'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:מצוה לשמוע דברי חכמים.... איך האב געפאלגט נשמה און געמאכט א טעסט. און וואס מיינסטו זענען די רעזולטאטן? יאפס ! ENFP

דערבארומדיגער, דו פילסט זייער שטארק. דו האסט ליב צו באאבאכטן די וועלט ארום דיר. דו זעהסט נישט נאר די תנועות וואס מענטשן ארום דיר מאכן, נאר דו זעהסט אלעמאל די קאווע וואס יענער האט געהאט יענעם צופרי. און צו יענער איז גוט געשלאפן יענע נאכט. דו הערסט זאכן וואס ווערן נישט געזאגט, און דו זעהסט זאכן וואס מ'האט דיך נישט געוויזן. און ס'איז ביי דיר א פאקט. נישט דמיון. ס'איז דיר שווער צו גיין שלאפן, ווייל מ'קען נאך אזוי סך זאכן טון. ס'פשוט א שאד צו גיין שלאפן. די ערשטע זאך וואס דו טוסט צופרי איז דו טראכסט. דיין קאפ נעמט זיך גיין.

זייער מעגליך אז דו ביסט א זיבענער, אבער ENFP זענען אדער צווייער אדער פירער אדער זיבענער, אדער אביסל פון יעדע אבער פון איינס די מערסטע. דו האסט ליב צו טון א טובה פאר א מענטש דאס איז זיכער. דא וועט שוין די אניאגראם מסביר זיין פארוואס. דיין עיקר זאך - נישט דוקא פראבלעם - איז אז דו ביסט זייער סאבדשעקטיוו. דאס מיינט אז זייער מעגליך אז אויב איינער לאכט, פילסטו אז ער לאכט ער פון דיר, אפילו דו ווייסט אז ער לאכט נישט פון דיר. און די סיבה פארוואס (אויב ס'איז אזוי) דו פילסט אז מ'רעדט פון דיר, אדער מ'לאכט פון דיר איז, ווייל דיין NE נעמט אריין די אינפארמאציע, נעמליך דאס הערן ווי צוויי אירע שמועסן אונטער דיין רוקן, יעצט, קומט א דעסיזשאן "וואס רעדן זיי"? און ווער מאכט אפ א דעסיזשאן דיין Fi, דיין אינטראווערד געפילן, וואס דאס איז די צווייטע אין דיין פאנקציעס. סאו, ווענט זיך, אויב ביסטו יענעם טאג אין א שלעכטע אומאנגענעמע גיסטע, דאן וועלן דיינע געפילן באשלוסן אז מ'רעדט אויף דיר נעגעטיוו, געב א קוק Ne + Fi = מ'רעדט וועגן מיר. די ערשטער איז Ne. און די צווייטע איז אינטראווערד געפילן = עפעס וועגן מיר. אויב ביסטו גוט געלוינט, וועט דיין Fi באשלוסן אז מ'רעדט אויף דיר פאזיטיוו. נישט אז איך ווייס אז ס'איז אזוי ביי דיר. איך זאג דיר נאר, וויאזוי שוועריגקייטן וואס מענטשן האבן קען גאר קומען פון דעם. ביי א פירער איז עס שטערקער. א זיבענער איז ווארשיינליך די NE מער אנטוויקלט און די FI שוואכער. ביי א פירער איז FI שטארקער.

דו האסט נישט קיין סדר היום. ביי דיר איז אלעס possibilities. די וועלט איז ביי דיר אזוי אינטערעסאנט, אז דו וואונטשט דיך אז דו וואלסט געקענט האבן מער ווי איין דשאב וואס דו ענדשויעסט. מענטשן זענען ביי דיר fun abject. חחחחח. דו האסט ליב מענטשן. און דו האסט זיי ליב מיט די טיפענישן פון דיין הארץ. די ענדשויסט מענטשן. ביי דיר זענען מענטשן עפעס אזא עקסיידינג זאך. און בכלל ווערסטו עקסיידעט פון יעדע קליינע זאך. אזוי ווייט אז דו פילסט דיך אזוי אנדערש ווי "נארמאלע" מענטשן ארום. די פראבלעמען מיט ENFP איז סדר היום. א ENFP האט זייער נישט ליב צו זיין א טעקסי דרייווער, חוץ אויב מ'קען רעדן צו יעדע קאסטומער וואס קומט אריין וואס דאס איז נישט מעגליך.

בכלל האסטו זייער ליב צו שמועסן מיט מענטשן. און דו ביסט גוט מיט יעדעם. דו ווערסט גוט מיט א מענטש נאך פאר יענער האט דיך אפילו געזעהן. סדר היום פאר א ENFP איז אזא שווערע זאך. דו האסט נישט ליב אויסצופלאנירן דיין טאג, נאר דו וועסט שוין זעהן ווען מ'וועט האלטן ממש דארט. בכלל האסטו פיינט באגרעניצונגען. וואס דאס האט מיט ENFP סך מער ווי מיט זיבן. חחחח. נאך א שעה צוויי זיין אין ביהמ"ד ביסטו אויסגעשעפט פון אזויפיל אינפארמאציע וואס דיין קאפ האט אריינגענומען. און די אלע אינפארמאציע ווערט שפעטער פארדייט ווען דו ביסט אליין. דו קענסט דיך שווער פארטראגן מיט איינזערס. זיי פארשטייען דיך נישט. זיי זענען צו פלעין.

דו וואלסט ווען געוואלט אז דו וועלט זאל זיין מער קריעטיוו. אפשר וואלט מען געדארפט וואוינען אין וואלד ארויפבויען הייזער הויעך אויף די ביימער. דו האסט נישט ליב די גראדע לעבן. דו פארנעמסט נישט קיין טרוקנקייט. דו פילסט אינטערעסאנט ווען דו ביסט צווישן מענטשן. דו ביסט אזוי ווי א ספאנדש וואס נעמט אריין אויסטערליש אסאך אינפארמאציע פון די וועלט ארום. און דיין אטענשאן לויפט אויף הונדערט פופציג. דו קענסט לכאורה שווער לערנען ווען דו ביסט צווישן מענטשן. דו האסט זייער ליב צו מאכן חידושים.

עניוועי. ENFP, וויפיל האסטו שוין פרובירט צו מאכן סדר אין דיין לעבן? די גאנצע לעבן פון א ENFP איז צעמישט. ווייל אלע אינפארמאציע וואס זענען אריינגעקומען מיום דיין NE האט זיך גענומען ארבעטן, איז קיינמאל נישט געווארן מסודר. דיין מח איז אזוי ווי א אנגעווארפענע קלאזעט. גארנישט איז נישט מסודר. אלעס גייט מען נאך אמאל זעהן וואס צו טון דערמיט. יעדע מענטש וואס דו זעהסט ברענגט ארויף איר דיר ימ'ן מיט אינפארמאציע, וועגן דעם מענטש. אז ממש דו ווערסט אריינגעשלעפט אין א רגע צו די אינטערעסאנטע וועלט וואס ארום דיר.

האסט שוין מן הסתם פרובירט א גוטע פאר אינסטרומענטן. אדער אנדערע אינטערעסאנטע זאכן. דו עקספלארסט די וועלט מיט זייער נייגעריגע אויגן. מ'דארף געדענקען דעם ולא תתורו סך סך סך מער. יו איז די וועלט אינטערעסאנט, מילא דאס, אבער דארט אונטער יענע לעכל האב איך נאכנישט געקוקט. וואס איז דארט? א ספרים סטאר איז פאר דיר ממש א גן עדן. שעות ווערסטו פארלוירן דארט. און צום סוף ווייסטו אפילו נישט דיין פלאן פארוואס דו ביסט דארט אריינגעבלאזן געווארן. זאכן זענען אזוי אינטערעסאנט. און אגב וואלסטו אויך געוואלט וויסן בערך וועגן איינשטיינס טעאריע. דו האסט לכאורה אסאך ספרים אינדערהיים וואס דו פלאנסט נאך דורכצולערנען.

אה, ס'איז מיר בייגעפאלן אן איידיע. "פארוואס האט ער מיר נישט געהעריג געענטפערט?, עפעס האט ער אויסגעזעהן נישט אזוי אין די מוט. אוי האסטו מוד סווינגס. הו הו. יעדע זאך ווענט זיך אין דיין גיסטע. קענסט אפילו נישט וויסן וויאזוי דיין גיסטע גייט זיין די נעקסטע מינוט. ס'ווענט זיך עכט צו דו ביסט מער א זיבענער, צו מער א פירער, צו מער א צווייער. איין זאך "טראכט". דאס אלעס. איין זאך נוץ דיין מחשבה. אין די רגע וועסטו פילן ווי זאכן קלארן זיך אויס. ENFP זענען פון די מערסטע שעפעריש פון די טייפס. און ENFP זענען די וואס האבן אזוי גערופענע ADHD.

שוין
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

געשריבן בטעות און געמעקט
לעצט פארראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום זונטאג יולי 15, 2018 11:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

געשריבן בטעות און געמעקט
לעצט פארראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום זונטאג יולי 15, 2018 11:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

יישר כח נשמה, וועל מיר זייער שנעל מגיב זיין, אן אריינגיין טיף, אפטמאל איז דער מושכל ראשון דער אמת ,

נשמה האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:מצוה לשמוע דברי חכמים.... איך האב געפאלגט נשמה און געמאכט א טעסט. און וואס מיינסטו זענען די רעזולטאטן? יאפס ! ENFP

דערבארומדיגער, דו פילסט זייער שטארק. דו האסט ליב צו באאבאכטן די וועלט ארום דיר. דו זעהסט נישט נאר די תנועות וואס מענטשן ארום דיר מאכן, נאר דו זעהסט אלעמאל די קאווע וואס יענער האט געהאט יענעם צופרי. און צו יענער איז גוט געשלאפן יענע נאכט. דו הערסט זאכן וואס ווערן נישט געזאגט, און דו זעהסט זאכן וואס מ'האט דיך נישט געוויזן. און ס'איז ביי דיר א פאקט. נישט דמיון. ס'איז דיר שווער צו גיין שלאפן, ווייל מ'קען נאך אזוי סך זאכן טון. ס'פשוט א שאד צו גיין שלאפן.
די ערשטע זאך וואס דו טוסט צופרי איז דו טראכסט. דיין קאפ נעמט זיך גיין.

זייער מעגליך אז דו ביסט א זיבענער אבער ENFP זענען אדער צווייער אדער פירער אדער זיבענער אדער אלע פון די. דו האסט ליב צו טון א טובה פאר א מענטש דאס איז זיכער.

ביז אהער שטימט דאס מיט מיר

נשמה האט געשריבן:דיין עיקר זאך - נישט דוקא פראבלעם - איז אז דו ביסט זייער סאבדשעקטיוו. דאס מיינט אז זייער מעגליך אז אויב איינער לאכט, פילסטו אז ער לאכט ער פון דיר, אפילו דו ווייסט אז ער לאכט נישט פון דיר און די סיבה פארוואס (אויב ס'איז אזוי) דו פילסט אז מ'רעדט פון דיר, אדער מ'לאכט פון דיר איז, ווייל דיין NE נעמט אריין די אינפארמאציע, נעמליך דאס הערן ווי צוויי אירע שמועסן, יעצט, קומט א דעסיזשאן "וואס רעדן זיי"? און ווער מאכט אפ א דעסיזשאן דיין Fi, דיין אינטראווערד געפילן, וואס דאס איז די צווייטע אין דיין פאנקציעס. סאו, ווענט זיך, אויב ביסטו יענעם טאג אין א שלעכטע אומאנגענעמע גיסטע, דאן וועלן דיינע געפילן באשלוסן אז מ'רעדט אויף דיר נעגעטיוו, געב א קוק Ne + Fi = מ'רעדט וועגן מיר. די ערשטער איז Ne. און די צווייטע איז אינטראווערד. עפעס וועגן דיר. אויב ביסטו גוט געלוינט, וועט דיין Fi באשלוסן אז מ'רעדט אויף דיר פאזיטיוו. נישט אז איך ווייס אז ס'איז אזוי ביי דיר. איך זאג דיר נאר, וויאזוי שוועריגקייטן וואס מענטשן האבן קען גאר קומען פון דעם. ביי א פירער איז עס שטערקער. א זיבענער איז ווארשיינליך די NE מער אנטוויקלט און די FI שוואכער. ביי א פירער איז FI שטארקער.


אזוי בין איך אמאל געווען, למעשה היינט בין איך נישט אזוי, איך בין סענסעטיוו אבער איך טראכט נישט פאר צו לאנג די חשבונות "וואס האט ער געזאגט? פארוואס האט ער געזאגט? וואס האט ער געמיינט צו זאגן? אפשר מיינט ער נישט גארנישט אדער אפשר..." אניאגראם לייגט דאס טאקע ביים פירער אז ער דארף א סאך צייט צו פראסעסן זיינע איבערלעבענישן,

נשמה האט געשריבן:דו האסט נישט קיין סדר היום. ביי דיר איז אלעס possibilities. די וועלט איז ביי דיר אזוי אינטערעסאנט, אז דו וואונטשט דיך אז דו וואלסט געקענט האבן מער ווי איין דשאב וואס דו ענדשויעסט.

אקוראט ממש אזוי!

נשמה האט געשריבן:מענטשן זענען ביי דיר fun abject. חחחחח. דו האסט ליב מענטשן. און דו האסט זיי ליב מיט די טיפענישן פון דיין הארץ. די ענדשויסט מענטשן. ביי דיר זענען מענטשן עפעס אזא עקסיידינג זאך.


