Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ניינער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 7:51 am

ניינער האבן אויך כעס.
ניינער האבן אויך אינסטינקטועל ענערגיעס.
אבער...

אבער זיי נעמען עס אוועק פון זיך.

"איך רעג מיך? איך בין נישט א מענטש וואס רעגט זיך?"

זיי האבן נישט קיין קשר מיט זייער אינסטינקטיוו ענערגיעס.
מיט זייער כעס.

ניינערס רעגן זיך. אוודאי רעגן זיי זיך. אזוי ווי יעדעם. אבער זיי פרובירן זיך צו האלטן אפגעטשעפעט, אפגעטיילט פון זייערע טונקעלע געפילן. דורך אידיאלישן די וועלט און זייער יחסים

עניוועי
ס'מיינט
אז זיי האבן אינסטינקטועל ענערגיעס, זיי האבן כעס, אבער זיי פרובירן די מערסטע וואס זיי קענען זיך צו האלטן דערפון אפגעווייטערט. אפגעשיידט.

למשל א ניינער וועט זאגן
איך בין גוט מיט משה'ן
איי משה איז א מענטש וןאס רעגט אויף?
אבער ער אידיאלייזט זיינע יחסים, זיינע רילעשאנשיפס טוט ער באגלאנצן אין זיין קאפ. אין זיינע געדאנקן טוט ער עס פאראידיאלישן.
ער פאלישט די וועלט אין זיין מח
אין זיינע געדאנקן פאלישט ער די וועלט, ווי גוט ס'איז און ווי פיין ס'איז, אז ס'איז נישטא אויף וועם זיך צו רעגן.
נישטא אויף וואס זיך צו רעגן.
און אויב דאכט זיך איהם אז איינעם קומט זיך א פארציע כעס, וועט ער יענעם שנעל באגלאנצן, מאכן אידיאל.

Advertisement

איינזער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:03 am

אן איינזער
וויאזוי האנדעלט אן איינזער מיט דיעזע אינסטינקטען, מיט דיעזע כעס?

אן איינזער דרוקט אראפ, זיין כעס.
ער אונטערדרוקט זיין כעס.
ער האלט עס אויף א שטילער פלאם.
ער האלט עס אין זיין קאנטראל.
אן איינזער שפירט ווי ער מוז זיך קאנטראלירן.
זעלבסט-קאנטראל.
ער האלט אן זיין קאנטראל אויף זיך זעלבסט.
באופן תמידי

אן איינזער וועט נוצן די ענערגיעס לויט וויאזוי זיין אינערליכער מוסר זאגער; אינערליכער וועג ווייזער; האלט.
(סופער איגאו)
און בכלל דאס מיינט דאך אן איינזער
ער פאלגט פונקטליך וואס זיין אינערליכער קריטיקירער זאגט איהם.
און אויב איז ער אן עקסטראווערד, וועט ער עס דירעקטירן צו ארומיגע.

ער וועט זאגן פאר ארומיגע
ווי אזוי מ'דארף זיך עכט אויפפירן.
איך רעד ניש דא פון הלכות פליז

דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:07 am

א צווייער א דרייער א פירער
אלע פון די, דילן בעיקר מיט בושה.
אבער יעדע פון די דריי דיעלט אויף זיין וועג מיט די בושה.

דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:17 am

נשמה דו קענסט מאכן א שנעלע איבער גיי וואס יעדער פון די 9 נומערען זענען?
א מענטש וואס הייבט אן יעצט צו ליינען די אשכול ווערט אביסל צימישט, ניין?

צווייער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:23 am

א צווייער שעמט זיך שטארק
ער שעמט זיך.
וואס טוט ער?

א צווייער וועט פרובירן ווי מער אז ארומיגע, זולתם, זאלן איהם ליב האבן און האלטן אויף איהם אז ער איז א גוטער מענטש.

און אויך ווילן זיי זיך אליין איבערצייגן.
זיי ווילן זיך איבערצייגן אז זיי זענען 'יא' גוטע ליבליכע מענטשן. דורך דעם וואס זיי האלטן קאפ נאר אויף זייערע גוטע פאזיטיוו געפילן כלפי אנדערע, און טוען אונטערדרוקן זייערע נעגעטיווע געפילן כלפי אנדערע..

