בלאט 47 פון 51

פירער

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 9:54 am
דורך נשמה
אפשר דעם וועם דו ווילסט טייפן איז א פירער?

קוק פאר דעם פאלגענדן נטי': די געוואוינהייט צו איינשלינגען דאס מציאות גאנצערהייט,

א פירער לייזט זיין פראבלעם פון זעלבסט-בילד דורך זוכן און צאמשטעלן א זעלבסט-בילד פון זיינע געפילן, פון זיינע עקספיריענס, ער קוקט אין זיך צו פארשטיין א בילד וואס ער איז. איז וואס ער פילט זאגט ער "אה דאס בין איך!" יעדע געפיל וואס ער פילט אין יעדע מינוט, אה דאס בין איך! למשל אויב איינער אין בעסמעדרעש האט געמאכט אן אומגעלונגענער דזשאוק, איז עס זיין פערזענליכן דורכפאל, ס'געהערט ספעציעל צו איהם. ער נעמט עס אריין אין זיך.

א פירער נעמט אלעס פערזענליך, אז יעדע זאך האט צו טון דייקא צו איהם, ווייל ער איז אלעמאל פארנומען זיך אויפצוזוכן, און יעדע זאך ווערט זיין 'זיך'. מיטן האפענונג צו פארשטיין זיין וועזנהייט, זיין זעלבסט-בילד.


סאו, געב א קוק צו ער שלינגט איין דאס מציאות, ווי די געפילן וואס ער פילט פון די מציאות אינדרויסן פון איהם, איז, ווי כאילו ס'קומט גאר פון אינעווייניג, און דאס איז גורם אז ער נעמט אלעס אן אזוי פערזענליך, ווי ס'זאל זיין א זאך וואס האט א שייכות נאר צו איהם.

פינעווער

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 12:18 pm
דורך נשמה
אפשר איז דער וועם דו ווילסט טייפן א פינעווער.
געב א קוק צו ער האט דעם געוואוינהייט צו ווערן באצויבערט פון טיפע ענינים וואס ווייניג מענטשן פארשטייען, און ער האט אן אינטערעסע דערין, אפילו אויב ס'גנב'ט איהם אסאך צייט.

א פינעווער האט אזא נטי' ווייל ער ווערט געטריבן פון ענגזייעטי צו באטראכטן און פארשטיין די וועלט. בויעט זיך אויף אין איהם א מעכאניזם פון טראכטן און האבן אן אינטערעסע צו פארשטיין טיפע עניינים.

פון ענגזייעטי קומט ארויס גוטס.
ענגזייעטי איז א טרייב קראפט.
דעם פינעווער טרייבט עס ארויסצוהאבן טיפע חכמה.

זעקסער

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 2:27 pm
דורך נשמה
און אפשר איז דער מענטש וועם דו ווילסט טייפן א זעקסער טייפ.

געב א קוק צו ער האט א נטי' צו האבן פארקערטע געפילן אויפאיינמאל לגבי דעם וואס ער האט צוגעזאגט, און פילט געדרוקט און ביטער לגבי די פאדערונגען וואס מ'האט ארויפגעלייגט אויף זיי.

אלעס קומט פון ענגזייעטי, פון פחד, די מענטש וויל אנטלויפן פון פחד ווייסט ער נישט וואס צו טון ערשט, צו ער זאל יא טראסטן צו נישט, ווי זאל ער לויפן? וואס זאל ער טון? ער וויל נישט עכט טון דאס וואס ער האט זיך מחייב געווען, אבער ער מוז ווייל ער מוז דאך האבן עפעס זיכערקייט, און דאך מיט די אלע טענות טוט ער עס.
ער טוט עס און בשעת מעשה ביטערט ער "פארוואס מוז איך עס טון? איך וויל עס טון, אבער פארוואס מוז איך, ווען איך וויל נישט עכט"

זיבענער

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 10:20 pm
דורך נשמה
אפשר איז דעם וועם דו ווילסט טייפן א זיבענער
א זיבענער האט אזא נטי' נישט צו מאכן א חילוק וואס יא און וואס נישט, ער שפירט נישט וואס איז וויכטיגער צו טון און וואס איז נישט אזוי וויכטיג, מ'מוז טועם זיין פון יעדע זאך.

דאס קומט פון ענגזייעטי, ווייל א זיבענער אנטלויפט פון די הארטע מציאות, מיט אירע שטייפע אומבויגזאמקייט, פשוט ווייל דאס איז זיין וועג וויאזוי צו באהאנדלן אומבאקוועמליכקייט, און ווען מ'לויפט לויפט מען שוין איבעראל, און פון אלעם אוועק.