נישט אינגאנצן אזוי, ווענדט זיך ווער די מענטשן זענען, ווענדט זיך ווי איך האלט אינעם טאג, און ווענדטזיך און די גוסטע...
נשמה האט געשריבן: און בכלל ווערסטו עקסיידעט פון יעדע קליינע זאך.

נישט פון יעדע קליינע זאך אבער איך ווער מער עקסיידעט פון געווענליכע מענטשן, איך מיין צו זאגן אפטער עקסיידעט ווי אויך א שטערקערע עקסייטמענט לעוועל, צומאל נעם איך אויף זאכן מיט עקסטאז בעת אנדערע וואס זענען מיט מיר צוזאמען זענען בכלל נישט איבערגענומען

נשמה האט געשריבן: אזוי ווייט אז דו פילסט דיך אזוי אנדערש ווי "נארמאלע" מענטשן ארום.


שוין לאנג וואס איך פיל נישט אזוי, זייט איך האב געליינט (אין די ערשטע חזק אויסגאבע פון מעלות ) איבער ADHD, האב איך מער און מער אנגעפאנגען צי פילן זיכער און רואיג מיט זיך, אלס בחור האב איך שטארק געשטרעבט צו זיין פון די "נארמאלע" "געלונגענע" מענטשען, ווען איך האב גערעדט מיט א פרעמדע מענטש האב איך געטראכט: "ווי אזוי גייט ער עס אנעמען? עס איז קלוג אזוי צו ענטפערן? לעצטע מאל האב איך געשאסן א נערישע סטעיטמענט... לאמיך וואטשן וואס איך רעד " למעשה היינט האלט איך אז אלע מענטשען זענען נארמאל איבערהויפט די ADHD'ערס און זייערע קריעטיווע קאזינס.

אגב, היינט איז און די גויאישע וועלט אפגעלאכט די אלטע סארט "פראפעשאנעאל" מענטשן, מען זוכט די "קריעטיוו" מענטשן וועלכע זענען ענדערש היפסטערס, און אזוי ווי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך ליידער, און דער ענין איז גארנישט אנדערש


נשמה האט געשריבן: די פראבלעמען מיט ENFP איז סדר היום.


אקוראט ממש אזוי!

נשמה האט געשריבן:א ENFP האט זייער נישט ליב צו זיין א טעקסי דרייווער, חוץ אויב מ'קען רעדן צו יעדע קאסטומער וואס קומט אריין.


נישט א פול טיים טעקסי דרייווער, אבער עס איז גוט צי דרייווען אויפן טרווואי,אויפן פאליסיידס אויך גוט צי פליען אויף 64 מייל פער שטונדע עס איז זייער שיין די וועג דארט, אבער אויפן טרווועי קען מען פארן אויף 74 מייל פער שטונדע

נאר איין זאך! מען זאל פארן דעמאלטס ווען איך וויל, נישט אונטער פרעשור!

נשמה האט געשריבן:בכלל האסטו זייער ליב צו שמועסן מיט מענטשן. און דו ביסט גוט מיט יעדעם. דו ווערסט גוט מיט א מענטש נאך פאר יענער האט דיך אפילו געזעהן.


נישט אינגאנצן אזוי, מיט לייכטע מענטשען קען איך לייכט גוט ווערן, אבער איך שעם זיך זייער אויב איך דארף עפעס וויכטיג פרעגן פון א פרעמדע מענטש , איך קען מיר נישט ברענגן דערצו

נשמה האט געשריבן: סדר היום פאר א ENFP איז אזא שווערע זאך. דו האסט נישט ליב אויסצופלאנירן דיין טאג, נאר דו וועסט שוין זעהן ווען מ'וועט האלטן ממש דארט. בכלל האסטו פיינט באגרעניצונגען. וואס דאס האט מיט ENFP סך מער ווי מיט זיבן.

אקוראט ממש אזוי!

נשמה האט געשריבן: נאך א שעה צוויי זיין אין ביהמ"ד ביסטו אויסגעשעפט פון אזויפיל אינפארמאציע וואס דיין קאפ האט אריינגענומען. און די אלע אינפארמאציע ווערט שפעטער פארדייט ווען דו ביסט אליין.


טאקע שווער צו בלייבן לאנג אבער נישט ווייל איך דארף פארדייען וואס עס איז שוין געווען. בכלל נישט, געווענליך יאג איך מיר מיט עקסייטמענט צי עפעס אינטערעסאנטס וואס איך וויל טון

נשמה האט געשריבן: דו קענסט דיך שווער פארטראגן מיט איינזערס. זיי פארשטייען דיך נישט.


ממש אזוי! איך קוק זיי אראפ און איך קען זיי נישט דערליידן.

מעגליך אז יעדער פון די עניאגראם דארף ארבעטן שווער זיך צי פארטראגן מיט זיין POINT OF DISINTEGRATION ד.ה. זיין שוואכער נומבער ווי ער גייט אינטער סטרעס, דער 5 דערליידט נישט דעם זיבן, און דער איינזער דארף ארבעטן שווער זיך צי פארטראגן מיטן פירער.

נשמה האט געשריבן:דו וואלסט ווען געוואלט אז דו וועלט זאל זיין מער קריעטיוו. אפשר וואלט מען געדארפט וואוינען אין וואלד ארויפבויען הייזער הויעך אויף די ביימער. דו האסט נישט ליב די גראדע לעבן. דו פארנעמסט נישט קיין טרוקנקייט. דו פילסט אינטערעסאנט ווען דו ביסט צווישן מענטשן. דו ביסט אזוי ווי א ספאנדש וואס נעמט אריין אויסטערליש אסאך אינפארמאציע פון די וועלט ארום. און דיין אטענשאן לויפט אויף הונדערט פופציג. דו קענסט לכאורה שווער לערנען ווען דו ביסט צווישן מענטשן. דו האסט זייער ליב צו מאכן חידושים.


אקוראט ממש אזוי!

נשמה האט געשריבן: עניוועי. ENFP, וויפיל האסטו שוין פרובירט צו מאכן סדר אין דיין לעבן? די גאנצע לעבן פון א ENFP איז צעמישט. ווייל אלע אינפארמאציע וואס זענען אריינגעקומען מיום די NE האט זיך גענומען ארבעטן איז קיינמאל נישט געווארן מסודר. דיין מח איז אזוי ווי א אנגעווארפענע קלאזעט. גארנישט איז נישט מסודר. אלעס גייט מען נאך אמאל זעהן וואס צו טון דערמיט. יעדע מענטש וואס דו זעהסט ברענגט ארויף איר דיר ימ'ן מיט אינפארמאציע, וועגן דעם מענטש. אז ממש דו ווערסט אריינגעשלעפט אין א רגע צו די אינטערעסאנטע וועלט וואס ארום דיר.

האסט שוין מן הסתם פרובירט א גוטע פאר אינסטרומענטן. אדער אנדערע אינטערעסאנטע זאכן. דו עקספלארסט די וועלט מיט זייער נייגעריגע אויגן. מ'דארף געדענקען דעם ולא תתורו סך סך סך מער. יו איז די וועלט אינטערעסאנט, מילא דאס, אבער דארט אונטער יענע לעכל האב איך נאכנישט געקוקט. וואס איז דארט? א ספרים סטאר איז פאר דיר ממש א גן עדן. שעות ווערסטו פארלוירן דארט. און צום סוף ווייסטו אפילו נישט דיין פלאן פארוואס דו ביסט דארט אריינגעבלאזן געווארן. זאכן זענען אזוי אינטערעסאנט. און אגב וואלסטו אויך געוואלט וויסן בערך וועגן איינשטיינס טעאריע.


האסט צוזאמגעווארפן 10 עקסטערע זאכן זאכן און אלעס איז פונקטליך אזוי אויף די האר! פונעם אנגעווארפענע קלאזעט ביזן גן עדן אינעם ענדלאזן ספרים סטאר ביז איינשטיין'ס טעאריע - אריינגערעכנט דעם גראבן "בערך".
אזוי איז עס ביי מיר פונקטליך!


אגב
די בעסטע אינסטרומענט וואס איך האב ביזדערווייל געטראפן איז: א שותף אדער צוהעלפער פון די סארט מענטשען וואס טוען צום זאך. דרייערס זענען די בעסטע זאך וואס א זיבענער דארף האבן! נישט נאר איז עס א הילף צו ערלעדיגן זאכן, נאר מען קען זיך אויך אפלערנען אדער עכ"פ אננעמען זייער קריטיק,

דער דרייער אין אפיס זאגט מיר : וואס גייסטו צי יענע אישו דארט? האסט שוין גענדיגט די ערשטע זאך דא?
איך: ניין המממ איך ווייס נאכנישט וואס צו טון מיט די און די זאך, לאמיר זען די אנדערע אישו דארטן
דרייער: און מארגן גייסטו יא וויסן וואס צי טון מיט "די און די זאך"
איך: הממממ ביסט גערעכט. וואס האלסטו טאקע מען זאל טון מיט "די און די זאך"
דרייער: קאל זיי אן און פרעג זיי! זיי וועלן דיר פונקטליך זאגן ווי אזוי מען דערף עס טון
איך: המממ איך האב נישט קיין געדולד צי קאלן און ווארטן א שעה ביז זיי הייבן אויף...
דרייער: אקעי אויב איך קאל זיי וועסטו היינט מאכן די איבריגע ?
איך: יא זיכער! יישר כח פארן קאלן

פינעף מינוט שפעטער.
דרייער: זיי זאגן אז מען קען עס אריינשיקן אזוי. עס פעלט נישט אויס צו ...
איך: אה זייער גוט יעעעי , אקעי איך גיי עס שוין ענדיגן
איך:( טראכט) הממ עס האט געדויערט 5 מינוט די גאנצע קאל, נעקסטיים וועל איך קאלן!

נשמה האט געשריבן:אה, ס'איז מיר בייגעפאלן אן איידיע. "פארוואס האט ער מיר נישט געהעריג געענטפערט?, עפעס האט ער אויסגעזעהן נישט אזוי אין די מוט. אוי האסטו מוד סווינגס. הו הו. יעדע זאך ווענט זיך אין דיין גיסטע. קענסט אפילו נישט וויסן וויאזוי דיין גיסטע גייט זיין די נעקסטע מינוט. ס'ווענט זיך עכט צו דו ביסט מער א זיבענער, צו מער א פירער, צו מער א צווייער. איין זאך "טראכט". דאס אלעס. איין זאך נוץ דיין מחשבה. אין די רגע וועסטו פילן ווי זאכן קלארן זיך אויס. ENFP זענען פון די מערסטע שעפעריש פון די טייפס.


איך זאג נישט אז אי גיי אויפן דרך הישר אבער איך בין אויך נישט קיין מבקש חשבונות רבים, אויב איינער שמייכלט נישט גענוג צי מיר ווער איך נישט איבערגענומען פאר צו לאנג. ברוך השם פארדעם.

מוד סווינגס איז נישט אויף די דעפרעסטע וועג, כאטש אמאל האב איך יא געקענט האבן א דעפרעסטע וואך איינמאל יעדע צוויי חדשים, היינט האב איך כמעט נישט קיין דעפרעסטע טעג , בדרך בלל נאכן טון פעולות בגוף פאר 15-20 מינוט בין איך דערמונטערט,

מוד סווינגס באדערט מיר זייער שטארק פאר א אנדערע סיבה, צומאל וויל איך זייער שטארק עפעס, איך מאך אפ מיט א שטארקייט אז דאס גייט מען טוען היינט נאכמיטאג, אבער ווען עס ווערט נאכמיטאג קען איך באשליסן אז איך בין בכלל נישט אינטערעסירט אין די גאנצע זאך! אפילו אויב איינער וועט זיך פארשלאגן עס צו טון וועל איך אים קענען זאגן אז ספעלט נישט אויס "איך דארף עס נישט"
די נעקסטע טאג טראכט איך אז איך וויל עס יא האבן... איך הייב עס אן צו טון און מיין חשק קען אינמיטן אויסוועפן. איך צווינג מיר צו פערטיגן ווייל איך וויל מיר נישט לאזן פון מיין גוסטע, אבער איך ענדיג עס נישט, און אפילו אויב איך ענדיג עס יא בין איך בכלל נישט פרייליך אז איך האב עס גענדיגט,

וואס עס באדערט מיר איז אז ווען עס כאפט מיר אן א תשוקה צו סיי וואס און איך טראכט" "אקעי באלד גיי מיר דאס טון" טראסט איך נישט מיר אליין, איך האב מורא אז איך גיי עס נישט טון, און עס ברענט מיר אז איך וויל עס האבן , אבער וועם קען איך טראסטן מיט די שליחות דאס צי ערלעדיגען? מיר אליין קען איך נישט טראסטן, ואם אין אני לי מי לי, נו וואס העט זיין דא?

למשל דו גייסט אויס צו שיקן א שבת פעקל פאר דיין זון און קעמפ, דער פעקל האט אויך זיין טיש בעקיטשע, ער מוז עס האבן אויף שבת! אבער קיינער פארט נישט צו יענע געגנט. עס באדערט דיר! צום סוף טרעפסטו עפעס א צופלויגענער מענטש וואס זאגט דיר אז אפשר גייט ער דארט צופארן, בלית ברירה שיקסטו מיט די פעקל, ביסט נישט רואיג ביז ווי לאנג די באקומסט נישט א טעלעפאון קאל פון דיין זון אז ער האט דאס פעקל.

