בלאט 50 פון 51

פראגראם איינזער.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 8:59 am
דורך נשמה
דיסקלעימער: יעדע זאך וואס איך שרייב דא, רעד איך בשו"א נישט ווען ס'רירט אן יודישקייט. ביטע געדענקן.

איך מוז שטרעבן זיך אויפצופירן אויף א הויעכן סטאנדארד, כדי צו פארמיידן קריטיק און פילן דעם טעם פון א דורכפאל.

רבותי ווער וויל מיטהאלטן מיין פראגראם?

מיין פראגראם איז צו פיהלן וואס די נומערן פיהלן. סאו לאמיר אנהייבן מיט איינס. די ערשטע זאך זאלסטו פילן אז דו מוזט שטרעבן זיך אויפצופירן אויף א הויעכן סטאנדארד, און זאלסט אויך פילן אז דו ווילסט דיך אזוי אויפפירן ווייל דו ווילסט פאר יעדן פרייז פארמיידן קריטיק. טראכט יעצט "איך וויל נישט באקומען קריטיק בשום פנים ואופן, איך מוז עס פארמיידן" און טראכט אויך, "איך וויל בשום אופן נישט פיהלן דעם טעם פון אדורכפאל" "סאו איך גיי זיך אויפפירן אויף א הויעכן סטאנדארד"

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 5:01 pm
דורך נשמה
אקעי ווייטער מיטן פראגראם. יעצט טראכט "איך בין מלא חסרונות און ווייט פון שלימות און דערפאר טו איך אפט מאל שלעכטע זאכן.
וואס מאכט דיך די מחשבה פיהלן? , אזוי פיהלט אן איינזער.

ווייטער טראכט "אויב האלט איך נישט איין מיינע געפילן, מיינע אימפולסן, און מיינע באדערפענישן, וועל איך זאגן אדער טון עפעס וואס פאסט נישט און איך וועל ווערן פארשעמט" האלט דיך איין, שטארק, האלט איין דיינע געפילן, האלט איין דיינע אימפולסן, ווייל טאמער נישט וועסטו טון עפעס וואס פאסט נישט. שטארק, האלט דיך איין, און פראביר צו טון אלעס אויף א הויעכן סטאנדארד כדי זאלסט חס ושלום נישט באקומען קריטיק, אט אזוי פיהלט אן איינזער.

איינזער פראגראם

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 9:50 pm
דורך נשמה
טראכט "כמעט יעדע זאך אויף די וועלט קען האבן א תיקון, און ס'דא זאכן וואס דארפן קלאר האבן א תיקון" אגאנצן צייט טראכטן זיי דעיס, און לאמיר זאגן אז זיי זענען נישט באוואוסטזיניג אז זיי טראכטן עס, אבער דאס טראכטן זיי אז "כמעט יעדע זאך אויף די וועלט קען האבן א תיקון, און ס'דא זאכן וואס דארפן קלאר האבן א תיקון" אז דו ווילסט מיטהאלטן דעם פראגראם וויאזוי די נומערן פיהלן און טראכטן, דאן טראכט, טראכט וויאזוי יעדע זאך קען האבן א תיקון, און ווער כאילו פארנומען דערמיט, מאמענטאל. יעדע זאך דארף א תיקון. יעצט פיהלסטו וואס אן איינזער פיהלט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 10:00 pm
דורך dim
איך בין געווען אלץ קינד אלע חוץ 'אכט' יעץ זאג דו מיר וואס איך בין?[/quote]

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 10:13 pm
דורך הרבטייטעלבוים
גיי ווייטער אן די נעמסט מיר אויף א רייד

איינזער פראגראם

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 10:37 pm
דורך נשמה
טראכט "איך וויל זייער שטארק אז מענטשן זאלן וויסן אז איך בין יושר וצדק. א גראדער מענטש. אויב איך בין שטאלץ מיט עפעס איז עס מיט דעם"

טראכט אז דו קומסט אין ביהמ"ד און יעדע מענטשן וועם דו באגעגענסט טראכסטו די פאלגענדע "אויב יעדער וואלט אויסגעפאלגט דאס וואס ער ווייסט אז ער דארף צו טון אלץ זיין אויפגאבע וואלט אלעס געפארן סך בעסער און רואיגער" אויף א יעדעם טראכסטו עס, "אויב יעדער דא וואלט אויסגעפאלגט דאס וואס ער ווייסט אז ער דארף צו טון וואלט אלעס געפארן סך געשמאקער".

