפירט 'זיכער'. דהיינו, א געזונטער זעקסער וועט שפירן אפהענגיג אבער 'זיכער'. טאקע נישט מיט 'זיך', אבער מיט די זיכערקייט וואס מענטשן ארום האבן, מיט די זיכערקייט וואס מענטשן ארום געבן אים. אבער ווייל ער וויל אנהאלטן זיין 'סענס אף סעלף' ער וויל זייער שטארק שפירן זיכער, דערפאר וועט ער אנהייבן מאכן זיכער אז די מענטשן ארום זאלן ווייטער טאקע געבן זיכערקייט. און ווען מ'טוט עפעס אנצוהאלטן א 'סענס אף סעלף' ווערט עס ערגער. דא ווערט דער זעקסער אומזיכער, "ווער זאגט מיך אז איך גיי ווייטער באקומען זיכערקייט?" און ער באקומט ספיקות און 'חשד'. און ער טוט מער, און ער טעסט, יעצט שפירט ער שוין טאקע וואקלדיג און נישט שטאנדהאפטיג, דא קומט אריין דיין סטעטמענט "ווידער איך טרעף מיך עפעס אזוי פליען אהין און צוריק, וואס איז דאס? איך האב נישט קיין אייגענקייט?!..." און ס'איז אוודאי אמת, אז זעקסער האבן נישט קיין 'עצם', אבער זיי פילן עס נישט נאר ווען זיי הייבן אן צו פילן ווי זיי פארלירן עס. און נישט נאר זעקסער, נאר אויך דרייערס, און אויך ניינערס. און נאך מער, דער זעקסער האט דאך שטריכן פון דריי און פון ניין.

נשמה!! וואס איז מיט דיר??? איך האף אז דעס איז א פליטת הקולמוס!!

דו ביסט דאך דא אינגאנצן מודה צום יסוד וואס מוח און איך האלטן און איין מסביר זיין!
לעצט פאראכטן דורך מקבל ומשפיע אום מוצ"ש ינואר 27, 2018 9:26 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג ינואר 26, 2018 1:48 pm

נשמה!! וואס איז מיט דיר??? איך האף אז דעס איז א פליטת פה!!!

דו ביסט דאך דא אינגאנצן מודה צום יסוד וואס מוח און איך האלטן און איין מסביר זיין!

איך בין מסביר וואס איך פארשטיי אז "מח" זעהט, מיט די טערמינען וואס ווערן גענוצט אינעם אניאגראם.
מח בקדקדו האט געשריבן:אבער קוק אהן אלע מענטשן יעדער איינער קוקט אויס אזוי זיכער מיט זיך, זיי ווייסן וואס זיי ווילן, ווידער איך טרעף מיך עפעס אזוי פליען אהין און צוריק, וואס איז דאס? איך האב נישט קיין אייגענקייט?!

איך קען פארשטיין אז א זעקסער וועט אזוי טראכטן. א זעקסער שפירט זיינע ספיקות, און יענעמ'ס זיכערקייט. איך קען מיך פארשטעלן אז א זעקסער טראכט, "איך בין אזוי אומזיכער וואס איך האב צו טון אז אלעס זאל זיין סעיף און סעקיור און סטאביל, וויפיל איך טו אז אלעס זאל זיין סעיף און סעקיור, פיל איך נאך אלץ נישט 'סעקיור', אבער קוק יענער איז עפעס אזוי 'זיכער' מיט זיך, ער ווייסט פונקטליך וואס ער האט צו טון צו פארמיידן טראבל, קוק, ער ווייסט פונקטליך וויאזוי צו מאכן אז 'לעבן' זאל זיין פארהיטן פון חורבנות, וואס ווייסט יענער, איך מוז אים פרעגן" 'זיך' פילט ער, און יענעם זעהט ער פונדרויסן. "פונדרויסן קוקט טאקע יענער אויס זיכער מיט זיך", אבער ווער זאגט דיך אז ער איז זיכער, ער איז צופרידן מיט וויפיל זיכערקייט ער פילט.

ס'איז רעלאטיוו געזונט פאר א זעקסער צו פילן, "קוק איך פיל ווי איך קען מיך נישט קיין עצה געבן, איך פיל אומזיכער". אזוי ווי א געזונטער דרייער וועט פילן "קוק, איך האב מורא אז איך בין גארנישט ווערד" דאס איז א מלחמת היצר, א מענטש וויל אנהאלטן צו פילן זיכער, אדער פילן ווערד. אבער אויב דער זעקסער זאגט "אמת, אז איך פיל אומזיכער, איך פיל ווי איך האב נישט דעם 'רוקן ביין', אבער איך גיי גארנישט טון דערצו דאס יא צו 'פילן'" וועט ער בלייבן געזונט. ער וועט טאקע טון פאר סעקיוריטי, און פאר סטאביליטי, און ער וועט ווערן גוט מיט אוטאריטי פיגורן און זיי פרעגן וואס צו טון, און זיין אמת'דיג געטריי און הונדערט פראצענט פארפליכטעט פאר זיי, און מ'גייט אים אלעמאל באגריסן "אה, ר' זרח איז דא, וואס מאכט מען ר' זרח". זעקסער ציען צו זיך אז מענטשן זאלן זיי וועלן העלפן. כך ברא אותם הקב"ה. און דאס איז רעלאטיוו געזונט. מ'ווערט געזונט ווי ווייניגער מ'וויל פילן סעקיור. ווי מער מ'וויל פילן א רוקן ביין און מ'טוט דערצו דאס צו פילן, אלץ מער ווערט מען אנגעצויגן אין קערפער. די עצה פאר א זעקסער איז טרעפן די טיפע אינערליכער שטילער גיידענס. א זעקסער איז אזוי 'נערוועז', זיין קאפ לויפט איבער און איבער און איבער, זיכער צו מאכן אז ער האט 'סעיף' געטון זאכן, אז ער דארף זיך בארואיגן.

א פירער קען אויך פילן אז ס'פעלט אים 'עפעס', די סיבה איז, ווייל די פירער געדענקט אז "נעכטן האב איך געפילט מיין אינערליכער קוואל, און היינט פיל איך עס נישט" עפעס פעלט.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » מוצ"ש ינואר 27, 2018 9:58 pm

נשמה האט געשריבן: א געווענליכע זעקסער וועט נישט שפירן "מיין איך איז די זיכערקייט וואס אנדערע געבן מיר" ער שפירט איין זאך, "איך וויל זייער שטארק פילן אומאפהענגיג און זיכער". דער זעקסער מיינט אז דער "איך" איז "ער אליין" אז דער שפיר פון "יא זיכערקייט, אדער נישט זיכערקייט, איז ער אליין". ס'איז אבער נישט. ער מיינט נאר. ס'איז וויפיל זיכערקייט ער באקומט פון דרויסן. ווען א זעקסער זאגט "איך וויל שפירן אייגענע זיכערקייט", מיינט עס אויף אניאגראם שפראך "איך וויל שפירן אז אינדרויסן פון מיר איז דא גענוג זיכערקייט מיר צו געבן". ער זאגט אז ער וויל האבן "אייגענע זיכערקייט" אבער מיינען מיינט עס "איך וויל שפירן אז מ'באגיסט מיר מיט אזויפיל זיכערקייט פון אינדרויסן, אז איך גיי ענדליך פילן אז איך קען שוין אליין".

גיב א קוק, איך זאג כמעט דיינע ווערטער, אז דער זעקסער וויל זיין "אומאפהענגיג" און "זיכער", און אז די געפיל איז נישט "ער אליין", ער מיינט אז ווען ער איז אומאפהענגיג איז ער עכט אומאפהענגיג, אבער באמת איז ער תלוי אין די סביבה וואס גיט אים די זיכערקייט, פיין, דעיס אלעס איז אמת, וואס איך זאג נאר איז אז דא הייבט זיך אבער אהן זיין פראבלעם, אז ער מיינט אז ס'איז "ער" ער מיינט אז "ער איז דא דער זיכערער און פעסטער מענטש", אין די צייט וואס ער באקומט עס ס"ה הכל פון אנדערע,
ווען ער איז געזונט ווייסט ער אז באמת "איך פאר מיר אליין בין שוואך" איך דארף צוקומען צו מיין סביבה וואס זאל מיר געבן "ווערד" און "זיכערקייט,

וואו ער ווערט אבער קראנק איז, ווען ער הייבט אהן אויסצודרייען די יוצרות, ווען אנשטאט ער זאל "מקבל זיין" פון זיינע ארומיגע, איך קען גארנישט! איך דארף עכט צוקומען צו ענק, אז עטס זאלטס מיר זאגן אז איך בין ווערד, און אז איך בין פארזיכערט, [די צוויי נקודות ווערד און זיכער איז תלוי זו בזו, דער זעקסער וויבאלד ער איז שוואך שפירט ער נישט קיין "שווית" און נישט קיין "זיכערקייט", וויבאלד ער שפירט נישט אז ער שטייט אויף "צוויי 'אייגענע' פיס" שפירט ער זיך באמת מורא'דיג שוואך סיי אין "ווערד" און סיי אין "סעקיוריטי"] זיין פראבלעם הייבט זיך אהן ווען ער איז נישט מודה דערצו, און ער הייבט זיך אהן איינצורעדן אז ער איז דער וואס דא דער זיכערער און שטארקער,

וואס דארף ער טון?

