בלאט 94 פון 202

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 2:00 pm
דורך לב אחד
נשמה האט געשריבן:
מקבל ומשפיע האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:איך טראכט צו דער "זעקסער" קען אויך האבן אזא סארט געפיל.

גאנץ אינטערעסאנט! איך האב אויך געטראכט אז דעס שיינט שטארק 6עריש,
אבער סמאכט שטארק סענץ וואס דו שרייבסט,
איך וואלט אבער עגריט מיט מח אז דעס זעהט אויס צו זיין מער 3 מיט א ווינג פון 4, ווי 4 ווינג 3, ווייל א 4 ווינג 3 וועט לדעתי נישט מצליח אוועק צולויפן פון זיינע אימאושנס דורכן פרובירן צו זיין סוקסעספול,
באט קאט בי סאיז מעגליך:

(גראדע "לב אחד", ווען איך האב געלייענט דיינע פריערדיגע תגובות האסטו מיר אגאנצע צייט געשיינט צו זיין מער אויפן 6ערס שניט. לעורר בעלמא...)

מקבל, איך האב מורא אז ס'איז די דרייערישקייט. דרייערס זענען competitive. איך טראכט אז זעקס האט אן אנדערע שניט. ער האט אריינגעשניטן אין דיר מיט זיין דרייערישע זעג מיין איך. איך מיין אז ס'איז א דרייערישע בלעיד.

איך האב א געוואלדיגע שטופ אינעווענדיג אין מיר צו מצליח זיין, און אנצוקומען אין לעבן, איך טראכט אבער אז עס קען קומען פון פיר אליינס ווייל זייענדיג א פירער פארמאג איך דעם שעפערישן נאטור, איז, ווען איך בין אין מוחין דקטנות דעמאלטס בין איך שעפעריש אין מוחין דקטנות, דהיינו פאנטאזירן, רומאנטיזירן, דראמאטיזירן, די צד השווה דערפון איז אז עס איז נישט קיין פראדאקטיווע קריעטיוויטי, משא''כ ווען מען היילט זיך, און מען ווערט געזונט, דאן פלאקער איך אינעווענדיג פאר PASSION און קריעטיוויטי, איך חלום פון ריזיגע זאכן, און... איך טוה עס! איך בין זייער אן אקטיווע מענטש, איך דריי אן און איך פיר אן אסאך זאכן, אבער.. נאכאלס מיט אזא פירערישע אינטערווערט צוגאנג, איך האב זייער ליב צו זיין פון אונטער דעם פירהאנג און נישט דארפן זיין ביים ספאטלייט (כאטש איך וויל יא זיין אביסל ביים ספאטלייט)

סאו וואס איך זאג איז אז לכאורה קוקט דאס אויס א דרייער פליגעל.

אגב @נשמה וואס האסטו געמיינט צו זאגן [/quote]ער האט אריינגעשניטן אין דיר מיט זיין דרייערישע זעג מיין איך. איך מיין אז ס'איז א דרייערישע בלעיד.[/quote]

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 2:14 pm
דורך נשמה
לב אחד האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
מקבל ומשפיע האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:איך טראכט צו דער "זעקסער" קען אויך האבן אזא סארט געפיל.

גאנץ אינטערעסאנט! איך האב אויך געטראכט אז דעס שיינט שטארק 6עריש,
אבער סמאכט שטארק סענץ וואס דו שרייבסט,
איך וואלט אבער עגריט מיט מח אז דעס זעהט אויס צו זיין מער 3 מיט א ווינג פון 4, ווי 4 ווינג 3, ווייל א 4 ווינג 3 וועט לדעתי נישט מצליח אוועק צולויפן פון זיינע אימאושנס דורכן פרובירן צו זיין סוקסעספול,
באט קאט בי סאיז מעגליך:

(גראדע "לב אחד", ווען איך האב געלייענט דיינע פריערדיגע תגובות האסטו מיר אגאנצע צייט געשיינט צו זיין מער אויפן 6ערס שניט. לעורר בעלמא...)

מקבל, איך האב מורא אז ס'איז די דרייערישקייט. דרייערס זענען competitive. איך טראכט אז זעקס האט אן אנדערע שניט. ער האט אריינגעשניטן אין דיר מיט זיין דרייערישע זעג מיין איך. איך מיין אז ס'איז א דרייערישע בלעיד.

איך האב א געוואלדיגע שטופ אינעווענדיג אין מיר צו מצליח זיין, און אנצוקומען אין לעבן, איך טראכט אבער אז עס קען קומען פון פיר אליינס ווייל זייענדיג א פירער פארמאג איך דעם שעפערישן נאטור, איז, ווען איך בין אין מוחין דקטנות דעמאלטס בין איך שעפעריש אין מוחין דקטנות, דהיינו פאנטאזירן, רומאנטיזירן, דראמאטיזירן, די צד השווה דערפון איז אז עס איז נישט קיין פראדאקטיווע קריעטיוויטי, משא''כ ווען מען היילט זיך, און מען ווערט געזונט, דאן פלאקער איך אינעווענדיג פאר PASSION און קריעטיוויטי, איך חלום פון ריזיגע זאכן, און... איך טוה עס! איך בין זייער אן אקטיווע מענטש, איך דריי אן און איך פיר אן אסאך זאכן, אבער.. נאכאלס מיט אזא פירערישע אינטערווערט צוגאנג, איך האב זייער ליב צו זיין פון אונטער דעם פירהאנג און נישט דארפן זיין ביים ספאטלייט (כאטש איך וויל יא זיין אביסל ביים ספאטלייט)

סאו וואס איך זאג איז אז לכאורה קוקט דאס אויס א דרייער פליגעל.

