'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

נשמה האט געשריבן:און איך האב שוין געשריבן מיין גילוי דעת אונטן פון מיין תגובה אלץ מיין אונטערשריפט.

גראדע האב איך דאס שוין פרובירט צו ליינען עטליכע מאל, אבער אן ערפאלג!
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

:smile:
מיר קומט אויס אז די שפיץ פון א זעקסער איז דאס ענין פון 'התקשרות', כורת ברית זיין, מאכן א בונד, מידת יסוד, מקבל ומשפיע, דאס איז די שפיץ פון א זעקסער. ווען דו ווילסט נעמען א מענטש און דו ווילסט אנהייבן צו טראכטן צו ער איז א זעקסער צו נישט, דארפסטו זוכן אויך די מענטשן ארום מיט וועם ער איז 'כורת ברית'. זעקסער מאכן א בונד, א פעסטע 'שטארקע' בונד מיט מענטשן ארום, נישט סתם, א געפילישער שטארקער פעסטער קניפ, כדי צו שפירן פארזיכערט מיט אלעס וואו זיכערקייט קומט אריין, מיט אלעם וואס מאכט א מענטש שפירן זיכער אז ער קען אנגיין מיטן לעבן. דאס ענין פון 'משען ומבטח לצדיקים', אן אנלאנער וואס שטיצט אונטער, און זיי, שטיצן יענעם אונטער, דאס איז דאס ענין פון 'כורת ברית' זיין. דאס איז די שפיץ פון א זעקסער. ער זוכט מענטשן מיט וועם ער מאכט א בונד פון טרייהייט איינער פארן צווייטן. איך גיי זיין געטריי פאר דיר און דו גייסט זיין געטריי פאר מיר, אזוי, צוזאמען גיימער סורווייווען אין א וועלט ווי איך דארף האבן נאך איינעם מיט וועם צו קענען סורווייווען.

פונקט אזוי ווי ווען דו ווילסט טראכטן אויף א מענטש אז ער איז א פירער, מוזטו טרעפן, אז ער איז פארנומען און באוואוסטזיניג אויף זיין אינערליכער נפש, אויף די מדת דעת זיינעם, אזוי מוזטו טרעפן אויף א זעקסער אז ער איז 'כורת ברית'.

אוודאי וועסטו מיט דעם נישט קענען קומען צום ענדגילטיגן באשלוס אז א מענטש איז א זעקסער, אבער דאס דארפסטו קודם טרעפן. דער מענטש טוט 'כורת ברית' זיין, מאכן התקשרות מיט ארומיגע, כדי צו פילן זיכער. אזוי ווי אויב דו ווילסט טרעפן דעם אנהייב פון א צווייער, מוזטו טרעפן אז דער מענטש וויל פילן באליבט, און ער וויל זיך נישט פילן ווי א גענוצטע האט קאפ, אזוי מוזטו טרעפן אויפן זעקסער אז ער מאכט 'התקשרות' מיט ארומיגע מענטשן, פריינד, אוטאריטי פיגורן, צו פילן זיכער.

און זעקסער קענען זייער גוט דעס.

איך האב געפרעגט איינעם וואס טענה'ט מיר אז ער איז א זעקסער, פרעג איך אים, צו ער relate, גוט צו מענטשן ארום, צו ער קען שאפן חברים, צו ער ווייסט וויאזוי מ'איז זיך מקשר צו א מענטש, זאגט ער מיר ניין, ער איז 'צוריקגעצויגן', ער האט נישט דעם כשרון. פרעג איך דיר, ער איז א זעקסער? ניטאמאל א פאביק זעקסער. אפשר קען ער האבן זעקסערישע 'שטריכן', אדער גאר שטארקע זעקסערישע שטריכן, מחמת די וועג וויאזוי ער איז מחונך געווארן, נישט וויאזוי מ'האט אים מחנך געווען, די וועג וויאזוי ער איז מחונך געווארן, וויאזוי ער האט משום מה מקבל געווען דעם חינוך. אבער מיט וואס איז ער א זעקסער טייפ. שטריכן האט יעדער מער אדער ווייניגער.

א מענטש וואס פילט ווען ער קומט צווישן מענטשן ווי זיין 'איך' איז fragile, און ער דארף כאילו בלייבן מיט א גראדע רוקן עס צו האלטן אין ראם, דאס איז נאכנישט דער זעקסער. יא, אפשר קענען זעקסער ערשיינען אזוי, אדער ענדליך צו דעם, ווען זיי הייבן אן צו פילן נישט זיכער אז דער מיט וועם זיי האבן 'כורת ברית' געווען וועט זיי ווייטער שטיצן. סאו, זיי ווערן פארפאנצערט, אנשטאט זיין אפהענגיג, הייבן זיי אן מורא צו האבן פון יענעם, און זיי ציען צוריק, זיי ווערן פארפאנצערט. זייער פשוט.

אבער פונקט אזוי ווי עס נישט איידל און שיין, צו זאגן אז א איינזער איז קריטיקל, און א צווייער איז 'מאניפיולאטיוו', אז א דרייער איז נישט אמת'דיג און פאלש, און אז א פירער איז דיפרעסט, און אז א פינעווער איז איזאלירט, און אז א זיבענער איז הייפער-אקטיוו, מעניק, און אז א אכטער איז ברוטאל, און א ניינער איז דיססאוסיאטיוו, אזוי איז נישט שיין, און אויך נישט אמת צו זאגן אז זעקסער 'זענען' פארפאנצערט. ס'קען ארויסקומען ביי א זעקסער, פונקט ווי דעפרעסיע וואס קען ארויסקומען ביי א פירער. און פאלשקייט ביי א דרייער. אבער ס'איז נישט אמת, אז א דרייער איז פאלש, ס'איז נישט אמת. דאס מיינט נישט פאלש, ער ברענגט ארויס פון זיך א געוויסער אמת. יא, ווען ער ווערט מער אומגעזונט, קען ארויסקומען פאלשקייט.

צו שרייבן איידל און שיין, און טראכטן איידל און שיין, איז אז זעקסער האבן די נארמאלע נטי', צו כורת ברית זיין כדי צו פילן סעקיור. זייער נארמאל, זייער איידל. נעמען א שוואכקייט און עס לייגן אויף זעקס איז נישט. אפילו ס'קען ארויסקומען שוואכקייטן. 'התקשרות' כדי צו שפירן סעקיוריטי איז רעלאטיוו נישט קיין שוואכקייט, אזוי ווי ארויסברענגען פון זיך דאס וואס די ארומיגע שעצן איז רעלאטיוו נישט קיין שוואכקייט.

השי"ת האט באשאפן א מענטש 'שוואך'. און א מענטש מוז האבן סעקיוריטי.

דעם תיקון פון א דרייער איז צו טון אט דאס וואס דער געזונטער זעקסער טוט, 'כורת ברית זיין בלב ונפש' מיט ארומיגע. זעקסערס זענען זיך מקשר מאכטפול, מיט זייער 'אמת'ע פנימיות', מיט זייער אינערליכער 'נפש' צו ארומיגע. און זיי ערווארטן אז ארומיגע זאלן אויך דאס טון. זעקסער זענען זיך באמת מחייב צו ארומיגע, א זאך וואס עס איז פארן דרייער שווער. פארן דרייער איז שווער ארויסצוברענגען זיין אמת'ער אינערליכער נפש צו יענעם, און עס מקשר זיין מיט יענעם. ניטאמאל זיי אליין קוקן אויף זייער אמת'ער פנימיות, דרייערס פילן אז זייער אינערליכער אמת'ער נפש איז גארנישט ווערד צו קוקן דערויף, זייער אמת'ער 'איך' איז נישט ווערד, זיי האבן מורא אז מענטשן זאלן זעהן זייער עכטער 'איך', זיי האלטן אז מענטשן גייען דאס אוועקווארפן.

דערפאר וועלן דרייער נאר מקשר זיין זייער חיצונית 'כאילו'. אבער זעקסער זענען זיך מקשר מיט אן אמת דייקא. זעקסער האבן נישט מורא ארויסצוברענגען זייער 'אמת'ער' פנימיות און עס מקשר זיין, זיי האבן נישט מורא אז אויב זיי גייען זיין א חלק פון די קהילה גייען זיי ווערן בטל. דרייערס האבן מורא אז זיי גייען פארלירן זייער 'ווערד' אויב זיי ווערן נאר א 'חלק' פונעם סיסטעם, זיי פילן אז קיינער גייט זיי נישט אנקוקן. דרייערס האבן מורא זיך אידענטיפיצירן מיט די 'קהילה', מיט די 'חסידות', "ווער ביסטו? א טעגלאשער 77? נע" א זאך וואס זיי דארפן פאררעכטן.

איינמאל דרייערס זענען מסכים צו מקשר זיין זייער עכטער איך, הייבן זיי אן קוקן אויף זייער עכטער 'איך', און זיי הייבן אן זעהן, אז ס'דא אזא זאך ווי 'אמת', 'פנימיות', יעדער האט 'שוואכקייטן', איך אויך, און דו אויך, און מ'איז אקצעפטירט וויאזוי מ'איז. "דאס איז די מעלה פון געזונטע זעקסערס", געזונטע זעקסערס אקצעפטירן דיך, אויב דו ביסט געטריי. און דו דארפסט נישט זיין עפעס ווייסעך ווער. סתם געטריי, נאמן. וואס 'געטריישאפט' איז א גוטע זאך. נאמנות.

געזונטע זעקסער האבן נישט קיין פראבלעם מיט סעלף עסטים, און נישט מיט סעלף קאנפידענס, זיי ווילן 'נאמנות'. דרייערס האבן א פראבלעם מיט סעלף עסטים. און דערפאר דארפן זיי גיין צום געזונטן זעקסער, וואס זאל זיי אויסלערנען, זיי מקשר דיין אמת'ער 'איך' צו יענעם. ווייל א זעקסער איז אפן. ער איז מקושר צו בני בריתו מיט זיין גאנצער פנימיות. דייקא נאר אזוי פילט ער סעקיור. דייקא נאר אז זיין 'פנימיות' איז מקושר צו יענעם בכל לב ונפש. דרייערס הייבן זיך אן בארואיגן ווען זיי גייען צום געזונטן זעקסער, זיי הייבן אן פילן ווי גוט ס'איז צו זיין 'זיך אליין'. און ווי קיינער ווארפט זיי נישט אוועק. און פארקערט, דרייערס הייבן אן זעהן "ביז היינט האב איך זיך באצויגן צו מענטשן נאר מיט מיין חיצוניות, און איך קום צווישן געזונטע זעקסער, זעה איך ווי מ'קען זיך באציען מיט די 'פנימיות' מיינע, ווייל זיי טוען די זעלבע, זיי באציען זיך צו מיר מיט זייער פנימיות, און קיינער ווארפט נישט אוועק קיינעם, פארקערט מ'איז נאך מיר געטריי אויך. מ'האלט פון מיר.

סאו, דרייערס פילן זיך גוט צו זיין צווישן געזונטע זעקסער. סיי הייבן אן פילן סעלף עסטים, זיי הייבן אן פילן סעלף קאנפידענס. זיי הייבן אן צו קוקן אויף זייער עכטער איך. זיי ווארפן אוועק זייערע חיצוניות, און ווערן real. מיט נאמנות. אזוי ווי א מענטש דארף זיין. יעדע מענטש דארף האבן אלע געזונטע חלקים פונעם אניאגראם. און יא, אויך זעקס. זייער וויכטיג.

איך וויל נאר ארויסברענגען אז די שפיץ פון א זעקסער איז 'אמת'ע התקשרות' בלב ונפש. די איבעריגע איז שוואכקייטן וואס קומען פון 'איגו'.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג יאנואר 19, 2018 1:22 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

כ' האב געזעהן ס' איז יעצט ארויסגעקומען א קונטרס צו מבאר זיין די ענינים 'מיטן חסידישען בליק'
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

נשמה האט געשריבן:איך האב געפרעגט איינעם וואס טענה'ט מיר אז ער איז א זעקסער, פרעג איך אים, צו ער relate, גוט צו מענטשן ארום, צו ער קען שאפן חברים, צו ער ווייסט וויאזוי מ'איז זיך מקשר צו א מענטש, זאגט ער מיר ניין, ער איז 'צוריקגעצויגן', ער האט נישט דעם כשרון. פרעג איך דיר, ער איז א זעקסער? ניטאמאל א פאביק זעקסער.

לויט דיין יסוד קען אפשר זיין אז נישט, איך ווייס נישט! אבער לויט מיין יסוד... קען שוין איינמאל זיין!!!
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

אה! נשמה! דו ביסט דאך א ניימישער!!!

(וואס הייסט היימיש? איך מיין צו זאגן פון די סמעטענע!)

גיי אן!!!
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

אדער יא האט געשריבן:כ' האב געזעהן ס' איז יעצט ארויסגעקומען א קונטרס צו מבאר זיין די ענינים 'מיטן חסידישען בליק'

פון וועמען?
ווי קען מען דאס באקומען?
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

מקבל ומשפיע האט געשריבן:פון וועמען?
ווי קען מען דאס באקומען?

געזעהן אין בית הספר פראנט לינקע טיש
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מקבל ומשפיע האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:איך האב געפרעגט איינעם וואס טענה'ט מיר אז ער איז א זעקסער, פרעג איך אים, צו ער relate, גוט צו מענטשן ארום, צו ער קען שאפן חברים, צו ער ווייסט וויאזוי מ'איז זיך מקשר צו א מענטש, זאגט ער מיר ניין, ער איז 'צוריקגעצויגן', ער האט נישט דעם כשרון. פרעג איך דיר, ער איז א זעקסער? ניטאמאל א פאביק זעקסער.

