עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מיטוואך מאי 16, 2012 8:13 pm
כ'האב אמאל געזען אין מגדול עוז פון יעב"ץ ווי ער צולייגט דעם מענטש אין 4 חלקים מרה ירוקה, שחור, לבנה און נאך איינס כ'דענק נישט אקיצור זאגט ער דארט אז א מענטש וואס איז א בעל תאווה איז פון מרה לבנה עכ'פ whats ur take on this?
Advertisement
מיטוואך מאי 16, 2012 9:44 pm
מתבונן האט געשריבן:ברוך השם דער אשכול האט זיך געגעבן א דריי צירוק!
יעצט זיי מסביר פארוואס דו האסט זיך געהאט מייאש געווען און תרנגול נישט, וועלכע נומער איז דער מייאש און ווער נישט, און ווער פון די צוויי לעבן מער אין רעאלטעט.
אה אנטשולדיגט, צוריק צום נושא...
מיטוואך מאי 16, 2012 9:49 pm
זיס, וואס טוט זיך?
קוקט אויס אז
דאס איז נאך נישט גילטיג... הע?
אה אנטשולדיגט, צוריק צום נושא...
מיטוואך מאי 16, 2012 9:52 pm
ניין.
הויבט זיך אן פון מארגן אי"ה.
דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:37 am
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט.
דאנערשטאג מאי 17, 2012 9:36 am
מתבונן, א גרויסן דאנק פארן זיך מטריח זיין אונז צו קלוגער מאכן מיט דיינע רייכע ידיעות.
יעצט וויל איך דיר ווייטער מוטשענען, איז די coherence therapy די מהלך פון דרייקורס אדער דרייקורס איז מער אדלער?
אפשר קענסטו מיר מציע זיין א נאמען פון א גוטע ביכל אויף די קוהערענס טעראפי?
ווי אויך ווארט איך זאלסט מיר ענטפערן אויף מיין צווייטע שאלה ביי די פריערדיגע הודעה בנוגע די עשר ספירות.
יישר כח! חזק ואמץ!
דאנערשטאג מאי 17, 2012 10:28 am
מיימוני האט געשריבן:ווי אויך ווארט איך זאלסט מיר ענטפערן אויף מיין צווייטע שאלה ביי די פריערדיגע הודעה בנוגע די עשר ספירות.
יישר כח! חזק ואמץ!
אודאי מיינסטו א חיבור פון אן ערליכער איד א ירא שמים מיט גוטע הסכמות.
דאנערשטאג מאי 17, 2012 11:38 am
קראק-פאט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט.
צו אביסל טשולענט פארשטייסטו יא?
דאנערשטאג מאי 17, 2012 11:43 am
מתבונן האט געשריבן:קראק-פאט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט.
צו אביסל טשולענט פארשטייסטו יא?
אויב יא דאן ביזטו א זיבענער
דאנערשטאג מאי 17, 2012 11:52 am
מיימוני האט געשריבן:יעצט וויל איך דיר ווייטער מוטשענען, איז די coherence therapy די מהלך פון דרייקורס אדער דרייקורס איז מער אדלער? אפשר קענסטו מיר מציע זיין א נאמען פון א גוטע ביכל אויף די קוהערענס טעראפי?
דרייקורס איז דער ממשיך דרכו פון אדלער וואס האלט אז אלע פראבלעמן קומען פון זיך נישט טרעפן דאס פלאץ אין די חברה. קוהירינס טערעפי נעמט נישט קיין שום שטעלונג וואס דער פראבלעם דארף זיין, עס קען זיין אלעס.
דער איינציגסטער ביך וואס איז דא אויף דעם נושא איז Depth Oriented Brief Therapy, פון Bruce Ecker, דער נאמען קוהירנס טערעפי איז שפעטער ציגעקומען.
דאנערשטאג מאי 17, 2012 11:56 am
טייבעלע האט געשריבן:מיימוני האט געשריבן:ווי אויך ווארט איך זאלסט מיר ענטפערן אויף מיין צווייטע שאלה ביי די פריערדיגע הודעה בנוגע די עשר ספירות.
יישר כח! חזק ואמץ!
אודאי מיינסטו א חיבור פון אן ערליכער איד א ירא שמים מיט גוטע הסכמות.
עס איז נישטא קיין הלכה למשה מסיני פאר דעם, איך לכשעצמי האב אן אויסגעטראטענעם מהלך איבער דעם פון וואס איך האב געלערנט סיי פון מיינע רביס און סיי פאר מיר, אבער... אדער יא אדער ניין (איך מיין בעיקר דעם צאמשטעל איז נישט שייך צו וויסן קלאר, ודו"ק).
לעצנטס איז ארויסגעקומען די ספר "דע את נפשך" פונעם מחבר פון בלבבי משכן אבנה, וואס צונעמט אלע מידות בשורשם פון די עשר ספירות, איך האב עס נאכנישט געעדיגט, און איך ווייס נישט אויב ער קען די אניאגראם (איך שטעל מיך פאר אז ער ווייסט זעכער פון דעם), אבער עס זעהט אויס אינטרעסאנט. עס איז כדאי אריינצוקוקען.