פון איין זייט דארף ער מודה זיין און עקסעפטן אז יא! איך דארף צוקומען צו מיין סביבה וואס זאל מיר געבן צו שפירן מיין "עצם" און מיין "זיכערקייט", יא! איך דארף צו קומען צום עולם! ס'איז גארנישט געשען! פון די אנדערע זייט, טאר ער נישט ווערן "תלוי" און אנגעהאנגען און וואס אנדערע זאגן אים, ער טאר זיך נישט "בויען" דורך דעם, פאר צוויי סיבות.

ערשטנ'ס, ווייל אויב ווערט ער צו שטארק אנגעהאנגען און די ארומיגע, באקומט ער אין זיין סוב קאנטשעס די מעסעדזש אז איך בין זייער שוואך און אז איך קען גארנישט אליין, ווייל ווען א מענטש האלט אין איין נאכלויפן אויף א פאלטשע זאך ווי כאילו דאס איז עכט, סוף כל סוף גייט ער עס שפירן, מען קען זיך נישט עכט אליין פאפן, מען שפירט אז איך בין נישט איך, עכט בין איך שוואך, איך לויף סתם נאך דא עפעס צו פראוון אז איך בין פארזיכערט און שטארק, עכט גערעדט בין איך אבער נישט, וואס וועט ער טון לכבוד דעם? ער וועט עס פייטן, איך בין יא שטארק, ווילסט זען? ער וועט אריין זאגן פאר אנדערע, ער וועט איינטיילן אנדערע, ער וועט מאכן זיכער אז אנדערע האלטן ווי אים, בקיצור ער וועט ווערן א "משפיע", אלעס כדי נישט צו פילן אז ער איז ס"ה די "מקבל" דא, אז ער איז שוואך, ער וועט זיך האלטן אין איין וועלן קאנוויסן אז עה! איך בין יא שטארק.

צווייטנ'ס, אויב וועט ער ווערן צו שטארק אנגעהאנגען און אנדערע וואס אנדערע האלטן אויף אים, און צו אנדערע גיבן אים זיכערקייט, און אויב נישט ווערט ער פארלוירן, ווערט ער דאך אויס אייגענע מענטש, ער וועט נאכטאנצן זיין סביבה אפי' ווען זיי וועלן טון אומאויסגעהאלטענע זאכן, וואס ווען דו פרעגסט אים פריוואט צווישן פיר אויגן וואלט ער דיר געזאגט אז ער האלט אז עס אומריכטיג, נאר וואס קען איך טון? יעדער... בקיצור ער פארלירט זיין גאנצע אמת'ע מציאות, ער פארלירט קאנטראל אויף זיך

ער דארף וויסן אז איך בין טאקע א "מקבל" פון מענטשהייט, אבער פון די אנדערע זייט בין אויך א "משפיע" איך בין מקבל פון אנדערע, און איך נעם עס צו מיר און איך נעם ארויס די גוטע חלקים, און איך בין עס ווייטער "משפיע" איך וואטש דאס וואס איך בין מקבל.

און וועגן די סיבות דארף דער זעקסער פון צייט צו צייט אוועק גיין פון די עולם ארויס גיין און זיין מיט זיך אויסצוקלארן ווי איך שטיי און וואס איך וויל זיין מיט זיינע שוואכקייט ן אהן האבן די סבות ארום וואס לאזן אים עס נישט טראכטן. און פאר דעם איז התבודדות זייער גוט
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » מוצ"ש ינואר 27, 2018 10:07 pm

נשמה האט געשריבן:
מח האט געשריבן:און סיי א סביבה וואס גייט אים נישט פארלאזן, ער גייט זיך נישט שפירן פארלוירן ווייל ער איז ארומגענומען מיט גוטע שטארקע מענטשן וואס וועלן אים ארויסהעלפן

די 'פארלוירן' וואס דו שרייבסט דא מיינט לכאורה, ענגזייעטי. דאס איז דאך פארוואס זעקסער האבן א נטי' צו קלעבן שטארק און פגע'נען 'אוטאריטי' פיגורן. (איך רעד פון מיר) זיי ווילן שעפן 'זיכערקייט' פון אוטאריטי פיגורן. א זעקסער באגעגענט א מענטש וואס פארשטייט צו שלום בית, וועט ער יענעם פגע'נען, ווי איינער זאגט "לערן מיך אויס, איך וויל מיך קענען אן עצה געבן אין מיין לעבן, איך פיל אומזיכער, איך ווייס נישט וואס צו טון, דו ווייסט יא, לערן מיך עס אויס, און נאכדעם וועל איך דיך אפלאזן"

ריכטיג ריכטיג!

די עיקר וואס ער וויל איז די ערשטע סארט סביבה, ווייל זיין "לאך" איז אז ער פילט זיך ווי א שוואכלינג ווי א לוזער

ווי איינער זאגט, קודם זעהטס נישט מיין 'אומזיכערקייטן', און מיינע 'ספיקות', נאכדעם וועל איך נאשן פון ענק צו ווערן אומאפהענגיג.[/quote]

שטארק!

לוזער מיין איך נישט דעי דרייערישער לוזער וואס פילט זיך ווי א לוזער ווען ער סוקסעסירט נישט, איך רעד פון א לוזער מיין איך, אזא "גארנישט" נו! ווייסט וואס איך מיין, יא?, פארדעם דארף ער א סביבה וואס זאגט אים אז ער איז יא עפעס, אונז האלטן משוגע שטארק פון דיר, דו האסט אזעלכע מעלות, WOW

ס'קען שטומען וואס דו זאגסט מיט 'זעקס'. זעקסער האבן א נטי' זיך אראפצוקלאפן. און ער דארף אז מ'זאל האלטן פון אים, ווייל ער וויל זיך 'אויפבויען'. א זעקסער וויל זיך 'אויפבויען'. ער וויל ווערן "איך בין א מענטש וואס 'ווייסט', וואס קען זיך אן עצה געבן. וואס קען אוועקשטעלן א זיכערע לעבן". נאר רבותי, חברה, געטס מיר שטארקייט, געטס מיר זיכערקייט, געטס מיר עצות, און נאכדעם לאז איך ענק אפ. אבער פליז אייבערשטער, קיינער זאל נישט זעהן אז איך בין אזוי אומזיכער, איך וויל דאך באקומען זיכערקייט.

געוואלדיג, איך וויל דאך באקומען זיכערקייט, איך וויל דאך מיינען אז איך בין זיכער, און יעדער זאל אויך אזוי מיינען.

אווער אלל נשמה, אונז זעמיר שוין כמעט אייניג, נאר אפאר קלייניקייטן.
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » מוצ"ש ינואר 27, 2018 10:18 pm

נשמה האט געשריבן:זיי ווילן נישט אז מ'זאל זעהן זייער אינערליכע שוואכקייטן, זעקסער שפירן, אז אנזעהן זייער אומזיכערקייט איז נישט סעיף און סעקיור.

לענ"ד, די סיבה פארוואס א 6ער וועט נישט וועלן אז זיינע שוואכקייטן זאלן זיין מערקבאר איז זייער פשוט, וויבאלד די גאנצע זאך וואס דער 6ער וויל, דא איז פראפן אז איך בין גוט און אז איך בין מסודר און איך בין יא שטארק און איך בין א זאך, סוי אטאמאטיש וועט דאך קיינער נישט טארן זעהן אז ער איז יא שוואך, דאס איז דאך וואס ער וויל דא פארדינען! דאם לא כן מה הועילו חכמים בתקנתן!!

און איך וויל דא אויך אריינווארפן א פלאקן מיטן זיך אביסל קריגן אויף דעם וואס ווערט דא אוועגעשטעלט, אז די וועג צו דערקענען א 6ער איז אויב ער איז שטארק פאר התקשרות! איך בין מסכים אז מער ווייניגער וועט זיך אזא מענטש ארויסצייגן צו זיין א 6ער, אבער וואס איך וויל זאגן אז מקען נישט זאגן אויף איינעם וואס איז נישט אזוי אז דער איז נישט קיין 6ער, וואס איך מיין צו זאגן איז אז אסאך מאל אויב עס וועט נישט געלונגען פארן 6ער צו בויען זיין מציאות און שטארקייט דורך יענעם [התקשרות} האט ער א אנדערע וועג ווי אזוי זיך שטארק צו מאכן, און דאס איז דורכן מקבל זיין פון זיך אליין און אין זיך אליין, ער וועט ווי זאגן צו זיך אליין: "קוק! איך האב דאך אזויפיל מעלות, איך קען דאך דאס, און איך ווייס דאך יענץ, און איך פארשטיי דאך אזויפיל! איך דארף נישט אנקומען צו קיינעמ'ס הסכמות! וואס פארשטייען זיי איך האב זיי דאך אזוי גוט ארויס! זיי זענען דאך א באנדע נערנים" וכו', ווי פארשטענדליך רעדט מען דא פון א שטארק אומגעזונטע 6ער, אבער פארט א 6ער...
די זעלבע ריזן וואס מאכט דעם 6ער זיך מקשר צו זיין מיט מענטשן די זעלבע ריזן מאכט אים אויך מקבל זיין פון זיך אליין און דאס איז: מחזק זיין די אייגענע מציאות צו דורך אנדערע צו דורך זיך אליין!