לויט דיין יסוד קען אפשר זיין אז נישט, איך ווייס נישט! אבער לויט מיין יסוד... קען שוין איינמאל זיין!!!

דיין יסוד איז אז זעקסער זענען מענטשן וואס שפירן אומזיכער מיט זייער עצם 'איך'. וויבאלד מ'שפיהרט אומזיכער מיט די 'איך', (ווי ס'איז נישט פעסט, אז מ'דארף עס אויף עפעס אן אופן פעסט האלטן, און ס'האלט זיך, און ס'פאלט צאם, און מ'נעמט עס צוריק צאם) איז מען שוין א זעקסער.

וויאזוי איך פארשטיי, זענען זעקסערס מענטשן וואס שפירן אומזיכערקייטן וויאזוי צו קענען איבערלעבן אין א וועלט וואס איז פול מיט 'סכנות', מענטשן וואס שפירן 'אומזיכער' צו זיי ווייסן אליין וויאזוי זיך אן עצה צו געבן, צו איבערלעבן אויף דער וועלט, אז זיי זאלן נישט האבן קיין 'סכנה', אז זיי זאלן האבן 'סעיפטי', און דערפאר 'טוען' זיי פעולות, זענען 'כורת ברית' מיט אוטאריטי, (אוטאריטי מיינט, מענטשן וועם זעקסער האלטן אז זיי ווייסן יא וואס צו טון כדי צו זיין סעיף) פריינד, כדי צו שפירן 'פארזיכערט'. זיי שפירן זיכער ווען זיי ווייסן קלאר אז זיי האבן מיט זיך דעם מענטש וואס ווייסט יא וואס צו טון אז מ'זאל זיין סעיף, און מ'קען אים פרעגן, ווייל ער ווייסט יא.

מיט זיך אליין שפירן זיי, ווי זיי זענען נישט אונטערגעשטיצט, אין אזא וועלט פול מיט 'סכנות', און דערפאר 'טוען' זיי פאר 'סעקיוריטי', דורכ'ן זיך מקשר זיין מיט אוטאריטי וואס דער זעקסער האלט אז זיי ווייסן זיכער וואס צו טון כדי צו זיין סעיף און סעקיור.

א זעקסער איז ביידע. איינס שפירן ווי מ'זיצט אויף א בענקל וואס איז נישט אונטערגעשטיצט פון 'סכנות', זיי שפירן אז זיי קענען נישט מאכן דעם ריכטיגן באשלוס, און צוויי אז מ'טוט פאר 'זיכערקייט' צו שפירן געראטעוועט און אפגעהיטן פון 'סכנות' ב"ה, מ'טוט אז דער בענקל זאל האבן א סופארט. די וועג וויאזוי זיי טוען פאר זיכערקייט איז פרעגן א זיכערע זאך אינדרויסן פון זיך, א דרויסענדיגער זאך וואס זיי האלטן איז 'יא' זיכער. מ'מאכט א בונד, און מ'נעמט יענעם (דער זיכערער זאך,) אריין אין זיך, און אזוי ארום שפירט מען 'זיכער'. אנדערש ווי צווייער וואס מאכן א בונד כדי זיך אריינצולייגן אין 'יענעם'.

איינער וואס שפירט סתם אומאונטערגעשטיצט, און איז צוריקגעצויגן אין זיין 'מחשבה', קען זיין אז ער איז א פינעווער אפשר. א זעקסער איז אזוי אנדערש ווי א פינעווער, ווי א ניינער פון א אכטער. א זעקסער וועט מאכן 'קשרים' מיט זיכערע פיגורן, וואס ער האלט אז זיי ווייסן יא, כדי צו שפירן סעקיור מיט זיין 'פנימיות', (אין די פנימיות פילן זיי ספיקות צו זיי זענען פארזיכערט, און דארט ווילן זיי פילן פארזיכערט, דורכ'ן דארט ארייננעמען די דרויסענדיגע זיכערע זאך) אז ער קען איבערלעבן אין די וועלט ווי ס'פארהאן סכנות. און א פינעווער וועט 'טראכטן' כדי צו שפירן זיכער מיט זיין 'פנימיות'. כדי צו שפירן זיכער אז ער קען איבערלעבן אין א וועלט פול מיט אומזיכערקייטן.


א פירער קען אויך שפירן אומזיכער מיט זיך. ער שפירט עס נאך מער, ווייל ער איז מקושר מיט זיינע טיפקייטן. ער שפירט שטארק ווי אומזיכער ער איז. מ'איז אבער נישט קיין זעקסער טייפ, ווילאנג מ'טוט נישט צו שפירן 'זיכער' פון 'סכנות'. דורך 'קשרים' מיט מענטשן. נישט דורך 'טראכטן', דורך טראכטן איז מען א פינעווער. א פינעווער פילט אויך ווי ער האט נישט די מעגליכקייט צו איבערלעבן אין אזא שרעקעדיגע קאמפליצירטע וועלט. אבער וואס וועט ער טון, ער וועט עס שטודירן, און גוט באטראכטן. א זעקסער וועט אבער פרעגן וואס ווייסן יא.

סיי א פינעווער און סיי א זעקסער און סיי א זיבענער קענען פילן 'אומאינטערגעשטיצט', פון 'סכנות'. הנקרא 'ענגזייעטי'. אומזיכער צו מ'איז פארזיכערט מיטן לעבן.

א סכנה מיינט נישט דוקא טעראריסטן חלילה. א סכנה קען אויך מיינען 'קויפן געזונטע עסן'. 'געבן די קינדער די בעסטע חינוך'. א פינעווער וועט זיך אריינציען וואוינען אין זיין קאפ, דארט פילט ער זיך באשיצט, און ער וועט 'טראכטן'. א זעקסער וועט מאכן 'קשרים' מיט אנדערע וואס ער האלט אז זיי ווייסן יא. און אויב חלילה א זעקסער ווערט זייער אומזיכער, קען ער חלילה מאכן מאדנע קשרים מיט ארומיגע, אז יענער ווערט געטעסט, און נאכגעקוקט, און געהאלטן נעבן זיך. דער אויבערשטער זאל אוודאי אפהיטן. און א זיבענער וועט אוועקלויפן פון די געפילן אז עפעס איז נישט 'סעיף', דורכ'ן ווערט מער אקטיוו. און האבן מער עקספיריענסעס.

פונקט אזוי ווי ס'איז פשוט אז איינער וואס פילט זיך 'אומבאליבט' אבער ער טוט נישט וואס דער צווייער טוט צו זיין 'באדארפט', (פארוואס איז אזוי גוט צו פילן גוטע געפילן פאר אנדערע, ארומיגע, אז צווייערס ווילן עס אנהאלטן? ווייל נאר אזוי פילן זיי זיך וועלקאם, און נישט אוועקגעווארפן. נאך סך פאר איינער ווייסט אז זיי האבן ליב, ווילן זיי בלייבן נאר מיט זייערע פאזיטיוו געפילן פאר אנדערע, און נישט מיט זייערע נעגעטיווע געפילן, ווייל נאר אזוי פילן זיי זיך וועלקאם.) אזא איינער איז דען א צווייער? צו זאגן אז ער איז א צווייער, דארף זיין אז ער טוט צו פילן באדארפט און באליבט ביי ארומיגע. די זעלבע זאך מיט זעקסער, אז דו ווילסט זאגן אויף איינעם אז ער איז א זעקסער טייפ, דארף זיין אז ער טוט פעולות צו פילן זיכער מיט זיין לעבן. און די פעולות איז דייקא שעפן זיכערקייט אינדרויסן פון זיך.

שטעל דיר פאר דו זעהסט איינער דרייט זיך ארום און ער פילט זיך 'אומבאליבט'. וועסטו פסק'נען, אה, האמיר א צווייער!!!? דו וועסט טראכטן אפשר איז ער א פירער, איך ווייס. די זעלבע זאך מיט א זעקסער, דו דארפסט זעהן ווי ער טוט צו פילן 'סעקיור' און 'סטאביל'. דורכ'ן עס זוכן אין דרויסענדיגע זיכערקייטן. איינער וואס פילט ווי זיין 'איך' וואקלט, אבער ער פילט נישט ווי ער דארף זיך מקשר זיין מיט אוטאריטי, און מיט דרויסענדיגע זיכערע סיסטעמען כדי צו האבן 'סעקיוריטי', (און סעקיוריטי מיין איך, פילן אז זיין לעבן, זיין געזונט, זיין פרנסה, איז זיכער) אזא איינער איז נאכנישט קיין זעקסער, אפילו ער עקט אומזיכער.

מיין פוינט איז אגאנצן צייט, אז זעקסער טוען פאר סעקיוריטי, דאס איז זייער מעלה. זיי טוען פאר סעקיוריטי. זעקסער פילן נישט אז זיי קענען זיך אליין אן עצה געבן איבערצולעבן, דאס שטופט זיי צו בויען זיכערע סיסטעמען אין די וועלט. אזוי ווי פארן פינעווער שטופט צו באשרייבן זיין 'טעאריע' למשל, און פאר'ן פירער ארויסצוגעבן ארט. נפש. אזוי 'טוט' דער זעקסער פאר סעקיוריטי. מיט נאך אנדערע בויט צוזאמען אויף א זיכערע סיסטעם. ב"ה והשם הטוב יעזור.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין נארמאל און גוט, אשרי איש שישמע למצוותיך ותורתך ודברך ישים על לבו. לעולם יהא אדם ירא שמים בסתר ובגלוי.

דער עיקר איז ארייננעמען דעם אויבערשטן צו זיך אין הארץ. בך בטחו אבותינו וכו'.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד.

לויט ווי איך געדענק זענען פירערס וואס זוכן 'נפש'. 'התבודדות' און 'השתוקקות', קען אויך בארואיגן דעם פירער, אדער דער פירערישע שטריך אין אונז. ווען מ'קוקט אריין אין די ניגונים פון 'חרדים' וואס מ'זינגט שמחת תורה, זעהט מען דאס געוואלדיגע השתוקקות זיך מדבק צו זיין אין בורא עולם, אבער באמת זאגט מען דאס יעדן טאג, ידיד נפש אב הרחמן משוך עבדך אל רצוניך וכו', נפשי חולת אהבתיך וכו' אנא קל נא רפא נא לה בהראות לה נועם זיוך, אז תתחזק ותתרפא והיתה לה שמחת עולם וכו' דעם גאנצן שטיקל.

ס'איז באקאנט די מעשה וואס ווערט געברענגט אין ראשית חכמה פון איינעם וואס זיין דעת איז געווארן פנוי באהבה, און נאכדעם האט ער זיך מדבק געווען במושכלות. ווי דער רמב"ם שרייבט אין סוף ספר המדע [פרק י] מהלכות תשובה הלכה ג' וכיצד היא האהבה הראויה וכו', און ס'ווערט נאכגעברענגט אין ספר הקדוש יושר דברי אמת, איך טראכט אז דאס איז די עצה פאר א פירער, אדער פאר די פירערישער שטריך. די עצה פון 'התבודדות' און 'השתוקקות'.

געדענק פירער אויב דו קענסט ליב האבן און זיך מקשר זיין באהבה, בכל נפשך, קענסטו ליב האבן השי"ת, פארשטייט זיך אז מ'דארף קודם פיינט האבן דעם רע בתכלית, אזוי ווי ס'שטייט אוהבי ה' שנאו רע, כמובא בספר דרך אמת, אבער אויב קענסטו ליב האבן, און דו קענסט דיך מקשר זיין באהבה, און צומאל רעדסטו אין דיינע געדאנקען צו אוהבים, קענסטו דיך אויך מקשר זיין צו השי"ת. און בכלל ווערט געברענגט אז 'אהבה' קומט פון די ניצוצות שנפלו בשבירה, און זיי זענען שילוחים צו דערמאנען א מענטש אז ער זאל ליב האבן השי"ת.

קוק נאך אין ספר יושר דברי אמת שטיקל יא, אויב מ'געט זיך נישט אונטער אן אהבה רעה, און מ'זאגט ניין, השי"ת לאט נישט, און דער ספר לימודים לדעת (להבדיל רעלאטיוו צום יושר דברי אמת), רעדט אסאך עצות וויאזוי צו פארשטיין דאס ענין, אבל אם הוא מבלע נפשו בכלים זרים ומדומים, כדי לקבל חיות מהם, והוא מייחס להם מציאותיות נפרדת מצד עצמם, נפשו נטמעת ומשתקעת בכלים המגושמים, והוא נשפל ויורד ממעלתו, ועולמו וחייו יורדים ונשפלים עמו.

א מענטש פילט אז זיין נפש ציהט, און קיינער זעהט נישט ווי דער מענטש איז זיך מתגבר און ער זאגט ניין פאר זיין יצר הרע, ניין פאר די אהבה רעה, ער זאגט פאר די אהבה רעה מיט מתינות און מיט ישוב הדעת, מיט די טיפענישן פון זיין הארץ, "איך האב דיך פיינט שנאת מות בתכלית" און ער נעמט צוריק זיין נפש פון וואו ס'האט זיך געוואלט אהינציען, און ער טוט נישט דאס וואס זיינע געפילן ווילן, כאטש דאס איז שווער צו טון, ווייל קיינער זעהט נישט, אבער דער אויבערשטער זעהט יא, קיינער זעהט נישט ווי דער פירער זאגט צו זיך, "איך גיי נישט נאך גיין מיינע געפילן וואס איך ווייס אז ס'טויג נישט, איך גיי מיך מתגבר זיין מיט כח, און עס צוריק ציען צו מיר" דער אויבערשטער זעהט דאס יא, און דער שכר איז גרויס, ווי דער יושר דברי אמת דרוקט זיך אויס, "אבל לעומת זה יזכה לטוב הצפון, ואפילו בעולם הזה יזכה לטעום תענוג גדול בתפלה ובתורה ובעשיית המצות בנועם חשקם, ויהיה לו תאווה טובה גדולה חילוף תאווה רעה.

