בלאט 46 פון 51

איינזער

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 2:11 pm
דורך נשמה
אן איינזערס טעות איז אז מ'קען זיין און טון בעסער ווי ביז היינט.
דאס איז א 'טעות'.

ס'דא איינער וואס איז מצליח אין לעבן, באמת, נישט איך זאג עס, יעדער ארום שרייט עס, אבער ער איז נישט צעפרידן, פארוואס?
איך האב אלץ געטראכט, מן הסתם אז ער א דרייער און ער שטרעבט צו זיין ממש ביים שפיץ. אבער ניין, ער קען גאר זיין אן איינזער, אן איינזער איז קיינמאל נישט צעפרידן.
איך רעד פון א דורכשניטליכער איינזער.
ער אז קיינמאל נישט צעפרידן, קענסטו דיך פארשטעלן? קיינמאל.
אלעמאל טענה'ט ער אז ער וואלט ווען געקענט טון סך מער.

אזא סארט מהלך המחשבה איז אויסטערליש שווער צו טוישן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 2:23 pm
דורך מתבונן
נשמה האט געשריבן:ס'דא איינער וואס איז מצליח אין לעבן, באמת, נישט איך זאג עס, יעדער ארום שרייט עס, אבער ער איז נישט צעפרידן, פארוואס?
איך האב אלץ געטראכט, מן הסתם אז ער א דרייער און ער שטרעבט צו זיין ממש ביים שפיץ. אבער ניין, ער קען גאר זיין אן איינזער, אן איינזער איז קיינמאל נישט צעפרידן.


א דרייער וועט בדרך כלל זיין א אפענער מענטש און מער ספאנטאניש, און וועט זיין צופרידן פון זיין ארבעט, לכה"פ אינדרויסן פאר די וועלט.
ווייל דער דריער איז אלעמאל די בעסטע, נישט קיין חילוק וואס דער דורכפאל איז.
ער וועט נאר האבן נאך חלומות וואס ער גייט אי"ה אויספירן, עס איז אבער נישט אזוי אנגעצויגען ווי דער איינזער.
דער איינזער וועט טאקע נישט זיין צופרידן אפען העכסטן פארנעם. אויב איז מען צופרידן, איז שוין נישטא קיין תכלית אויף דער וועלט, און מען קען גיין.
אלעמאל 'מוז' מען 'וועלן' זיין עפעס 'בעסער'.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 3:18 pm
דורך fiena nieas
נשמה האט געשריבן:אן איינזערס טעות איז אז מ'קען זיין און טון בעסער ווי ביז היינט.
דאס איז א 'טעות'.

ס'דא איינער וואס איז מצליח אין לעבן, באמת, נישט איך זאג עס, יעדער ארום שרייט עס, אבער ער איז נישט צעפרידן, פארוואס?
איך האב אלץ געטראכט, מן הסתם אז ער א דרייער און ער שטרעבט צו זיין ממש ביים שפיץ. אבער ניין, ער קען גאר זיין אן איינזער, אן איינזער איז קיינמאל נישט צעפרידן.
איך רעד פון א דורכשניטליכער איינזער.
ער אז קיינמאל נישט צעפרידן, קענסטו דיך פארשטעלן? קיינמאל.
אלעמאל טענה'ט ער אז ער וואלט ווען געקענט טון סך מער.

אזא סארט מהלך המחשבה איז אויסטערליש שווער צו טוישן.
שטארק שטארק

איינזערס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 7:52 am
דורך נשמה
יעדער מענטש בלייבט אנגעהאנקערט אין עפעס א דיעה וואס ער האט זיך אויסגעלערנט אין די גאר יונגע יארן, און ער האלט אז ס'איז אזוי דער אמת ווען לעולם אז עס נישט אזוי.

אפאר דיעות פון איינזערס.

א) איך מוז זיך אויפפירן גאר גוט, אויף א הויעכע סטאנדארט, כדי אויסצומיידן קריטיק, און געפילן פון א דורכפאל.

ב) איך בין מלא חסרונות און ווייט פון שלימות און וועגן דעם בין איך אסך מאל אפילו שלעכט.

ג) אויב איך וועל נישט בכוונה צוריקהאלטן מיינע עמאושענס, אימפולסן, און באדארפענישן, וועל איך חס ושלום טון אדער זאגן עפעס אומפאסיג, און ס'וועט מער גורם זיין בושות.

ד) איך פיל מיך גוט צו זיין אזא איינער אויף וועם מענטשן פארלאזן זיך אז ער איז ישר וצדק, אויב וועל איך אמאל זיין שטאלץ מיט עפעס איז עס מיט די זאך.

ה) אויב עפעס גייט נישט ריכטיג, אבער איך האב געטון כל מה שביכולתי, דעמאלסט קען מען מיך נישט באשולדיגן,

ו) זייער אסך זאכן אויף די וועלט קען מען פארבעסערן, און ס'דא עניינים וואס מ'מוז מתקן זיין.

ז) שלימות איז שווער, און ס'קומט צו זיין שווער, ס'זייער זעלטן, און ס'איז שווער.

ח) אויב יעדער איינער וואלט געטון וואס ער ווייסט אז ס'איז ריכטיג, וואלט אלעס געגאנגען סך גלאטערער.


איינזערס ארבעטן אזוי שטארק צו געראטעוועט ווערן פון קריטיק און דערפאר וועלן זיי סיי זיך און אויך אנדערע אנזאגן זיך אויפצופירן אויפן בעסטע אופן, אויף א הויעכע סטאנדארט, און נאכדעם ביטערן זיי, פארוואס מ'טוט נישט בשלימות גדול מאוד מאוד, און ס'קומט אויס אז זיי פילן זיך נישט באליבט, ווילאנג א מענטש האט ליב נאר שלימות, איז איהם זייער שווער צו אקצעפטירן, און זיין רואיג אז אויב א זאך איז גוט, איז עס עכט גענוג גוט פאר יעדעם.