אזוי בין איך נישט רואיג מיט מיר אליין אז איך וועל באלד טון דאס וואס איך וויל יעצט אזוי שטארק אז עס זאל געטון ווערן
איך האב א ברען צו בויען און אויפטון גרויסע זאכן אבער ווי אזוי איז מעגליך דאס צו טוען אויב איך האלט זיך און איין בארעכענען אז עס איז מיר זייער גוט די שטאטאוסקווא ?
נשמה האט געשריבן:שוין

שוין?

והשם הטוב יעזור
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה


דערבארומדיגער האט געשריבן:נישט אינגאנצן אזוי, ווענדט זיך ווער די מענטשן זענען, ווענדט זיך ווי איך האלט אינעם טאג, און ווענדטזיך און די גוסטע...


איך האב זייער ליב וויאזוי דו ווענדסט מיך אפ. א ENFP, בשעת ער הערט יענעמ'ס "טעאריע, מיינונג, פארשטאנד, וכו'" וועט ער טראכטן "אפשר איז עס נישט אזוי". ער טראכט אלעמאל די פארקערטע פון וואס יענער זאגט, כדי צוצוקומען צום אמת. איז, דאס וואס דו שרייבסט איז אזוי, קודם "נישט אינגאנצן אזוי". קודם די אנדערע זייט מטבע. יעצט שטעלסט עס אויפן פלאץ, "ווענדט זיך ווער די מענטשן זענען, ווענדט זיך ווי איך האלט אינעם טאג, ווענד זיך אין די גיסטע" דאס איז א וועג צוצוקומען צום אמת. אבער לעולם ווען איך האב געשריבן מענטשן זענען ביי דיר fun object. חחחחח. דו האסט ליב מענטשן. און דו האסט זיי ליב מיט די טיפענישן פון דיין הארץ. די ענדשויסט מענטשן. ביי דיר זענען מענטשן עפעס אזא עקסיידינג זאך. האב איך ווארשיינליך געמיינט דאס וואס דו עקספיריענסד אין מציאות.

דא האמיר ווייטער די וועג וויאזוי א ENFP וויל צוקומען צום אמת.
נישט פון יעדע קליינע זאך, אבער איך ווער מער עקסיידעט פון געווענליכע מענטשן, איך מיין צו זאגן אפטער עקסיידעט ווי אויך א שטערקערע עקסייטמענט לעוועל, צומאל נעם איך אויף זאכן מיט עקסטאז בעת אנדערע וואס זענען מיט מיר צוזאמען זענען בכלל נישט איבערגענומען
כאפסט. א ENFP איז זייער open minded, אין יודישקייט איז דאס טאקע אזאך וואס מ'דארף אכטונג געבן. אבער די פאקט איז אז א ENFP איז זייער open minded, זיין דעת, זיין מיינונג טוישט זיך אגאנצן צייט. און דו ווילסט יעצט זאגן, "נישט אגאנצן צייט, ס'ווענדט זיך". דאס איז ווייל דו ווילסט צוקומען צום אמת. צום ריכטיגן כובד המשקל. דערפאר וועגסטו אראפ קודם "בכלל נישט אזוי שטארק" און נאכדעם לאזטו עס צוריק אויף די אנדערע זייט, "ס'ווענדט זיך". אזוי ווי א מענטש וויל שטעלן דעם כובד המשקל אויפן האר. וועט ער עס קודם שטעלן אינגאנצן אהין, און נאכדעם אביסל צוריק, פונקט אינדערמיט. און יעצט טראכסטו ביי דיר: יא? ממש אזוי? איך דארף עס טרייען.

נאר איין זאך! מען זאל פארן דעמאלטס ווען איך וויל, נישט אונטער פרעשור!
פרעשור, די שרעקעדיגע מצב פון וואס ENFP האט מורא ווי א קינד פון א שלעכטע חלום.

איך האב געשריבן: בכלל האסטו זייער ליב צו שמועסן מיט מענטשן. און דו ביסט גוט מיט יעדעם. דו ווערסט גוט מיט א מענטש נאך פאר יענער האט דיך אפילו געזעהן. האסטו געשריבן:
נישט אינגאנצן אזוי, מיט לייכטע מענטשען קען איך לייכט גוט ווערן, אבער איך שעם זיך זייער אויב איך דארף עפעס וויכטיג פרעגן פון א פרעמדע מענטש , איך קען מיר נישט ברענגן דערצו


זעהסט די "נישט אינגאנצן אזוי"? דו שטעלסט עס ממש אויפן האר. מיט לייכטע מענטשן קען איך לייכט גוט ווערן. אבער איך שעם מיך זייער אויב איך דארף עפעס וויכטיגע פרעגן פון א פרעמדע מענטש, איך קען מיך נישט ברענגען דערצו. ENFP בתקפו. ENFP זענען ביישנים. זענען באמת ביישנים. זיי שעמען זיך. "נישט ממש אזוי?" זיי שעמען זיך. ווייל? ווייל, זיי זענען מקושר צו זייערע געפילן. צו זייער איך. דהיינו, צו זייער אינטראווערד געפילן. פאר זיי גייען פרעגן יענעם, שפירן זיי: "יענער איז אזוי 'נארמאל', און איך בין דאך אזוי..." (אזוי עכט) ווייל דער "יענער" וואס זיי זעען, איז דאך די דרויסנדיגע אביעקטיוו וועלט. וואס איז מן הסתם נישט אזוי משוגע ווי איך בין אינעווייניג.

טאקע שווער צו בלייבן לאנג אבער נישט ווייל איך דארף פארדייען וואס עס איז שוין געווען. בכלל נישט, געווענליך יאג איך מיר מיט עקסייטמענט צי עפעס אינטערעסאנטס וואס איך וויל טון

וויל איך דיר זאגן אז א ENFP איז אויך אן אינטראווערד. און אז דו וועסט גוט קוקן וועסטו זיך קלאר איבערצייגן אז זיין צופיל צווישן מענטשן מאכט דיך משוגע, ווייל דו באקומסט צופיל אינפארמאציע וואס דארף ווערן געפראסעסד. דו פילסט נישט אז דו דארפסט פארדייען. וויאזוי זאלסטו וויסן פארוואס דו יאגסט דיך צו עפעס אינטערעסאנט? געב א קוק, וועסטו זעהן אז דו האסט אויך ליב צו זיין דייקא אליין מיט דיינע "מחשבות". . אדרבה געב א קוק. איך גלייב אז דו האסט ליב צו שפאצירן אליין מיט דיינע געדאנקען.

די "דרייער" וואס דו לייגסט אראפ, איז ווארשיינליך א סענסעט. דהיינו "א שטיקל איינזער". די סיבה פארוואס דו האסט אים ליב איז, ווייל וואס עס איז די שוואכסטע ביי דיר איז introvert sensing, אינטראווערד סענסינג. דאס הייסט, די דיטאלן, די סדר. אפשר איז ער א J. פלאס אז ער איז א טינקינג טייפ. ער גייט צו צו די וועלט מיט לאגיק. און דו וואס דו ביסט א שטיק געפיל. מאכט ער דיר קלארער דערמיט. זאלסט וויסן מיט א קלארקייט, אז א מאל פלעג איך אנקוקן איינזערס אלץ "טרוקענע" מענטשן. אדער "באקסעדיגע" מענטשן. אבער נישט דאס איז וואס זיי זענען. זיי לעבן אין א אנדערע מציאות וואס אזוי איז וויאזוי מ'דארף טון. יעדער האט זיך זיינע מעלות. ואתה תחכם וטוב לך.

מוד סווינגס איז נישט אויף די דעפרעסטע וועג
ווייטער מיטן שטעלן דעם כובד המשקל. אלעס ווייל דו ווילסט וויסן די קלארקייט פון א זאך. ווען דיין קינד קומט זיך אפרעדן אז א יונגעל האט אים געטשעפט, טראכסטו גראד "מיט וואס קען יענער אויך זיין גערעכט" און דו פרעגסט: "וואס האסטו אים געטון?" אלעס צושטעלן דעם כובד המשקל.

אפילו אויב איך ענדיג עס יא, בין איך בכלל נישט פרייליך אז איך האב עס גענדיגט
דאס איז די פראבלעמען מיט ENFP, ס'קען גורם זיין זייער אומסטאבילע לעבן. די עצה פאר דעם איז "טראכטן", קוק אן די וועלט מיט לאגיק. למשל: ווען דו הערסט עפעס א דרויסנדיגע זאך, אדער דו זעהסט עפעס א מענטש, א תנועה, א קנייטש, טראכט "וואס איז עס לויט מיין לאגיק". דארפסט גארנישט טון למעשה. פשוט, טו דעס. און צוביסלעך, ווי מער דו וועסט נוצן לאגיק, מחשבה, אלץ מער וועסטו דיך פלוצלינג זעהן אלץ א געטוישטע מענטש. אויך איז א גוטע עצה, מעדיטעשן. א ENFP איז נישט צוגעבינדן צום יעצט. א ENFP דארף זיך צוגעוואוינען צו לעבן אינעם יעצט.

ס'קען זיין זייער שווער פאר א ENFP זיך צוצוגעוואוינען צו לעבן אינעם יעצט, ווייל די NE מאכט אז מ'זאל דייקא ליב האבן צו לעבן אלעס אבער נישט אינעם יעצט, אבער די בענעפיטן פון לעבן אינעם יעצט וועגט איבער די שכר פון לעבן צומישט. געב א קוק ווי דו מוטשעסט דיך, און טראכט, אז אפילו ס'איז שווער צו לעבן אינעם יעצט, און מ'וויל דייקא לעבן אינעם עתיד, עקסיידינג זאכן וואס גייען זיין, אדער טראכטן פון עתיד'יגע זאכן. אדער "אזא שאד, איך מיין אז דארט וואלט געווען בעסער"
וואס עס באדערט מיר איז אז ווען עס כאפט מיר אן א תשוקה צו סיי וואס און איך טראכט" "אקעי באלד גיי מיר דאס טון" טראסט איך נישט מיר אליין, איך האב מורא אז איך גיי עס נישט טון, און עס ברענט מיר אז איך וויל עס האבן , אבער וועם קען איך טראסטן מיט די שליחות דאס צי ערלעדיגען? מיר אליין קען איך נישט טראסטן, ואם אין אני לי מי לי, נו וואס העט זיין דא?


זאלסט וויסן, אז ווען מ'לעבט אינעם יעצט, און לעבן אינעם יעצט מיינט, אז איך בינד צו מיין גאנצע אנטענשאן צו וואס איך טו יעצט און איך טראכט נישט "אראונד די קארנער איז דא נאך בעסער וואס איך קען יעצט טון". נאר איך לעב אינעם יעצט. איך בין מיך מקשר אינגאנצן צום יעצט. אז דאס איז די בעסטע זאך, און ס'איז נישטא קיין שום בעסערע זאך וואס איך קען יעצט טון מיט מיין צייט. צו פילן דעם יעצט. מיין קאפ זאל זיין אינעם יעצט. און נאכדעם ווען ס'ענדיגט זיך וואס איך טו יעצט, גיי איך צום קומענדיגן זאך. לעבן אינעם יעצט פאדערט עבודה, נאך דערצו פאר א ENFP. אבער איך זאג דיר. זעה אליין וויפיל דו מוטשעסטעך. רבי זאגט מ'זאל אפוועגן די שכר כנגד הפסדה. איך זאג דיר, אז עווענטועל, איז דער וואס לעבט מיינדפול אינעם יעצט, איז מער מצליח, קומט אן מער, און בעיקר ענדשויט די לעבן.

ס'איז זייער שווער. לאמיר זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן מיט די געוואלדיגע זאך פון לעבן אינעם יעצט. די מחשבה מיט אלע חושים, מיט אלעס זאל זיין צוגעבינדן צום יעצט. און איך פארשטיי אז לעבן אינעם יעצט קען דיר העלפן בויען און אויפטון גרויסע זאכן.
איך האב א ברען צו בויען און אויפטון גרויסע זאכן אבער ווי אזוי איז מעגליך דאס צו טוען אויב איך האלט זיך און איין בארעכענען אז עס איז מיר זייער גוט די שטאטאוסקווא ?


הייליגער באשעפער העלף מיך אלעמאל.
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

שלום עליכם וועלקאם אבאורד. שוין לאנג נישט דא געווען.

איך האב הנאה פון די פרישע געטועאכץ איבער די מייערס בריגס.

מיט שפאנונג האלטן מיר מיט די דיאלאג צווישן נשמה און דערבארימדיגער. הערליך.

איך שפיר אויך אז דערבארומדיגער איז אן Enfp, באזירט אויף פריערדיגע תגובות און אויף דיין טעסט רעזולטאט, און אויף נשמה׳ס אנאליז געפלאכטן מיט דיין רעספאנד.
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

פאר מען גייט ווייטער. וואו קאן איך מאכען די טעסט?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

סידיראם האט געשריבן:
לב אחד האט געשריבן:דו פרעגסט אויב ער שפירט זייער יסורים?? דו האסט אן אהנונג ווי שטארק ער פילט זיינע יסורים!??!! די הארצרייסענדע פראבלעם איז אז ער מיינט נעבעך אז ער איז שולדיג און דאסמאל.. גייט עס געלונגען. ווען ער לערנט זיך אבער אויס און פארשטייט וואס זיין פראבלעם איז דעמאלטס קען ער אנהויבן ריכטיג צו ארבעטן אויף זיינע פראבלעמען.