אכטער

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 10:39 pm
דורך נשמה
אפשר איז ער גאר אן אכטער.
צו וויסן אויב ער איז אן אכטער געב א קוק צו ער האט די נטי' ארויפצוצווינגען זיין ווילן אויף מענטשן. אז ער באטראכט נישט מענטשן זיינס גלייכן, און ער באהאנדעלט זיי נישט מיט רעספעקט.

אזא נטי' קומט פון אינסטינקט, ער דער אכטער טוט וואס ס'ווילט זיך איהם, און לויט ווי ס'קוקט אויס איז דאס פשוט א נאטורליכער אינסטינקט, צו וועלן זיין די הויפט און שאפן אויף יעדעם.

בקיצור טון די אינסטינקט = אכטער.
קיינער זאל מיך נישט קאנטראלירן, איך קאנטראליר יעדעם.

ניינער

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 10:54 pm
דורך נשמה
אפשר איז ער א ניינער.
א ניינער האט א נטי' זיך איינצוזינקען אין באקוועמפטעבל געוואוינהייטן און רעגלן און ס'קומט אן זייער שווער זיך צו געבן א ריר אנצונעמען טאט,

אן אכטער מיט א ניינער, זענען ביידע ווי פארקערט-געשטעלטע צייגערס, א אכטער טוט זיינע אינסטינקטן דערפאר פוילעצט ער נישט, אבער א ניינער האט אויסגעלאשענע אינסטינקטן און ס'נישדא וואס ס'זאל איהם טרייבן. דעי ניינערס געוואוינען זיך צו צו טון יעדן טאג די זעלבע זאך, באקוועם, שששש שטער נישט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2014 8:23 am
דורך נשמה
יעדער האט זיך זיין זאך וואס דערמיט שטערט ער זיך אליין פון מצליח זיין,

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 11, 2014 3:52 pm
דורך נשמה
בסיעתא דשמיא

צו דעם איינזער: גענוג גוט איז די בעסטע זאך וואס דו קענסט נאר טון.

צווייער: קוק אויף די פרייליכקייט און ווארעמקייט וואס פילט אן דיין הארץ. (איך פארשטיי נישט פונקטליך ווי עס קומט אריין צו די צווייער)

דרייער: זיי מגלה דיין עכטן נפש און פחד.

פירער: זיי מסכים אז דו ברענגסט גוטס און שיינקייט פאר די וועלט.

פינעווער: זאלסט שטיצן אנדערע מיטן גאנצן הארץ.

זעקסער: טרעף אין דיר אמת'דיגע אוטאריטעט.

זיבענער: זאג שכח פארן באשעפער אויף דעם וואס דו לעבסט.

אכטער: האב ליב אנדערע און בעט אז זיי זאלן דיך אויך ליב האבן.

ניינער: דו זאלסט אקטיוו אנכאפן אלעס וואס די לעבן.

פירער

פארעפענטליכט: שבת יולי 12, 2014 10:35 pm
דורך נשמה
פירער זענען די מענטשן וואס זיי ווילן אלעמאל פילן אז עפעס פעלט זיי, און זיי וועלן זיך נישט לאזן אפקויפן מיט גארנישט צו זיין צעפרידן.
עפעס פעהלט דא אין מיר, איך קען נישט פונקטליך אנצייגן וואס ס'פעלט מיך, אבער עפעס פעהלט.
ס'איז עפעס אזא אופן צוריקצובאקומען גאנצקייט און קאנעקשאן.
אויב וועט א דרייער שפילן דעם מענטש וועם ער וויל אנדערע זאלן זעהן, וועט דער פירער דייקא ארויסברענגן דאס וואס אנדערע וואלטן באהאלטן, און דערפאר איז א פירער יוניק, יעדער איז יוניק, נאר ווייסטעך מ'באהאלט עס, און מ'ברענגט ארויף עפעס מער צו דער זאך, אבער דער פירער ברענגט ארויף דייקא דאס עכטע.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 10:31 am
דורך נשמה
ווען אן איינזער וויל וויסן צו ער האט מצליח געווען קוקט ער אין זיך צו זעהן צו ער איז נאכגעקומען זיינע הויעכע אידיאלן. א דרייער ווען ער וויל וויסן צו ער האט מצליח געווען קוקט ער אויף מענטשן ארום איהם צו מ'קוקט איהם שוין גענוג ארויף.

ביידע אדווערטייזן אז זיי מאכן א בעסט קוואליטי דזשאב.
ביים איינזער מיינט עס די בעסטע דזשאב וואס ער קען ארויסגעבן אן טעותים. ביים דרייער מיינט עס די בעסטע דזשאב אז מ'זאל זיין העכסט צופרידן.

