Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זיבענער

מיטוואך יוני 18, 2014 9:13 am

די עיקר פון א זיבענער איז אז ער אנטלויפט פון שוועריגקייטן איבעראל וואו מ'קען נאר.
ער האט אסך סטראטעגיעס וואו צו אנטלויפן:
צום נאש קלאזעט.
צו קול מבשר.
צו העלפן א יוד.
עפענען די פרידזשידער.
טראכטן געדאנקן וואס לעבן אויף.

א זיבענער'ס מח ארבעט פלייסיג נאך פאר די מענטש כאפט זיך איז ער שוין נישדא.

ס'פליהט אוועק.
ס'גליטשט זיך אראפ.

דערפאר קען די לעבן זיין זייער שווער פאר א זיבענער, ווייל ער האט זיך נישט צוגעוואוינט צו דילן מיט די שוועריגקייטן פון לעבן.
ער לויפט אוועק.
אבער אויב האט ער א צוגעפאסטער דזשאב, איז אנאדערער מעשה.

והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו מעתה ועד עולם

Advertisement

זיבענער

מיטוואך יוני 18, 2014 5:45 pm

א זיבענער טוט געבן גוטע סיבות און ער טוט אידיאלישן
א זיבענער קען נישט אויפנעמען עפעס נעגעטיוו, יעדע זאך מוז זיין פאזיטיוו, איז ער וועט אלעמאל זיך געבן א גוטע טעם פארוואס ער מוז טון וואס ער טון. און אטיך וועט ער אידיאלישן מענטשן ארום.
מיטן זאגן "באמת איז דאך דער א צדיק, ס'קען נישט זיין אנדערש"
און ער טוט דאס ווייל ער קען נישט פנימ'ן א נעגעטיוו. דערפאר איז ער אלעס מפרש און ער מאכט עס, ער אידאלט עס.

זיבענער

מיטוואך יוני 18, 2014 8:17 pm

אנדערש ווי א צווייער און א ניינער וואס טראכטן מער פון אנדערע מענטשן אבער זיבענער טראכטן מער פון זייערע באדארפענישן און נאך דערצו פון זייערע געדאנקן.
זיבענערס לויפן אריין אין זייער פאנטאזישע פאזיטיווע מעגליכקייטן וואס איז מעגליך.

ווי גוט ס'קען נאך אלץ זיין.
זיי קענען דערמיט אפילו מאניפולירן ארומיגע צו טון אזוי ווי זיי ווילן.

איינזערס

מיטוואך יוני 18, 2014 10:42 pm

די מעלה פון א געזונטער איינזער איז אז ער זאגט וואס ער מיינט און מיינט וואס ער זאגט.
איז מ'קען זיך בויען דערויף.

צווייער

מיטוואך יוני 18, 2014 10:57 pm

די מעלה פון א געזונטע צווייער צייגן א פרייליכן ספאנטאנישן קוואליטעט וואס שפיגלט אפ די שמחת החיים פון א זיבענער.
זיי לאכן גרינג און טיף און זיי נעמען זיך נישט אזוי ערענסט.
סתם ענדזשויען די שיינקייט פון לעבן מיט מענטשן וועם זיי קימערן זיך.

בקיצור א געזונטער צווייער מיט א געזונטער זיבענער קען מען זיך טועה זיין.
ביידע שמייכלן, ביידע ענדזשויען.

א צווייער איז מער מיט די מענטשן.
א זיבענער איז מער מיט זיך, אפילו בשעת ער איז מיט אנדערע.

זיבענער

מיטוואך יוני 18, 2014 11:05 pm

כ'וועל שפעטער שרייבן ווייטער אין א ראי'.

א זיבענער וויל האלטן זיין מוט, זיין גיסטע, די מערסטע הויעך. ווי מער צייט אין טאג.

דאנערשטאג יוני 19, 2014 12:19 am

אזויפיל גוטע סחורה.

הלוואי קענסטו צוזאמנעמען אלעס וואס איז דא געשריבן געווארן אויף א איינזער און עקסטער א ליקוט אויף צווייערס א.א.וו. אזוי וועלן מיר באקומען א קלארע בילד אויף יעדן באזונדער.

איך קוק עס אן ווי א וועהרדפולע אוצר וואס איז אבער צומישט.

דאנערשטאג יוני 19, 2014 6:59 am

מאך אז זוך

גיי אין פארגעשריטענע זוכעניש
לייג אריין 'איינזער' צו 'צווייער'
וועהל אויס ביי די 'מעגליכקייטן פון דאס זוכן' וועהל אויס 'די קעפל און די אינהאלט פון די הודעה'
(נאר דע קעפל ארבעט עפעס נישט)
אותיות פון די הודעה מאך "אלע אותיות".

דרוק זוך.
יעלה..



איך האב עס ספעשל געמאכט אזוי. אז מ'זאל עס קענען טון. בעזרת השם יתברך ויתעלה.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:18 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דרייער

דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:17 am

געזונטע דרייערס האבן א באלאנסירטע זיך-ליב, (די ליבשאפט פאר זיך זעלבסט איז ביי זיי באלאנסירט) אויף אזא אופן אז עס לאזט זיי ליב האבן יענעם אויך, גרינגערהייט און אן אן אגענדע.