(אגב וואס איז א חילוק פון א ניינער צו א צווייער. ביידע פון זיי ווילן זיין גוט מיט מענטשן.
דער ניינער וויל נישט אז מ'זאל זיין צעקריגט מיט איהם.
דער צווייער וויל אז מ'זאל איהם ליב האבן.)

א צווייער האט נעגעטיוו געפילן כלפי אנדערע.
ער איז אויפגערעגט אויף אנדערע פארוואס זיי זאגן איהם נישט 'גענוג' שכוחות.

ווי לאנג א צווייער באקומט פון דיר פאזיטיוו עמאושענעל תגובות.
פילט ער זיך אז מ'וויל איהם האבן (דא אויף וועלטל)
און ער קען קאנטראלירן זיינע שעמעדיגע געפילן.

איינזער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:35 am

פער בריסטאו האט געשריבן:נשמה דו קענסט מאכן א שנעלע איבער גיי וואס יעדער פון די 9 נומערען זענען?
א מענטש וואס הייבט אן יעצט צו ליינען די אשכול ווערט אביסל צימישט, ניין?



אן איינזער איז א מענטש וואס טוט אלעס לויט וויאזוי זיין אינעווייניגסטער מוסר זאגער (יעדער מענטש האט אן אינעווייניגסטער וועג-ווייזער, מוסר זאגער)
זאגט איהם.
ער טוט אלעס פונקטליך גוט.
אז קיינער זאל איהם נישט קענען זאגן קריטיק.

ער האלט אלעמאל אן זיין קאנטראל אויף זיך אליין.
ער קאנטראלירט זיך אליין אלעמאל נישט צו טון אזאך מיט אינסטינקטן. (אינסטינקטן מיינט ווי למשל א רעג אויף. א שריי. א טו. טאנצן ביי א חתונה אן טראכטן. וואס נאך? זאכן וואס געשעען פון זיך אליין)
איז דער איינזער אויב איז ער א מענטשן-מענטש, דאס הייסט ער איז נישט קיין שטילער פאר זיך.
וועט ער אויך זאגן מוסר פאר ארומיגע. פונקטליך וויאזוי מ'דארף זיך אויפפירן.
זיי רופם אן אן איינזער א ריפארמירער.

דאס מיינט ער פארבעסערט די מעשים פון די וועלט לויט זיין אינעווייניגסטע מוסר זאגער.
לויט זיין אידיאל (אידיאל מיינט די העכסטע מין אופן. נישט די שענסטע מין אופן. די העכסטע מין אופן, לויט וויאזוי ס'שטייט אין וועקסבערגער בוך)

(זיי דיך נישט טועה מיט א דרייער.
א דרייער וויל זיין די שענסטע, אויסצונעמען ביי דיר. אן איינזער וויל זיין די העכסטע אויסצונעמן און געפעלן פאר זיין אינערליכער מוסר זאגער)

צווייער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:42 am

פער בריסטאו האט געשריבן:נשמה דו קענסט מאכן א שנעלע איבער גיי וואס יעדער פון די 9 נומערען זענען?
א מענטש וואס הייבט אן יעצט צו ליינען די אשכול ווערט אביסל צימישט, ניין?

א צווייער
וויל אז מענטשן זאלן האלטן אז ער האט א גוט הארץ

מענטשן זאלן איהם ליב האבן. ווייל ער טוט זיי טובות. מענטשן זאלן איהם דארפן.
אסאך מאל וועט ער ממש צווינגען יענעם אנצונעמען זיין טובה.
זיי דארפן אזוי אנקומען אז מ'זאל האלטן פון זיי אז זיי נעמען יענעם פאר זייער אייגנטום.
זיי מאכן אז דו זאלסט פון זיי הנאה האבן. טלעס כדי זיך צו פילן באליבט.
איינמאל זיי פילן זיך באליבט.
איז 'אאאלללעעעססס' גוט.

דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:48 am

איך האב אייביג פארשטאנען אז א צווייער טיט פלען טובות פאר מענטשען אן דעם אז ער דארף
דיין קאמפלימענט, אבער א נישט געזינטע צווייער וועט טאן טובות פאר דיר אבער נאך א שטיק צייט וועט ער דיר זאגן "דאס געבסטו מיר צירוק?!! איך האלט דיר און איין טאן טובות! ניין?!!

דרייער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:52 am

פער בריסטאו האט געשריבן:נשמה דו קענסט מאכן א שנעלע איבער גיי וואס יעדער פון די 9 נומערען זענען?
א מענטש וואס הייבט אן יעצט צו ליינען די אשכול ווערט אביסל צימישט, ניין?

א דרייער וויל פילן אז זיין אנזעהן איז ווערד.
זיין בילד, דאס הייסט וויאזוי מענטשן קוקן איהם אן, זאל האבן א ווערד.
נישט נאר גוט נאר די בעסט.
ער וויל מ'זאל זאגן אויף איהם
"ער? דו מיינסט ר' שלמה? אה! ער איז דאך אזוי 'חשוב'!"
א חשוב'ע יונגערמאן.
און אויך איז א דרייער א פעסטער ארבייטער.
אזוי געשעהט ווייל ער וויל זיין עפעס ווערד (אין דיינע אויגן, אין דיינע פער'ס אויגן) איז וועט ער ארבעטן דערפאר. ער וועט ארבעטן צו מצליח זיין.
צו זיין די בעסטע.
ווען ער פילט ביי זיך אז ער איז די בעסט.
דאס הייסט ער פילט ביי זיך אז ער איז א חשוב'ע מענטש איז אאאללללעעעססס גוט.

צווייער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:57 am

פער בריסטאו האט געשריבן:איך האב אייביג פארשטאנען אז א צווייער טיט פלען טובות פאר מענטשען אן דעם אז ער דארף
דיין קאמפלימענט, אבער א נישט געזינטע צווייער וועט טאן טובות פאר דיר אבער נאך א שטיק צייט וועט ער דיר זאגן "דאס געבסטו מיר צירוק?!! איך האלט דיר און איין טאן טובות! ניין?!!

טון טובות לשם שמים איז נאר ממש אן אויסגעארבעטער צווייער.
סתם א צווייער טוט וועגן דעם טובות, אבער ער פייניגט נישט אז מ'מוז איהם זאגן שכח, ער מאכט נאר זיכער צו זעהן אז יענער האט איהם ליב דערפאר.
און אן אומגעזונטער צווייער וועט נאך פייניגן אויך און זאגן " דו זאגסט מיר נישט קיין שכח, דו אפרישיעסט נישט! ביסט א כפוי טובה!"

פירער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:24 am

פער בריסטאו האט געשריבן:נשמה דו קענסט מאכן א שנעלע איבער גיי וואס יעדער פון די 9 נומערען זענען?
א מענטש וואס הייבט אן יעצט צו ליינען די אשכול ווערט אביסל צימישט, ניין?

א פירער
וויל דיך ווייזן
ווי ספעציעל ער איז
ער זאגט אזוי ווי צו זיך:
"קוק מיינע טאלאנטן ווי ספעציעל דאס איז.
קוק מיינע געפילן בין איך נישט יוניק?
פער, קוק מיין כאראקטער ווי ספעשל ס'איז.
קוק וויאזוי איך רעד איז עס נישט אנדערש ווי יעדעם אויף די וועלט?

זיי ווילן זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט עפעס א טיפע געפילישע שמועס.
מיט איינעם וואס פארשטייט און זעהט זייער ספעשלקייט.
אויך האלטן זיי אז עפעס איינעווייניג איז נישט גוט מיט זיי.
עפעס פעלט, זיי קענען אבער נישט אנצייגן וואס.
וואס פעלט?


ס'דא געפילן וואס זיי וועלן זאגן
אה! זעהסט דאס בין איך!
און ס'דא געפילן וואס זיי זאגן
" די געפילן מיינט נישט אז איך בין אזוי!"


