עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
זונטאג מאי 13, 2012 8:36 pm
שטארק זיך האט געשריבן:קענסטו זאגן אז וואס ער זוכט איז ליבע/געפעלן, לויט דעם איז ער א צווייער. ווידעראום אויב איז זיין ציל עטענטשאן/כבוד איז ער מעגליך א דרייער. און אזוי קען מען גיין נאך ווייטער, און מיר קענען אים אהערשטעלן ווי א זעקסער, א אכטער, א זיבענער... אלעס אויסער אן איינסער, און פינעווער,.איבער צו זאגן אז ער איז אן אויסגעשפיגענער צווייער, איבערגעטריבן.
שוין. לאמיר דיר זאגן דעם אמת. איך האב מדייק געווען אין מיין לשון "ווען איך וואלט נישט געוואסט ווער דו ביזט...", למעשה ווייס איך דאך יא וואס ר' זיס איז (ער איז דאך צוגעקומען צו מיר אין ביהמ"ד...), און ער איז פינעווער פון פינעווער לאנד (אפשר וועסטו יעצט פארשטיין אביסל בעסער די סטייל פון ר' זיסעס שרייבן אויף אייוועלט). איך האב בסה"כ מדייק געווען אין דעם לשון, אפשר קענען מיר זיך "פערזענליך", און דאס איז זייער א צווייערישע לשון ווען מרעדט מכלומרשט צו פרעמדן גאסט, נאר פונעם צווייער הערט מען אזוי רעדן, נישט פון קיין דרייער און א זעקסער וכדו'. אבער סאיז נאר געווען לפלפולא בעלמא. פון איין ביטוי קען מען נישט דן זיין א מענטש, מקען בסה"כ מאכן השערות, און דאס איז די גאנצע וואס איך האב געוואלט, צו מאכן א שטיקל ווינט אינעם אנאליז.
Advertisement
זונטאג מאי 13, 2012 9:55 pm
איך הער וואס דו זאגסט...
סא, ווי אזוי שטימט עס אין מיין פינעווערישקייט צו שרייבן אזא צווייערדיגע תגובה? - בין איך אפשר געווען פונקט דאן אין א צווייערדיגע מאד?
מאנטאג מאי 14, 2012 9:14 am
מעגליך אז דאס איז געזאגט מיט א פינעווער צינישקייט!!!!
מתבונן טייערער איך זע אז דו ביסט א כלי עצום אפשר וועסטו מיר ארויסהעלפן.
איך בין א פינעווער, שטיקל פליגל צו דריי, עטוואס צוויי, אבער ריכטיג פינעף. מיר ליידן שטארק אויף ארויסברענגן געפילן. מער ווייניגער שטערט עס נישט, ווייל מיין לעבן איז באזירט אויף מציאות, אבער אסאך מאל פעלט עס אויס, ווי למשל ווען מ'קניפט אן באציאונגען אין ביזנעס, אין שטוב א.ד.ג. אפשר קענסטו אראפשטעלן וועלכע אנדערע מדה גייט דאס קענען מתקן זיין, און וואס מ'דארף טון דערצו?
יישר כח למפרע!!!
מאנטאג מאי 14, 2012 11:49 am
זיס האט געשריבן:איך הער וואס דו זאגסט...
סא, ווי אזוי שטימט עס אין מיין פינעווערישקייט צו שרייבן אזא צווייערדיגע תגובה? - בין איך אפשר געווען פונקט דאן אין א צווייערדיגע מאד?
זעהט אויס אז אויף אייוועלט ווי קיינער קען דיר נישט, קענסטדוך לאזן מער וואויל גיין.
מאנטאג מאי 14, 2012 12:13 pm
פאקטיש האט געשריבן:מתבונן טייערער איך זע אז דו ביסט א כלי עצום אפשר וועסטו מיר ארויסהעלפן.איך בין א פינעווער, שטיקל פליגל צו דריי, עטוואס צוויי, אבער ריכטיג פינעף. מיר ליידן שטארק אויף ארויסברענגן געפילן. מער ווייניגער שטערט עס נישט, ווייל מיין לעבן איז באזירט אויף מציאות, אבער אסאך מאל פעלט עס אויס, ווי למשל ווען מ'קניפט אן באציאונגען אין ביזנעס, אין שטוב א.ד.ג. אפשר קענסטו אראפשטעלן וועלכע אנדערע מדה גייט דאס קענען מתקן זיין, און וואס מ'דארף טון דערצו?יישר כח למפרע!!