מענטשן ענדזשויען און האבן נוצן צו זיין אין די סביבה מיט אזוינע ארויפגעקוקטע מעלות'דיג מענטשן.

והשם.יעזור

זיבענער

דאנערשטאג יוני 19, 2014 3:46 pm

א זיבענער טוט וואס ס'איז די בעסטע אין די מינוט. הונטער זיין באוואוסטזיין פרעגט ער זיך "וואס איז די בעסטע פאן וואס איך קען יעצט האבן"
און אויך "וויאזוי קען איך ארויסנעמען די מקסימום פאן פון יעצט"
א קלוגע זיבענער וואס ווייסט אז דו וועלט איז נאר און עולם עובר וועט אבער דאך פרובירן הנאה צו האבן פשוט ווייל ער אנטלויפט פון אומבאקוועמע און צומאל אביסל מער ווי אומבאקוועמע געפילן.

א זיבענער איז תמיד אין אאנגעצויגענקייט ווער ווייסט צו 'דארט' גייט נישט פלוצים קומען און אומפאראויסגעזעהענע אומבאקוועמליכקייט אדער מער ווי אומבאקוועמליכקייט.
זיי קענען נישט אויסהאלטן די מין מוט, די מין אומבא'טעמ'טע מוד, האלטן זיי נישט אויס און דערפון אנטלויפן זיי.

איז, ווען דו פרעגסט א זיבענער צו ער וויל זיך מחייב זיין מיט עפעס און ער ענטפערט ענטוזיאסטיש יא, דע, אז ער מיינט צו זאגן אפשר יא. אבער נישט זיכער יא.
יא אויב כ'וועל זיין אין די מוט

א פירער האט ליב צו זיין אין א זיין געוויסער מוט. א זיבענער איז דער עיקר פרייליך.

און זייער אסך מאל דארפן זיבענער טוישן זייער צוזאג ווייל זיי האבן געטראפן יענע מינוט א בעסערע זאך צו טון.
זיי קוקן זייער שטארק וויאזוי ס'גייט זיך פילן די עקספיריענס.

איך האב געמיינט אז נאר א פירער טראכט וויאזוי ס'גייט פילן.
אבער לויט ווי ס'קומט אויס איז א זיבענער אויך פארנומען וויאזוי ס'גייט איהם מאכן פילן.
אויף דעם אופן "ס'גייט זיין גוט? ס'גייט זיין א גוטע איבערלעבעניש? אדער ס'גייט זיך פילן נישט אזוי גוט?
און אפילו ס'גייט זיין א גוטע איבערלעבעניש א גוטע עקספיריענס, גייט עס זיין די בעסטע עקספיריענס שייך פאר יענע מינוטן?"
א זיבענער קען זיך שווער זעצן לערנן.
אפשר איז יענער ספר בעסער?
און בעסער דא מיינט נישט אז עפ"י הלכה איז עס בעסער.
נאר אלץ די לבו חפץ.

א זיבענער האט נישט ליב צו ווערן געטרעפט.
זיי האבן פיינט א דזשאב וואס איז בארינג.
זיי וועלן פרובירן עס צו מאכן די בא'טעמ'סטע מעגליך.
ענדזשויען! דאס איז עס.
זיי האבן ליב צו טון טויזענט זאכן אויף אין מאל ווי מ'זאגט.
מולטי טעסקינג.

געווענליך האבן זיי מער ווי איין זאך אין וואס זיי ליגן די יעצטיגע מינוט.

זיבענערס האבן פיינט די מיין בריאה וואס ס'הייסט אומבאקוועם.
זיי קענען עס נישט דערליידן.
אומבאקוועמליכקייט אין געפיל.

פאר א זיבענער דאווענען ווערטער וואס ער האט נישט קיין הנאה
און אלע ענגזייעטי קומען מאנען זייער חלק...
אוי איז דאס אן אפקומעניש.

זיי האבן פיינט אן אומבאקוועמע געפיל.

דאנערשטאג יוני 19, 2014 6:07 pm

דער וואס איז אן איינזער זאל אויפהייבן די האנט.

זיבענער

פרייטאג יוני 20, 2014 7:30 am

א זיבענער מוז האבן עפעס תענוג אנגעגרייט ביי די האנט. על כל אומבאקוועמליכקייט שלא תבוא חס ושלום. השם ישמרנו.

למשל א זיבענער גייט ערגעץ.
קודם זוכט ער זיך אויס "פון וואס קען איך דארט הנאה האבן?" אויב וועט ער דארט נישט טרעפן פון וואס ער וועט דארט קענען הנאה האבן, אזאך וואס זאל איהם געבן א גוטע געפיל, קומט זיין ענגזייעטי צו קריכן, "וואס ער פילט איז, "וואס וועט זיין וויאזוי וועל איך דארט אנטלויפן פון אומבאקוועמע געפילן? וויאזוי טאטע?"
ער האט זייער נישט ליב צו זיין געטרעפט, פארכאפט, אין אזא פלאץ.
א זיבענער האט אזא שוץ סיסטעם, וואס שטייט צו פארפיגן אלעמאל אין א מצב פון עמערדזשענסי.
איהם אויפצוזוכן עפעס אן אנדערע גוטע זאך צו טון.