אגב @נשמה וואס האסטו געמיינט צו זאגן ער האט אריינגעשניטן אין דיר מיט זיין דרייערישע זעג מיין איך. איך מיין אז ס'איז א דרייערישע בלעיד.

דו האסט אים אריינגעזאגט אפאר טעג צוריק אויב דו געדענקסט, דאס האט זיך רעגיסטרירט ביי אים אלץ א זעקסערישער אטאקע.

לב, קוקסט אויס גערעכט. איך וויל סתם צולייגן פאר אינטערעסאנטקייט אז דרייער מיט א פירער פליגל קענען אויך האבן די מוחין דקטנות און מוחין דגדלות זאכן. דרייער מיט א פירער פליגל קענען אויסקוקן ווי זיי האבן מעניק דעפרעסיע. זינט זיי זענען אמאל פרייליך און אמאל דעפרעסט. זייערע גיסטעס טוישן זיך שנעל. סוף דבר איז, אז א פירער מיט א דרייער פליגל זענען די וואס ליידן פון די מוחין דגדלות מוחין דקטנות פענאמענאן. אזוי קוקט מיר אויס.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 2:34 pm
דורך מח בקדקדו
לב אחד האט געשריבן: איך האב א געוואלדיגע שטופ אינעווענדיג אין מיר צו מצליח זיין, און אנצוקומען אין לעבן, איך טראכט אבער אז עס קען קומען פון פיר אליינס ווייל זייענדיג א פירער פארמאג איך דעם שעפערישן נאטור, איז, ווען איך בין אין מוחין דקטנות דעמאלטס בין איך שעפעריש אין מוחין דקטנות, דהיינו פאנטאזירן, רומאנטיזירן, דראמאטיזירן, די צד השווה דערפון איז אז עס איז נישט קיין פראדאקטיווע קריעטיוויטי, משא''כ ווען מען היילט זיך, און מען ווערט געזונט, דאן פלאקער איך אינעווענדיג פאר PASSION און קריעטיוויטי, איך חלום פון ריזיגע זאכן, און... איך טוה עס! איך בין זייער אן אקטיווע מענטש, איך דריי אן און איך פיר אן אסאך זאכן, אבער.. נאכאלס מיט אזא פירערישע אינטערווערט צוגאנג, איך האב זייער ליב צו זיין פון אונטער דעם פירהאנג און נישט דארפן זיין ביים ספאטלייט (כאטש איך וויל יא זיין אביסל ביים ספאטלייט)

סאו וואס איך זאג איז אז לכאורה קוקט דאס אויס א דרייער פליגעל.

זאג נאר לב, דאס וואס דו שרייבסט דא, דאס ביזטו? דו וואלטסט דיר אזוי אראפ געלייגט אלס דיין מהות? אדער דאס איז נאר איינע אסאך זאכן וואס דו פילסט?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 2:37 pm
דורך לב אחד
מח בקדקדו האט געשריבן:
לב אחד האט געשריבן: איך האב א געוואלדיגע שטופ אינעווענדיג אין מיר צו מצליח זיין, און אנצוקומען אין לעבן, איך טראכט אבער אז עס קען קומען פון פיר אליינס ווייל זייענדיג א פירער פארמאג איך דעם שעפערישן נאטור, איז, ווען איך בין אין מוחין דקטנות דעמאלטס בין איך שעפעריש אין מוחין דקטנות, דהיינו פאנטאזירן, רומאנטיזירן, דראמאטיזירן, די צד השווה דערפון איז אז עס איז נישט קיין פראדאקטיווע קריעטיוויטי, משא''כ ווען מען היילט זיך, און מען ווערט געזונט, דאן פלאקער איך אינעווענדיג פאר PASSION און קריעטיוויטי, איך חלום פון ריזיגע זאכן, און... איך טוה עס! איך בין זייער אן אקטיווע מענטש, איך דריי אן און איך פיר אן אסאך זאכן, אבער.. נאכאלס מיט אזא פירערישע אינטערווערט צוגאנג, איך האב זייער ליב צו זיין פון אונטער דעם פירהאנג און נישט דארפן זיין ביים ספאטלייט (כאטש איך וויל יא זיין אביסל ביים ספאטלייט)

סאו וואס איך זאג איז אז לכאורה קוקט דאס אויס א דרייער פליגעל.

זאג נאר לב, דאס וואס דו שרייבסט דא, דאס ביזטו? דו וואסט דיר אזוי אראפ געלייגט אלס דיין מהות? אדער דאס איז איינע אסאך זאכן וואס דו פילסט?