דיין ניק 'פאקטיש' געבט אויך צו צו דיין פינעווירישקייט.
וועגן זיך העלפן קענען ארויסברענגן געהעריג די געפילן אויף א פרייעם אופן, פאדערט זיך אסאך התבוננות מעמיקה אין זיך אליין אין וואס שטערט איהם דאס ארויסצוווייזען (יעדער פינעווער האט זיין היסטארי וואס איז נאך דא עד היום הזה וואס לאזט איהם דאס נישט ארויסווייזען). עס איז זייער שווער צו ארבעטן מיט דעהם אויף אייוועלט, ווייל דאס פארלאנגט זיך אינדעוודואל עטענשון. איך קען דיך ריקאמענדן איינעם וואס איז א מומחה אויף דעם געביט אבער דאס קאסט געלט. איך וועל איהם אויך מוזן פרעגן אויב ער לאזט אז זיין נאמען זאל ארומפארן אויף אייוועלט.
מאנטאג מאי 14, 2012 8:18 pm
אה, נאך זיבן בלעטער קומט ער צו צום תכלית...
דינסטאג מאי 15, 2012 10:31 am
מתבונן האט געשריבן:פאקטיש האט געשריבן:מתבונן טייערער איך זע אז דו ביסט א כלי עצום אפשר וועסטו מיר ארויסהעלפן.איך בין א פינעווער, שטיקל פליגל צו דריי, עטוואס צוויי, אבער ריכטיג פינעף. מיר ליידן שטארק אויף ארויסברענגן געפילן. מער ווייניגער שטערט עס נישט, ווייל מיין לעבן איז באזירט אויף מציאות, אבער אסאך מאל פעלט עס אויס, ווי למשל ווען מ'קניפט אן באציאונגען אין ביזנעס, אין שטוב א.ד.ג. אפשר קענסטו אראפשטעלן וועלכע אנדערע מדה גייט דאס קענען מתקן זיין, און וואס מ'דארף טון דערצו?יישר כח למפרע!!
דיין ניק 'פאקטיש' געבט אויך צו צו דיין פינעווירישקייט.
וועגן זיך העלפן קענען ארויסברענגן געהעריג די געפילן אויף א פרייעם אופן, פאדערט זיך אסאך התבוננות מעמיקה אין זיך אליין אין וואס שטערט איהם דאס ארויסצוווייזען (יעדער פינעווער האט זיין היסטארי וואס איז נאך דא עד היום הזה וואס לאזט איהם דאס נישט ארויסווייזען). עס איז זייער שווער צו ארבעטן מיט דעהם אויף אייוועלט, ווייל דאס פארלאנגט זיך אינדעוודואל עטענשון. איך קען דיך ריקאמענדן איינעם וואס איז א מומחה אויף דעם געביט אבער דאס קאסט געלט. איך וועל איהם אויך מוזן פרעגן אויב ער לאזט אז זיין נאמען זאל ארומפארן אויף אייוועלט.
כהאב געוואלט וויסן וויאזוי דו וועסט רעספאנדן!
באמת, ביסט גערעכט טאקע אז יעדער האט אן אנדערע היסטארי פון לעבן, און דאס איז א גיטע ענטפער פאר איינער וואס האט אן אינדיווידועלע בלאקעטש זאגט מען אים רבי לעבן איר ברויכט פערסאנעל באהאנדעלונג. אבער לויט וויאזוי AWEARNESS לייגט עס אראפ איז דאס דערמאנטע א פונדעמענטאלע אישו אין די 5'ווער טיפן, דערובער דארף עס אן ענטפער וואס איז באזירט אויף א כלליות'דיגע פארנעם.
אויב דענק איך גוט, איז דער שורש, ווייל דער פינעווער באטראכט די ענעין פון געפילן ווי אן אומאינטעליגענטע באנעמונג, ווי עפעס וואס מ'איז נאך איבערגעבליבן פון די חדר יארן. ווארום א 5'ווערס חלום איז צו דערגרייכן די שפיץ לייטער פון אינטעליגענץ, ממילא איז ביי אים געפילן א זאך וואס מען דארף האלטן פארמאכט אונטער גראטעס.
מתבונן, איז עס קענטליך די ווערטער???...