אבער טאקע די סיסטעם וואס האלט דעם זיבענער אפגעקילט פון אומבא'טעמ'טע געפילן, טאקע די שוץ מעכאניזם, לאזט איהם נישט פילן די אוטענטישע עמאושענס פון די מצב ארום.

ווי באוואוסט איז עס נישט די מצב וואס פילט זיך פאר א מענטש, אזוי ווייט ווי ס'איז דער מענטש, די מצב ווערט געפילטערט מיט די געפילן פונעם מענטש.

מ'קען הנאה האבן פון זייער אסך מצבים וואס אויבן אויף פילט עס בארינג. די בארדנעס, די וואוסטעניש וואס מ'פילט אין א געוויסער מצב, קומט טאקע פון אט די באשוץ סיסטעם. וואס באשוצט די מענטש (דעם זיבענער) פון אומבאקוועמע עקספיריענס.
די באשוץ סיסטעם אנטלויפט דעם מענטש פונעם יעצט פון צו קענען עקספיריענסן דעם יעצט מיט איר פולער אוטענטישקייט.
און דערפאר פילט מען בארד, לאנגווייליג, און מ'טוט זאכן וואס באקוועמט,.
ווי דער צדיק האט געזאגט ווער זאגט אז דו לויפט נאך די פרנסה אפשר גאר איז די פרנסה אונטער דיר און דו אנטלויפט דערפון?

זיבענער

זונטאג יוני 22, 2014 9:25 am

זייער אינטערעסאנט דער זיבענער

איך גיי נאר געבן א משל.
אזוי ווי א שווארצער פעינט פאר א מעהלער. נוצט ער נישט צו מאכן א שווארצער בילד.
ער נוצט עס נאר אריינצובלענדן אין אנדערע קאלירן.

אזוי אויך דא וויל איך נישט אז מ'זאל מיינען אז מ'מוז אלעמאל זיך באציען צו יעדע אומאנגענעמער געפיל וואס מ'פילט און עס באטראכטן מיט א פארגרעסער גלאז.

איז, א זיבענער וויל נישט פילן אומבאקוועם און ער באנעמט זיך נישט דערמיט . ער קומט למשל אריין אין א בעסמעדרעש, ער פילט עפעס אומבאקוועם פאר א רגע. אנשטאט כאפן און טראכטן איין מינוט וואס פיל איך דא. אה, ווייל יענער איז דא, דעיס. שוין. נישט געפערליך. גייט ער און ער זוכט צו אנטלויפן פון דעם געפיל.

ער לויפט צום ספרים שאנק זוכן עפעס א ספר, ער קען שוין ממש נישט דאווענען געהעריג, ער מ'מוז אגאנצן צייט אריינקוקן אינעם ספר. אדער זיך דיסטרעקטן. ארומקוקן, ער אליין געדענקט שוין נישט פארוואס. "פארוואס קען איך נישט געהעריג דאווענען".???

אלעס איז נאר געקומען ווייל ער האט נישט געוואלט פילן אפילו פאר א רגע דעם געפיל און זיך באציען דערצו. און עס מסדר זיין, זיך בארואיגן.

ס'איז זייער אינטערעסאנט וויאזוי דער זיבענער אנטלויפט פון אומבאקוועמע געפילן און ס'קאסט איהם א פרייז.

מאנטאג יוני 23, 2014 12:42 pm

שלום בית

אן איינזער זאל נישט אזויפיל קריטיקירן מיט זיין פערפעקשאניזם.

א צווייער זאל נישט אלעמאל זיין נאר דער געבער, מ'דארף אמאל זיין אויך א נעמער.

א דרייער זאל אויסטון זיין מאסק, און ארויסווייזן אז ער איז צומאל אומבאשוצט.

א פירער זאל אויפהערן צו זיין פארנומען מיט וואס מ'האט איהם געטשעפעט און מצער געווען מיט ווייסעך וויפיל יארן צוריק.

א פינעווער זאל זיך נישט אזויפיל איינציען און קלענער מאכן די ווייטקייט צו געפילן.

זעקסער אדער קלעבט ער צופיל צו מענטשן אדער שטופט ער זיי צופיל אוועק.

א זיבענער טראכט נאר פון די אייגענע באדארפענישן ווער האט צייט צו יענעמס.

און אכטער דארף פשוט ווייזן מער אמפאטיע און רחמנות.

און א ניינער זאל נישט פארשוואונדען ווערן ווען ס'דא עפעס א פראבלעם.

המביא שלום בין אדם לחברו ובין איש לאשתו.
והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו מעתה ועד עולם.

זיבענער

דינסטאג יוני 24, 2014 12:28 pm

די עצה פאר א זיבענער וואס וויל זייער שטארק עקספיריענסן די וועלט.למשל א גוטע שמועס, וואו האב מיר נאר געהאלטן? ניין נישט דאס, עפעס בעסער? נו? אה! זיי ווילן עקספיריענסן די וועלט.
די עצה פאר א זיבענער איז אריינצונעמען די עקספיריענס וואס איז ארום איהם. לייגן די הענט אויפן הארץ און טיף דאנקן דעם אייבערשטען אז ס'קלאפט ברוך השם, דאנקן און דאנקן און דאנקן, אריינעמען די עקספיריענס וואס ס'טוט זיך יעצט ארום. אם זיין דאנקבאר. דאס איז א גוטע עצה נאך דערצו פאר א זיבענער מיט א זעקסער פליגל.