יעצט טראכט "שלימות איז א שווערע זאך, אזוי קומט עס. ס'איז א יקר המציאות, און ס'שווער. אבער מיט דעם אלעם לוינט זיך עס.

אויב עפעס גייט חס ושלום נישט גוט אבער איך האב אלעס געטון די פונקטליכסטע וואס שייך. דעמאלסט קען מיך קיינער נישט באשולדיגן.

טראכט עס און פיהל עס פאר אביסל און פיהל וואס אן איינזער פיהלט, קוק אויף די וועלט מיט זיין בליק, פארשטיי נעקסטיים ווען דו טרעפסט אן איינזער. אבער זאג איהם גארנישט. דזשאסט פארשטיי איהם. פארשטיי פארוואס ער טאנצט ביי א חתונה אזוי איינגעהאלטן. (איך רעד נישט זאגן וואס זענען נוגע הלכות או ספרי מוסר או חסידות כי כל הדברים הם חומר למחשבה והכל בשכל ובדעת)

ווייטער מיטן פראגראם צווייערס

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 9:10 am
דורך נשמה
וויאזוי קענט איר שפירן וויאזוי דער צווייער שפירט זיך.

הייב אן אזוי...
טראכט ביי דיר יעצט "איך בין נישט באליבט וויאזוי איך בין" "איך בין נישט באליבט ביי אנדערע וויאזוי איך בין"


אויב אזוי טאר איך נישט אויסדרוקן מיין עכטער מיך, מיין עכטע רצוניות, מיין עכטע באדערפענישן, מיין עכטע וואונטשן, ווייל מיין עכטער מיך איז נישט באליבט ביי אנדערע"

איז, כדי צו פילן וואס דער צווייער פיהלט טראכט "איך וויל באקומען ליבשאפט, (יעדער מענטש דארף ליבשאפט, אבער דער צווייער האלט אז ער איז נישט באליבט וויאזוי ער איז עכט) און ווייל איך בין נישט באליבט וויאזוי איך בין, טאר איך נישט אויסדרוקן מיינע עכטע רצוניות וכו', אויב יא גיי איך ווערן אפגעווארפן"


שפין ווייטער דיינע געדאנקען און טראכט צו דיר. "אבער איך וויל באקומען ליבשאפט. וויאזוי באקום איך עס?" און טראכט ווייטער "איך קען נאר באקומען ליבשאפט אדער נעהרונג פון אנדערע מיטן זיי אריינצווינגען אין א ספעציעלער נאנטע פארבינדונג מיט מיר, דורך צושטעלן זייערע אמת'ע געברויכן און זיין דער מענטש וואס זיי ווילן איך זאל זיין, אזוי וועל איך ענדליך באקומען זייער ליבשאפט, וואס איך קען סתם אזוי נישט באקומען."

איז אויב דו ווילסט שפירן וואס א צווייער שפירט טראכט דאס ענין "רילעשאנשיפ" (באלד וועל איך שרייבן וואספארא מין רילעשאנשיפ) דאס איז וואס צווייער גייען פאר. "מיט א רילעשאנשיפ וועל איך באקומען ליבשאפט"