פון מיין שטאנדפונקט, ברויך א פינעווער וויסן אז רוב פון זיין לעבן איז געראנט פון געפילן. און יא מ'דארף זיין שטארק אלערט פון וועלכע געפילן שפילן זיך יעצט אפ אין מיר, און עס באהאנדלן ווי מען דארף. און אויך וועלכע געפילן האט יעצט דער מענטש וואס שטייט אקעגן מיר, דערובער אויב ווילסטו א קאנעקשן, פארבינד דיך מיט יענעמס געפילן.
און פארשטייט זיך אויסניצן די פינעווער מתנה, פון מאכן ענדגילטיגע אייגענע באשלוסן באזירט אויף לאגיק און נישט אויף מאמענטאלע איבערגענומענע געפילן.
דינסטאג מאי 15, 2012 11:31 am
פאקטיש, אקוראט ווי איר זאגט דאס... מתבונן האט ליבערשט געענטפערט לשיטת psycho-analysis...
דינסטאג מאי 15, 2012 2:04 pm
שטארק זיך האט געשריבן:פאקטיש, אקוראט ווי איר זאגט דאס... מתבונן האט ליבערשט געענטפערט לשיטת psycho-analysis...
פאקטיש האט געשריבן:באמת, ביסט גערעכט טאקע אז יעדער האט אן אנדערע היסטארי פון לעבן, און דאס איז א גיטע ענטפער פאר איינער וואס האט אן אינדיווידועלע בלאקעטש זאגט מען אים רבי לעבן איר ברויכט פערסאנעל באהאנדעלונג. אבער לויט וויאזוי AWEARNESS לייגט עס אראפ איז דאס דערמאנטע א פונדעמענטאלע אישו אין די 5'ווער טיפן, דערובער דארף עס אן ענטפער וואס איז באזירט אויף א כלליות'דיגע פארנעם.
שוין עטס ווילטס אריינגיין און א נייע נושא, ערלעדיגט.
אויב עטס האטס באמערקט האב איך מדייק געווען און מיינע ווערטער (באטראכט מיך נאכנישט ווי אן איינזער מיט מיינע דיוקים...) אז עס איז א היסטערי וואס איז שייך 'עד היום הזה' - און די ליאדע מינוט! דאס איז די שיטה פון קונסטראקטיוויזים, להיפוך פון פסייכאנאליסיס. פסיכאנאלאסיס זאגט, אז ווייל אמאל ביזטו דורך א געוויסע מצב אין לעבן, ממילא פירסטו דיך אויף ווי אזוי דו פירסט דיך אויף. איי ווי איז בחירה? וואס איז געווען איז געווען, קען איך מיך שוין נישט טוישען? א גוטע קושיא. די שיטה פון קונסטרוקטיוויזים זאגט פארקערט, 'היינט' האסטו עפעס וואס לאזטוך נישט פירן דיין לעבן ווי אזוי דו ווולסט. די אניאגראם זאגט זייער פונקטליך וועלעכע מחשבות גייט פאר 'היינט' און דיין קאפ וואס לאזט דיך נישט גיין ווייטער מיט דיין לעבן. נאר וואס דען, זייער אסאך מאל וועט א מענטש זיך פרעגן, איך פארשטיי שוין מיין טייפ, אבער איך דערזעה מיך נישט ארויס דערפון, וואס גייט דא פאר? די שיטה פון קונסטרוקטיוויזים גייט נישט ווייטער פון דעם, לשיטתם איז גענוג אז דו פארשטייסט דיינע מחשבות אונטער דיין פראבלעם, און דו דארפסט ארבעטן אויף יענע מחשבות, און דאס האט מר פאקטיש ארויסגענומען פונעם ביכעל Awareness. אבער ווי געזאגט איז דאס נישט אלעמאל די גאנצע רפואה. די אמת איז אז עס דא עפעס וואס שטופט דעם פינעווער ווייטער ממשיך צו זיין מיט זייין התנהגות, ווייל אויב נישט... גייט זיין עפעם נישט באקוועם וואס דאס איז שוין סאך טיפער אינטער זיין באווסטזיין. עס קען אמאל זיין א מילדע דריי וואס דער פינעווער וכדו' דארף כאפן, און דאס איז עס. עס איז די מעשה וואס האט געטריגערט פארן פינעווער מחזק צו זיין זיין צוגאנג צו רגשות, וואס דער 'טריגער' איז נאך דא עד היום הזה (עס איז במדה מסיומת 'עבר' (נישט אלעמאל), אבער עס איז א הוה). דאס איז די שיטה פון Cohernce Therapy, עס איז וויכטיג פאר דיר צו זיין וואס דו ביזט 'יעצט', ווייל אויב נישט וועט 'יעצט' עפעס נישט טויגן. זייער דומה צום וועג וויאזוי דר. סרנא קוקט אהן רוקן ווייטאר וכדו', עס איז וויכטיג פאר יעצט, ווייל אויב נישט גייט זיין ערגער, דאס זעלבע איז בעניני הנפש.