זאלסט אבער וויסן אז עס איז זייער שווער פאר א מענטש צו קענען מודה זיין און ארויסגיין פון דענייעל און אין זען אז ער האט אן ערענסטע דיסעביליטי. וועסט אייביג זען ביי די adhd אז זיי וועלן פרובירן זייער שטארק, גאר שטארק, אלעס אליין צו טון, אן אראפשרייבן, ווייל זיי ווילן זיך נעבעך proven אז זיי זענען באמת יא טויגליך. זיי ווייסן נישט אז נאר דורכן אמת׳דיג עקסעפטען אז זיי האבן א דיסעביליטי און אז זיי דארפן הילף און די הילף איז זייער שטארק באזירט אויף manually טון די סקיללס וואס אנדערע האבן נאטורליך. דאס איז א ריזיגע סטעפ אין זייער שטייגן. און זיי קענען דאס באווייזן.


וואס מיינסטו צו זאגן מיט "manually טוהן די סקילס וואס אנדערע האבן נאטורליך". אפשר שרייבסטו אביסל מער באריכות וואס דער אדה"ד וואלט געדארפט טוהן כדי ער זאל טאקע יא מצליח זיין און נישט פלאפן.


סאו, די זאך איז אזוי. לאמיר נעמען למשל פלאנירן. צו קענען אויספלאנירן א טאג איז א סקילל. מען ווערט נישט געבוירן דערמיט נאר מען לערנט זיך דאס צו טון. פארשטייט זיך אבער אז ס׳דא מענטשן וואס זענען בעסערע פלאנירערס ווי אנדערע. העט איר זען אז מענטשן וואס האבן אדהד זענען שרעקליך אין פלאנען זאכן, און איך רעד ביי זיך אליין. פאר אנדערע קענען זיי זיין בריליאנטענע פלאנירער, מיט אלע פיטשעווקעס.

א גרויסע טייל פון א גוטע פלאן איז דאס פריאטיזירן. איך שטיי אןיף אינדערפרי, וואס אן איך ערשט און וואס טו איך צווייט. וואס איז זייער וויכטיג און וואס איז נישט אזוי וויכטיג. וואס קען ווארטן און וואס קען נישט ווארטן.

ביי מיר ספעציפיש איז פריאטיזירן א געפערליכע סטראגעל; טאג טעגליך. איך דארף יעדען טאג! אן קיין גוזמא יעדן איינציגען טאג זיך אראפזעצן אינדערפרי און מאכן א טו-דא ליסט; וואס איך דארף היינט טון, און דאן דארף איך פריאטיזירן. און דאן דארף איך מיך האלטן מוראדיג שטארק נישט צו פארכאפט ווערן אין מיינע טאנצעדיגע רעיונות, בליציגע איינפאלן, גאונישע כאפן, און שווימעדיגע געפילן. איך דארף מיך כסדר manually דערמאנען אז אזוי האב איך אפגעמאכט און אזוי דארף איך טון.

דאס איז נאר א דוגמא פון manually דארפן טון זאכן וואס נארמאלע מענטשן קענען גאנץ גרינג עררייכן. פונקט ווי עני דיסעביליטי ל״ע.
לשון הוא קולמוס הלב..
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

צו געזונט האט געשריבן:פאר מען גייט ווייטער. וואו קאן איך מאכען די טעסט?


טייפ אריין אין רבינו גוגול די ווארט: Myers Briggs personality test די רעזולטאטן וועלן דיר נישט אנטוישן.
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

לב אחד האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:
וואס מיינסטו צו זאגן מיט "manually טוהן די סקילס וואס אנדערע האבן נאטורליך". אפשר שרייבסטו אביסל מער באריכות וואס דער אדה"ד וואלט געדארפט טוהן כדי ער זאל טאקע יא מצליח זיין און נישט פלאפן.




ביי מיר ספעציפיש איז פריאטיזירן א געפערליכע סטראגעל; טאג טעגליך. איך דארף יעדען טאג! אן קיין גוזמא יעדן איינציגען טאג זיך אראפזעצן אינדערפרי און מאכן א טו-דא ליסט; וואס איך דארף היינט טון, און דאן דארף איך פריאטיזירן. און דאן דארף איך מיך האלטן מוראדיג שטארק נישט צו פארכאפט ווערן אין מיינע טאנצעדיגע רעיונות, בליציגע איינפאלן, גאונישע כאפן, און שווימעדיגע געפילן. איך דארף מיך כסדר manually דערמאנען אז אזוי האב איך אפגעמאכט און אזוי דארף איך טון.

דאס איז נאר א דוגמא פון manually דארפן טון זאכן וואס נארמאלע מענטשן קענען גאנץ גרינג עררייכן. פונקט ווי עני דיסעביליטי ל״ע.

ברוך הבא רבינו לב אחד. (נאר גוגל לערענט מיט אונז?)

יישר כח פאר די קאמפלימענט ווס האסט מיר געגבן אין אן אנדערע תגובה.

לגבי טו-דו-ליסט. און אמת'ן וואלט יעדער געווען סאך מער פראדאקטיוו מיט א "טו דא ליסט" אריינגערעכנט די וואס זענען נאטורליך DETAIL ORIENTED. עס זאל דיר בכלל נישט באדערן די חלק אז די דארפסט פארברענגען צייט דערויף

איך פראביר צו מאכן טו ליסטס ביינאכט אדער ווען איך ענדיג די ארבעט אין אפיס, עס איז סאך גרינגער צו שטעלן פריאריטעטן פאר "מארגן" וויבאלד מען איז נישט OVERWHELMED און מען האט אויך נישט די נגיעות צו טון די אינטערעסאנטע טעסק'ס

אקעי שוין געגבן אן עצה פאר אנדערע ווי אזוי מען קען בעסערמאכן א טו-דו ליסט. למעשה איז מיר זייער שווער זיך צו האלטן צו מיין ליסטע. איך וועל לויפן פון איין זאך צום צווייטן זוכענדיג די זאכן וואס איך קען גוט טון און איבערלאזן אלעס וואס מען דארף זיך קאנצעטרירן אדער איז סתם אזוי נישט "ציענד" ביז סוף טאג ווען איך קען אויסמעקן בלויז די 2 זאכן פון מיין ליסט וואס איך האב געטון אנפאנג טאג

(איך רעד שוין נישט אויב איך בין געשלאפן ווייניג ביינאכט וואס און אזא פאל וועל איך מיר טרעפן ליינען ביז 10 מינוט פון ווען איך קום אן אין אפיס ביז... מען רופט שוין פרעגן: ווען קומסטו שוין אהיים? שלומי דארף גיין צום דאקטאר און יענקעלע שלאפט נאך נישט... )

געווען א אינטעוויו אויף קול מבשר מיט א ביזנעסמאן (לעצטע נאמען ברייער- JOHN TO GO) האט ער טאקע ארויסגעברענט די נקודה אז ער האט ADHD און ער האלט זיך פעסט נישט צו לויפן צי די אינטערעסאנטע טעסקס פון זיין ליסט, ער צווינגט זיך צו גיין און א רייע, די 2טע טעסק קען מען נאר טון נאכדעים וואס די ערשטע איז שוין פערטיג.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן: דו קענסט דיך שווער פארטראגן מיט איינזערס. זיי פארשטייען דיך נישט.


ממש אזוי! איך קוק זיי אראפ און איך קען זיי נישט דערליידן.

מעגליך אז יעדער פון די עניאגראם דארף ארבעטן שווער זיך צי פארטראגן מיט זיין POINT OF DISINTEGRATION ד.ה. זיין שוואכער נומבער ווי ער גייט אינטער סטרעס, דער 5 דערליידט נישט דעם זיבן, און דער איינזער דארף ארבעטן שווער זיך צי פארטראגן מיטן פירער.



נשמה האט געשריבן:ב"ה

זאלסט וויסן מיט א קלארקייט, אז א מאל פלעג איך אנקוקן איינזערס אלץ "טרוקענע" מענטשן. אדער "באקסעדיגע" מענטשן. אבער נישט דאס איז וואס זיי זענען. זיי לעבן אין א אנדערע מציאות וואס אזוי איז וויאזוי מ'דארף טון. יעדער האט זיך זיינע מעלות. ואתה תחכם וטוב לך.



אניאגראם צוטיילט צווישן א פירער ENFP און א זיבענער ENFP

דער סטרעס פוינט פון א זיבענער איז איינזער, איך גלייך נישט די שטרענגקייט און איינרעדענישן פון איינזער

די סטרעס פוינט פונעם פירער זענען די צווייערס, נשמה זיי זיך בודק צו די קוקסט אביסל אראפ אדער די האסט אנדערע אישוס מיט צווייערס.

"לב אחד" איז צירוק ערשינען אויף די ארענע קען מען אים אויך בעטן ער זאל זיך בודק זיין, רב לב האט זיך שוין אויסגעדרוקט אז די צווייערס זענען נישט אזוי "דינאמיש"

אזוי צו אזוי איז פשוט אז אראפקוקן אויף אנדערע איז א שלעכטע נאטור. בכלל די גאנצע TYPOLOGY סיי אניאגראם סיי MBTI זאגט אפשר וואס אינזער נאטור איז אבער מיר זענען מחויב צי ארבעטן אויף אונז והאדם לא נברא אלא לשבר את הטבע.

אויב פינעווער קוקן אראפ אויף זיבענער, און זיבענער קוקן אראפ אויף איינזער און איינזער אויף פירער וכו איז דאס די גרעסטע הוכחה אז די שוואכקייט ליגט ביי דעם וואס קוקט אראפ, והא ראיה אנדערע האבן בכלל נישט קיין פראבלעם מיטן איינזער אריינגערעכנט דער פינעווער וואס קוקט מיר אראפ. אויב אזוי איז דאס וואס איך קוק עם אראפ א רעזולטאט פון מיין שוואכקייטן
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דערבארומדיגער האט געשריבן:די סטרעס פוינט פונעם פירער זענען די צווייערס, נשמה זיי זיך בודק צו די קוקסט אביסל אראפ אדער די האסט אנדערע אישוס מיט צווייערס.

ENFP פירער זענען אין קאנפליקט מיט צווייער, אזאנע צווייער וואס זענען עקסטראווערד פילינג. און די סיבה איז ווייל אינטראווערד פילינג זעען דעם צווייער'ס עקסטראווערד פילינג אויבערפלעכליך. נישט מקושר צו וואס דער פירער פארשטייט אלץ די אוטענטישע "איך". "בארואיג דיך, בארואיג דיך, זיי נישט פאלש, אינעווייניג פילסטו נישט אזוי ווי דו מאכסטעך אינדרויסן". פירער שפירן אזוי. ביסט גערעכט. אבער ס'מיינט נישט אז דער פירער איז - אביעקטיוו געקוקט - גערעכט. דער צווייער האט נישט געזאגט אז ער פילט אזוי אינעווייניג. ער ריאקט צו די געפילישע פאקט וואס ער זעהט יעצט אינדרויסן.
איך גלייך נישט די שטרענגקייט און איינרעדענישן פון איינזער
די פאנקציעס פון א ISTJ איז די ערשטע: אינטראוועד סענסינג. סדר היום. און א איבערצייגעניש אין די אייגענע שיטות וואס איך האב קלאר געזעהן און געהערט - מיט מיינע אייגענע אויערן און אויגן - אינעם עבר. און אזוי דארף מען טון!!! געדענק ער איז א J. (און דו פארטראגסט עס נישט) די צווייטער איז עקסטראווערד טינקינג. איז, אלעס ארבעט מיט לאגיק. דער ISTJ אדער איינזער, אדער זעקסער מיט פינעווער פליגל, איז איבערצייגט אין זיינע שיטות וואס ער אליין האט מיטגעלעבט אין זיין עבר,

(און דערבארומדיגער אלץ א ENFP וויל אים זאגן: "איך האלט נישט ביים לעבן אין אזא שארף-באקסעדיגע וועלט, און איך ווייס אז ס'איז נישט אזוי, לאז פלאץ פאר שעפערישקייט, לאז פלאץ, וועגן אפשר וויל איך ארויסבויען א שטוב, נישט אז איך גיי ארויסבויען, אבער לאז די געלעגנהייט איך זאל קענען "טראכטן" פון די מעגליכקייט פון ארויסצובויען. און בכלל, דאס אליין אז איך האב א געלעגנהייט, מאכט מיך אזוי בעסער שפירן. לאז אפאר ליידיגע פאפיר וואו צו שרייבן מיינע אייגענע נאטיצן, נישט אז איך גיי דארט שרייבן מיינע נאוטס, אבער איך שפיר בעסער מיט א ספר וואו איך האב די מעגליכקייט צו שרייבן דארט זאכן.")
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מיטוואך יולי 18, 2018 3:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

ISTJ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איך שרייב עס נאך. בתוספת נופך משלי. חחח
ISTJ זענען ווארשיינליך זעקסער'ס מיט א פינעווער פליגל אלץ די S אויס. אדער איינזערס. אדער פינעווערס אלץ די Te אויס.

זיי האבן ליב צו זיין אקאונטעט. אדמיניסטרעטער אפיס. אפיס ארבעט. אינשורענס. רואיגע ריאל עסטעט. טעקס ריטורן. פראגרעמערס. מאכן וועב סייטס. זיך רואיג דרייוון א טעקסי. שלייפן דיימאנטן. אויסלערנען עקסערסייז. ארבעטן אדער אליינס האבן א שטילע איינגענעמע גלעזער סטאר. האבן א איידעלע פארמאסי, אדער אפשר ארבעטן דארט. ספרים סטאר ארבעטער.

ISTJ קענען באשטיין צו ארבעטן אונטער איינעם, און ביי זיי איז א דעדליין זייער אן ערנסטער זאך. זיי האבן אבער ליב א סטאבילן פלאץ וואס מ'ווייסט פונקטליך וואס מ'האט צו טון. און אויך איז זיי גרינגער ווען זיי דארפן נישט ארבעטן מיט געפילן. אדער זיך באציען צו יענעמ'ס געפילן.

