בלאט 51 פון 51

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 19, 2015 4:31 pm
דורך נשמה
פינטל האט געשריבן:יעצט אריינגעטאנצען אין דעם אשכול, נשמה, ביסטו נישט א פירער מיט א שטארקע פינעווער פליגל?


איך בין א זיבענער מיט א פירער צאמגעמישט.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 19, 2015 4:35 pm
דורך פינטל
נשמה האט געשריבן:
פינטל האט געשריבן:יעצט אריינגעטאנצען אין דעם אשכול, נשמה, ביסטו נישט א פירער מיט א שטארקע פינעווער פליגל?


איך בין א זיבענער מיט א פירער צאמגעמישט.

אוטש... שרעקעדיג...

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 19, 2015 4:46 pm
דורך נשמה
פינטל האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
פינטל האט געשריבן:יעצט אריינגעטאנצען אין דעם אשכול, נשמה, ביסטו נישט א פירער מיט א שטארקע פינעווער פליגל?


איך בין א זיבענער מיט א פירער צאמגעמישט.

אוטש... שרעקעדיג...


איך האב אין זיך אסאך "פראדזשעקשאן" א זעקסער נאטור. פראדזשעקשאן מיינט אז וויאזוי מ'האלט אויף יענעם מיינט מען אז יענער האלט אויף דיר. הגם פירער זענען ביזי מיט "זעלבסט בילד" אויסצוקראצן א זעלבסט-בילד פון וויאזוי מ'פיהלט. זענען זיי אבער נישט דע זעקסערס וואס דמיונ'ן וואס "אנדערע" האלטן אויף זיי.

איך האלט נאך אינמיטן זוכן וואס איך בין. יעצט האלט איך ביי דעם ענין פון "פראדזשעקשאן" די עניין פון זיין טאג און נאכט ביזי וואס אנדערע טראכטן אויף מיר,

דאס איז לכאורה א זעקסער נאטור.
הגם ס'קען זיין סתם א חוסר הערכה עצמית.

סאו איך בין לכאורה א זיבענער מיט א זעקסער פליגעל. לכאורה.
דע נומער ווי מער איך טראכט דערין, אלץ מער זעה איך ווי דע גאנצע וועלט לעבט אין א אילוזיע, דאס הייסט אז יעדער לערנט אפ יעדעם לויט די אייגענע אויגען גלעזער.

אבער ס'קען זיין אז איך בין יא א פירער, דו מוזט פארשטיין אז אויב איינער האט נישט הערכה עצמית, אדער איינער וואס איז דורך עקספיריענסעס וואס האבן איהם אויסגעלערנט א נישט גוטן בליק אויף דע וועלט, קען זיין א אכטער און דאך זיין צעשאסן און צעקלאפט.

דע מחשבות וואס א פירער האט איז נישט דע זעלבע מחשבות וואס א זעקסער אדער זיבענער האט. אפילו מ'איז דורך צעדרייטע עקספיריענסעס.

סאו, ס'איז יא מעגליך אז איך בין א פירער. אבער איך זעה אין מיך היבש אסאך זיבענער נאטורן. אבער דאס איז זיכער אז איך האב אין מיר דעם גאנצן פירער נומער מיט אלע פרטים ופרטי פרטים. איך קען זיין העפי אז איך בין א פירער אבער דאן פארהויל איך מיך פון דע זיבענער חלק אין מיר, און ווייטער דע זעקסער חלק אין מיר קען מען נישט אונטער שטופן, אונטער דע קארפעט.

איך טראכט פארט און איך בין ביזי וואס אנדערע טראכטן פון מיר, נישט אז ס'גייט מיך אן, זאלן זיי טראכטן וואס זיי ווילן "איי רילי דאנט קער" אבער דאך איז מיינע געדאנקען פארנומען מיט וואס טראכטן אנדערע אויף מיר. דאס איז א פאקט.

דאס איז אויך א פאקט, אז לויט וויאזוי איך פיהל מיין איך אז יענער טראכט אויף מיר, און איך ווייס נישט וואס דאס איז.

