בלאט 49 פון 51
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 6:37 pm
דורך fiena nieas
נשמה האט געשריבן:שטעל דיך פאר ווי דו קומסט צווישן מענטשן און פרוביר צו שפירן וואס יעדע נומער שפירט.
איינזערס פיהלן אז זיי זענען געשטעלט צו דן זיין אנדערע.
צווייערס שפירט אז אנדערע זענען זיי שולדיג. אויף די טובות וואס זיי האבן אויסגעוועהלט צו טון פאר זיי.
א דרייער פיהלט גרויסארטיגע ערווארטענישן פון זיך.
א פירער ערווארט אומריאליסטישע זאכן פון זיך אן פון אנדערע. (איך פארשטיי נישט פארוואס, אדער האב איך שוין פארגעסן)
א פינעווער'ס מח פארט אלעמאל, אהער און אהין, רוהט נישט איין.
א זעקסער קוקט ארויס אויף אנדערע אז זיי זאלן איהם פארזיכערט שטעלן. (נו? פארוואס בארואיגסטו מיר נישט?)
א זיבענער האט נישט קיין סעלף דיסציפלין, און פארשטייט זיך אז ער קומט נישט אן צו וואס ער וואלט ווען געקענט אנקומען.
אן אכטער פיהלט ווי ער וויל אלעס קאנטראלירן.
א ניינער זוכט גרינגע עצות צו זיינע פראבלעמען.
נשמה ,דו רעדסט מיט די פליגלעך אדער אן?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 9:16 pm
דורך נשמה
דאס איז זיכער (לויט די שיטה) אז יעדער מענטש אין נמלט ממנו האט א בעסיק נומער, אפילו אן איינזער וואס האט א צווייער פליגעל, וויל זיך קאנטראלירן און (לויט געוויסע אויב איז ער אן עקסטראווערטס extrovert) וועט ער פאררעכטן די וועלט, און גראד מאכן די בענק.
און לויט די שיטה אז יעדער איז דריי נומערן (וואס קוקט אויס צו זיין אמת) וועט אן איינזער וואס איז אויך א פירער און א פינעווער למשל, וועט אויך פראבירן צו פאררעכטן די וועלט, איין חלק פון איהם, וועט האבן צו טון מיט די ענין פון פארעכטן די וועלט...
דו מיינסט צו פרעגן צו דאס איז/פיהלט אן איינזער, דער ענטפער איז: דאס אויך. דאס פיהלט ער אויך, און נאך זאכן געוואנדן לויט די פליגל. יעדער קען פאדערן פון זיך אסאך, און דאס מיינט נאך נישט אז מ'איז א דרייער, א דרייער איז מען אז דער שורש פון זיין פערזענליכע התנהגות, קאנפליקטן, מעשיות בין אדם לחבירו, איז ווייל ער פאדערט אסאך פון זיך, איז ווייל ער איז א דרייער. נישט נאר 'פאדערן פון זיך אסאך נישט נאר דאס איז א דרייער, דאס איז א תוצאה פון זיין א דרייער.
אן איינזער קען פאדערן פון זיך, פשוט ווייל מ'דארף זיין א שלימות, אבער זיין שורש, זיין שיטה וואס ער איז מסביר ווען מ'וועט איהם פרעגן וואס וועט זיין אז דו וועסט עס נישט טון, וועט ער ענטפערן: אז "א מענטש דארף טון וואס איז ריכטיג" אבער א דרייער וועט מסביר זיין אז "אויב איך וועל נישט פאדערן אזוי סך בין איך גארנישט ווערד" גאר אן אנדערער תירוץ וועט א פינעווער וואס פאדערט אסאך, א פינעווער וועט ענטפערן אז "איך מוז לערנן אלע ביכער בנוגע ביזנעס ווייל אויב נישט ציטער איך" און א דרייער וועט ווייטער ענטפערן "איך מוז לערנן אלע ביכער ווייל אויב נישט וועל איך נישט קענען ביזנעס אזוי גוט און אויב איך וועל נישט קענען ביזנעס אזוי גוט וועל איך נישט האבן א ווערד" א פירער וויל אויך זיין ווערד, אבער מער אן ענין פון ספעציעלקייט, וואס ער איז ספעציעל, זיין מער און מער זיך, א פירער וויל שפירן ווי מער זיין זיך, כדי צו שפירן ווי אנדערש ער איז פון ארום. א דרייער וואס ער איז ווערד וואס ביי אנדערע מענטשן הייסט ווערד.