פירערס פרובירן אויס אנצוטון פארשידענע כאראקטערס אויף זיך.
לויט די כאראקטערס וואס זיי האבן ליב.
פרובירן זיי אויך זיך אריינצושטעלן אין אזא סארט כאראקטער
"ווי יענער וואס איז אזוי זיס"

און ס'גייט דורך א שטיק צייט
טרעפן זיי עפעס א צווייטער כאראקטער וואס זיי וואלטן געקענט באשטיין צו זיין.
זיי טוען זיך אן כאראקטערס.
זיי האבן נישט קיין אהנונג ווער און וואס זיי זענען.
ווער בין איך?

פירערס זענען פארנומען מיטן עבר
טאג און נאכט
דער האט איהם דאס געזאגט
און יענער דאס.
זיי האלטן זייערע נעגעטיווע געפילן פונעם עבר.
נישט נאר זיי האלטן עס אן שטארק.
נאר זיי טשאטשקענען זיך מיט עס.
זיי באטראכטן עס
"יענער האט מיך געטשעפעט אמאל דעמאלסט"

א פירער ליידט זייער פון ווייניג זעלבסט שאץ.
איז זיי קענען אסאך מאל אנהייבן טראכטן ווי אידיאל זיי זענען
ווי קלוג זיי זענען
און אינטערעסאנט
ממש וואס דו וועלט האט נאך אזאנס נישט געזעהן.
אזוי דמיונ'ן זיי אריין.
און די צייטן וואס ס'קומט פאר די דמיונות, זענען זיי אטע די דמיונות.

א פירער האט למשל א דמיון ווי ער איז א ריזיגער משפיע אדער א ריזיגער חזן.
און ער קען און ער שפילט.
און ווען מ'בעהט איהם ער זאל עס טאקע טון, ווערט ער פארשעמט ווייל ס'איז נאר געווען אין דמיון.

פירערס זענען איינגעזאפט אין זיך
זייער מודי
אין שטאפל פינף זענען זיי זייער מודי און מוזן האבן צייט קער צו נעמען פון זייערע געפילן.
א פירער אין שטאפל זיבן איז אלעמאל מיד. און דעפרעסט.
א פירער דארף וויסן אז ס'גארנישט ראנג מיט איהם 'גארנישט'.

פירער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:43 am

פער בריסטאו האט געשריבן:נשמה דו קענסט מאכן א שנעלע איבער גיי וואס יעדער פון די 9 נומערען זענען?
א מענטש וואס הייבט אן יעצט צו ליינען די אשכול ווערט אביסל צימישט, ניין?

פער
סאררי פארן מאריך זיין
בקיצור
א פירער איז א מענטש וואס איז איינגעזאפט אין זיך.
אויפמערקזאם אויף זיינע געפילן.
און ווייזן ארויס וואס זיי פילן.
זיי פילן זיך אומבאשיצט.
און ווי עפעס זענען זיי נישט ווי יעדעם.
דעפרעסט.
מודי.
האבן רחמנות אויף זיך אליין.
אבער ס'דא געזונטע פירערס.
געזונטע פירערס זענען אינספייערט
אינספייערט מיינט
למשל
א מענטש וואס ווערט באגייסטערט.
און לעבט אויף די וועלט.
נישט דעפרעסט.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:56 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

איינזער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:46 am

איך וויל דיר דא אויפמערקזאם מאכן
אז אן איינזער קען זיך אויפפירן ווי א פירער.
אויב אן איינזער פילט אז זיין אינערליכער מוסר זאגער איז נישט צופרידן פון איהם,
וועט ער ווערן אזוי דעפרעסט ווי א פירער.

דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:02 am

פער בריסטאו האט געשריבן:נשמה דו קענסט מאכן א שנעלע איבער גיי וואס יעדער פון די 9 נומערען זענען?
א מענטש וואס הייבט אן יעצט צו ליינען די אשכול ווערט אביסל צימישט, ניין?



א פינעווער איז קאפ
ער באטראכט פארזיכטיג אלעס
ער באאבאכט.
ער מוז קודם וויסן אלע אינפארמאציע.
ער איז אפגעטשעפעט פון זיינע געפילן
און זייער אינטערעסירט אין זיינע אינטערעסאנטע ידיעות און איינפעלער.
אזוי האפט ער, אז ער וועט גוט טראכטן וועט ער זיך קענען באגיין מיט די וועלט.