הגם, ס'קען אויך זיין א פירער נאטור, #מחמת א פירער טראכט זייער סאבדזשעקטיוו, לויט וויאזוי ער פיהלט, אבער פארט אויב וואלט איך געזאגט אז איך בין נאר א פירער, פארוואס גייט מיך אן וויאזוי "אנדערע" טראכטן אויף מיר. א פירער גייט נישט אן וואס אנדערע טראכטן אויף איהם. א פירער גייט אן וואס ער איז, פארטיג, כ'בין צו לעבעדיג צו זאגן אז איך בין א פירער, און איך בין צו פירעריש צו זאגן אז איך בין א זיבענער, און די זעקסער שטריכן דארף איך אויך פארענטפערן, סאו וואס בלייבט?

מיט רובא דרובא זאכן געב איך מיך אן עצה, חוץ אפאר זאכן, איינס, אז איך בין ביזי וואס אנדערע טראכטן אויף מיר, דזשאסט ביזי. צוויי איך בין זייער סאבדזשעקטיוו און אן מוט. אויב וואלט איך געווען א זיבענער וואלט איך נישט געווען אזוי פארקוועטשט. פארשטייסט? א פירער קען אויך זיין לעבעדיג, פשוט וויל ער איז "איבערגענומען פון דע מצב" ער שלינגט איין א מצב גאנצערהייט.

סאו ס'קען טאקע זיין אז איך בין א פירער. איי דע זיבענער וואס איך זעה אין מיר, דאס מיינט נישט אז איך בין א זיבענער, דאס איז נאר ווייל איך ווער צו איבערגענומען מיטן גאנצן געפיהל פונעם מצב.

אבער דאס אז מיינע געדאנקען טראכטן וואס אנדערע טראכטן אויף מיר, דאס איז וויערד. פאני. וואס האב איך אזוי מורא פון אנדערע מענטשן? איך בין זייער אומזיכער. ווייסעך נישט.






ועוד יש בבטני.

א פירער איז נישט ביזי וואס אנדערע טראכטן אויף איהם, א דרייער אויך נישט, א דרייער איז "זיכער" אז אנדערע טראכטן אויף איהם גוט.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 19, 2015 4:52 pm
דורך שלך לחמך
עיין אבן עזרא משפטים פרק כג פסיק כה

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 19, 2015 4:55 pm
דורך פינטל
ליינענדיג דיינע תגובות וואלט איך נישט מסכים געווען אויף זיבן, זעקס קען מען אפשר רעדן, אבער דעתי נותה לדברי הקודמים.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 19, 2015 5:20 pm
דורך נשמה
פינטל האט געשריבן:ליינענדיג דיינע תגובות וואלט איך נישט מסכים געווען אויף זיבן, זעקס קען מען אפשר רעדן, אבער דעתי נותה לדברי הקודמים.


יא, איך וואלט הערליך אריינגעפיט אין פיר. כאטשיג מ'זעהט אויף מיר זיבן.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 19, 2015 5:20 pm
דורך נשמה
פינטל האט געשריבן:ליינענדיג דיינע תגובות וואלט איך נישט מסכים געווען אויף זיבן, זעקס קען מען אפשר רעדן, אבער דעתי נותה לדברי הקודמים.


א זעקסער איז אויך דא וואס צו טראכטן. דע דמיונות מיינע שטומען גאנץ גוט מיט זעקס, מיינע חשדות מיט דע גאנצע מעשה שטומט מיט זעקס, ועוד לייד איך פון פחדים זייט איך בין געבוירן!. אינדרויסן זעהט מען גארנישט, אבער הונטערבאוואוסטזיין נעסטיגען פעסטע פחדים. סאו? געדענק! א פירער מיט א זעקסער קען מען זיך אויפטוישן, אבער זענען אנדערש. א פירער שלינגט אריין אין זיך יענעמ'ס מצב, א זעקסער לייגט ארויף אויף יענעם זיין מצב,

אויב א זעקסער האט פיינט איינעם, עט ער מיינען אז יענער האט איהם פיינט. ער וועט נישט ווייסן פארוואס יענער האט איהם אזוי פיינט.

אויב א זעקסער איז איינער וואס איז אויפגערעגט, עט ער מיינען אז יעדער איז אויפגערעגט. א זעקסער אויב טראכט ער עפעס וואס ער ווייסט איז נישט אויסגעהאלטן, עט ער מיינען אז יעדער טראכט עס. ער וועט נישט כאפן אז ער איז דער וואס טראכט עס.