א צווייער קען אויך אויסקוקן אומדיסציפלינד, אבער ווען מ'וועט איהם פרעגן וועט ער ענטפערן "אויב איך וועל נישט לויפן טון טובות און איך וועל יא האבן א סדר היום וועט מיך קיינער נישט ליב האבן" די שורש איז גאר עפעס אנדערש. א זעקסער קען אויך זיין אומדיסציפלינד אבער ער וועט ענטפערן, אז ער מוז שמועסן אויפן טעלעפאון ווייל... ווייל ער מוז באקומען אגאנצן צייט סעקיוריטי. און אזוי ווייטער, יעדער האט גאר אן אנדערער שורש וואו אלעס הייבט זיך אן.
ניין מענטשן, יעדער זוכט סעקיוריטי אבער יעדער וועגן אן אנדערער שורש.
דער איינזער ווייל ער זעהט כאאס, גארנישט איז נישט קען שלימות.
דער צווייער ווייל קיינער האט איהם נאך היינט נישט געזאגט א גוט ווארט.
דער דרייער ווייל ער שפירט אז ער איז גארנישט ווערד.
דער פירער ווייל די וועלט קוקט אויס זייער פיינפול, איוב.
דער פינעווער ווייל ער פארשטייט נאכנישט געהעריג
דער זעקסער ווייל קיינער האט איהם היינט נישט געגעבן זיין צומי.
דער זיבענער ווייל ער זיצט יעצט ביי א דרשה, און ס'באררינג. און אז ס'באררינג דערמאנט עס איהם זאכן,
דער אכטער ווייל מ'פייפט איהם אן.
דער ניינער ווייל איינער האט אנגעהויבן טשעפן.
בקיצור, דער עיקר איז די פראגע פארוואס, מ'קריכט און מ'קריכט ביז מ'קומט צו הארטע ערד, דא איז די שורש, א דרייער וועט שרייען "אבער איך האב מורא איך וועל נישט זיין ווערד" נאכאמאל און נאכאמאל דעם זעלבן זארג, דעם זעלבן קאנפליקט, די זעלבע פראבלעמען וואס ער האט געהאט אלץ בחור די זעלבע פראבלעמען אלץ יונגערמאן, יאר איין, יאר אויס, די זעלבע מעשיות, די זעלבע דורכפעלער, די זעלבע מענטש, אלעס ווייל ער איז א דרייער, גארנישט איז נישט אזוי געפערליך "ווערד זאל איך זיין" אבער א ניינער גארנישט איז אזוי געפערליך "מנוחה זאל זיין" און אזוי ווייטער
די עניאגראם זאגט אז יעדער האט זיך זיין בליק אויף די וועלט זיין געפיהל, זיין שפיהר, זיין סענס אף סעלף, יעדער פיהלט אין זיין קלייד וואס רופט זיך קערפער, פיהלט יעדער אנדערש, און ס'ווערט צעטיילט לויט ניין נומערן. אפשר מיט די יארן וועלן סייענטיסטן אויפווייזן אז ס'איז טיפער און אנדערש אבער ביז דערווייל איז עס סייענטיפיש אויך אויפגעוויזן געווארן, סייענטיפיש מיין איך צו זאגן נישט נאר אין טעאריע.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 11:15 pm
דורך נשמה
לויט דאן ריסא (לעבט שוין נישט) איז אבאמא א דרייער ואידך זיל טראכט... אונטער סטרעס פאלן זיי צו ניין, ששש... שלאף שלאף שלאף,
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 12:07 pm
דורך רעד צו די זאך
לויט ווי איך מיין בין איך א געמיש פין דריי פיר אין פינעף איך קען אבער נישט באשליסן מיין עיקר. , איך בין שטארק א פארטראכטער, שטארקע געפילן . זיך צו האבן שטארקע דראמאטישע נאנטע קשר מיט מענטשן, האב זייער ליב צו ליינען, אין האב א שנעלע תפיסה, ,גיי אריין טיף אין יעדע זאך, נעם אדורך א זאך מיט בריטקייט ,גלייך נישט צו ארבייטן שווער וואס בן איך???????????