נאכגיין נאך געפילן איז א איגו דיפענס, דער מענטש שפירט חיות דורך דעם, ער שפירט דורך דעם ווי עפעס פון זיין עקזיסטענץ פארברייטערט זיך, נאך דערצו א פירער, אדער דער פירערישער שטריך, און ער וויל עס אנהאלטן. א פירער האט ווייטאג, איז מאך אז דיין ווייטאג זאל דיך פירן צו אהבת השי"ת, לאז נישט דיין ווייטאג זאל דיך פירן צו אהבה רעה, א פירער אויב איז ער אונטער סטרעס וועט ער גיין צום צווייער.

יעדע געפיל וואס דער מענטש וויל אנהאלטן, איז א איגו דיפענס. און ביי עבודת השי"ת וויל נישט א מענטש אנהאלטן 'געפילן' פון השתוקקות, ער 'בענקט' צום מקור, נישט וועגן געפיל. און אהבה און יראה וכו' איז אויך נישט אז ער וויל אנהאלטן א געוויסע סארט געפיל, נאר ער וויל ליב האבן השי"ת און מורא האבן פון אים, ווייל דאס איז רצון השי"ת. ס'איז א שאיפה צו נייע געפילן, דער זיבענער וואס וויל האבן נייע און נייע עקספיריענסער, ער וויל באמת 'אנהאלטן' זיין געפיל פון זיין איינגעשווימען אין עקספיריענסער. זיין געפיל פון זיין אומבאגרעניצט, זיין געפיל פון זיין אוועק פון ווייטאג און נעגעטיוו.

מיין נקודה איז, יעדע געפיל וואס א מענטש וויל אנהאלטן און וויל עס נישט לאזן גיין, איז א איגו דיפענס (אזוי פארשטיי איך יעצט, אבער ס'קען זיין אז איך וועל מיט די צייט מערקן חילוקים) דער איינזער וויל אנהאלטן ווייטער צו שפירן אז ער איז 'ריכטיג', די צווייער אז ער איז א מענטש וואס איז 'באליבט',

דער דרייער וויל ווייטער אנהאלטן אז ער איז 'ווערד' אין די אויגן פון ארומיגע. ס'איז נישט שווער צו פילן וואס א דרייער פילט, יעדער מענטש קען שפירן וואס א דרייער פילט, ווען ער פילט אז ער איז דער מענטש וואס האט די 'וועליו' וואס מענטשן שעצן. און ער וויל עס אנהאלטן. א דרייער באווייזט אנצוהאלטן דעם גוטן געפיל, און א פירער פארגעסט דערפון, ער גייט אריין אין זיך, ווען ער הערט דעם קול פון א שמועס פון יארן צוריק, "אוי ביסטו א משוגע'נער, דו האסט נישט קיין שכל". פארוואס טראכט דער פירער יעצט פון דעם וויאזוי יענער האט אים אריינגעזאגט? ס'איז שוין געווען לאנג צוריק. יענער האט שוין פארגעסן, פארגעס דו אויך.

דער פירער וויל אנהאלטן זיין געפילישער 'איך'. א פירער שפירט אז זיין 'איך' איז נישט פעסט, ס'דערהאלט זיך נישט פעסט אין אים, ער האט עס נישט אין די הענט, איז ווען ער שפירט עפעס, וויל ער עס באפעסטיגן, דאס איז א איגו דיפענס, יעדער קען פילן וואס א פירער פילט, ווען אינערליכע געפילן ווערן פארשטאנען אלץ א געוויסער מענטש אפגעטיילט פון די מענטשן ארום, "איך בין דאס און דאס וויאזוי איך פיל מיך יעצט" און מ'וויל עס אנהאלטן אויף ווייטער. א פירער וועט באווייזן דאס אנצוהאלטן, ער וועט טון 'פעולות', דאס אנצוהאלטן אויף ווייטער, אבער אן איינזער וועט "אקעי, וואס דארף מען טון יעצט?"

דער פינעווער וויל אנהאלטן זיין שפיר פון 'איך פארשטיי די וועלט', ער וויל עס אנהאלטן אויף ווייטער, מ'קען שפירן וואס א פינעווער פילט, ווען מ'שפיהרט זיך גוט אז מ'האט ארויס די וועלט, און מ'שפירט זיך גליקליך אלץ א מענטש וואס פארשטייט און האט עס ארויס צוליב פארשידענע בענעפיטן, און מ'וויל עס ווייטער אנהאלטן. מ'זיצט ביי זיך אין קאר, און מ'טראכט עפעס גרינטליך דורך, און מ'הייבט אן שפירן, געב א קוק ווי גוט איך פארשטיי עס, ס'לוינט זיך צו זיין א מענטש וואס טראכט משום איזשהוא סיבה, און מ'גייט ארויס פון קאר מיט אזא ערנסטע שטערן... מ'וויל נאך... א פינעווער באווייזט עס אנצוהאלטן, א זיבענער זאגט "נע, לאז אפ, וואס איז דא פאר סאפער?"

דער זעקסער וויל אנהאלטן זיין שפיר פון 'איך בין פארזיכערט אויף דער וועלט', ער וויל עס אנהאלטן, ער וויל טון 'פעולות' עס אנצוהאלטן. יעדער קען שפירן וואס א זעקסער שפירט, ווען מ'שפירט אז מ'האט געפרעגט דעם ריכטיגן מענטש אן עצה וואס מאכט שפירן זיכער, סטאביל, און פעסט, (נישט וואס מאכט פארגעסן און אוועקקוקן פונעם פראבלעם, נאר וואס ס'מאכט שפירן אז מ'איז אפגעהיטן פונעם פראבלעם אפילו ווען מ'קוקט דערויף) מ'שפירט ווי מ'וואקלט נישט מער, און מ'איז פעסט, און מ'וויל עס אנהאלטן, מ'טראכט: "הלוואי קען איך אלעמאל טרעפן א פלאץ פון וואו צו שעפן אזא שטארקע זיכערקייט, אז מיין לעבן איז פארזיכערט פון סכנות". שפירן אז אלעס איז פארזיכערט. א זעקסער וועט באווייזן צו וועלן אנהאלטן צו שפירן 'פארזיכערט', זינט ער ווייסט וועם און וואו צו פרעגן צו שפירן זיכער ער קען מאכן קשרים, און זיך נאכפרעגן, אבער א ניינער וועט זאגן "שוין ס'גוט". ס'עט זיין גוט. טעכנאלאגיע? ס'עט זיין גוט. פארוואס עט זיין גוט? איך זאג דיר ס'עט זיין גוט.

א זעקסער טוט נישט דעס וואס דער ניינער טוט, ער קוקט אויף דעם 'עתיד', און זארגט זיך אויף פראבלעמען וואס קענען חלילה געשעהן, און ער וויל שפירן זיכער דורכ'ן טון דערצו, נאר ווען ער מאכט זיכער, און ער פרעגט, שפירט ער זיכער. ער איז נישט אזוי ווי דער ניינער וואס האלט, אז "אויב איך גיי מיך גוט שטארק איינרעדן אז אלעס גייט זיין גוט, גייט אלעס בהכרח זיין גוט, איך האב עס שוין אסאך מאל געטרייט, און ס'האט פיין געארבעט, מ'רעדט זיך איין שטארק אז אלעס איז גוט, און ס'ווערט גוט, פראבלעמען גייען אוועק". ער טוט נישט דעס. ער דארף א פלאן. "זאג מיר וואס קען איך טון צו שפירן פארזיכערט?" ער קוקט אויף אלע מעגליכע פראבלעמען וואס קענען חלילה געשעהן, און ער וויל שפירן אז ער איז פארזיכערט דערפון. דורכן טון תכלית! דורכ'ן נעמען זיכערקייט פון דרויסן. אנפרעגן זיכערע סיסטעמען אינדרויסן פון אים.

דער זיבענער וויל אנהאלטן זיין שפיר אז ער איז אומבאגרעניצט, זיין שפיר וואס ער באקומט פון פאזיטיוו, פאן עקספיריענסער, וויל ער אנהאלטן אויף ווייטער, יעדער קען שפירן וואס דער זיבענער שפירט, ווען מ'איז אין א מצב ווען מ'האט גוטע עקספיריענסער און מ'וויל עס אנהאלטן,

א אכטער וויל אנהאלטן דעם גוטן געפיל פון זיין אין קאנטראל, זיין באס, קיינער קאנטראלירט מיך נישט, איך קאנטראליר, מ'קען שפירן וואס א אכטער פילט, ווען מ'פילט זיך אין קאנטראל, אז אלעס גייט וויאזוי איך וויל, אז יעדער ארום טוט וואס איך וויל, און מ'וויל עס אנהאלטן. א אכטער וועט באווייזן עס אנצוהאלטן, ער וועט זיך שלאגן דערויף, נאך דערצו א אכטער מיט א זיבענער פליגל וועט קעמפן אגרעסיוו, אז ס'זאל זיין אזוי ווי ער וויל. און א איינזער וועט זאגן "דער עיקר אז מ'זאל טון וואס איז ריכטיג, מ'מוז נישט טון אזוי ווי איך וויל, קענסט קויפן א אנדערע סטיל טיש אז דו ווילסט".

דער ניינער וויל אנהאלטן זיין שפיר פון מנוחה, יעדער קען פילן וואס א ניינער פילט, ווען מ'האט מנוחה און מ'וויל עס אנהאלטן, דאס וויל א ניינער, אנהאלטן זיין מנוחה, זיין רואיגער געדאנק.

א איגו הייבט זיך אן ווען מ'שפירט זיך גוט מיט א געוויסע מצב, און מ'וויל ס'זאל אנהאלטן, זאל עס זיין א געפיל אז מ'איז א צדיק, און מ'וויל טון פעולות אז מ'זאל ווייטער קענען פילן אז מ'איז א צדיק, (טון פעולות אז מ'זאל זיין אן ערליכער יוד, דאס דארף מען, אבער טון פעולות כדי צו שפירן אז מ'איז ווייטער א צדיק, און אויפריכטיג, דאס איז א איגו דיפענס, ערליכע יודן האבן נישט געפילט אז זיי זענען א צדיק, נאר פונקט פארקערט כידוע. וועלן פילן אז מ'איז 'נישט קיין צדיק' איז אויך א איגו דיפענס. וועלן אנהאלטן א געוויסע געפיל קוקט מיר אויס יעצט צו זיין א איגו דיפענס. וועלן אנהאלטן דעם גוטן געפיל פון "איך בין אן עניו" איז אויך א איגו דיפענס, אנהאלטן א געוויסע געפיל איז א איגו דיפענס. וועלן שפירן אז מ'איז א בעל רחמן איז א איגו דיפענס, א מענטש דארף רחמנות האבן, וועלן ווייטער 'שפירן' אלץ א... דאס איז א איגו דיפענס, אזוי קוקט מיר אויס, און אויב ס'איז נישט ריכטיג, טו איך תשובה שלימה שוין יעצט.

השתוקקות צום אויבערשטן, אז די נפש זאל משתוקק זיין צום אויבערשטן, קען העלפן פאר א פירער, וואס וויל טרעפן נפש. וואס איך וויל ארויסברענגן איז, אז השתוקקות, געגועין, און כיסופין, איז זייער וויכטיג ווען דער נפש זוכט 'אהבה' און מ'איז עס מקשר צום אויבערשטן. מה יפית ומה נעמת אהבה בתענוגים. והשם הטוב יעזור וישמור.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג יאנואר 22, 2018 5:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

נשמה! זייער גוט באופן כללי!
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

נשמה האט געשריבן: און דער ספר לימודים לדעת (להבדיל רעלאטיוו צום יושר דברי אמת),

וואס איז די באדייט פון דעם? אויב איך מעג פרעגן!
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מקבל ומשפיע האט געשריבן:נשמה! זייער גוט באופן כללי!

לויט ווי איך פארשטיי, בין איך גוט באופן פרטי, ובפרטי פרטיות. דאס הייסט אז איך בין מגלה דעת, אז וואס איך האב געשריבן האב איך, ווען איך האב עס געשריבן, געהאלטן אז בפרטי פרטיות איז עס אזוי וויאזוי איך האב עס געשריבן. אז אזוי זענען די טייפס. און אזוי ממש איז וויאזוי דער אניאגראם ארבעט.

צומאל אדער מער מאל טויש איך מיינונג, ווען איך פארשטיי טיפער און אנדערש. סאו, ווער ס'וויל וויסן, זאל נישט ליינען בשטחיות, נאר דייקא בפרטי, ובפרטי פרטיות. אבער ס'קען זייער מעגליך זיין, אז איך שרייב לאקשן. אבער איך שרייב נישט אויבערפלעכליך. יעדע זאך, האלט איך אז ממש אזוי איז עס בפרטיות דייקא. און נישט נאר 'באופן כללי'.

ס'דא א ספר 'לימודים לדעת' פון פליישמאן. וואס איך ברענג נאך פון איהם. זייער א גוט ספר, מ'קען נישט ענדיגן צו שרייבן די מעלות פון דעם ספר. אבער אקעגן דעם הייליגן יושר דברי אמת איז עס 'להבדיל'. פארשטייסט?

והשם הטוב יעזור שלא יצא מכשול מתחת ידי.
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

נשמה האט געשריבן:
מקבל ומשפיע האט געשריבן:נשמה! זייער גוט באופן כללי!