א זעקסער אויב האט ער תאוות וועט ער מיינען אז יענער האט תאוות. ער וועט ארויפלייגען אויף יענעם דאס וואס ער אליין טוט, און אן כאפן אז "ער גאר איז דער וואס טוט עס און נישט יענער בכלל" א זעקסער וואס ער זעהט מיינט ער אז ער זעהט דע וועלט.

אבער א פירער איז פונקט פארקערט, אויב זעהט ער אז יענער איז אין כעס, טראכט ער ביי זיך א שטיק צייט שפעטער "פארוואס בין איך אזוי אויפגערעגט היינט" ער כאפט גארנישט אז יענער איז גאר וואס רעגט זיך. א פירער וואס ער זעהט, מיינט ער אז ער זעהט זיך. א פירער אויב זעהט ער פאר א פאר מינוט ליידיג גייערס, טראכט ער "פארוואס בין איך אזא ליידיג גייער געוואלד און געשריגען". ס'פאלט איהם גארנישט ביי, אז נישט ער איז דער ליידיג גייער.

א פירער אויב זעהט ער יודן וואס זיצן און לערנן, טראכט ער "אה איך האב דאך אזויפיהל היינט געלערנט" ער כאפט גארנישט, אז ער האט ניטאמאל געעפענט א ספר, ס'איז נאר דע געפיהל. כאפסט? ער נעמט אריין אין זיך דע מצב מיט דע ביינער און דע הויט, אזוי גאנצערהייט. און ער פיהלט זיך א שטיק תורה.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 19, 2015 9:10 pm
דורך נשמה
שלך לחמך האט געשריבן:עיין אבן עזרא משפטים פרק כג פסיק כה

שכח פארן צואווייזן דעם אבן עזרא. איך מיין אז איך האב עס נאך קיינמאל נישט געזעהן, אזוי מיין איך.

אויסצוג "והשם הנכבד נתן התורה לחזק ולהגביר ולהגדיל הנשמה עליונה ואז לא ימשול הגוף עליה"

לויטן אבן עזרא איז עס דע פארמיטלער וואס פארבינדען דעם גוף און נשמה. וואס מאכן אז מענטשן זאלן זיין אנדערש איינע פון צווייטן.

ס'איז צוויי כוחות זאגט ער, אין לשון הקודש הייסט עס על פי רוב "רוח ונפש",

ווייל דע נשמה דאס איז דע קלוגשאפט פונעם מענטש און זי איז אין מח, און פון איהר קומט דע כח פון אלע הרגשות, (נערווען) ותנועת החפץ, (זיך קענען רירן, ווען מ'וויל).


דע רוח איז אין הארץ, וואס אין דעם איז דע לעבן פונעם מענטש, זי איז דער וואס זוכט שררה, זיך צו שטארקען אויך סיי וואס ס'שטייט אויף אקעגן איהר. און זי איז דע באלעבאסטע פון כעס.

און דע נפש, וואס דאס איז אין כבד, דאס גלוסט צו עסן, און אזוי שטייט טאקע כי תאוה נפשך לאכול בשר, תאוות המשגל קומט פון איהר.

איז דא מענטשן וואס האבן די אלע דריי, דהיינו דע חכמה, דע שררה וכעס, און דע תאוה, איז דא מענטשן וואס זענען באשאפן געווארן אז די אלע דריי זענען ביי זיי שטארק, און ס'דא מענטשן וואס די אלע דריי זענען ביי זיי שוואך,

און ס'דא וואס א חלק פון די דריי זענען שוואך און א חלק שטארק, און ס'דא וואס אלע פון די דריי זענען נישט שוואך און נישט שטארק. און דערפאר זענען מענטשן אנדערש איינע פון צווייטן.

איז דא
מח
לב
כבד
אותיות מלך.

לויטן אבן עזרא קוק איך אויף דע מרה'ס אויך, וואס דאס איז געווען אין זיינער צייט א אפטיילונג,

אמאל האב איך געקענט דע מרה'ס, כ'האב שוין פארגעסן.

מרה שחורה
קר ויבש
א קאלטער טריקענער מענטש, (א פינעווער)
זיצען און לערנן

מרה לבנה
פארגעסן שנעל
לח וקר.
טאקע א פייכטער מענטש אבער קאלט.

מרה ירוקה
מיטלמעסיג
חם ולח
הייס און נאס.

