Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג יוני 12, 2014 2:45 pm

נשמה איך ליין מיט דורשט דיין ארבעט

רבותי איך וואלט פארגעשלאגן אז די עולם זאל זיך דא אויספראקן אין זאגן זייער נאמבער אזוי וועט מען קענען דארוכטוען די מצב אינאיינעם...

Advertisement

דאנערשטאג יוני 12, 2014 5:34 pm

למשל איך בין א פיפצענער מיט פליגלעך פון טייבעלעך... :wink:

איצטער פראק אויס...

אין די קינדער יארן

פרייטאג יוני 13, 2014 8:51 am

אין די קינדער יארן האט מען זיך אויסגעלערנט איין געוויסע זאך וואס איז נישט אקעי צו טון.
יעדע נומער אנאדערער זאך.
עטעטשמענטס
סנישט אקעי.jpg
יעדע נומער האט זיך אויסגעלערנט איין זאך וואס איז נישט בסדר צו טון. אז ס'זאל זיין

פרייטאג יוני 13, 2014 8:56 am

אלעס פארשטיי איך ב"ה
אבער דעם זיבענער פארשטיי איך נישט.
ס'קוקט אויס אז מתבונן איז ביזי לעצטענס.
מתבונן?
דער זיבענער וויל נישט זיין אנגעוואנדן אין קיינעם מיט גארנישט?

איינזער

זונטאג יוני 15, 2014 3:23 pm

אן איינזער שטופט אוועק יעדע מין קאנטראל אויף זיך.
ער האלט אז ער איז די בעסטע דזשאדזש צו קענען פסק'נן וואס איז גוט און גערעכט און וואס איז אמת אין יעדן מצב.

קיינער פארשטייט נישט דעם 'אמת'!

צווייער

זונטאג יוני 15, 2014 3:27 pm

א צווייער וויל מ'זאל איהם זוכן. מ'זאל איהם ליב האבן.
א צווייער טראכט אלעמאל
וואס טראכטן מענטשן אויף מיר
"זיי האבן מיך ליב? זיי האלטן אז איך בין א גוטער מענטש?"



השם יתברך יעזור כלל ישראל
מכל נזק בין בגופניות בין ברוחניות ובדעות.

דרייער

זונטאג יוני 15, 2014 7:11 pm

א דרייער טראכט אויך (אוי הייליגער באשעפער העלף כלל ישראל)
א דרייער זארגט זיך אויך וואס מ'טראכט אויף איהם.
וואס טראכטן אנדערע אויף מיר, וויאזוי קוקן זיי מיך אן.
ער פילט בושה, ער שעמט זיך און ער זארגט זיך.
א דרייער וויל ארויסגעזעהן ווערן. ער וויל אז ער זאל זיין ווילענדיג ביי מענטשן ארום. אנגענומען.

והשם יעזור

פירער

זונטאג יוני 15, 2014 7:14 pm

א פירער טראכט אויך וואס מענטשן טראכטן אויף איהם.
ער שעמט זיך. אבער מיט דעם אלעם נעמט ער טאקע די זאכן מיט וואס ער שעמט זיך און פרובירט צו זיי מיסטעריעז. און אנדערש פון יעדעם.

פינעווער

זונטאג יוני 15, 2014 7:17 pm

ער
חחח
איינער ליינט עס אפילו
בקיצור א פינעווער וועט ...

צוויי דריי פיר זענען כאראקטערס וואס פילן. פינף זעקס זיבן זענען כאראקטערס וואס טראכטן.
מער מיטן טראכטן.

א פינעווער וויל זיין זיכער וואס ס'איז עכט.
בעיקר געטרויעט ער נאר זייו מיינד און נאר וויאזוי ער לערנט אפ די מציאות.

זעקסער

מאנטאג יוני 16, 2014 3:22 am

זעקסערס איז אויך אין די טראכטן צענטער.
ער איז באזארגט צו ער ווייסט זיכער וואס ס'איז אמת!
זיי קוקן ארויס פאר איינעם אדער אין וועם צו געטרויען.

זיבענער

מאנטאג יוני 16, 2014 3:38 am

זיבענער איז אין די טראכטן צענטער.
ער פונקט ווי די פינעווער זעקסער איז אויך פארנומען צו זיין קלאר זיכער וואס ס'איז עכט.

אינטערעסאנט זעהט אויס אז ס'דא אין א מענטש אדער אין געוויסע מענטשן אזא זאך צו האבן א קלארקייט זיכערקייט וואס ס'איז באמת עכט.

א זיבענער האפט אז די עקספיריענס וואס ער האט יעצט איז די עקספיריענס וואס וועט איהם צושטעלן די פולסטן שלימות'דיגן סיפוק וואס ער זוכט אלעמאל.