איך פארשטיי נישט דיין קשיא, אבער עס איז מיין מהות

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 2:39 pm
דורך מח בקדקדו
נשמה האט געשריבן: מקבל, איך האב מורא אז ס'איז די דרייערישקייט. דרייערס זענען competitive. איך טראכט אז זעקס האט אן אנדערע שניט. ער האט אריינגעשניטן אין דיר מיט זיין דרייערישע זעג מיין איך. איך מיין אז ס'איז א דרייערישע בלעיד. אזוי ווי ער אליין טענה'ט אז ער איז א פירער מיט א דרייערישער פליגל. און ער האט קלאר געזאגט אז ער האט נישט די אומזיכערקייט וואס א זעקסער האט. מיר דארפן טרעפן אויף די וועלט דרייערס, איינזערס, צווייערס, פירערס, אכטערס, ניינער, וכו' חוץ פון טרעפן זעקסער'ס. זעקסער זענען מענטשן וואס טוען פאר 'סעקיוריטי'. און סעקיוריטי מיינט צו האבן 'זיכערקייט'.

איך מיין אז עס איז שווער צו ברענגען א ראי' פון לב אחד'ס שניידעריי, אויף סיי וועלכע זייט

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 2:39 pm
דורך לב אחד
פארוואס איז דאס זעקס? און פארוואס איז דאס ביי דיר ענדערש דריי? זייטס מסביר אידן. איך וואונדער מיך אויך פארוואס איך האב עס געטון, איך האב אסאך געטראכט נאכדעם פארוואס איך האב עס געטון,

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 2:42 pm
דורך מח בקדקדו
לב אחד האט געשריבן:דו האסט אים אריינגעזאגט אפאר טעג צוריק אויב דו געדענקסט, דאס האט זיך רעגיסטרירט ביי אים אלץ א זעקסערישער אטאקע.

פארוואס איז דאס זעקס? און פארוואס איז דאס ביי דיר ענדערש דריי? זייטס מסביר אידן. איך וואונדער מיך אויך פארוואס איך האב עס געטון, איך האב אסאך געטראכט נאכדעם פארוואס איך האב עס געטון,

קענסט עס נאך אויסמעקן :lol:

איך גיי זיין אפען

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 2:46 pm
דורך לב אחד
איך וועל זיך מודה ומתוודה זיין ברבים וואס מיינע סאב קאנשעס מאטוויאציעס זענען געווען, לאמיר עס צוזאמען פארשטיין.

איך האב געפילט thretened פון מקבל ומשפיע'ס אגרעסיווע אנקום, זיינע קריטיקעל תגובות און אזוי ווייטער. איך האב אויך געשפירט ווי ער גייט איבערנעמען דעם ספאטלייט (כאילו איך האב עס.. אבער שוין) און איך פארגין אים נישט (יא נעבעך, ס'דא אידן וואס פארגינען נישט..) אויך האב איך געשפירט קומסט דיך דא אריין און ביסט א גאנצע מחותן דו ווייסט גאנצעטע זאכן איבער עניגרעם, בארואיג דיך, (קאמפעטעטיוו?..)

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 2:52 pm
דורך יישר כח!
איך דארף נאך שרייבן? זעה מיין ניק נאמען און נעם עס אן.......

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 3:07 pm
דורך מח בקדקדו
.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 3:11 pm
דורך מח בקדקדו
לב אחד האט געשריבן:איך וועל זיך מודה ומתוודה זיין ברבים וואס מיינע סאב קאנשעס מאטוויאציעס זענען געווען, לאמיר עס צוזאמען פארשטיין.

איך האב געפילט thretened פון מקבל ומשפיע'ס אגרעסיווע אנקום, זיינע קריטיקעל תגובות און אזוי ווייטער. איך האב אויך געשפירט ווי ער גייט איבערנעמען דעם ספאטלייט (כאילו איך האב עס.. אבער שוין) און איך פארגין אים נישט (יא נעבעך, ס'דא אידן וואס פארגינען נישט..) אויך האב איך געשפירט קומסט דיך דא אריין און ביסט א גאנצע מחותן דו ווייסט גאנצעטע זאכן איבער עניגרעם, בארואיג דיך, (קאמפעטעטיוו?..)

אפשר האסטו אויך מורא געהאט אינטערן באוויסטזיין, אז ווען דו גייסט שרייבן עפעס וועט ער טון די זעלבע זאך און דו גייסט זיין א פָאל, ווייל פאר ווען ער איז אנגעקומען ווען איינער האט זיך געואלט דינגען מיט א צווייטן איז עס צו געגאנגען מיט א שטארקע איידלקייט ווי כאילו דו ביזט מורא'דיג נאר איך האב נאר עפעס א קלייניקייט זיך צו דינגען מיט דיר, אבער ווען ר' מקבל איז אנגעקומען איז געווארן אזא געפיל ווי אז יעדע זאך וואס איך גיי זאגן ראנג גייט ווערן אראפגעלייגט ווי אז איך ווייס נישט וואס טוט זיך מיט מיר, און קען גארנישט, און קען זיין אז אין דיין מח האט האט זיך אנגעצינדן א אלארם איך טאר דעיס נישט שפירן! איך ציטער פון דעם, סאו ממילא האסטו רעאגירט.

אבער למעשה זעה איך אז מקבל שרייבט זייער גוט, ער נעמט נישט קיין ספאטלייטס, און ער אטאקירט נישט קיינעם

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 3:16 pm

יכול להיות, דו מיינסט צו זאגן א פינעווער שטריך

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 3:23 pm

אויך אבער לאו דוקא

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 3:26 pm
דורך נשמה
לב אחד האט געשריבן:איך וועל זיך מודה ומתוודה זיין ברבים וואס מיינע סאב קאנשעס מאטוויאציעס זענען געווען, לאמיר עס צוזאמען פארשטיין.

