'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נשמה האט געשריבן:
איים סארי, באט ס'איז נישט אמת! דער דרייער "משרשו" קוקט נישט אויף יענעם, דער דרייער ווען ער איז געזונט האט יא א עצם פאר "זיך", ער וויל מצליח זיין פאר "זיך" אמת'ע הצלחות, נאר ווען ער ווערט קראנק קוקט ער אויף יענעם, ווייל דעמאלטס ווערט די עצם הצלחה א ציל פאר זיך, אנשטאט ער זאל דורך די הצלחה אנקומען צו א ריכטיגע תכלית און די הצלחה זאל נאר זיין א מיטל.

און דו רעדסט פון א קראנקע דרייער, די אלע זאכן וואס דו זאגסט אויפן דרייער מיטן פירער םליגל איז אזוי גוט אבער נאר קראנקערהייט, איך האב שוין צוגעזעהן לייוו דעם דרייער פירער

דער זעקסער אבער האט בשרשו נישט קיין אייגענע עצם, הערסט!!

אבער פארוואס ענטפערסטו מיר נישט אויף מיין שאלה? פארוואס טראסט נישט א זעקסער זיך אליין? וואס איז סיבה?!

איך האב מיך שוין אזויפיל גע'טענה'ט מיט דיר אויף יעדע נקודה. דער דרייער משורשו קוקט אויסדרוקליך אויף יענעם. איך האב דיך דאס שוין אויפגעוויזן. איך רעד נישט פון א קראנקע דרייער, דיין זעקסער איז א דורכשניטליכער דרייער מיט א פירער פליגל. אויפן האר. אלעס שטומט ביי מיר אין קאפ. ב"ה. אבי ס'שטומט. אין שמחה כהתרת הספיקות. דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער. ווייל איך האב נישט געקענט כאפן וואו דיין טעות ליגט. איך קען דא זיצן נאך צייט און דיר מסביר זיין אז דיין זעקסער איז א דרייער מיט א פירער פליגל. און אלע תגובות פון דיר מאז ומקדם שטומט הערליך אויפן פלאץ. נאר איך האב דיר שוין אזויפיל אויפגעוויזן.

דער דרייער וויל זיין א מוצלח לויט ווי זיין עלטערן/קהילה טוט דעפינירן הצלחה, דער גרעסטער תלמיד חכם אדער- להבדיל אא"ה - דער גרעסטער פאליטישאן/ עקטער/עושר אדער סיי וואס עס איז אנגענומען אין זיין קרייז אלץ סוקסעס.

דרייערס וועלן קיינמאל נישט זיין אנגעטון ציפלויגען ווייל קיינער קוקט דאס נישט ארויף.

-בלויז נאכגעשריבן אדהאן.
זקן מלא רחמים.
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

מקבל ומשפיע האט געשריבן:י

קודם כל שלום עליכם רבי מקבל ומשפיע, ס׳קוקט נישט אויס ווי דו ביסט אזוי גרויסע מקבל, אבער עניוועי, לדעתי מיין איך אז עס איז כדאי אז דו זאלסט נעמען מער א סאלידע שניט מיט דיינע תגובות. חוץ פון דעם, וועלקאם טו דע סובזשעקט אוו דע עניגרעם!

דו שמעקסט מיר צו זיין זעקסעריש עכ״פ געוויסע נטיות דערצו זיכער, דעריבער וויל איך דיר נאר זאגן אז עס פעלט נישט אויס גלייך צו ארויסנעמען א זעג און שניידן, קום אריין רואיג, נעם א בענקל, זעץ זיך אראפ אין אשכול דא, און ליין קודם אדורך די פריערדיגע דורכגעוויקטע בלעטער דא אין דעם געהענגעל, ווייל צומאל זענען שוין זאגן אויסגעקייעט געווארן דא און שוין מעלה גרה געווען אויכעט.
לשון הוא קולמוס הלב..
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

מאך נישט קיין טעות מקבל ומשפיע, מיר האבן דיר ליב און דו זאלסט שרייבן ווייטער דיינע נארהאפטיגע תגובות.
לשון הוא קולמוס הלב..
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

לב אחד האט געשריבן:קודם כל שלום עליכם רבי מקבל ומשפיע,

עליכם השלום "כבוד הרב לב אחד"
לב אחד האט געשריבן:ס׳קוקט נישט אויס ווי דו ביסט אזוי גרויסע מקבל,

קודם כל איך בין נישט קיין בלויזער מקבל, "מקבל ומשפיע שמי", "נאר וואס איך האב מקבל געווען בין איך משפיע".
לב אחד האט געשריבן:לדעתי מיין איך אז עס איז כדאי אז דו זאלסט נעמען מער א סאלידע שניט מיט דיינע תגובות

לב אחד האט געשריבן:וויל איך דיר נאר זאגן אז עס פעלט נישט אויס גלייך צו ארויסנעמען א זעג און שניידן, קום אריין רואיג, נעם א בענקל, זעץ זיך אראפ אין אשכול דא,

באמת א גרויסן שכוח פאר די דברי תוכחה דיינע, און אלס מקבל! בין איך עס מקבל.
לב אחד האט געשריבן:ווייל צומאל זענען שוין זאגן אויסגעקייעט געווארן דא און שוין מעלה גרה געווען אויכעט.

