פארשער האט געשריבן:נשמה, דו ביסט געוואלדיג. ווען קומסטו ארויס מיט א בוך?
איך געדענק א שטיק צייט ווען איך האב מיך גע'ספק'ט צו די אניאגראם, צו ס'איז יש דברים "בגוי"? היינט זעה איך - עכ"פ וויאזוי עס קוקט מיר אויס - אז אלעס קען זיך א מענטש טוישן, אבער די 'איגו', לדוגמא א פירער, בלייבט פיר. סוף סוף וועסט צוריקקוקען וועסטו זעהן ווי ער האט ארומגע'פיר'ערט אויף אזא טיפע אופן אז נאר. די אניאגראם גייט זייער טיף.
לדוגמא: וואס מיינט א פירער זוכט זיין אידענטיטעט? ער זוכט זיין 'איך'. וואס מיינט עס? ס'קען זיך אננעמען אויף אזא אויבערפלעכליכער מובן. ער זוכט זיין 'איך'. אבער פאקטיש איז די כוונה פון די ווערטער: א פירער זוכט זיין 'איך',
סך טיפער און ברייטער. מ'קען דאס נישט אזוי גרינג אויפכאפן פון אויבנאויף.
פון אויבנאויף קען א מענטש זעהן אויף זיך אסאך קאלירן; אסאך נומערן; אסאך איגו'ס, אבער די איין איגו וואס ארום דעם דרייט זיך זיין רצון אנצוהאלטן דעם געוויסן שפיר; דעם געוויסן איגו, איז גאר טיף. א מענטש מיינט ער שפילט דעם זעקסערישן איגו, דעם זיבענערישן איגו, דעם אכטערישן איגו; א מענטש מיינט אז "יעצט בין איך אזא אכטער, ניין?" אינדערצייט וואס איינער פון אויבן; פון אינדרויסן, וואלט געקוקט אויף אים, וואלט ער געזעהן ווי דער פירער'ט ארום; ווי ער קען נישט אפלאזן; ווי ער וויל נישט אפלאזן, דאס זוכן זיין אידענטיטעט.
לאמיר זיך בעסער מסביר זיין און רעדן מער אפן. די חברה וואס האבן אריינגעלייגט די אניאגראם אין ווערטער, אט די ווערטער קען ווערן אנגענומען ביי די וואס ליינען עס, אין א סך מער אויבערפלעכליכער מובן, ווי זיי, די וואס האבן דאס געשריבן, האבן דאס געזעהן. דו ליינסט וועגן דעם אניאגראם; דו הערסט וועגן דעם אניאגראם, דו הערסט עס און דו ליינסט עס - עכ"פ ביים ערשטן מאל - סך מער אויבערפלעכליך ווי דו וואס האבן דאס געוואלט איבערגעבן.
דו דערשפירסט נישט דעם עמקות ווי ווייט דאס גייט.
וואלסט מיר געפרעגט, אנהייב ווען איך האב געהערט אז א פירער איז: א איגו וואס זוכט זיין 'איך'.
וואלסט מיר געפרעגט: וואס מיינט א פירער זוכט זיין 'איך'? וואלט איך געטראכט, און איך וואלט געענטפערט: ס'מיינט אז ער וויל וויסן ווער ער איז. וואלסט מיך ווייטער געפרעגט: וואס מיינט ער וויל וויסן ווער ער איז? וואלט איך געענטפערט: ער וויל וויסן זיינע נאטורן. ער וויל זיך ארויסהאבן. ער וויל זיך דערגיין. באמת איז דאס נישט וואס ס'מיינט די ווערטער: א פירער וויל וויסן ווער ער איז. די ווערטער 'א פירער וויל וויסן ווער ער איז' מיינט: אינעווייניג אין אים ארבעט א פראסעס פיר און צוואנציג שעה, וואס די אויפגאבע פון דעם פראסעס איז צו זוכן, טרעפן, און אנהאלטן, דאס וואס עס דאכט זיך אים: אז איך בין. דער פראסעס ארבעט אפילו בשעת דער פירער רעדט מיט אנדערע מענטשן. בשעת ער עסט. בשעת ער לערנט. א פראסעס וואס איר אויפגאבע איז צו דערשנאפן:
ווער בין איך. דאס איז גאר אן אנדערער מובן ווי: ער וויל וויסן זיינע נאטורן. דו כאפסט פון וואס מ'רעדט דא?