סתם פון א רילעשאנשיפ באקומט מען נאכניש ליבשאפט, ס'דארף זיין אזא סארט רילעשאנשיפ וואס מ'באקומט צוריק ליבשאפט, און דאס איז נאר א רילעשאנשיפ וואס איז געווארן געבויט דורך צושטעלן די געברויכן און זיין דער מענטש וואס זיי ווילן איך זאל זיין, איז ווען דו טראכסט די ענין "רילעשאנשיפ" וואס איך האב פריער דערמאנט, טראכט די מין "רילעשאנשיפ" וואס ווערט געבויט און געבינדן דורך צושטעלן די אמת'ע געברויכן פון אנדערע. "איך שטעל צו די אמת'ע געברויכן פון אנדערע" פאר די מין רילעשאנשיפ גייען זיי. די צווייערס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2014 12:42 pm
דורך עת לחשוב
ווער קען מיך טרעפן איך זיך ארום?
איך האב אלץ געהאלטן אז איך בין א פירער מיט אביסל פינעף פליגל אויך געשפירט אביסל ניין אבער פון די לעצטיגע תגובות טראכט איך אביסל מער פונעם ניינער
איך בין זייער אינטראווערט, זייער אינטואיטיוו, זייער פערוועסיוו, טינקינטק פילינג ווייס איך נישט. איך פיל שטארקע ענקזייעטי, אין די בעקגראונד דרייט זיך אלץ מחשבות נישט מעגליך אויסצולעשן, שטענדיג ביזי אנאליזירן אלץ און אלעמען אבער מער נאטורן מענטשן אדער זאכן וואס מאכן נייגעריג, זייער נייגעריג, אבער קען נישט ארויסברענגען פלעינע געפילן שמחה טרויער וכדו' נאר ליב צו רעדן פון טיפערע אנאליזירנדע געפילן אפצומאלן די וועלט, למלשל ביי א חתונה וועט נישט זיין רעגולע געפילן פון שמחה און פערטיג, ניין נאר די אנאליזירן די צוזאמענשטעל פון משפחה באצואינגען וכדו' ברענגט ארויס טיפע געפילן.
פון די אנדערע זייט שטיל פאר זיך נישט לאזן הערן א מיינונג נאר ווען עס איז סעיף נישט קענען מחליט זיין זיצן אליין און טראכטן זעלטן שערן געפילן נאר ווער עס פארשטייט אמת'דיג, דיוועלט אידרויסן איז צו רוישיג עס איז זייער גוט אביסל ארומצודרייען און כאפן א בליק נייגעריג וואס טוט זיך אבער נאכדעם צוריק אין באהעלטעניש לייענן די ענעגראם אה מחי'
איינער קען אים?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2014 8:51 pm
דורך נשמה
מאלסט אראפ א פינעווער.

ענגזייעטי
מחשבות אין די בעקראונד
אנאליזירן
נייגעריג
די וועלט אינדרויסן צו רוישיג
ליינען די עניאגראם א מחי'
באהעלטעניש
נישט לאזן הערן א מיינונג נאר ווען סעיף
זעלטן "שערן" געפילן
און די געפילן וואס דו האסט יא, אינטעלעקטואליזירסטו
אפמאלן די וועלט
אינטראווערטעד

ווארשיינליך נישט קיין ניינער. א ניינער איז צוזאמען מיט יעדעם. פרייליך, אבי שלום און שוין.

וואס זאגסטו מתבונן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2014 8:59 pm
דורך שטארק זיך
נשמה, איך בין איבערראשט און אנציקט וואסערע דזשאב דו מאכסט דא... דו ווייסט ווי ענג דו מאכסט מיר מיטן מיר איינבאקסלן אינעם איינזער... און ווי פאני עס פילט זיך מיר צו זיין א צווייער אנגעהאנגן אין די מענשטהייט...

ביסטו גוט!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2014 9:38 pm
דורך מתבונן
עת לחשוב האט געשריבן:ווער קען מיך טרעפן


ווי ביזטו?

עת לחשוב האט געשריבן:איינער קען אים?


יא איך קען אזא איינעם. איז דו ביזט יענער?

ווי דו לייגסט דיך אראפ, זעהט טאקע אויס ווי נשמה האט שוין געשריבן, א פיניווער מיט א פירער פליגעל (לכאורה). די גאנצע וועג וויאזוי דו לייגסט דיך דא אראפ, 'ווער קען מיך טרעפן? איינער קען איהם?' ווי מהאנדעלט דא פון א עפעס א מיסטריעזער אויביעקט, ווי משפילט היידינג ענד סיק, א קלאסישער פינעווער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2014 11:02 pm
דורך מטעמים
איך האב קיינמאל נישט קיין געדולד צו ליינען דעם אשכול, איך מיש אלס ווייטער. כ'האב איינמאל אנגעפאנגען צו ליינען די ערשטע צוויי פעידזשעס אין געזאגט א שטארקע ביי ביי.