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 12:13 pm
דורך איך גלייב
רעד צו די זאך האט געשריבן:לויט ווי איך מיין בין איך א געמיש פין דריי פיר אין פינעף איך קען אבער נישט באשליסן מיין עיקר. איך האב זייער ליב צו חלומען, איך בין שטארק א פארטראכטער, שטארקע געפילן , איך שפיר זייער אפט ווערדלאז, אין וויל זייער שטארק זיך זען מער ווי א צווייטן , מען זאל כאפן התפאלות פין מיר. זיך צו האבן שטארקע דראמאטישע נאנטע קשר מיט מענטשן האב זייער ליב צו ליינען, אין האב א שנעלע טפיסה, ,גיי אריין טיף אין יעדע זאך, נעם אדורך א זאך מיט בריטקייט ,פויל צו ארבייטן סא וואס בן איך???????????
א כוי
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 12:15 pm
דורך רעד צו די זאך
[quote="רעד צו די זאך"]לויט ווי איך מיין בין איך א געמיש פין דריי פיר אין פינעף
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 12:16 pm
דורך רעד צו די זאך
וועלכע נומער איז א כוי

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 12:44 pm
דורך נשמה
@רעד_צו_די_זאך. ביסט פויל צו ארבעטן? אדער ווייל האסט פשוט נאכנישט דורכגעטראכט און ערלעידיגט דיינע געפילן? און די וועלט שווערט אראפ אויף דיינע פלייצעס?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 1:10 pm
דורך רעד צו די זאך
נשמה האט געשריבן:@רעד_צו_די_זאך. ביסט פויל צו ארבעטן? אדער ווייל האסט פשוט נאכנישט דורכגעטראכט און ערלעידיגט דיינע געפילן? און די וועלט שווערט אראפ אויף דיינע פלייצעס?
יעדע זאך וואס איך דארף טין בפרט ווען עס איז אינוואלפט מיט אנדערע מענטשן נעמט מיר זייער אדורך יעדע פאון קאל שעפט מיר אויס.
פינדעסטוועגן וועל איך מאכן זיכער אז יעדע זאך איז געטין אין צייט אויף מסידרדיגע פערפעקט וועג .
בכלל ווען איך בין אין א זאך וועל איך ארבייטן מיטן גאנצן אייפער, אבער איך בין פארשוועמט מיט געפילן אין מחשבות ממילא איז מיר שווער אריינצו
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 1:16 pm
דורך נשמה
א פירער... און דאס וואס דו ווילסט אזוי גוטע געפילן איז לכאורה ווען די 'ווייטאג' איז קשה מנשוא. וויאזוי קענסטו יענעם פארשיקן? ער גייט זיך חס ושלום 'פיהלן' גאט באהיט 'שלעכט' קלאפ דיר אויפן מויל...
לויט די שיטה פון דריי, אז יעדע מענטש איז דריי, ביסטו א פירער, דערנאך א זיבענער, דערנאך א איינזער. (איך פרוביר נאר)
עי האסט צוגעלייגט,
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 1:20 pm
דורך רעד צו די זאך
נשמה האט געשריבן:א פירער... און דאס וואס דו ווילסט אזוי גוטע געפילן איז לכאורה ווען די 'ווייטאג' איז קשה מנשוא. וויאזוי קענסטו יענעם פארשיקן? ער גייט זיך חס ושלום 'פיהלן' גאט באהיט 'שלעכט' קלאפ דיר אויפן מויל...
איך זעי מיר נישט אלס א דערביטערטע מענטש איך האב דירעקט א שטארקע סענס אויף יומער אין האב ליב צו מענטשו שמייכלן.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 1:22 pm
דורך נשמה
רעד צו די זאך האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:א פירער... און דאס וואס דו ווילסט אזוי גוטע געפילן איז לכאורה ווען די 'ווייטאג' איז קשה מנשוא. וויאזוי קענסטו יענעם פארשיקן? ער גייט זיך חס ושלום 'פיהלן' גאט באהיט 'שלעכט' קלאפ דיר אויפן מויל...
זייער גיט געזאגט אבער פארוואס וויל איך זיין אין צענטער ביי א שמיעס ?,מענטשן זאלן כאפן התפאלות פין מיר ?.ווי אויך זע איך מיר נישט אלס א דערביטערטע מענטש איך האב דירעקט א שטארקע סענס אויף יומער אין האב ליב צו מענטשו שמייכלן.