זיבענער

דינסטאג יוני 24, 2014 8:05 pm

זייער אינטערעסאנט
בכלל איז די וועלט זייער אינטערעסאנט. עניוועי, יעדע נומער באשוצט זיך אויף זיין אייגנארטיגער וועג. א זיבענער ווי איך האב שוין פריער דערמאנט באשוצט זיך דורך צוויי זאכן דורך ראציאנאלייזן, דאס הייסט געבן א טעם צו אזאך, און אידיאלייזן, דאס מיינט מאכן אזאך, עס אננעמען, און גלייבן, אז ס'איז די אידיאלסטע,

אויב זיי ווילן עפעס טון, וועלן זיי געבן א גוטן טעם פארוואס זיי האלטן אז ס'פעלט אויס. אזוי אז זיי זאלן זיך גוט שפירן.און די זעלבע זאך אויב זיי מוזן האנדלן מיט מענטשן וועלן זיי די מענטשן אידיאלייזן און זיי אפפאלישן און גלאנצן אזוי אז די מענטשן זאלן זיי געבן א גוטער געפיל. אמער איך רעד דא מיטן בעסטן מענטש אויפן כדור הארץ,

א זיבענער האט אויך נישט די אינערליכער גיידענס וואס יעדער מענטש האט. זיי ווייסן 'נישט' וואס ס'איז יא גוט צו טון וואס ס'וועט יא זיין א טובה פאר זיי און וואס ס'לוינט זיך זיי נישט צו טון. און דאס איז גורם א שטארקע ענגזייעטי אין זיי, און דערפאר וועלן זיי האלטן זייער קאפ פארנומען מיט פאזיטיוו זאכן, א פאזיטיוו עתיד, אזוי אז זיי זאלן נישט פילן די ענגזייעטי, זיי וועלן האלטן זייער קאפ פארנומען מיט אלץ און אלעמען, פארשטייט זיך זאכן וואס הייבן די מוט,

ווען א זיבענער דארף מאכן אן אויסוואהל וועלכע סארט קאווע צו קויפן, איז ער פאר א אמת'ע דילעמא, ער וויל האבן פון יעדע, זיבענערס, טיף אינעווייניג, ווייסן זיי נישט וואס זיי ווילן פון זייער לעבן, זייער ענליך צו פיר, פיר שפירן אויך ווי עפעס פעלט זיי.

זיבענערס האבן א נטיה צו מאכן נישט גוטע באשלוסן,

יעצט איז אזוי
א זיבענער איז צומאל פרייליך און פלוצים כמעט ווי א פירער, פארוואס? ווייל וויבאלד זאכן ארבעטן זיך נישט אויס, ער מאכט נישט גוטע באשלוסן, און ווי אויך ווייל ער האט נישט געהעריג הנאה פון די וועלט ווייל זיין מח לויפט אזוי שנעל אז ער האט נישט קיין צייט הנאה צו האבן.
און דערפאר קען צומאל א זיבענער אויסקוקן ווי א איינזער און אפילו ווי א פירער.
א זיבענער אויב איז ער געווען אויסגעשטעלט צו קריטיק, אין די יונגע יארן, ווערט אריינגעבויעט אין איהם אזא מין דערביטערטקייט, ווייל א זיבענער פילט נישט ווי ער ווייסט וואס צו טון, און פארקערט ווי דער איינזער וואס האט אן אינערליכער וועג ווייזער, האט דער זיבענער נישט קיין אינערליכער וועג ווייזער, איז דער איינזער אפילו ער איז טאקע דיסציפלינירט און פערפעקשעניאירט, אבער ווייסט ער און ער פילט אז ס'איז גוט פאר איהם, אבער דער זיבענער, פילט נישט דעם טעם, דעם גוטן טעם פון פערפעקשאניזם, וועט ער דעפרעסט,

בקיצור א זיבענער קען אויסקוקן ווי אן איינזער, דהיינו, פונקטליך, אבער מ'קען מערקן אז ס'איז נישט ביי איהם די געהעריגער וועג פון לעבן, ער איז אונטער סטרעס און זוכט הילף, אזא איינזער, איז נישט קיין איינזער, ער איז א זיבענער, איי, וואס קומט דא פאר,
ווייל ער איז דורכגעפאלן, און ער האט געמאכט שלעכטע החלטות במשך די יארן ביז אהער, און ער פילט אז ער טוט נישט ריכטיג, ווייל ער טוט טאקע נישט ריכטיג, ווייל ער ווייסט טאקע נישט וואס צו טון, ער טוט טאקע נישט זאכן וואס ברענגן איהם א טובה, א זיבענער מאכט אסך מיסטעיקס, איז דערפאר האט ער באשלאסן גייט ער ווערן זייער פונקטליך, אבער ס'נישט ווייל ער ווייסט און ער פילט אינעווייניג אז ער גייט און טוט ריכטיג, ווייל מיט דעם אלעם פילט ער נאך אלץ נישט וואס ס'איז ריכטיג צו טון, ער איז קרח מכאן ומכאן, און פון דעם ווערט ער דערביטערט, און ער קען צומאל אויסקוקן ווי א פירער,
אזא לעבעדיגער פירער,
אזא זיבענער פירער, וואס אז פשוט א זיבענער,
זיבענערס זענען בעצם שטארקע אופטימיסטן, נאר אויב ס'גייט איהם זייער זייער זייער נישט גוט, צום סוף צום סוף, קען דערביטערטקייט זיין, אבער מיט דעם אלעם בלייבן זיי שטארקע אופטימיסטן,
די עצה פאר א זיבענער, ווי איך האב שוין פריער דערמאנט איז, צו אריינעמען די עקספיריענס פון ארום, על כל נשימה ונשימה תהלל קה.
המשך יבוא אי"ה