אבער אפי' דער 6ער וואס האט יא כורת ברית [כלשון נשמה] געווען מיט אנדערע וועט נאך אלץ פרובירן צו זיין א טראפקעלע אייגנארטיג, און כאפ מיך נישט ביים ווארט, איך רעד נישט דא פון א 3ערישע סארט אייגנארטיגקייט, איך מיין פשוט אז ער וויל נישט פילן אז ער איז אזוי פלאך מיט יעדן ווייל דאן פילט ער זיך ווייטער נישט, ער ווערט אזויווי בטל בשישים, ער מוז זיך שפירן אפי' אין אינעם קרא/סאסייעטי/גרופע/חברים:

דאס איז מיין בליק אויף דער זאך...
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג ינואר 28, 2018 1:38 pm

מח בקדקדו האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן: א געווענליכע זעקסער וועט נישט שפירן "מיין איך איז די זיכערקייט וואס אנדערע געבן מיר" ער שפירט איין זאך, "איך וויל זייער שטארק פילן אומאפהענגיג און זיכער". דער זעקסער מיינט אז דער "איך" איז "ער אליין" אז דער שפיר פון "יא זיכערקייט, אדער נישט זיכערקייט, איז ער אליין". ס'איז אבער נישט. ער מיינט נאר. ס'איז וויפיל זיכערקייט ער באקומט פון דרויסן. ווען א זעקסער זאגט "איך וויל שפירן אייגענע זיכערקייט", מיינט עס אויף אניאגראם שפראך "איך וויל שפירן אז אינדרויסן פון מיר איז דא גענוג זיכערקייט מיר צו געבן". ער זאגט אז ער וויל האבן "אייגענע זיכערקייט" אבער מיינען מיינט עס "איך וויל שפירן אז מ'באגיסט מיר מיט אזויפיל זיכערקייט פון אינדרויסן, אז איך גיי ענדליך פילן אז איך קען שוין אליין".

גיב א קוק, איך זאג כמעט דיינע ווערטער, אז דער זעקסער וויל זיין "אומאפהענגיג" און "זיכער", און אז די געפיל איז נישט "ער אליין", ער מיינט אז ווען ער איז אומאפהענגיג איז ער עכט אומאפהענגיג, אבער באמת איז ער תלוי אין די סביבה וואס גיט אים די זיכערקייט, פיין, דעיס אלעס איז אמת, וואס איך זאג נאר איז אז דא הייבט זיך אבער אהן זיין פראבלעם, אז ער מיינט אז ס'איז "ער" ער מיינט אז "ער איז דא דער זיכערער און פעסטער מענטש", אין די צייט וואס ער באקומט עס ס"ה הכל פון אנדערע,
ווען ער איז געזונט ווייסט ער אז באמת "איך פאר מיר אליין בין שוואך" איך דארף צוקומען צו מיין סביבה וואס זאל מיר געבן "ווערד" און "זיכערקייט,

וואו ער ווערט אבער קראנק איז, ווען ער הייבט אהן אויסצודרייען די יוצרות, ווען אנשטאט ער זאל "מקבל זיין" פון זיינע ארומיגע, איך קען גארנישט! איך דארף עכט צוקומען צו ענק, אז עטס זאלטס מיר זאגן אז איך בין ווערד, און אז איך בין פארזיכערט

א זעקסער וואס זוכט אינדרויסן פון אים צו באקומען זיכערקייט, לעבנס-פארזיכערונג, אז ער קען זיך אן עצה געבן אין לעבן זיך צו פארהיטן פון 'סכנות', (גיין צו א וואכנאכט פון אן אוטאריטי פיגור, כדי יענער זאל מיר ווייטער שטיצן, איז אויך א פארהיטונג פון א סכנה) קען אנהייבן צו שפירן א 'גארנישט', ווען ער האט צופיל מאל געוואלט שפירן 'זיכער אז ער איז טאקע סעיף און סעקיור', אויב דו זעהסט אויף א זעקסער אז ער שפירט 'גארנישט ווערד', קענסטו עס מייחד זיין צום נקודת ההתחלה פון 'זוכן זיכערקייט אינדרויסן פון זיך'.

[די צוויי נקודות ווערד און זיכער איז תלוי זו בזו, דער זעקסער וויבאלד ער איז שוואך שפירט ער נישט קיין "שווית" און נישט קיין "זיכערקייט", וויבאלד ער שפירט נישט אז ער שטייט אויף "צוויי 'אייגענע' פיס" שפירט ער זיך באמת מורא'דיג שוואך סיי אין "ווערד" און סיי אין "סעקיוריטי"] זיין פראבלעם הייבט זיך אהן ווען ער איז נישט מודה דערצו, און ער הייבט זיך אהן איינצורעדן אז ער איז דער וואס דא דער זיכערער און שטארקער,

וויבאלד ער האט זיך געשלאגן צו שפירן 'שטארק' און 'פארזיכערט', "איך ווייס יא וואס איך האב צו טון", דערפאר פילט ער "שוואך", ווייל זיך שלאגן און טון צו שפירן 'זיכער', מאכט אז מ'זאל עווענטועל פילן שוואך, און דערפאר שפירט ער נישט קיין שוויות. ווי מער ער טוט צו פילן 'פארזיכערט', אלץ מער פילט ער אין זיך "ניין, דו ביסט נישט פארזיכערט". און ער פילט זייער שטארק זיין 'אי שוויות'. מה שאינו כן א זעקסער וואס האט נישט געטון צו שפירן 'טאקע פארזיכערט', ער פילט זיך אלץ א אפהענגיגער מענטש, מודה אז ער דארף צוקומען אז יענער זאל אים באקן זיין ברויט, און פראדעצירן שיך, וכו' און ווער רעדט אויב מ'איז מודה פארן הייליגן באשעפער אז מ'איז א שוואכע גארנישט, און ער פילט טאקע אביסל ווייניגער ווי יענעם, ווייל אלץ א מקבל, מוז ער פילן ווייניגער, אבער עד כאן. ער פילט נישט דעי 'גארנישטקייט' וואס א געווענליכער און אומגעזונטער זעקסער פילט. אבער אויב מ'געט זיך באמת נישט אונטער דעם 'איגו', און מ'טוט נישט צו פילן טאקע פארזיכערט, הייבט מען אן צו פילן די זעלבע ווי יעדעם.

וואס דארף ער טון?

פון איין זייט דארף ער מודה זיין און עקסעפטן אז יא! איך דארף צוקומען צו מיין סביבה וואס זאל מיר געבן צו שפירן מיין "עצם" און מיין "זיכערקייט", יא! איך דארף צו קומען צום עולם! ס'איז גארנישט געשען! פון די אנדערע זייט, טאר ער נישט ווערן "תלוי" און אנגעהאנגען און וואס אנדערע זאגן אים, ער טאר זיך נישט "בויען" דורך דעם, פאר צוויי סיבות.

דער איגו פון א זעקסער (אדער דער זעקסער אין אונז אלע) האט צוויי טאקטיקן וויאזוי צו שפירן 'פארזיכערט', איינס איז קאנטרא-פאביק, "איך גיי מיך און יעדעם איבערצייגן אז איך בין נישט א ("זעקסער") מענטש וואס דארף צוקומען צו דרויסנדיגע שטיצע און גיידענס כדי צו האבן לעבנס-פארזיכערונג", און די עצה עס נאכצולאזן איז די "איין זייט" וואס דו שרייבסט:
פון איין זייט דארף ער מודה זיין און עקסעפטן אז יא! איך דארף צוקומען צו מיין סביבה וואס זאל מיר געבן צו שפירן מיין "עצם" און מיין "זיכערקייט", יא! איך דארף צו קומען צום עולם! ס'איז גארנישט געשען!
סאו קודם איז עס נאכגעלאזט.

און נאכדעם קומט אריין די צווייטע טאקטיק פון א זעקסער צו שפירן 'פארזיכערט' און דאס איז "איך גיי טון צו שפירן פארזיכערט, דורכ'ן טעסטן מיינע שטיצערס צו זיי שטיצן מיך טאקע, צו זיי זענען עכט דא פאר מיר און איך גיי זיי בעטן שטיצע" און דאס 'נאכצולאזן' און נישט 'טון' און נישט זיך 'אונטערגעבן' וואס דער 'איגו' פארלאנגט "געב אים א טעסט" "מאך נאכאמאל זיכער" קומט אריין דיין "אנדערע זייט",
פון די אנדערע זייט, טאר ער נישט ווערן "תלוי" און אנגעהאנגען און וואס אנדערע זאגן אים, ער טאר זיך נישט "בויען" דורך דעם, פאר צוויי סיבות.
א זעקסער איז א מענטש וואס איז אנגעהאנגען אין אנדערע פאר סעקיוריטי. א געזונטער זעקסער איז א מענטש וואס איז אנגעהאנגען און ארבעט צוזאמען מיט אנדערע פאר סעקיוריטי, לעבנס-פארזיכערונג. איך רעד נישט פון א פירער וואס טרעפט זיך מיט א שטארקער שטריך פון זעקס, איך רעד פון א געזונטער זעקסער, אז ער וועט זיין אנגעהאנגען אין אנדערע פאר סעקיוריטי, ער וועט זיך נישט אונטערגעבן צו מאכן נאכאיינמאל "זיכער", אבער א זעקסער איז א זעקסער. ער וועט ארבעטן און טון פאר סעקיוריטי.
ערשטנ'ס, ווייל אויב ווערט ער צו שטארק אנגעהאנגען אין די ארומיגע, באקומט ער אין זיין סוב קאנטשעס די מעסעדזש אז איך בין זייער שוואך און אז איך קען גארנישט אליין, ווייל ווען א מענטש האלט אין איין נאכלויפן אויף א פאלשע זאך ווי כאילו דאס איז עכט, סוף כל סוף גייט ער עס שפירן, מען קען זיך נישט עכט אליין פאפן, מען שפירט אז איך בין נישט איך, עכט בין איך שוואך, איך לויף סתם נאך דא עפעס צו פראוון אז איך בין פארזיכערט און שטארק, עכט גערעדט בין איך אבער נישט, וואס וועט ער טון לכבוד דעם? ער וועט עס פייטן, איך בין יא שטארק, ווילסט זען? ער וועט אריין זאגן פאר אנדערע, ער וועט איינטיילן אנדערע, ער וועט מאכן זיכער אז אנדערע האלטן ווי אים, בקיצור ער וועט ווערן א "משפיע", אלעס כדי נישט צו פילן אז ער איז ס"ה די "מקבל" דא, אז ער איז שוואך, ער וועט זיך האלטן אין איין וועלן קאנוויסן אז עה! איך בין יא שטארק.