אבער לויט ווי די נייע שטודיע האלט אז א מענטש האט דריי נומערן, קען א מענטש זיין ביידע, סיי אן איינזער און סיי א דרייער.
אזא מענטש איז אין קאנפליקט צווישן ענדיגן אזאך בשלימות, און צווישן בעיקר סערווירן קאסטומערס.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2014 4:41 am
דורך נשמה
אויסטערליש צאמגענומען, מסודר, פונקטליך, גייט ר' משה איינזער אין ביהמ"ד שכר פסיעות. אין זיין האנט זיין תפילין בייטל, אזוי פונקטליך גראד שפאנט ער מיט אידיאלע טריט איינס נאך איינס, אלעס פון איהם איז אזוי מסודר, און ניט.

ר' יאנקל צווייער פארט ארויס פון זיין הויז מיט זיין קראכער קאר, און פארט אדורך ר' משה און שטעלט אפ דאס גערויש און עפענט אויס ס'פענסטער, "ר' משה וואו ווילט איהר גיין?" און ר' יאנקל צווייער מאכט אן אומוועג פאר אונזער ר' משה, און אויפן וועג גיבט ער זיך די רעכט איהם אויסצופרעגן פונקטליך וואס ער מאכט, ער און זיינע קינדער און זיין פרנסה און זיין געזונט, און קריכט איהם אריין אין באבענ'ס באבענ'ס זיבעטער ריפ, און טראגט זיך אן צו זיין בייהילפיג ווען אימער. "קענסט מיך קאלן ווען דו ווילסט הערסט?"

חעזקל דרייער מיט די רייסערישע 'באלבאטישע' קאר רייסט זיך אלעמאל צו דערגרייכן דעם שפיץ פון הצלחה, און ביי איהם די שפיץ פון הצלחה מיינט זיין דער בעסטער. בעסער פון יעדן. אזוי איז עס אלעמאל געווען מיט חעזקל'ן, נאך אלץ יונגעל אין חדר האט מען שוין געוואוסט אז ער מוז אייביג זיין דער בעסטער. ער האט אלעמאל ליב צו פארקן זיין קאר נעבן יאנקל'ס פיר רעדל'דיגער שמאטע. דארט ווייסט ער האט ער זיך פארמאסטן.

שמעון פירער איהר קענט איהם זיכער אלע, אלעמאל צו יעדע צייט ווי כאילו ער מאכט זיכער אויסצודרוקן זיינע אנגעביטערטע נעגעטיווע געפילן וואס ער שפירט אין זיך. אפילו ווען ער רעדט נישט קענט איהר קלאר זעהן זיינע געפילן. און אפילו ווען ער פרובירט צו זאגן עפעס א פרייליכע דזשאוק וועט איהר מערקן א סך מאל ווי ס'איז ארומגענומען מיט נעגעטיוויטי. ער איז זייער שטארק מקנא אונזער חעזקל דרייער. און איהר וועט צומאל טרעפן ווי יאנקל צווייער רעדט מיט איהם און פרעגט איהם אויס און פרובירט איהם צו העלפן.


יונתן פינעווער דרייט זיך ממש דא אבער דאך אזוי ווייט פון דא, ער איז זייער פארטון אין זיך, ער לעבט זיך אין זיין וועלטל, איינגעצויגן אין זיין ארבעט, אין זיינע פריוואטע געדאנקן. ער האט נישט מיט קיינעם גארנישט, נישט מיט משה איינזער און אויך נישט מיט יאנקל צווייער וואס האט גראדע אמאל פרובירט צו מאכן קאנטאקט מיט איהם אבער אן ערפאלג.

שלמה זעקסער, ווען איהר באגעגענט זיין בליק מערקט איהר ווי ער קוקט אויף אייך מיט חשדנות'דיגע אויגן. איינמאל איז יאנקל צווייער צוגעגאנגען צו איהם און זיך אנגעטראגן צו העלפן מיט עפעס אן ענין, און שלמה זעקסער רופט זיך אן מיט א מינע פון אומצוטרוי אין זיין שטומע "ס'גוט, ס'גוט, דארפסט מיך נישט העלפן, איך קען אליין".

דעם ר' יונתן זיבענער קענט איהר אלץ זייער א 'ביזי מען', איהר האט איהם נאך קיינמאל נישט געטראפן אנקומען צו זיין ענדע פינטל, אדער קומט ער אדער גייט ער, אלעמאל לויפט ער און לויפט, אז איהר וואונדערט זיך צו איהר וועט נאך אמאל זעהן זיין פלאץ צו וואו ער וויל אזוי שטארק אנקומען.

וואו ר' נחום אכטער קומט אן, דארט איז ער באלעבאס, ווי ער איז, דארט איז ער דער וואס פירט אלעס אן.