דינסטאג יוני 24, 2014 8:12 pm

א זיבענער אונטער סטרעס ווערט ער פלוצים אן איינזער. און ווען ער שטייגט איז ער נתפעל פון יעדע גראזעלע,
עטעטשמענטס
E-SymSevenlabeled (1)_20140624211407530.jpg
E-SymSevenlabeled (1)_20140624211407530.jpg (13.78 KiB) געזעהן געווארן 406 מאל

דינסטאג יוני 24, 2014 10:15 pm

נשמה כמעיין המתגבר!

איינזער

מיטוואך יוני 25, 2014 12:09 am

אן איינזער איז א שופט, ער דזשאדזשט, און ער פסק'נט אפ, צו אלעס איז גוט, אין דעם איז ער אויסגעצייכענט, ער קען גוט שוקל זיין, צו ס'איז טאקע ריכטיג, צו אומריכטיג, אן איינזער האט אין זיך זייער א שטארקער חוש צו וויסן צו אזאך איז ריכטיג צו נישט, פונקט אזוי ווי דער פיאניסט האט א חוש צו שפילן. א שפיר וואס עס איז רעכט און וואס ס'איז אומרעכט און ער גיבט טאקע ארויס פסקים אויף יעדע זאך וואס ער זעהט, נישט ריכטיג יא ריכטיג, און ער איז א פערפעקשעניסט,

פון וואו קומט זייער שטרעבן אלעמאל צו פארבעסערן זאכן, האסט שוין אמאל געהערט אן אויסדרוק, "ס'אייביג דא וואס צו פארבעסערן", די מעסעדזש מיינט אז די וועלט איז נאכנישט שלימות, דאס הייסט אז די ריכטיגסטע איז נאך נישט דא,

יעצט די איינזערס שפירן אאינעווייניגסטער געפיל, פון וויסן קלאר וואס ס'איז יא ריכטיג און וואס ס'איז אומריכטיג , דער זעלבער שפיר שטופט איהם אלעמאל צו פארבעסערן זאכן,

איינזערס האבן אלעמאל מורא צו מאכן חס ושלום א מיסטעיק, גאט באהיט, פארוואס?
ווייל זיי האבן זייער מורא פון זייער אייגענער אינערליכער מוסר זאגער, וואס גייט זיי מאנען דין וחשבון, און אוודאי ציטערן זיי פון סיר וועלכע טעות,

אויך זענען זיי זייער מסודר פארוואס?
ווייל זיי האבן א שפיר וואס איז ריכטיג און וואס נישט, און סדר מיט ריכטיג אז דאך איינס און די זעלבע,

אן איינזער ווען ס'גייט איהם נישט, ער פילט אז ער פאלגט נישט, ווערט ער מודי, ווי א פירער, זייער אסך אירע וואס מיינען אז זיי זענען פירערס זענען גאר איינזערס, זיי ווערן פירערס, ווייל זיי מיינען אז "גארנישט איז נישט גוט".
איינזערס זענען פראקטיש, זיי ווילן זיין נוצבאר,

איינזערס נוצן אויס אסך צייט צו טראכטן "אויב איך גיי אזוי און אזוי טון גייט אזוי און אזוי געשען, און אויב אזוי און אזוי גייט דאס און דאס געשען" זיי טראכטן טאקע, אבער זיי זענען נישט א חלק פון די טראכטן צענטער, אמת אז זיי טראכטן, זיי זענען טאקע פארנומען דורכצוטראכטן, די תוצאות פון זייערע מעשים, און זיי טוען אלעס מיט א בחינה פון מח שליט על הלב, אבער מיט דעם אלעם זענען זיי נישט פינעווערס, די גאנצע זאך פארוואס זיי טראכטן איז נאר ווייל זיי ווילן געבן א שכל'דיגן הסבר פארוואס זיי פירן זיך אויף אזוי, אן איינזער איז נישט פונקטליך און מסודר ווייל ער טראכט, ווייל ער האט געלערנט מוסר ספרים, ניין! ער טוט עס ווייל ער 'פילט' אז ער מוז אזוי טון! ער האט אן אינערליכער טרייב קראפט וואס שטופט איהם צו זיין פונקטליך, צו זיין מסודר.
ס'ממש ווי א מוסר ספר וואלט געווען אין איהם.