מיין שטארקע נישט-אינטערעס שטאמט פון מיין מיינונג אז קיין שום מענטש אויף דער וועלט איז נישט אין קיין קעטעגאריע, אדרבה יעדער מענטש האט די כוחות צו טוישען זיך מיט די גאנצע וועלט לטובה אדער חס ושלום פארקערט?

איצטערט נשמה'לע, וואסערע נאמבער בין איך?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2014 3:03 pm
דורך עת לחשוב
נשמה און מתבונן יישר כח פארן זיך אנרופן ווארעם.
עס איז אוודאי גרינגער צו רעדן פון יענעם וואו פון זיך, נו אויב אזוי ווער איך יענער און פטור אן עסק.
איך האב געטראכט פיר ווייל איך פיל די דראמא אזוי שטארק און בכלל "פיל" איך אלעס ביים טראכטן ביים אנאליזירן אלעס גייט כאילו איך פיל עס אינעווייניג, איך האב באטראכט די פינעווערס אלץ מער קאלטע טראכטער אלעס איז לאגיק ביי זיי, זיי שווימען ארין אין עני סובדשעקט וואו א פיש און וואסער. ביי מיר זע איך סתם זאכן כאפט נישט אזוי שטארק נאר וואס איך קען קאנעקטן עפעס מער פערזענליך אדער איך וויל פארשטיין די וועלט וואו איך לעב, אויך איך כאפ שנעל די נשמה פון די זאך אבער מער אינטואיטיוו, ארייציגיין אין די דיטעיל קאסט שוין יא כחות. living in the uncouncice, seeing a dimention nobody sees געדענק איך האט מיך געכאפט פון אדאהאן ביי דעם פירער. איך פיל מורא'דיג די ווייטאג פון די וועלט און פארנומען צו אנאליזירן די ווייטאג די פארוואס און די עצות, אן אומאנגאנעמע זאך גיט מיר א שאק פאק א שטיק צייט, ענקזייעטי, נישט קענען דעסיידן,
אויך די געברויך צו זיין יוניק נישט גיין מיט די קראוד. אפשר איז דא נאך איך געדענק שוין נישט פונקטליך.

אבער איך וווער בטל פאר מענטשן זיך צו קריגן מאן דכר שמיה איז דאס די ניינער וואס נשמה האט גערעדט? איך ברענג עס אראפ דא:
איך גיי קיינעם נישט אן, ס'גרינגער אזוי.

"וואס איך טראכט און איך פיהל איז נישט אזוי וויכטיג, ס'גוט, ס'גוט אזוי.

אנדערע מענטשן פיהלן פשוט מער כח ווי מיר. שטערקער.

ס'איז נישט גוט צו זיין אויפגערעגט אדער אנגעבלאזן, ווייל דעיס מאכט אז מענטשן זאלן זיך פילן נישט באקוועם מיט מיר.

ס'איז וויכטיגער צו זיין נייס, אדער בשלום, ווי צו זאגן אמת'דיג וואס מ'וויל.

ס'איז נישט גוט ארויסצואווייזן כעס, ווייל קאנפליקטן צעשטערט פאזיטיוו קאנעקשאן מיט אנדערע.

אויב איך בין נישדא, און קיינער קען מיך נישט כאפן, בין איך פארזיכערט.

איך ווייס נישט וואס איך וויל, און ס'איז סיי ווי נישט אזוי וויכטיג.

איך קען נישט וויסן וואס איך וויל. אנדערע קענען יא וויסן וואס זיי ווילן.

וויסן וואס איך וויל און זיך שטעלן אויף מיינע וואונטשן וואס האבן אויך א שייכות אין די וועלט פון אנדערע מענטשן, נעמט צו אסאך כוחות, און ס'וועט אוועקשטופן מענטשן וואס איך דארף אדער איך וויל בלייבן מיט זיי בקשר.