איך קלער אז דעס דארף נישט זיין קיין פראבלעם:
לעצט פארראכטן דורך מקבל ומשפיע אום זונטאג יאנואר 07, 2018 4:00 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

לב אחד האט געשריבן:און ליין קודם אדורך די פריערדיגע דורכגעוויקטע בלעטער דא אין דעם געהענגעל,

גראדע האב איך אביסל אדורך געלייענט דיינע פריערדיגע תגובות, דו זאגסט ע"פ רוב זייער גוט!!
איך ערווארט צו זעהן נאך פון דיר:
לעצט פארראכטן דורך מקבל ומשפיע אום זונטאג יאנואר 07, 2018 1:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

מח בקדקדו האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:די עצם נאטור וויאזוי א זעקסער'ס מח ארבעט, איז, אז בשעת ער גייט אן מיט זיין טאג-טעגליכן לעבן, ווערט ער נישט באגלייט מיט די 'טיפע אינערליכער געדאנקען גאנג' וואס געט פאר א מענטש א טיפע 'קלארקייט' אויפן אמת פון א מצב. א זעקסער קען נישט זאגן, "אקעי איך גיי טראכטן". "טראכטן" מיט ארויפברענגען אין זיך דאס טיפע אינערליכער שארפער קלארער געדאנקען גאנג איז צוויי אנדערע זאכן.

ווען א זעקסער איז 'אנגעצויגן' און 'בהלה'דיג', וועט נישט העלפן אז ער געט אזא 'טראכט' מתוך אנגעצויגנקייט. דאס מיינט נישט די אמת'ע טיפע טראכט. זאל זיך א זעקסער נישט איינרעדן אז מיטן געבן א 'טראכטעלע' מיט א שטארקע קנייטש מיטן שטערן האט ער שוין געטראכט. 'טראכטן', און ארויפברענגען דאס אמת'ע, אמת'ע ישוב הדעת, איז קאמפלעט צוויי אנדערע זאכן.

התבודדות! אויסרעדן דאס הארץ צום באשעפער מיט א רואיגקייט, דאס ברענגט ישוב הדעת. דאס מאכט אז מ'זאל באקומען דאס אמת'ע טיפע ישוב הדעת

דו ביזט גערעכט, די תיקון פון א זעקסער איז "התבודדות" ארויס צו גיין פונעם גאנצן טומל פון די וועלט וואס מאכט אים אזוי צורידערט, און זיין מיט זיך אליינ'ס, מיטן באשעפער,
און לאו דוקא מיטן גיין און מאכן התבודדות און ארויסגיין אין וואלד, דעיס אויך, אבער דער זעקסער'ס תיקון איז צו נעמען דעם "בחינה פון התבודדות" און עס נוצן אויף זיין טאג טעגליכן לעבן, ער דארף זיך אויסלערנען צו זיין מיט זיך, נישט ווערן פארלוירן און אנהייבן טון זיך צו פראטעקטן, ווייל ווען ער איז קראנק זוכט ער אלס אוועק צו לויפן פון זיין "עכטע איך" וואס זאגט אים ביזט נישט אקעי, ביזט גארנישט, ביזט נישט זיכער, ביזט נישט אוועקגעשטעלט, ביזט אויסגעשפילט, און דאס מאכט אים אנגעצויגן און סטרעסטפול אז ער מוז זיך באשיצן, ממילא לויפט ער אוועק פון זיין עכטן קול,
און דאס מתקן צו זיין דארף ער "רילעקסן" און טראכטן, זיין מיט זיך אליין, זיך טרעפן מיט זיינע שוואכקייטן, מיט מיט זיינע וואקלענישן, און מודה זיין דערצו, נישט זיך שלאגן דערמיט,
מודה זיין אז עס איז דא נאך מענטשן, און קיינער וויל מיך נישט אויפעסן, איך דארף מיך נישט שלאגן מיט קיינעם, איך דארף מיך נישט באשיצן פון קיינעם, און דעיס דארף ער טון א גאנצן טאג,
און אז וועט ער מאכן דעם טערעפי, ווי מער געזונט ער וועט ווערן, אלס מער וועט ער עס קענען טון און יא! "אינמיטן די בהלה" וועט ער זיך געבן א שטעל אפ, איין מינוט! זעץ דיך אראפ! קענסט מיר זאגן וואס דו טוסט יעצט! האלט דיך רואיג! ווער נישט נערוועז! ווער נישט פארלוירן! דו ווילסט נאר אוועקלויפן פון עפעס וואס דו האסט מורא אז דו גייסט פילן, ווייס אז עס איז נאר א פילינג, אא"וו.

און דאס איז פשט אז דער זעקסער דארף גיין צו ניין.

זייער זייער ריכטיג!! "מח" זייער קלאר ארויסגעברענגט!
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

לב אחד האט געשריבן:
מקבל ומשפיע האט געשריבן:י

קודם כל שלום עליכם רבי מקבל ומשפיע, ס׳קוקט נישט אויס ווי דו ביסט אזוי גרויסע מקבל, אבער עניוועי, לדעתי מיין איך אז עס איז כדאי אז דו זאלסט נעמען מער א סאלידע שניט מיט דיינע תגובות. חוץ פון דעם, וועלקאם טו דע סובזשעקט אוו דע עניגרעם!

דו שמעקסט מיר צו זיין זעקסעריש עכ״פ געוויסע נטיות דערצו זיכער, דעריבער וויל איך דיר נאר זאגן אז עס פעלט נישט אויס גלייך צו ארויסנעמען א זעג און שניידן, קום אריין רואיג, נעם א בענקל, זעץ זיך אראפ אין אשכול דא, און ליין קודם אדורך די פריערדיגע דורכגעוויקטע בלעטער דא אין דעם געהענגעל, ווייל צומאל זענען שוין זאגן אויסגעקייעט געווארן דא און שוין מעלה גרה געווען אויכעט.