תנחום ניינער איז נישט נייגעריג אויף גארנישט, ס'אינטערעסירט איהם נישט בכלל, קום דא, קום דא. גיי דארט, גיי דארט. וואס מ'וועט איהם זאגן וועט ער טוהן. נחום אכטער ווייסט שוין אז מיט תנחום האט ער נישט קיין פראבלעם ווי ער האט אמאל געהאט מיט יונתן זיבענער, ווען יונתן האט איהם אנגעפיפן.


שיתהפכו לששון ולשמחה ברוב נחת.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2014 12:14 pm
דורך מתבונן
נשמה האט געשריבן:אויסטערליש צאמגענומען, מסודר, פונקטליך, גייט ר' משה איינזער אין ביהמ"ד שכר פסיעות. אין זיין האנט זיין תפילין בייטל, אזוי פונקטליך גראד שפאנט ער מיט אידיאלע טריט איינס נאך איינס, אלעס פון איהם איז אזוי מסודר, און ניט.

ר' יאנקל צווייער פארט ארויס פון זיין הויז מיט זיין קראכער קאר, און פארט אדורך ר' משה און שטעלט אפ דאס גערויש און עפענט אויס ס'פענסטער, "ר' משה וואו ווילט איהר גיין?" און ר' יאנקל צווייער מאכט אן אומוועג פאר אונזער ר' משה, און אויפן וועג גיבט ער זיך די רעכט איהם אויסצופרעגן פונקטליך וואס ער מאכט, ער און זיינע קינדער און זיין פרנסה און זיין געזונט, און קריכט איהם אריין אין באבענ'ס באבענ'ס זיבעטער ריפ, און טראגט זיך אן צו זיין בייהילפיג ווען אימער. "קענסט מיך קאלן ווען דו ווילסט הערסט?"

חעזקל דרייער מיט די רייסערישע 'באלבאטישע' קאר רייסט זיך אלעמאל צו דערגרייכן דעם שפיץ פון הצלחה, און ביי איהם די שפיץ פון הצלחה מיינט זיין דער בעסטער. בעסער פון יעדן. אזוי איז עס אלעמאל געווען מיט חעזקל'ן, נאך אלץ יונגעל אין חדר האט מען שוין געוואוסט אז ער מוז אייביג זיין דער בעסטער. ער האט אלעמאל ליב צו פארקן זיין קאר נעבן יאנקל'ס פיר רעדל'דיגער שמאטע. דארט ווייסט ער האט ער זיך פארמאסטן.

שמעון פירער איהר קענט איהם זיכער אלע, אלעמאל צו יעדע צייט ווי כאילו ער מאכט זיכער אויסצודרוקן זיינע אנגעביטערטע נעגעטיווע געפילן וואס ער שפירט אין זיך. אפילו ווען ער רעדט נישט קענט איהר קלאר זעהן זיינע געפילן. און אפילו ווען ער פרובירט צו זאגן עפעס א פרייליכע דזשאוק וועט איהר מערקן א סך מאל ווי ס'איז ארומגענומען מיט נעגעטיוויטי. ער איז זייער שטארק מקנא אונזער חעזקל דרייער. און איהר וועט צומאל טרעפן ווי יאנקל צווייער רעדט מיט איהם און פרעגט איהם אויס און פרובירט איהם צו העלפן.


יונתן פינעווער דרייט זיך ממש דא אבער דאך אזוי ווייט פון דא, ער איז זייער פארטון אין זיך, ער לעבט זיך אין זיין וועלטל, איינגעצויגן אין זיין ארבעט, אין זיינע פריוואטע געדאנקן. ער האט נישט מיט קיינעם גארנישט, נישט מיט משה איינזער און אויך נישט מיט יאנקל צווייער וואס האט גראדע אמאל פרובירט צו מאכן קאנטאקט מיט איהם אבער אן ערפאלג.

שלמה זעקסער, ווען איהר באגעגענט זיין בליק מערקט איהר ווי ער קוקט אויף אייך מיט חשדנות'דיגע אויגן. איינמאל איז יאנקל צווייער צוגעגאנגען צו איהם און זיך אנגעטראגן צו העלפן מיט עפעס אן ענין, און שלמה זעקסער רופט זיך אן מיט א מינע פון אומצוטרוי אין זיין שטומע "ס'גוט, ס'גוט, דארפסט מיך נישט העלפן, איך קען אליין".

דעם ר' יונתן זיבענער קענט איהר אלץ זייער א 'ביזי מען', איהר האט איהם נאך קיינמאל נישט געטראפן אנקומען צו זיין ענדע פינטל, אדער קומט ער אדער גייט ער, אלעמאל לויפט ער און לויפט, אז איהר וואונדערט זיך צו איהר וועט נאך אמאל זעהן זיין פלאץ צו וואו ער וויל אזוי שטארק אנקומען.

וואו ר' נחום אכטער קומט אן, דארט איז ער באלעבאס, ווי ער איז, דארט איז ער דער וואס פירט אלעס אן.