מוסר זאגער פנימי.

אלע נומערן קענען עקספיריענסן די מוסר זאגער הפנימי וואס נעמט זיך פלוצלינג פארלערנן מוסר, אבער איינזערס האבן עס כמעט אדער טאקע אגאנצן צייט ווען זיי זענען מיט אפענע אויגן, אנדערע נומערן קענען עס צייטווייליג אויסלעשן, אבער ביי אן איינזער פיהרט עס אן א גרויס חלק פון זייער אינערליכער וועלט.

צומאל קען עס ממש ווערן ווי א אינעווייניגסטער מגיד, טאטע, מאמע, וואס איז ווי אן אריינגעבויטער שופט.

צומאל קען עס אפילו זאגן מוסר פארן טון נישט גוט און שפעטער ווען מ'טוט עס בעסער וועט עס זאגן "יא, זייער גוט, דאס מאל האסט עס זייער גוט געטון, און טו עס אזוי די קומענדיגער מאל אויך."


אפטמאל קוקן מענטשן אן איינזערס אלץ צו שטייף, און אומבויגזאם, און דאס קומט פון דעם וואס זיי קאנטראלירן צו שטארק, וואס זיי זאגן און טוען.
אפט מאל מיינט עס אז ס'בלייבט נישט איבער קיין צייט צו רילעקסן. פארברענגן אמאל אמאל.

איינזערס דרוקן אונטער זייער כעס. אבער מיט דעם אלעם מערקט מען עס אויף זיי, ווי זיי בלאזן און זענען אנגעביטערט, ס'ליקט צומאל ארויס.

איינזערס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 8:03 am
דורך נשמה
איינזערס גלייבן עכט אז טאמער מ'טוט נישט אזאך פונקטליך קען עס אויסקומען נישט גוט.
למשל, א רעסעפי. "ס'שטייט אז מ'זאל לייגן 'צוויי' גלאז צוקער?"
"האסט נאר אריינגעלייגט צוועלעף טראפן, ס'שטייט 13!"

איינזערס

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2014 2:34 pm
דורך נשמה
א געווענליכער איינזער האלט אז ס'איז זיין אחריות צו מתקן זיין יעדן איינעם, (דאס איז וואס שטופט איהם צו טון איינזערישקייטן)
די פליכט ליגט אויף איהם פערזענליך. ער איז דער וואס דארף מתקן זיין משה מיט זרח, מיט יחזקאל ישראל, מיט סרח.
לאמיר אביסל פארגרינגערן די לאסט פונעם איינזער.

צווייער

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2014 2:45 pm
דורך נשמה
א צווייער שפירט אז ער מיינט אלעמאל נאר גוטס און אז ער פאר זיך דארף גארנישט.

דורכשניטליכע צווייערס טראכטן אויף זיך אז זיי מיינען אלעמאל נאר דאס גוטס פון א צווייטן, און זיי האבן עכט ליב ארומיגע, בשלימות, אן אייגענע נגיעות, אייגענע אינטערעסן, אדער אייגענע עמאוציאנאלע געברויכן.

"מיר איז אלעס גוט, איך מיין נאר יענעם"

אבער א צווייער דארף מער שטיצן די אייגענע געברויכן.
ער דארף מער קוקן אויף זיך "וואס דארף איך זיין אזויפיל פארנומען מיט יענעם, מתי אעשה גם אני לביתי"?

דרייער

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2014 3:02 pm
דורך נשמה
א דרייער שטופט זיך תמיד צו זיין "דער בעסטער"

דורכשניטליכע דרייערס ווילן זיך אפשיידן אויף עפעס אן אופן פון אנדערע. כדי זיך צו באשיצן פון הונטערליגענדע פחדים פון ווערטלאזיגקייט.

דאס איז די שטופ פונעם דרייער, צו מאכן אז זיי זענען נישט ווי קיינעם. צו ווייזן אז זיי זענען נישט איינס מיט יעדן. נאר זיי זענען עפעס דיפרענד, ווערד, ארויפגעקוקט, כדי זיך צו פילן ווערד.

פירער

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2014 4:05 pm
דורך נשמה
וויאזוי קענסטו וויסן א פירער? וואס איז זיין פירערקייט ווי מ'זאגט?

א פירער האט א רייץ צופיל צו נוצן זיינע דמיונות, דורכשניטליכע ביז אומגעזונטע פירערס האלטן אז זיי וועלן זיך טרעפן, טרעפן זייער 'איך', זייער ארגינאלער מציאות, און ווי אויך די פשט פון זייערע געפילן, "פארוואס פיל איך אזוי? ווער בין איך?" דורך אריינקריכן אין פאנטאזיעס האפען זיי צו טרעפן זייער איך.

א פירער דארף זיך פעסט אראפשטעלן אינעם מציאות און פאוקעסן אויף קאנסטראקטיווע אקטיוויטעטן.

פינעווער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 9:47 am
דורך נשמה
די תאוה וואס א פינעווער האט איז צו נעמען עקספיריענס, (זאכן וואס מ'טוט פאקטיש מיטלעבן, אין די מינוט) און עס מאכן פאר א קאנצעפט, (א פירוש אפצולערנן די מציאות צו טראכטן דערפון יעצט און שפעטער, ווען זיי זענען ביי א חתונה טראכטן זיי "אה, דאס 'מיינט' פרייליך" "אה, דאס 'מיינט' א זיבענער" "אה, דאס מיינט...)

דורכשניטליכע ביז אומגעזונטע פינעווערס טראכטן עכט צו סך אין אופנים וואס איז נישט פראקטיש צו לעזן פראבלעמען.