נעה.... מאכסט עס מער ווי ס'איז, נישט געפערליך.
הנשמה שבמוחי
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

מח בקדקדו האט געשריבן:נעה.... מאכסט עס מער ווי ס'איז, נישט געפערליך.

שכוח.
רב מוח.

סאיז טאקע נישט געפערליך

אזוי גייט עס!
זה בונה, וזה סותר.
זה מוסיף, וזה גורע.
זה תוקע, וזה מריע.

"ובלבד שיכוון לבו לשמים"!!

והעיקר: ישראל אין להם אלא "לב אחד" לאביהן שבשמים...
לעצט פארראכטן דורך מקבל ומשפיע אום מאנטאג יאנואר 08, 2018 11:28 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
אוועטאר
שכל הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל הישר »

-
אטעטשמענטס
enegram course.JPG
enegram course.JPG (116.39 KiB) געזען 1391 מאל
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

.
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

נשמה האט געשריבן:די עצם נאטור וויאזוי א זעקסער'ס מח ארבעט, איז, אז בשעת ער גייט אן מיט זיין טאג-טעגליכן לעבן, ווערט ער נישט באגלייט מיט די 'טיפע אינערליכער געדאנקען גאנג' וואס געט פאר א מענטש א טיפע 'קלארקייט' אויפן אמת פון א מצב. א זעקסער קען נישט זאגן, "אקעי איך גיי טראכטן". "טראכטן" מיט ארויפברענגען אין זיך דאס טיפע אינערליכער שארפער קלארער געדאנקען גאנג איז צוויי אנדערע זאכן.

ווען א זעקסער איז 'אנגעצויגן' און 'בהלה'דיג', וועט נישט העלפן אז ער געט אזא 'טראכט' מתוך אנגעצויגנקייט. דאס מיינט נישט די אמת'ע טיפע טראכט. זאל זיך א זעקסער נישט איינרעדן אז מיטן געבן א 'טראכטעלע' מיט א שטארקע קנייטש מיטן שטערן האט ער שוין געטראכט. 'טראכטן', און ארויפברענגען דאס אמת'ע, אמת'ע ישוב הדעת, איז קאמפלעט צוויי אנדערע זאכן.

התבודדות! אויסרעדן דאס הארץ צום באשעפער מיט א רואיגקייט, דאס ברענגט ישוב הדעת. דאס מאכט אז מ'זאל באקומען דאס אמת'ע טיפע ישוב הדעת

התבודדות! איז א עצה וואס איז וויכטיג פארן 4ער קיין איין טראפ נישט ווינציגער ווי פארן 6ער,
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

און אז מען רעדט פון די ענגזייעטי פנעם 6ער איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז לכאורה די 6ערס וועלן ע"פ רוב באהאלטן זייער אנוועזענהייט ווען זיי "לאגן" אריין דא אינעם וועלטל!

וואס זאגט איר צו דעם?
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

מקבל ומשפיע האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:התבודדות! אויסרעדן דאס הארץ צום באשעפער מיט א רואיגקייט, דאס ברענגט ישוב הדעת. דאס מאכט אז מ'זאל באקומען דאס אמת'ע טיפע ישוב הדעת

התבודדות! איז א עצה וואס איז וויכטיג פארן 4ער קיין איין טראפ נישט ווינציגער ווי פארן 6ער,

דאס איז נישט דעם פירער'ס תיקון, דער פירער טוט עס טאקע ווייל אזוי טרעפט ער זיך מיט זיינע געפילן, וואס פון דעם לעבט ער, אבער דאס איז נישט זיין תיקון,
זיין תיקון איז אז ער זאל וויסן אז נישט געפילן זענן די משקל אויף הצלחה, און ער זאל אריין גיין מער אינעם "עולם המעשה" און זיך נישט טינקען א גאנצן טאג אין זיינע פילינגס אהן זיך קענען ארויסזעהן דערפון,

משא"כ ביים זעקסער איז התבודדות א חלק פונעם תיקון, ער זאל ארויסגיין פון זיין טאג טעגליכע אנגעצויגענקייט וואס האלט אים און איין טרייבן אוועקצולויפן פון זיך מיט זיינע שוואכקייטן און וואקלענישן, און גיין אליין זיין מיט זיך און מיטן אויבערשטן אדער אפי' מיט זיך אליין, און אויסקלארן זיינע געפילן וואס ער האט לגבי זיך אליין, אהן אלע זאכן ארום וואס טרייבן אים א גאנצע צייט זיך צו דיפענדן פון זיינע אייגענע געפילן פון "ווערדלאזיגקייט" און "פארלוירנקייט".
הנשמה שבמוחי
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

מח בקדקדו האט געשריבן:דאס איז נישט דעם פירער'ס תיקון, דער פירער טוט עס טאקע ווייל אזוי טרעפט ער זיך מיט זיינע געפילן, וואס פון דעם לעבט ער, אבער דאס איז נישט זיין תיקון,
זיין תיקון איז אז ער זאל וויסן אז נישט געפילן זענן די משקל אויף הצלחה, און ער זאל אריין גיין מער אינעם "עולם המעשה" און זיך נישט טינקען א גאנצן טאג אין זיינע פילינגס אהן זיך קענען ארויסזעהן דערפון,

שתי תשובות בדבר!