איך האב געפילט thretened פון מקבל ומשפיע'ס אגרעסיווע אנקום, זיינע קריטיקעל תגובות און אזוי ווייטער. איך האב אויך געשפירט ווי ער גייט איבערנעמען דעם ספאטלייט (כאילו איך האב עס.. אבער שוין) און איך פארגין אים נישט (יא נעבעך, ס'דא אידן וואס פארגינען נישט..) אויך האב איך געשפירט קומסט דיך דא אריין און ביסט א גאנצע מחותן דו ווייסט גאנצעטע זאכן איבער עניגרעם, בארואיג דיך, (קאמפעטעטיוו?..)

צו פארשטיין א סוב קאנשעס מאטיוויציע דארף מען לכאורה זיין א פירער. נאר א פירער קען (לויט ווי איך טראכט יעצט) קען צוריקגיין אין צייט און איבערלעבן [איבערשפירן] זיינע סובקאנשעס מאטיוויצע. און אריינקוקן דערין. הוא אשר דיברתי אז דאס איז נישט געווען זעקס. א דרייער וויל אלעמאל ארויסשיינען מער ווי זיין שכן. ער וויל נישט ווערן געשטעלט אין שאטן. האסט שוין אמאל באמערקט די אונטערנבאוואוסטזיניגער פייט אין ביהמ"ד, ווי מענטשן טוען אזאנע פון אויבנאויפיגע תנועות, אבער די אונטערליגענדער מאטיוואציע איז נישט צו ווערן געשטעלט אין שאטן. א פירער וויל אויך אז מ'זאל אים באמערקן. האסטו באמערקט מיין טיפער אומגעווענליכער נפש? איך מיין ער האט עס געזעהן. וואס דען האט געמיינט יענע בליק?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 4:43 pm
דורך מקבל ומשפיע

לב! איך מוז דיר קאנגראטאלירן!! פארן זיין אזוי אמתדיג!
יעצט וועל איך דיר זאגן, ווען איך האב געלייענט דיין תגובה (די זעג תגובה...) האב איך עס גלייך (נאכן צוזיך קומען :roll: פארשטייט זיך) אנגעקוקט פונקט ווי נשמה קוקט עס אן דהיינו 3, און אקוראט דעי חשבון וואס דו גיבסט דא אן האב איך געמאכט, איך האב פרובירט אריין צו גיין אין דיין מוח צו פארשטיין וואס פונקטליך סהאט געמאכט אז דו זאלסט שרייבן אזוי (ווייל דאס האב איך געוויסט קלאר אז דו האסט נישט זייער א גרויסע פראבלעם צו שרייבן אביסעלע שטייף, לויט וויאזוי איך האב געהאט געזעהן אין דיינע פריערדיגע תגובות) און דעיס האט מיר געמאכט די מערסטע סענץ,
און למעשה האב איך נאכדעם אביסל מער געבלעטערט אין די פריערדיגע בלעטער [אזוי ווי דו האסט מיר געהייסן...] האב איך אביסל געטוישט מיין מיינונג אויף דיר (נישט אז איך שטיי און ענעלייז דעם גאנצן עולם דא עס געשעהט פון זיך אליין, ווי פארשטענדליך) צו 6,

אבער למעשה מאכט יא שטארק סענץ דאס וואס נשמה א זאגט אז א 3 ווינג 4 קען אויך האבן די סארט פילינגס, און איך מיין אז ביי מיר בלייבסטו דערווייל מיטן דייעגנאז פון 3 ווינג 4,

און טייערער לב אחד איך מוז מודה זיין איז איך אין דיין פלאץ וואלט לכאורה נישט געהאט די שטארקייט ארויף צוקומען דא און ארויסגעבן אזוי אין פובליק מיינע סוב קאונטשעס פילינגס!
דו האסט שטארקע כוחות הנפש דו וועסט אי"ה אנקומען דערמיט גאר ווייט, אויב דו וועסט עס ניצן אויפן ריכטיגן וועג שטייצעך!

ברכה והצלחה: מקבל ומשפיע

ישראל אין להם אלא לב אחד לאביהן שבשמים

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 5:07 pm

נשמה! אך מיין אז סאיז נישט אינגאנצן אזוי, אמת טאקע אז אין געווענליכע אומשטענדן ווען ער איז די דינייעלד עריע (אזויווי געווענליך א אומגעזונטע 6ער) וועט א 6ער "ח"ו" נישט צוריק גיין און אריינקוקן אין זיך אליין, אבער אויב באקומט אן "אווערנעס" באיזה אופן שהוא יא ארינצוקוקן אין זיך אליין אזויווי און אונזער פאל רב לב אחד וואס ליגט אין די סארט נושאים און וויל זיך דוקא יא גוט קענען, וועט ער שוין איינמאל קענען צוריקגיין צו זיינע פריערדיגע פילינגס!
סאיז קלאר אז אז דער 6ער האט די מעגליכקייט אריינצוגיין אין א מענטש'נס פנימיות, נאר ווען ער איז אומגעזונט ניצט ער דאס אריינצוגיין אין יענעמס מוח כדי צו קענען וויסן פונקטליך וואס צו טון צו באקומען יענעמס אנערקענונג/שעצוג/ליבשאפט, און פון זיך אליין לויפט ער אוועק, אבער ווען ער הייבט אן גיין אין מער א געזונטע דירעקשאן האט ער זיכער די קעיפבעבילעטי זיך גוט צו קענען,
אזוי מיין איך:

אבער למעשה האב איך שוין געשריבן אז סקוקט אויס צו זיין מער 3 ווינג 4, אבער ממוז אונטערשטרייכן אז מקען בשום אופן נישט זאגן קיין זיכערע דייעגנאוזעס פון אפאר תגובותלעך, ופשוט הוא:

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 5:08 pm
דורך לב אחד
מקבל ומשפיע האט געשריבן:
לב אחד האט געשריבן:איך וועל זיך מודה ומתוודה זיין ברבים וואס מיינע סאב קאנשעס מאטוויאציעס זענען געווען, לאמיר עס צוזאמען פארשטיין.

איך האב געפילט thretened פון מקבל ומשפיע'ס אגרעסיווע אנקום, זיינע קריטיקעל תגובות און אזוי ווייטער. איך האב אויך געשפירט ווי ער גייט איבערנעמען דעם ספאטלייט (כאילו איך האב עס.. אבער שוין) און איך פארגין אים נישט (יא נעבעך, ס'דא אידן וואס פארגינען נישט..) אויך האב איך געשפירט קומסט דיך דא אריין און ביסט א גאנצע מחותן דו ווייסט גאנצעטע זאכן איבער עניגרעם, בארואיג דיך, (קאמפעטעטיוו?..)

לב! איך מוז דיר קאנגראטאלירן!! פארן זיין אזוי אמתדיג!
יעצט וועל איך דיר זאגן, ווען איך האב געלייענט דיין תגובה (די זעג תגובה...) האב איך עס גלייך (נאכן צוזיך קומען :roll: פארשטייט זיך) אנגעקוקט פונקט ווי נשמה קוקט עס אן דהיינו 3, און אקוראט דעי חשבון וואס דו גיבסט דא אן האב איך געמאכט, איך האב פרובירט אריין צו גיין אין דיין מוח צו פארשטיין וואס פונקטליך סהאט געמאכט אז דו זאלסט שרייבן אזוי (ווייל דאס האב איך געוויסט קלאר אז דו האסט נישט זייער א גרויסע פראבלעם צו שרייבן אביסעלע שטייף, לויט וויאזוי איך האב געהאט געזעהן אין דיינע פריערדיגע תגובות) און דעיס האט מיר געמאכט די מערסטע סענץ,
און למעשה האב איך נאכדעם אביסל מער געבלעטערט אין די פריערדיגע בלעטער [אזוי ווי דו האסט מיר געהייסן...] האב איך אביסל געטוישט מיין מיינונג אויף דיר (נישט אז איך שטיי און ענעלייז דעם גאנצן עולם דא עס געשעהט פון זיך אליין, ווי פארשטענדליך) צו 6,

אבער למעשה מאכט יא שטארק סענץ דאס וואס נשמה א זאגט אז א 3 ווינג 4 קען אויך האבן די סארט פילינגס, און איך מיין אז ביי מיר בלייבסטו דערווייל מיטן דייעגנאז פון 3 ווינג 4,

און טייערער לב אחד איך מוז מודה זיין איז איך אין דיין פלאץ וואלט לכאורה נישט געהאט די שטארקייט ארויף צוקומען דא און ארויסגעבן אזוי אין פובליק מיינע סוב קאונטשעס פילינגס!
דו האסט שטארקע כוחות הנפש דו וועסט אי"ה אנקומען דערמיט גאר ווייט, אויב דו וועסט עס ניצן אויפן ריכטיגן וועג שטייצעך!

ברכה והצלחה: מקבל ומשפיע

ישראל אין להם אלא לב אחד לאביהן שבשמים

יעצט ביסטו א מקבל און א משפיע :wink:

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 5:12 pm
דורך מקבל ומשפיע
לב אחד האט געשריבן:יעצט ביסטו א מקבל און א משפיע

זיי מסביר!!

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 6:00 pm
דורך מקבל ומשפיע
מקבל ומשפיע האט געשריבן:
לב אחד האט געשריבן:יעצט ביסטו א מקבל און א משפיע

זיי מסביר!!

אה! איך כאפ שוין!!
:smile:

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 6:09 pm
דורך מקבל ומשפיע
איך וויל בעטן! אויב איז איינער דא נפגע געווארן פון מיינע תגובות בעבר ובהווה וויל איך אים בעטן מחילה ברבים, "ונא ונא שתמחלו לי" ע"ז:

מקבל ומשפיע

געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2018 1:36 pm
דורך נשמה
בעזהשי"ת עושה שמים וארץ.
פארוואס ווערט א זעקסער אומגעזונט?
א זעקסער וויל פילן פארזיכערט. נישט ער וויל פילן אז ער איז זיכער א נארמאלער מענטש. נישט ער וויל פילן אז ער איז יא א 'עפעס'. נישט אז ער וויל פילן 'פארזיכערט' אז ער איז יא באליבט, ער וויל פילן אז ער איז זיכער. אזוי ווי א קינד וואס האט מורא צו גיין אליין אין א ריזיגע שאפינג מאל אן די טאטע, ער וויל זיין טאטע זאל מיטקומען, ער וויל פילן אז ער האט איינעם, עפעס, אין וואס צו קענען 'בוטח' זיין. (דאס דארף מען זיך בוטח זיין בה') מיט די זיכערע זאך פילט ער זיך פארזיכערט. א זעקסער מיט א זיכערע זאך אין וואס צו פילן פארזיכערט גייט בענעזאם. אויב דו פרעגסט איינעם וואס טענה'ט אין דיינע אויערן אז ער איז א זעקסער "וואס טוסטו אגאנצן צייט צו שפירן זיכער, סעיף, און סעקיור?", און ער קען נישט ענטפערן דערויף, איך האב א ספק צו ער איז בכלל א זעקסער.