כה דברי נשמה פון אייוועלט

אכטער

מאנטאג יוני 16, 2014 4:11 am

אן אכטער פונקט ווי דער ניינער און איינזער איז אין די אינסטינקטיוו צענטער. זיי ווילן נישט ווערן קאנטראלירט דורך קיינעם און גארנישט.
דער אכטער וועט זיך אלעמאל ארויפשטעלן אויפן אפענסיווע און האלטן קאנטראל אויף יעדן מצב אזוי אז גארנישט וועט זיי נישט קאנטראלירן.

ניינער

מאנטאג יוני 16, 2014 4:17 am

דער ניינער איז אויך אינעם אינסטינקטיוו צענטער.
ער וויל נישט ווערן קאנטראלירט דורך קיינעם און גארנישט.
זיי האבן א נטי' צו איגנארירן יעדעס מין זאך וואס קען צעשטערן זייער שפיר פון אינערליכער מנוחה.

איינזער

מאנטאג יוני 16, 2014 8:51 am

א חלק ניכר פון א דורכשניטליכער איינזער איז סדר, פונקטליכקייט, און פעסטער עובד. ביי אן איינזער איז די לעבן א גאר ערענסטע מעשה.

צווייער

מאנטאג יוני 16, 2014 8:55 am

א חלק ניכר פון א דורכשניטליכער צווייער איז פיזישער נאנטקייט.
זיין פיזיש נאנט מיט מענטשן. ארומנעמען, וכו' אבער איז עס דען אייביג פאסיג?

דרייער

מאנטאג יוני 16, 2014 8:59 am

א חלק ניכר פונעם דורכשניטליכער דרייער איז צו לייגן צופיל דגוש אויף זייער קאריערע, אפטמאל אויפן חשבון פון די אייגענע משפחה, חברים און די אייגענער געזונט.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג יוני 16, 2014 10:21 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

פירער

מאנטאג יוני 16, 2014 9:25 am

א חלק ניכר פון א דורכשניטליכער פירער איז צו נוצן זיין דמיון צו פארשטערקערן די אימפעקט וואס די מציאות האט אויף עמאושענס.

די פאקטן ארום א מענטש האט אן השפעה אויף זיינע עמאושענס.
עמאושענס קומט דאך פון דריי זאכן: די גיסטע. די מצבים. און די באציאונגען מיט מענטשן.
איז מיטן כח הדמיון מאכט ער שטארקער די השפעה וואס די מציאות האט אויף איהם.

נישט נאר דאס, נאר זיי קענען זיך צומאל באנעמען מיט זייערע פאנטאזיעס ענדערש ווי מיט די עכטער מציאות.

פינעווערס קענען אויך לעבן אין פאנטאזיע.
אבער פינעווערס נוצן נישט זייער דמיון, שטערקער צו מאכן די עמאושענס וואס די מציאות האט אויף א מענטש.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג יוני 16, 2014 10:48 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

פינעווער

מאנטאג יוני 16, 2014 9:32 am

א חלק ניכר פון א דורכשניטליכער פינעווער איז די אומוויליגקייט מיטצוטיילן מיט אנדערע זייערע פילונגען, האפענונגען, וואונטשן, אנטוישונגען.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג יוני 16, 2014 10:49 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זעקסער

מאנטאג יוני 16, 2014 9:40 am

א חלק ניכר פון א דורכשניטליכער זעקסער איז אז מ'דארף זיך באשיצן.
די וועלט איז צעטיילט אויף צוויי איין טייל איז 'אונז' די אנדערע זענען 'זיי'.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג יוני 16, 2014 10:49 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זיבענער

מאנטאג יוני 16, 2014 9:57 am

א חלק ניכר פון א דורכשניטליכער זיבענער איז אז ער איז זייער האבגעריג (אזוי ווי נייגער-ריג, הונ-געריג. ער וויל האבן. אזוי ווי א קינד וואס וויל האבן א טוי)
אבער איינמאל זיי האבן שוין וואס זיי האבן אזוי געוואלט, אדער זיי האבן שוין דעם געוויסע עקספיריענס פארלירט עס די עקסייטמענט (יו פארוואס?)
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג יוני 16, 2014 10:49 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

אכטער

מאנטאג יוני 16, 2014 10:03 am

א חלק ניכר פון א דורכשניטליכער אכטער איז אז זיי ווערן צוגעצויגן צו עקסטרימע איינשטעלונגען.
זיי איגנארירן עכטע סכנות, נאר כדי צו פילן אז זיי לעבן.