1] אז טאקע מהאי טעמא דארף ער מאכן התבודודות! טאקע כדי זיך צו קענען קלאר מאכן און זיין צומישעניש און מאכן סדר אביסל און זיך אליין, און אן התבודודות האט ער פשוט נישט קיין געלעגענהייט דערצו ווייל יעדע מינוט קומען צו פרישע געפילן און חשבונות און פארפלאנטערנישן, מוז ער ארויסגיין פונעם גאנצן הו.. הא.. וואס צומישט אים אן און אן...

2] אמת טאקע אז זיין עיקר תיקון איז אז ער זאל אריין קומען מער אינעם עולם עשיה, אבער מיט דעם אלעם וויבאלד זיין מהות איז דאך פילינגס און ער קען נישט און טאר נישט פרובירן אוועקצולויפן דערפון, ממילא מוז ער ארויסגיין און זיך דווקא יא טרעפן מיט זיינע פילינגס, און מאכן סדר מיט זיינע פילינגס, ד"ה דורכטוען אלע זיינע פילינגס מיט א קלארע קאפ, { איך פיל אזוי און אזוי... איך פיל דאס און דאס... אא"ו}, און טראכטן ביי זיך, אך פיל טאקע אזוי אבער סאיז גארנישט איך מעג אזוי פילן און אדרבה דאס איז מיין כח און איך דארף נישט ווערן צובראכן וועגן דעם...:

ואכתי יש לעי' בזה:

עס איז מעגליך אז די ביידע פוינטס דא זענען "איינס", נאר איך האב עס געשריבן וויאזוי עס האט מיר אויסגעזעהן אויף די מינוט:
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פירערס דארפן זיך צוגעוואוינען צו טרעפן נפש אין זייערע טאג טעגליכע אויפגאבעס. און נישט זיין פארנומען מיט די נפש וואס זיי האב 'פריער' אזוי זיס געפילט.

הייליגער באשעפער איך בעהט דיך אז איך זאל שוין נישט אזויפיל זיין פארנומען און זיין סטאק מיט מיינע געפילן, איך זאל שוין טון וואס איך 'דארף' טון, הייליגער באשעפער ס'איז מיר זייער שווער צו טון 'צום זאך', איך וויל ענדערש לעבן מיט מיינע געפילן, און 'טראכטן' פון מיינע געפילן און 'דילן' מיט מיינע געפילן און עס דורכארבעטן און מסדר זיין עד הסוף, איך וויל ענדערש טון וואס מיינע געפילן זאגן מיר צו טון, איך וויל נישט טון וואס איך 'דארף'. איך בין אנגעפאקט מיט געפילן, אזוי ווייט אז איך קען זיך קוים רירן און זיך נעמען טון 'צום זאך'. מיינע געפילן שטורעמען אין מיר, און ווילן אזויפיל זאכן וואס איז זייער 'אנדערש' ווי איך 'דארף' באמת טון. וואס איך 'דארף' טון איז אזוי טרוקן, באשעפער.

איך בעהט דיך הייליגער באשעפער געב מיר אן אינערליכער כח, אן אינערליכער שטארקייט צו קענען זעהן די וועלט וויאזוי ס'איז 'אן מיינע פערזענליכע געפילן'. איך דארף דאך אויך טון מצוות 'מעשיות', ביסט דאך הנותן ליעף כח, גיב מיר כח הייליגער באשעפער, זיך ארויסצורייסן פון זיין איינגעטונקען אין מיינע געפילן. נאר מאך אז איך זאל טרעפן מיין 'נפש' אגאנצן צייט פון דאס ניי, דוקא אין די 'פשוט'ע' טאג טעגליכע זאכן וואס איך 'דארף' טון, דוקא דארט זאל איך טרעפן 'נפש', אמת טאקע אז איך זוך 'נפש', אמת טאקע אז איך זוך 'מיך', אמת טאקע אז איך וויל 'מיך' נישט אפלאזן, און אגאנצן צייט וויל איך זיין מיט מיר אליין. אבער מאך אז איך זאל טרעפן מיין 'נפש' אגאנצן צייט מיט א 'התחדשות', אין די טאג טעגליכע פליכטן וואס איך דארף טון. מאך איך זאל באקומען א 'כח המעצור' זיך צו קענען איינהאלטן פון זאגן זאכן וואס איך דארף נישט זאגן, און טון זאכן וואס איך דארף נישט טון. נאר איך זאל טרעפן נפש דייקא אין 'סעלף דיסציפלין'. און איינהאלטן דיין הייליגע תורה הקדושה.

מאך הייליגער באשעפער, געב מיר כח צו מסכים זיין אז איך בין פונקט ווי 'יעדעם', און איך האב פליכטן און אחריות'ער 'פונקט ווי יעדעם'. און איך דארף טון 'פונקט ווי יעדעם' אינעם עולם העשיה. מאך הייליגער באשעפער אז איך זאל נישט ווערן חלילה פארהאקט און צעמישט פון אזויפיל געפילן. נאר איך זאל מיך אלעמאל קענען קומען אויסרעדן פאר דיר, אזוי ווי מ'רעדט זיך אויס פאר א גוטן פריינד, איך זאל אלעמאל קענען צוריקקומען צו דיר, און דיר פארציילן מיינע טאג טעגליכע געפילן וואס שטורעמען מיר איבערצונעמען, אז איך קען מיך כמעט נישט רירן. איך זאל פילן רבש"ע אז דו פארשטייסט מיך יא. כאטש איך פיל אז קיינער זעהט נישט מיין 'עכטע' איך. און דאס טוט מיך וויי. זאל איך עס קענען אפלאזן. און טון צום זאך.