א פינעווער דארף מער לעבן מיט די עקספיריענס וואס ער לעבט מיט מינוט צו מינוט.

א זיבענער קען אויך טראכטן אופן זעלבע מין אופן, די טרייב ביי ביידע איז פארשידן, א פינעווער טראכט ווייל ער וויל איינמאל פאר אלעמאל פארשטיין די וועלט, א זיבענער טראכט ווייל ער וויל זיך גוט פילן. און דערפאר קען מען זעהן, אז א פינעווער טראכט 'אלעמאל' און א זיבענער נאר ווען ער האט נישט 'פאן'.

זעקסער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:02 am
דורך נשמה
א זעקסערס רייץ איז צו לאזן ספיקות פארנעפלן דעם אייגענעם אינערליכן וויסן. (יעדער מענטש 'ווייסט'. נאך ווי ער ווייסט.)

דורכשניטליכע ביז אומגעזונטע זעקסערס ווערן זייער שטארק אנגעהאנגן אין אנדערע אדער אין באקאנטע שיטות און סיסטעמען כדי צו זיין עמאושענעלי (עמאושענס מיינט נישט דוקא געפילן, ס'מיינט דעם גאנצן אינערליכן מצב, אין וואס דער מענטש איז) פארזיכערט.

די עצה פאר א זעקסער איז "א קלארקייט אין זיין קאפ".
לאז עס נישט ווערן פארנעפלט, אלעמאל א קלארע וועטער. והשם הטוב יעזור ויתן פעסטקייט

זיבענער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 1:13 pm
דורך נשמה
א זיבענער, א זיבענער האט א רייץ, ס'זאל זיך איהם דאכטן אלעמאל אז סיפוק, דאס פינטאלע סיפוק איז ערגעץ אנדערש.
פון א זיבענער וועסטו אלעמאל הערן אויב דו פרעגסט איהם, וואס איז? וואס ווילסטו אלעמאל אזוי שטארק? וועט ער דיך ענטפערן, "טרעפן סיפוק".
א פירער וועט ענטפערן "איך ווייס נישט? עפעס פעלט מיר? אבער איך ווייס נישט וואס!? און א זיבענער וועט ענטפערן "ס'איז אלעס זייער גוט, אבער 'יענץ' וואלט אפשר געווען סך בעסער"

דורכשניטליכע זיבענערס ווערן געשטופט צו מיינען, אז אפילו כ'האב א honda accord v6 וואס איז זייער א גוטע קאר,
אבער א קעדילעק xts איז נאך בעסער.

עפעס וואס איז ממש דארט, איז בעסער.

דערפאר איז גוט פאר א זיבענער זיך איינצוטונקען אין די מיטלעבעניש, אין די עקספיריענס וואס ער האט אין די מינוט.

אכטער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 1:30 pm
דורך נשמה
אן אכטערס רייץ איז צו טראכטן אז ער איז אומאפהענגיג, און קען אליין.
דורכשניטליכע ביז אומגעזונטע אכטערס ווילן זיין אינגאנצן אנאטאמיש און אומאפהענגיג פון אנדערע, אזוי אז זיי וועלן נישט דארפן אנקומען צו קיינעם, כאטשיג, איראניש, ווילן זיי ווערן אזוי מאכטפול און ביכולות, אז יעדער איינער זאל מוזן זיין אפהענגיג אין איהם.

פאר אן אכטער איז עצה צו עפענען זיינע אויגן און באמערקן ווי ווייט ער דארף יא אנקומען צו אנדערע, יעדער מענטש מוז אנקומען צו אנדערע, אזוי האט דער אייבערשטער אויסגעשטעלט די וועלט
והשם חסיד

ניינערס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:07 pm
דורך נשמה
א ניינערס רייץ איז צו פארמיידן קאנפליקטן און זיך צוריקהאלטן פון צו זאגן זיין מיינונג, זיין דעה.

ער וויל זיין צוזאמען מיט יעדעם איינעם, בטל בשישים.

פאר דורכשניטליכע ביז אומגעזונטע ניינערס, איז זאגן זייער מיינונג, מגלה דעת זיין זייער רצון, אדער נעמען א שטארקער שטעלונג, פילט זיך ווי א ווילדער אקציע.

די עצה פאר א ניינער איז צו בעטן וואס ער דארף.

איינזערס וכו'

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:16 pm
דורך נשמה
בקיצור.
לויטן שטופ קען מען אפשר זעהן וואס מ'איז.

די שטופ פון אן איינזער איז צו פאררעכטן יעדעם.

א צווייער אז ער מיינט נישט זיך און ער דארף גארנישט פאר זיך.

א דרייער צו זיין דער בעסטער.

א פירער צו איבערפליסן זיינע דמיונות.

א פינעווער צופיל צו טראכטן.

א זעקסער צו ווערן אומקלאר.

א זיבענער אז עפעס בעסער איז 'דארט'.

אן אכטער צו זיין אומאפהענגיג.

א ניינער זיך צוריקצוהאלטן צו זאגן זיין מיינונג.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 04, 2014 12:38 am
דורך נשמה
זייער אינטערעסאנט וויאזוי די וועלט ארבעט, און איך רעד דא פון די אינערליכער וועלט פון מענטשן.
גיי ארויס אויפן גאס און זעה וויאזוי קינדער שפילן, וועסטו זעהן וויאזוי כאראקטערס שפילן, וויאזוי איין קינד איז אלעמאל די באס, און איין קינד איז אלעמאל דער פאלגער, איי קינד איז אלעמאל דער לעבעדיגער דזשאוקער, און איין קינד שטייט אלעמאל אין די זייט און זאגט נישט זיין דעה, איין קינד האט אלעמאל די חוצפה, און אן אנדערער ציהט צו זיך חברים ווי א מאגנעט, איין קינד איז אלעמאל דער מוסר זאגער, דער אויס זאגער, "איך גיי דיך אויסזאגן", און איין קינד גייט איהם אן אין די לינקע פאה, אויב. איין קינד העלפט אלעמאל בעת אן אנדער קינד איז אייביג ווי איינגעזאפט אין זיך, איין קינד איז אלעמאל דער ערשטער, און דער בעסטער, און איין קינד איז דער קלאון פון קלאס, איין קינד וועט נאר לערנן און ליינען, און איין קינד וועט מען טרעפן חלומ'ן און זיך פארטיפן אין יעדע מורישקע צו נאכקוקן איר גאנג.