לויט ווי איך פארשטיי, בין איך גוט באופן פרטי, ובפרטי פרטיות. דאס הייסט אז איך בין מגלה דעת, אז וואס איך האב געשריבן האב איך, ווען איך האב עס געשריבן, געהאלטן אז בפרטי פרטיות איז עס אזוי וויאזוי איך האב עס געשריבן. אז אזוי זענען די טייפס. און אזוי ממש איז וויאזוי דער אניאגראם ארבעט.

צומאל אדער מער מאל טויש איך מיינונג, ווען איך פארשטיי טיפער און אנדערש. סאו, ווער ס'וויל וויסן, זאל נישט ליינען בשטחיות, נאר דייקא בפרטי, ובפרטי פרטיות. אבער ס'קען זייער מעגליך זיין, אז איך שרייב לאקשן. אבער איך שרייב נישט אויבערפלעכליך. יעדע זאך, האלט איך אז ממש אזוי איז עס בפרטיות דייקא. און נישט נאר 'באופן כללי'.

ס'דא א ספר 'לימודים לדעת' פון פליישמאן. וואס איך ברענג נאך פון איהם. זייער א גוט ספר, מ'קען נישט ענדיגן צו שרייבן די מעלות פון דעם ספר. אבער אקעגן דעם הייליגן יושר דברי אמת איז עס 'להבדיל'. פארשטייסט?

והשם הטוב יעזור שלא יצא מכשול מתחת ידי.

איך גערעדט לויט מיר, נישט לויט דיר!
מען קען קויפן דעם ספר אין געשעפט?
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך מיין אז יא.
דער ספר לימודים לדעת האט אין זיך אסאך. אויב דו קויפסט עס, און דו ווילסט עס פארשטיין, מיין איך אז ער האט ארויסגעגעבן סידיס דערויף. און איך מיין אז אויב דו וועסט מיך דא פרעגן פשט, וועל איך קענען ענטפערן וואס ער מיינט דערמיט.

א זעקסער איז ביידע, סיי ער פילט א פחד, און סיי ער טוט עפעס א ריאקציע באלד דערויף זיך צו ראטעווען דערפון. און נאכדעם נאך א פחד, און נאך עפעס זיך צו ראטעווען דערפון. אזוי קוקט מיר יעצט אויס. א פחד, און א ריאקציע, א פחד, און א ריאקציע, א פחד און א ריאקציע.
זעקסערס קאמיוניקעטן זייערע ריאקציעס ענדערש ווי זייערע פחדים. זיי קאמיוניקעטן די פעולה וואס זיי טוען זיך צו ראטעווען פון א אויפגעקומענע ענגזייעטי, פון א אומזיכערקייט, פון א געפיל אז די מצב וויאזוי עס איז, איז נישט סעיף. ווען זעקסער פילן א ענגזייעטי וועגן סעקיוריטי וועלן זיי באלד דערויף טון זיך צו ראטעווען דערפון. און זיי ווילן נעמען זיכערקייט פון אינדרויסן פון זיי. זיי 'טוען' פאר זיכערקייט. א זעקסער טרעפט אן אוטאריטי פיגור, און גריסט אים מיט שטארקע געפילן, און פרעגט אים "וויאזוי קען איך זיין סעקיור, איך האלט אז דו ווייסט" (ער זאגט עס נישט ארויס, אבער דאס טוט ער) און דער זעקסער הייבט אן פילן אז ער איז צו אפהענגיג, און ער האט מורא אז ער פארלירט זיין סעלף עסטים, און ער פילט אז ער איז אין א 'סכנה', "ס'איז אומזיכער צו פארלירן סעלף עסטים, ס'איז א פחד אז מ'גייט קענען טון מיט מיר וואס מ'וויל" און ער ריאקט "שטארק" זיך צו ראטעווען פון די סכנה פון זיין אין אזא מצב פון אפהענגיגקייט און אזוי גייט עס ווייטער. זעקסערס טוען פאר 'סעקיוריטי'.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג יאנואר 22, 2018 9:07 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

נשמה האט געשריבן:איך מיין אז יא.
דער ספר לימודים לדעת האט אין זיך אסאך. אויב דו קויפסט עס, און דו ווילסט עס פארשטיין, מיין איך אז ער האט ארויסגעגעבן סידיס דערויף. און איך מיין אז אויב דו וועסט מיך דא פרעגן פשט, וועל איך קענען ענטפערן וואס ער מיינט דערמיט.

אויף וואס פונקטליך איז דער ספר געשטעלט? איך פארשטיי אז תורת הנפש, נאר פון וועלעכע אספעקט רעדט ער?
אניגראם, אדער תורת הנפש ע"ד עבודה?
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מקבל ומשפיע האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:איך מיין אז יא.
דער ספר לימודים לדעת האט אין זיך אסאך. אויב דו קויפסט עס, און דו ווילסט עס פארשטיין, מיין איך אז ער האט ארויסגעגעבן סידיס דערויף. און איך מיין אז אויב דו וועסט מיך דא פרעגן פשט, וועל איך קענען ענטפערן וואס ער מיינט דערמיט.

אויף וואס פונקטליך איז דער ספר געשטעלט? איך פארשטיי אז תורת הנפש, נאר פון וועלעכע אספעקט רעדט ער?
אניגראם, אדער תורת הנפש ע"ד עבודה?

וויאזוי די נפש פון א מענטש קען טרעפן חיות און תענוג נאר אין עבודת השי"ת. און נישט אין שטותים. און אויך זייער שטארק דאס ענין פארוואס ס'געשעהט מחלות הנפש, און וויאזוי מ'קען דאפון ארויסקריכן. דער האט געמאכט אזא גוטן דשאב ב"ה. אבער דער ספר האסטו גארנישט פון עס איינמאל לערנען, מ'דארף דערמיט הארעווען. עס לערנען, טון, לערנען, טון, א.א.וו. איך האב עס אנגהויבן לערנען מיט איינעם, אבער איך האב איך שווער געקענט מסביר זיין וואס דער ענין פון 'הכרה' איז. הכרה איז consciousness , שכל! דאס איז איינע פון די וועגן וויאזוי דער נפש איז זיך מתגלה. דער ספר איז אייזן. ס'איז ווארשיינליך גרינגער פאר א פינעווער, ווייל א פינעוער דארף דאך סייווי נאר 'מחשבה', און ווי ווייניגער עפעס אנדערש. אזוי טראכט איך. אבער דארפט עס קאסטן.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

מקבל ומשפיע האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
מקבל ומשפיע האט געשריבן:נשמה! זייער גוט באופן כללי!

לויט ווי איך פארשטיי, בין איך גוט באופן פרטי, ובפרטי פרטיות. דאס הייסט אז איך בין מגלה דעת, אז וואס איך האב געשריבן האב איך, ווען איך האב עס געשריבן, געהאלטן אז בפרטי פרטיות איז עס אזוי וויאזוי איך האב עס געשריבן. אז אזוי זענען די טייפס. און אזוי ממש איז וויאזוי דער אניאגראם ארבעט.

צומאל אדער מער מאל טויש איך מיינונג, ווען איך פארשטיי טיפער און אנדערש. סאו, ווער ס'וויל וויסן, זאל נישט ליינען בשטחיות, נאר דייקא בפרטי, ובפרטי פרטיות. אבער ס'קען זייער מעגליך זיין, אז איך שרייב לאקשן. אבער איך שרייב נישט אויבערפלעכליך. יעדע זאך, האלט איך אז ממש אזוי איז עס בפרטיות דייקא. און נישט נאר 'באופן כללי'.

ס'דא א ספר 'לימודים לדעת' פון פליישמאן. וואס איך ברענג נאך פון איהם. זייער א גוט ספר, מ'קען נישט ענדיגן צו שרייבן די מעלות פון דעם ספר. אבער אקעגן דעם הייליגן יושר דברי אמת איז עס 'להבדיל'. פארשטייסט?

והשם הטוב יעזור שלא יצא מכשול מתחת ידי.

איך גערעדט לויט מיר, נישט לויט דיר!
מען קען קויפן דעם ספר אין געשעפט?

רב מקבל ומשפיע קענט איר אפשר זאגן און איין שורה וואס איז די נקודת הזעקסער?
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נשמה האט געשריבן::smile:
מיר קומט אויס אז די שפיץ פון א זעקסער איז דאס ענין פון 'התקשרות', כורת ברית זיין, מאכן א בונד, מידת יסוד, מקבל ומשפיע, דאס איז די שפיץ פון א זעקסער.
איך וויל נאר ארויסברענגען אז די שפיץ פון א זעקסער איז 'אמת'ע התקשרות' בלב ונפש. די איבעריגע איז שוואכקייטן וואס קומען פון 'איגו'.

והשם הטוב יעזור.

דאס איז די שפיץ ? אלע אנדערע אינגרידיענטס פונעם זעקסער זענען סעקאנדערי?

מיר קומט אויס אז די כריתת ברית איז טאקע א הויפט פאקטאר אינעם לעבענסשטייגער פונעם זעקסער אבער עס איז א רעזולטאט פון זיך שפירן אומזיכער.
איך וואלט זיך ענדערש אויסגעדריקט אז די שפיץ איז: דער ענין פון זיכען סעקיוריטי.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן::smile:
מיר קומט אויס אז די שפיץ פון א זעקסער איז דאס ענין פון 'התקשרות', כורת ברית זיין, מאכן א בונד, מידת יסוד, מקבל ומשפיע, דאס איז די שפיץ פון א זעקסער.
איך וויל נאר ארויסברענגען אז די שפיץ פון א זעקסער איז 'אמת'ע התקשרות' בלב ונפש. די איבעריגע איז שוואכקייטן וואס קומען פון 'איגו'.

והשם הטוב יעזור.

דאס איז די שפיץ ? אלע אנדערע אינגרידיענטס פונעם זעקסער זענען סעקאנדערי?

מיר קומט אויס אז די כריתת ברית איז טאקע א הויפט פאקטאר אינעם לעבענסשטייגער פונעם זעקסער אבער עס איז א רעזולטאט פון זיך שפירן אומזיכער.
איך וואלט זיך ענדערש אויסגעדריקט אז די שפיץ איז: דער ענין פון זיכען סעקיוריטי.

איך מיין ארויסצוברענגען די שפיץ וויאזוי אנצוכאפן דעם זעקסער. דאס ענין פון זוכן סעקיוריטי אינדרויסן פון אים, דאס איז אין זיין נפש. מיין סטעטמענט איז אויף די קשיא: וואסערע זאך מוזטו 'זעהן' אויף איינעם צו מחליט זיין אז ער איז א טייפ זעקס? און דער תירוץ איז "דו מוזט זעהן ביי אים דעם ערשיינונג פון 'כריתת ברית' מיט א פיגור וואס ער האלט וועט צושטעלן די סעקיוריטי און סעיפטי וואס דער זעקסער פילט אז ס'פעלט פון אים, דאס איז נישט די 'יסוד' פונעם זעקסער. דאס איז די 'שפיץ'.

ביים זעקסער דרייט זיך אלעס ארום די רילעשאנשיפ וואס ער האט מיט זיינע שטיצערס פון וואו ער וויל שעפן סעקיוריטי.

א געזונטער זעקסער ארבעט איבערגעגעבן און געטריי צוזאמען מיט וועם ער האט געשלאסן א בונד אז מ'גייט טון איינער פארן צווייטן צו שפירן סעקיור, א געווענליכער זעקסער הייבט אן זיך מער צו זארגן צו אפשר וועט ער פארלירן דעם "סענס אף סעקיוריטי" דעם "איגו" און ער 'באשיצט' עס, דורכן אנהייבן ארבעטן נאך שווערער פאר זיי, און אנהייבן מער און מער פרעגן די אוטאריטי פיגורן אז זיי זאלן באשליסן פאר אים, און ער הייבט אן פילן אז ס'איז צו שווער אזויפיל התחייבות'ער פאר'ן 'ברית בטיחות' וואס ער האט געשלאסן, דערפאר וועט ער אנהייבן מאכן זיכער מיט וועם ס'לוינט זיך ווייטער אנצוהאלטן דעם 'ברית', ווער ס'וועט אים צושטעלן זיין סעקיוריטי, און ווער נישט.

און ווי מער ער וויל 'פילן' סעקיור, און ער 'טוט' צו פילן סעקיור, אלץ ערגער וועט ער ווערן, ווייל ווי מער מ'טוט אנצוהאלטן א געוויסער געפיל, נעמליך די געפיל פון "איך פיל פארזיכערט", אלץ מער און שטערקער דארף מען טון אנצוהאלטן דעם 'געפיל'. ווי מער דער זעקסער 'פרעגט' אוטאריטי, אלץ מער שפירט ער אז ער פארלירט קאנטראל, ער פארלירט סעלף עסטים. א זעקסער וויל נישט איבערגעבן קאנטראל, ער וויל זיין דער דרייווער, נאר ער דארף איינער זאל זיצן אין די זייט און אים ווייזן די וועג, פארלירן קאנטראל איז ביי אים א אומזיכערע זאך, סאו, ער ריאקט מיטן ווערן פארפאנצערט, און זיך נישט לאזן ווערן איבערגענומען פון 'בני בריתו', אבער ער וויל דאך נישט פארלירן דעם בונד וואס שטעלט אים צו זיכערקייט, ווי מער ער וויל שפירן זיכער אז אוטאריטי זענען מיט אים, אלץ מער באקומט ער 'ספיקות' צו זיי זענען טאקע מיט אים. ביז ער קען שווער באשליסן וואס יא צו טון. אלעס ווערט א שטיק אומזיכערקייט, (אזוי ארבעט עס, ווי מער מ'וויל שפירן א געוויסע געפיל, אלץ מער דארף מען טון, און אלץ ערגער ווערט עס השם ישמור וירפא)

און זיי פילן אז זיי טארן אפילו נישט זאגן זייערע אומזיכערקייטן פאר 'בני בריתם', הלוואי וואלטן זעקסער געקענט זאגן פאר 'בני בריתו', "איך בין אויפגערעגט אויף דיר, ווייל איך פיל נישט 'אינגאצן' אז דו ווילסט מיר צושטעלן 'סעקיוריטי'. איך ווייס אז ס'איז מיין פראבלעם אז איך פיל אזוי, אבער אזוי פיל איך און דערפאר הייב איך נישט אויף קיין טעלעפאון" אבער זעקסער האבן מורא צו זאגן אז זיי פילן זיך נישט אינגאנצן זיכער מיט 'בני בריתו'. ווייל דאס אליין, דעס זאגן, איז א 'ענגזייעטי', איז א 'פחד' אויף סעקיוריטי, און די איינציגע 'ריאקציע' איז "איך הייב דיר נישט אויף קיין טעלעפאון.