הייליגער באשעפער איך בעהט דיך, אז איך זאל פארשטיין יענעם 'אויך', און נישט נאר זיין פארנומען מיט 'מיך' און מיט 'מיינע' געפילן, נאר איך זאל קענען רחמנות האבן אויף יענעם, און 'זעהן' יענעם. און מיטפילן מיט 'יענעם'. רבש"ע איך האב געפילן און איך וויל 'רחמנות' האבן אויף מיר אליין אגאנצן טאג, מאך אז איך זאל קענען ביידע, סיי אנערקענען מיינע געפילן און סיי טרעפן נפש אין עולם המעשה דייקא.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

מקבל ומשפיע האט געשריבן:שתי תשובות בדבר!

1] אז טאקע מהאי טעמא דארף ער מאכן התבודודות! טאקע כדי זיך צו קענען קלאר מאכן און זיין צומישעניש און מאכן סדר אביסל און זיך אליין, און אן התבודודות האט ער פשוט נישט קיין געלעגענהייט דערצו ווייל יעדע מינוט קומען צו פרישע געפילן און חשבונות און פארפלאנטערנישן, מוז ער ארויסגיין פונעם גאנצן הו.. הא.. וואס צומישט אים אן און אן...

2] אמת טאקע אז זיין עיקר תיקון איז אז ער זאל אריין קומען מער אינעם עולם עשיה, אבער מיט דעם אלעם וויבאלד זיין מהות איז דאך פילינגס און ער קען נישט און טאר נישט פרובירן אוועקצולויפן דערפון, ממילא מוז ער ארויסגיין און זיך דווקא יא טרעפן מיט זיינע פילינגס, און מאכן סדר מיט זיינע פילינגס, ד"ה דורכטוען אלע זיינע פילינגס מיט א קלארע קאפ, { איך פיל אזוי און אזוי... איך פיל דאס און דאס... אא"ו}, און טראכטן ביי זיך, אך פיל טאקע אזוי אבער סאיז גארנישט איך מעג אזוי פילן און אדרבה דאס איז מיין כח און איך דארף נישט ווערן צובראכן וועגן דעם...

ס'איז אמת אז דער פירער דארף מאכן התבודדות, בעסער געזאגט נישט ער דארף, ער מאכט שוין, אבער דאס איז עפעס וואס ער טוט סייווי, און דאס איז נישט זיין תיקון, ער מאכט התבודדות אפי' ווען ער איז קראנק, נישט דעיס מאכט אים געזונט, פארקערט ווען ער איז קראנק לויפט ער אוועק פון מענטשהייט און ער מאכט מער התבודדות און גייט מער אריין אין זיך, דעם פירער'ס תיקון איז ער זאל יא זיין דאהי, ער זאל אריינקומען אינעם עולם עשיה, ער זאל זיך אפרייסן פון זיין אבסעסיע און נישט זיך טינקען אין זיינע געפילן אלס צו זוכן נאך און נאך הרגשים אן ערפאלג, און נישט זיך צו בויען און זיך אפצופסק'ענען לויט זיינע פילינגס, אוודאי טאר ער נישט אוועק לויפן פון זיין אייגענע מהות און אריין גיין אינגאנצן אינעם עולם העשיה אהן קיין געפיל, נאר ס'דארף זיין בבחינת "רצוא ושוב", ער איז א געפלישע מענטש, און ער דארף עס אויסנוצן, ער דארף דינען דעם אויבערשטן מיט הרגש, און יא! ער זאל טרעפן די געפיל און יעדע זאך, ער זאל אריין לייגן זיין גאנצע געפיל, אבער נישט אז ער זאל בויען זיין גאנצע עקזיסטענץ און האלטן און איין נאכלויפן צו באקומען א געוויסע געפיל, און טאמער נישט וועט ער זיין צושאסן,

משא"כ דער זעקסער, זיין פראבלעם איז ווען ער געפונט זיך מיט מענטשן, און ווען ער איז "אין" די וועלט, און ער לויפט נאך א גאנצן טאג צו מאכן זיכער אז ער איז א "געהעריגע בריה" און אז "ער איז מסודר" און "פארזיכערט" פארדעם ווען ער גייט ארויס זיין אליין מיט זיך קען ער רילעקסן און זעהן זאכן אהן די אלע מחשבות און געפילן פון פארלוירנקייט און זיך דארפן האלטן אין איין דיפענדן און פראטעקטן פון זיינע מחשבות און דמיונות וואס לויפן אים נאך און מאכן אים פילן נישט גוט, און דערמאנען אים אז ער איז שוואך ווי א פליג.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

מקבל ומשפיע האט געשריבן:און אז מען רעדט פון די ענגזייעטי פנעם 6ער איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז לכאורה די 6ערס וועלן ע"פ רוב באהאלטן זייער אנוועזענהייט ווען זיי "לאגן" אריין דא אינעם וועלטל!

וואס זאגט איר צו דעם?

נישט ריבטיג איך בין אייביג אפען
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

לאנדאנער האט געשריבן:

1) ווער זאגט אז דו ביסט א 6ער?

2) איך האב נישט געשריבן קיין כלל איך האב געשריבן ע"פ רוב, און איינמאל סאיז נישט קיין כלל איז בכלל נישט קיין קשיא,
איך האב נאר געשריבן אן אינטערעסאנטן אנעקדאט בנוגע דעם 6ער און סאיז זיכער דא א היבשע אמת דערין:
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

מח בקדקדו האט געשריבן:
מקבל ומשפיע האט געשריבן:שתי תשובות בדבר!