צווייטנ'ס, אויב וועט ער ווערן צו שטארק אנגעהאנגען און אנדערע וואס אנדערע האלטן אויף אים, און צו אנדערע גיבן אים זיכערקייט, און אויב נישט ווערט ער פארלוירן, ווערט ער דאך אויס אייגענע מענטש, ער וועט נאכטאנצן זיין סביבה אפי' ווען זיי וועלן טון אומאויסגעהאלטענע זאכן, וואס ווען דו פרעגסט אים פריוואט צווישן פיר אויגן וואלט ער דיר געזאגט אז ער האלט אז עס אומריכטיג, נאר וואס קען איך טון? יעדער... בקיצור ער פארלירט זיין גאנצע אמת'ע מציאות, ער פארלירט קאנטראל אויף זיך

ער דארף וויסן אז איך בין טאקע א "מקבל" פון מענטשהייט, אבער פון די אנדערע זייט בין אויך א "משפיע" איך בין מקבל פון אנדערע, און איך נעם עס צו מיר און איך נעם ארויס די גוטע חלקים, און איך בין עס ווייטער "משפיע" איך וואטש דאס וואס איך בין מקבל.

און וועגן די סיבות דארף דער זעקסער פון צייט צו צייט אוועק גיין פון די עולם ארויס גיין און זיין מיט זיך אויסצוקלארן ווי איך שטיי און וואס איך וויל זיין מיט זיינע שוואכקייט ן אהן האבן די סבות ארום וואס לאזן אים עס נישט טראכטן. און פאר דעם איז התבודדות זייער גוט

ביי מיך קומט עס אויס אזוי: ווען מ'פילט אז מ'וויל עפעס טון כדי צון אנהאלטן דעם 'געפיל' פון איך בין פארזיכערט, א געפיל וואס מ'ווייסט אז ס'קומט פונעם 'איגו', און מ'געט עס נישט נאך, ווערט מען אויסגעהיילט. דאס איז א ארבעט וואס ווערט געטון וויאזוי מ'איז אין סיי וועלכע מינוט עס זאל זיין. איך מיין אז ס'ווענט זיך וואס מ'פילט "יעצט". ס'איז נישט שייך צו זאגן, איך גיי זיין אזויפיל און אזויפיל אנגעהאנגען, און אזויפיל און אזויפיל גיי איך טון אליין. ס'ווענט זיך וואס מ'פילט.
והשם הטוב יעזור. א טיפע הארציגע דאנק און ש'כח 'מח' פארן מיטטיילן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג ינואר 28, 2018 3:38 pm

מקבל ומשפיע האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:זיי ווילן נישט אז מ'זאל זעהן זייער אינערליכע שוואכקייטן, זעקסער שפירן, אז אנזעהן זייער אומזיכערקייט איז נישט סעיף און סעקיור.

לענ"ד, די סיבה פארוואס א 6ער וועט נישט וועלן אז זיינע שוואכקייטן זאלן זיין מערקבאר איז זייער פשוט, וויבאלד די גאנצע זאך וואס דער 6ער וויל, דא איז פראפן אז איך בין גוט און אז איך בין מסודר און איך בין יא שטארק און איך בין א זאך, סוי אטאמאטיש וועט דאך קיינער נישט טארן זעהן אז ער איז יא שוואך, דאס איז דאך וואס ער וויל דא פארדינען! דאם לא כן מה הועילו חכמים בתקנתן!!

און איך וויל דא אויך אריינווארפן א פלאקן מיטן זיך אביסל קריגן אויף דעם וואס ווערט דא אוועגעשטעלט, אז די וועג צו דערקענען א 6ער איז אויב ער איז שטארק פאר התקשרות! איך בין מסכים אז מער ווייניגער וועט זיך אזא מענטש ארויסצייגן צו זיין א 6ער, אבער וואס איך וויל זאגן אז מקען נישט זאגן אויף איינעם וואס איז נישט אזוי אז דער איז נישט קיין 6ער, וואס איך מיין צו זאגן איז אז אסאך מאל אויב עס וועט נישט געלונגען פארן 6ער צו בויען זיין מציאות און שטארקייט דורך יענעם [התקשרות} האט ער א אנדערע וועג ווי אזוי זיך שטארק צו מאכן, און דאס איז דורכן מקבל זיין פון זיך אליין און אין זיך אליין, ער וועט ווי זאגן צו זיך אליין: "קוק! איך האב דאך אזויפיל מעלות, איך קען דאך דאס, און איך ווייס דאך יענץ, און איך פארשטיי דאך אזויפיל! איך דארף נישט אנקומען צו קיינעמ'ס הסכמות! וואס פארשטייען זיי, איך האב זיי דאך אזוי גוט ארויס! זיי זענען דאך א באנדע נארנים" וכו', ווי פארשטענדליך רעדט מען דא פון א שטארק אומגעזונטע 6ער, אבער פארט א 6ער...
די זעלבע ריזן וואס מאכט דעם 6ער זיך מקשר צו זיין מיט מענטשן די זעלבע ריזן מאכט אים אויך מקבל זיין פון זיך אליין און דאס איז: מחזק זיין די אייגענע מציאות צו דורך אנדערע צו דורך זיך אליין!

אבער אפי' דער 6ער וואס האט יא כורת ברית [כלשון נשמה] געווען מיט אנדערע וועט נאך אלץ פרובירן צו זיין א טראפקעלע אייגנארטיג, און כאפ מיך נישט ביים ווארט, איך רעד נישט דא פון א 3ערישע סארט אייגנארטיגקייט, איך מיין פשוט אז ער וויל נישט פילן אז ער איז אזוי פלאך מיט יעדן ווייל דאן פילט ער זיך ווייטער נישט, ער ווערט אזויווי בטל בשישים, ער מוז זיך שפירן אפי' אין אינעם קרא/סאסייעטי/גרופע/חברים:

דאס איז מיין בליק אויף דער זאך...

די וועג צו דערקענען א זעקסער איז (למשל דו דארפסט אן עקסטרים געטרייער געטרויענס-ווערדיגער ארבעטער), דו דארפסט זעהן אויף אים אז ער קען מעורר זיין יענעמ'ס הארץ צו ווערן נאנט מיט אים כדי צו באקומען יענעמ'ס שטיצע. דו דארפסט זעהן אויף אים אז ער איז אחריות'דיג. דו דארפסט זעהן אויף אים אז ער איז אנגעצויגן, (רעלאטיוו צו אנדערע טייפ מענטשן) דו דארפסט זעהן אויף אים אז ער באגייט זיך מיט חשד, פריינטליך אבער חשד "פארזיכטיג". אויב דו האסט די אלע זאכן ווייסטו אז דו האסט דער מענטש וואס וועט דיך זיין הונדערט און צעהן פראצענט געטריי.

לאמיר נישט פארגעסן, א זעקסער האט דרייערישע שטריכן. א זעקסער אונטער סטרעס וועט זיין competitive און אראגאנט. ער האט אין זיך דרייערישע שטריכן. א זעקסער קען אויך זיין רילעקסד און אפטימיסטיש. ער האט ניינערישע שטריכן.

א זעקסער האט ליב צו שווימען, אבער מיט א טוב.

זעקסער איז א טייפ פון א מענטש וואס האלט אין איין ריאקטן צו אינערליכע אומזיכערקייטן, צוריק צו מאכן די זאך זיכער און סעיף. דערפאר אויב זיי (זיי מיינט מיך אויך) מיינען אז זיי זענען 'שטארק', און זיי ווילן ווייטער אנהאלטן זיך צו פילן שטארק און זיך זעהן אלץ א שטארקער מענטש, קומט אריין דער אומזיכערקייט, אבער... און ס'מאכט זיי שוואך. אויב פילן זיי שוואך, און ס'קומט אריין דער 'פחד' אבער מענטשן גייען זעהן אז איך בין שוואך און מ'גייט נעמען אדווענטעזש, וועלן זיי צאמנעמען די כוחות און ווערן 'שטארק'. אויב זיי געטרויען, און זיי ווילן זיך שפירן דערמיט פארזיכערט, קומט אריין דער 'פחד' "ווער זאגט אז דו קענסט אים געטרויען?" באקומען זיי אן 'אומצוטרוי'. אויב ווילן זיי שוין זיין גוט מיט יעדעם, און זיי ווילן שוין פילן 'פארזיכערט' אז זיי זענען גוט מיט יעדעם, קומט אריין דער 'פחד' "ווער זאגט דיך אז דו ביסט פארזיכערט" און מאכט זיי ווערן 'ביטער'. אויב זיי פילן זיך שוין גוט מיטן זיין 'אגרעסיוו' און זיי ווילן עס אנהאלטן, קומט אריין דער 'פחד' "אבער דו פארלירסט שטיצע" און זיי ווערן 'פאסיוו'. אויב זיי זענען 'פאסיוו', קומט אריין דער פחד, איך ווער 'אפהענגיג און בטל'. זעקסערס טוישן זיך (אדער דער זעקסער אין אונז אלע) פון שטארק צו שוואך, און צוריק שטארק, און צוריק שוואך. פון אפהענגיג צו אומפאהענגיג, און צוריק אפהענגינג, אלעס אלץ א ווילן צו 'טון' זיך צו 'ראטעווען' פון פחד צו א סכנה פארן עקזיסטענץ. ס'איז די 'ריאקציעס' וואס ס'קומט פאר מיט א זעקסער. וואס טוישט אים ארום. טוישט ארום זיין כאראקטער. דו קענסט נישט כאפן ווער ער איז. ווייל זיינע ריאקציעס טוישן אים. דו קענסט כאפן ווער ער איז ווען דו כאפסט דעם 'שורש', דער 'שורש' איז א רצון צו שפירן פארזיכערט מיט זיין לעבן.