ISTJ קענען שווער ארבעטן מיט גרעפיקס. זיין א פיקטשער מאכער. שרייבן דשורנאליסטישע ארבעט. מוזיק. א פלאץ וואו דארף אויפנעמען געסט. אויפהייבן טעלעפאנען. קאסטומער סערוויס איז זיי שווער. א נערסרי רבי איז זיי שווער צו זיין. זיי האבן ליב מער לאגיק. און צום זאך.

המשך יבא אי"ה.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

נשמה, עני רעקמאנדאציעס פאר (INTJ? (5w6
א דאנק
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פארשער האט געשריבן:נשמה, עני רעקמאנדאציעס פאר (INTJ? (5w6
א דאנק

איך קען דיך געבן בערכ'דיגע איידיעס וואס א INTJ וואלט ליב געהאט און געפילט ווי "wow דעס האב איך געוואלט טון. נישט קיין חילוק ווי שווער אבער וואס קען מען טון מ'דארף דאך ארבעטן פאר פרנסה". דו זאלסט אויפקומען מיט א וועג וויאזוי צו שטעלן באדשעטס אין פלאץ. נאכזוכן וועלכע אייטעם ס'וואלט געלאפן די בעסטע אויף די מארקעט. ארכיטעקטור. א שרייבער וואס שרייבט זיינע טיפע אנטדעקונגען אין א געוויסע פעלד. קאמפיוטער פראגרעמער. דו וואלסט דיך געוואלט טרעפן אין פעלדער ווי למשל, "קום מיר אויף מיט א וועג וויאזוי צו מאכן ווייניגער ענגזייעטי ביים ציבור". כאפסט?

דו האסט ליב צו אנאליזירן, דערגיין, פארשטיין, ארויסהאבן, זייער טיף, די טיפסטע, די פעלד וואו דו ווילסט ארבעטן, און בעיקר אויפקומען מיט א וועג וויאזוי צו סאלווען די פראבלעם. דו ווילסט נישט ארבעטן מיט מענטשן וואס דו קוקסט אן ווי "נאראנים". (נישט אז זיי זענען אביעקטיווע נאראנים) א פלאץ וואו מ'קען נוצן די כוחות וועט דיך באפרידיגן. דו וואלסט געקענט באשטיין צו פארקויפן אויף עמעזאן, נאר אויב עס איז אינוואלווד דערין דיינע אנאליטישע כשרונות. אבער נישט דאס עצם פארקויפן. נאר דו זאלסט זיין דער וואס קוקט און ליינט דיאגראמן און סטאטיסטיקס וועכע אייטעם ס'לויפט די בעסטע. און פארקויפן בפועל זאל א צווייער. אזוי פארשטיי איך.

די פאלגענדע זאכן וואס דו גייסט ארבעטן גייסטו פילן "אזוי שווער איז צו ארבעטן פאר פרנסה?"

אויפהייבן טעלעפאונען, מאכן פאון קאולס. אויפנעמען מענטשן אין א האטעל, אנקאלן מענטשן אז דו קענסט זיי פארקויפן אן אייטעם, א ספרים סטאר פארקויפער. א פלייש האקער. א באס דרייווער. ארבעטן ביי א רעדשיסטער. זיין א קינדערגארטן רבי. זיין א משגיח כשרות. פאקן באקסעס. וועלגערן מצות. קראכן אייער. דרייווען א טעקסי. שניידן מייערן. מאכן סענדוויטשעס אין א טעיק אוט. א באס רבי. א צווייטער וואלט זיך מחי' געווען נאר מיט דעם, אבער די סיבה פארוואס דו האסט עס נישט ליב איז, ווייל וואסערע כוחות דייניגע קענסטו נוצן. דו ווערסט אומבאקוועם. און דו פילסט אז דו ארבעטס.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג יולי 19, 2018 9:39 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

יישר כח.
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

מ'קען לכאורה נישט מאכן א 'אניאגראם' טעסט, אבער א קאליר טעסט יא, גענומען פון אנדערע אשכול, עס זעהט אויס צו מאכן סענס, אבער עס ענפערט אייביג אנדערש
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

אויפגעפרישט האט געשריבן:מ'קען לכאורה נישט מאכן א 'אניאגראם' טעסט, אבער א קאליר טעסט יא, גענומען פון אנדערע אשכול, עס זעהט אויס צו מאכן סענס, אבער עס ענפערט אייביג אנדערש

https://www.eclecticenergies.com/enneagram/test
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

פירערס זענען ווארשיינליך אינטראווערד פילינג'ס. ISFP, INFP, INFJ, ENFP, INFP, די אלע קענען זיין פירערס.

א INFP קען אויך זיין זעקס, ווייל זיין דריטע פונקציע איז Si. איך פארשטיי אז אויב INFP איז א זעקסער דארף ער זיך שנעלער טרעפן א פרנסה. איך פיל ביי מיר אז פירערס טרעפן זיך עפעס שווער א פרנסה. פארוואס? טראכט איך, ווייל זיי פרעגן זיך אפ יעדעס מאל ס'קומט זיי ארויף א גוטע איידיע. ס'דא ב"ה עצות פארדעם. א INFP איז אים לכאורה נישט אזוי שווער ווי א ENFP א פירער. אבער איך ווייס נישט.

INFP אלץ פירער דארפן נישט די געלט אלץ די סיבה פארוואס צו ארבעטן. אדאהאן האט שוין געשריבן דערפון. אויב ס'איז א פרנסה וואס האט נישט מיט זייער פערזענליכע זאך וואס זיי שעצן, (שעצן מיין איך צו זאגן, ווען דו - אלץ פירער - זעהסט א תפילין/טלית בייטל, טראכסטו, "האב איך עס ליב, איך שעץ עס? ס'איז מיין טעסט?", אדער איך וואלט עס געמאכט שענער, (דהיינו, NE, אז איך זאל עס קענען שעצן, אז ס'האט מיין פערזענליכע וועליו?" דאס מיין איך צו זאגן שעצן) וועלן זיי עס נישט וועלן טון גערן. די NE און די FI וואס איז אין די צוויי אויבערשטע פון זייער פאנקציעס טרייבט זיי, און מאנט זיי, אז זיי זאלן טון וואס זיי ווילן באמת. א ENFP א פירער איז אויך די זעלבע זאך.

א פירער האט אבער א פראבלעמען, איינס, ער קען נישט ארויסרעדן פאר זיינע רעכטן. "איך וויל זיין דאס און דאס!". ס'איז אים שווער. ער וועט וואקלן. נאך אזאך און איך האב עס שוין אויבן געשריבן, א פירער פרעגט זיך אגאנצן צייט אפ. איך רעד פון INFP אדער ENFP פירערס. די NE און די FI איז ווארשיינליך די גורם.

אויב איינער, א שטארקער מענטש, קומט צו א פירער און זאגט אים ווי פאלגנד: "דו גייסט זיין א גרעפיקער". און ער איז אים מחזק. ער שטיצט אים מיט ווערטער. האט ער געטון א טובה פאר א יוד. איך גיי נישט אריין צו גרעפיקס איז יא גוט צו נישט. דאס קען מען שוין פרעגן יעדערער זיין ערליכער יוד. איך רעד פון אויב ס'איז יא גוט, און ער איז אים מחזק, טוט ער א מצווה. א פירער דארף חיזוק. מער ווי א זעקסער. א זעקסער זוכט זיך שוין זיין חיזוק.

אויב מ'טרעפט א פירער, און מ'איז אים מחזק, און מ'זאגט אים "דו קענסט זיין א מלמד!" "דו קענסט יא!!!" איך וועל דיך אויסלערנען. איך רעד נישט פון א פירער וואס האלט נישט ביים הערן וואס דו זאגסט אים. איך רעד פון פירער וואס דארפן דעם שטופ, און ווען דו געסט זיי עס, געב און געב, ווילאנג דו זעהסט ב"ה אז יענער איז פעסט געשטעלט. זאג נישט פאר א פירער" "אפשר גייסטו דרייווען א טעקסי?" "באקומסטעך דיין וועידש..." זאג עס אים נישט. ער ווייסט אז ער קען דרייוון א טעקסי! ער ווייסט אבער אויך וואס דו ווייסט נישט. לב יודע מרת נפשו.

ס'שווער אויסצורעכענען וואס א פירער קען אלץ טון פאר פרנסה. איין זאך, נישט דרייווען א באס. דו ווילסט איינער זאל דיר עס זאגן, אמת? אויב דו ווילסט יא דרייוון א באס, געזונטערהייט. איך וויל דיר נאר זאגן, אז אויב דו פילסט ביי דיר אז ס'קומט ארויף אלע נישט גוטע געפילן ווען דו זעהסטיך אין דיין דמיון דרייוון א באס, זיי וויסן אז ס'קומט פון ערגעץ, און הער אויף דיך אפצופרעגן. דו האסט רעכט צו קוקן אויף דיינע געפילן! דו האסט רעכט צו וועלן זאכן! דו ביסט נישט מצליח, ווייל דו רעכנסט דיך נישט מיט דיך אליין. נאום ה'. (דהיינו, אז דער אייבערשטער וויל אז דו זאלסט דיך פאררעכטן)

אין דיינע חלומות ווייסטו זייער גוט וואס דו קענסט אלץ זיין. אין דיינע חלומות ווייסטו זייער גוט ווי גוט וואלסט געקענט א געוויסע ארבעט. אבער דא קומט אריין דיין NE FI און זאגט: זרח, הער אויף, דו קענסט נישט! גענומען און אפגעוואנדן! דערפאר זאג איך דיר טייערער פירער, אז איך ווייס נישט צו איך גיי האבן פון דעם וואס איך גיי דיך שרייבן וואס דו קענסט אלץ טון פאר פרנסה, ווייל דו ווייסט עס אליין! דו פרעגסט דיך פשוט אפ.

איז אויב דו פרעגסט מיך, "וואס קען איך טון פאר פרנסה?" די תירוץ איז. "הער דיך אויף אפצופרעגן". דו ווייסט זייער גוט וואס דו ווילסט, און דו ווייסט זייער גוט וואס אין די גוטע צייטן קומט ארויף וואס דו קענסט. איך קען דיך שרייבן וואס דו זאלסט נישט זיין.

יעדע זאך וואו ס'איז נישט דא קיין מעגליכקייטן צו געבן פון דיינע איידיעס וויאזוי מ'קען עס מאכן בעסער ווי עס איז. וויאזוי מ'קען עס מאכן אז דו זאלסט עס מער ארויפקוקן אלץ א זאך וואס דו האסט ליב. וויאזוי מ'קען מאכן אז דו זאלסט עס מער שעצן. למשל, איך האלט אז פירערס וואלטן געקענט באשטיין צו נייען זייערע אייגענע תפילין/טלית בייטלעך יעדע אנדערש, און פארקויפן. זאלסט וויסן אז גרעפיקס איז ממש א ברכה פאר א פירער. ממש א ברכה. צאמשטעלן ספרים וואס ער וויל, נישט וואס יענער האט אים געבעטן, איז ממש א ברכה. א פירער קען נישט שטיין אין טאפ פון די פאפירן וואס פאדערט צו לויפן א ביזנעס. א פירער קען נישט אדווערטייזן. א פירער איז שעפעריש.

פארוואס קען א פירער נישט זיין קיין עלעקטערישן? ווייל "וואס קען מען בעסער מאכן?" דעם זעלבן דשאב נאכאמאל און נאכאמאל??? דער פירער גייט אראפ פון זינען ווען זיין NE FI מאנט אים, "טו עפעס מער". "איך וויל נישט אנאליזירן, איך וויל אויפקומען מיט איידיעס וויאזוי מ'קען עס מאכן בעסער, אז איך זאל עס מער שעצן!" "איך האלט נישט ביים מענעדשן, איך וויל אויפקומען מיט מיינע איידיעס וויאזוי מ'קען מאכן זאכן בעסער". "איך האלט נישט ביים בויען! איך וויל אויפקומען מיט איידיעס וויאזוי מ'קען מאכן זאכן בעסער". (מער שעצונג)

פירערס זענען זייער גוט פאר "פסיכאלאגן". די פראבלעם איז, "גיי לערן דיך פסיכאלאגיע". אבער פסיכאלאגיע מוז נישט זיין דוקא פסיכאלאגיע. ס'קען זיין צולערנען מיט קינדער! פארוואס? "איך קום אויף מיט איידיעס, וויאזוי דעם קינד אויפצוהייבן! מיינע ארגינאלע איידיעס. פירער, דו ביסט דער וואס קען שאפן איידיעס מיט וואס פירערס קענען ארבעטן. נאר דו פרעגסט דיך אפ אגאנצן צייט.

איך האב אמאל געטייטשט, ואנחנו לא נדע מה נעשה = מיר ווייסן נישט וואס צו טון, כי עליך עינינו = ווייל מיר ווילן אז דו זאלסט עס טון. און דערפאר דארפן מיר חזר'ן אז דער אייבערשטער טוט אלעס. אבער א פירער דארף זיך לאזן העלפן ווען ס'קומט צו זאכן וואס האבן נישט צו טון מיט "מאכן זאכן בעסער". ווי למשל אדווערטייזמענט. באדשזעט פון די ביזנעס. אויסשטעלן די ביזנעס! דאס אלעס באלאנגט נישט פארן פירער. א פירער דארף איין זאך. קריעטיוויטי. אלע איבעריגע זאכן באלאנגט נישט פארן פירער צו טון. ער בעהט נישט די געלט! א פירער קען נישט בעטן געלט. "ווילסט עס פאר צוויי הונדערט דאלער ביליגער? איך געב דיר עס! ער שוינט!