זיי קענען נישט ארויסזאגן "דו שרעקעדיגער אוטאריטי דו, איך ציטער פון דיר, איך בין אומזיכער מיט דיין ווערי עקזיסטענץ דא נעבן מיר, אבער איך דארף דיך דאך האבן דא, דו שרעק וואס דו ביסט" מענטשן שפירן זיך זייער אומבאקוועם מיט זעקסערס וואס זענען מלא ספיקות און חשד, נאך דערצו א דערשראקענע פירער. אדער א אומזיכערער ניינער. בקיצור, צוריק צום אנהייב: וואס דארפסטו באמערקן אויף א מענטש, צו מחליט זיין אז ער איז א זעקסער? דער תירוץ איז: דו דארפסט זעהן 'בני בריתו' וואס ער האט מיט זיי געמאכט א בונד, צו שעפן פון זיי סעפטי און סעקיוריטי.

און אפילו ווען א זעקסער איז קאנטרא-פאביק, איז עס אויך ארום 'בני בריתו', "איך גיי דיר ווייזן אז איך בין נישט ווייניגער פון דיר". "איך גיי דיר ווייזן אז איך בין נישט אומזיכער" "ווייל דו האסט מיט נישט צוגעשטעלט קיין סעקיוריטי, דערפאר געט אוט אף היר", "אלע 'בני בריתי' וואס ווילן מיך נישט צושטעלן קיין סעקיוריטי, זענען מיינע שונאים" "שלעכטע מענטשן".

אבער זעקסער מוזן דאך האבן 'בני ברית' כדי צו האבן סעקיוריטי, אוי הייליגער באשעפער העלף, און אויב זיי ווערן אומגעזונט וועלן זיי ווערן זייער אפהענגיג און 'בני בריתם', בקיצור אלעס דרייט זיך ארום, דער מענטש און זיין רילעשאנשיפ מיט מענטשן פון וועם ער זוכט סעקיוריטי. אוודאי זענען זעקסער, מענטשן וואס ווילן שפירן סעקיור, און זיכער, און סעיף, מיט זייער לעבן. און זיי טוען פאר סעקיוריטי, אבער כדי דו זאלסט זאגן אויף איינעם אז ער איז א זעקסער טייפ, מוז זיין אנוועזנד 'בני בריתו', פון וועם ער וויל שעפן סעקיוריטי.

און אפילו אומגעזונטע זעקסער וואס זעען ווי יעדער וויל 'צעשטערן' זייער סעקיוריטי. אפילו א אומשולדיגע געפארקטע קאר איז איינער וואס האט נישט גוטע פלענער, דארפן אויך אנקומען צו 'בני ברית', וואס זאלן זיי געבן סעקיוריטי. א זעקסער זוכט אלעמאל 'סעקיוריטי' אינדרויסן פון אים. פונקט אזוי ווי א פירער זוכט אנצוהאלטן זיין געפילישער איך, וועט א זעקסער אין די זעלבע צייט זוכן אנצוהאלטן זיין 'סעקיוריטי', אנצוהאלטן די דרויסענדיגע סיסטעמען וואס גיבן אים סעקיוריטי.

ווען זעקסער באשליסן נאך אסאך תפילה און סיעתא דשמיא, "איך מוז נישט זיין אפהענגיג אין אנדערע מענטשן פאר סעקיוריטי" איך גיי רעדן צום בורא כל עולמים, בעטן פון אים, זיך פארלאזן אויף אים. הייליגער באשעפער העלף מיך דיסיידן.

ווי מער איך שרייב פון זעקסער אלץ מער טראכט איך ווי גוט ס'איז צו זיין מיט פארשטייט זיך א געזונטע זעקסער, ווייל זיי זענען אזוי געטריי, און זיי שטעלן אלעס צו. זאל השי"ת העלפן אלע זענען גוט.

דער הייליגער באשעפער זאל אונז אלע העלפן.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נשמה האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן::smile:
מיר קומט אויס אז די שפיץ פון א זעקסער איז דאס ענין פון 'התקשרות', כורת ברית זיין, מאכן א בונד, מידת יסוד, מקבל ומשפיע, דאס איז די שפיץ פון א זעקסער.
איך וויל נאר ארויסברענגען אז די שפיץ פון א זעקסער איז 'אמת'ע התקשרות' בלב ונפש. די איבעריגע איז שוואכקייטן וואס קומען פון 'איגו'.

והשם הטוב יעזור.

דאס איז די שפיץ ? אלע אנדערע אינגרידיענטס פונעם זעקסער זענען סעקאנדערי?

מיר קומט אויס אז די כריתת ברית איז טאקע א הויפט פאקטאר אינעם לעבענסשטייגער פונעם זעקסער אבער עס איז א רעזולטאט פון זיך שפירן אומזיכער.
איך וואלט זיך ענדערש אויסגעדריקט אז די שפיץ איז: דער ענין פון זיכען סעקיוריטי.

איך מיין ארויסצוברענגען די שפיץ וויאזוי אנצוכאפן דעם זעקסער. דאס ענין פון זוכן סעקיוריטי אינדרויסן פון אים, דאס איז אין זיין נפש. מיין סטעטמענט איז אויף די קשיא: וואסערע זאך מוזטו 'זעהן' אויף איינעם צו מחליט זיין אז ער איז א טייפ זעקס? און דער תירוץ איז "דו מוזט זעהן ביי אים דעם ערשיינונג פון 'כריתת ברית' מיט א פיגור וואס ער האלט וועט צושטעלן די סעקיוריטי און סעיפטי וואס דער זעקסער פילט אז ס'פעלט פון אים, דאס איז נישט די 'יסוד' פונעם זעקסער. דאס איז די 'שפיץ'.

דער הייליגער באשעפער זאל אונז אלע העלפן.


יא ריכטיג. דאס איז לכאורה די הויפט וועג ווי אזוי מען קען אידענטיפיצירן א זעקסער.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

און זעקסער האבן אויך שטריכן פון דריי, ס'איז אמת אז געווענליכע זעקסער האבן א נטי' זיך צו שלאגן אויף זייער סעלף עסטים, דאס הייסט אז אינעווייניג פילט מען אז מ'איז נישט דער אהערגעשטעלטער 'זיכערער' 'חשוב'ער' מענטש, וואס מ'ווייזט ארויס פון דרויסן, נאר פארקערט, אינעווייניג פילט מען דעם אמת פון די אייגענע 'אומזיכערקייט' און ספיקות. זעקסער האבן אזא נטי' וועגן אזוי פילן זיי זיך מער זיכער, זיי ווילן נישט אז מ'זאל זעהן זייער אינערליכע שוואכקייטן, זעקסער שפירן, אז אנזעהן זייער אומזיכערקייט איז נישט סעיף און סעקיור. און זעקסער (און אונז אלע ווען ס'שווימט ארויף אין אונז די זעקסערישער שטריך, וואס יעדער האט אלע טייפס. יעדער האט אלע טייפס, נאר איין דאמינירענדער טייפ) זענען אנדערש ווי פירער, זעקסער וועלן פרובירן אנצוהאלטן ברבים א גאנצע 'איך', בעת פירער ווילן זיך נישט אויסשטעלן אינדרויסן אנדערש ווי זיי פילן אינעווייניג.

אויף פירער וועט מען זעהן אז זיי זענען זעלבסט-ספקות'דיג. אבער זיי פרובירן עס נישט צו באהאלטן. זיי זענען אפן וויאזוי זיי פילן אינעווייניג, (אזוי געדענק איך) בעת זעקסער האבן יא א נטי' דאס צו באהאלטן. און ווי "מח בקדקדו" האט שוין זייער זייער אסאך ארומגערעדט אין זיינע תגובות בנוגע סעלף עסטים, וויאזוי מ'געט זיך אן עצה דערמיט. אדער וויאזוי מ'לאזט עס וויאזוי ס'איז.

זעקסער האבן אין זיך דרייער שטריכן, און ניינער'ישע שטריכן. פלאס די פליגל. און דער הייליגער באשעפער זאל שוין העלפן.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה@ וואס מיינט די ווערטער?

נשמה האט געשריבן:, זיי ווילן נישט אז מ'זאל זעהן זייער אינערליכע שוואכקייטן, זעקסער שפירן, אז אנזעהן זייער אומזיכערקייט איז נישט סעיף און סעקיור.


וואס מיינט אז "אנזעהן זייער אומזיכערקייט איז נישט סעיף"?
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח בקדקדו האט געשריבן:נשמה@ וואס מיינט די ווערטער?

נשמה האט געשריבן:, זיי ווילן נישט אז מ'זאל זעהן זייער אינערליכע שוואכקייטן, זעקסער שפירן, אז אנזעהן זייער אומזיכערקייט איז נישט סעיף און סעקיור.


וואס מיינט אז "אנזעהן זייער אומזיכערקייט איז נישט סעיף"?

(וואס איך פארשטיי) וויבאלד זעקסער ווילן אז ארומיגע 'שטיצערס' זאלן זיי אקצעפטירן, נישט אז ארומיגע זאלן זיי אפלאזן, ווילן זיי נישט ארויסזאגן פאר ארומיגע פון וועם זיי שעפן סעקיוריטי און סעיפטי "איך פיל נישט אזוי באקוועם און זיכער מיט דיר, א חלק אין מיר קוקט דיך נאך זיכער צו מאכן דיינע טיפסטע כוונות, ביסט אונטער מיין אויספארשונג".

און לויט ווי איך פארשטיי מיט אביסל מחשבה, פארוואס זעקסער זאלן נישט קענען באשטיין אז מ'זאל אנזעהן זייער אומזיכערקייט. א זעקסער וועט ריאקטן צו יעדע מצב, אינערליך אדער ארום אים, וואס ער האלט אז עס לאזן אזוי איז אומזיכער, אומזיכער פאר זיין לעבן. און ער וועט טון עפעס, עס צו מאכן צוריק זיכער. (איך קען שפירן) אז ווען א זעקסער פילט אז ער האט 'אומזיכערקייטן', שפירט ער אז ס'איז נישט זיכער עס ארויסצואווייזן, ווייל דאס מיינט ביי אים אז ער פארלירט קאנטראל אויף 'סעקיוריטי', (איך שרייב וואס ס'קומט מיר אויס) "אויב מענטשן גייען זעהן אז איך בין אומזיכער, גיי איך פארלירן קאנטראל אויף זיכערקייט" א זעקסער וויל זיין אין קאנטראל פון די זיכערקייט.

דו 'מח' האסט געשריבן א תגובה.

מח בקדקדו האט געשריבן:נשמה! לאמיר טראכטן א מינוט, וואס איז די סיבה פארוואס א מענטש איז אומזיכער? פארוואס א מענטש שפירט זיך אומסעקיורט?,
לויט ווי איך פארשטיי א מענטש נארמאלערהייט ווען ער קוקט זיך אליין אהן, ער קוקט אריין אין זיך, זעט ער א מענטש פול מיט אייגענע רצונות און שאיפות, בדרך כלל ווייסט א מענטש וואס ער וויל און וואו ער וויל אנקומען, ווידעראום דער זעקסער ווען ער קוקט זיך אהן, ער קוקט אריין אין זיך, זעט ער איין גרויסע צומישעניש, און אין דעם גרויסן צומישעניש זוכט ער אבער זיין "זיך" "ווער בין איך?" ער קען איר אבער בשום אין אופן נישט טרעפן, איי איך האב דאך רצונות, אבער עפעס ווען איך קריך אריין אביסל טיפער, זעה איך אז עס קומט נישט פון מיין "איך" עפעס א אנדערע מענטש ליגט אינטער דעם, ס'איז נישט "איך" אויב אזוי וואס איז יא מיין "איך"?...

בקיצור, אזוי זעט אויס דער זעקסער, ער שפירט נישט זיין "עצם", וואס געשעהט דורכדעם ער ווערט וואקל'דיג און אומזיכער, הייסט עס אז איך האב נישט קיין שטאנד!! אבער קוק אהן אלע מענטשן יעדער איינער קוקט אויס אזוי זיכער מיט זיך, זיי ווייסן וואס זיי ווילן, ווידער איך טרעף מיך עפעס אזוי פליען אהין און צוריק, וואס איז דאס? איך האב נישט קיין אייגענקייט?!.

די "אומזיכערקייט" פון וואס דו רעדסט, ווען די קוקסט אביסל טיפער זעסטו אז דאס איז אז ער פילט נישט זיין אייגענע עצם, דאס מאכט אים אזוי אומזיכער,

איך ווייס נישט צו דו רעדסט פון א זעקסער, אבער ווען איך ליין עס אונטערן שיין פון א זעקסער, קען איך פארשטיין פון וואס דו רעדסט. האסט עס אבער אראפגעלייגט פון אינמיטן אויף צוריק.