מרה אדומה
חם ויבש
פייער
איהר קענט זיי זיכער.
הייס און טריקען.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 19, 2015 9:13 pm
דורך עקבי הצאן
שרייב נשמה שרייב.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 10:21 am
דורך מתבונן
שלך לחמך האט געשריבן:עיין אבן עזרא משפטים פרק כג פסיק כה


איך האב שוין געזען אמאל דעם שטיקעל, זייער שטארקע דיבורים.

@שכח פינטל פארן ארויפברענגען דעם געהענגעל נאכן זיין באהאלטן באלד 6 חדשים אין קעלער.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 10:52 am
דורך להודיע
נשמה האט געשריבן:
פינטל האט געשריבן:ליינענדיג דיינע תגובות וואלט איך נישט מסכים געווען אויף זיבן, זעקס קען מען אפשר רעדן, אבער דעתי נותה לדברי הקודמים.


א זעקסער איז אויך דא וואס צו טראכטן. דע דמיונות מיינע שטומען גאנץ גוט מיט זעקס, מיינע חשדות מיט דע גאנצע מעשה שטומט מיט זעקס, ועוד לייד איך פון פחדים זייט איך בין געבוירן!. אינדרויסן זעהט מען גארנישט, אבער הונטערבאוואוסטזיין נעסטיגען פעסטע פחדים. סאו? געדענק! א פירער מיט א זעקסער קען מען זיך אויפטוישן, אבער זענען אנדערש. א פירער שלינגט אריין אין זיך יענעמ'ס מצב, א זעקסער לייגט ארויף אויף יענעם זיין מצב,

אויב א זעקסער האט פיינט איינעם, עט ער מיינען אז יענער האט איהם פיינט. ער וועט נישט ווייסן פארוואס יענער האט איהם אזוי פיינט.

אויב א זעקסער איז איינער וואס איז אויפגערעגט, עט ער מיינען אז יעדער איז אויפגערעגט. א זעקסער אויב טראכט ער עפעס וואס ער ווייסט איז נישט אויסגעהאלטן, עט ער מיינען אז יעדער טראכט עס. ער וועט נישט כאפן אז ער איז דער וואס טראכט עס.

א זעקסער אויב האט ער תאוות וועט ער מיינען אז יענער האט תאוות. ער וועט ארויפלייגען אויף יענעם דאס וואס ער אליין טוט, און אן כאפן אז "ער גאר איז דער וואס טוט עס און נישט יענער בכלל" א זעקסער וואס ער זעהט מיינט ער אז ער זעהט דע וועלט.

אבער א פירער איז פונקט פארקערט, אויב זעהט ער אז יענער איז אין כעס, טראכט ער ביי זיך א שטיק צייט שפעטער "פארוואס בין איך אזוי אויפגערעגט היינט" ער כאפט גארנישט אז יענער איז גאר וואס רעגט זיך. א פירער וואס ער זעהט, מיינט ער אז ער זעהט זיך. א פירער אויב זעהט ער פאר א פאר מינוט ליידיג גייערס, טראכט ער "פארוואס בין איך אזא ליידיג גייער געוואלד און געשריגען". ס'פאלט איהם גארנישט ביי, אז נישט ער איז דער ליידיג גייער.

א פירער אויב זעהט ער יודן וואס זיצן און לערנן, טראכט ער "אה איך האב דאך אזויפיהל היינט געלערנט" ער כאפט גארנישט, אז ער האט ניטאמאל געעפענט א ספר, ס'איז נאר דע געפיהל. כאפסט? ער נעמט אריין אין זיך דע מצב מיט דע ביינער און דע הויט, אזוי גאנצערהייט. און ער פיהלט זיך א שטיק תורה.

יוי דאס גוט ארויסגעברענגט. מוראדיג

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 12:20 pm
דורך פינטל
@נשמה, זיי אזוי גוט און ליין איבער דיינע לעצטע פאר תגובות, האסטעך אינדעפיצירט אלס זיבן מיט פיר, מסכים געווען אויף פיר און פינעף און געבליבן מיט זעקס... זיי דיך אביסל @מתבונן וואס דו ביסט און וואו דו שטייסט.

(א זעקסער וואלט זיך קיינמאל נישט אזוי משפיל געווען צו פאבליקיזירן זיינע געפילן. ודברי הקודמים קאי וקיים.)