פרעגט ער דעם איינזער, וואס וואלט ווען געווען אויב היינט פסק'נסטו נישט, און היינט ביסטו נישט קיין פערפעקשעניסט? וואלט דיין וועלט ווייטער אנגעגאנגען? .

מיטוואך יוני 25, 2014 12:26 am

איך געדענק ווען איך האב אנגעהויבן צו ליינען וועגן טייפס, האב איך מיך געוואונדערט, וואס בין איך? איך בין דאך אלעס, אבער נאכן פארשטיין אלע נומערן גוט, פארשטיי איך שוין פארוואס יעדער באקומט אזא נאמען.

אן איינזער איז א ריפארמער, ער וויל פאררעכטן צום ווייניגסטנס די גאנצע שטאט. די סיבה פארוואס ער איז אזוי איז: ווייל ער האט א שטארקער חוש צו פילן וואס איז ריכטיג און וואס נישט.

א צווייער איז א העלפער, ער זוכט וועם ער קען העלפן. די סיבה פארוואס ער העלפט אז: ווייל ער וויל מ'זאל איהם האלטן פאר א גוטער.

א דרייער איז א דערגרייכער, ווייל ביי איהם איז די גאנצע זאך אנצוקומען ווי מער. פארשטייט זיך אז די סיבה פארוואס ער וויל אזוי אנקומען אויפן שפיץ לייטער, ווייל ער וויל יעדער זאל איהם זעהן און ארויפקוקן און שעצן.

א פירער איז אן אינדיווידואליסט, ער ווייזט זיך ארויס מיט זיין יוניקנעס. די סיבה פארוואס ער איז אזוי איז: ווייל אזוי פילט ער א קאנטראל. ועוד חזון פארוואס.

א פינעווער איז א אינוועסטיגעטאר, ווייל דאס איז ער און דאס טוט ער, די נאמען איז מער אזוי ווי א מפתח, כולל צו זיין די מערסטע די פערסאנאליטי פונעם נומער, א פינעווער טראכט און באטראכט. די סיבה, ווייל ער פילט זיך נישט זיכער אויף די וועלט. דערפאר טראכט ער, און ער האלט אז מיטן טראכטן וועט ער בעסער פארשטיין די מציאות. אזוי וועט ער זיין זיכער.

א זעקסער איז א לאיאליסט, געטריי, ער איז געטריי ווייל ער וויל מ'זאל זיין צו איהם געטריי. ער וויל מ'זאל זיין צו איהם געטריי ווייל ער איז נישט זיכער מיט גארנישט כמעט.


א זיבענער איז א ענטוזיאסט. דאס איז ער, דאס שרייט ער ארויס, אלעמאל. ער איז ענטוזיאסטיש. די סיבה איז: ווייל ער וויל, ער וויל זיין ענטוזיאסטיש וועגן די וועלט, כדי נישט צו פילן אן אומבאקוועמע געפיל.

אן אכטער איז א טשאלענדזשער, ער זוכט זיך אויס א גוטע פייט, יעדע זאך וואס ער טוט, אפילו ווען ער גייט, איז עס מיט כח, מאכט, שא! דער קעניג גייט! פארוואס ער איז אזוי? ווייל נאר מיט מאכט וועל איך קענען בייקומען דא.


א ניינער איז א שלום מאכער, און טאקע דאס איז ער למעשה, ער מאכט זיכער צו זיין שלום מיט יעדעם און מיטן מצב, און ער האט ליב שלום, הארמאניע. פארוואס ער איז אזוי? ווייל אויב גארנישט גייט מיך נישט אן, בין איך רואיג שלום, ושלוה.

ושכבתם ואין מחריד.

והשם יתברך יעזור.
עטעטשמענטס
general_2.gif
general_2.gif (16 KiB) געזעהן געווארן 386 מאל

איינזער

מיטוואך יוני 25, 2014 9:18 am

אן איינזער וויל איבערצייגן אז ער איז וואויל, טוט גוט, און מ'קען איהם נישט באשולדיגן, "מיך וועט מען נישט קענען באשולדיגן, איך וועל זיכער מאכן אז איך זאל זיין זייער וואויל"
זיי קאנטראלירן זייערע אימפולסן, זייערע אינסטינקטן, און זייער פילינגס, אז ס'זאל נישט ארויסגיין פון קאנטראל. די מערסטע קען מען עס מערקן ביים טאנצן, ווי זיי געבן אכטונג און לאזן נישט פרייוויליג די אימפולסן ארויסקומען.

א זיבענער קען זיך אויך אזוי אויפפירן ווען ער ווערט דיסאינטעגרעטעד.

אין א מענטש אז דא א נאטורליכער ספאנטאנישער ריטעם, און דאס טוט דער זיבענער צוריקהאלטן, זיי דרוקן זיך נישט אויס אינסטינקטיוולי. זיי לאזן נישט. זיי האלטן זיך אין איין זאגן מוסר און בודק זיין צו זיי טוען טאקע גוט, בקיצור צופיל זהירות, זיי האלטן זייער שטארק פון גערעכטיגקייט, "ביסט א נארמאלער מענטש?" דאס איז די סימן פון אן איינזער, די ענין פון זיך קאנטראלירן. זיך צוריקהאלטן. צוריקהאלטן די נאטורליכער מינוט צו מינוט אינסטינקטן.