די סיבה פארוואס א פינעווער קינד וויינט, איז אנדערש ווי די סיבה פארוואס אן איינזער קינד וויינט, און אנדערש איז די סיבה פארוואס א דרייער וויינט.

יעדעס קינד מיט זיין טיפער פערסאנאליטי, זיין אייגנארטיגער וועג וויאזוי ער האט באשלאסן ערגעץ ווען, אדער זיינע דזשינס, אדער גאר מקור שרשו, וויאזוי ער וועט זיך אן עצה געבן אויף דער וועלט אין וואס ער אדער זי האבן זיך געטראפן נאכן פארברענגן, זעענדיג מסוף העולם עד סופו, ומבטן אמי קלי אתה, כי אתה גוחי מבטן, די ערשטע געוויין וואס א קינד געט, איז נישט אומזיסט, יעדער האט זיך זיין וועג וויאזוי צו דילן מיט די וועלט, און ס'דא וואס האבן באשלאסן נישט צו דילן בכלל, נאר צו אנטלויפן, אנטלויפן צו ענדזשוימענט, אזוי ארום צו פארקלענערן די ווייטאג פון מוזן אראפקומען אויף דעם עולם הנסיון.

דער פערסאנאליטי פון א מענטש איז געבויט ווי tool זיך צו באשיצן פון די וועלט,
דאס ווערט געפארעמט ציגל ביי ציגל, פאטש נאך גלעט, און ליב אויף שטופ, אוי וויפיל א מענטשאלע גייט אדורך ביז ער דערזעהט זיך ערוואקסן,

איז ווען א מענטש האט נאר אביסל געקוקט און טיפער געטראכט, האט ער באמערקט ניין נאטורן, וואס דרייען זיך ארום דא, פונקט אזוי ווי, דו וואלסט באמערקט וויפיל כאראקטערס פון ביימער ס'איז פארהאן, ס'איז נישט שווער, אז מ'קוקט אביסל גוט, טאנצט עס פאר די אויגן, און באלד קאטאגארירט זיך א סעט פון ניין, ניין סארט וועגן וויאזוי מענטשן גיין אן און געבן זיך אן עצה מיט די וועלט אין וואס ער האט זיך געטראפן פון בעסטן פלאץ אייביג,

איינזער

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 04, 2014 8:49 am
דורך נשמה
נאך א וועג צו וויסן וואס פאר א נומבער מ'איז.
איז דאס פארקערט ווי דו טוסט געווענליך?

אויב ביסטו אן איינזער איז פארקערט

אויב היינט וועסטו גיין אין דזשאסט האבן פאן (א מענטש מ'מעג זיך דאך אויסלופטערן) די פאן זאל נישט האבן קיין שום רול, קיין שום אידיאל, קיין שום כללים, נאר בלויז פאן לשם מצוה, לשם זיך אויסצולופטערן, נישט אריינקלערן וואס מ'טוט, נישט איבערטראכטן וואס מ'האט געטון צו ס'איז טאקע געווען ריכטיג, דסשאסט פאן.
איז, דו גייסט זיין ספאנטאניש, דו גייסט טון אן שוקל זיין, נאר וואס ס'קומט דיך אריין אין יענע סקונדע, דו גייסט טון וואס מ'וויל פון דיר אן טראכטן ניטאמאל א משהו צו ס'איז טאקע ריכטיג אזוי צו טון, דו גייסט זיין אויסערגעווענליך בייגעדיג, נאכגעביג, געוואנדן אין די השפעה פון יענע מינוט, די השפעה פון מענטשן ארום, דו גייסט נישט טראכטן וואס דו טוסט. גייסט דיך אויפפירן ממש ווי א קינד, אן טראכטן אפילו נישט א משהו צו ס'גייט לויט א געוויסע רול, דאס וואס דו גייסט טון שטייט נישט און וועט נישט שטיין אין ערגעץ. און בשעת מעשה גייסטו אויך נישט קוקן אויף קיינעם צו זיי טוען לויט רולס צו נישט, דו גייסט נישט זאגן מוסר ניטאמאל א משהו, אלעס גייט זיין גוט... דו גייסט נישט מורא האבן פון קען קריטיק, יא קען זיין גייסט באקומען קריטיק, קען זיין דו טוסט נישט גוט אבער דו פייפסט דיך אריין.

אויב ביסטו אן איינזער ווייסטו שוין קלאר אז דאס איז פונקט פארקערט ווי דו טוסט געווענליך, מידי יום ביומו.