זעקסער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:15 am

פער בריסטאו האט געשריבן:נשמה דו קענסט מאכן א שנעלע איבער גיי וואס יעדער פון די 9 נומערען זענען?
א מענטש וואס הייבט אן יעצט צו ליינען די אשכול ווערט אביסל צימישט, ניין?

א זעקסער איז זייער אנגסטיש.
ענגזייעטי
ער קען זיך נישט געטרויען
און ער זוכט וועם ער קען יא געטרויען.

ער טוט אלעס צו האבן זיכערקייט.

ער זארגט זיך אלעמאל
"וואס וועט זיין?"
מ'מוז אוועקשטעלן א סיסטעם.
ער האט ליב סיסטעמען.

זיי זענען זייער אחריות'דיג.
ווייל אן אחריות איז די וועלט קיין וועלט נישט.
נישטא מער קיין זיכערקייט.

זיי זענען טרויענסווערד.
און זיי געטרויען ווער ס'איז ווערד זייער טראסט.

זיי קענען זיין זייער ספק'עסדיג.
זייער פארזיכטיג.

זיי קענען זיין אויך מתנגדים
זיך קעגן צו שטעלן און מורד זיין.

זיי זענען נישט זיכער
אלעמאל נישט זיכער
און ענגזייעט

אבער ס'דא געזונטע זעקסערס
וואס זיי פארלאזן זיך אויף זיך
זענען אינעווייניג סטאביל וכו'
פארשטייט זיך אז א זעקסער בלייבט א זעקסער

זיי האבן מורא צו מאכן א באשלוס
אבער זיי ווילן נישט אנדערע זאלן מאכן דעם באשלוס פאר זיי
פארשטייט זיך חוץ א רבי.
זיי ווילן נישט ווערן קאנטראלירט
אבער זיי ווילן אויך נישט נעמען דאס אחריות אויף אן אופן ווי מ'וועט האבן קשיות אויף זיי.
זיי מוזן האבן בעקאפ.

ווען זיי האבן שוין ענדליך ענדליך אביסל צוטרוי צו איינעם
ווילן זיי נישט מ'זאל עס אפווענדן.
נישט זיי און נישט אנדערע.

בקיצור זיי ווייסן נישט פונקטליך וואס צו טון.
אבער אויב זיי האבן שוין ענדליך ענדליך באקומען צוטרוי צו עפעס א וועג. וועלן זיי עס נישט אפווענדן.

איינמאל א זעקסער טרעפט איינעם וועם ער האלט אז מ'קען געטרויען. וועלן זיי גיין פאר יענעם.
און פרובירן זיין נאנט צו יענעם.


זיי ווייסן נישט וואס ס'הייסט אן אינערליכער וועג-ווייזער.
זיי קענען זיך נישט פארלאזן אויף זיך אליין
איז זיי ווערן ארומגעווארפן ווי א באל אהין און צוריק, און טוען לויט וואס ס'האט די שטערקסטע השפעה אויף זיי אין די מינוט.


זיי קענען זיין שטארק צוזאמען מיט שוואך

א פחדן צוזאמען מיט העלדמוטיש

געטרויבאר צוזאמען מיט נישט טראסטבאר

אנדרייען צוזאמען מיט באשיצן

זיס צוזאמען מיט ביטער

אגרעסיוו צוזאמען מיט פאסיוו

שוואכלינגס צוזאמען מיט געוועלטיגער


אפשטויסן צוזאמען מיט באשיצן

אמאל טראכטערס און אמאל דייקא טוערס

אמאל צוזאמען מיט מענטשן און אמאל אליין

אמאל א גלייביגער און נעקסטע מינוט א שטיק ספקות'דיגער

און אזוי ווייטער און ווייטער

אלעס געוואנדן לויט די איינפלוס וואס זיי באקומען אין די מינוט


דאס איז א סימן פון א זעקסער
א בינטל פון פונקט-פארקערטע שטריכן.
איינמאל אזוי און די נעקסטע מינוט גאר פארקערט.