ס'איז זיך גרינגער צו מיטגיין מיט וואס אנדערע מענטשן ווילן, ווי זיך אריינצולייגן אין טראבל מיט זיך שטעלן אויף וואס איך וויל." ע"כ קוואוט פון נשמה

איך קען נישט שטיין אויף מיינע רעכטן נאר אויב איך בין 100 % זיכער איך בין גערעכט, איך ארבעט פארן יושר דער יושר איז אייביג פאר מיינע רעכטן רוב מאל בין איך נישט זיכער וואס איך וויל און נאכדעם צי איך בין גערעכט און דאן קען איך מיך אפשר אנרופן.
ביטע מודיע זיין אויב איך בין זיך טועה. יישר כחכם.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 1:14 pm
דורך נשמה
די אלע זאכן וואס איך האב אראפגעברענגט אופן ניינער זאגסטו איז דיינע שטריכן?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 7:28 pm
דורך בן אחר בן
זייער אינהאלטספול און אינטערעסאנט!

איך האב א שאלה וואס איך פראביר צי דערגרינטעווען שוין א לאנגע צייט. וואס איז די פארבינדונג צווישן nature און nurture? און וועלכער האט א שטערקערע כח איבערן מענטש? לדוגמה חינוך הבנים, לויט די אניעגרעמס ווערט יעדער מענטש געבוירן מיט א סעט נאטורן וואס קען געניצט ווערן לטובה אדער לרעה. איז nurture די כח וואס וועט אנטשעדן וועלכע וועג מ׳וועט ניצן די נאטורן? אדער אפשר האט גאר nurture די כח צי טוישן די נאטורן?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 8:37 pm
דורך נשמה
שוין יארן וואס מ'קוקט דאס נאך. זיי זאגן אלע אז מיט וואס מ'ווערט געבוירן מיט דעם בלייבט מען. מיט די נאטורן וואס מ'געט דעם ערשטן געוויין מיט די נאטורן געט מען דעם לעצטן לאך. איך זאג אז nurture איז די כח וואס אנטשייד וועלכע וועג מ'וועט נוצן די נאטורן אבער ס'האט בשום אופן נישט קיין כח צו טוישן דעם נאטור.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 9:49 pm
דורך fiena nieas
ס' ג'ייד די נאטורן

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 6:56 am
דורך נשמה
fiena nieas האט געשריבן:ס' ג'ייד די נאטורן


פיינע נייעס אין די בעטעלע איז ער געווען פיינע נייעס אבער אין פיצי.

אלו בני תשע מדות

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 31, 2014 11:43 am
דורך חניוק
אלו בני תשע מדות

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 02, 2014 12:24 pm
דורך מתבונן
חניוק האט געשריבן:אלו בני תשע מדות


כהאב אמאל פראבירט צו זעהן וויאוזי מ'קען דאס אריינלערענען אין די בני תשע מידות. ס'מיר נישט געלאנגען.

דרייער פראגראם

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 8:58 am
דורך נשמה
לאמיר זיך שפירן ווי דעם דרייער.

צו פיהלן וואס דער דרייער פיהלט, און אויך צו שפירן ווי שטארק ער מוז אנקומען צו מענטשן, טראכט, מענטשן טארן נישט זעהן מיין עכטער איך. מ'טאר נישט. איך שעם מיך דערמיט. מ'טאר עס נישט זעהן. ניין. בשום אופן. מ'וועט מיך אראפ קוקן דערפאר. איז וואס יא. נאר וויבאלד מענטשן קוקן ארויף און רעספעקטירן "סוקסעס" און הצלחה, אויפטואונגען, דערגרייכונגען, וועל איך פראבירן אהערצושטעלן א בילד ווי א מוצלח, אזא מוצלח וואס מענטשן וועלן ארויפקוקן, סאו, נאו מאר שעים! סאו, וואס א חילוק וואס איך פיהל, ס'איז עכט נישט קיין שום חילוק, דער עיקר איז דאך די אימעידזש, א גוטע אימעידזש = שעצע. שעצע = גוטע געפיהלן. סאו דער עיקר וואס איך מוז האבן איז א גוטער אימעידזש, און איך קען עס באקומען דורך סוקסעס, הצלחה, טון אויף די ריכטיגע פלאץ אין די ריכטיגע מינוט. ס'זאל האבן די מערסטע אימפעקט אויף מענטשנ'ס שעצע-גאבע. (wow מיין אימעידזש איז נאך בעסער ווי איך בין עכט, זאג נישט קיינעם.)