דו פילסט ווי ס'איז קעגן דיין נאטור

אויב ביסטו אן איינזער פילסטו אז ס'גוט שווער צו טון.
ומן הזהירות שלא תרבה להיזהר

צווייער

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 04, 2014 9:04 am
דורך נשמה
אפשר ביסטו א צווייער
נאך א וועג צו קוקן צו דו ביסט א צווייער איז

שטעל דיך פאר ווי היינט גייסטו ווידמען דיין גוטסקייט נאר פאר דיר אליין, קויפסט א פעקל קוקיס נאר פאר דיך, דו זאלסט דיך גוט פילן, גייסט ניטאמאל קוקן צו איינער דארף אפשר א טובה פון דיר, ווען דו גריסט איינעם גייסטו מיינען נאר דיך, גארנישט צו מאכן קיינעם גוט פילן, היינט מאכסטו נישט קיינעם גוט פילן, היינט ביסטו פארנומען נאר מיט דיך, דיך צו מאכן גוט פילן, היינט גייסטו נאר דיך קלאפן אין ריקן, היינט גייסטו זיין סעלפיש, נאר דיך, דיין עולם הבא, דיינע מעשים טובים, (ביסט דאך אויך א יוד) גייסט נישט געבן ליבשאפט פאר קיינעם, בקיצור מיינען נאר דיך, אין איין ווארט א פירער,

אויב ביסטו א צווייער וועסטו גראד שפירן אז דאס איז פונקט די פארקערטע וויאזוי דו פירסט דיך אויף מידי יום ביומו.
דו גייסט דיך פילן...

דרייער

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 04, 2014 9:16 am
דורך נשמה
און אפשר ביסטו א דרייער

אויב ביסטו א דרייער וועסטו פילן ווי די פאלגענדע פארשלאג איז פונקט פארקערט ווי דו טוסט יעדן טאג. יעדער קען פילן ווי ער וויל עס נישט טון אבער אויב ביסטו א דרייער גייסטו פילן ווי דו גייסט קעגן דיין אייגענער נאטור.

היינט זאלסט טון זאכן וואס דו ווייסט אז דו ביסט נישט די בעסטע דערין, טו נאר זאכן וואס דו ווייסט קלאר אז ס'דא סך בעסערע פון דיר אין דעם פעלד, סך סך בעסער, היינט טון זאכן וואס ברענגט גארנישט ארויס דיין ספעציעלקייט, וואס ווייזט גארנישט אז דו ביסט מער ווי אנדערע מיט דעם, היינט קום גארנישט אן, האב סתם פאן, זאלסט נישט פרובירן אונטערצוקויפן מענטשן מיט דיין גאט געבענטשטער חן, היינט קום צווישן מענטשן פונקט ווי יעדעם, ממש בטל בשישים, אין איין ווארט, היינט זיי א ניינער.

אויב ביסטו א דרייער פילסטו ביי דיך ווי דאס איז ממש קעגן דיין נאטור, ס'וועט דיך קאסטן זייער אסאך ענערגיע צו טון אזוי.

דריי טייפס

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 04, 2014 10:24 am
דורך נשמה
איך האב אלעמאל אין זין, אז ס'דא דריי טייפס

דאס הייסט יעדע מענטש האט א סטראטעגיע וויאזוי צו האנדלן מיט די וועלט, ווען ס'קומט איהם אויף א פראבלעם.

א מענטש האט דריי פראבלעמען.

1) זעלבסט-בילד, "איך שעם מיך פון מענטשן"
הנה, ס'דא מענטשן וואס ביי זיי איז דאס נישט אזוי א שטארקער פראבלעם, הגם יעדער האט דעם פראבלעם.

2) ענגזייעטי, "די וועלט ווארפט א פחד".
איז אויך ווייטער דא מענטשן וואס ביי זיי איז פחד נישט אזא פראבלעם. הגם ביי יעדעם איז עס א פראבלעם.

3) אינסטינקטן, "וואס טו איך מיט מיינע אינסטינקטן?" (זאל איך זיין א חי'?)

איז ווייטער דא מענטשן וואס מיט די אינסטינקטן האבן זיי נישט אזא שטארקע פראבלעם, זיי ליידן צו שטארק פון ענגזייעטי, און זיי מוזן עס קודם אדרעסירן אויף איינע פון דריי וועגן. הגם יעדער האט אינסטינקטן, און יעדער האט א סטראטעגיע וויאזוי זיך צו באגיין דערמיט.

האבן מיר דא דריי פראבלעמען.
1) זעלבסט-בילד, 2) פחד, 3)אינסטינקט.

ביי יעדע מענטש איז איינע פון די פראבלעמען די שטערקסטע.

ס'דא איינער וואס ביי איהם איז די שטערקסטע זעלבסט-בילד פראבלעם, אלעס איז גוט ביז ס'קומט צו זיין זעלבסט-בילד צווישן מענטשן, דארט האט ער א פראבלעם, וויאזוי געט ער זיך אן עצה מיט זיין זעלבסט-בילד, ער איז אדער א צווייער אדער א דרייער אדער א פירער.
דאס איז א סטראטעגיע וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיטן זעלבסט-בילד פראבלעם.

ווייטער וואס וועט ער טון ווען דאס וועט שוין זיין געסעטלט, אדער ווען ס'קומט פלוצים ארויף ענגזייעטי, וואס איז אזוי שטארק אז ס'איז יעצט וויכטיגער פאר איהם צו דילן מיט ענגזייעטי, און אזוי אויך איז דא מענטשן וואס ביי זיי איז ענגזייעטי גאר דער עיקר פראבלעם, פחד, וויאזוי געט מען זיך אן עצה מיט פחד,

אזא מענטש וועט אדער זיין א פינעווער, דאס הייסט באטראכטן דעם לייב, און טראכטן וויאזוי מ'קען זיך דערפון ראטעווען, אדער וועט ער זיין א זיבענער, נע ס'איז נישט קיין לייב, ס'איז א שעפעלע. אדער וועט ער זיין א זעקסער סטראטעגיע, ער וועט איבעראל זעהן לייבן, און זיך שלאגן מיט זיי אדער אלעמאל אנטלויפן צו שטארקע פלעצער כדי נישט צו באגעגענען דעם עקזיסטירענדן (?) לייב.