זעקסער האבן זייער נישט ליב די אינערליכע 'ריאקציעס', זיי ווילן זיך נישט טרעפן אין אזא וואקלדיגע מצב. דערפאר וועלן זיי מאכן זייער דרויסענדיגער לעבן זייער סטרוקטורד. און פעסט-אוועקגעשטעלט. כדי נישט צו האבן די סארט אינערליכע צעמישטקייט.

"קוק! איך האב דאך אזויפיל מעלות, איך קען דאך דאס, און איך ווייס דאך יענץ, און איך פארשטיי דאך אזויפיל! איך דארף נישט אנקומען צו קיינעמ'ס הסכמות! וואס פארשטייען זיי, איך האב זיי דאך אזוי גוט ארויס! זיי זענען דאך א באנדע נארנים" וכו', ווי פארשטענדליך רעדט מען דא פון א שטארק אומגעזונטע 6ער, אבער פארט א 6ער...
די זעלבע ריזן וואס מאכט דעם 6ער זיך מקשר צו זיין מיט מענטשן די זעלבע ריזן מאכט אים אויך מקבל זיין פון זיך אליין און דאס איז: מחזק זיין די אייגענע מציאות צו דורך אנדערע צו דורך זיך אליין!

אויב דו רעדסט פון א 'זעקסער' טייפ, ס'שטומט אז א זעקסער זאל אזוי רעדן צו זיך, נאר צוויי זאכן, איינס, ער איז פארט אומזיכער מיט זיך, און ער גייט דארפן שטיצע, ענגזייעטי לויפט נישט אוועק, אויב מ'ארבעט נישט אויף די אינערליכע צעמישטקייטן, אומזיכערקייטן. און דערפאר רעדט ער אזוי. נישט ווייל ער פילט זיך שטארק. נאר פארקערט, ווייל ער פילט אומזיכער, הילפס-לאז, און קליין, ער האט מורא, מאכט ער זיך גרעסער פון אנדערע. און די צווייטע זאך א זעקסער פלעגט נישט זיין אזוי, און ער גייט נישט אלעמאל זיין אזוי. אויב דו זעהסט אויף איינעם אז ער איז אלעמאל איינער וואס רעדט אזוי צו זיך, אבער ער האט קיינמאל נישט קשרים מיט אוטאריטי וואס שטיצן אים מיט לעבנס-זיכערקייט און אנווייזונגען וואס צו טון, איז ער פראבעבלי נישט קיין זעקסער. א זעקסער זוכט זיכערקייט אינדרויסן פון זיך. אפשר א פינעווער. אדער אפשר א זעקסער מיט א פינעווער פליגל. א זעקסער מיט א היבש פינעווער פליגל איז נישט קיין זעקסער. געדענק, ער האט אויך פינף אין זיך. זענען געטרייע ארבעטער, זיי האבן א נטי' צוריקצוהאלטן זייערע געפילן, (מצד דעם פינף) און בכלל זענען זיי מער סודות'פול און צוריקגעצויגן אין זייערע געדאנקען. זיי קענען אויסקוקן ווי איינזערס.

והשם הטוב ירפא וישמור. און דער הייליגער באשעפער זאל העלפן אז מיר זאלן טאקע גיין אויפן וועג וואס איז אפגעהיטן פון שלעכטס. מיר זאלן זיין נאנט צו אים. און מיר זאלן זוכה זיין צו תשובה שלימה.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » זונטאג ינואר 28, 2018 7:27 pm

נשמה! איין זאך זעה איך ביי דיר, אז דו האלטסט אז דעם זעקסער'ס שוואכקייט און אומזיכערקייט קומט צו אים נאר נאכדעם וואס ער האט זיך שטארק געשלאגן מיט זיך צו זיין זיכער, און וויבאלד ער האט זיך צופיל געשלאגן דערויף הייבט ער זיך אהן צו שפירן שוואך.

מיין מיינונג איז אבער, אז זיין שוואכקייט און אומזיכערקייט געפיל וואס ער האט איז "משרשו", נאך פאר ער האט סיי וואס געטון דאס עוואוידן, יא, איך האלט אויך אז נאכן זייער שטארק ארבעטן צו באקומען זיכערקייט טוט עס די פארקערטע צו אים, און דאס איז וואס איך האב געשריבן דא

מח בקדקדו האט געשריבן: פון די אנדערע זייט, טאר ער נישט ווערן "תלוי" און אנגעהאנגען און וואס אנדערע זאגן אים, ער טאר זיך נישט "בויען" דורך דעם, פאר צוויי סיבות.

ערשטנ'ס, ווייל אויב ווערט ער צו שטארק אנגעהאנגען און די ארומיגע, באקומט ער אין זיין סוב קאנטשעס די מעסעדזש אז איך בין זייער שוואך און אז איך קען גארנישט אליין, ווייל ווען א מענטש האלט אין איין נאכלויפן אויף א פאלטשע זאך ווי כאילו דאס איז עכט, סוף כל סוף גייט ער עס שפירן, מען קען זיך נישט עכט אליין פאפן, מען שפירט אז איך בין נישט איך, עכט בין איך שוואך, איך לויף סתם נאך דא עפעס צו פראוון אז איך בין פארזיכערט און שטארק, עכט גערעדט בין איך אבער נישט, וואס וועט ער טון לכבוד דעם? ער וועט עס פייטן, איך בין יא שטארק, ווילסט זען? ער וועט אריין זאגן פאר אנדערע, ער וועט איינטיילן אנדערע, ער וועט מאכן זיכער אז אנדערע האלטן ווי אים, בקיצור ער וועט ווערן א "משפיע", אלעס כדי נישט צו פילן אז ער איז ס"ה די "מקבל" דא, אז ער איז שוואך, ער וועט זיך האלטן אין איין וועלן קאנוויסן אז עה! איך בין יא שטארק.

אבער דאס קומט אלעס נאר וויבאלד ער איז משרשו שוואך ממילא וועגן וועט זיין ארבעט צו זיין שטארק און פארזיכערט טון פונקט דאס פארקערטע, עס האלט אים אין איין ארויפברענגען מחשבות אז "איך טו די אלע זאכן נאר אויף זיך צו שפירן זיכער און שטארק, עכט בין איך נישט", טאקע וויבאלד די שטארקייט וואס ער שפירט איז נישט "ער" וועגן דעם שפירט ער עס, וואלט עס ווען יא געווען "ער" דאס טייטש אז בעצם איז ער יא עכט שטארק און זיכער מיט זיך, וואלט ער נישט געשפירט דעם פילינג.
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג ינואר 29, 2018 2:12 pm

מח בקדקדו האט געשריבן:נשמה! איין זאך זעה איך ביי דיר, אז דו האלטסט אז דעם זעקסער'ס שוואכקייט און אומזיכערקייט קומט צו אים נאר נאכדעם וואס ער האט זיך שטארק געשלאגן מיט זיך צו זיין זיכער, און וויבאלד ער האט זיך צופיל געשלאגן דערויף הייבט ער זיך אהן צו שפירן שוואך.

מיין מיינונג איז אבער, אז זיין שוואכקייט און אומזיכערקייט געפיל וואס ער האט איז "משרשו", נאך פאר ער האט סיי וואס געטון דאס עוואוידן, יא, איך האלט אויך אז נאכן זייער שטארק ארבעטן צו באקומען זיכערקייט טוט עס די פארקערטע צו אים, און דאס איז וואס איך האב געשריבן דא

וואס ס'מיינט ביי דיר "משרשו" איז ביי מיר עמאושענעל לערנונגען פלאס נאטור.

ווען דו זעהסט אן ערוואקסענער וואס איז אחריות'דיג, שטארק פארזיכטיג, פארפליכטעט פאר פאמיליע און פריינד, שאפט זיך קשרים, טוט פאר סעקיוריטי, טוט צו שפירן פארזיכערט מיט זיין לעבן, פרעגט און טוט כדי צו שפירן אז ער איז געהיטן פון סכנות, אז ער טוט אלעס אויף די סעיף און סעקיור זייט. דאס איז א טייפ פון א מענטש. ער איז נישט אזוי ווי דער ניינער וואס איז "אקעי, ס'גוט, ס'איז נאך די בעסטע וואס ס'קען זיין, בעסער ווי גוט, לאז געמאך", "איך האלט אז אלעס וועט צום סוף זיין גוט", ניין. ער איז שטארק פארזיכטיג, און רעלאטיוו אנגעצויגן, און טוט פאר סעקיוריטי. דאס איז א טייפ פון א מענטש. פארוואס ער איז אזוי? מן הסתם מצד טבעו, און אויך ווייל ער האט זיך אויסגעלערנט אז דאס איז די וועג.