בקיצור אין איין ווארט
ער האט נישט קיין אינערליכער אנווייזער.
ער ווייסט אפילו נישט וואס דאס איז.
איז אוודאי טוט ער לויט ווי ער ווערט באיינפלוסט יענע מינוט.

אלעס געוואנדן לויט די איינפלוס פון יענע מינוט.
אזוי געבן זיי זייער רעאקציע.

דאנערשטאג יוני 12, 2014 12:42 pm

בריסטישער האסט נאך קשיות
איך פרוביר אלעמאל אזוי שייין מסביר צו זיין זאכן וואס איך פארשטיי נאך נישט אזוי גרונטליך

איך וועל פארזעצן מיט די פארשטעלונגען פון זיבן אכט ניין. בקרוב
אין קורצן

א זיבענער זוכט צו ענדזשויען

אן אכטער זוכט צו האבן מאכט

א ניינער זוכט שלום, קיינער זאל איהם נישט שטערן פון זיין מנוחה. שא שלאף.

אן איינזער זוכט צו זיין פערפעקט. צו מאכן זאכן פערפעקט.

א צווייער זוכט שכוחות פון ארומגיע.

א דרייער זוכט צו הייסן א מענטש א מוצלח. ווערד צו באלויבן.

א פירער איז געפיליש, איינגעזאפט אין זיך.
ווייזט ארויס זיינע געפילן. איך בין אזוי ספעשל.

א פינעווער טראכט און שטודירט די וועלט

א זעקסער זוכט שטיצע.

איינזער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 12:50 pm

איינזער
אויב ביסטו אן איינזער וועסטו פילן צומאל אזא שטופ, אזא אויפגאבע אז דו זאלסט פאררעכטן אלץ און אלעמען.

צווייער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 12:53 pm

אויב ביסטו א צווייער
וועסטו צומאל פירן אזא שטארקער שפיר אז דו מוזט אריבערגיין צו מענטשן ארום, זיי אריבער געווינען צו דיך.
פון צייט צו צייט גייען די צווייערס ארום פון מענשט צו מענטש זיי צוציען צו זיך.

דרייער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 12:56 pm

אויב ביסטו א דרייער וועסטו צומאל שפירן אזוי א געפיל א ווילן א טרייב קראפט, אנצוהייבן אויפצובויען א שטאטוס בייי מענטשן און אנהייבן צו באקומען אויפמערקזאמקייט אויף דיר.

פירער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 12:58 pm

אויב ביסטו א פירער וועסטו שפירן צומאל ווי דו ווילסט אנהאלטן געפילן מיטן כח פון פאנטאזיע, אנהאלטן און מאכן שטערקער עמאושענס מיטן כח פון דמיון.

פינעווער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 1:00 pm

אויב ביסטו א פינעווער
וועסטו אסאך מאל זעהן ווי די טשעפעסט דיך אפ פון ריאליטי אין א וועלט פון קאנצעפטן און מחשבה.

זעקסער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 1:02 pm

אויב ביסטו א זעקסער וועסטו זעהן אז צומאל קענסטו ווערן פאראליזירט פון אדער געטריבן מיט ענגזייעטי.

און צומאל וועסטו שפירן אז דו מוזט דיך ווענדן צו אנדערע פאר א וועגווייזער
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג יוני 12, 2014 1:21 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זיבענער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 1:05 pm

חחח
צו וויסן אויב דו ביסט א זיבענער
אויב ביסטו א זיבענער וועסטו צומאל שפירן ווי עפעס בעסער איז פארהאנדן ערגעץ וואו וואס איז סך בעסער פון וואו דו ביסט יעצט.
לויפ אהין לויפ אהין

אכטער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 1:08 pm

אויב ביסטו אן אכטער וועסטו היפש מאל פילן אז דו דארפסט שטופן און קעמפן צו מאכן זאכן זאלן געשעהן.

ניינער

דאנערשטאג יוני 12, 2014 1:18 pm

אויב ביסטו א ניינער
וועסטו צומאל שפירן ווי דו ווילסט ארויסווייזן ווי דו טוסט זיך צופאסן אז דו זאלסט אריינפיטן צו ארומיגע.
שרייב א תגובה

Advertisement