מקען נאך ממשיך זיין, אבער איך מיז שוין גיין יעצט.
דינסטאג מאי 15, 2012 3:30 pm
אין דיין ביזנעס ווילסטו זען דעם:
1 אלס סעקערטאר/בוקקיפער.
2 קאסטומער סערוויס.
3 סעילסמאן.
4 גראפיקער.
5 פראגראמער.
6 דעליווערי מאן (?)
7 קאסטומער.
8 מענדעזשער.
9 אינדרויסן...
דינסטאג מאי 15, 2012 3:34 pm
חחחחח דער צום זאך איז דאך ריזיג שבריזיג.................!!!!!!!!!
דינסטאג מאי 15, 2012 5:13 pm
מתבונן, איז די שיטה פון הוה נישט פון אדלער, פרויד׳ס תלמיד?
דינסטאג מאי 15, 2012 6:00 pm
מיימוני האט געשריבן:מתבונן, איז די שיטה פון הוה נישט פון אדלער, פרויד׳ס תלמיד?
ניין. די שיטה פון הוה איז מער מפותח געווארן דורך די 'ביהעיוויוריסטס' וואס האבן נישט געוואלט אנקוקען די עבר. אדלער איז א פסייכואנאליסיסט וואס האט פשוט געהאט אן אנדערע שיטה, אז נישט תאוה איז די שטיפ אין די מענטש, ווי פרויד, נאר די 'מעמד החברה' איז די שטיפ, א רעיון וואס דער פיאסצנה הי"ד דערמאנט אין זיין ספר צו וזירוז.
דינסטאג מאי 15, 2012 8:03 pm
מתבונן, צוויי הערות,
נישט אין דעם איז דער הויפט נ״מ צווישן Freudian און Adlerian שיטות ואכמ״ל (בעצם אין להעריך בהם כלל). און פרויד זעלבט שרייבט כמ״פ אז תאוה און כבוד זענען די צוויי זאכן וואס טרייבט דעם מענטשן. אמת פרויד האט אלעס אריין געלייגט אין תאוה, ווען אדלער האט זיך קאנצענטרירט צעקלאפקטקייט (גאוה והסתעף).
ווא איז יא דער נפקה מינה?
איז אזוי, בעת ביידע טעאריעס לערנען אז דעם מענטשען׳ס גייסטישע מצבים, ווי אויך זיין אויפפירונג. זענען משורש באזירט בעיקר אינעם אונטער-באוואוסטזיין, האט אדלער גענומן קאנסטרוקטיוו ציגאנג אין היילונג, א ציגאנג וואס ענדעלט זייער אין Albert Elis' - דער פיאנער פון קאגניטיוו טעראפי (ווערט אומריכטיג נתייחס צו דר אאראן בעק, וועלעכער איז עליס׳ א תלמיד) - ביהעיוויארל טעאריע ווי קאלעגע מיימוני האט דאס שוין פריער געשריבן. בעת פרויד האט געהאלטן אז די איינציגע היילונג איז דורכ׳ן ערפילן וואס עס האט געפעלט אין עבר.
אגב, אדלער ווערט היסטאריש אנגערופן א פסיכא-אנאליסט ווען ער האט קיינמאל נישט פראקטיצירט פסיכא-אנאליסיס, און פאקט האט פרויד אים זייער נישט געגליכן צוליב די חילוקי דיעות.