א דרייער, א זעקסער, און א ניינער, פילן נישט זייער 'עצם'. א דרייער פילט אז זיין 'עצם' איז די וועליו וואס ארומיגע מענטשן האלטן פאר א חשיבות. זיין אמת'ע עצם שטופט ער אריין טיף. א דרייער איז פארנומען מיט זיין 'תנחום ראש הקהל'. נישטא קיין עצם, די עצם איז גארנישט ווערד. 'תנחום ראש הקהל'! א זעקסער פילט אז זיין 'עצם' איז די 'זיכערקייט' וואס ליגט ביי די ארומיגע. טראכט וואס איך זאג: "מיין 'איך' איז די זיכערקייט וואס ארומיגע האבן".

הנה, אויב איך זאג אז א זעקסער האט שטריכן פון דריי און פון ניין, קומט אויס אז א זעקסער שפירט טאקע אז ער האט נישט קיין 'עצם'. ווייל דער זעקסער איז צוגעוואוינט פון אלעמאל אן, פון ווען ס'בויט זיך זיין סענס אף סעלף, אז די שפיר פון 'איך' איז די זיכערקייט וואס ליגט ביי די ארומיגע. טראכט וואס איך זאג: "מיין איך, מיין סענס אף סעלף, איז די זיכערקייט וואס ליגט ביי ארומיגע, די זיכערקייט וואס ארומיגע געבן מיך".

יעצט גייט עס אזוי. דער זעקסער באקומט 'זיכערקייט' אינדרויסן פון זיך, ער שפירט זיך 'זיכער', און ער פרובירט עס צו באקומען נאך און נאך פון ארומיגע מענטשן מיט'ן פלאן צו באקומען א 'עצם'. ער ארבעט שווער פאר די מענטשן און סיסטעמען וואס געבן אים זיכערקייט. וואס געבן אים זיין 'איך'. אזוי ווי יעדע טייפ וואס וויל אנהאלטן זיין 'איגו'. אבער דא עקא, אז ווייל ער וויל עס אנהאלטן, הייבט ער אן צו שפירן 'אומזיכער'. און דאס איז וואס איך זאג. א זעקסער אנהייב שפירט 'זיכער'. דהיינו, א געזונטער זעקסער וועט שפירן אפהענגיג אבער 'זיכער'. טאקע נישט מיט 'זיך', אבער מיט די זיכערקייט וואס מענטשן ארום האבן, מיט די זיכערקייט וואס מענטשן ארום געבן אים. אבער ווייל ער וויל אנהאלטן זיין 'סענס אף סעלף' ער וויל זייער שטארק שפירן זיכער, דערפאר וועט ער אנהייבן מאכן זיכער אז די מענטשן ארום זאלן ווייטער טאקע געבן זיכערקייט. און ווען מ'טוט עפעס אנצוהאלטן א 'סענס אף סעלף' ווערט עס ערגער. דא ווערט דער זעקסער אומזיכער, "ווער זאגט מיך אז איך גיי ווייטער באקומען זיכערקייט?" און ער באקומט ספיקות און 'חשד'. און ער טוט מער, און ער טעסט, יעצט שפירט ער שוין טאקע וואקלדיג און נישט שטאנדהאפטיג, דא קומט אריין דיין סטעטמענט "ווידער איך טרעף מיך עפעס אזוי פליען אהין און צוריק, וואס איז דאס? איך האב נישט קיין אייגענקייט?!..." און ס'איז אוודאי אמת, אז זעקסער האבן נישט קיין 'עצם', אבער זיי פילן עס נישט נאר ווען זיי הייבן אן צו פילן ווי זיי פארלירן עס. און נישט נאר זעקסער, נאר אויך דרייערס, און אויך ניינערס. און נאך מער, דער זעקסער האט דאך שטריכן פון דריי און פון ניין.

וואס געשעהט נאכדעם? ער ווערט מורא'דיג באזארגט אז ער זאל יא זיין אוועקגעשטעלט, כדי נישט צו דארפן פילן די אויבנדערמאנטע געפיל, ער שטעלט זיך אוועק צו דורך א סטרוקטשור, צו דורך סיי וועלכע זאך וואס מאכט אים פילן אז ער איז אויף זיכערע טרעקס, ער וועט פרובירן ווי ווייניגער צו טראכטן טיף אין זיך, אזוי וועט ער נישט זען זיין שוואכע זייט.

ס'גייט אזוי: אנהייב (דהיינו א געזונטער זעקסער) פילט ער 'זיכער', טאקע נישט מיט זיך, אבער ער פילט 'זיכער', נאר נאכדעם ווען ער הייבט אן ווערן אומזיכער, און טאקע ווייל זיין גאנצע זיכערקייט ליגט אינדרויסן פון אים, וועט ער אוודאי וועלן שטערקער מאכן זיין זיכערקייט, דורכ'ן אוועקשטעלן סטרוקטור אינדרויסן פון אים. אוועקשטעלן דרויסענדיגע זאכן וואס זאלן אים געבן זיכערקייט. און טאקע ווייל ער האט נישט קיין עצם. טאקע ווייל ער נעמט נישט זיכערקייט פון 'אינעווייניג' פון זיך. נאר אינדרויסן פון זיך, וועט ער עס מאכן שטערקער מיט דעם וואס א זעקסער בויט אויף זיכערקייט אין די וועלט, בויט ער זיין 'איך'.

די געפיל פון וואס דו רעדסט אז דער זעקסער וויל נישט שפירן, דאס איז די געפיל 'פון אומזיכערקייט', 'ענגזייעטי', ער וויל זיין זיכער מיט זיין לעבן.

דער זעקסער איז נישט נאר באזארגט פונעם "עתיד" ער איז אויך באזארגט פונעם "הוה" טאמער ער גייט זיך שפירן אומבאהאלפן, ווייל ווען ער גייט זיך שפירן אומבאהאלפן גייט ער זען אז ווען ער איז אליין אהן קיינעמ'ס סופארט איז ער גארנישט, זעראו!,

ער איז באזארגט אז ער גייט פארלירן סופארט. א זעקסער האט נישט מורא פון באקומען סופארט. ער דארף אמת'ע סופארט. ער וויל סופארט, אזוי ווי דער דרייווער וויל אז איינער אין די זייט זאל אים ווייזן די וועג, אדער אזוי ווי א דאקטער לערנט זיך דאקטעריי ביי א גרעסערע דאקטער. און זיין אומבאהאלפנקייט קומט נישט דירעקט ווייל ער פילט אז ער האט נישט קיין עצם, זיין אומבאהאלפנקייט קומט ווייל ער האט מורא פון פארלירן זיין לעבנס-זיכערקייט וואס ער נעמט פון דרויסן.

ער האט מורא אז ער גייט איין טאג קומען אין א מצב וואס ער גייט זיך פילן פארלוירן אן עפעס וואס זאל אים געבן דעם געפיל אז ער איז אקעי, און ער גייט מוזן מודה זיין פאר זיך אליין אז יא! איך האב נישט קיין ברעקל שטאנד, איך פאר מיר האב נישט קיין "חוט השדרה" איך מוז אלס אנקומען צו עפעס פון אינדרויסן וואס זאל מיך געבן דעם געפיל אז איך בין מסודר, איך בין דא, איך לעב, איך שטיי דא מיט ביידע פיס, איך בין אקעי,

א זעקסער האט מער מורא פון אמת'ע אומזיכערקייטן, פון פארלירן שטיצע, ווי פון מודה זיין אז ער דארף צוקומען צו סופארט. אז ער האט נישט קיין ברעקל שטאנד. דאס אנטלויפן פון זיך באגעגענען מיט זיין 'אומבאהאלפנקייט' איז נישט נאר ווייל ער וויל נישט פילן זיין 'חסרון', נאר ער וויל נישט פילן אין א 'סכנה'. ער וויל נישט פילן פארלוירן פון לעבנס-פארזיכערונג.
און די פייט וואס ער האלט אין איין פייטן נישט צו שפירן זיין פארלוירנקייט דאס גיט אים "ענקזייעטי" און אנגעצויגן אז אלעס זאל זיין מסודר, אלע זאלן זיין מיט אים, יעדער זאל אים ליב האבן, ער זאל נישט פילן פלאפט, ער זאל אלס האבן א מעמד, ווייל אנדעם איז ער אויס,

די פייט וואס ער פייט איז ווייל ער האט מורא צו שפירן זיין פארלוירנקייט, און זיין פארלוירנקייט איז א פחד פון אמת'ע סכנות. און שפירן 'פארלוירנקייט' איז ביי אים אויך א סכנה צו אמת'ע סעקיוריטי. א דרייער וויל האבן א 'מעמד', א זעקסער וויל 'סעקיוריטי'. נעמען סעקיוריטי אינדרויסן פון זיך.

דער זעקסער ווערט נישט געבוירן מיט ענקזייעטי, ענקזייעטי איז ביי אים א פועל יוצא פון די פחד אז ער גייט זיך שפירן הילפלאז אהן קיין אייגענע שטאנד, און דאס פייט ער,

דעם זעקסערס סענס אף סעלף ווערט געבויט "איך בין! ווייל ס'דא זיכערקייט אינדרויסן פון מיר". אזוי ווי א דרייער שפירט "איך בין! ווייל איך האב די וועליו פון די מענטשן ארום מיר" אזוי ווי א ניינער שפירט "איך בין! ווייל איך לעב צוזאמען מיט די מענטשן ארום". אזוי אויך שפירט א זעקסער "איך בין! ווייל ס'דא זיכערקייט אינדרויסן פון מיר" זיין עצם סענס אף סעלף איז די "זיכערקייט" וואס ליגט אין דרויסן פון אים. און אויב ער פארלירט עס, פארלירט ער זיין 'איך', און דערפאר פייט ער אזוי פאר דעם 'איך'. ער פייט פאר 'זיכערקייט'.

א פינעווער און א זיבענער האבן אויך ענגזייעטי. א פינעווער טראכט, און א זיבענער לויפט צו עקספיריענסעס. ענגזייעטי איז ענגזייטי. "איך האב מורא פון א געוויסע זאך וואס איז נישט זיכער". נאר וויבאלד זיין זיכערקייט איז אינדרויסן פון אים, דערפאר וועט ער אוודאי מורא האבן צו שפירן אז ער פארלירט עס. ענגזייעטי איז ביי אים א פועל יוצא פון נעמען זיכערקייט אינדרויסן פון זיך.

ער פייט נישט די ענקזייעטי זעלבסט, אוודאי נאכדעם וואס ער באקומט ענקזייעטי ציטערט ער שוין פון דעם אויך, ווייל ער ווייסט פון וואס די ענקזייעטי קומט, "ער ציטערט פונעם ציטערן פונעם ציטערן אז ער גייט פילן אומבאהאלפן", און ווען ער איז אומבאהאלפן איז ער אויס מענטש .

א זעקסער פייט אמת'ע סכנות. נישט אזוי ווי דער דרייער וואס פייט פאר זיין 'אימעדש'. דו שרייבסט גוט "ווען ער פילט אומבאהאלפן איז ער אויס מענטש. "אויס איגו". די 'אומבאהאלפנקייט' פון וואס דו רעדסט, אז ער ציטערט דערפון, איז די געפיל פון 'ענגזייעטי'. אז זאכן זענען נישט סעיף און סעקיור. טרעפן סעקיוריטי אין זיך, א מענטש וואס רעדט זיך איין אז ער קען נישט שטיין אויף די אייגענע פיס, און מ'וועט אים זאגן דער אויבערשטער ב"ה האט געמאכט אז דו קענסט יא שטיין אויף די אייגענע פיס. דאס מיינט 'טרעפן סעקיוריטי אין זיך'. ס'איז א טראסט אז דער הייליגער בורא האט מיר אויך געגעבן די כוחות צו טון וואס יעדער טוט. איך בין פארזיכערט אז איך גיי קענען מארגן אויך שטיין אויף מיינע צוויי פיס? איך בין פארזיכערט? איך פארלאז מיך אויפן רחמנות פונעם הייליגן בורא.
והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:נשמה@ וואס מיינט די ווערטער?

נשמה האט געשריבן:, זיי ווילן נישט אז מ'זאל זעהן זייער אינערליכע שוואכקייטן, זעקסער שפירן, אז אנזעהן זייער אומזיכערקייט איז נישט סעיף און סעקיור.


וואס מיינט אז "אנזעהן זייער אומזיכערקייט איז נישט סעיף"?


. (איך קען שפירן) אז ווען א זעקסער פילט אז ער האט 'אומזיכערקייטן', שפירט ער אז ס'איז נישט זיכער עס ארויסצואווייזן, ווייל דאס מיינט ביי אים אז ער פארלירט קאנטראל אויף 'סעקיוריטי', (איך שרייב וואס ס'קומט מיר אויס) "אויב מענטשן גייען זעהן אז איך בין אומזיכער, גייען זיי איבערנעמען קאנטראל" א זעקסער וויל זיין אין קאנטראל פון די זיכערקייט.


ס'טייטש אז דער זעקסער פרובירט נאר צו באהאלטן זיין אומזיכערקייט פון אנדערע? ער פאר זיך איז מסכים צום פאקט אז ער איז אומזיכער, נאר אנדערע זאלן עס נישט זעהן? און וואס מיינט עס בכלל אז "ער האט מורא אז אנדערע גייען איבערנעמען קאנטראל פון די זיכערקייט"? וואס איז זיין פחד? וואס גייט דא געשעהן?