א זיבענער האט אויך ליב צו פליען אויפן הייוועי.
אבער ער טוט עס צו ווערן עקסיידעט אן אכטער טוט עס צו פילן אז ער לעבט.

בילד

קרעדיט מומחה עצום
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג יוני 16, 2014 10:57 am, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.

ניינער

מאנטאג יוני 16, 2014 10:15 am

א חלק ניכר פון א דורכשניטליכער ניינער איז אז ער זעהט זיך נאר אין נארמאלע אנגענומענע ראלעס.
דאס הייסט ער זעהט זיך, ער באטראכט זיך אלץ א מענטש וואס איז און דארף טון דאס וואס יעדער איז און יעדער טוט.

פון דא קען מען אויך שניידן א חילוק צווישן א פירער און א ניינער.
א פירער וויל זיין ספעשל, מה שאינו כן א ניינער מיינט אז ער מוז זיין פונקט ווי יעדעם גארנישט מער.

און ווי אויך שניידן מיר א חילוק צווישן א ניינער און א דרייער, א דרייער וויל ארויסגעזעהן ווערן מה שאינו כן א ניינער וואס מיינט אז ער מוז זיין פונקט ווי יעדעם.

אולי

מאנטאג יוני 16, 2014 2:01 pm

א זיבענער דארף גיין צום פינעווער
דאס הייסט זעהן וואס איז די פאקט.
די מציאות וואס מ'קען נישט טוישן.
פון מציאות אנטלויפט מען נישט.
איז ער זעהט אז אויב וועט ער יעצט אויסגעבן געלט וויאזוי וועט ער עס האבן ווען ער וועט עס דארפן ?
אז מ'טראכט די מציאות. מטראכט די פאקט.
טוט מען מיט מער אויסגערעכנקייט.
אז מ'טראכט נישט די פאקט שפרינגט מען לויפט מען, ווי א קינד.
א זיבענער דארף טראכטן די פאקט.
די מציאות.
די הארטע ריאליטי...
אבער מיט דעם אלעם טאר נישט א זיבענער טראכטן פון די מציאות מיט זיינע אויגן נאר מיט די איבעראשענדע אויגן פון א פינעווער.
ווייל די מציאות אינעם זיבענערס אויגן איז נאר ווערד צו אנטלויפן דערפון אבער אויב די מציאות האט א ענדזשוימענט און טאקע ווייל מ'טראכט דערפון איז שוין א צווייטע (א פינעווער) מעשה

א פינעווער טראכט שוין צופיל.
דארף ער גיין צום אכט און זיין מער באשלאסן.

צווייער

דינסטאג יוני 17, 2014 10:16 am

א חידוש
א צווייער וועט אין א שמועס
למשל ס'דא א שמועס פון א סך מענטשן צוזאמען, וועט דער צווייער זיך מער צובייגן צו יענעם, ווערן נענטער פיזיש צו יענעם.

עה... אבער איך.טראכט נישט אז ס'איז דייקא בארא צווייער.
יעדער וואס וויל זיין פיזיש נאנט.
חידוש...

ארייננעמען אין זיך א נקודה טובה פון א צווייטן

דינסטאג יוני 17, 2014 1:21 pm

ס'שטייט שוין דא דאכט זיך.

קריטישע גערעגטע איינזערס ווערן מער פרייליך און ספאנטאניש. ווי געזונטע זיבענערס.

שטאלצע זעלבסט-פארנארענדע צווייערס ווערן מער זעלבסט-נעהרענד און עמאושענעלי אויפמערקזאם ווי געזונטע פירערס.

פאלשע גאוה'דיגע דרייערס ווערן מער פארפליכטעט און קאאפערעטיוו צו ארומיגע ווי געזונטע זעקסערס.

קנאה'דיגע עמאושען געטריבענע פירערס ווערן מער אבדזשעקטיוו און פרינציפלינירט ווי געזונטע איינזערס.

קארגע אפגעטשעפעטע פינעווערס ווערן מער זעלבסט-זיכער און אנטשלאסן ווי געזונטע אכטערס.

דערשראקענע פעסעמיסטישע זעקסערס ווערן מער רילעקסט (אנטשפאנט) און אפטימיסטיש ווי געזונטע ניינערס.

צעווארפענע הונגעריגע זיבענערס ווערן מער געפאוקעסט און טיף ווי געזונטע פינעווערס.

מאכטפולע און קאנטראלירענדע אכטערס ווערן מער אפנהארציג און פלעגענד ווי געזונטע צווייערס.

פוילע נאכגעלאזטע ניינערס ווערן מער זעלבסט-אנטוויקלענדיג און ענערגיש ווי געזונטע דרייערס.

זייער שיין.
שרייב א תגובה

Advertisement