נו, זאג איך, ביסט אויך א זיבענער, אבער ווען נישט דיין אופן וויאזוי דו נעמסט אן די וועלט ארום, וואלסטו נישט אזויפיהל געשמייכעלט.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 1:33 pm
דורך נשמה
@ רעד צו די זאך
פינדעסטוועגן וועל איך מאכן זיכער אז יעדע זאך איז געטין אין צייט אויף מסידרדיגע פערפעקט וועג . דאס איז שוין אינטערעסאנט, איינער האט מיר געזאגט אז ער האט שוין געטראפן 'איינזערס' וואס מיינען זיי זענען פירערס, אבער דער שורש פון די גאנצע זאך איז אז זיי האלטן אז די וועלט קומט באמת מער פונקטליכער, זענען צעבראכן אויף זיך אליין פארן נישט האבן שלימות, סאו, די גאנצע סיסטעם סלאוט אראפ,
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 3:37 pm
דורך fiena nieas
רעד צו די זאך איך מיין ביסט אן איינזער!!
(דיין ניק איז אפילו מעיד)
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 8:05 pm
דורך רעד צו די זאך
דאכט זיך מיר אז פיר דארף ארבייטן צו זיין ווי איינס
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 8:30 pm
דורך fiena nieas
רעד צו די זאך האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז פיר דארף ארבייטן צו זיין ווי איינס
יא יא די איינזער אינטער סטרעסס גייט צום פירער
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 8:35 pm
דורך מתבונן
רעד צו די זאך האט געשריבן:לויט ווי איך מיין בין איך א געמיש פין דריי פיר אין פינעף איך קען אבער נישט באשליסן מיין עיקר. , איך בין שטארק א פארטראכטער, שטארקע געפילן . זיך צו האבן שטארקע דראמאטישע נאנטע קשר מיט מענטשן, האב זייער ליב צו ליינען, אין האב א שנעלע תפיסה, ,גיי אריין טיף אין יעדע זאך, נעם אדורך א זאך מיט בריטקייט ,גלייך נישט צו ארבייטן שווער וואס בן איך???????????
רעד צו די זאך האט געשריבן:יעדע זאך וואס איך דארף טין בפרט ווען עס איז אינוואלפט מיט אנדערע מענטשן נעמט מיר זייער אדורך יעדע פאון קאל שעפט מיר אויס.
רעד צו די זאך האט געשריבן:איך זעי מיר נישט אלס א דערביטערטע מענטש איך האב דירעקט א שטארקע סענס אויף יומער אין האב ליב צו מענטשן שמייכלן.
אלע סימנים פון א ניינער!
רעד צו די זאך האט געשריבן:פינדעסטוועגן וועל איך מאכן זיכער אז יעדע זאך איז געטין אין צייט אויף מסידרדיגע פערפעקט וועג .
fiena nieas האט געשריבן:(דיין ניק איז אפילו מעיד)
מיט א איינזער פליגעל!
א ניינער, אזוי ווי די פירער און די פינעווער, זענען withdrawn טייפס און לעבן מער אין א 'לעכעל' און קוקן ארויס צו די וועלט. דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס די דריי טייפס מישן זיך אויס. בכלל וועט א ניינער האבן א פראבלעם זיך צו טייפן, היות ער זעהט זיך 'אין' אנדערע מענטשן און לעבט נישט בדרך כלל מיט זיין אייגענע איידענטיטעיט. די סיבה פארוואס דו זעהט א שטארקע פירער אין דיר, איז פשוט ווייל דו זעסט אז גו האסט אסאך געפילן, און די ווערסט זייער איבערגענומען פון מענטשן. דאס פאסירט אבער פאר אנדערע סיבות. די פירער ווערט איבערגענומען ווייל ער פילט פארביטערעט אז קיינער פארשטייט איהם נישט, און אין די זעלבע צייט וויל ער זיך נישט אויסמישן מיט