א זעקסער פילט אז זיין 'עצם' איז די 'זיכערקייט' וואס ליגט ביי די ארומיגע. טראכט וואס איך זאג: "מיין 'איך' איז די זיכערקייט וואס ארומיגע האבן".

ווייל דער זעקסער איז צוגעוואוינט פון אלעמאל אן, פון ווען ס'בויט זיך זיין סענס אף סעלף, אז די שפיר פון 'איך' איז די זיכערקייט וואס ליגט ביי די ארומיגע. טראכט וואס איך זאג: "מיין איך, מיין סענס אף סעלף, איז די זיכערקייט וואס ליגט ביי ארומיגע, די זיכערקייט וואס ארומיגע געבן מיך".


איך טראכט, איך טראכט, איך וועל דיר זאגן, בשעת איך האב דעיס געליינט, ווען איך האב געהאלטן ביי די ווערטער "מיין 'איך' איז די זיכערקייט וואס ארומיגע האבן" האב איך דיר נאך געהאט, איך האב געטראכט אז דו מיינסט צו שרייבן אז זיין שפיר פון "איך" איז, די אייגענע זיכערקייט וואס אנדערע האבן, אז ער האלט אז דאס איז די אמת'ע "איך" און ממילא וויל ער אויך אזוי זיין, אבער ווען איך האב געליינט ווייטער דיינע ווערטער "די זיכערקייט וואס ארומיגע געבן מיך", דעמאלטס האב איך דיר פארלוירן, איך שפיר אז אט די מחשבות לגבי די "זיכערקייט וואס אנדערע געבן מיר", פילט ער נישט אלס זיין "איך" אז דאס זיין "איך", זיין "איך" שפירט ער איז די "אייגענע זיכערקייט" וואס ער וויל אזוי שטארק האבן, און וויבאלד ער האט עס נישט, וויל ער עס באקומען פון אנדערע אז ער זאל זיך שפירן פארזיכערט אין זיין סביבה,

ער וויל סיי א סביבה פון מענטשן וואס זאלן האלטן אז ער איז א געהעריגע מענטש צום טיש, און סיי א סביבה וואס גייט אים נישט פארלאזן, ער גייט זיך נישט שפירן פארלוירן ווייל ער איז ארומגענומען מיט גוטע שטארקע מענטשן וואס וועלן אים ארויסהעלפן,
די צווייטע סארט סביבה איז אבער סטעפ ,2 די עיקר וואס ער וויל איז די ערשטע סארט סביבה, ווייל זיין "לאך" איז אז ער פילט זיך ווי א שוואכלינג ווי א לוזער, לוזער מיין איך נישט דעי דרייערישער לוזער וואס פילט זיך ווי א לוזער ווען ער סוקסעסירט נישט, איך רעד פון א לוזער מיין איך, אזא "גארנישט" נו! ווייסט וואס איך מיין, יא?, פארדעם דארף ער א סביבה וואס זאגט אים אז ער איז יא עפעס, אונז האלטן משוגע שטארק פון דיר, דו האסט אזעלכע מעלות, WOW,
יעצט איז נאך אבער אלס דא א פראבלעם אז למעשה איז ער יא א שוואכלינג עס וועט אים גארנישט העלפן זיין נאכלויפן א גאנצן טאג זיך זעלבסט צו קאנווינסן דורך זיך און דורך אנדערע אז ער איז יא "אייגן געבויעט" און ער איז יא "שטארק", ווייל ער איז נישט!, ממילא דארף ער האבן א סביבה וואס גייט אים צודעקן און קאזלען אונז וועלן מיר דיר נישט פאלאזן, אונז וועל מיר דיר נישט לאזן פאלן, אונז זענען דיין רוקן ביין,

אבער למעשה נאך אלעם ווען דו קריכסט אריין אינעם זעקסער'ס מוח צו זען וואס האלט ער איז זיין "איך"?, וואו וויל ער טרעפן זיין "איך"?, וועסטו זען אז ער וויל עס טרעפן און "אייגענע זיכערקייט" ווען איך וועל זיין אוועק געשטעלט אויף מיינע אייגענע פיס וועל איך וויסן אז איך האב מיין איך, ווייל דארט שפירט אז זיין "לאך" איז, און איז זיין לאך טאקע.

יעצט גייט עס אזוי. דער זעקסער באקומט 'זיכערקייט' אינדרויסן פון זיך, ער שפירט זיך 'זיכער', און ער פרובירט עס צו באקומען נאך און נאך פון ארומיגע מענטשן מיט'ן פלאן צו באקומען א 'עצם


נו! דאס איז אסור פאר דיר צו זאגן.

ער ארבעט שווער פאר די מענטשן און סיסטעמען וואס געבן אים זיכערקייט. וואס געבן אים זיין 'איך'. אזוי ווי יעדע טייפ וואס וויל אנהאלטן זיין 'איגו'. אבער דא עקא, אז ווייל ער וויל עס אנהאלטן, הייבט ער אן צו שפירן 'אומזיכער'. און דאס איז וואס איך זאג. א זעקסער אנהייב שפירט 'זיכער'. דהיינו, א געזונטער זעקסער וועט שפירן אפהענגיג אבער 'זיכער'. טאקע נישט מיט 'זיך', אבער מיט די זיכערקייט וואס מענטשן ארום האבן, מיט די זיכערקייט וואס מענטשן ארום געבן אים.



דעיס איז געזונט? און דעיס מיינט אז ער איז זיכער? ער איז נישט זיכער מיט זיך נאר מיט יענעם, דעיס מיינט עכט זיכער? ער שפירט זיין עצם און ער באקומט אייגענע ווערד דורך יענעם און ער איז נאך געזונט אויך?! איך פארשטיי נישט.

אבער ווייל ער וויל אנהאלטן זיין 'סענס אף סעלף' ער וויל זייער שטארק שפירן זיכער, דערפאר וועט ער אנהייבן מאכן זיכער אז די מענטשן ארום זאלן ווייטער טאקע געבן זיכערקייט. און ווען מ'טוט עפעס אנצוהאלטן א 'סענס אף סעלף' ווערט עס ערגער. דא ווערט דער זעקסער אומזיכער, "ווער זאגט מיך אז איך גיי ווייטער באקומען זיכערקייט?" און ער באקומט ספיקות און 'חשד'. און ער טוט מער, און ער טעסט, יעצט שפירט ער שוין טאקע וואקלדיג און נישט שטאנדהאפטיג, דא קומט אריין דיין סטעטמענט "ווידער איך טרעף מיך עפעס אזוי פליען אהין און צוריק, וואס איז דאס? איך האב נישט קיין אייגענקייט?!..." און ס'איז אוודאי אמת, אז זעקסער האבן נישט קיין 'עצם', אבער זיי פילן עס נישט נאר ווען זיי הייבן אן צו פילן ווי זיי פארלירן עס.


סאו דו ביסט מודה אז דער זעקסער האט משורשו נישט קיין אייגענע עצם, נאר דו האלטסט אז ער פילט עס נישט ביז ער הייבט עס נישט אהן צו וועלן באשיצן, אויב אזוי קומט אויס אז משרשו איז דער זעקסער נישט עכט זיכער מיט זיך, ער מיינט אפשר אזוי, אבער ער איז נישט, און אפשר רופסטו דעיס אהן אז ער איז זיכער, אז ער שפירט אז ער איז זיכער, דעיס קומט דאך אבער נישט ווייל ער איז עכט זיכער, דעיס קומט דאך פון דעם וואס "ער ציטערט צו פילן זיין אומזיכערקייט" און ער טוט אלעס זיך צו פילן שטארק, ער מאכט זיכער אז עס זאלן נישט זיין קיין לעכער אינעם סיסטעם, אלעס זאל זיין סעקיור, און ווי אויך זאל ער האבן אן אוועקגעשטעלטע מהלך החיים ער מוז האבן א "וועג" נישט קיין חילוק צו ס'שטימט צו נישט ער דארף מער די "שיטה שבו" ווי די תוכן וואס ער האלט, און איך וויל אז מיינע ארומיגע זאלן אויך האלטן פון מיין וועג אזוי ווייס איך אז איך בין גוט און פארזיכערט, איך וועל נישט צוקומען צו דעם פילינג אז "איך בין שוואך" איך וועל עס נישט זען און פארטיג,

אבער דעיס הייסט נישט שטארק, ער איז פון די ערשטע מינוט שוואך, עכ"פ ער מיינט אז דעיס הייסט שוואך, איך וועל אים אויסזאגן אז די שוואכקייט זעלבסט הייסט שטארקייט, ויקרא שמו בישראל "שטארקייט", צופרידן? שטארקייט מיינט נישט דוקא אז א מענטש האט די יכולת צו קומען צו מסקנות שנעלערהייט און קלארערהייט, שטארקייט מיינט אויך אויב איך בין א מין מענטש וואס איך קען שווער אפמאכן, איך בין שטארק ווייל איך ווייס אז איך האב עפעס וואס מענטשן קוקן אהן אלס א שוואכקייט, איך קען עס פעיסן, דעיס איז די גרעסטע גבורה וואס א מענטש קען האבן.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח האט געשריבן:איך טראכט, איך טראכט, איך וועל דיר זאגן, בשעת איך האב דעיס געליינט, ווען איך האב געהאלטן ביי די ווערטער "מיין 'איך' איז די זיכערקייט וואס ארומיגע האבן" האב איך דיר נאך געהאט, איך האב געטראכט אז דו מיינסט צו שרייבן אז זיין שפיר פון "איך" איז, די אייגענע זיכערקייט וואס אנדערע האבן, אז ער האלט אז דאס איז די אמת'ע "איך" און ממילא וויל ער אויך אזוי זיין, אבער ווען איך האב געליינט ווייטער דיינע ווערטער "די זיכערקייט וואס ארומיגע געבן מיך", דעמאלטס האב איך דיר פארלוירן, איך שפיר אז אט די מחשבות לגבי די "זיכערקייט וואס אנדערע געבן מיר", פילט ער נישט אלס זיין "איך" אז דאס זיין "איך", זיין "איך" שפירט ער איז די "אייגענע זיכערקייט" וואס ער וויל אזוי שטארק האבן, און וויבאלד ער האט עס נישט, וויל ער עס באקומען פון אנדערע אז ער זאל זיך שפירן פארזיכערט אין זיין סביבה,

אויב דו רעדסט פון א זעקסער. א זעקסער וועט שפירן אז ער וויל האבן "אייגענע זיכערקייט", "אומאפהענגיגקייט!" ס'איז אזוי ווי דו זאלסט מיר זאגן "א דרייער פילט נישט זיין 'איך' אז ס'איז די ווערד וואס ליגט אין די הערצער פון די ארומיגע, א דרייער שפירט זיין "איך" אז ער 'איז' ווערד, דאס בין "איך". א דרייער מוז נישט וויסן וואס ס'קומט פאר מיט אים. מ'ווייסט אבער אז דער 'איך' פון א דרייער איז די ווערד און די הצלחה וואס ס'ליגט אין די הערצער פון ארומיגע. די זעלבע זאך דא, א געזונטער זעקסער מוז נישט שפירן אז זיין לעבנס-זיכערקייט, אז זיין 'איך', איז די זיכערקייט אינדרויסן פון אים. ער שפירט אז זיין 'איך' איז זיכער. ער כאפט נישט אז זיין 'איך', די סענס אף סעלף זיינעם, איז נאר די זיכערקייט וואס ער שפירט איז דא ארום אים. אינדרויסן פון אים. ווען א זעקסער איז געזונט, ווייסט ער אז ער איז זיכער. "איך בין אפהענגיג און זיכער מיט מיין לעבן, איך ווייס וואס צו טון, איך פיל מיך אונטערגעשטיצט".

א געווענליכע זעקסער וועט נישט שפירן "מיין איך איז די זיכערקייט וואס אנדערע געבן מיר" ער שפירט איין זאך, "איך וויל זייער שטארק פילן אומאפהענגיג און זיכער". דער זעקסער מיינט אז דער "איך" איז "ער אליין" אז דער שפיר פון "יא זיכערקייט, אדער נישט זיכערקייט, איז ער אליין". ס'איז אבער נישט. ער מיינט נאר. ס'איז וויפיל זיכערקייט ער באקומט פון דרויסן. ווען א זעקסער זאגט "איך וויל שפירן אייגענע זיכערקייט", מיינט עס אויף אניאגראם שפראך "איך וויל שפירן אז אינדרויסן פון מיר איז דא גענוג זיכערקייט מיר צו געבן". ער זאגט אז ער וויל האבן "אייגענע זיכערקייט" אבער מיינען מיינט עס "איך וויל שפירן אז מ'באגיסט מיר מיט אזויפיל זיכערקייט פון אינדרויסן, אז איך גיי ענדליך פילן אז איך קען שוין אליין".

ווען א זעקסער זאגט "איך וויל שפירן אייגענע זיכערקייט" דארף מען אים זאגן: רעד צום אויבערשטן און טרעף דיין אינערליכער נפש.

א זעקסער וויל שפירן פארזיכערט אין זיין סביבה. ער וויל נישט אז זיין סביבה זאל אים אוועקווארפן. ער וויל דאך שעפן פון זיין סביבה גענוג זיכערקייט צו ווערן אומאפהענגיג. עכ"פ ער וויל נישט אז זיין סביבה זאל אים אוועקווארפן.