תנחום ניינער איז נישט נייגעריג אויף גארנישט, ס'אינטערעסירט איהם נישט בכלל, קום דא, קום דא. גיי דארט, גיי דארט. וואס מ'וועט איהם זאגן וועט ער טוהן. נחום אכטער ווייסט שוין אז מיט תנחום האט ער נישט קיין פראבלעם ווי ער האט אמאל געהאט מיט יונתן זיבענער, ווען יונתן האט איהם אנגעפיפן.


שיתהפכו לששון ולשמחה ברוב נחת.


האסט מיר געגעבן טועם צו זיין אביסעלע אינעם תענית... ;l;p-

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:07 pm
דורך נשמה
אן איינזער זאגן זיי דארף אריינעמען אין זיך דעם זיבענער, דאס מיינט, זיין ספאנטאנישער, פרייליכער, און אפטימיסטיש.

צווייערס ווערן מער עמאושענאל אמת'דיג, ווען זיי נעמען אין זיך אריין דעם פירער כח וואס זיי האבן אין זיך.

דרייערס ווען זיי בויען אויף זייער זעקסער חלק ווערן זיי אחריות'דיג פאר אנדערע.

פירערס ווען זיי בויען אויף זייער איינזער חלק ווערן זיי ווייניגער געבויגן לויטן מצב, לויט וויאזוי זיי פילן די מצב, און זיי גייען נאך וואס מ'דארף למעשה טון על פי האמת.

פינעווערס, ווען זיי בויען אויף זייער אכטער חלק פילן זיי זיך מער אריינגעפעסטיגט אין זייער קערפער.

זעקסער ווען זיי בויען אויף זייער ניינער חלק געפונען זיי א קיימ'דיגער אינערליכער שטיצע.

זיבענער ווען זיי בויען אויף זייער פינעווער חלק וואס זיי האבן באהאלטן אין זיך אנדעקן זיי זייער מעגליכקייט זיך צו קענען קאנצענטרירן.

אכטער ווען זיי בויען אויף זייער צווייער חלק אנדעקן זיי זייער לאנג אונטערדרוקטער רחמנות פאר אנדערע.

ניינער ווען זיי בויען אויף זייער דרייער חלק וואס זיי האבן אין זיך הייבט זיי אן צו אינטערעסירן צו אנטוויקלען זייערע כשרונות, זייער כוחות.

חזקו ואמצו ויהי רצון מלפניך שלא יצא שום טשעפע ממני לשום בר ישראל.

די חילוק צווישן אן איינזער און אן אכטער

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 18, 2014 1:00 am
דורך נשמה
ביידע זענען טיפן מיט שטארקע אינסטינקטן. האבן שטארקע פעסטע רצונות, און זענען מיט הענט און פיס אין די וועלט, צו טון, צו טון למעשה. און ביידע האבן גאנצעטע דרשות וויאזוי זאכן דארפן געטון ווערן. די חילוק איז אבער אזוי: אן איינזער זאגט אדער אפילו רעגט זיך מיט ביטערניש: "איך פרוביר דיר מסביר צו זיין אז אזוי און אזוי דארף מען טון, אזוי און אזוי איז די 'ריכטיגסטע' וועגן זיך צו פירן. אזוי איז מאראליש, אזוי פאסט זיך אויפצופירן מענטשליך, דרך המוסר, אזוי איז ריכטיג צו טון, יענער און יענער אידיאל האט אויך אזוי געטון און דו פאלגסט נישט" זיי צווינגען נישט ארויף מיט כח אזוי צו טון, זיי זענען עס מסביר מיט גאנצעטע הסברים פארוואס זכאי האלטן אז אזוי דארף זיך א... אויפפירן. אבער מ'דארף געדענקן אז איינזערס, אויב מ'הערט זיי נישט אויס ווערן זיי זייער אפגעציפט, און זיי הייבן אן צו רעדן זאכן אפילו ס'מאכט שוין נישט קיין זין געהעריג.

אן אכטער אבער רעדט מיט א זעלבסט-זיכערקייט, איך! איך זאג אזוי, נישט ווייל ס'שטייט ערגעץ, "מושי גיי טו" פארטיג. נישט "מושי דאס טוט מען יעצט שבת נאכמיטאג? א יוד שבת נאכמיטאג וכו" אן אכטער רעדט מיט זעלבסט-זיכערקייט, "א ראיה האסטו אז מ'דארף אזוי טון ווייל איך האב אזוי געזאגט" אמרתי ונעשה רצוני! פארטיג. ער רעדט גראד פון זיין אינסטינקט ארויס, ער טראכט ניטאמאל צו ס'איז טאקע 'ריכטיג' אדער אפשר נישט. נאר פון די אינסטינקט גראד צום מויל. ער נוצט ניטאמאל זיין כח הבחנה.