(בד״וו, אט די אלע דריי זענען געווען משלנו. פרויד איז געווען אן עטאאיסט, געפירט א גרויליגע לעבנס שטייגער, אדלער איז געווען א משומד און עליס אויך אן עטאאיסט, דעריבער ווייס איך נישט צו עס פעלט אויס צו פילעווען אין זייערע שטות)
דינסטאג מאי 15, 2012 9:01 pm
דער אמת איז אין ספרים הק' ווערד אסאך מאהל ארויסגעברענגט (סיי חסידישע, סיי און גר"א), בפרט און ספרי ר' צדוק, אז 'תאוני וכעסני' זענען די צוויי הויפט מידות וואס פירן דעם מענטש, 'תאוני' זענען אלע רצונות און רתיחה וואס א מענטש האט, 'כעסני' זענען אלע אנדערע מידות שבין אדם לחבירו (ווי עס ווערט ארויסגעברענגט און ר' צדוק) ווי א מענטש פראבירט צו פראטעקטן זיין כבוד צווישן די מענטשן. (די אניאגראם טייפ איז די וועג וויאזוי דער מענטש פירט אויס למעשה ארויסצוברענגן די צוויי צרכים הלכה למעשה, ואכמ"ל. אין די אניאגראם וועלט איז אנגענומען צו ציטיילן די 'אינסטינקטס' אויף דריי צרכים, וואס יעדע טייפ זעהט אויס אנדערש לויט וועלכע אינסטינקט איז די מערסטע דומיננטיש, אבער דאס איז שוין א שמועס פאר זיך. בסה"כ לפי זה פאנגט זיך די אניאגראם אהן מיט 27 טייפס ראשיים.) במקום אז דאס וואס פרויד און אדלר האבן זיך ארומגעקרוגט, איז בעצם ביידע אמת, נאר פרויד האט דאס אנגענומען אויף א פארקרומטן וועג כאילו דאס איז די גאנצע מענטש.
בכל אופן זעה איך שטארק זיך אז די ענינים האבן ביי דיר א שטארקע תפיסת מקום. שיין צו וויסן. זאל דיר דער אויבערשטער געבן אסאך הצלחה אין סייעתא דשמיא.
דינסטאג מאי 15, 2012 9:14 pm
דער אשכול פאנגט שוין אהן צו פארקריכן פונעם נושא המקורי. אלזא תרנגול, דו ווייסט שוין וואס דו ביסט?
דינסטאג מאי 15, 2012 9:21 pm
איך ליין און ליין, אבער פארשטיי נישט קיין איין ווארט.
אבער לאמיר שוין זאגן איך פארשטיי יא, און איך ווייס וואס איך בין, נו, וואס איז יעצט? מיינע חסרונות גייען ווערן פארראכטן? איך ווייס מיינע חסרונות אן די אלע נאמבער'ס, וואס איז די ציל צו וויסן וועלכע נומער איך בין?
דינסטאג מאי 15, 2012 9:28 pm
איך הייב דעם היטל פאר אייך, ענק פארמאגן ריזיג אינפארמאציע בעניני תורת הנפש. דער אויבערשטער זאל ענק העלפן עס צו ניצן אויף גיטע ערטער.
איך וויל פרעגן א פראגע וואס קוועטשט מיר שוין לאנג, היות א מענטש איז געוואלדיג קאמפליצירט מיט אינסטינגטן, אונטערן באוואוסטזיין, רעאקציעס, און אלעס צווישן, וואס זיך צו קענען ברויך מען זיין א גאון שבגאונים, ד.ה. צו קענען קאנטראלירן מיר וויאזוי מיינע מוד זאל אויסקלאפן און עס זאל זיין גוט, עס איז א דערגרייכונג וואס ווייניג קענען דאס טון. דעריבער, למעשה א מענטש וואס שטרעבט יא צו קענען אויסניצן זיין לעבן צום מאקסימום, וואס וועט זיך פארלאנגען צו קאנטראלירן זיין אייגענע לעבן, וואס איז די אויסגעטראטענסטע מהלך צו קענען שטייגן און נישט זיין א שפילצייג פון מיין אייגענע שוואכקייטן ?
דינסטאג מאי 15, 2012 9:36 pm
למעלה משבעים האט געשריבן:איך ליין און ליין, אבער פארשטיי נישט קיין איין ווארט.
אבער לאמיר שוין זאגן איך פארשטיי יא, און איך ווייס וואס איך בין, נו, וואס איז יעצט? מיינע חסרונות גייען ווערן פארראכטן? איך ווייס מיינע חסרונות אן די אלע נאמבער'ס, וואס איז די ציל צו וויסן וועלכע נומער איך בין?