אנדערע בכדי נישט צו פארלירן זיין 'אמת'ע זיך'. די נייער ווערט אויסגעמיטשעט ווייל ער ווערט 'צופיל' אויסגעמישט און פארלירט 'זיך' - זיין אייגענע דיעה וכדו', זיין מציאות, ס'איז שווער צו זאגען 'ניין' פאר יענעם, אלעס בכדי נישט צו מאכן א קאנפליקט און פארלירן די אינערליכע רוהיגקייט. דער ניינער קען ווערן שטארק אויסגעמיטשעט פון האלטן קאנטראל אויף זיך און אויף די ארומיגע, אז 'מ'זאל פארן צוזאמען רוהיג אן קיין קריגערייען', א זאך וואס קען נישט אלעמאל צושטאנד קומען. דו שרייבסט זייער שטארק, אז דו האסט ממש ליב צו זיין מיט מענטשן און זעהן ווי זיי 'שמייכלען', דאס איז די ניינער וואס האט ליב צו זעהן ווי אלעס איז אקעי און יעדער לעבט פיין צוזאמען, און דאס גופא קען זיין די סיבה פאר דיין פילן אויסגעמוטשעט, סיי קיינער זאל נישט ווייזן א נערוועזע פנים צו דיר, און סיי קיינער צוויישן זיך זאל נישט זיין 'אפגעהאקט'. אויב בין איך גערעכט ביז אהער, איז פשוט אז דו ביזט נינשט קיין פינעווער, א פינעווער איז נישט אינטרעסירט אז מענטשן זאלן שמייכלען, אוודאי האט ער נישט ליב ווען עס איז אנגעצויגען, דעמאלטס פיצט ער אפ, אבער פאר איהם איז גענוג אז אלעס איז אקעי און ער ווייסט וויאזווי זיך אומציגיין דא. איי דו האסט ליב ברייטקייט? דאס מאכט נאכנישט איינעם א פינעווער. דאס קומט לכאורה פון דיין שטארקע איינזער פיליגעל וואס האט א פיינעם חוש צו פשוט פארשטיין א נושא 'צו די זאל', און 'רעדן צו די זאך' (וכפי שכתב הרב פיינע נייעס), אנדערש ווי דער פינעווער וואס וועט דורכטון נושאים אפילו נישט צו די זאך, אבי מקען עפעס צוצוטיילען אויף פרטים און פרטי פרטים. ויש עוד להאריך, אולי א צווייטע מאל.
כנלענ"ד. אדרבה לאמיר הערן וואס דו זאגסט.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 8:37 pm
דורך מתבונן
איך גלייב האט געשריבן:רעד צו די זאך האט געשריבן:לויט ווי איך מיין בין איך א געמיש פין דריי פיר אין פינעף איך קען אבער נישט באשליסן מיין עיקר. איך האב זייער ליב צו חלומען, איך בין שטארק א פארטראכטער, שטארקע געפילן , איך שפיר זייער אפט ווערדלאז, אין וויל זייער שטארק זיך זען מער ווי א צווייטן , מען זאל כאפן התפאלות פין מיר. זיך צו האבן שטארקע דראמאטישע נאנטע קשר מיט מענטשן האב זייער ליב צו ליינען, אין האב א שנעלע טפיסה, ,גיי אריין טיף אין יעדע זאך, נעם אדורך א זאך מיט בריטקייט ,פויל צו ארבייטן סא וואס בן איך???????????
א כוי
כהאב הנאה איך גלייב.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 8:53 pm
דורך נשמה
יא, פיר וואס זענען זייער סאבדזשעקטיוו, זיי נעמען אלעס פערזענליך, אלעס ווערט פארוואנדעלט אין זייער עצם, כי עצם מעצמי אתה, זיי דארפן אנטון מער אביעקטיווע גלעזער, און קוקן אזוי פון דרויסן, און נישט זיין אזוי שטארק איינגעזאפט אין די מינוטליכע איבערלעבענישן. זיי זאלן פשוט קענען אנגיין, מחיל אל חיל. דו זאגסט אז דו האסט א סדר, און אלעס ווערט געטון פערפעקט, און דו זאגסט האסט ליב צו מאכן טיפע דראמאטישע קשרים מיט מענטשן, האב איך געטראכט אז עפעס איינס האסטו אין זיך. דער אמת, מ'דארף שטארק קריכן ווילאנג מ'דערגייט וואו מ'האט אנגעהויבן.