אן איינזער פרובירט אריינצוכאפן מענטשן מיט זיין שיטה. אן אכטער זעצט זיך ארויף אויף מענטשן מיט כח.
אן איינזער גייט מיט מח על כל פנים ווען די מצב איז רואיג און אן אכטער גייט מיט כח אפילו ווען די מצב איז זייער רואיג.

ביידע האלטן און שעצן דאס ענין פון גערעכטיגקייט
"ס'איז אן עוולה" "ס'איז נישט יושר"
אן איינזער איז זייער פארנומען טאג און נאכט מיט יושר, גערעכטיגקייט, עוולות, אפילו קראנקע איינזערס, זענען אויך פארנומען ווען אימער מיט דאס ענין אז "יושר זאל דאמינירן". וואו אימער ס'איז נישט פארהאן גערעכטיגקייט, וועלן זיי זיין דעי וואס פארפירן און פרעגן "וואו איז יושר וואו?" יושר! יושר איז זייער ווארט. אלעס מוז גיין מיטן העכסטן אידיאלסטן מאס צדק. אויב נישט פילן זיי זיך שולדיג. א וועלט אן יושר? איז נישט ווערד צו לעבן דערין.


אכטערס שרייען דעי זעלבע זאך אבער נאר ווען זיי האלטן עס מיט, ווען זיי באמערקן עס, זיי זענען די קער נעמערס פון די וועלט, פארשטייסט? זיי נעמען קער! (לויט ווי איך פארשטיי איז די שורש פון אן אכטער די אינסטינקט, די אינסטינקט איז אלעמאל געוואנדן אין די... אינסטינקט. און לכאורה איז איינע פון די אינסטינקטן, אן אינסטינקט צו אפהיטן אנדערע)
געזונטע אכטערס זענען טאקע פון די חברה שומרים. וויבאלד זיי זענען מלך, דארפן זיי זיין א מלכות חסד, יעדער באקומט אזא סאושעל סעקיוריטי ביים אכטער, אנגעהויבן פון גאר נאנטע און אזוי ווייטער. אויב וועט איינער זיך דערוואגן צו טשעפענען מיין אונטערטאן מיינט דאך דאס א שטיקל אויפשטאנד אקעגן דעם מלך אליין.

אן אומגעזונטער איינזער קען זיך אויפפירן מיט רשעות, אבער ער וועט אלעמאל האלטן אז אזוי איז צדק, וואס קען מען טון מ'דארף מוחה זיין אקעגן פירצות. "איך מיין גאר זיין טובה" "גלייב מיר ס'טוט מיר סך מער וויי" "וואס קען איך טון איך מוז דיר שלאגן?" נישט איך וויל שלאגן די תורה הייסט שלאגן!.

אבער אן אכטער איז א נוקם ונוטר, "האסט מיך געטשעפעט יעצט וועסטו טייער באצאלן, ביזן זיבעטן ריפ אריין אז דו וועסט מיך געדענקן" ס'גייט איהם נישט אן מ'דארף יא, מ'דארף נישט, נקמה פארטיג! "האסט מיך אויפגעוועקט שבת נאכמיטאג, יעצט וועל איך דיר אנרייסן"

ס'דא איינזערס וואס וואלטן זייער שטארק געוואלט ווען זיין אכטערס, דהיינו צו האבן דעם כח, דעם מאכט וואס אכטערס האבן. ווייל דאס דארף מען געדענקן אז אן איינזער וויל אויך אז אנדערע מענטשן זאלן זיך אויפפירן ווי זיי פארשטייען. מ'דארף געדענקן אז איינזערס זענען כמעט אכטערס, נאר, זיי האבן דעם כח צו טראכטן צו ס'ריכטיג צו נישט. זיי פילטערן אלעס דורך זייער כח היושר והצדק. צומאל מיט שטעכעדיגע נגיעות, אבער פארט האלטן זיי זיך אלעמאל און זענען אליין אויך אונטערגעווארפן צום יושר וצדק, און זיי האבן נישט דעם כח פונעם אכטער פשוט ווייל זיי זענען אביסל מער מיט קאפ, און נישט סתם מושלים אן שכל.

נאך אזאך איז זייער וויכטיג צו געדענקן פאר מ'טייפט, אז איינזערס קענען ווערן צומאל אגרעסיוו, "דו רעגסט מיך אויף, וויפיל מאל האב איך דיר מסביר געווען אז מטוט עס נישט און דו עקשנ'סט זיך, און דו ווילסט עס נישט פאלגן"

אכטערס האלטן אז איינזערס זענען צו שוואך צו זיין שטארק,

צום שלוס
איינזערס מיט אכטערס זענען זייער זייער ענליך, די חילוק איז דער איינזער גייט מער מיט "די אידיאל זאגט אזוי", און דער גייט מער מיט "איך זאג אזוי".