צו ער שפירט אינערליך סעקיור? אונטערגעשטיצט? אן טון דערצו, מן הסתם נישט עכט. זעהסטעך אז ער טוט פאר 'סעקיוריטי'. דאס איז זיין טבע. ער דארף 'שטיצע' אז ער טוט גוט, און ער טוט צו באקומען שטיצע. דאס איז זיין טבע פלאס וואס ער האט זיך אויסגעלערנט אז די וועלט איז.

א געזונטער זעקסער וועט שפירן סעיף און סעקיור מיט וויפיל ער טוט, רעלאטיוו צום געווענליכן זעקסער וואס האט אומזיכערקייטן הגם ער טוט. א שוואכקייט מאכט נאך נישט פילן 'אומזיכער'. פונקט אזוי ווי ווען א קינד שווימט מיט א טוב וועט דאס קינד נישט שפירן אומזיכער. כאטש ער האט א שוואכקייט אז ער קען נאכנישט שווימען, און ער ווייסט דערפון. דערפאר, א געזונטער זעקסער וועט זיך שפירן סעיף און סעקיור, און ער וועט נישט ווערן אפעקטירט פון זיין שוואכקייט, וואס איז נאך נארמאל פאר א מענטש צו וועלן שפירן סעקיור. ווייל ער געט זיך נישט אונטער איך וויל טאקע פילן סעיף און סעקיור. ער איז צופרידן מיט וויפיל סעקיוריטי ער האט. אזוי ווי א געזונטער איינזער איז צופרידן מיט וויפיל 'ריכטיגקייט' ער שפירט.

ווען דו קריכסט אריין אינעם זעקסער קען זיך דיר דאכטן אז ער האט "בשורשו" אן אומזיכערקייט. ווען דו וועסט אריינקריכן אין א פינעווער קען זיך דיר אויך דאכטן אז ער האט משורשו א געפיל אז ער קען נאך נישט. "איך דארף נאך אביסל צייט צו טראכטן, און נאכדעם גיי איך קענען". אבער ס'מוז נישט זיין. ס'קען זיין אז א זעקסער פארלירט ערגעץ ווען זיין געפיל אז ער איז סעיף און סעקיור וויאזוי ער איז. ערגעץ וואו באקומט ער א געפיל אז ער איז מער נישט סעיף אויב ער בלייבט אן טון עפעס צו זיין סעיף. זייער מעגליך אז ערגעץ ווען האט דער זעקסער באשלאסן "איך מוז טון כדי צו שפירן סעיף און סעקיור, סתם אזוי בין איך נישט סעיף".

ס'איז זייער מעגליך אז א זעקסער פארלירט ערגעץ ווען זיין שפיר אז ער איז סעיף וויאזוי ער איז, אן טון. און ער הייבט אן צו באקומען א שטארקע אינערליכער רעש צו טון פאר סעקיוריטי. דאס קען זיין א קינד פון דריי יאר, וואס האט געזעהן אז זיין מאמע איז געווארן פארנומען מיט זיין ניי געבוירן ברודער'ל, און ער האט פארלוירן זיין סענס אף סעקיוריטי. און ער פארשטייט, דריי יאר אלט טאקע, אבער ער פארשטייט, אז כדי צו האבן סעקיוריטי, מוז איך טון דערצו. מן הסתם האט ער געהאט א נאטור וואס איז געווען מער נוטה צו דארפן סעקיוריטי. אבער ער האט עס נישט באקומען. ס'קען אפילו זיין אז מ'האט עס אים געגעבן אבער ער האט עס למעשה נישט באקומען.

אסאך זאכן גייען דורך אויף א קינד ביז ער דערזעהט זיך אלץ אן ערוואקסענער טראכטנדיג "וואסערע טייפ בין איך?" נאך סך פאר ער האט אפילו געוויסט אז ער לעבט, האט ער שוין צוגעזעהן זאכן וואס האט אים פראגראמירט צו ווערן א געוויסע טייפ. מצד טבעו, און מצד זיינע עמאושענעל לערנונגען. די טיפע געפיל פון א זעקסער אז ער איז נישט געשטיצט, און ער דארף טון דערצו, דאס קען קומען פון זיך אויסלערנען זייער יונג "אויב איך וויל סורווייווען און האבן סעקיוריטי, דארף איך טון דערצו" דאס איז מצד טבעו, און אויך מצד זיינע עמאושענעל לערנונגען.

וואס איך וויל ארויסברענגען איז, פאר דו ווילסט טראכטן אז א זאך קומט "משרשו", נעם אפיר "וויפיל זאכן איז דאס קינד דורך זיך אויסצולערנען אז מ'דארף פייטן פאר סעקיוריטי".

יעצט, אלץ אן ערוואקסענער, שפירט זיך עס, כאילו "משורשו", אבער ס'איז זייער מעגליך אז ער האט זיך אויסגעלערנט צו פילן אזוי, און צו טון אזוי. והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

לב אחד
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

תגובהדורך לב אחד » מאנטאג ינואר 29, 2018 6:58 pm

ווען שפירט א זעקסער פארזיכערט? ווען שפירט ער ׳איך בין סעיף׳?
לשון הוא קולמוס הלב..

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג ינואר 29, 2018 8:31 pm

לב אחד האט געשריבן:ווען שפירט א זעקסער פארזיכערט? ווען שפירט ער ׳איך בין סעיף׳?

לכאורה איז די עצה איז צי טון למעשה טראץ וואס מען פילט נישט סעיף!

ווי אויך זאל דער זעקסער משלים זיין מיטן מציאות אז ער זארגט זיך מער ווי מען דארף זיך באמת זארגן. דאס וועט אים אביסל בארואיגן און וועט אים העלפן אויספירן די שווערע ארבעט פון: טון אפילו מען איז נישט זיכער/טראסטן מענטשען עכ"פ ווען מען רעדט נישט פון ערעסטע שאדן
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג ינואר 29, 2018 8:51 pm

לב אחד האט געשריבן:ווען שפירט א זעקסער פארזיכערט? ווען שפירט ער ׳איך בין סעיף׳?

איך וועל דיך ענטפערן וואס ס'ליגט מיר אין קאפ, לויט וויאזוי איך פארשטיי עס ביזן היינטיגן טאג. איך פארשטיי אז זעקסער זענען מענטשן וואס טוען פאר סעקיוריטי אגאנצן טאג. אויב זיי ווערן אומזיכער מיט זייער מצב וויאזוי זיי שטייען אדער גייען, באקומען זיי א ריאקציע זיך צו ראטעווען דערפון, די זעלבע ריאקציע ווען דו זעהסט ווי דיין היט וויל דיר אראפ פליען פון קאפ, אריין אין וואסער, זייערע אויגן כאפן אויף די ארום, און ס'טראכט זיך זיי "וואס איז דא אין מיין געגנווארט א סכנה"? א סכנה מיינט יעדע זאך וואס מאכט שפירן אומזיכער מיטן לעבן. אסאך מאל איז עס אפילו נישט קיין סכנה, אבער אויב ס'מאכט זעקסער שפירן אומזיכער, וועלן זעקסער באקומען א ריאקציע און עפעס טון דערצו עס אוועקצונעמען. און ווען זעקסער שפירן אז ס'עקזיסטירט אזאך וואס איז א פאטענציאנאלער סכנה פאר זייער 'סעקיוריטי', וועלן זעקסער באקומען א אינערליכער ריאקציע, און פרובירן עפעס צו טון דערצו, זיך צו ראטעווען דערפון. ווען שפירט א זעקסער 'פארזיכערט'? ווענט זיך ווי געזונט מ'איז. ווען שפירט א זעקסער 'איך בין סעיף'? ווענט זיך ווי געזונט מ'איז. אויב מ'האט צופיל געטון צו שפירן זיכער, טרעפט מען זיך מיט ספיקות אויף יעדן ריר. מ'קען כמעט נישט באשלוסן. אלעס איז איין שטיק אומזיכערקייט און ספק.

איך מיין אז געווענליכע זעקסער שפירן סך ווייניגער פארזיכערט און סעיף, אפילו זיי טוען אזויפיל פאר זיכערקייט. א זעקסער וואלט זיך אליין געפרעגט די שאלה,"ווען גיי איך שוין שפירן פארזיכערט און סעיף". זעקסער שפירן אז וויפיל זיי טוען פאר זיכערהייט איז עס נישט גענוג. "ווען גיי איך שוין שפירן פארזיכערט און סעיף?" זעקסער זענען אגאנצן טאג אין א געיעג צו מאכן זאכן זיכער. און צו מאכן זאכן זיכער, און צו מאכן זאכן זיכער. און צו מאכן זאכן זיכער. ביינאכט פאלן זיי שוין פון די כוחות אויסגעמוטשעט. און זאכן ווערן נישט זיכער געשטעלט, ווייל זיי האבן נישט קיין ישוב הדעת צו טראכטן רואיג און טיף. און זעהן די מצב מיט רואיגקייט. און ערשט דאן הייבט זיך אן די זארגעראציע ווען מ'הייבט זיך אן דורכשמועסן מיט זיך אליין "וואס גייט זיין???" וואס קען מען טון??? האסט עפעס אן עצה???" נישט אלע זעקסער. ס'ווענט זיך ווי געזונט מ'איז.