ווייטער איז דא מענטשן וואס זיי האבן נישט קיין שטארקער פראבלעם מיט ענגזייעטי און מיט זעלבסט-בילד, אדער ווייל זיי האבן עס קיינמאל נישט געהאט אלץ אן א עיקר, אדער ס'איז יא ביי זיי א עיקר איינע פון די צוויי נאר יעצט מוזן זיי זיך אן עצה געבן מיט "אינסטינקט".

וואס טוט מען?

איז דא דריי סטראטעגיעס
אדער אכט, "איך טו וואס איך וויל, און יעדער וועט טון וואס איך וויל" אדער א ניין "איך האב נישט קיין אינסטינקט הערסט? איך עקזיסטיר נישט?" אדער איינס, "איך האב יא אינסטינקטן, אבער איך קאנטראליר עס" א מענטש דארף טון וואס איז ריכטיג, און צומאל נעמט מען זיך אויף יענעמס אינסטינקטן, יענעמס תאוות,.

האב מיר דא דריי פראבלעמען, דריי צענטערן וואס יעדער מענטש, אין נמלט מהם, האט אלע דערפון, אבער איינס דערפון די הויפט פראבלעם, און זיי זענען:

זעלבסט-בילד דהיינו רגשי בושה (לב), פחד (ראש), אינסטינקטן. (יצר)

און יעדע פון די דריי פראבלעמען האט דריי סטראטעגיעס.
זעלבסט-בילד, 234.
פחד, 567.
אינסטינקט, 891.


ס'דא דריי צענטערן.

קאפ געפיל און אינסטינקט

און יעדער מענטש האט דריי נומערן, פון אלע דריי צענטערן איין נומער. איין נומער איז ביי איהם די הויפט. די בעסיק נומבער.

125
126
127

135
136
137

145
146
147

האבן מיר דא ניין סארטן איינזערס, ניין פארשידענע כאראקטערס וואס זייער ערשטער הויפט פראבלעם, זייער הויפט נומער, איז איין, דאס הייסט אז ביי זיי איז דער עיקר פראבלעם מיט זייער אינסטינקט, אבער דאך איז זייער צוויי קומענדיגע נומערן פארשידן.

דאס הייסט אז דער 125 האט אלץ דער אינסטינקט פראבלעם גענומען די איינזער שיטה, זעלבסט-קאנטראל, און ווייטער מיט די זעלבסט-בילד פראבלעם האט ער זיך אן עצה געגעבן מיט די צווייער שיטה, דאס הייסט אז מיטן געבן פאר מענטשן בארואיגט זיך דער פראבלעם פון בושה, און מיטן פראבלעם פון ענגזייעטי האט ער אנגענומען די סטראטעגיע פון פינף, דהיינו זיך זעצן באטראכטן די שרעקעדיגער וועלט, מטכס עצה זיין,

און דער 126 האט אויך דער זעלבער סטראטעגיעס ביי די ערשטע צוויי, אבער מיט ענגזייעטי האלט ער איז נישטא קיין אנדערע וועג נאר צו געטרויען שטארקערע פון איהם, ווייל ער ווייסט נישט. אזא סארט מענטש טוט אלעס ריכטיג, און טוט טובות, און איז א שטארקער חסיד פון איינעם. אדער האט דירעקט נישט מורא פון קיינעם און פון גארנישט.


א 145 וועט לכאורה זיין א מענטש מיט זעלבסט-קאנטראל אבער שטארק געפיליש און א גוטן קאפ.

א 147 וועט זיין זעלבסט-קאנטראל, געפיליש, און דזשאוקיש,
אבער א 741 וועט לכאורה האבן פראבלעמען.
צו בארדעריש, צו צעפלויגן, און דא שלאגט ער זיך מיטן איינס, און די געפילן פייניגן איהם אויך.
און אזוי ווייטער כיד הדמיון הטובה עלי.
אלעס וואס איך זאג איז לויט ווי איך טראכט מיט טעאריע

258
259
251

268
א צווייער זעקסער אכטער איז לכאורה די צווייערס וואס נעמען מענטשן פאר זייער פארמעגן כדי צו האבן זיכערקייט.
269
261
צווייער זעקסער איינזער זענען גוטע מענטשן אבער ווען זיי זענען אנגעצויגן איז עס אביסל רעגנדיג,
278
279
א צווייער זיבענער ניינער איז גוטע נייעס.
מ'קען האבן זייער אסאך פאן מיט זיי.
271

א צווייער זיבענער איינזער איז אלעס גוט ווילאנג ער קאנטראלירט מיך נישט. הא?

דא האבן מיר ווייטער ניין צווייערס, וואס יעדע צווייער איז אנדערש ווייל די קומענדיגע צענטערן איז פארשידנארטיג זייערע סטראטעגיעס.

358
359
351
דרייער פינעווערס זענען לכאורה די שיינע אידן וואס זיצן און לערנן, די מוצלחים וואס זענען צוגאב קלוג אויך.
לכאורה זענען די 351 די עכטע מאוטיווירערס, "ס'פאסט נישט צו טון אזוי"

368
369
361

378
379
371

ס'גאר אנדערש א דרייער וואס איז א 378 צו א דרייער וואס איז א 361
איך זאג נישט זיכער, אבער איך שרייב די מערסטע זיניג,
א דרייער וואס איז א 361 איז א פעסטער ארבעטער,
אויף אזא 361 קענסטו נישט כאפן וואס ער איז, א דרייער? אפשר א זעקסער? אבער אסאך מאל קוקט ער מיר אויס ווי אן איינזער?

אנדערש איז א 378 וואס איז צומאל זייער דזשאוקיש, ווערטלדיג, הגם ער טוט זיך וואס ער וויל, אבער ער האלט פיין אונטער צומאל, נאך דערצו ווען ער קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט עפעס א דזשאב.