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 1:46 pm
דורך fiena nieas
פראגע: וויזוי איז מען מסביר פאר א אכטער אז ער לעבט אין א טעות און זיין גאנטצע אכטעריי איז פשוט א פראטקעשאן פון א טיפערע ווייטאג וכו' מתבונן נשמה וכו' קימטס ביטע אריין קלאר....

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 2:43 pm
דורך נשמה
פינטל האט געשריבן:@נשמה, זיי אזוי גוט און ליין איבער דיינע לעצטע פאר תגובות, האסטעך אינדעפיצירט אלס זיבן מיט פיר, מסכים געווען אויף פיר און פינעף און געבליבן מיט זעקס... זיי דיך אביסל @מתבונן וואס דו ביסט און וואו דו שטייסט.

(א זעקסער וואלט זיך קיינמאל נישט אזוי משפיל געווען צו פאבליקיזירן זיינע געפילן. ודברי הקודמים קאי וקיים.)


איך בין לכאורה א פירער. הגם איך קוק אויס ווי זיבן קען עס קומען פון טיפער ווייטאג. א זעקסער בין איך נישט לכאורה. אזוי ווי דו זאגסט אז איך וואלט זיך נישט אזוי משפיל געוועזן אלץ א זעקסער. אבער ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט אז אין צייטן פון סטרעס גייט א פירער צום צווייער און ס'איז מיר אינטערעסאנט ווי גאנץ א היבש שטיקל פון מיר דרייט זיך ארום ווי דער צווייער וואס זוכט צו טוהן טובות פאר די וועלט אבער דאס קומט לכאורה פון נומער פיר.

סאבדזשעקטיוו איינגעזינקען אינעם יעצט. אין זיך. ווען איך באגעגען מיך מיט איינס און איך ווער אבדזשעקטיוו כאפ איך מיך וואו איך בין אויף די וועלט.

א זיבענער בין איך נישט לכאורה. הגם איך קען נישט דעסיידן וואס איך בין האלט איך יעצט ביים שטאפל פון דיסקאווערן מיין צווייערשאפט וואס איז אין מיר.

א צווייער וויל טון טובות פאר די מענטשהייט אבער א פירער וועט אנהייבן טוהן טובות פאר די מענטשהייט כדי ארויסצוגיין פון ווייטאג.

די עניאגראם איז זייער א טיפער און אמת'ע לערע. אבער זיך צו דעסקאווערן איז נאך טיפער.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 3:10 pm
דורך נשמה
fiena nieas האט געשריבן:פראגע: וויזוי איז מען מסביר פאר א אכטער אז ער לעבט אין א טעות און זיין גאנטצע אכטעריי איז פשוט א פראטקעשאן פון א טיפערע ווייטאג וכו' מתבונן נשמה וכו' קימטס ביטע אריין קלאר....


מ'קען רעדן און רעדן און רעדן פונעם אניאגראם און נישט ווערן פארטיג. פארוואס ווייל דער אניאגראם בלייבט אזוי ווי ס'איז. פון וואס מיר אלע רעדן איז צו וויסן וויאזוי מיר זאלן זיך אידענטיפיצירן. און דאס איז פארוואס מיר דיסקוסירן דעם אניאגראם אזוי סך איז נאר ווייל מיר ווילן דערגיין וואס 'מיר' זענען. פארוואס מיר טוען די זאכן וואס מיר טוען.

פארוואס טוט יענער די זאך וואס ער טוט.

יעדע מעשה וואס א מענטש טוט קומט פון עפעס אן איידיע וואס דער מענטש האלט אז אזוי און אזוי ארבעט די וועלט. אן אכטער אפילו ער וויל נישט אז מ'זאל איהם קאנטראלירן וועט ער אבער דאך זיין זייער רואיג און נישט אין אזויפיהל פעין. אן אכטער איז פארט אן אכטער.

אויב וואלט ער נישט געווען קיין אכטער וואלט ער נישט געווען און ערשיינט אלץ אן אכטער. די סיבה פארוואס אפילו נאך אזויפיהל פעין ערשיינט ער נאך אלץ אלץ אן אכטער ווייזט אויפ דעם אז ער איז טאקע אין אמת'ן אריין אן אכטער.

ווייל א צוויייטער וואלט אפילו א פירער נישט געווען.