1] אז טאקע מהאי טעמא דארף ער מאכן התבודודות! טאקע כדי זיך צו קענען קלאר מאכן און זיין צומישעניש און מאכן סדר אביסל און זיך אליין, און אן התבודודות האט ער פשוט נישט קיין געלעגענהייט דערצו ווייל יעדע מינוט קומען צו פרישע געפילן און חשבונות און פארפלאנטערנישן, מוז ער ארויסגיין פונעם גאנצן הו.. הא.. וואס צומישט אים אן און אן...

2] אמת טאקע אז זיין עיקר תיקון איז אז ער זאל אריין קומען מער אינעם עולם עשיה, אבער מיט דעם אלעם וויבאלד זיין מהות איז דאך פילינגס און ער קען נישט און טאר נישט פרובירן אוועקצולויפן דערפון, ממילא מוז ער ארויסגיין און זיך דווקא יא טרעפן מיט זיינע פילינגס, און מאכן סדר מיט זיינע פילינגס, ד"ה דורכטוען אלע זיינע פילינגס מיט א קלארע קאפ, { איך פיל אזוי און אזוי... איך פיל דאס און דאס... אא"ו}, און טראכטן ביי זיך, אך פיל טאקע אזוי אבער סאיז גארנישט איך מעג אזוי פילן און אדרבה דאס איז מיין כח און איך דארף נישט ווערן צובראכן וועגן דעם...

ס'איז אמת אז דער פירער דארף מאכן התבודדות, בעסער געזאגט נישט ער דארף, ער מאכט שוין, אבער דאס איז עפעס וואס ער טוט סייווי, און דאס איז נישט זיין תיקון, ער מאכט התבודדות אפי' ווען ער איז קראנק, נישט דעיס מאכט אים געזונט, פארקערט ווען ער איז קראנק לויפט ער אוועק פון מענטשהייט און ער מאכט מער התבודדות און גייט מער אריין אין זיך, דעם פירער'ס תיקון איז ער זאל יא זיין דאהי, ער זאל אריינקומען אינעם עולם עשיה, ער זאל זיך אפרייסן פון זיין אבסעסיע און נישט זיך טינקען אין זיינע געפילן אלס צו זוכן נאך און נאך הרגשים אן ערפאלג, און נישט זיך צו בויען און זיך אפצופסק'ענען לויט זיינע פילינגס, אוודאי טאר ער נישט אוועק לויפן פון זיין אייגענע מהות און אריין גיין אינגאנצן אינעם עולם העשיה אהן קיין געפיל, נאר ס'דארף זיין בבחינת "רצוא ושוב", ער איז א געפלישע מענטש, און ער דארף עס אויסנוצן, ער דארף דינען דעם אויבערשטן מיט הרגש, און יא! ער זאל טרעפן די געפיל און יעדע זאך, ער זאל אריין לייגן זיין גאנצע געפיל, אבער נישט אז ער זאל בויען זיין גאנצע עקזיסטענץ און האלטן און איין נאכלויפן צו באקומען א געוויסע געפיל, און טאמער נישט וועט ער זיין צושאסן,

משא"כ דער זעקסער, זיין פראבלעם איז ווען ער געפונט זיך מיט מענטשן, און ווען ער איז "אין" די וועלט, און ער לויפט נאך א גאנצן טאג צו מאכן זיכער אז ער איז א "געהעריגע בריה" און אז "ער איז מסודר" און "פארזיכערט" פארדעם ווען ער גייט ארויס זיין אליין מיט זיך קען ער רילעקסן און זעהן זאכן אהן די אלע מחשבות און געפילן פון פארלוירנקייט און זיך דארפן האלטן אין איין דיפענדן און פראטעקטן פון זיינע מחשבות און דמיונות וואס לויפן אים נאך און מאכן אים פילן נישט גוט, און דערמאנען אים אז ער איז שוואך ווי א פליג.

איך הער וואס דו זאגסט, קען זיין אז דו ביסט גערעכט!
אבער סאיז זיכער אז אין געוויסע לעוועל דארף ער יא מאכן התבודודות, זיך מסדר צו זיין און זיך מיישב זיין, "און איבער אלעם רעדן צום באשעפער און זיך ארויפווארפן אויף אים" ווייל אן דעם וועט ער קיינמאל נישט קענען ארויסקריכן פון זיין צומישקייט {וואס ווערן פאראורזאכט דורך זיינע פילינגס}:
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

שאלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

וועט א פירער פרובירן צו אנטלויפן פון pain דורך זיך אריינלייגן אין ארבעטן, דערגרייכן, זיין סוקסעספול, זיך אונטערנעמען הונדערט פראיעקט אויפאיינמאל?

דאס זענען נטיות וועלכע איך האב לעצטענס באמערקט אויף מיר.

לדעתי: עס קומט פון די 3 wing וואס זאגט דער עולם?
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

לב אחד האט געשריבן:וועט א פירער פרובירן צו אנטלויפן פון pain דורך זיך אריינלייגן אין ארבעטן, דערגרייכן, זיין סוקסעספול, זיך אונטערנעמען הונדערט פראיעקט אויפאיינמאל?

דאס זענען נטיות וועלכע איך האב לעצטענס באמערקט אויף מיר.

לדעתי: עס קומט פון די 3 wing וואס זאגט דער עולם?