נאכאמאל א זיבענער קען אויך אונטער סטרעס ווערן אזוי, צוריקהאלטעריש.

זיי זענען אחריות'דיג, מ'קען זיך פארלאזן אויף זיי. זענען אמת'דיג. און פעסטע ארבעטערס. א זעקסער איז אויך אחריות'דיג. אבער די הונטערליגענדער סיבה איז פארשידן.


א איינזער פילט שטארק וואס ער האט צו טון. א זעקסער נישט. א זעקסער האט נישט קיין אהנונג וואס יא און וואס נישט צו טון. אן איינזער פילט שטארק וואס צו טון. ער פילט שטארק וואס אז יא ריכטיג און וואס נישט. וואס איז יא נארמאל און וואס נישט. ער איז זייער קלאר, און זייער פעסט דערמיט.

א איינזער האט הויעכע סטאנדארטן, איז ווייטער א חילוק צווישן אן איינזער און א דרייער, אן איינזער נעמט די הויעכע סטאנדארטן פון זיך, פון זיין געפיל, און א דרייער נעמט עס פון די וועלט ארום, ער קוקט אויף די וועלט ארום און טראכט "לאמיר זעהן וואס פארא הויעכע סטאנדארטן די וועלט שעצט, און דאס טוט ער. אן איינזער ארבעט זיך אויס אינעווייניג זיך צוצופאסן צו הויעכע סטאנדארטן וואס זיין געפיל ווייזט איהם. א דרייער איז אינעווייניג גארנישט, אן איינזער האט הויעכע סטאנדארטן נישט ווייל ער וויל אז מ'זאל איהם ארויפקוקן דערפאר, נאר ווייל ער האט מורא אז מ'זאל איהם נישט אראפקוקן און ער אליין זאל זיך נישט אראפקוקן פארן זיך נישט אויפפירן מיט די הויעכע סטאנדארטן.

אן איינזער קען באטראכטן זאכן מיט אן אביעקטיוון בליק, אן אריינמישן געפילן,
איז ווייטער א חילוק צווישן אן איינזער און א פינעווער, א פינעווער שייד זיך אויך אפ פון זיינע געפילן כדי ס'זאל איהם נישט שטערן צו טראכטן, די חילוק איז אבער אז א פינעווער טראכט און אן איינזער 'טראכט נישט', אן איינזער 'פילט'.

אן איינזער נעמט זאכן וואס איז נוגע צו ריכטיג און אומריכטיג זייער ערענסט.

איך מיין נישט צו זאגן ערענסט דערשראקן.

געדענק: אן איינזער איז סדר סרוקטור און קאנטראל אויף זיך.

און נישט ווי דער אכטער וואס קאנטראלירט יענעם.

איינזערס קוקן אויס ווי זיי פירן זיך אויף דורכגעטראכט, אבער די סיבה פון זייער 'נארמאלע' אויפפירונג, איז נישט ווייל זיי טראכטן, אזוי ווי דער דרייער וואס טראכט וויאזוי זיך אויפצופירן, נאר זיי פילן וויאזוי זיך אויפצופירן, און זיי מוזן טראכטן כדי צו געבן א שכל'דיגן טעם פארוואס זיי פירן זיך אויף אזוי נארמאל.

למשל אן איינזער דאווענט, און אינמיטן קומט איהם ארויף אן אימפולס, א שטופ, א אינסטינקט צו קלאטשן, דער אינסטינקט קומט פון די בויך, און אריין אינעם משפט שטוב פונעם איינזער, דארטן באשלוסט ער צו ס'איז נארמאל אדער נישט, נישט ווייל ער טראכט צו ס'איז נארמאל צו נישט, נישט ווייל ער לויפט אדורך אלע מוסר ספרים צו זעהן צו ס'איז אויסגעהאלטן, נאר ווייל ער האט אן איינגעבוירענעם חוש צו קענען אזאנס פסק'נן, ער לעבעלט עס, ער שמעקט עס מיט זיין חוש, און ער פסק'נט אפ, ניין! ס'איז נישט נארמאל! וועט ער עס אונטערדרוקן.


אזוי דרוקט ער אונטער אסך כעס, און אסך אסך תנועות, למשל ער וויל געבן א מאך א זויערער פנים, און ס'לויפט דורך זיין 'חוש' ניין! געט ער עס א שטופ אריין און אנשטאט דעם קומט ארויף א שמייכל. אזוי טוט ער עס אונטערדרוקן.

דער איינזער אויב ווערט ער מער און מער שטרענג מיט זיך, קען ער אריינפאלן אין א חרטה מצב, ווייל קען דען א מענטש זיין א מלאך. אלעמאל וועט קומען דער אינערליכער חוש און איהם זאגן, "נע! האסט נישט גוט געטון, אפילו יענער איז נישט גערעכט אבער דו טארסט דיך נישט רעגן, און פארוואס האסטו דיך גערעגט" און דערפאר ווערט ער זייער דערביטערט. און ער פאלט צו פיר, איז ווען דו באגעגענסט א פארביטערטער פירער, קען זיין ער איז גאר אן איינזער וואס מוז אביסל נאכלאזן.