אבער אויב מיר טרעפן איינעם וואס איז פארווייטאגט און מיר העלפן איהם און ס'קומט ארויס זיין אכטערשאפט איז ער לכאורה אן אכטער. וואס איז געווארן פארקוועטשט.

סאו דו פרעגסט וויאזוי מ'קען אויפווייזן פאר איינעם אז באמת איז ער נישט קיין אכטער נאר די מצב און די פעין האט איהם אזוי אהערגעשטעלט טראכט איך אז דאס אליין אז ער איז אן אכטער האט איהם געלאזט זיין ביים אכט און נישט ווערן אזוי אינטערדרוקט טראץ זיין ווייטאג.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 3:20 pm
דורך נשמה
ס'קען אבער נאך אלץ זיין אז ער נוצט זיין אכטערשאפט אלץ פראטעקשאן. יעדער וויל זיך פראטעקטן.
אן איינזער מיטן זיך אויפפירן ווי אן איינזער אז קיינער זאל מער נישט שרייען אויף איהם.
א צווייער מיטן זיך מקריב זיין מיט טובות אז יענער זאל איהם מער נישט אראפקוקען. און פארקערט דארפן אנקומען צו איהם.

א דרייער טוט זיך פראטעקטן מיטן זיין ווייסעך ווי בעסט אז קיינער זאל איהם נישט דערווייטערן מער.

א פירער וועט אדער אריינגיין אין דריעמלענד אדער ווערן עמאושענעל געדעמעדזשד.

א פינעווער וועט פשוט אריינקריכן ווי מער אין קאפ. אוועק פון געפיהל

א זעקסער וועט קיינעם מער נישט טראסטן און מ'וועט איהם דארפן איבערצייגן אז מקען טראסן.

א זיבענער וועט לויפן און לויפן און נישט פארוואס.

אן אכטער וועט ווערן מער אכטעריש ביזן נישט האבן קיין געפיהלן בכלל.

א ניינער וועט ווערן שטילער ווי א מורישקע.

די עניאגראם איז נישט אז מ'ווערט אזוי פון די חינוך אזוי געבויעט. די עניאגראם איז די עצם נאטור פון א מענטש. נאר איך דערקען עס דורכ'ן סטראטעגיע וואס דער מענטש נעמט אן אין זיין לעבן.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 3:33 pm
דורך fiena nieas
נשמה איך האב נישט געזאגט אז ער איז נישט קיין אכטער ער איז דעפיניטלי אן אכטער די שאלה איז נאר וויזוי איז מען עים מסביר אז זיין קאנטראלשאפט מיט די גאווה איז פאר פראטעקשאן

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 3:58 pm
דורך פינטל
fiena nieas האט געשריבן:נשמה איך האב נישט געזאגט אז ער איז נישט קיין אכטער ער איז דעפיניטלי אן אכטער די שאלה איז נאר וויזוי איז מען עים מסביר אז זיין קאנטראלשאפט מיט די גאווה איז פאר פראטעקשאן

וואס איז דער אויפטו?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 4:00 pm
דורך נשמה
אויב איז ער גרייט צו זעהן דעם אמת קענסטו איהם דאס מאכן אויפמערקזאם דורכ'ן איהם פרעגען פארשידענע שאלות וואס ער וועט כדי צו ענטפערן דערויף וועט ער מוזן איבערעקספיריענסן און ווערן אויפמערקזאם אויף די עצם זאך וואס ווייזט פאר דיך אז ער מוז האבן פראטעקשאן. און ער וועט דורכן זיין געצווינגען צו ענטפערן די שאלות ווערן געצווינגען צו כאפן ווי שטארק ער מוז זיך פראטעקטן און ווי דייקא אז דורך זיין אכטערשאפט טוט ער זיך פראטעקטן.

וואס טוטסטו ווען אין אזא אין אזא פאל? וכו'

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 4:01 pm
דורך נשמה
פינטל האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:נשמה איך האב נישט געזאגט אז ער איז נישט קיין אכטער ער איז דעפיניטלי אן אכטער די שאלה איז נאר וויזוי איז מען עים מסביר אז זיין קאנטראלשאפט מיט די גאווה איז פאר פראטעקשאן

וואס איז דער אויפטו?

די אויפטו איז אז ער זאל נישט זיין אזא אכטער. אפשר קען מען זיך פראטעקטן דורך אן אנדערע אופן וואס וועט נישט אזוי קאנטראלירן די מענשטהייט און לאזן יענעם אויך אטעמען.