און אזוי האב מיר דא ניין סארטן דרייערס.

458
459
451

468
469
461
דאס אז ס'איז דא א פירער זעקסער צאמשטעל איז שוין אנגענומען דורות. חחחח. אדאהאן רעדט שוין פון דעם.
478
479
471

יעצט א 471 איז אנדערש ווי א 469 הגם ביידע זענען פירער, א 471 איז א געפילישער אבער טאמער ער האלט שוין נישט אויס דהיינו די ענגזייעטי שטארקט זיך וועט ער זיך לויפן ענדזשויען. און אזא פירער וועט האבן ערענסטע קאנפליקטן. צווישן איינס און זיבן, וחוזר חלילה.

און א 469 וועט זיין זייער געפיליש, זייער אין זיך, אבער אויך וועט ער ווערן א זעקס ווען ס'איז באו מים, די געפילישע געפילן וועלן ווערן ווי א מורישקע אקעגן די פחד פון די וועלט, דאן וועט ער ווערן פאר'זעקס'ערט, און מוזן אנפרעגן א שטערקערן פון איהם וואס צו טון, אבער ער וועט לכאורה נישט האבן אויף צו לאנג זיין ענגזייעטי. ענגזייעטי קען זיך נישט האלטן ווען איינער איז א ניינער, אויף אזא איינעם קען מען זאגן אז ער וויל ס'זאל זיין שלום כדי נישט צו האבן ענגזייעטי, און ווען ס'אלעס בשלום, די סכנה איז מער נישט אויפן סדר היום, וועט ער זיך צוריק נעמען צו זיינע געפילן, צו דערגיין וואס ס'פעלט איהם, ווייל דאס שטערט איהם די מערסטע, וחוזר חלילה. אזא סארט כאראקטער וועט אין טעאריע זיין, זייער בשלום, און זייער געפיליש, דאס זענען לכאורה נישט די מין זעקסער וואס שלאגט זיך מיט די וועלט.


און ווייטער א 459 וועט זיין א שטילער צוריקגעצויגענער געפילישער טראכטער, ער וועט לכאורה נישט זיין קיין פייניגער.

אבער א 478 וועט שוין גארנישט זיין אזוי צוריק געצויגן.
ער וועט זיין א יוניק בורדאק וואס טוט וואס ער וויל.


582
583
584

הערה איז טאקע שייך א פינף אכט, אויב יא, האט ער די פראבלעמען פון א אומזיכערער טראכטעדיגער פינעווער, אדער איז ער טאקע א טראכטער אבער דאך פעסט געשטעלט.
592
593
594

וואס זאגט איר צו א פינעווער-ניינער צאמשטעל

512
513
514

א פינעווער איינזער צאמשטעל איז א יוד וואס איז אויסגעהארעוועט, לערנט און פירט זיך על פי שולחן ערוך, די פינעווער איינזערס.

682
683
684

איך פראביר צו טראכטן וויאזוי עס קען זיין אזא צאמשטעל פון א זעקסער מיט אן אכטער, אפשר זענען זיי די זעקסערס וואס שלאגן זיך מיט יעדעם? די זעקסערס וואס ווילן דאמינירן נאר ווייל זיי האבן מורא?

692
693
694

האט איר שוין אמאל געזעהן א זעקסער ניינער? ס'קען זיין זיי זענען ניינער ווייל זיי האבן מורא,

612
613
614

האט איר שוין באגעגענט אן איינזער וואס ער איז עכט א זעקסער, ער איז נאר אן איינזער ווייל ער פארלאזט זיך נישט אויף קיינעם, איז ער אבער עכט קלאר מיט זיך?

782
783
784

א זיבענער אכטער כי חיות הנה,

792
793
794

א זיבענער ניינער איז יעדער א צדיק, א גוטער, א פיינער מענטש, ענדזשויעט זיך און האט ליב צו זיין א חבר פון א חברה.

712
713
714

איך טראכט וויאזוי ס'קען זיין א זיבענער איינזער? מיינט דאס טאקע א זיבענער וואס ווערט פלוצלינג אין קאנטראל, שטעלט אן די זייגער, אדער הערט אויף צו מאכן קידוש ביים ליינען און זאגט נאך מוסר אנדערע זאלן אויך אויפהערן
(קען זיין מ'דארף אזוי טון, זאל קיינער נישט זאגן בשרירות לבי אלך ווייל נשמה פון אייוועלט האט אזוי געשריבן. ויהי רצון שלא יצא מכשול מתחת ידי)

825
826
827

אן אכטער דארף גיין צום צוויי, דא מיינט עס אפשר אן אכטער וואס באשלוסט צו זיין א מלכות של חסד, ער טוט וואס ער וויל, און ער הייסט נאך א גוטער אויך. ברוך השם....


835
836
837

די אכטער דרייערס וועלן דיך קאנטראלירן מיטן ווייזן ווי מוצלח'דיג זיי זענען.

845
846
847


די אכטער פירער ווילן אפשר דאמינירן מיט זייער ביטערקייט, און פיין, נאכדערצו 846

925
926
927
די ניינער צווייער זענען בטל ומבוטל פאר יענעם,

935
936
937

945
946
947

די ניינער פירער זענען לכאורה אסאך מאל ניינער אבער צומאל יא ביזי מיט זייערע געפילן, וואס קען זיי שטערן ניין?


דאס איז נאר מיין טעאריע
אבער דאס אז יעדער מענטש האט דריי טייפס, איין פון יעדע צענטער אלץ א הויפט און נאך צוויי, דאס איז א שטודיע פון פארשער, פופצן יאר, מיט הונדערטער טעסטן, און נאנטע באטראכטונגען.