פירער פראגראם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 7:37 am
דורך נשמה
וואס שפירט די פירער? וואס?
ווילסט שפירן וואס דער פירער שפירט? הייב אן ווי פאלגענד. אבער זיי גרייט צו שפירן באזאלצן. רעדי?

טראכט און פיהל "מענטשן האבן מיך עפעס מער נישט ליב" (דהיינו מיין עכטע עכטע איך). "און אמת'ן פארוואס יא, פארוואס זאלן מיך מענטשן יא ליב האבן? "לאמיר זעהן ווער בין איך?" בשעת מעשה, טראכט און פיהל דיינע שוואכע חלקים. יעדע מענטש האט שטארקע חלקים און שוואכע חלקים. דעי חלקים וואס סתם מענטשן "באהאלטן" פון אנדערע מענטשן. פיהל עס. פיהל אז דו ביסט עס. נעם עס און בוי דיך דערפון א זעלבסט בילד, א איך, אן אידענטיטי, דהיינו אז 'דאס' ביסטו, דעי שוואכע חלקים. דו ביסט וואס? א פעלערהאפטיגקייט.

יעצט פיהלסטו אז עפעס פעהלט אין דיר און דערפאר האט דיך קיינער ניש ליב. קיינער האט דיך נישט ליב ווייל עפעס פעהלט דיך. (ס'גייט אהין און צוריק) אנטלויף ניש דערפון. דו קענסט נישט טאקע נישט אנצייגן וואס ס'פעהלט מיט דיין עכטער איך אבער דו פיהלסט קלאר אז ס'פעהלט עפעס טיף און קיינער האט עס ניש ליב.

יעצט שפין ווייטער, "איך וויל אזוי שטארק פיהלן אז איך בין יא א גוטע גאנצע פראדוקט, איך וויל משלים זיין דאס וואס ס'פעהלט אין מיך, איך מוז ווייזן יעדן ווי יוניק און ספעשול איך בין, ווייל איך וויל אז מענטשן זאלן 'מיך' יא צוריק אנהייבן 'עכט' ליב צו האבן.

אבער אפילו איך פראביר צו ווייזן יעדעם ווי יוניק און ספעשול איך בין, האבן מענטשן מיר נאך אלץ ניש ליב... פארוואס? מן הסתם בין איך נישט וחוזר חלילה

(פונקט ווי א צווייער און א דרייער פיהלן אז מ'האט 'זיי' זייער עכטער איך, נישט ליב. אזוי אויך פיהלט אזוי א פירער. די סיבה פארוואס א צווייער/דרייער/פירער פיהלט אז מ'האט איהם נישט ליב און זיין קומענדיגער שטאפל איז ווערן אדער צוויי אדער דריי אדער פיר, איז מחמת זיין מזג הנפש, ווייל ער אליין האט זיך (זיין עכטער איך) נישט ליב. וואס אויב וואלטן זיי געהאט אן אנדערע מזג וואלטן זיי גענומען אן אנדערע שטאפל.)