א איינזער אויב וואלט ער געוואוסט אז אלעס וועט געטוהן ווערן אזוי ווי ער וואלט עס ווען געטוהן וואלט ער נישט קאנטראלירט, אן אכטער אפילו ער ווייסט אז זאכן גייען געטוהן ווערן גוט, וועט ער מוזן "הייסן" ווייל ער האט מורא אז מ'וועט איהם "הייסן" און דאס קען ער נישט. מ'זאל "איהם" הייסן?

סאו פרעג איהם.
שטעל דיך יעצט פאר, וואו דו קומסט אויף א פלאץ וואס ס'איז זייער מעגליך אז די מענטשן דארט קענען דיר קלאר טשעפענען, און הייסן טוהן זאכן וואס טוסטו?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 4:16 pm
דורך fiena nieas
פינטל האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:נשמה איך האב נישט געזאגט אז ער איז נישט קיין אכטער ער איז דעפיניטלי אן אכטער די שאלה איז נאר וויזוי איז מען עים מסביר אז זיין קאנטראלשאפט מיט די גאווה איז פאר פראטעקשאן

וואס איז דער אויפטו?

דער אויפטו איז זייער פשוט, ער זאל ווערן עווער וואס ער טוט און זיין אביסעלע געזינטער...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 4:19 pm
דורך פינטל
fiena nieas האט געשריבן:
פינטל האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:נשמה איך האב נישט געזאגט אז ער איז נישט קיין אכטער ער איז דעפיניטלי אן אכטער די שאלה איז נאר וויזוי איז מען עים מסביר אז זיין קאנטראלשאפט מיט די גאווה איז פאר פראטעקשאן

וואס איז דער אויפטו?

דער אויפטו איז זייער פשוט, ער זאל ווערן עווער וואס ער טוט און זיין אביסעלע געזינטער...

וואס איך האב געמיינט צו זאגן איז, אז הסברה וועט לכאורה נישט אויפטון צו וואס דו ווילסט צוקומען

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 4:26 pm
דורך נשמה
פינטל זאגסט זייער גוט. הסברה וועט נישט העלפן, אבער אז ער אליין זאל כאפן ווי ער אליין האט נישט ליב אז מ'הייסט איהם איז פארוואס זאלן אנדערע מענטשן ליב האבן אז מ'הייסט זיי אזויפיהל?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 1:08 pm
דורך נשמה
א צווייער און א דרייער און פירער ווילן עפעס נישט בלייבן מיט זייער עצם עקזיסטענץ אלץ אן עקזיסטענץ וואס איז ווערד צו איינערקענען ווייל ס'איז אן חלק אלקי ממעל,

א צווייער אז יענער וועט אויפמערקזאם זיין אויף איהם ווייל ער טוט איהם טובות, א צווייער האט אזוי ליב די ווארט "שכח" אוי פיהלט עס גוט, "שכח" א דרייער און א פירער פיהלן נישט עפעס ספעציעל מיט דע ווארט "שכח".

(א פירער וועט אויך טוהן טובות אויב די ווייטאג פון זיין אליין אויף די וועלט רינט איבער, אליין ווייל ער וויל שפיהרן אליין, פארוואס וויל ער שפיהרן אליין? ווייל ער וויל אין אמת'ן נישט צולאזן דאס וואס מענטשן איינערקענען אין איהם, ווייל ער האלט אז יענער זעהט נישט מיין "עכטער" עקזיסטענץ . ווייל ער האלט אז ער איז א פעלערהאפטיגער מהות, אנדערש ווי יעדעם. ער האלט נישט אז זיין עצם עקזיסטענץ איז א חלק אלקי ממעל וואס איהר עצם עקזיסטענץ איז גענוג אז ער אליין זאל עס איינערקענען וויאזוי ס'איז. און נישט זוכן אז אנדערע זאלן דאס איינערקענען אדער לויט די גמ' פון או חברותא או מיתותא אז ער זאל ערלויבן אז אנדערע זאלן עס איינערקענען, ער וויל נישט פיהלן די אנערקענונג וואס אנדערע געבן איהם, "ווייל זיי ווייסן נישט עכט ווי פעלערהאפטיג איך בין" ווען זיי וואלטן ווען געוואוסט וואלטן זיי מיך נישט אנערקענט, קומט אויס אז דער סיבה פארוואס דער פירער באקומט נישט אנערקענונג איז, "ווייל ער לאט עס נישט צו" ווייל ער זעהט זיך אלץ א חסרון, און נישט אלץ א שלימות דוקא ווייל ער איז אזוי ווי ער איז, דער אייבערשטער האט מלאכים גענוג, ער האט באשאפן א מענטש א סרוח צומאל, איז עס לגבי השי"ת א שלימות, און נישט קיין דיפעקט.)