ביסט א פאר'חלומ'טער, א פארטראכטער, האסט ליב היומער, ווילסט מ'זאל כאפן התפעלות פון דיר,
איך דערמאן מיך יעצט אז ס'דא וואס האלט אז יעדע נומער האט דריי סארטן, און איין סארט איז אלעמאל פארקערט ווי די נומער דארף אנצייכענען, און ביי א פינעווער איז די סארט וואס האט ליב בעיקר צו מאכן א טיפער נאנטער קשר מיט איין מענטש, פון דרויסן זענען זיי פונקט ווי אלע פינעווער, אבער זיי האבן יא ליב צו מאכן טיפע קשרים. אזא פינעווער איז מער ווי א פירער, ווייטאג, געפילן. זיי זעהען אויס ווי פינעווער ביז דו רירסט אן זייער געפילישער חלק, אויב ביסטו אזא סארט פינעווער, דארפסטו זוכן אלעמאל איינער א גוטער נאנטער חבר, יעדע נאנטער חבר ווערט אויספראבירט צו ער קען טאקע זיין דיין אמת'ער נאנטער חבר (נישט אזוי ווי א זעקסער וואס זוכט זיכערקייט, אזא פינעווער זוכט טיפע נאנטקייט) און דו ביסט שוין אסאך געווארן אנטוישט.
סאו דו זאגסט אז דו זוכסט דראמאטישע קשר מיט מענטשן, זאג איך דיר אז ס'דא פינעווערס וואס זענען אזוי.
און דאס וואס דו זאגסט לגבי דיין שמייכלעך, איז אדער ווען דו ביסט אונטער סטרעס, נעמסטעך בארדענען ווי דעם זיבענער, כדי אוועקצונעמען די סטרעס. און דאס וואס דו שרייבסט אז דו ביסט פונקטליך און פערפעקט, איך מיין אז פינעווער קענען זיין פערפעקט, ס'איז נישט קיין סתירה. און ווי אויך קען מען זיין ביידע, אויב מ'טעארייזט אז דו ביסט א פינעווער, שטומט דאס וואס דו זאגסט אז דו האסט ליב צו חלומ'ן, און טראכטן, שנעלע תפיסה, און ברייטקייט. דאס וואס איז דיר אזוי שווער יעדע טעלעפאון קאל מיט מענטשן איז אדער וועגן די געפילישע חלק וואס די סארט פינעווערס האבן, אדער ווייל דו זוכסט 'דיין אידאלער' מענטש וואס וועט דיך פארשטיין...
שוין, איך זעה מתבונן זאגט אנדערש... זיינס שטומט מער לגבי די ענין פון 'איך טו אלעס אין צייט און פערפעקשעניזם' ווי אויך לגבי די ענין פון 'היומער' און אויך די ענין פון 'פוילקייט', די ענין פון פארטראכטקייט און פאר'חלומ'טקייט שטומט אויך זייער שיין.
און.דאס וואס דו זאגסט דראמאטישער קשר, אפשר אלץ ניינער, ווילסטו טאקע ווערן ממש איינס מיט יענעם?... אזוינע סארט 'טיפע קשר' ניינער קענען אויסקוקן ווי פירערס...
סאו, וואס זאגסטו? א ניינער מיט אן איינזער פליגל!
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 9:31 pm
דורך רעד צו די זאך
זייער שייו א גרויסן יישר כוח פאראן מיר געבן מיין אויפמערקזאמקייט סיי מתבונן אין סיי נשמה .איך האב באקימען אסאך חומר פאר מחשבה.
דאס אליין אז איך זיך שוין יארן צו דערגיין מיין נמבער מיין מהות ( מן הסתם דורך געליינט אדהאן צעינדליגע מאל אויב נישט הינדעטער ) מיז איך האבן א חלק פירער. א ניינער וועט נישט פארברעינגן זיינע יארן מיט דעם. ווי אויך גלייך איך אין באצאל מען זאל ליינען מיין האנט -שריפט וכו'.
ווען איך האב געשריבן אז אלעס ווערט געטין אין צייט .באמת וועל איך אלעס טין די לעצטע מינוט נאר די פחד פון א דורכפאל מאך איך זיכער נישט צו פארפאסען אין למעשה ווערט עס געטין אין צייט .ווי אויך די פערפעקטקייט איז מער אין איכות ווי די למעשה .
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 9:39 pm
דורך תרנגול
רעד צו די זאך האט געשריבן: א ניינער וועט נישט פארברעינגן זיינע יארן מיט דעם.