(הונטערנבאוואוסטזיין לאזן זיי נישט צו צו זיך קיין סתם ליבשאפט. פשוט ווייל זיי האבן מורא צו פיהלן נאכאמאל די בושה אז יענער גייט פלוצים אויסטרעפן ווער זיי זענען באמת און גייט זיי אויפהערן ליב צו האבן)

טראכט ווייטער פון דעם אידענטיטי וואס דו פראבירסט אויפצובויען פון די שוואכע חלקים פון דיר, לויף נישט אוועק דערפון, און בשעת דו ליגסט אזוי איינגעטינקען דערין, זינק אריין ווי מער, ראשך ורובך, אין דיין נישט שלימות'דיגער זעלבסט-בילד וואס מענטשן האבן נישט ליב, ווער אלץ מער אנגעביטערט. ביז דו ווערסט ממש א לעמאן. (ס'ענדערש צו זיין אנגעביטערט ווי איידער צו פיהלן די בושה אז דו ביסט נישט גענוג חשוב אז מ'זאל דיך ליב האבן)

טראכט, איך וויל עס משלים זיין (טראכט ביידע אויף איינמאל, סיי די ביטערקייט אז ס'פעהלט דיך עפעס עיקריות'דיג, און סיי אז דו ווילסט עס זייער שטארק משלים זיין, ווייל דו ווילסט אז מ'זאל "דיך" ליב האבן). דו פיהלסט יעצט "ס'פעהלט מיך עפעס"! אבער נישט סתם ס'פעהלט "עפעס" נאר טאקע די "פיינעל טאטש" "פון די זאכן וואס מאכט אז א מענטש זאל זיין "עכט גוט צו זיין באליבט" דאס פעהלט מיך."

וואס פעהלט מיך? ווער בין איך?.... איך בין אזוי נישט צופרידן מיט מיך. ס'איז אזוי נישט גוט. "ווער וועט מיך ליב האבן? קיינער! "און אפילו יענער וואס האט מיך אמאל ליב געהאט און איך האב איהם אזוי שטארק געדארפט האט מיך שוין נישט ליב היינט. און דאס איז א שטארקע ראי' אז ס'איז עפעס יסודיות'דיג נישט גוט מיט מיר. און ווער ס'האט מיך יא ליב, מוז זיין אז ס'איז עפעס ראנג מיט איהם. "צום סוף וועלן מיך רוב מענטשן אפלאזן. אזוי גייט זיין. וואס זאל איך טון, איך פיהל אז איך באלאנג נישט אין ערגעץ, איך פיט נישט אין ערגעץ". "קיינער פארשטייט מיך נישט! זעען זיי נישט ווי ספעשל און יוניק איך בין?"

אנדערע האבן טאקע יא דאס וואס ס'פעהלט מיר, אזוי זעה איך, (און איך בין זיי ביטער מקנא), אבער איך האב עס נישט. איך האב עס נישט ווייל ס'איז עפעס צעלעכערט מיט מיר.

"יענע זאך וואס איך קען האבן איז נישט אינטערעסאנט, ס'איז באררינג, ס'איז נישט "דעיס". ס'איז נישט דעיס וואס ס'פעהלט מיך.

"אויב אפשר איך וועל טרעפן די אידיאלער מענטש וואס האט געכאפט און זעהט איין ווי ספעשול איך בין, דאן קען זיין, אפשר, וועל איך האבן די ליבשאפט וואס איך וויל אזוי שטארק"

"איך וויל אזוי שטארק אז מענטשן זאלן "מיך" ליב האבן, ליב האבן וואס איך בין עכט, אבער זיי גייען מיך קיינמאל נישט ליב האבן, (פירערס ווילן הונטערנבאוואוסטזיין ענדערש אוועקלויפן פון "סתם ליבשאפט" כדי נישט צו פיהלן נאכאמאל די ווייטאג אז מ'האט זיי נישט עכט ליב, אבער דאך בענקען זיי צו א טיפע טיפע ליבשאפט) ווייל ס'פעהלט אין מיך די חלקים וואס מאכט אז מענטשן זאלן מיך ליב האבן. אסאך מאל פיהל איך אז איך בין יא עפעס, און איך בין יא ווערד אז מ'זאל מיך ליב האבן, אבער פונקט דעמאלץ זעהט עס קיינער נישט" און ווען איך פיהל אז ס'פעהלט עפעס מיט מיך, דאס זעהט יעדער. פארוואס?"

"אלעס וואלט געקענט זיין גוט, אויב מ'וואלט מיך נישט צוריקגעהאלטן" אלעס ווייל מ'האט מיך נישט געלאזט.