א פירער איז נישט איינער וואס וויל וויסן ווער ער איז במובנו העב. יעדער וויל וויסן ווער ער איז. א פירער איז א פיר און צוואנציג שעה העווי פראסעס וואס ארבעט טיף אינעווייניג. וואס זוכט, שטודירט, און קלויבט צאם שטיקלעך אינפארמאציע, - ליין: געפילן - צו וויסן, און אויפהאלטן: ווער בין איך. דאס איז א מין אויפהאלטונגס שפיר פון וועלן וויסן 'ווער בין איך', וואס דער מענטש וויל אויפהאלטן. א פירער מיינט נישט: איינער וואס בשעת ער פארט מיט זיין קאר אליין, טראכט ער: ווער בין איך? כאפ פון וואס מ'רעדט דא. נישט קיין חילוק וואס דער פירער זאל טון, ער זאל שפרינגען, שווימען, לערנען, מאכן התבודדות, ליינען, רעכענען, שרייען, אינעווייניג אין אים קומט פאר העווי ארבעט.
העווי.
די זעלבע זאך ביים זעקסער. די זעלבע ביי אלע טייפס.
דהיינו, לאז איבער א פירער יעצט, טרעף דיך מיט אים
אין צעהן יאר פון יעצט, און דו ווייסט פונקטליך וויאזוי ער איז: נעמליך א פירער. דו ווייסט פונקטליך וואס ער האט געטון במשך די אלע צעהן יאר: נעמליך ער האט זיך געזוכט. אזוי אויך מיט אלע טייפס.
לאמיר זאגן יעצט איז תשס"ט, א זיבענער ליינט זיין דעסקריפשאן, ער קומט צוריק צעהן יאר ארום, תשע"ט, ער ליינט נאכאמאל זיין דעסקריפשאן, און ער זעהט אז ער האט פונקטליך געטון וואס ס'שטייט, ווי עס וואלט געווען עפעס א מיסטעריעזיע שלחן ערוך וואס ער האט נאכגעפאלגט אויפן האר. חוץ אויב ער האט
שווער געארבעט ארויסצוקריכן פון זיין 'איגו'.
די 'איגו' פון איטליכן, איז נישט עפעס אזא זאך וואס מ'קען אוועקמאכן מיט די הענט.
דו פרעגסט מיך ווען איך גיי ארויסקומען מיט א בוך. איך גיי לכאורה נישט ארויסקומען מיט א בוך. אבער אפילו אין דמיון, ווי מער א טאג, אלץ מער זעה איך אז מ'קען דאס נישט אוועקמאכן. פארפאלן. איי, דאס קומט פון חכמה בגוים תאמין. פארוואס? ווייל א יוד וואלט קיינמאל נישט געהאט קיין געלעגנהייט אריינצוקריכן אין אזאנע "קישקעס", וואו זיי האבן געדארפט קריכן כדי דאס ארויסצוהאבן. א יוד, וועט קיינמאל נישט קריכן אזוי טיף. א יוד איז הייליג. ער קען עס נישט טון. דערפאר קומט עס פון דארט.
די רבי ז"ל טייטשט מיט דעם כי היית לנו לעיניים. יתרו האט געזאגט פאר משה, וואס ער ווייסט אלץ. זאכן וואס משה וואלט קיינמאל נישט געקענט אהין קומען כדי צו וויסן וואס נישט צו טון. א יוד קען דאך נישט איבעראל אנקומען. אריינקריכן. ווי באוואוסט באשטייט נישט א מענטש נאר פון קדושים תהיו.
והשם הטוב יעזור.