ומן הזהירות שלא תרבה להיזהר.

והשם יעזור שלא יצא מכשול מתחת ידי על דבר כבוד שמו מעתה ועד עולם

מיטוואך יוני 25, 2014 11:41 am

זאכליך האט געשריבן:נשמה כמעיין המתגבר!

איינזער אדער פירער

מיטוואך יוני 25, 2014 1:07 pm

א קינד וואס איז אויסגעשטעלט צו נאכאנאנד קריטיק און געשרייען ווערט צעקוועטשט.
פארוואס צעקוועטשט?
ווייל ער לעבט נישט מיט זיינע פולסטע עמאושענס. ער טאר מער נישט פילן, נאר וואס איז ריכטיג. יעדער מענטש האט אומצאליגע געפילן, אמאל קען מען אפילו פילן א דערביטערטקייט צו א נאנטער חבר. דאס מיינט נאכנישט אז ס'איז עפעס נישט בסדר, אבער אן איינזער וועט עס צעקוועטשן, "ניין ניין ניין, איך טאר עס נישט פילן, איך טאר עס נישט פילן" דאס קומט מחמת רוב הקריטיק וואס דער איינזער האט אין קאפ, ער פרובירט צו זיין וואויל, ער באקומט נאך קריטיק, פרובירט ער צו זיין נאך וואוילער, באקומט ער ווייטער קריטיק,.
יעצט ווענט זיך, אויב ס'ציעט זיך אזוי ווייטער, ווערט ער ח"ו א פירער,

אזא איינגעבויטע פערמענענט דערביטערטקייט השם ישמרנו.

איינזערס

מיטוואך יוני 25, 2014 1:25 pm

מחמת גרויס פחד פון קריטיק, און פון א טעות, וועט ער אנהייבן וועלן זיין בלי שום טעות, נקי, נקי מכל, און ער וועט אנהייבן מערקן טעותים און אומריכטיגקייטן איבעראל. און עס פאררעכטן. שטעלט אייך פאר ווען די גאנצע וועלט ווערט פארוואנדעלט פאר אייערע אויגן ווי איין שטיק טעות. גארנישט איז נישט גוט. גארנישט. און בשיטה.
אזוי טראכטן זיי.
"ערגער? אדער בעסער?" ערגער!
ערגער אדער בעסער? בעסער!
אזוי משפט'ן זיי יעדע זאך.
אהער אהין.
אלעס קומט פון דער פחד פון קריטיק. דער ווייטאג פון קריטיק אז געווארן איינגעברענט איז זייער זכרון.
אמאל אמאל פילן איינזערס, אה! דאס איז ריכטיג, יעצט איינמאל! און זיי פילן זיך דעמאלסט אזוי רואיג. אבער כמעט וואס זיי פילן נישט אזוי. אלעמאל איז אלעס נישט גוט. אן איינזער מוז נישט זיין א מסודר'דיגער, ער קען זיין א צעפלויגענער ביי איין ענין, אבער אין אנדערע מער וויכטיגערע ענינים וועט ער זיין זייער אקטיוו, צו פארבעסערן דאס ענין, מתקן זיין די שטאט.

איינזערס

מיטוואך יוני 25, 2014 1:47 pm

אינטערעסאנט, כ'האב אלץ געמיינט אז איינזערס רעגן זיך, אבער ניין! די וואס רעגן זיך זענען אכטערס, אדער זעקסערס, (פארשטייט זיך אז יעדער קען זיך אמאל רעגן!)

איך האב געמיינט אז אן איינזער רעגט זיך אייביג.

דער ענין איז אבער אז ער רעגט זיך נישט. ער בלוזט! ער ווייזט אז ער איז נישט צעפרידן! ביטער! זיי וועלן זיך נאר רעגן ווען זיי האלטן אז ס'איז ריכטיג זיך צו רעגן.

אינטערעסאנט כ'האב אלץ געמיינט אז איינזערס רעגן זיך. ניין! זיי רעגן זיך נישט, זיי בלאזן! מיט טענות "פארוואס קענסטו זיך נישט אויפפירן נארמאל, זיין א נארמאלער מענטש, דו מוזט זיין נארמאל,"

נאכאמאל אפשר אויב די מנהלים וועלן מיך לאזן וועלן איך פאררעכטן איבעראל ווי איך האב נישט גוט געשריבן בנוגע נומערן, אבער נאכאמאל איינזערס זענען ווייט פון גערעגטע ווילדע מענטשן, נאך אזאך, ס'דא א חילוק צווישן איינער וואס וויל אז אלעס זאל איהם גיין פונקטליך, צו איינער וואס וויל אז מ'זאל טון אלעס פונקטליך, דאס זענען צוויי באזונדערע זאכן.

אן איינזער איז נישט קיין זעקסער, און א זעקסער איז נישט קיין איינזער, א פינעווער איז נישט קיין איינזער,

און א איינזער איז נישט איינער וואס וויל אז זאכן זאלן איהם פארן גוט. אן איינזער וויל אז מעשים זאלן געטון ווערן ריכטיג.
שרייב א תגובה

Advertisement