אבער פון דעסטוועגן איז נאך דא ווי צו לעכערן.
אבער אזויפיל איז גוט צו וויסן אז אויב מ'זעהט זיך אסאך מאל דאס און אסאך מאל דאס, איז גוט צו טראכטן וועגן די דריי פראבלעמען, הנזכר לעיל.

דאס איז זיכער גוט צו געדענקן
און זיך פרעגן
מיט וועלכע פון די דריי פראבלעמען דיל איך יעצט

מיט בושה? מיט פחד? מיט אינסטינקט

און נאכן ענטפערן פרעג
מיט וועלכע סטראטעגיע דיל איך מיטן פראבלעם.

אויב למשל מ'האט א פראבלעם מיט אינסטינקטן און מ'טוט וואס ס'שמעקט ווי אן אכטער.
מ'שרייט און מ'רעגט זיך.
דארף מען טראכטן אז ס'דא נאך מענטשן אויף די וועלט.

נשמה טייערער לאמיר זיך מחזק זיין

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 10:02 pm
דורך נשמה
דו באגעגענסט א מענטש, ווילסט וויסן וואס ער איז,
קודם זעה וואס טוט ער מיט זיינע אינסטינקטן
ער קאנטראלירט עס?
ער האט עס נישט?
ער טוט יא זיינע אינסטינקטן?

אויב ער קאנטראלירט זיך קענסטו פסק'נן איינס.
אויב ס'קוקט דער אויס ווי ער האט נישט קיין אינסטינקט, ס'שלאפט, דאן פסק'ן ניין.
אויב ער פירט זיך אויף פונקט וויאזוי זיינע אינסטינקטן טרייבן איהם, דהיינו ער שרייט און פארפירט, דאן פסק'ן אכט.

גיי ווייטער צו די אופן וויאזוי ער שטעלט זיך אוועק צווישן מענטשן. נישט פיזיש נאר זיין זעלבסט-בילד.
אויב ער שטעלט זיך אוועק צווישן מענטשן אלץ דער ארויפגעקוקטער מענטש און ווייסעכוואס, דאן די נומער דריי זאל ארויפגעקלעבט ווערן אויף איהם,
אויב איז ער א מענטש וואס ער איז זיך אזוי מבטל צו מענטשן אז מ'זאל איהם געבן וואס ער דארף און ער איז א גוטער וואס גיבט פאר אנדערע, אפילו דו זעהסט אז ער איז א שטאלצער און דאס איז זיין אופן וויאזוי ער שטעלט אוועק זיין זעלבסט-בילד, איז ער א צווייער,
אויב דו זעהסט אז ער באהאלט גארנישט זיינע חסרונות, פארקערט דאס איז זיין זעלבסט-בילד ווייס אז ער איז פירער.

יעצט שפאציר אריבער צו זיין פחד פון די וועלט.
אויב ער מוז זיך אלעמאל ענדזשויען און זאגן א גוטע דזשאוק פאר יעדעם איינעם ווייס אז ער איז א זיבענער,
אויב איז ער אנגעצויגן און נערוועז און זיין אופן פון זיך בארואיגן פון ענגזייעטי איז פרעגן שטערקערע פון איהם און מאכן זיכער, אז ס'איז גוט דאן איז ער א זעקסער.
אויב איז ער א דערשראקענער צוריקגעצויגענער טראכטער, און זיין אופן וויאזוי צו האנדלן מיט ענגזייעטי איז 'טראכטן' ווייס אז ער איז א פינעווער.

והשם יעזור אותך
זאג נישט קיינעם ביסט א זעקסער.
ס'איז נישט קיין טשעפע בכלל
ער קען דיך צוריק זאגן דו ביסט א פינעווער.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 2:56 pm
דורך מתבונן
נשמה האט געשריבן:זאג נישט קיינעם ביסט א זעקסער.
ס'איז נישט קיין טשעפע בכלל
ער קען דיך צוריק זאגן דו ביסט א פינעווער.


:lol: :lol: :lol:

איינזער

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 8:50 am
דורך נשמה
אפשר איז דער מענטש וועם דו ווילסט טייפן אן איינזער
איז קוק, קוק אויב ער האט א נטי' צו זעהן אומארדענונג רינגס און ארום איהם, און אויך אז ער פילט אז ער איז דער וואס איז מחוייב עס צו פאררעכטן.

אן איינזער קאנטראלירט זיין נאטור, אינסטינקט איז א נאטור, און ער קאנטראלירט עס, ס'זאל ווערן איבערגעארבעט צום גוטן. איז דערפאר זעהט ער איבעראל דברים הצריכים תיקון.

צווייער

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 8:59 am
דורך נשמה
אפשר אז דער מענטש וועם דו ווילסט טייפן א צווייער?
איז געב א קוק: האט דער מענטש אזא נאטור צו אויספרעגן עקסטרעמע פערזענליכע פראגן פון מענטשן, וואו ער ארבעט, שלום בית, און ער שפילט די ראלע פון אן אפיציעלער עצה געבער.

א צווייער האט אזא מידה ווייל ער וויל דורך דעם באקומען יענעמס אנגעוויזנקייט אין איהם. אזוי ארום צו שליכטן זיין זעלבסט-בילד פראבלעם.

דרייער

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 9:22 am
דורך נשמה
אפשר איז דער מענטש וועם דו ווילסט טייפן א דרייער (געדענק! מ'קען זיין מערערע נומערן) אבער קודם קוק צו ער איז א דרייער.

אויף אזא מענטש וועסטו באמערקן א נטי' א שטריך אויפצובויען א "פריינטליכער מומחה" וואס געט (גיבט) אנצוהערן "איך האב עס גוט ארויס"

דאס קומט ביים דרייער , אז ער וועט זיין דער פריינטליכער 'מומחה' וועט ער לעזן דעם זעלבסט-בילד פראבלעם.