לאו דווקא (בידעי ומכירי קאמינא...)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 9:03 am
דורך נשמה
תרנגול האט געשריבן:רעד צו די זאך האט געשריבן: א ניינער וועט נישט פארברעינגן זיינע יארן מיט דעם.
לאו דווקא (בידעי ומכירי קאמינא...)
תרנגול מיינט זיכער זיך.
א ניינער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 9:55 am
דורך נשמה
פאר ווער עס טראכט אז ער איז ניינער, קוק צו דעיס איז שטומט אויף דיר.
איך גיי קיינעם נישט אן, ס'גרינגער אזוי.
וואס איך טראכט און איך פיהל איז נישט אזוי וויכטיג, ס'גוט, ס'גוט אזוי.
אנדערע מענטשן פיהלן פשוט מער כח ווי מיר. שטערקער.
ס'איז נישט גוט צו זיין אויפגערעגט אדער אנגעבלאזן, ווייל דעיס מאכט אז מענטשן זאלן זיך פילן נישט באקוועם מיט מיר.
ס'איז וויכטיגער צו זיין נייס, אדער בשלום, ווי צו זאגן אמת'דיג וואס מ'וויל.
ס'איז נישט גוט ארויסצואווייזן כעס, ווייל קאנפליקטן צעשטערט פאזיטיוו קאנעקשאן מיט אנדערע.
אויב איך בין נישדא, און קיינער קען מיך נישט כאפן, בין איך פארזיכערט.
איך ווייס נישט וואס איך וויל, און ס'איז סיי ווי נישט אזוי וויכטיג.
איך קען נישט וויסן וואס איך וויל. אנדערע קענען יא וויסן וואס זיי ווילן.
וויסן וואס איך וויל און זיך שטעלן אויף מיינע וואונטשן וואס האבן אויך א שייכות אין די וועלט פון אנדערע מענטשן, נעמט צו אסאך כוחות, און ס'וועט אוועקשטופן מענטשן וואס איך דארף אדער איך וויל בלייבן מיט זיי בקשר.
ס'איז זיך גרינגער צו מיטגיין מיט וואס אנדערע מענטשן ווילן, ווי זיך אריינצולייגן אין טראבל מיט זיך שטעלן אויף וואס איך וויל.
אינטערעסאנט דאס וואס דו שרייבסט אז דו קענסט נישט זאגן ניין, קען טאקע זיין דערפאר וואס דו ביסט א ניינער.
אבער אפילו ווער ס'איז נישט קיין ניינער, קען האבן געוויסע פון די שטריכן. געדענק! דער אייבערשטער האט אזוי באשאפן די וועלט אז א מענטש זאל פיהלן, פיהלן וואס ער וויל. ווילן, און אויספיהרן וואס ער וויל, אזוי ווי א בחור האט אמאל געזאגט "אויב ס'גייט נישט אן פאר מיין טאטן צו איך דאווען פארוואס זאל איך דאווענען? הלוואי וואלט עס איהם אנגעגאנגען!" לאמיר זאגן אז מ'טאר נישט צופיהל שטיין אויפן קאפ, נאר גיין צעביסלעך. אבער ווען דאס קינד דאווענט יא, זינגט שוין יא זמירות, ווייזט מען ווי שטארק ס'נוגע בנפש. ס'גייט איינעם אן אז איך האב געפילן, מיין עולם הפנימי, גייט אן פאר איינעם.
א חבר מיינער האט מיר געזאגט, הער אויס דיין קינד, זאל ער זיך אויסרעדן פאר דיר ווי שטארק ער דארף די זאך וואס דו ווילסט איהם נישט קויפן. א קינד איז נישט קיין ראובאט, טו אזוי און אזוי און 'פאלג'. קינד מיינס, ס'גייט מיך זייער שטארק אן וואס דו פיהלסט, ס'גייט מיך אן דיין מיינונג, כאטשיג איך טו עס נישט וויאזוי דו ווילסט, נאר ווען איך וויל. ווייל איך בין דיין טאטע
אלץ קינד...
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 8:36 pm
דורך נשמה
ניינערס האבן זיך קיינמאל נישט אויסגעלערנט צו ווערן זיך. צו זיין אומאפהענגיג פון זייערע עלטערן און אנדערע מחנכים וכו', יונגע ניינערלעך האבן זיך אויסגעלערנט צו שטיין אין א זייט, וואו גארנישט קען צוקומען צו זיי, וואו זיי פיהלן זיך זיכער און במנוחה.