דאנערשטאג מאי 17, 2012 2:52 pm
מתבונן האט געשריבן:קראק-פאט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט.
צו אביסל טשולענט פארשטייסטו יא?
יא. ב"ה.
דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:10 pm
קראק-פאט האט געשריבן:מתבונן האט געשריבן:קראק-פאט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט.
צו אביסל טשולענט פארשטייסטו יא?
יא. ב"ה.
אלזא וועלעכע טייפ איז דיין טשולענט?
דאנערשטאג מאי 17, 2012 8:12 pm
זיס האט געשריבן:יעצט זיי מסביר פארוואס דו האסט זיך געהאט מייאש געווען און תרנגול נישט, וועלכע נומער איז דער מייאש און ווער נישט, און ווער פון די צוויי לעבן מער אין רעאלטעט.
זיס, לאמיר עס צונעמען מיט 'פינעווירישען' בליק לכבודך.
איז אזוי, דאס וואס איך האב כמה פעמים געשריבן וועגן 'אוועק פונעם נושא', 'צוריק צום נושא...', דארף מען פארשטיין. מקען טאקע זאגן ווי דו האסט עס מכלומרשט פארשטאנען, אז עס שמעקט פון סימני יאוש, אז איך בין שוין אינגאנצן מיאוש אז דער אשכול וועט נאך אמאל צירוקקומען צום שורש. מאידך גיסא קען מען טראכטן פארקערט, דאס איז נישט יאוש, נאר פשוט א געוויסע נערוועזקייט פון 'אנהאלטן' דעם אשכול אז עס זאל נישט אונטערגיין. אויב דאס איז דער אמת פאנגט דאך נישט אהן דיין גאנצע הערה אז תרנגול איז זיך נישט מייאש, פאנגט זיך גארנישט אהן, ער איז פשוט מודיע פארן עולם, אז דער אשכולם איז קיינמאל נישט אונטרגעגאנגען, אלעס איז בסדר, משא"כ לויטן ערשטן צד, קען מען טאקע הערן אז תרנגול איז א שטארקע מענטש וואס דערשרעקט זיך נישט פון קיין יאוש און דורכפעלער.
לפי זה איז דיין צווייטע הערה אויך תלוי אין דעם חקירה, לויטן ערשטען צד אז מען איז דן דא פון יאוש, איז עס דער פיערער וואס וועט זיך די שנעלסטע מייאש זיין פון זיין לעבן, אז עס גייט איהם נישט וכדו', און דער ניינער אדער זיבענער וואס האבן אלעמאל דעם פאזיטיוון בליק אז אלעס וועט זיין בסדר אויפן בעסטן אופן. משא"כ לויטן צווייטן צד אז מען איז דן דא פון א געוויסע נערוועזקייט אנצוכאפן די זאך, דעמאלטס איז דאס דער זעקסער וואס פילט אלעמאל נערוועז אז עס גייט נישט זיין גוט און מען דארף זיך זארגן אז אלעס זאל זיין 'בסדר' (אבער עס איז נישטא קיין געפילן אז עס איז 'דערנאך' ווי ביים פיערער), און דער נאמבער וואס געט קיינמאל נישט אויף און איז אלעמאל שטארק און די שווערסטע מצבים, דאס איז דער אכטער אדער דער דרייער.
נאר וואס דען מקען טראכן א דריטן צד, אז איך מייין צו זאגן, אז דא האנדלט מען פון א באנדע נערנים און תמימים וואס ווייסן נישט בחייכון וביומיכון וואס גייט פאר אין די נושא, און איך לאך פשוט פון די זייט ווי די זאך צופאלט טאקע, ווייל מיט מענשטן וואס פארשטייען נישט, געשעט דאס טאקע אז עס צופאלט, משא"כ תרנגול קוקט עס אהן ווי, וואס עפעס?! אוודאי פארשטייען זיי, זיי פארשטייען זייער גוט וואס זיי רעדן, ממאכט זיך אביסל נאריש, שוין, סמאכט זיך. יעדע מענטש האט פארשטאנד, און נישט נאר דאס, דער אשכול איז דאך פיל מיט תוכן, דער עולם רעד אזוי צום זאך, אזוי געשמאק. לפי"ז, בין איך א פיניווער וואס קוקט אהן די וועלט ווי מפארשטייט נישט קיין עסק, און נאר איך פארשטיי, משא"כ תרנגון וועט ווייטער זיין א ניינער אדער גאר א צווייער, וואס זיכט ווי גוט מענשטן זענען.
זיס טייערע, יעצט האסטו מיך שוין אינגאנצן צימושט מיטן זיך אריינלייגן אין די פינעווירישע mode, וואס בין איך?
דאנערשטאג מאי 17, 2012 8:39 pm
בנוגע תרנגול, קען פשוט זיין אז ניינערס האבן מורא פון א טויש... עס איז זיי גוט אזוי... ער האט מורא פון א נייעם אשכול, אפשר וועט עס נישט געלונגען.... אפשר וועט ער פארלירן ביידע...