א פירער דארף איין זאך, זיצן און מאלן. זיצן און מאכן די גרעפיקס! זיצן און צולערנען מיט די אינגעל! אדער בחור! דאס מיינט נישט אז מ'דארף זיך נישט צולערנען וויאזוי מ'לערנט מיט בחורים. געט א קוק "קינדליין". איך האב נישט קיין אהנונג ווי זיי שטייען פינאנציאל. אבער ביז פאר א פאר יאר צוריק איז נישט געווען אזא זאך ווי קינדליין. "קינדליין? וואס מיינט עס?" לאמיר זיך פארשטעלן אזא מעשה.

א פירער טראכט ביי זיך "wow, ס'וואלט געווען א גוטע איידיע צו מאכן פאר קינדער אזא אויסגאבע..." און ער טראכט און חלומ'ט ווי גוט ס'וואלט געווען..., קומט מיסטער "אפפרעגער" וואס איז אסאך מאל א נביא שקר זיך מאכנדיג אז ער קומט פון השי"ת אליין. "נע, ווער זאגט דיך, לאז דיך אפ, גיי שוין, דו גייסט קיינמאל נישט קענען, לאז...

ווער איז געווען גערעכט? דער וואס האט געטון צום זאך!!!

אזוי דרייען זיך ארום פירערס מיט איידיעס, מיט זאכן, אבער "איך קען נישט!!!" אנשטאט צו טראכטן "ווער איז "איך"?" וואס הייסט "איך קען נישט"? איינער זאגט אז דו קענסט? דו קענסט טאקע נישט! אפילו מאכן זיכער אז דיינע נקבים וחלולים זאלן זיך אויפמאכן אין צייט וכו', דאס קענסטו אויך נישט. ווער איז דאס, "איך" קען נישט? מי שם פה לאדם? ס'האט עפעס מיט דיינע כוחות אפילו? הייב דיך אן פארלאזן אויף השי"ת! זעה איין, אז דו קענסט גארנישט... גארנישט... אבער ווער געט דיך כח צו טראכטן. דער אייבערשטער. בעהט אים. רעד צו אים. טראכט מיט אים. ער איז דא פאר דיר. ווילאנג דו ווייסט ביי דיר אז ער טוט, נישט דו.

איך זאג נישט, ביי די אלגעמיינע, טרעפן זיך פירערס שוין לאנג וואס צו טון. זאכן וואס ביי אונז יודן איז אזוי. נו. למשל: פילם פראדוסער. א ריזן ביזנעס. וכו'. אבער מיר יודן זענען נישט באגרעניצט. אסאך איידיעס זענען געווארן פאר'חומר'ט אין די לעצטיגע יארן. קינדליין. מעלות. מאמענט. נר מצווה. זאכן וואס איינער קען טראכטן "וויאזוי איז מען זיך באגאנגען פארדעם?

והשם הטוב יעזור. המשך יבוא אי"ה
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ס'דא א סך מאל ווען א פירער, צו אן אנדערער טייפ פאר דעם נושא, טרעפט זיך מיט אן ארבעט וואס ער קען עס נישט אויספירן בשלימות אזוי ווי מענטשן זולתו וואס קענען יא, און ער שטרענגט זיך אן, און ער ווייסט אפילו נישט. למשל, לאמיר זאגן אז אזא ENFP פירער טרעפט זיך שטיין ביי א רעדשיסטער, און ער דערזעהט זיך אז עפעס גייט אים עס היפש שווערליך. זיין קאפ לויפט אגאנצן צייט אוועק. וואס לויט ווי איך טראכט לויפט אוועק די קאפ, (די עצה איז לכאורה זיך אויסצולערנען צו לעבן אינעם הווה) פונעם NE פונקציע זיינעם, דאס הייסט דער ENFP (אדער ENTP ביידע האבן NE אין זייער ערשטע הויפט פונקציעס.) יעצט, די NE וויל מאכן א חידוש. דאס וואס איך שרייב קען לכאורה אויך זיין שייך צו INFP, וואס האט NE אלץ די צווייטע פאנקציע.
NE.jpg
NE.jpg (40.78 KiB) געזען 2044 מאל


לדוגמא ווען א NE זעהט דעם בילד טראכט ער נישט - נאר - פון וואס ער זעהט מיט די אויגן, נאר באלד אויף די רגע, פרובירט ער זיך פארצושטעלן "וואס דאס קען אלץ מיינען. אויף וואס ווייזט עס. וואס לערנט עס מיך, ". ער פרובירט צו פארשטיין וואס עס איז געווען די כוונה פון דער וואס האט עס געמאכט. ער פרענגט ארויף אין זיין קאפ אלעס וואס ער ווייסט שוין, וואס קען האבן שייכות צום דעם אביעקט וואס ער זעהט יעצט. צו פרובירן כאפן וואס דאס מיינט ארויסצוברענגען. נישט נאר אז דאס פרובירט זיך אים צו פארשטיין, נאר ער זעהט מיט זיין דמיון אין קאפ, זעהט ער שוין זיין פארגעשטעלטע מיינונג וואס דאס קען אלץ מיינען. דאס איז וואס ער זעהט. ער זעהט אבער נישט די טרוקענע אביעקט. ער זעהט נישט 'סתם א באלי מיט צוויי זאכן אין די זייטן'. סתם דאס וואס דו זעהסט. ס'קען טאקע זיין אז ס'האט באמת נישט קיין שום מיינונג. סתם א באלי! א סענסעט וועט עס זעהן "סתם א באלי, ווער זאגט אז ס'מיינט עפעס"? וואס איז דא צו זעהן דא? אבער א NE, וועט זעהן די מיינונג פון די זאך. יעצט, זיין קאפ לויפט אוועק. זיין קאפ לויפט אוועק פון די פשוט'ע טרוקענע אביעקט, און עס לויפט טראכטן די מיינונג פון די זאך.

יעצט, לייג צו געפילן וואס דערפאר איז ער א פירער. וועט דער ENFP, אדער אויך די INFP, נישט נאר זעהן די מיינונג "הונטער" דעם אביעקט, נאר דאס וועט אויפוועקן זיינע געפילן וואס האבן לויט אים שייכות צו דעם. און די מיינונג וואס ער געט (און איך רעד פון א ENFP, און נישט פון א ENTP,) וועט אים נאך מער איינזינקען אין זיינע געפילן. יעצט, ווען דער ENFP, פירער, ארבעטן ביי א רעדשיסטער, וועט ער דאס האבן ביי יעדע אביעקט וואס קומט פאר זיינע אויגן. און ביי יעדע זאך וואס ער הערט מיט זיינע אויערן. דאס מאכט אז זיין קאפ זאל אים זיין אנדערש ווי וואס ער זעהט מיט די אויגן, און אנדערש ווי וואס ער הערט. ער זעהט נישט די מענטשן, די באקסעס, די קאפס, די ציקער, זיין קאפ און זיינע געפילן זענען שטארק פארנומען מיט די מיינונגען הונטער די אלע זאכן. יעדע ENFP, לויט ווי איך פארשטיי, א זיבענער ENFP, און א צווייער ENFP, און א פירער ENFP, וועט זיין די זעלבע זאך.

יעצט, נעם אוועק זיין כח צו האבן סדר. זיין כח צו נאכפאלגן א פלאן, א מהלך, זיין סענסעט איז די ווייניגסטע ביי אים. די פערטע אין די רייע. זיין כח צו זיין דאהי און טון וואס מ'דארף, געדענקען וואס מ'האט אים געהייסן, און טון לויט וואס מ'האט אים געהייסן, איז זייער שוואך. און ער פילט אז ס'איז שוואך. אבער ער כאפט נישט אז ער קען נישט. ער שטרענגט זיך אן. אזא מענטש באקומט גרייטליך א לעבל ADHD, ער גייט צום דר. נעמען מעדיקעשאן, און וכו'. אפילו די ENTP, וואס האבן ADHD איז ווארשיינליך די סיבה, די שוואכקייט פון די Si, וואס דאס איז די פערטע אין די רייע.

אין די זייט נעבן אים שטייט א זעקסער אדער א איינזער, א סענסעט. און יענער איז דאהי, פראקטיש, מאכט ארדערס, און ער דער ENFP, דארף אגאנצן צייט צוריקברענגען זיין אטענשאן פון ערגעץ. איז עס אטענשן דעפיציט? און נאכדעם ווען ער ליינט א ביכל וואס דארט קומט אים גוט צונוץ זיין NE, וועט ער אוודאי זיין דאהי, פלוצים קען ער זיך גוט קאנצענטרירן. ער וועט זיין דאהי? עה. ער איז אלעמאל ביי די "וואס מיינט עס"... דארט ביי די מיינונגען איז ער פיין שטארק קאנצטענטרירט. ביי די מיינונגען יא.

סאו, שטיין ביי א רעדשיסטער איז מעגליך פאר אזא פירער? ס'איז מעגליך. נאך דערצו ווען ער וויל זיין א 'וואוילער'. ווייל פירער קענען זיך נישט שטעלן אז ס'איז אומבאקוועם עפעס. אז יעדער טוט עס, מן הסתם דארף מען. דאס איז אויך די סיבה, און זייער מעגליך אז איך האב עס שוין געשריבן, דאס איז די סיבה פארוואס פירערס, ENFP אדער ENTP לכאורה. קענען נישט אויסהערן קיין שיעור ווען זיי זענען יונג. זיי הערן עפעס אנדערש ווי דאס וואס דער פארלערנער זאגט. און אויב ס'געלונגט זיי יא אויסצוהערן, שטרענגען זיי זיך פיין אן. און זיי ווייסן ניטאמאל. ווען מ'רעדט צו אזאנע פירער דארף מען האלטן קאפ, צו רעדן צו זייער "מיינונגען" אז ס'זאל אויסקומען אז זיי זאלן הערן וואס ס'ליגט אונטער די ווערטער וואס ווערט געזאגט. זיי הערן די געפיל וואס ווערט געזאגט.

יעצט, קומט אויס, אז א פירער קען צולערנען מיט קינדער. א פירער קען טון אסאך ארבעט. המשך יבוא אי"ה.

והשם הטוב יעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג יולי 26, 2018 9:57 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

יעצט, קומט אויס, אז א פירער קען צולערנען מיט קינדער. א פירער קען טון אסאך ארבעט. המשך יבוא אי"ה.

והשם הטוב יעזור
__
הצלחה
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איך רעד פון פירער ENFP, אבער ס'קען זיין אויך INFP, עכ"פ. פירערס זאלן וויסן אז די סיבה פארוואס זיי קענען זיך נישט צופּאסן צו א ארבעט איז נישט נאר וועגן זיי האבן געפילן, נאר אויך ווייל זייער Si איז די ווייניגסטע ביי זיי. און פארשידענע בָּבֶל ארבעט. (בבל מיין איך צוזאגן, אזוי ווי נאך די מבול האט אלעס דארט אריינגערינען, אזוי איז דא ארבעט, וואס דארט רינט מען אריין, נישט ווייל ס'איז נישט עוועליבל בעסערע) לויט ווי איך פארשטיי יעצט. Si איז עס אזוי: למשל למה הדבר דומה, מ'נעמט א מענטש און מ'זאגט אים, איך שיק דיר א שליחות צו א געוויסע ביהמ"ד וואס דארט איז מיין ספר תורה, און דו זאלסט מיר עס ברענגען. זאלסט וויסן אז ווען דו קומסט אריין אין די ביהמ"ד דארפסטו שמעקן א געוויסע סארט גערוך פון לעמאן. און איך גיי דיך יעצט געבן דעם שמעק וויאזוי ס'שמעקט... שמעק עס... גענוי אזא גערוך דארף האבן יענע פלאץ. געדענק עס גוט.

וויבאלד ס'דא דארט אין די געגענט אסאך פלעצער וואס האבן אזא גערוך, וויל איך דיר זאגן, אז דו דארפסט דארט זעהן נאר רויע האלצערנע טישן, און פשוט'ע בענקלעך. נישט בענק, אייזערנע צאמלייג בענקלעך. און ער ווייזט אים א בילד, 'זעהסט עס אזאנע טישן דארפן דארט זיין, און אזאנע בענקלעך'. קריץ דיר עס איין. ווען דו קומסט דארט אריין בערך ניין אזייגער אווענט, דארפסטו דארט זעהן צוויי מענטשן וואס לערנען מס' סוטה, איינער מיט א הויעכע ביבער היט, און איינער א שטאפן היט. איינער איז א הויעכער, מיט א קליין שווארץ בערדל. און איינער א נידעריגער. דו דארפסט דארט זעהן א טשילאר וואס איין באלב איז אויסגעברענט. די באלב איז אלעמאל אויסגעברענגט שוין די לעצטע צוואנציג יאר... ווען דו קומסט אריין וועסטו הערן עפעס א קול פון א מאשין וואס ארבעט דארט אין די אויערן אריין.

און אויך זאלסטו וויסן אז די ספר תורה ליגט נישט אין ארון הקודש, נאר ס'ליגט אין א טיפערע שטוב וואו ס'איז שטאק פינסטער, דו גייסט מוזן גיין לויט ווי דו האסטעך צוגעוואוינט, פינף טריט, און א דריי רעכטס, דערנאך, צעהן טריט, א דריי לינקס, פינף סטעפס אראפ, טאפ מיט דיין האנט וועסטו פילן די סעיף.