ווייסט! דערמאנסט מיך, איך קען איינער וואס איז א "דרייער" מיט א "פיר" ווינג, [נישט א "פירער" מיט א "דריי" ווינג] וואס מען זעט אויף אים ממש אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ, ער איז צושאסן און צוקנאקט, פרובירט ער זיך זאט צו מאכן, און צו פארגעסן זיין פעין, און אז ער זאל יא פילן עפעס א געוויסע חיות אין זיין לעבן, נישט נאר טינקלקייט אהן א סוף, ווארפט ער זיך אריין אויפצוטון און אנצוקומען אויפן חצוניות'דיגן פראנט, און נאכדעם פילט ער זיך גרויליג ווייל ער פילט אז ער לויפט סתם אוועק פון זיין עכטע איך, און ער איז סתם "פעיק", ווערט ער נאך מער צובראכן, לויפט ער ווייטער נאך סוקסעס, אזוי רינגס און ארום אהן קיין סוף און קיין עק, ממש יסורי הנפש! נשמה@ האט האט שוין אסאך גערעדט פון דעם לעצטנס,

זאג נאר אזוי פילסטו אויך?

סאו ס'איז גאר שטארק מעגליך אז דער "פירער" מיט א "דריי" ווינג איז אויך אזוי און ממילא איז דיין אפשאצונג אויף דיר א גוטער.

אדרבה נשמה! וואס זאגסטו?.
איך טראכט צו דער "זעקסער" קען אויך האבן אזא סארט געפיל.

איך טראכט..... אדרבה נשמה קום אריין:
הנשמה שבמוחי
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

מח בקדקדו האט געשריבן:איך טראכט צו דער "זעקסער" קען אויך האבן אזא סארט געפיל.

גאנץ אינטערעסאנט! איך האב אויך געטראכט אז דעס שיינט שטארק 6עריש,
אבער סמאכט שטארק סענץ וואס דו שרייבסט,
איך וואלט אבער עגריט מיט מח אז דעס זעהט אויס צו זיין מער 3 מיט א ווינג פון 4, ווי 4 ווינג 3, ווייל א 4 ווינג 3 וועט לדעתי נישט מצליח אוועק צולויפן פון זיינע אימאושנס דורכן פרובירן צו זיין סוקסעספול,
באט קאט בי סאיז מעגליך:

(גראדע "לב אחד", ווען איך האב געלייענט דיינע פריערדיגע תגובות האסטו מיר אגאנצע צייט געשיינט צו זיין מער אויפן 6ערס שניט. לעורר בעלמא...)
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

לב אחד האט געשריבן:וועט א פירער פרובירן צו אנטלויפן פון pain דורך זיך אריינלייגן אין ארבעטן, דערגרייכן, זיין סוקסעספול, זיך אונטערנעמען הונדערט פראיעקט אויפאיינמאל?

דאס זענען נטיות וועלכע איך האב לעצטענס באמערקט אויף מיר.

לדעתי: עס קומט פון די 3 wing וואס זאגט דער עולם?

זיבענער אנטלויפן פון 'ענגזייעטי און פחד' סארט pain, יעדע מאל ס'הייבט זיי אן צו פילן א משהו 'boring' זיי ווייסן נישט וואס דאס איז, זיי פילן עס אלץ 'לאנגווייליגקייט', לויפן זיי צו 'עקספיריענס'. נישט יעדער און אויף יעדעם וואס מ'קען אפעלירן דעם אויבנדערמאנטן סטעטמענט איז א זיבענער. געדענק מ'רעדט דא פון א 'זיבענער'. מיט א דגוש. אבער דא, איז עפעס אנדערש, דא קען זיין אז דו רעדסט פון pain, וואס זאגט דיר "איך בין גארנישט ווערד". איז צו אנטלויפן פון די סארט 'pain', איז אוודאי די "עצה" זיך אריינצולייגן אין ארבעט, צו דערגרייכן און זיי סוקסעספול, זינט ס'טוט דירעקט פארדעקן די פעין פון "איך בין גארנישט ווערד".

פירערס פילן pain. זיבענערס פילן pain? זיבענער'ס געבן זיך נישט קיין צייט צו באמערקן זייער pain. זיי לויפן און זיי זענען ביזי. זיבענערס פילן לאנגווייליג? ניין. זיי פילן נישט לאנגווייליג, ווייל זיי לויפן פון איין עקפיריענס צו די צווייטע. ווען א מענטש קומט זאגן אז ער פילט pain, און ער אנטלויפט דערפון, הערט זיך עס נישט זיבן. פארוואס? ווייל א זיבענער אנטלויפט צו שטארק פון 'ווייטאג', אז ער זאל פילן אז ער האט עס בכלל. כן נראה לי השתא. זיבענער זענען זייער אפטימיסטיש, פארוואס? ווייל נאך פאר זייער ווייטאג וויל אפילו ארויסשטעקן א האר, איז שוין די זיבענער ביזי צו בוקן א טיקעט. אומגעזונטע זיבענערס אנטלויפן שוין אזוי סך פון 'ווייטאג' אז ענווענטועל הייבן זיי עס אן צו שפירן פון צייט צו צייט, און זיי קענען ווערן דעפרעסט אויף אביסל. אבער זיבענערס זענען זייער נישט צוגעוואוינט צו לעבן מיט זייער אינערליכקייט. זיי לויפן אוועק פון זיך. ווען א מענטש קומט זאגן אז ער אנטלויפט פון זיך, איז ער א זיבענער? לכאורה נישט. ווייל א זיבענער ווייסט נישט אז ער אנטלויפט פון 'זיך', א מענטש דארף קודם וויסן א 'זיך', און נאכדעם וויסן אז ער אנטלויפט פון 'עפעס'. א זיבענער ווייסט נישט פון 'זיך' צוזאגן. כן נראה לי.