ער וויל סיי א סביבה פון מענטשן וואס זאלן האלטן אז ער איז א געהעריגע מענטש צום טיש,

א זעקסער וויל נישט אז מ'זאל זעהן זיין 'ענגזייעטי', ער וועט זיך אויפפירן וואס ער האלט איז 'נארמאל'. ווייל ער האט מורא צו זיין אמת'דיג וויאזוי ער איז אינעווייניג. ווייל ער האט מורא אז טאמער מ'גייט אים זעהן אלץ די 'אומזיכערקייט' און ספיקות וואס ער האט, וועט מען אים 'מדחה' זיין. און מער נישט שטיצן, און וויאזוי וועט ער באקומען שטיצע? צו באקומען דאדורך עווענטועל "אייגענע זיכערקייט". וואס דאס איז נישט אמת. מענטשן זענען סך מער אקצעפטירבאר ווי מ'מיינט.
און סיי א סביבה וואס גייט אים נישט פארלאזן, ער גייט זיך נישט שפירן פארלוירן ווייל ער איז ארומגענומען מיט גוטע שטארקע מענטשן וואס וועלן אים ארויסהעלפן

די 'פארלוירן' וואס דו שרייבסט דא מיינט לכאורה, ענגזייעטי. דאס איז דאך פארוואס זעקסער האבן א נטי' צו קלעבן שטארק און פגע'נען 'אוטאריטי' פיגורן. (איך רעד פון מיר) זיי ווילן שעפן 'זיכערקייט' פון אוטאריטי פיגורן. א זעקסער באגעגענט א מענטש וואס פארשטייט צו שלום בית, וועט ער יענעם פגע'נען, ווי איינער זאגט "לערן מיך אויס, איך וויל מיך קענען אן עצה געבן אין מיין לעבן, איך פיל אומזיכער, איך ווייס נישט וואס צו טון, דו ווייסט יא, לערן מיך עס אויס, און נאכדעם וועל איך דיך אפלאזן"

די עיקר וואס ער וויל איז די ערשטע סארט סביבה, ווייל זיין "לאך" איז אז ער פילט זיך ווי א שוואכלינג ווי א לוזער

ווי איינער זאגט, קודם זעהטס נישט מיין 'אומזיכערקייטן', און מיינע 'ספיקות', נאכדעם וועל איך נאשן פון ענק צו ווערן אומאפהענגיג.

לוזער מיין איך נישט דעי דרייערישער לוזער וואס פילט זיך ווי א לוזער ווען ער סוקסעסירט נישט, איך רעד פון א לוזער מיין איך, אזא "גארנישט" נו! ווייסט וואס איך מיין, יא?, פארדעם דארף ער א סביבה וואס זאגט אים אז ער איז יא עפעס, אונז האלטן משוגע שטארק פון דיר, דו האסט אזעלכע מעלות, WOW

ס'קען שטומען וואס דו זאגסט מיט 'זעקס'. זעקסער האבן א נטי' זיך אראפצוקלאפן. און ער דארף אז מ'זאל האלטן פון אים, ווייל ער וויל זיך 'אויפבויען'. א זעקסער וויל זיך 'אויפבויען'. ער וויל ווערן "איך בין א מענטש וואס 'ווייסט', וואס קען זיך אן עצה געבן. וואס קען אוועקשטעלן א זיכערע לעבן". נאר רבותי, חברה, געטס מיר שטארקייט, געטס מיר זיכערקייט, געטס מיר עצות, און נאכדעם לאז איך ענק אפ. אבער פליז אייבערשטער, קיינער זאל נישט זעהן אז איך בין אזוי אומזיכער, איך וויל דאך באקומען זיכערקייט.

יעצט איז נאך אבער אלס דא א פראבלעם אז למעשה איז ער יא א שוואכלינג עס וועט אים גארנישט העלפן זיין נאכלויפן א גאנצן טאג זיך זעלבסט צו קאנווינסן דורך זיך און דורך אנדערע אז ער איז יא "אייגן געבויעט" און ער איז יא "שטארק"

די סיבה פארוואס א זעקסער שפירט נישט "שטארק, אונטערגעשטיצט, אז ער ווייסט וואס צו טון מיט זיין לעבן, אז ער קען" איז, ווייל ער לויפט נאך אנדערע. ווילאנג ער וויל נעמען פון אנדערע 'זיכערקייט' וועט עס קיינמאל נישט גיין. טראכטן "איך בין שטארק, איך דארף נאר פרעגן נאך איינמאל" מאכט נישט שטארק. מ'דארף מאכן 'התבודדות', טרעפן זיך אליין. ווי רבי חיים ויטאל שרייבט, אז ס'דא אז די נפש פון א מענטש איז זיך מתגלה צום מענטש, און לערנט אים אויס וואס צו טון.

אבער למעשה נאך אלעם ווען דו קריכסט אריין אינעם זעקסער'ס מוח צו זען וואס האלט ער איז זיין "איך"?, וואו וויל ער טרעפן זיין "איך"?, וועסטו זען אז ער וויל עס טרעפן און "אייגענע זיכערקייט" ווען איך וועל זיין אוועק געשטעלט אויף מיינע אייגענע פיס וועל איך וויסן אז איך האב מיין איך, ווייל דארט שפירט אז זיין "לאך" איז, און איז זיין לאך טאקע.

יא, אוודאי טייערער מח, אוודאי וויל דער זעקסער ווערן אוועקגעשטעלט אויף די "אייגענע פיס". און דאס איז זיין פראבלעם. מח, דער פירער וויל אויך נאר טרעפן זיין נפש. דער פירער זאגט "איך גיי נאר ענדיגן טרעפן מיין נפש, און נאכדעם וועט שוין אלעס זיין גוט". איי זעקסער, זעקסער, הער אויף צו וועלן פילן אז דו שטייסט אויף דיינע צוויי פיס. הער אויף. ווייל דאס איז א איגו דיפענס. הייב אן צו טרעפן דיך אליין. הער אויף ארבעטן צו שטיין אויף דיינע צוויי פיס. האב בטחון און שוין.

דעיס איז געזונט? און דעיס מיינט אז ער איז זיכער? ער איז נישט זיכער מיט זיך נאר מיט יענעם, דעיס מיינט עכט זיכער? ער שפירט זיין עצם און ער באקומט אייגענע ווערד דורך יענעם און ער איז נאך געזונט אויך?! איך פארשטיי נישט

מח, די פראבלעם פון א זעקסער איז אז ער וויל זיין זיכער מיט "זיך". דאס איז די פראבלעם. די תיקון איז, הער אויף צו וועלן זיין זיכער מיט דיר. הער אויף צו וועלן שפירן "פארזיכערט". ווען א געזונטער זעקסער פילט "איך בין זיכער" טראכט ער נישט, "זייער גוט, ענדליך, אזוי איז גוט, איך גיי ארבעטן צו טאקע פילן גוט שטארק זיכער". ער טראכט נישט אזוי. ווען א געזונטע זעקסער פילט "איך בין זיכער", טראכט ער, יא? אקעי. ס'גוט וויאזוי ס'איז, איך שריי צום אויבערשטן. איך פארלאז מיך אויף אים. דאס וועלן פילן "זיכער", דאס וועלן פילן "איך בין אוועקגעשטעלט אויף מיינע צוויי פיס" דאס איז גורם צו ווערן אומגעזונט. א געזונטע זעקסער איז איינער וואס איז צופרידן מיט וויפיל זיכערקייט ער שפירט. א געזונטע זעקסער געט זיך נישט אונטער דעם פחד פון "אפשר שפיר איך אומפארזיכערט". ווען א געזונטע זעקסער פילט "יו, איך האב מורא אז איך הייב אן פילן פארלוירן, וואס טו איך?" זאגט ער צו זיך: לאז. פיל פארלוירן. ס'דא א באשעפער אויף די וועלט. געט דיך אונטער. דאס נישט אונטערגעבן אונטער פארלוירנקייט מאכט קראנק. אז מ'געט זיך אונטער, און מ'זאגט, "ס'גייט מיך נישט אן אז איך פיל פארלוירן, ס'גייט גארנישט געשעהן" גייט עס אוועק בעזרת השי"ת. ווייל מ'זעהט איין, אז ס'איז נאר א דמיון. ס'איז א איינרעדעניש. אזוי ווי א קינד וואס שטייט אויף הויעך שטאקיגע קעסטלעך. גיי אראפ פון די קעסטלעך.

סאו דו ביסט מודה אז דער זעקסער האט משורשו נישט קיין אייגענע עצם, נאר דו האלטסט אז ער פילט עס נישט ביז ער הייבט עס נישט אהן צו וועלן באשיצן, אויב אזוי קומט אויס אז משרשו איז דער זעקסער נישט עכט זיכער מיט זיך, ער מיינט אפשר אזוי, אבער ער איז נישט

מח, כאפ די שוואכקייט פונעם זעקסער. ווען א זעקסער וויל טרעפן אייגענע זיכערקייט, מיינט אז ער איז נישט געזונט. ווען א זעקסער טוט גארנישט צו פילן זיכער, מיינט אז ער איז געזונט. א געזונטע זעקסער איז נישט זיכער מיט זיך. און ס'גארנישט! הערסט. דאס מיינט געזונט. "יא, איך בין נישט זיכער מיט מיר, איך בין אפהענגיג". יא. ס'געשעהט גארנישט. קיינער לאכט נישט. יעדער פילט אזוי. נאר א געווענליכער זעקסער וויל זייער שטארק פילן אזאך וואס איז unavailable. ווען מ'וויל שפירן "פעסט, און זיכער, און אז מ'ווייסט וויאזוי זיך אן עצה צו געבן, און מ'איז שטארק, און מ'האט יא א רוקן ביין, און מ'איז נארמאל, און וכו'" דאן הייבט זיך אן די פראבלעמען. דאס שטארקט מער און מער די איגו דיפענסעס.

דעיס קומט דאך אבער נישט ווייל ער איז עכט זיכער, דעיס קומט דאך פון דעם וואס "ער ציטערט צו פילן זיין אומזיכערקייט" און ער טוט אלעס זיך צו פילן שטארק, ער מאכט זיכער אז עס זאלן נישט זיין קיין לעכער אינעם סיסטעם, אלעס זאל זיין סעקיור

א געזונטער זעקסער ווייסט אז ער איז נישט "עכט" זיכער. די "עכט" זיכער, קומט פון געווענליכע זעקסער. זיי ווייסן צו זאגן פון אזא זאך ווי "עכט זיכער". נישטא אזא זאך ווי "עכט זיכער". א געזונטער זעקסער האט נישט מורא צו פילן "זיין אומזיכערקייט", ער טוט וויפיל ס'איז שייך צו זיין זיכער, אבער אויב ער פילט "אבער אפשר דאך" מאכט ער זיך נישט צו טון. ער איז דאך א זעקסער. און ער נוצט אויס זיין שליחות אויף די וועלט. השי"ת האט באשאפן אז ס'זאל זיין מענטשן וואס זאלן וועלן טון פאר זיכערקייט, אזוי אז די פירערס זאלן האבן פון וואו צו קויפן פעינט בראשעס.

און איך וויל אז מיינע ארומיגע זאלן אויך האלטן פון מיין וועג אזוי ווייס איך אז איך בין גוט און פארזיכערט, איך וועל נישט צוקומען צו דעם פילינג אז "איך בין שוואך" איך וועל עס נישט זען און פארטיג

א געזונטער זעקסער האט נישט דעם שוואכקייט אזוי ווייט. א געווענליכער זעקסער וועט מער וועלן אז די ארומיגע זאלן האלטן פון זיין וועג, ווייל אז יענער נוצט דעם וועג, ווייסט ער אז ס'איז גוט פאר אים אויך.

אבער דעיס הייסט נישט שטארק, ער איז פון די ערשטע מינוט שוואך, עכ"פ ער מיינט אז דעיס הייסט שוואך, איך וועל אים אויסזאגן אז די שוואכקייט זעלבסט הייסט שטארקייט

שעפעלע, מח, יעדער איז שוואך. דו שרייבסט עס אליין. דאס אז א מענטש קוקט זיך אן אלץ "שוואך", דאס קומט פון "געווענליכע זעקסער". "געווענליכע זעקסער" האלטן אז ס'דא אזא זאך ווי "פילן שטארק, און סעקיור, און סעיף, און געבויט, און אומאפהענגיג, און מיין חסידות, די בעסטע, די שטערקסטע, די שענסטע". יעדער איז שוואך. א געזונטע זעקסער ווייסט אז ער איז שוואך, און ער וויל נישט שטארקן זיינע מוסקלן, דהיינו זיין "זיכערקייט" דהיינו זיין "איגו". און צום סוף קריכט מען אינגאנצן ארויס ון דעם "איך האב מורא צו פילן שוואך".

מח. קוק די גאלדענע ווערטער וואס דו שרייבסט ווייטער, וואס דאס איז א זאך וואס איך האלט עס אין איין חזר'ן
שטארקייט מיינט נישט דוקא אז א מענטש האט די יכולת צו קומען צו מסקנות שנעלערהייט און קלארערהייט, שטארקייט מיינט אויך אויב איך בין א מין מענטש וואס איך קען שווער אפמאכן, איך בין שטארק ווייל איך ווייס אז איך האב עפעס וואס מענטשן קוקן אהן אלס א שוואכקייט, איך קען עס פעיסן, דעיס איז די גרעסטע גבורה וואס א מענטש קען האבן.

איך וויל דיר נאר זאגן איין זאך דאס אליין צו טראכטן "מענטשן קוקן עס אן אלץ שוואכקייט" דאס אליין איז א איגו דיפענס. לאז אפ מענטשן.
והשם הטוב יעזור. אז מיר זאלן וויסן אז נאר דער הייליגער באשעפער איז "שטארק" מיר זענען שוואך. און דו הייליגער באשעפער דו ביסט דאך הנותן ליעף כח. גיב כח פאר דיינע יודישע קינדער, דיך צו דינען און קיין אנדערן חלילה נישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”