איך נעם דעם אניאגראם צו טרעפן אין מיר שטריכן וואס איך דארף פאררעכטן. איך האב זייער הנאה געהאט פון 'מח' פארן ארויסברענגען געוויסע אספעקטן פון א געוויסע טייפ וואס קוקט אויס צו האבן מיט זעקס. איך אליין בין קיינמאל נישט געווען אויפמערקזאם אויף ווי ווייט איך פיל אומאונטערגעשטיצט. און ווי ווייט איך דארף ארבעטן אויף בטחון. אבער אויב ס'דא אזא עקזיסטענץ ווי א טייפ זעקס, מוז עס זיין איינער וואס טוט אגאנצן צייט פאר 'זיכערקייט'. די מערסטע וואס דו קענסט מגדיר זיין דעם מענטש מיט ווערטער איז: ער טוט פאר זיכערקייט! א זעקסער איז די ערשטע אוועקצונעמען א שאלעכץ פון א בענענע מ'זאל זיך נישט אויסגליטשן. כאפסט? איך מאך נאר א משל.

צוריק צו דיין שאלה, ווען שפירט א זעקסער פארזיכערט? ווען שפירט ער 'איך בין סעיף'? די תירוץ אויף דעם איז ווען ער שפירט אז די סכנה איז פאראיבער. אזוי ווי איינער וואס באקומט א ריאקציע צום פחד וואס ער שפירט זעענדיג א קינד וויל אריבער לויפן די גאס ווען א קאר קומט "לויף נישט אריבער די גאס! זעהסט נישט אז ס'קומט א קאר???" און דערנאך ווערט ער רואיג... ביז ער זעהט נאך עפעס א 'סכנה'. שומר ישראל שמור אותנו. ווען א זעקסער באגעגענט א פרעמדער מענטש וואס קומט צו אים שמועסן אין ביהמ"ד, וועט ער 'ווארשיינליך' באקומען אינערליך אזא ריאקציע "און ער וועט מאכן זיכער וואס דא גייט פאר", און די רגע ער שפירט אז דער מענטש איז נישט קיין שום סכנה פאר זיין סעקיוריטי ווערט ער בארואיגט. ער וועט 'ווארשיינליך' זיך נאכפרעגן ווער דער מענטש איז. און ער וועט לכאורה צוגיין רעדן צו יענעם און אויסשפיאנירן מה טובו, "צו ביסטו סעיף פאר מיר" און די רגע ער פילט אז יענער איז אים א באקאנטער, ווערט ער בארואיגט. איך גלייב אז זעקסער האבן נישט ליב צו זעהן מענטשן פון א אנדערע חסידות. ס'מאכט זיי אומבאקוועם. זעקסער האבן ליב זאכן וואס איז 'באקאנט' פאר זיי. און נישט פרעמד. זעקסער האבן נישט ליב ווען זיי ווייסן נישט וואס ס'קומט פאר ארום זיי.

בקיצור, זעקסער זענען מענטשן וואס טוען צו שפירן 'פארזיכערט'. און ווי אויך נעמען זיי זיכערקייט פון אינדרויסן פון זיי. און ווי איך האב שוין געשריבן אויבן: זעקסער זענען מענטשן וואס טוען פיר און צוואנציג שעה פאר זיכערקייט. זיי מאכן זיך זיכער. און טראכט, מיר אלע זענען אדער זעקסער, אדער מענטשן וואס דרייען זיך מיט זעקסער, און מיר ווייסן גארנישט די ווערטער וואס מ'קען נוצן אלץ א סימבאל ארויסצוברענגען זייער הלוך ילך. זייער אסאך מענטשן וואס דו און איך קענען זענען זעקסער. כדי צו פארשטיין א זעקסער מוזטו ארייננעמען אין קאפ, אז זעקסער האלטן אין איין האבן אינערליכע ריאקציעס צו 'אומזיכערקייטן'. ער פילט אומזיכער, און ער טוט באלד דערויף עפעס. פארשטייט זיך אז ס'ווענט זיך וויפיל 'איגו' ס'פארהאן אין וועלכע מענטש דו ווילסט טייפן.

צו פארשטיין א זעקסער, איז צו פארשטיין אונז אליין. ווייל יעדער האט אין זיך זעקס. מ'כאפט נישט. אבער מ'האט. איינער מער איינער ווייניגער. והשם הטוב יעזור ברוב טובו וחסדו.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דינסטאג ינואר 30, 2018 12:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג ינואר 29, 2018 9:16 pm

נשמה האט געשריבן:
לב אחד האט געשריבן:ווען שפירט א זעקסער פארזיכערט? ווען שפירט ער ׳איך בין סעיף׳?

איך גלייב אז זעקסער האבן נישט ליב צו זעהן מענטשן פון א אנדערע חסידות. ס'מאכט זיי אומבאקוועם. זעקסער האבן ליב זאכן וואס איז 'באקאנט' פאר זיי. און נישט פרעמד. זעקסער האבן נישט ליב ווען זיי ווייסן נישט וואס ס'קומט פאר ארום זיי.

ביודעי ובמכירי. אזוי ווי זיבענער ווילן אלעמאל דווקא נייע זאכן, אלעמאל א "טשעינזש", די זעלבע ווילן זעקסער דווקא די זעלבע ווי זיי זענען ציגעוואוינט, איך האלט עס כסדר מיט ביי עטליכע חשובע זעקסער מעמבערס, און איך זע עס אלץ א חלק פונעם זעקסער געדאנקען גאנג
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » מאנטאג ינואר 29, 2018 9:28 pm

ריכטיג דערבארומדיג'ער, דער זעקסער האט מורא פון נייע זאכן, ער האט מורא אז ער גייט זיך נישט שפירן רואיג מיט די נייע מציאות, ער האט מורא אז ער גייט זיך שפירן שוואך אין די נייע מציאות, אפשר גיי איך נישט וויסן וואס צו טון דעמאלטס?, אפשר גיי איך זיין פארלוירן, ער האט מורא צו שפירן דעם געפיל, ער וועט זאגן איך ווייס נישט... לאז עס אזוי ווי ס'איז, יעצט ווייס איך אז ס'איז גוט, לאמיר בלייבן ביי דעם, און שוין.

------------------

בד"א, איך האב הנאה אז דער עולם האט זיך אויפגעוועקט דא, איך האב שוין מורא געהאט אז דער עולם ווערט שוין משוגע פון מיין זיך טענה'ן אזוי לאנג מיט נשמה איבערן זעקסער (קאמפלעקס#)
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » מאנטאג ינואר 29, 2018 10:02 pm

.
לעצט פאראכטן דורך מקבל ומשפיע אום מאנטאג ינואר 29, 2018 10:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » מאנטאג ינואר 29, 2018 10:07 pm

.
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » מאנטאג ינואר 29, 2018 11:08 pm

נשמה האט געשריבן:זעקסער האבן ליב זאכן וואס איז 'באקאנט' פאר זיי. און נישט פרעמד. זעקסער האבן נישט ליב ווען זיי ווייסן נישט וואס ס'קומט פאר ארום זיי.

;l;p- עקסעלענט!
און די סבה איז: ווייל זיי מוזן שפירן אז אלעס שטימט מיט זייערע הנחות/יסודות וואס זיי האבן אין קאפ, וואס פון דעם לעבט ער און מיט דעם גייט ער אן! און אז נישט פארלירט ער "זיך"!!
און דעי זאך אויב נעמט מען נישט קעיר דערפון קען עס זיין א גרויסע חורבן ווען עס קומט למשל צו חינוך, וועלן זיי דארפן זיין אין טאפ פון יעדע זאך וכו', און אויך ווען עס קומט צו שלום בית אא"ו...
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

לב אחד
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

תגובהדורך לב אחד » דינסטאג ינואר 30, 2018 9:18 am

נאך שעות פון טראכטן און קלערן ליינען און פארשן בין איך געקומען צום אויספיר (אויף א דערווייל..) אז איך בין 55% א 4 ווינג 5, און א 45% א 6 ווינג 7.

איך בין אמביציעז אבער פארזיכטיג, איך בין נאנט אבער נישט צו נאנט, איך האב אלס מורא אז איך וועל פארלירן מיינע נאנטע וואס איך האב שוין. איך ריאקט שנעל און שטארק צו ווייטאג, איך בין אבנארמאל סענסעטיוו צו קאראפשען corruption, און איך האב ליב צו פראטעקטען מענטשן (שש.. זאג נישט פאר קיינעם הלואי וואלט געווען נארמאל צו זיין פון צייט צו צייט א שומרים מעמבער, אויך וואלט איך געוואלט זיין אין הצלה, אבער דעיס איז נאר צווישן מיר און דיר, העסט נישט אויסזאגן פאר מיין שווער און שוויגער, קעי?)

איך בין אחריות׳דיג פון אלס קינדווייז אן, און איך נעם אן זייער ערענסט מיינע אויפגאבן. וואס נאך?
לשון הוא קולמוס הלב..

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » דינסטאג ינואר 30, 2018 12:26 pm

לב אחד האט געשריבן:נאך שעות פון טראכטן און קלערן ליינען און פארשן בין איך געקומען צום אויספיר (אויף א דערווייל..) אז איך בין 55% א 4 ווינג 5, און א 45% א 6 ווינג 7.

דער איז דאך א כמעט א פארטיגער 6ער!
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

לב אחד
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

תגובהדורך לב אחד » דינסטאג ינואר 30, 2018 12:32 pm

מקבל ומשפיע האט געשריבן:
לב אחד האט געשריבן:נאך שעות פון טראכטן און קלערן ליינען און פארשן בין איך געקומען צום אויספיר (אויף א דערווייל..) אז איך בין 55% א 4 ווינג 5, און א 45% א 6 ווינג 7.