עכ"פ, ווען דער מענטש קומט דארט אריין די ערשטע רגע נוצט ער (לויט ווי איך פארשטיי יעצט) זיין Si. ער נעמט די אינפארמאציע וואס זענען פון זיינע פינף חושים אוועקגעלייגט געווארן, און ער פירט זיך לויט דעם. ער גייט דעס נאך. ער געט א קוק צו ס'שטומט מיט וואס ער האט אין זיינע זכרונות. און פונקט לויט דעם באגייט ער זיך מיט די מצב וואס ער באגעגנט. דאס איז די סיבה פארוואס Si, האבן א סדר היום. נישט נאר א סדר היום, נאר יעדע זאך ווערט איבערגעטון אויפן זעלבן אופן, נאכאמאל, און נאכאמאל, און נאכאמאל, און נאכאמאל, און נאכאמאל. והוא תהלתיך. דאס איז זייער חיות. דאס איז די וועג וויאזוי ער געט זיך אן עצה מיט די וועלט. "איך גיי מיך איינ'חזר'ן א געוויסע מהלך, און דאס גיי איך טון זיך אן עצה צו געבן מיט די וועלט וואס איך באגעגן". אויב איך גיי קומען אויף א פרעמדע פלאץ, גיי איך פרובירן די מערסטע די זעלבע מהלך וואס איך האב שוין ביי מיר. איך גיי טרעפן דארט, "וואס איז מיר יא באקאנט דא. מיט וואס איז עס יא גלייך צו וואס איך ווייס פון די וועלט מיט מיינע פינף חושים?"

דאס עפענען די טלית בייטל יעדן טאג די זעלבע, דאס ווערט געטון אונטערבאוואוסטזיניג. ער שפירט צו ער טוט די פעולה אזוי ווי ער שפירט אז ס'ווערט געטון יעדן טאג. ער דארף נישט טראכטן צו טון וואס מ'דארף. ער דארף נישט טראכטן זיך צו האלטן צום פלאן. דו פירער, אויב דו ווילסט זיין מסודר, דארפסטו יא טראכטן. און מיט דעם אלעם איז עס יענע סדר. און דאס איז וואס מאכט דיך אזוי "צעקלאפט".

ווען מ'זאגט פאר א Si דו דארפסט דאס און דאס טון. געדענקט ער עס. ס'קומט אים אן נאטורליך. ער איז דערביי פון זיך אליין אָן דארפן צולייגן אפילו א טראפ מחשבה. האקן פיש נאכאמאל און נאכאמאל? וויאזוי דארף מען עס האקן? אזוי? פיין. ער קען עס טון נאכאמאל און נאכאמאל, און נאכאמאל. אן זיך ארויסגליטשן פון די טרעקס, אפילו בטעות. ער קען! איך רעד יעצט נישט פון סיפוק. ביטע פארשטיין, איך רעד פון די מעגליכקייט צו טון עפעס, און די אוממעגליכקייט צו טון עפעס. סיפוק דאס איז שוין א טיפערע סוגיא. איך זאג, אז ס'איז שווער פאר א פירער די אויפגאבעס פון Si.

א סענסעט קוקט זיך צו, וויאזוי דארף מען מאכן די סענדוויטש? אזוי? ער קען עס מאכן הונדערט מאל א טאג, דעס גייט צו די זעלבע זאך יעדעס מאל. אן טראכטן. דו פירער האסט גענוצט אויסטערליש אסאך מחשבה ווען דו האסט געמאכט די סענדוויטשעס, און דאס האט דיך ארויסגעשטופט פון ארבעטן דארט. האסט נישט געוואוסט פארוואס? עפעס פילט זיך נישט גוט דארט. "איך ווייס אליין נישט, איך האב עס נישט ליב" "פארוואס ס'איז געווען אזא גוטע דשאב?"

Si געט די סובסטענץ. ס'פארהארטעוועט. אזוי ווי די מעיל אין די ליקעריש. ס'האלט אין סטרוקטור. א פירער ENFP, און אולי INFP, איז צעפּלאַטשקעט. ליקוויד. אוודאי פילט ער זיך צוקלאפט. נישט אזוי ווייט ווייל ער האט געפילן, נאר מער ווייל ער פילט אז ער קען נישט, וואס ער פארשטייט אז ער דארף קענען. דער INTP קען נישט ווען ס'קומט אז ער מוז נוצן געפילן צווישן אסאך מענטשן. ער פילט די זעלבע צעבראכנקייט וואס דו פילסט ווען מ'זאל דיך צווינגען שטיין ביי א רעדשיסטער. די זעלבע צעבראכנקייט. א ENFJ פילט די זעלבע צעבראכנקייט ווען ער דארף נוצן קאפ, און מגדיר זיין צו פארשטיין וואס ס'קומט פאר ארום אים.

ס'צעטיילט אויף צוויי. איינס איז פארשידענע ארבעט וואס א פירער קען נישט גרינג טון. ווי האקן פלייש, דרייוון א באס. זיין א באס רבי און מכניע זיין קינדער. זיין אן ארבעטער מיט פאפירן. פאקן באקסעס. נישט ווייל ס'איז לאנגווייליג. (אזוי ווי ס'דאכט זיך אים) נאר ס'איז אים שווער. פונקט אזוי ווי ס'איז שווער פאר א INTJ צו באגריסן מענטשן וואס קומען צו זיין וואכנאכט און צו עסן געשמאק צוזאמען מיט'ן עולם. ס'איז אים שווער. ער פילט דאס וואס דו פילסט ווען מ'הייסט דיך מאכ'ן פסח'יג די ספרים. ס'פעלט פון א enfp אדער infp די נאטורליכע אונטערבאוואוסטזיניגע GPS. מ'דארף טראכטן: "וואס דארף איך נאר יעצט טון???" פונקט אזוי ווי דער ENTJ וואלט געפילט ווען ער מוז ארבעטן אלץ א גרעפיקער.

ס'דא זאכן וואס ס'שווער. "דו קענסט נישט? איך קען אויך נישט". "דו קענסט נישט דעס. איך קען נישט דעס." נישט יעדע מענטש קען פאקן ארדערס אין א גראסערי, און נישט ווייל ס'פאסט נישט, נאר ווייל ס'שווער. די פירערס וואס זענען צוקלאפט און צוזעצט זענען אזאנע וואס האבן זיך געטראפן ארבעטן אויף א פלאץ ווי זיי האבן נישט געקענט. עפעס א שטארקע אויפגאבע איז געווען דוקא דארט ווי זיי זענען די שוואכסטע. א ESFJ קען זיין א מלמד. פארוואס? ווייל די ערשטע איז ער א שטיק געפיל. סאו, ער וויל די טובה פון די קינדער. די צווייטע איז ער א סענסעט, סאו, ער קען נאכגיין א פון פאראויס געפלאנטער מהלך. א ESFJ האט א שטארקע כאראקטער צו האלטן קאנטראל ווייל ער איז א J. איך זאג נישט אויף למעשה. איך רעד טעארעטיש. מ'דארף אליין קוקן צו מ'קען טאקע.

אבער ס'דא טייפס וואס ס'פעלט זיי אויס איין פונקציע וואס זיי קענען נישט. נאכאמאל, די סיבה פארוואס א פירער ווערט צובראכן אין א געוויסע דשאב איז נישט אזוי ווייט געפילן, ווי דאס אז ס'פייניגט אים "איך קען נישט האלטן סדר"... ס'איז די מצב וואו עס פאדערט זיך צו האלטן און נאכפאלגן א סדר וואס ליגט אוועקגעלייגט אין קאפ וואס ער קען נישט צושטעלן וואס דאס צעברעכט אים. און דערפאר זאגט מען אז ENFP האבן נישט ליב צו ארבעטן אין א קאנטראלד סביבה וואס מ'מוז טון פונקטליך וואס מ'האט פון פאראויס אפגעשמועסט. אוי ווערן ENFP צובראכן ווען מ'זאגט זיי "אז מ'דארף טון ווי מ'האט אפגעשמועסט". זיי ווייסן אז דארט זענען זיי שוואך.

די רגע א INTP דארף שמייכלן צו קוסטומערס. "נישט אזוי שמייכל... פליז... מיט ווארימקייט..." גייט ער פילן די זעלבע אומבאקוועמע צעבראכנקייט וואס דו ENFP האסט געפילט ווען דו ביסט געווארן פארלוירן אויף א רגע "אוי וואס דארף מען נאר יעצט טון... איך האב פארגעסן... אה... כ'האב מיך דערמאנט..." וואס מיר דרוקט איז: וואס איז די סיבה פארוואס פירערס זענען אזוי אינדרויסן פון די סיסטעם? וואס איז די סיבה פארוואס זיי זענען די וואס דרייען זיך ארום אזוי נישט קענענדיג זיך טרעפן א פאסיגע ארבעט, אין די צייט וואס זיי זענען די וואס האבן איידיעס. און זיי זענען די וואס אין געוויסע פעלדער זענען זיי די וואס קענען.

צו קען מיר איינער מסביר זיין, פארוואס פירערס זענען נישט אין די פעלד פון פסיכאלאגיע? און ניין, ס'האט נישט צו טון ווייל הונדערטער תירוצים. דא איז דא נאך עפעס. דאס איז א פון פירערס פעלט די J. ס'פעלט די עקשנות. אפילו איך זאל זיין דער גרעסטער אפגעריסענער בטלן אין פארשידענע אויפגאבעס וואלט איך אבער געקענט טון פארשידענע אנדערע זאכן. איך וואלט נישט געקענט? איך האב די כלים דערצו. מ'קען אדער מ'קען נישט. שטיין אין א גראסערי, קענסטו נישט! פאקן באקסעס, קענסטו נישט. אבער פארוואס רבש"ע איז דא זאכן וואס דו קענסט יא, און דו טוסט עס נישט? די תירוץ איז, "אהער, אהין, איך ווייס נישט, ווער זאגט, ס'גייט נישט גיין!". ס'דא זאכן וואס מ'טוט נישט געהעריג און די סיבה איז ווייל מ'קען נישט. אזוי ווי דער יונגעלע וואס קען נישט ליינען געהעריג. און ער פוילט זיך צו גיין אין חדר.

איך זאג דיר טייערער פירער, ווען דו זאלסט אויפשטיין איין טאג, און די גאנצע וועלט זאל זיך טוישן. פון היינט און ווייטער, אנשטאט זוכן דרייווערס פאר קאר סערוויס, אדער "מיר זוכן יונגעלייט צו קניפן ציצית". (וואס איז מיין אז סענסעטס קענען באשטיין דאס צו טוהן) זוכט מען מענטשן וואס זענען גרייט אויסצוהערן און מיטפילן מיט אנדערע, און פרובירן צו דערגרינטעווען וואס יענעם דרוקט, און פרובירן צו העלפן. וואלט עס דיר געווען שווער צו טון. איך רעד פון שווער צו טון? ניין. פאר דיר נישט, אבער פאר אנדערע יא. וואס איך וויל דיר ארויסברענגען איז, "ס'דא זאכן וואס דו ביסט דער וואס קען" און דו ביסט גאר דער וואס טוט עס נישט. טאקע צוליב דער זעלבער סיבה פארוואס דו קענסט עס יא. פארוואס? ווייל ס'פעלט די שטופ. ס'פעלט טראסט.

די וועלט איז צעטיילט! אויב איז דא פירערס, איז זיכער דא ארבעט אוועליבל פאר פירערס. די ארבעט וואס אנדערע האבן אוועקגעווארפן. דאס איז די ארבעט וואס פירערס קענען טון. א פירער טאר קיינמאל נישט טראכטן פון א ביזנעס וואס ער גייט דארפן אדווערטייזן זיין ביזנעס, אדער פון זיין דער וואס נעמט די געלט. אדער פון ארבעטן אין א פלאץ וואו עס פאדערט Si. די רגע דו ווייסט וואס דו קענסט בשום אופן נישט, גייסטו בהכרח אנהייבן צו פארשטיין וואס דו קענסט יא. די סיבה פארוואס דו ציטערסט נאר פון טראכטן פון ארבעטן אין א דעלי, איז ווייל לב יודע מרת נפשו. דו ווייסט אז דו ביסט נישט ווי אנדערע וואס קענען יא.

די וועלט איז ווארשיינליך אויסגעשטעלט, אז די שווערסטע וואס קענען זיך אן עצה געבן מיט די עוועליבל דשאבס זענען פירערס. אויב למשל א ISTJ טרעפט זיך אלץ א סטאר פארקויפער, איז העכסטנס ווייזט ער נישט געפיל פאר די קוסטומערס. נישט אזוי געפערליך. אבער די איבעריגע גייט חד וחלק. נעם סיי וועלכע פון די עוועליבל ארבעט וועסטו זעהן אז רוב כאראקטערס וועלן זיך שוין אן עצה געבן. א ESFJ וועט נישט פארפירן אויב ער איז א דעליווערי בוי. די איינציגע וואס פאלן ארויס זענען אונזערע פירערלעך. און נישט ווייל זיין קענען נישט, נאר ווייל ס'פעלט זיי די J

ווען פירערס זאלן זיך צאמנעמען און אויפקומען מיט ארבעט וואס איז גוט פאר די פירער פערסאנאליטי. א right brain סארט ארבעטס געלעגנהייט. ס'מוז דען זיין צרת ישראל אז פירער זאלן מצליח זיין?