א זעקסער ווי שטארק ער וויל זיין זיכער און טון דערצו, אזוי ארומער האלט ער אין איין באקומען ענגזייעטי, אומזיכערקייט, אפשר האב איך קאליע געמאכט, ווייל איך האב דעס און דעס געטון, און יעצט וועט שוין ווייטער נישט זיין אלעס פארזיכערט, און ער פרובירט צו טון דערוועגן, זיך צו שטארקן, און פאררעכטן דאס וואס ער טראכט האט אים אפשר קאליע געמאכט זיין זיכערקייט. עכט וואלט א זעקסער געדארפט טראכטן, "איך בין נישט זיכער און נאר השי"ת קען מיך העלפן, איך פארלאז מיך אויף אים, איך גיי צו אים שרייען און בעטן און שוין, בך בטחו אבותינו בטחו ותפלטמו", אבער אויב טוט ער עס נישט, נאר ער וויל נאך אלץ מאכן זאכן 'זיכער', כדי צו שפירן זיכער, און ער האלט אין איין באקומען ענגזייעטי, ספיקות, אומזיכערקייטן, אויף די זאכן וואס ער האלט אז דאס דארף אים צושטעלן זיכערקייט.

למשל, א קינד וואס האט געזאגט זיין טאטן, "קום מיט מיר, איך האב מורא אליין צו גיין אין א גרויסע ביהמ"ד" און די טאטע איז מסכים, ער גייט מיט'ן. אבער דאס קינד האלט אין איין קוקן אויף זיין טאטע, צו מאכן זיכער אז די טאטע גייט אים נישט איבערלאזן פלוצלינג, און צו די טאטע האט נישט פלענער אים פלוצלינג איבערצולאזן. דאס קינד ווערט אזוי געפייניגט פון ספיקות און ענגזייעטי, ביז דאס קינד האט שוין נישט קיין כח צו די אלע ספיקות און פחדים, ער נעמט צאם אלע זיינע כוחות און ער זאגט זיין טאטען "ווייסטו וואס, ס'גוט, איך קען אליין, איך וועל מיך אליינס אן עצה געבן, דו זאלסט נישט מיינען אז איך בין אזא שוואכלינג, און הער מיך אויף אראפצוקוקן, ס'גוט, קענסט גיין, איך קען מיך פיין אליין אן עצה געבן, איך דארף נישט קיינעמ'ס שטיצע, איך קען אליין, איך בין שטארק, איך האב נישט מורא, און ער ווייזט עס".

דאס הייסט נישט עכטע שטארקייט, און דאס איז נישט קיין סעלף-קאנפידענס, און נישט קיין סעלף-עסטים (ווי 'מח' האט שוין זייער גוט ארויסגעברענגט אז פארקערט, מ'דארף וויסן ביי זיך "איך דארף יא האבן שטיצע, און איך גיי נישט טעסטן צו יענער איז באמת פארזיכערט, איך גיי מיך פארלאזן אויף השי"ת.)

יעצט, אבער וויבאלד א זעקסער איז פארט א זעקסער, און ער איז פארט אומזיכער, און ער דארף האבן שטיצע, הייבט ער אן צו באקומען ספיקות און ענגזייעטי אויף וואס ער האט געטון, ער הייבט אן טראכטן "יעצט בין איך שוין טאקע נישט געבליבן מיט קיין שטיצע" מיין טאטן האב איך אוועקגעשיקט ווייל איך קען אליין, און יעצט בין איך טאקע געבליבן אליין, און וויאזוי גיי איך יעצט פילן סעיף און סעקיור אין אזא שרעקעדיגע וועלט.

ענגזייעטי און אומזיכערקייט ווערט ביי אים נאר שטערקער אדאנק טון פעולות צו אויפהערן פילן ענגזייעטי און אנהייבן פילן פארזיכערט. אזש אז ער פילט אזוי אומזיכער און אזוי אומפעהיג ביז ער מוז בהכרח אנקומען צו אוטאריטי, ער פילט זיך אזוי שוואך אז ער קען גארנישט טון מער, ער האט נישט קיין שום אנווייזונג וואס צו טון, ער מוז אנקומען צו אוטאריטי, און דאס מאל איז ער שוין אזוי אנגעהאנגען אין מענטשן, און מענטשן פילן זיין אומזיכערקייט, מענטשן פילן אז ער איז אומזיכער. ווייל נישט פשט אז דער זעקסער זאגט "אקעי, איך גיי מאכן התבודדות, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, בוטח זיין אין אים, און שוין", ער וויל אז אנדערע מענטשן זאלן אים צושטעלן סעקיוריטי, און דאס איז זיין פראבלעם וואס האט אים געמאכט אומגעזונט חלילה.