כדי א מענטש זאל זיך קענען פאררעכטן, קודם דארף ער וויסן וואו זיין פראבלעם/שוואכקייט שטייט אן. אפילו מיר אלע ווייסן אדורכן טאג וועלכע פעלערן מיר זענען אדורכגעפאלן אבער מיר זענען נישט זיכער וואס עס האט עס צוגעברענגט, אסאך מאל שפירט מען ווי עס איז ארויס פון מיין קאנטראל, זאכן געשען פון זיך אליינס, וואס דאס איז א באדייט אז מ'ווייסט נישט וואס איז מיין כלליות'דיגע שוואכקייט וואס קנאקט מיר יעדן טאג אדורך אן אנדערן וועג.
אנעגרעם צוטיילט די רצוניות פון מענטשן אין 9 חלקים, למשל איינס דערפון גארט צו הערשן אויף אנדערע, יעצט לאמיר זאגן אז ער קען נישט דעם ענעגרעם גייט ער דיר נישט קענען טייטלן פאר וואס עס האט אים יעצט געכאפט א ריגזה אטאקע, ווייל רוב וועלט ווערט נישט משוגע אז מ'איז אדורכגעפאלן מיטן הערשן אויף אנדערע, און יעצט אויב וויל ער ארבעטן אויף זיינע פעלערן וואו הויבט ער אן ? פארדעם דארף מען זיך אריינסעטן אין איינס פון די 9 חלקים.
מיטוואך מאי 16, 2012 8:51 am
מתבונן, פון וועלכע מהלך צו מטפל זיין האלטסטו?
ווי קען מען לערנען וועגן די עשר ספירות לגבי די טבע פון מענטשן?
מיטוואך מאי 16, 2012 12:21 pm
מיימוני האט געשריבן:מתבונן, פון וועלכע מהלך צו מטפל זיין האלטסטו?
פאקטיש האט געשריבן:איך וויל פרעגן א פראגע וואס קוועטשט מיר שוין לאנג, היות א מענטש איז געוואלדיג קאמפליצירט מיט אינסטינגטן, אונטערן באוואוסטזיין, רעאקציעס, און אלעס צווישן, וואס זיך צו קענען ברויך מען זיין א גאון שבגאונים, ד.ה. צו קענען קאנטראלירן מיר וויאזוי מיינע מוד זאל אויסקלאפן און עס זאל זיין גוט, עס איז א דערגרייכונג וואס ווייניג קענען דאס טון. דעריבער, למעשה א מענטש וואס שטרעבט יא צו קענען אויסניצן זיין לעבן צום מאקסימום, וואס וועט זיך פארלאנגען צו קאנטראלירן זיין אייגענע לעבן, וואס איז די אויסגעטראטענסטע מהלך צו קענען שטייגן און נישט זיין א שפילצייג פון מיין אייגענע שוואכקייטן ?
פאקטיש דו פרעגסט זייער א גוטע שאלה. די שאלה בושעוועט די היינטיגע וועלט מער און מער (מכאפט ניטאמאל אז מדארף זיך פרעגן די שאלה...). דוגמא לדבר צו וואס איך מיין, האב איך עטעטשט א שטיקל פון די גאזעט פון פאריגע חודש אינטערן קעפל "ענקזייעטי און שלאף פראבלעמן". איך גלייב אז עס זענען דא נאך צענדליגע וואס פרעגן די זעלבע שאלה ווי דער אין גאזעט, ממיינט אז מארבעט אויף זיך, דערווייל געפונט מען אויס אז עס ווערט נאר ערגער. צוליב דעם האב איך שוין געשריבן און פאריגע תגובה, אז די איינציגסטע וועג דאס צו מסדר זיין איז ווי דער פיאסנצה הי"ד שרייבט סוף פון זיין ספר מבוא השערים, איז דורך אריינקוקן אין "זיך" צוזאמען מיט א חבר, און אזוי וועט מען טרעפן די אייגענע אמת'ע רצונות און שגיונות, און פארוואס עס איז וויכטיג פאר מיר זיך אויפצופירן אזוי, עי"ש, און דער אמת איז אז אזוי ווערט מען פטור פון ענקזייעטיס, דעפרעסיע, וכדו'. דאס איז דער היפוך פון קאגניטיוו ביהעיוויוראל טערעפי וואס גייט בכלל נישט אריין אין דעם מענטשנס 'אמת'ע' רצונות, און מען פראבירט נאר צו 'פיקסען' די סימפטומים, און דעפאר האט דאס נישט קיין הצלחה אויף די 'לאנג ראן'.