איך געדענק א שטיק צייט צוריק איז נישט געווען אזוי אויפגעכאפט די ענין פון health food. איך ווייס אליין נישט. פלוצלינג איז דא א מארקעט דערפאר. פרויען גייען אויס צו קויפן די הונדערט פופציגע דאלערדיגע ווייטעמינען, און מ'נעמט עס יעדן טאג מיט אזא ליבשאפט און דאנקבארשאפט אויף די אויסטרעף פון ווייטעמינען. אדווערטייזמענט ארבעט. ס'איז נישט אז ס'איז נישט אוועליבל פאר פירערס. ס'איז אז ס'פעלט די שטופ.

אויך דארפן פירערס זיך עפענען דעם קאפ, און אנהייבן טראכטן ברייטער. עמער נאך רעדן והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ס'דא אן אדווערטייזינג דא אויף אייוועלט פון איינעם יעקב נפתלי ראזנבערג. איך ווייס נישט אלעס, אבער איך גלייב אז די ענטפערס וואס די זוכסט ליגן ביי דיר.

בקיצור המעשה. איך געדענק ווי א ESFJ האט מיר געזאגט: "ניין, נשמה, איך קען נישט טון... דו ווייסט אז איך קען נישט..." ער האט יא געקענט, אדער נישט געקענט? ער האט עס געטון... חחחח. דאס אלעס. און ס'איז געגאנגען? יא. חחחחח. וויאזוי? איך ווייס נישט. ער איז מצליח? יא. וויאזוי? דער אייבערשטער העלפט אים, אזוי ווי דער אייבערשטער העלפט אים אטעמען. אבער איך קלער ביי מיר אז דער ESFJ האט אים דער אייבערשטער באשאנקען מיט אויסטערלישע כוחות. יעדער האט זיך זיינע כוחות. אזוי ווי ער שרייבט: "איך גלייב אז די ענטפערס וואס דו זוכסט ליגן ביי דיר!" שטייט אין פסוק: מים עמקים עצה בלב איש ואיש תבונה ידלנה. איך געדענק עס פון ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א. א מענטש ווייסט. דער ESFP, א זעקסער אדער א צווייער, וואטעווער. זיין הויפט פאנקציע איז Fe. ער פארשטייט וואס עס האט ביי מענטשן א ווערד. ער ווייסט וויאזוי מ'דארף עפענען א סטאר און ס'זאל ציען קוסטומערס. וויאזוי ווייסט ער? Fe פלאס Si (באלד מסביר זיין).

דער Fe כאפט אויף וואס מענטשן געבן א וועליו. ער לעבט נישט אין זיין באקס! ער זעהט פאקטן. זעהסט דעם קאר? זעהסט די קאמפעני פון דעם קאר? דו ווייסט וואס זייער סטראטעגיע איז? און איך פרעג: "וויאזוי ווייסט ער?". ער כאפט אויף וואס מענטשן האבן א טעסט. וויאזוי ער כאפט אויף? fe. ער זעהט יענעמ'ס געפילן. יענעמ'ס צוגאנג. וואס עס נעמט אויס ביי יענעם. בעת איך שפאציר פארזינקען אין מיינע מחשבות און מעגליכקייטן, זעהט ער "וואס ציהט מענטשן". ער קוקט אריין אין די אדווערטייזינג וויאזוי מענטשן אדווערטייזן און ער באנוצט זיך אויך מיט זיין Si. וואס Si זאמעלט אינפארמאציע. ער זאמעלט און זאמעלט און זאמעלט. si זאמעלט נישט סתם צעמישטע אינפארמאציע, אבער קאנקרעטע קלארע אינפארמאציע. וואס ווערט שיין מסודר אוועקגעלייגט.

ווען א Si (א Istj א isfj, אדער אפילו א estj און א esfj) זאגט דיך "פון מיין עקספיריענס האב איך מיך אויסגעלערנט..." זאלסטו הערן מיט די טיפסטע פון דיינע אויערן. איך זאג נישט אז דו זאלסט אים פאלגן. אבער זיכער ארייננעמען שטארק אין באטראכט. ווייל זיי זענען זייער קלאר וואס זיי האבן אויפגענומען מיט זייערע חושים. יעצט, דער ESFJ, ער זאמלט אינפארמאציע מיום עמדו על דעתו, דעס איז א ביזנעס וואס גייט, דעס האבן מענטשן ליב, דעס נישט. דעס איז די וועג צו מאכן געלט. דעס איז בטלניש. דער מענטש קען נישט פירן קיין ביזנעס. דער מענטש יא. ער האט ביידע, סיי דעם שמעק וואס מענטשן האבן ליב, און סיי ער זאמעלט אינפארמאציע "וואס ארבעט און וואס ארבעט נישט".

ווען דער ESFJ איז נאך יונג, און ער קומט מיט זיין מאמע איינקויפן גלעזער, כאפט ער א פעסטן בליק אויפן געשעפט, ער האט ארויס "וואס דארף די מענטשהייט!!!" יעדער ווייסט אז אין מארקעטינג איז עס נישט די אייטעם וואס ציהט די מענטשן צו קומען עס קויפן, נאר ס'איז די סערוויס. ס'איז די געפילן וואס די מענטש באקומט. א ESFJ גייט נישט קענען טון אלעס. כאטש ער קען טון זייער אסאך זאכן. איז די נקודה וואס מיר קענען זיך אפלערנען איז, "שפיאניר אויס די מענטשהייט". ס'דא א סיבה פארוואס מענטשן קומען דוקא קויפן דארט און נישט דארט. ווער קען וויסן די סיבה? Fe פלאס Si פלאס J וואס השי"ת האט אים באשאנקען.

א ENFJ איז נאך טיפער. אבער איך זארג מיך נישט פאר די ENFJ, ווייל זיי געבן זיך אן עצה ב"ה. פארוואס? ווייל זיי שמעקן זייער טיף די מענטשהייט. דרייערס! זיי ווייסן זייער טיף וואס די מענטשהייט האט ליב. יעצט, ווען ס'קומט צו ביזנעס און מאכן געלט, דארפן מיר וויסן אז מיר דארפן האנדלן מיט די מענטשהייט. מיט די געפילן פון די מענטשהייט. וואס האבן מענטשן ליב, און וואס האבן זיי נישט ליב. ס'דא מענטשן וואס זיי זענען "טראכטערס". לדוגמא: INTP, ISTP, אדער ESTP, ESTJ, (טראמפ איז א ESTP) איז ס'פעלט זיי "וואס האבן מענטשן ליב?", די ערשטע רגע וואס זאל מאכן געשמאק פארן מענטשן געפיל.

מ'קען נישט פארזעהן דעם נקודה.

אמאליגע צייטן, מיין איך, איז געווען סך מער דשאבס עוועליבל פאר Right brain מענטשן. היינט האט אלעס טשיינע איבערגענומען. נר מצווה איז לכאורה געקומען פון שעפערישע מענטשן. ס'דא אסאך אייטעמס וואס וואלטן געקענט ווערן אין די יודישע מארקעט. וואס ווארטן צו ווערן אנדעקט. אמאליגע צייטן האט זיך געזיצן א פירער און זיך געשניצט עפעס א כלי, און עס פארקויפט. א פירער האט נישט ליב צו נאכמאכן א מאדל. ער וויל זיין דער וואס מאכט זיין פערזענליכע טעם פון א בעכער. אבער צו פארעמען א קינד זאל פארשטיין וויאזוי מ'לערנט איז אויך געמאכט א בעכער.

איך קען נישט די עולם הספרים. זייער אסאך נעגעטיווע אינפארמאציע דרייט זיך ארום פון מויל צו אויער. און ס'מוז נישט זיין אז ס'האט א אמת אין זיך. אדער אפילו אויב ס'האט יא א אמת, מוז נישט זיין אז דו ווייסט וואס די סיבה איז. מ'קען נישט מאכן געלט פון דעם, און מ'קען אויך נישט מאכן געלט פון דעם. און דאס גייט נישט, און יענץ גייט נישט.

ס'דא אן אינטערעסאנטע זאך וואס געשעהט מיט מענטשן, "דו האלסט אז מ'קען מאכן געלט פון די און די זאך"? נע... לאדיך אפ. "וואס לאדיך אפ"??? פאר די "לאדיך אפ" און אינגאנצן אפווענדן אזאך, איז דא נאך גאנץ אסאך וואס צו אויסאקערן. למשל, "דו האלסט אז לערנען מיט קינדער מאכט מען געלט?" "נע... לאדיך אפ". ביזן אפמאכן אז מ'גייט אינגאנצן אפלאזן חלומות פון לערנען מיט קינדער, אפשר איז דא זאכן וואס געהערן אויך צו דעם פעלד. "וואו מ'קען יא מאכן געלט". דאס הייסט אז די פארלאנג איז יא זייער גרויס, מיט די ריכטיגע אפעלירונג צו די געפילן פון די מענטשהייט. און בעיקר אז דו האסט די כלים דערצו.

לאמיר נעמען קול מבשר. שטעל דיך פאר א מענטש האט געטראכט צו מאכן א ליניע, און ער איז צוגעגאנגען צו זיין חבר נאך מעריב, דו האלסט אז מ'קען מאכן געלט פון עפענען א האט ליין? נע, לאדיך אפ. גענומען א קערנדל און עס צובלאזן ווי ס'וואלט געווען נאר א זייפן באבל. ווער זאגט דיך וואס ס'קען אלץ ארויסוואקסן פון דיינע פלענער??? והאדם אין לעבוד את האדמה. כדי צו מאכן געלט דארף מען סיי ווי וויסן אז מ'קען גארנישט אליין. שטעל דיך פאר: "איז זיך געזיצן א פרוי אין איר קאך, זי האט געוואלט אז איר מאן זאל זיצן און לערנען, און זי האט געטראכט "אפשר געט מען ארויס אזא פאר צאמגעסטעפלטע בלעטער וואו איך וועל שרייבן מיינע זאכן?" און פון דעם איז ארויסגעוואקסן מעלות. יעצט, שטעל דיך פאר אז זי קאלט אן איר חבר'טע און זי פרעגט און זי ענטפערט, נע... די אויסגאבעס מאכן נישט קיין געלט. איך מיין מער די נמשל דערפון.

אסאך אסאך איידיעס שיקט השי"ת אריין אין די מחשבות פון מענטשן, אבער והאדם אין לעבוד את האדמה. דער מענטש נעמט עס נישט אויף. און ס'ווערט פארפאלן. די אפטימיזם וואס איז דא ביי די מענטשן וואס עפענען זיך א ביזנעס, די שטופ וואס זיי האבן. דאס מיינט אז זיי האבן די כלים דערצו.

המשך יבוא אי"ה.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

נשמה זיסער, אפשר וואלסטו געווען וויליג צו ענטפערן מיינע פראגן, איך וואלט מכיר טוב געווען.

איך בין גאנץ ענליך צו דערבארעמדיגער, אבער די עיקר שאלה איז, בין איך א i אדער e, איך אבזערוויר כסדר דער מצב ארום מיר, איך לערן אפ טיפע פירושים אין יעדע ריר וואס געשעהט ארום מיר, איך גלייך זייער דער מענטשהייט אבער איך האב מורא פון זיי, איך האב ליב די מענטשן וואס מ'קען מיט זיי דיסקוסירן טיפע געשמאקע ענינים, אבער איך ווער נערוועז צו זיין אין א סביבה וואס פלעטקעט שטותים והבלים אהן תוכן, בכלל האב איך נישט ליב אויבערפלעכליכע מענטשן. איך זיץ אלץ אין דער קארנער פון בית המדרש, אבער איך קוק אלס צום טיר צו אבזערווירן דער מצב ארום מיר, איך וועל זיך גערן אנרופן עפעס צו א מענטש אין רייע ביים גראסערי וואס איך קען נישט. אבער מענטשן וואס איך קען האלבוועגס שעם איך מיר.
איך האב ליב צו פארברענגן מיט א קבוצה חבירים, אבער וועל נישט דווקא זיכן צו זיין אין צענטער, איך וועל זיך נישט אנרופן אויב איך האלט אז וואס איך וויל זאגן גייט לכאו' א צווייטער יעצט זאגן, אבער הנאה האבן צו זעהן ווי אזוי זאכן שפילן זיך אויס, זייענדיג טיפער ווי די מענטשן ארום מיר און וויסנדיג פאראויס ווי אזוי פלוני גייט רעאגירן צו דאס אדער יענץ און פארוואס, און איך וועל הנאה האבן זיך צו אינטערשמייכלן צו זעהן מיינע פארשטעלונגען ווערן פארווירקליכט.

איך בין אויסטערליש געפיהליש, אבער מיין קאפ טראגט מיר, איך קען טראכטן כל מיני טעאריעס גאנצע שעות, איך וועל ליב האבן זיך צו פארטיפן אין די סודות פון די בריאה, און איך וועל ממש אויפשפרינגען מיט התפעלות פון די גילויים, בקיצור אזא מין מישמאש.

בין איך א p אדער j ? איך טראכט געווענליך דורך זאכן אבער שנעל, איך זיץ נישט שעות אויסצוטראכטן ווי אזוי זאכן גייען זיך אויסלאזן, אבער איך טו נישט זאכן ספאנטעיניעסלי, א זאך וואס איז מיר זייער וויכטיג וועל איך מער טראכטן, אבער איך וועל ווערן נערוועז צו ארבייטן מיט א מענטש וואס יעדע נארישקייט ווערט דורכגעטראכט טויזענט מאל.

אויב 'נשמה' וועט זיך באמיען צו דורכליינען מיין שאלה, וועל איך הנאה האבן, איך דערקוויק מיר מיט דיינע סחורה כאטש איך בין נישט מגיב געווענליך.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”