פאר דו ווילסט דיך שטעלן אלץ אן אומגעזונטער זעקסער, ווייס אז אן אומגעזונטע זעקסער פילט 'ענגזייעטי, אומזיכערקייט, פאניק, סכנה, קריזיס, דערשראקן, מענטשן ווילן זיי שלעכט'ס טון, אלעס איז עק וועלט, פלאס אז זיי זענען אנגעהאנגען אין אוטאריטי פיגורן. השם יתברך זאל אפהיטן און העלפן און אויסהיילן, 'מיך' און יעדעם. כי רופא נאמן אתה. די עצה צו אלעם איז התבודדות, טוב ה' לכל.

קענסט אבער נישט זאגן א אומגעזונטע זעקסער, אויף איינעם וואס איז נישט קיין זעקסער.
והשם הטוב יעזור.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2018 2:45 pm
דורך fiena nieas
סא ocd ליידענדער זענען זעקסערס?

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 13, 2018 9:47 pm
דורך מח בקדקדו
נשמה האט געשריבן:בעזהשי"ת עושה שמים וארץ.
דאס הייסט נישט עכטע שטארקייט, און דאס איז נישט קיין סעלף-קאנפידענס, און נישט קיין סעלף-עסטים (ווי 'מח' האט שוין זייער גוט ארויסגעברענגט אז פארקערט, מ'דארף וויסן ביי זיך "איך דארף יא האבן שטיצע, און איך גיי נישט טעסטן צו יענער איז באמת פארזיכערט, איך גיי מיך פארלאזן אויף השי"ת.).

יענער?!

קענסט אבער נישט זאגן א אומגעזונטע זעקסער, אויף איינעם וואס איז נישט קיין זעקסער.

פארשטאנען!

געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2018 1:12 pm

זעקסערס זענען אויסערארדנטליך פארזיכטיג, און ווילן זיכער מאכן אז דער מענטש וואס שטעלט זיי צו זיכערקייט איז טאקע זיכער און סעיף זיך צו קענען פארלאזן אויף יענעם, און צו יענער האט נאך אלץ צו זיי דעם ריכטיגן עדיטוד. זעקסערס זאגן אזוי פאר זייער באגלייטער (אונטערנבאוואוסטזיין): "איך פיל מיך אומאונטערגעשטיצט, און איך וויל זייער שטארק 'שפירן' אז די מצב איז 'יא' פארזיכערט, סאו, דו גייסט מיך מאכן ענגזייעטי כדי צו באקומען אינערליכע אגרעסיווע ריאקציעס זיך צו ראטעווען דערפון, און צו טון פעולות פטור צו ווערן דערפון און מאכן אלעס זיכער, און דו גייסט אויך אכטונג געבן אז ס'זאל נישט ארויסגיין פון קאנטראל. איך גיי מורא האבן, און ווערן אנגעצויגן אז די מצב ווערט אומזיכער און אזוי ארום גיי איך האבן ריאקציעס צו ראטעווען דעם מצב פון צאמפאלן, און דו גייסט אבער אכטונג געבן אז איך זאל נישט ווערן צו ווילד".

פונקט אזוי ווי פירערס ווילן פילן זייער 'איך', און זיי פרובירן אנצוהאלטן געוויסע עמאושענעל גיסטעס נישט צו מסיח דעת זיין חלילה ווער זיי זענען, אזוי אויך (אונטערבאוואוסטזיין) ווילן זעקסער האבן די ענגזייעטי, פלאס, זייערע אינערליכע ריאקציעס דערקעגן כדי צו פילן זייער 'איך', זייער מציאותיות. זייער עקזיסטענץ. זייער זיכערקייט!

פונקט אזוי ווי א פירער וועט זיך ארומנעמען מיט מענטשן כדי צו פילן ווי אנדערש ער איז, אדער ארומנעמען מיט אביעקטן וואס דערמאנען אים זיין ספעציעלן נפש, (א פירער טוט אזוי, לויט ווי איך געדענק יעצט) אזוי וועט א זעקסער פילן זיין זיכערקייט, דורכ'ן פראווען זיין זיכערקייט. אזוי ווי דער מענטש וואס פרובירט צו טאנצן אויפן פארטש, כדי צו זעהן אז די פארטש איז ב"ה גענוג זיכער אים אונטערצוהאלטן. די אינערליכע ריאקציע פונעם זעקסער זיך צו ראטעווען פון אומזיכערקייטן, איז אים אזא איבערצייג אז זיין וועלט איז יא זיכער.