איך בין אמביציעז אבער פארזיכטיג, איך בין נאנט אבער נישט צו נאנט, איך האב אלס מורא אז איך וועל פארלירן מיינע נאנטע וואס איך האב שוין. איך ריאקט שנעל און שטארק צו ווייטאג, איך בין אבנארמאל סענסעטיוו צו קאראפשען corruption, און איך האב ליב צו פראטעקטען מענטשן (שש.. זאג נישט פאר קיינעם הלואי וואלט געווען נארמאל צו זיין פון צייט צו צייט א שומרים מעמבער, אויך וואלט איך געוואלט זיין אין הצלה, אבער דעיס איז נאר צווישן מיר און דיר, העסט נישט אויסזאגן פאר מיין שווער און שוויגער, קעי?)

איך בין אחריות׳דיג פון אלס קינדווייז אן, און איך נעם אן זייער ערענסט מיינע אויפגאבן. וואס נאך?

דער איז דאך א כמעט א פארטיגער 6ער!

דאך... איך בין זייער שטארק נוטה צו 4. איך זיך צו טרעפן מיין נפש, פארשטאנד, איך האב ליב מיסטישע אבסטראקט, איך קען טראכטן טאג און נאכט פון מיינע וייטאגן. א שטיקל קוגל, וואס?
לשון הוא קולמוס הלב..

תנו רבנן
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 5:43 pm

תגובהדורך תנו רבנן » דינסטאג ינואר 30, 2018 12:36 pm

לב אחד האט געשריבן:דאך... איך בין זייער שטארק נוטה צו 4. איך זיך צו טרעפן מיין נפש, פארשטאנד, איך האב ליב מיסטישע אבסטראקט, איך קען טראכטן טאג און נאכט פון מיינע וייטאגן. א שטיקל קוגל, וואס?

נישט אין מיינע אויגן א 6ער קען רואיג באזיצן די אלע זאכן, אזוי מיין איך!
לאמיר זעהן וואס דער איבריגער עולם דא וועט זאגן.
נקוט האי כללא בידך: אז יענער איז קליין מיינט נישט אז דו ביסט גרויס! און אז יענער איז גרויס מיינט נישט אז דו ביסט קליין!!!

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » דינסטאג ינואר 30, 2018 12:40 pm

תנו רבנן האט געשריבן:
לב אחד האט געשריבן:דאך... איך בין זייער שטארק נוטה צו 4. איך זיך צו טרעפן מיין נפש, פארשטאנד, איך האב ליב מיסטישע אבסטראקט, איך קען טראכטן טאג און נאכט פון מיינע וייטאגן. א שטיקל קוגל, וואס?

נישט אין מיינע אויגן א 6ער קען רואיג באזיצן די אלע זאכן, אזוי מיין איך!
לאמיר זעהן וואס דער איבריגער עולם דא וועט זאגן.

ריכטיג "תנו רבנן" א 6ער קען רואיג האבן אט די זאכן!
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג ינואר 30, 2018 12:56 pm

לב אחד האט געשריבן:נאך שעות פון טראכטן און קלערן ליינען און פארשן בין איך געקומען צום אויספיר (אויף א דערווייל..) אז איך בין 55% א 4 ווינג 5, און א 45% א 6 ווינג 7.

איך בין אמביציעז אבער פארזיכטיג, איך בין נאנט אבער נישט צו נאנט, איך האב אלס מורא אז איך וועל פארלירן מיינע נאנטע וואס איך האב שוין. איך ריאקט שנעל און שטארק צו ווייטאג, איך בין אבנארמאל סענסעטיוו צו קאראפשען corruption, און איך האב ליב צו פראטעקטען מענטשן (שש.. זאג נישט פאר קיינעם הלואי וואלט געווען נארמאל צו זיין פון צייט צו צייט א שומרים מעמבער, אויך וואלט איך געוואלט זיין אין הצלה, אבער דעיס איז נאר צווישן מיר און דיר, העסט נישט אויסזאגן פאר מיין שווער און שוויגער, קעי?)

איך בין אחריות׳דיג פון אלס קינדווייז אן, און איך נעם אן זייער ערענסט מיינע אויפגאבן. וואס נאך?

אדער ביזטו א געזינטער פירער מיט א דרייער פליגעל,טראכט, קלער, ליין, און פארש נאך אביסל ...

לענד"ת איז נישטא קיין שום תועלת צי וויסן וועלכע לעבעל די אינאגראם סיסטעם קלעבט אן אויף דיין ארבל, די נקודה איז זיך אליין צי קענען און זיך מחנך זיין לפי דרכך, קענסט ניצן אניאגראם פאר א מח/הארץ/נשמה געצייג, אניאגרם קען דיר העלפן פארשטיין א סאך נאטורן און ארויפברענגן געדאנקן וואס ליגן געווענליך נאר אינטערן באוואוסטזיין פון מענטשען.

איינמאל די קענסט זיך, די האסט זיך גוט ארויס, פארגעס דיין נומבער (כאטש פאר א שטיק צייט) און קוק אריין אין דיר אליין,טו איך וואס קען איך טון מיט מיינע כשרונות ? וואס איז מיין אדיקשאן? ווי ליגען מיינע באהאלטענע נגיעות ? שטייג איך? , וועלכע זשאב איז גיט פאר מיר? צי וועלכע זאך טויג איך נישט פון נאטור אויס און איך וועל מאכן שלום מיטן מצב? אפשר וועל איך מער נישט אראפ קוקן אויף אנדערע מענטשען וואס --- ווייל איך ווייס אז איך האב מיינע אייגענע שוואכקייטן? אפשר זאל איך מער נישט אראפ קוקן אויף מיר אליין ווייל איך ווייס אז איך א האב א טבע זיך צי קלאפן מער ווי מען דארף (המממ ווייל איך בין א פירער)

אניאגראם איז א צימצום, עס לייגט אריין א מהות פון א מענטש אין א ספעציעלער אויסגעפארעמטער באקס, מען קען ניצן די כלי אנציכאפן א מענטש ווען מען וויל אים אביסל ארויסהאבן, זיכן ארבעטער, גיסן א פונדאמענט פאר רילעישאן שיפס, וכדומה,

היות מענטשען פיטן נישט גוט אין א באקס, ברויך מען אים ציקוועטשן אדער ציטיילן אין עטליכע באקסעס, עס מיז דאך שטימען... עס איז זייער ניצבאר ווען מען וויל מופן, אבער איינמאל מען קומט שוין אן צי די דעסטינאציע ברויך מען ארויסנעמען דעם מהות און אויסגראדן אלע קנייטשען, סארטירן, און ציזאם שטעלן די ציטיילטע חלקים
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג ינואר 30, 2018 1:15 pm

לב אחד האט געשריבן:דאך... איך בין זייער שטארק נוטה צו 4. איך זיך צו טרעפן מיין נפש, פארשטאנד, איך האב ליב מיסטישע אבסטראקט, איך קען טראכטן טאג און נאכט פון מיינע וייטאגן. א שטיקל קוגל, וואס?

לב אחד האט געשריבן:נאך שעות פון טראכטן און קלערן ליינען און פארשן בין איך געקומען צום אויספיר (אויף א דערווייל..) אז איך בין 55% א 4 ווינג 5, און א 45% א 6 ווינג 7.

איך בין אמביציעז אבער פארזיכטיג, איך בין נאנט אבער נישט צו נאנט, איך האב אלס מורא אז איך וועל פארלירן מיינע נאנטע וואס איך האב שוין. איך ריאקט שנעל און שטארק צו ווייטאג, איך בין אבנארמאל סענסעטיוו צו קאראפשען corruption, און איך האב ליב צו פראטעקטען מענטשן (שש.. זאג נישט פאר קיינעם הלואי וואלט געווען נארמאל צו זיין פון צייט צו צייט א שומרים מעמבער, אויך וואלט איך געוואלט זיין אין הצלה, אבער דעיס איז נאר צווישן מיר און דיר, העסט נישט אויסזאגן פאר מיין שווער און שוויגער, קעי?)

איך בין אחריות׳דיג פון אלס קינדווייז אן, און איך נעם אן זייער ערענסט מיינע אויפגאבן. וואס נאך?

איך זיך צו טרעפן מיין נפש - 4/7
פארשטאנד- 1/2/3/4/5/6/7/8/9
איך האב ליב מיסטישע אבסטראקט-4/7
איך קען טראכטן טאג און נאכט פון מיינע וייטאגן4/7
א שטיקל קוגל - דאס איז נאר א זיבענער.... :lol: :lol: (פארשטייט זיך א שטיקל פון אלע מינים, אויב עס איז נאר דא איין קוגל דארף עס זיין א סאך..)
נאך שעות 4/5/6/7/ -
טראכטן און קלערן ליינען און פארשן 4/5/6/7
בין איך געקומען צום אויספיר 4/5/7/
(אויף א דערווייל..) 4/5/6/7
אמביציעז- 3/7/6
פארזיכטיג 4/5/6/7
איך האב אלס מורא אז איך וועל פארלירן מיינע נאנטע וואס איך האב שוין -6
איך ריאקט שנעל און שטארק צו ווייטאג 4/6/7/
און איך האב ליב צו פראטעקטען מענטשן 2/8/6/7
זאג נישט פאר קיינעם הלואי וואלט געווען נארמאל צו זיין פון צייט צו צייט א שומרים מעמבער, אויך וואלט איך געוואלט זיין אין הצלה - אויך??? שומרים נישט גענוג? זיבן!
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Yitzchok Shmiel, בעל דמיון, גאפל, לעגאו מענטשעלע, מי הוא זה און 24 געסט