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2014 12:19 am
דורך נשמה
נקודה טובה.

דורכשניטליכע

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 23, 2014 12:12 am
דורך נשמה
איינזער איז
שטייף, עמאושענס זענען איינגעהאלטן, פיהר עקיג שארף געשניטן.

צווייערס.

נעמען דיך איין פאר זייער אייגנטום, צו קענען ארויסשעפן פון דיר וויפיל מ'גלוסט. זעלבסט וויכטיג (דאס הייסט אז זיי שפירן זיך זייער וויכטיג אז מ'דארף זיי האבן. (מ'דארף זיי טאקע האבן, מ'דארף האבן יעדע מענטש.)) אריינרייסענד (דהיינו טראגן זיך אן, אומגעבעהטענע טובות)

דרייערס
ביזי וויאזוי זיי צייגן. זענען נישט אין בארירונג מיט זייערע געפילן. נארסיסטיש (מיינט אז זיי מיינען אז זיי זענען עפעס ווייסעכוואס ווערד)

פירערס
זייער מוד ווערט באיינפלוסט פון די מצב וואס איז יעצט, דעי מינוט אזוי, און די נעקסטע מינוט גאר אנדערש. אנטבלויזט צו פאנטאזיע. און האט רחמנות אויף זיך אליין.

פינעווערס.
זענען אפגעטשעפעט. לעבן אין זייער קאפ. און זענען קעגנעריש,

זעקסער.
קווענקלדיג. אנגסטיש. מלא טענות.

זיבענער.
נעמען. (וגם הנפש לא תמלא) צענטרירט אויף זיך. און פאדערן. (וואס האסטו היינט געמאכט פאר סאפער?)

אכטער.
ססגונא (בארימט זיך.) אני ואפסי עוד. שלעגעריש.

ניינער.
צניעות. זעלבסטצופרידן. פאסיוו-אגרעסיוו, (ס'מיינט א מין אופן וויאזוי א ניינער באקומט זיך וואס ער וויל, מיטן זיך נישט וויסענדיג מאכן, ס'איז אזא באהאלטענע אונטערגעציפטקייט, למשל ער פארגעסט פשוט פערצופעליג, אדער גיבט נישט א שמייכל ווען ער ווייסט גאנץ גוט אז ס'באדערט. אדער איגנארירט. און אזוי הונטערנבאוואוסטזיין און צומאל זייער פריינדליך ווייל ער וויל זיך דאך נישט שלאגן מיט קיינעם, באקומט ער וואס ער וויל.)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:11 pm
דורך home
שכח פאר ביז יעצט מיר ווארטן פאר נאך

אומגעזונטן שטאפל

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 25, 2014 8:10 am
דורך נשמה
איינזער

שמאל קעפיג, קענען נישט דערליידן אויב איינער איז מער אדער ווייניגער ווי זיי. שטראפן. און אבסעסיוו מיט אנדערעמס עבירות און נישט ריכטיגקייטן.


צווייער

מאניפיולעטערס. זיי כאפן נישט אז זיי האבן אייגענע נגיעות מיטן טון טובות. און זיי געבן זיך די רעכט צו נעמען פון מענטשן וואס ס'גלוסט זיך זיי נאר.

דרייער
אויסנוצערס. אייגענע אינטערעסן. באשווינדלן און סאבוטאזשן מענטשן.

פירער
זעלבסט-פארווארף. זיך זעלבסט חרוב מאכן לא עלינו. יאוש.

פינף
צוריקגעצויגן. גלייבט נישט אין גארנישט. אבסעסט מיט פארקרומטע פשטים אויף די ריאליטעט.

זעקס
אויסטערליש אנגעהאנגן אין אנדערע. פילן זיך פארפאלגט ווי א קרבן. רעגט זיך און שרייט פאר יעדע שטות.

זיבענער
אימפולסיוו (טון א זאך אן טראכטן א רגע פארדעם). אנטלויפט -פון פראבלעמען- צו ענדזשויעבעל מעשים. און אויסגעשטעלט צו שטארקע מוד סווינגס (געמוט טוישונגען)

אכטער

אומ'רחמנות'דיג. שטיינערנע הארץ. נוקם ונוטר.

ניינער.
טיף אונטערדרוקט (ער אליין דרוקט שטארק אונטער אלע זיינע פארלאנגען). זייער נאכגעלאזט. און אפגע'שייכ'עט פון זיך און פון די מציאות.

והשם יעזור.

ערשטער עיקר פחד

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 27, 2014 7:33 pm
דורך נשמה
איינזער
אז אויב איך וועל מיך נישט קאנטראלירן, וועל איך זיין ח"ו שלעכט. קארופטירט. אז ס'וועט געטון ווערן חס ושלום א מעוות אשר לא יוכל לתקן. ראוי לעונש ח"ו.