זעקסערס זענען נישט נאר מענטשן וואס 'פילן' ענגזייעטי, וואס פילן אומזיכער און שוין. זיי זענען מענטשן וואס 'טוען' זיך צו ראטעווען פון ענגזייעטי, פון אומזיכערקייט. כדי איך זאל קענען באשליסן אז איך בין א זעקסער, דארף איך האבן ביידע, סיי ענגזייעטי, יא? "די מצב ווערט אויס זיכער, יו, וואס טוט מען, ס'עק וועלט, יו, פאניק, פאניק...", און פלאס די אינערליכער ריאקציע, "צינד אן די הצלה, מאך אלע לעקטערס, קוויטשע, לאמיר שנעל עפעס טון דערצו, מ'גיימיר זיך ראטעווען, חברה געגאנגען, מ'גיימיר ראטעווען די מצב" אה, די מצב איז געראטעוועט. ב"ה. אנגעקומען צום זמן! "יעצט שפיר איך זיכער"!!! און יעצט דארף מען נאך עפעס אן אומזיכערע זאך, כדי צו האבן א ריאקציע. (מער אונטערנבאוואוסטזיין)

ביידע זענען דא אין א זעקסער. א זעקסער איז נישט נאר סתם א מענטש וואס פילט אומזיכער מיט זיך, און ווייסט נישט, און קען נישט, און איז פירעריש און שוין, אדער ניינעריש וואס פאלגט און שוין. א זעקסער איז 'ביידע', סיי אפהענגיג, און סיי פרובירט צו זיין אומאפהענגיג, אפהענגיג אליין איז נאך נישט גענוג פאר א זעקסער צו פילן אז ער לעבט, צו פילן זיין 'איך', צו פילן זיין 'זיכערקייט'! לייג צו א פייט צו ווערן אומאפהענגיג, יעצט פילט ער אז ער לעבט. אז ער איז זיכער.

והשם הטוב יעזור.

געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2018 4:33 pm
דורך נשמה
fiena nieas האט געשריבן:סא ocd ליידענדער זענען זעקסערס?

או סי די, אדער או סי פי די, אויב דו ווילסט זאגן אז דאס איז אן איגו דיפענס, "איך וויל פילן אז איך בין יא גוט". געשעהט עס ביים איינזער און לאמיר זאגן דעם ניינער און צווייער מיט אן איינזער פליגל. איך טראכט אז דער פירער און דער זיבענער וואס האבן אויך איינזערישקייט אין זיך, קען עס אויך האבן. או סי די, איז א איגו דיפענס וואס וויל פילן "איך בין יא ריכטיג". "איך בין יא אין קאנטראל פון טון וואס ס'איז ריכטיג". ס'קומט פון 'אינערליכער קריטיק'. צו זאגן אז או סי די ליידנדע זענען זעקסער קלינגט נישט קארעקט. אמת טאקע אז זעקסער האבן ענגזייעטי, און או סי די ליידנדע האבן אויך ענגזייעטי, אבער ס'איז א חילוק, דער זעקסער האט ענגזייעטי וואס איז נאטורליך. ס'הייבט זיך אן נאטורליך. יעדער מענטש ארבעט מיט ענגזייעטי מער אדער ווייניגער. ענגזייעטי איז א חלק פון א מענטש. א זעקסער האט נאטורליך ענגזייעטי אז מ'דארף דעם וועלט שטעלן זיכער. אויב ער וויל צופיל זיכער מאכן, ווערט די ענגזייעטי ערגער.

אזוי ווי יעדע איגו דיפענס, אויב מ'געט זיך אונטער צו ראטעווען דעם 'איגו', ווערט דער 'איגו' נאר שטערקער. אויב א איינזער וואס האט OCD הייסט דאס, אז ער האט אזויפיל געפלעגט זיין 'איגו', אזויפיל נאכגעגעבן דעם פחד פון פארלירן זיין 'איגו' זיין 'סענס אף סעלף', פון "איך בין ריכטיג אז מ'קען מיך נישט קריטיקירן". ביז ער איז געווארן זייער שטייף. צו האלטן קאנטראל.

די זעקסערישע איגו דיפענס מיט או סי די איגו דיפענס, האבן אנדערע קוואליטעטן. א זעקסער אויב האט ער מורא פון אוועקטרייבן שטיצער און שטיצע וועט ער אדרבה שטארק טון וואס ס'שטייט אז מ'דארף. און ער וועט העכסטענס זיכער מאכן און גוט נאכקוקן אז דאס איז וואס מ'דארף טון כדי צו האבן סעקיוריטי. און ער וועט פרעגן א צווייטן וועם ער האלט ווייסט וואס מ'דארף טון פאר סעקיוריטי. און ער וועט עס טון געטריי, און שוין.

אבער 'או סי די' איז מער 'איבערפרעגן' אזאך וואס מ'האט שוין געפרעגט. אמת טאקע אז א זעקסער וועט זיך אליין איבערפרעגן און שטעלן קשיות אויף פריערדיגע באשלוסן (וואס ענדלט צו OCD). אבער דערפאר וועט ער פרעגן אן אוטאריטי פיגור, וועם ער האלט פארשטייט יא וואס מ'דארף טון. אדער וועט א זעקסער פארענטפערן אז דאס איז וואס מ'דארף טון. ער וויל פילן זיכער און שוין. אבער אן איינזער וועט אים זיין 'איגו' פייניגן, אפשר דאך טוסטו נישט ריכטיג. כן נראה לי.

ועוד יש לעיין בזה טובא.

אפשר קען מען עס אזוי ארויסברענגן, א זעקסער דארף נישט אנטוויקלן OCD, אפילו מ'האלט שוין ביי די אומגעזונטע שטאפלן. איינער וואס האט OCD, קען אנטוויקלן צו האבן די זעקסערישע פחד פון פארלירן שטיצע. ס'קוקט נישט אויס אז א זעקסער טייפ זאל אנטוויקלן OCD.