פירערס פילן pain. א צווייער קען אויך פילן 'ווייטאג'. פארוואס פילן פירערס ווייטאג? ווייל זיי 'פילן'! זיי ווילן 'פילן'! און זיי זענען אזוי צוגעוואוינט צו 'פילן', אז זיי ווייסן נישט וויאזוי אפצולאזן די 'געפיל' און גיין ווייטער. דערפאר פילן זיי 'ווייטאג'. אויב א מענטש מאכט אפ ביי זיך אז יעדע געפיל וואס קומט אריין אין אים גייט ווערן געפילט, וועט אוודאי געפילן פון 'ווייטאג' זיך האלטן ביי אים לענגער. לענגער, און נאך לענגער. וואס קאן מען טון? "פירערס האבן ליב pain" נישט זיי האבן עס ליב. אמת זיי האבן עס נישט ליב. קיינער האט נישט ליב 'ווייטאג'. אבער זיי זענען זייער צוגעוואוינט צו באטראכטן זייערע בובוס. און עס 'פילן', און עס 'פילן', און נאך און נאך. "איך האב א בובו!!!"

און די זעלבע זאך וועלן פירער פילן יענעמ'ס ווייטאג. און פילן, און פילן, און פילן, און דילן דערמיט. אנדערש ווי צווייער. לאמיר זיך נישט צעמישן מיט צווייער. צווייער פילן אמפאטיע פאר יענעמ'ס באדערפענישן. פירער פילן יענעמ'ס 'ווייטאג' נישט נאר אויף צו ליב האבן 'יענעם' און 'העלפן'. פירער האבן דעפיניטלי צווייערישע שטריכן. יעדע פירער האט צווייערישע שטריכן און יעדע צווייער האט פירערישע שטריכן. אבער בעת א צווייער פילט מיט א רואיגקייט מיטן גאנצן הארץ "וואס דארף יעצט יענער" און וויאזוי קען איך אים העלפן, און ווייזן אז איך בין דא פאר אים?, ווערן 'פירער' אויס מענטש, און זיי קענען קוים נעמען א תהלים און זאגן תהלים פאר יענעמ'ס ווייטאג.

וואס טוען ניינערס ווען זיי זענען אין pain? זיי dissociate'ן מער און מער.

אונטערשטע שורה, צו דיין קשיא, וועלן פירערס פרובירן אנטלויפן פון ווייטאג דורכן זיך אריינלייגן אין ארבעטן, דערגרייכן און זיין סוקסעספול, די תירוץ אויף דעם קוקט אויס, אז פירער אליין וועלן דעס נישט טון. פירער וועלן פארקערט קודם פרובירן צו דורכטון זייער ווייטאג, אבער מיט א דרייער פליגל קען זיין אז מ'וועט אזוי טון. אדער אזוי ווי 'מח' שרייבט שפעטער אז א דרייער מיט א פירער פליגל קען אויך אזוי זיין.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 1:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מקבל ומשפיע האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:איך טראכט צו דער "זעקסער" קען אויך האבן אזא סארט געפיל.

גאנץ אינטערעסאנט! איך האב אויך געטראכט אז דעס שיינט שטארק 6עריש,
אבער סמאכט שטארק סענץ וואס דו שרייבסט,
איך וואלט אבער עגריט מיט מח אז דעס זעהט אויס צו זיין מער 3 מיט א ווינג פון 4, ווי 4 ווינג 3, ווייל א 4 ווינג 3 וועט לדעתי נישט מצליח אוועק צולויפן פון זיינע אימאושנס דורכן פרובירן צו זיין סוקסעספול,
באט קאט בי סאיז מעגליך:

(גראדע "לב אחד", ווען איך האב געלייענט דיינע פריערדיגע תגובות האסטו מיר אגאנצע צייט געשיינט צו זיין מער אויפן 6ערס שניט. לעורר בעלמא...)

מקבל, איך האב מורא אז ס'איז די דרייערישקייט. דרייערס זענען competitive. איך טראכט אז זעקס האט אן אנדערע שניט. ער האט אריינגעשניטן אין דיר מיט זיין דרייערישע זעג מיין איך. איך מיין אז ס'איז א דרייערישע בלעיד. אזוי ווי ער אליין טענה'ט אז ער איז א פירער מיט א דרייערישער פליגל. און ער האט קלאר געזאגט אז ער האט נישט די אומזיכערקייט וואס א זעקסער האט. מיר דארפן טרעפן אויף די וועלט דרייערס, איינזערס, צווייערס, פירערס, אכטערס, ניינער, וכו' חוץ פון טרעפן זעקסער'ס. זעקסער זענען מענטשן וואס טוען פאר 'סעקיוריטי'. און סעקיוריטי מיינט צו האבן 'זיכערקייט'.

אויב דו טרעפסט א זעקסער און דו וועסט אים פרעגן "אויב דו הערסט דיך אויף צו זארגן וואס פילסטו?" וועט ער דיר ענטפערן, "איך פיל ווי א פלאר עפנט זיך אויף אונטער מיר און איך פאל אריין". אזוי קוקט מיר אויס. יעצט ווען איך שרייב די שורות. והשם הטוב יעזור אז מיר זאל זיין גוטע וואוילע יודן.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 2:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

נשמה האט געשריבן:ער האט אריינגעשניטן אין דיר מיט זיין דרייערישע זעג מיין איך. איך מיין אז ס'איז א דרייערישע בלעיד.

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
איך בין גראדע מחולק מיט וואס דו זאגסט וועגן די בלעיד, אבער... עד כאן. עס קען אנהייבן צו גיין פערסענאל:
לעצט פארראכטן דורך מקבל ומשפיע אום דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 6:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”