ממילא פראבירט ער זיך איינצורעדן און מחזק זיין אז ניין, דער אשכול איז יא גוט, און אויב איז פאראן א פראבלעם, וועט מען עס צוריקדרייען צום נושא.
דאנערשטאג מאי 17, 2012 8:42 pm
איך האב דאך געהאט דריי צדדים וואס תרנגול איז. ווי אזוי ביזטו אזוי זיכער אז ער איז א ניינער?
דאנערשטאג מאי 17, 2012 8:56 pm
מתבונן האט געשריבן:אלזא וועלעכע טייפ איז דיין טשולענט?
איך ווייס נישט א טייפ, די אינגרידיענטס קען איך דיר זאגן. געווייקטע בונדלעך, מארך ביינער, פלאנקען, צוויבל, קנאבל, זאלץ, און פעפער.
יעצט מעג איך שוין וויסן מיין טייפ?
דאנערשטאג מאי 17, 2012 9:12 pm
קראק-פאט האט געשריבן:יעצט מעג איך שוין וויסן מיין טייפ?
אויב דו האסט מארך ביינער און פלאנקען ביזטו מסתמא א זיבענער.
דאנערשטאג מאי 17, 2012 9:24 pm
פרייטאג מאי 18, 2012 4:06 am
מתבונן האט געשריבן:טייבעלע האט געשריבן:מיימוני האט געשריבן:ווי אויך ווארט איך זאלסט מיר ענטפערן אויף מיין צווייטע שאלה ביי די פריערדיגע הודעה בנוגע די עשר ספירות.
יישר כח! חזק ואמץ!
אודאי מיינסטו
א חיבור פון אן ערליכער איד א ירא שמים מיט גוטע הסכמות.
עס איז
נישטא קיין הלכה למשה מסיני??? פאר דעם, איך לכשעצמי האב אן אויסגעטראטענעם מהלך איבער דעם פון וואס איך האב געלערנט סיי פון מיינע רביס און סיי פאר מיר, אבער... אדער יא אדער ניין (איך מיין בעיקר דעם צאמשטעל איז נישט שייך צו וויסן קלאר, ודו"ק).
לעצנטס איז ארויסגעקומען די ספר "דע את נפשך" פונעם מחבר פון בלבבי משכן אבנה, וואס צונעמט אלע מידות בשורשם פון די עשר ספירות, איך האב עס נאכנישט געעדיגט, און איך ווייס נישט אויב ער קען די אניאגראם (איך שטען מיך פאר איז ער ווייסט זעכער פון דעם), אבער עס זעהט אויס אינטרעסאנט.
עס איז כדאי אריינצוקוקען.
א הסכמה פון????
פרייטאג מאי 18, 2012 9:58 am
ביי זייןספר בלבבי משכן אבנה איז דא אפאר היימישע הסכמות.
מיטוואך מאי 23, 2012 7:15 pm
וואו ביניך? איי ניד העלפ אסאפ!!!
אן איינזער? יעדע ווארט מוז זיין גוט געספעלט די גרעמער מוז זיין גוט די קאמעס מוזן זיין אויפן פלאץ, איז עפעס ראנג קרענקט עס מיר אויף אייביג.
א צווייער? מיין דראפ באקס איז איבערגעפילט מיט פיילס נאר אנדערע נוצן, דענקיך נישט לעצט איינער האטמיר געצאלט פאר א דזאב אלעס איז געטון געווארן פאר פריינטשאפט פרובירן עט איינער אויפברענגען א ווארט וועגן געלט עליך ווערן באליידיגט עד הסוף
דרייער? ס'דאכט זיק דיר כ'בין דיין פריינט? הייבט זיך נישט אן! אלעס איז אן עקט!
פירער?
ליינט מיין ארטיקעל אויף קרעמער, כאמיך געשאקלט פאר געוויין בעת כאב עס געשריבן
פינפער? די לעצטע חודש אליין האביך אנגעהויבן לערנען זעקס באזונדערע זאכן בלויז עס צו וויסן
זעקסער? בינעך דא פאר עפעס אנדערש ווי פאר סעד לתומכו?
א זיבענער? ליינט איבער דעם קאממענט און זאגט מיר.
אכטער? פרובירן זאל איינער צו נוצן מיינס א זאך אן רשות
(מיט רשות וואדע יא קוק און נומער צוויי)
ניינער? אלעס איז גוט און אויב נישט עט עס זיין און געציילטע מינוטן!
איינער קען מיר העלפן דא כזוך אן אנאליז עמערדזענסי!!! (בד"וו איך ווייס גארנישט וועגן דעם נושא, וואס שרייביך דערוועגן? ווייסיך נישט וועלכע קאטאגאריע דאס איז)
דאנערשטאג מאי 24, 2012 10:59 am
חתימתו מעיד עליו:
ADD me on your gtalk
דאנערשטאג מאי 24, 2012 11:07 am
שטארק זיך ואס אי דיין גוגל טאלק
דאנערשטאג מאי 24, 2012 11:13 am
כאניש... מיין אישי קעסטל איז אוועילעבל.