איך האף ס'גוט. איך האף מ'פארשטייט עס. א פירער איז קאמפליקעדעט,

אכטער פראגראם בעזרת השי"ת ובס"ד.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 9:38 am
דורך נשמה
איך וועל נאך צוריקקומען אי"ה, אבער יעצט לאמיר איבערטאנצן ביז צום אכטער, און לאמער איינמאל שפירן וויאזוי דער אכטער שפירט זיך אין זיין הויט.

טראכט די וועלט ארום מיר איז שווער, וואס טו איך?


אקעי איך מוז ווערן א איש מלחמה, אויב איך גיי נישט זיין שטארק וועלן מיך אנדערע איינשלינגען, מ'מוז זיין א גיבור דאס צו דורכמאכן. גיי אריין אין דיך, אין דיין קערפער, און הייב אן צו פילן ווי דו ביסט שטארק, פעסט, גרייט איינצונעמען די וועלט. קיינער זאל דיך גארנישט קענען טון. לאז עס נישט אפ, פיהל דיך מער און מער שטערקער. פיהל עס איבעראל, אין דיינע פיס, אין דיינע הענט, אין דיין גאנצע קערפער ווערסטו פיהל מיט מאכט. מער און מער און גרייט צו אפשלאגען יעדע אטאקע. גרייט צו זיין שטארק און הארט ווי א פעלזן שטיין.

יעצט ווען דו פיהלסט אז דו מוזט פייטן כדי צו קענען אנגיין, פיהל וואו דו ווערסט שטערקער און נאך שטערקער, ביז דו פיהלסט אז דו ביסט שטערקער ווי אנדערע מענטשן, ביסט מאכטפולער, און טראכט איך קען טון וואס איך וויל און קיינער קען מיר נישט איינטיילן וואס צו טון. קיינער איז נישט גענוג שטארק מיך צו באגרעניצן וואס איך וויל און וואס איך טו. איך בין נישט געבינדן צו די באגרעניצונגען וואס אנדערע מענטשן ווילן ארויפלייגען אויף מיר. איך טו וואס איך וויל.

שפיר ווי דו ביסט גרייט זיך צו שלאגן מיט יעדע זאך וואס קען דיך נאר שטערן. און טראכט אסאך מאל דארף איך ברעכן די ראלעס כדי צו קענען טון וואס איך וויל.

יא איך בין שלעכט יא! וואס איז? איך טו וואס איך וויל! קיינער קען מיך נישט איינטיילן, זיי זענען סתם שוואכע מענטשן! זיי זענען נישט ווערד אז מ'זאל זיי ארויפקוקן, איך בין סך שטערקער פון זיי, איך קען אלעס! איך האב נישט קיין שום שוואכקייט.

אינ'אמת'ן בין איך נישט קיין שלעכטער, ער משה תנחום איז א שלעכטער, ער נוצט אויס מענטשן, משא"כ איך וואטש מענטשן וועם איך וויל וואטשן. עכט קריג איך מיך נישט מיט קיינעם נאר ווען איך האב נישט קיין ברירה, איך מוז דאך אנגיין, און אסאך מאל דארף מען קער נעמען פון די וואס בא'עולה'ן מענטשן.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 7:21 pm
דורך נשמה
איך האב דא א ספר פון שרגא פליישמאנן. בקיצור. דער זיבענער דארף ווי מער זאכן, חפצים, מענטשן, עסן, מעורר צו זיין זיין דעת און אזוי ארום הנאה צו האבן. משא"כ דער פינעווער מכח זיין עסק מרובה און יגיעה צו פארשטיין און מבחין זיין די פארשידענע דקות'דיגע חילוקים אין די פשוט'ע מציאות ארום, האט ער הנאה אפילו פון סתם. ווייל זיין נפש ווערט טיף נתעורר און אזוי ארום מתענג פון יעדע זאך. והדברים מתוקים מאוד מאוד ושמחה לנפש.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 19, 2015 1:51 pm
דורך פינטל
יעצט אריינגעטאנצען אין דעם אשכול, נשמה, ביסטו נישט א פירער מיט א שטארקע פינעווער פליגל?