אכטערס אלץ קינד האבן זיך אויסגעלערנט צו זיין הארט און אומאפהענגיג. זיי האבן זיך אויסגעלערנט אז זייער בעסטער פארטיידיגונג איז צו דערלאנגען א גוטער אנגריף. (ס'דא מענטשן טאקע ווען זיי האבן מורא פון זרח'ן צו פון תנחום, וועלן זיי אנשטאט צו זיין פארנומען מיט זיך פארטיידיגען וועלן זיי אנגריפן יענעם, אזוי אז פון א באשיצונג שטאנדפונקט גייען זיי אריבער צו אן אנגריף שטאנדפונקט, אזוי מאכן זיי אז יענער זאל זיך דארפן באשיצן.) און די בעסטער עצה נישט צו ווערן קאנטראלירט איז צו קאנטראלירן יענעם.
זיבענערס אלץ קינד האבן מן הסתם געשפירט אז זיי האבן נישט גענוג פון דעם וואס זיי האבן געהאלטן דארף זיי מאכן פרייליך. זיבענערלעך האבן נישט געוואלט אראפשטעלן גרעניצן ביז וויפיל מ'קען האבן אינטערעסאנטע און איבעראשענדע איבערלעבענישן.
זעקסערס, אלץ קינד, זעקסערלעך האבן אנגענומען אז זייער טאטע (אדער סיי ווער ס'האט געשפיהלט די ראלע פון דער וואס באשוצט) האט זיי נישט געגעבן גענוג שטיצע ווען זיי האבן געדארפט אומאפהענגיקייט. זעקסערס חלש'ן אז מ'זאל צושטימען צו זיי, אז מ'זאל זיין נאנט צו זיי, אבער אין דעם זעלבן רגע פילן זיי א געברויך עס אפצושלאגן און זיך צו באשיצן דערפון.
פינעווער קינדער פילן אז זיי פאסן זיך נישט געהעריג אריין אין זייער פאמיליע און זיי הייבן אן צו זוכן עפעס וואס זיי קענען טון, גענוג גוט זיך צו פילן זיכער. זיי קענען פארברענגן לאנגע פעריאדן אליין.
פירער קינדער זינקען אריין אין ליינען און אין פאנטאזיעס וויבאלד ס'דא פראבלעמען און קאנפליקטן ארום זיי. יונגע פירערס פילן אפט אליין און אז זיי זענען נישט ביכולת זיך צו פארבינדען מיט די עלטערע. פירערס פילן געווענליך אפגעשטויסן אדער איגנארירט אלץ קינד.
דרייער קינדער זענען געווענליך גוטע אויסגעצייכענטע תלמידים. אפט ווערן זיי אויסגעקליבן אלץ אנפירערס פאר די... אדער אין געימס ווערן זיי די אנפירערס. טיפ דריי קינדער ווערן אפט אינדערהיים די משפחה העלדן.
צווייערס האבן זיך אויסגעלערנט אריינצופאסן אין זייערע פאמיליעס דורכ'ן זיין "קליינינקע העלפערס". מסתמא האבן זיי פארדינט אסאך שכוחות דורכ'ן העלפן זייערע עלטערן אינדערהיים ווי קאכן, וואטשן די בעיבי, מיט די צייט לערנן זיך יונגע צווייערס אויס צו דינען אלץ העלפערס פאר א סך מענטשן.
איינזערס זענען געווען "א וואוילע יונגעלע" וואס האבן זיך אויסגעלערנט זיך צו דיסציפלינען און זיך איינהאלטן און אפלייגן א באלוינונג ביז ווען זייער ארבעט איז שוין געטון געווארן. אלץ א רעזולטאט, האבן יונגע איינזערס אנגענומען צו באגיין מיט זיך מיט די צוגאנג פון "באלוינונג און באשטראפונג".
נ.ב. ס'נישט תורה מסיני, פיין, כ'הער.
איך בין געווען אלץ קינד אלע חוץ 'אכט' יעץ זאג דו מיר וואס איך בין?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 10:11 pm
דורך עקבי הצאן
נשמה מיר לייענען דיינע ווערק מיט געשמאק, כאטש מיר קענען נישט אזוי אפט דאנקן.