צווייער
אז אויב איך וועל נישט טון טובות וואו אימער, וועט מען מיך נישט 'ליב' האבן. און מ'וועט מיך נישט דארפן חס ושלום, היה לא תהיה.

דרייער
אז אויב איך וועל נישט זיכער מאכן אז יעדער ווייסט אז איך בין א מוצלח, וועל איך חס ושלום זיין ווערטלאז. איך (חוץ מיינע דערגרייכונגען) וועל זיין גארנישט ווערד.

פירער
אז אויב איך וועל נישט זיין יוניק, וועל איך נישט נישט האבן קיין איידענטיטי.
וועל איך נישט זיין עפעס ספעציעל. (מיט וואס בין איך אויב אזוי אנדערש ווי יעדעם?)

פינעווער
אז אויב איך וועל אויפהערן צו טראכטן און טראכטן און טראכטן וועל איך נאכדעם נישט וויסן חס ושלום וואס איז יא עכט און אמת. איך וועל זיין פארלוירן און ניטאמאל וויסן אז איך ווייס נישט, חס ושלום, גאט באהיט.

זעקסער
אז אויב איך גיי אויפהערן צו מאכן זיכער אז זיי זענען מיט מיר, ווער וועט מיך געבן אנווייזונגען וואס צו טון, ווער וועט מיך שטיצן.

זיבענער
אויב איך וועל נישט זיין טעטיג יעדע סקונדע מיט ענדזשוימענט קען איך חס ושלום פיהלן יענע ווייטאג פון וואס איך אנטלויף אזוי שטארק. כ'וועל פיהלן לא עלינו בארד.

אכטער
אויב איך וועל נישט באסן אויף יעדעם אין מיין מלוכה'לע, וועל זיי מיך באסן. און וועלן מיך לא עלינו שעדיגן.

ניינער
אויב איך וועל זאגן מיין מיינונג אפילו אויך א פריינדליכע אופן, וועט זיין מחלוקת ל"ע, ס'וועט ווערן אן אנגעצויגענקייט, וואס פון טראכטן אליין דערפון באקום איך טשילס.

והשם הטוב יעזור שהימים הזה יתהפכו לששון ולשמחה.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 27, 2014 10:07 pm
דורך fiena nieas
נשמה שכוח!!!

פארוואס טראכט די אכטער אז די איינזער איז צו שוואך צו זיין שטארק?

און פארוואס איז א איינזער שמאל קעפיג?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 28, 2014 7:50 am
דורך נשמה
נישט יעדע איינזער איז שמאל קעפיג.
אן אומגעזונטער איינזער איז שמאל קעפיג, פלאטשיג. האט זיין שיטה וואס ס'מיינט 'ריכטיג' און שוין.
אן אכטער מיט אן איינזער זענען כמעט די זעלבע מיט זייערע אינסטינקטן. ביידע האבן שטארקע אינסטינקטן, דער איינזער אבער קאנטראלירט עס אז ס'זאל זיין אויסגעהאלטן לויט וויאזוי ס'איז מאראליש, אבער אן אכטער האט דאך נישט דעם זעלבן פחד וואס דער איינזער האט, אז אפשר טו איך נישט גוט, אפשר איז עס אן עוולה, אפשר איז עס נישט קיין יושר. קומט אויס אז אן איינזער איז טאקע אין א געוויסן זין שוואכער פונעם אכטער, פשוט ווייל ער ציטערט פון טעותים און דער אכטער ציטערט נישט פון טעותים, דער אכטער האלט אז ס'איז נישט קיין טעות והא ראיה אז איך אליין האלט אזוי. איז דער אכטער איז גערעכט מיט דעם אז דער איינזער האט א שוואכקייט. אבער איז עס דען א שוואכקייט? 'צופיל' זהירות איז א שוואכקייט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 28, 2014 8:09 am
דורך עקבי הצאן
יישר כח נשמה, זייער שיין און אינפארמאטיוו.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 28, 2014 11:27 am
דורך fiena nieas
נשמה דאס מיינט אז די איינזער האט געפערליך פיינט דעים אכטער און קען עים נישט פארליידין!! מער ווי די איבריגע נאמבערס בנוגע פיינטשאפט

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 5:25 pm
דורך dim
קודם א שכח פאר דיינע הערליכע ווערק עס איז מורא'דיג און נאכדעם וויל איך וויסן צו די נאמבערס האט עפעס מיט די מדות למשל 1 איז גבורה א.ד.ג קען זיין עס שוין אויסגעשמיסט דא? אויב יא ווי?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 10:17 pm
דורך Silent
פון דא און ווייטער
viewtopic.php?p=665573#p665573