ווי איך האב שוין געשריבן, איז די איינציגסטע מהלך פון וואס איך ווייס אין די וועלט פון טערעפי, איז Coherence Therapy. דער טערעפיסט פאנגט אהן פון אלף צו פארשטיין און ארבעטן מיטן קליענט, פארוואס איז וויכטיג פאר דיר צו האבן די פראבלעמן, וואספארא 'ערגערע' פראבלעמן גייט זיין אויב דו האסט 'נישט' די יעצטיגע פראבלעמן. נאר דער קליענט ווייסט דער אמתדיגע תירוץ אויף די שאלות. דאס זעלבע איז ביי סתם א מענטש וואס ווילן אויסגראדן א געוויסע געפיל, פארוואס איז וויכטיג פאר מיר צו פילן אזוי, וואס גייט געשעהן אויב נישט? נאר דו ווייסט דעם תירוץ. פארשטאנען פאקטיש? וואלט ווען דער שרייבערן אין גאזעט פארשטאנען פארוואס עס איז וויכטיג פאר איר 'נישט' צו שלאפן, און אויב זי וועט פראבירן עס צו 'פיקסן' דורך CBT וועט עס ווערן ערגער כדי זי זאל זיך נישט דערווייגען נאכאמאל צו פראבירן א מיטל יא צו שלאפן, און זי וועט פראבירן צו צונעמן איר נפש מיט איינעם וואס פארשטייט דערצו, דעמאלטס וואלט זי געקענט נאכדעם ריעעסעסן איר לעבן, וויל איך טאקע שלאפן אין אזא מצב? אפשר איז בעסער כעת אזוי? פארשטייט זיך אז זי וועט שוין דעמאלס טרעפן די לייזונג דערצו.
נאכאמאל, דאס איז נישט פסייכאנאליסעס. דאס איז פשוט אלף בית איז אריינקוקען אינעם נפש, וואס גייט 'היינט' פאר 'אין' מיר? אויס עס באדערט דיך אז דו ביזט דיך נישט אויסגעקומען מיט דיינע עלטערן, קען זיין אז דאס באדערט דיך נאך 'היינט'! און דו טוסט פארשידענע זאכן צו אנטלויפן פון די געפילן.
אלזא ר' פאקטיש. נעם א חבר וואס דו האסט טראסט אין איהם (פאר א פינעווער קען דאס זיין א שטיקל טשעלענזש, אבער אויב מ'וויל... דאס בעסטע וואלט געווען ווען דו קענסט דאס טון מיט דיין ווייב, עס קען אסאך צוהעלפן אין שלום בית ווען מאן און ווייב זענען אפען מיט די אייגענע געפילן), און פאנג צו נישטערן אין דיין נפש אחת לאחת, פארוואס איז וויכטיג פאר מיר אזוי צו פילן? וכדו'. מיט וואס דו טרעפסט, לעב מיט דעם די נעקסטע פאר טעג מיט awareness. מיטן אייבערשטענס הילף וועסטו מצליח זיין. הצלחה.
מיטוואך מאי 16, 2012 4:56 pm
למעלה משבעים האט געשריבן:איך ליין און ליין, אבער פארשטיי נישט קיין איין ווארט.
אבער לאמיר שוין זאגן איך פארשטיי יא, און איך ווייס וואס איך בין, נו, וואס איז יעצט? מיינע חסרונות גייען ווערן פארראכטן? איך ווייס מיינע חסרונות אן די אלע נאמבער'ס, וואס איז די ציל צו וויסן וועלכע נומער איך בין?
למעלה משבעים איז עס שוין נישט נוגע, דאן איז יעדער א אכטער...
מיטוואך מאי 16, 2012 5:00 pm
די שאלה איז נאר מיט וועלכע פליגל...
אויב 7 נו האמיר א לעבעדיגן זיידן, אבער אויב 9 אוי אוי...
מיטוואך מאי 16, 2012 5:01 pm
און אויב 1 דעמאלס שטיי אוועק א מייל!
מיטוואך מאי 16, 2012 8:08 pm
ברוך השם דער אשכול האט זיך געגעבן א דריי צירוק!