א דרייער אז יענער וועט אויפמערקזאם זיין אויף איהם ווייל ער איז "שיינענדיג" א דרייער איז זייער רואיג ווען ער פיהלט אז ער איז ווי דער אדווערטייזטע אהערגעשטעלטער מענטש אויפן ערשטן בלאט אין די פאפולערסטע צייטונג, ער פיהלט גוט, ווייל ער פיהלט זיך ווערד.

א פירער וויל אז יענער זאל אויפמערקזאם זיין אויף איהם, אבער ער וויל אז יענער זאל נישט זעהן זיינע שוואכע חלקים, סאו, ער וויל יענער זאל אויפמערקזאם זיין אויף איהם, אבער נישט אויפמערקזאם זיין, ער וויל יענער זאל מודה זיין אין זיין יוניק'קייט, יענער זאל מודה זיין אין זיין עקזיסטענץ, אבער "יענער משום מה זעהט דוקא זיינע שוואכקייטן". אין דע רגע וואס ער פיהלט אז יענער זעהט איהם, פיהלט ער אז יענער זעהט דייקא זיינע שוואכקייטן, האט ער גארנישט פונעם אויפמערקזאמקייט פון יענעם, ווייל יענער האט נאר איינערקענט אין זיין עקזיסטענץ, אלץ א שוואכער פעלערהאפטיגער מהות, און ער גייט עס ווייטער "זוכן" אפשר וועט ער עס טרעפן. און טאקע דערפאר האט ער זייער ליב ווען איינער האט איהם ליב וויאזוי ער איז, דער פירער רופט עס "עכטע טיפע ליבשאפט" דאס מיינט יענער האט ליב "דייקא" מיין שוואכקייטן.

אבער פארוואס זענען זיי נישט מסכים צו זייער עקזיסטענץ אזוי ווי זיי זענען? איז עס נישט גענוג? זעהט אויס אז נישט.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 21, 2015 8:43 pm
דורך מתבונן
נשמה האט געשריבן:פינטל זאגסט זייער גוט. הסברה וועט נישט העלפן, אבער אז ער אליין זאל כאפן ווי ער אליין האט נישט ליב אז מ'הייסט איהם איז פארוואס זאלן אנדערע מענטשן ליב האבן אז מ'הייסט זיי אזויפיהל?


נשמה זאגסט גוט, און דאס איז די בעסטע וועג זיי זאלן זיך דאס לערנען. נישט מיט קיין הסברות דורך מסביר זיין אז זיי ווילן עפעס טיפער וכדו', דאס קען נאר העלפן פאר איינעם וואס האלט דערביי. אבער וואס מ'קען יא טון, איז איהם טאקע אויפהערן אזויפיל צו פאלגען און איהם נאגעבן ווי א טאטעלע, מיט דער צייט וועט ער זיך כאפן אז די וועלט איז נישט זיינס. מדארף זיך נישט דערשרעקן ווען ער שרייט (חוץ אויב ס'איז באמת א סכנה און קען טון דברים אשר לא ייעשו), אבער חוץ מזה אויב שטייט מען פעסט כאילו לא היה, וועט זיך יענער בע"כ כאפן אז איך פיר נישט די וועלט.
נאר וואדען, מקען עס נעמען א סטעפ ווייטער, מקען בלייבן שטיין דארט פעסט און firm, אבער מיט אן אפען הארץ צו יענעם, מיט די צייט, קענען זיך די הערצער צאמטרעפן, און דער שטארקער אכטער וועט אנהויבן צו זעהן אז ער האט באמת געפילן צו א צווייטן, און וועט זיך קענען ערלויבן צו זיין מער אפען און געפיליש. פארשצייצעך אז דאס איז נישט שייך און יעדע מצב, אבער עס קען געשען.