'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

לב אחד האט געשריבן:נאך שעות פון טראכטן און קלערן ליינען און פארשן בין איך געקומען צום אויספיר (אויף א דערווייל..) אז איך בין 55% א 4 ווינג 5, און א 45% א 6 ווינג 7.

איך בין אמביציעז אבער פארזיכטיג, איך בין נאנט אבער נישט צו נאנט, איך האב אלס מורא אז איך וועל פארלירן מיינע נאנטע וואס איך האב שוין. איך ריאקט שנעל און שטארק צו ווייטאג, איך בין אבנארמאל סענסעטיוו צו קאראפשען corruption, און איך האב ליב צו פראטעקטען מענטשן (שש.. זאג נישט פאר קיינעם הלואי וואלט געווען נארמאל צו זיין פון צייט צו צייט א שומרים מעמבער, אויך וואלט איך געוואלט זיין אין הצלה, אבער דעיס איז נאר צווישן מיר און דיר, העסט נישט אויסזאגן פאר מיין שווער און שוויגער, קעי?)

איך בין אחריות׳דיג פון אלס קינדווייז אן, און איך נעם אן זייער ערנסט מיינע אויפגאבן. וואס נאך?

א זיבענער לויפט אוועק פון ווייטאג. דאס איז דאך די גאנצע זאך פון א זיבענער אז ער לויפט אוועק פון ווייטאג. סאו, קוקסט נישט אויס ווי א זיבענער. איך רעד נישט פון א זיבענער פליגל. וואס מיינט "איך ריאקט שנעל צו ווייטאג"? אפשר א ניינער מיט א אכטער פליגל? לאמיר דיר זאגן וואס איך געדענק, איך געדענק אז אכטער זענען סענסיטיוו צו קאראפשען. און אז אכטער האבן ליב צו פראטעקטן מענטשן. איך זעה נישט אין דיין תגובה אז דו זאלסט שרייבן אפילו איין ווארט וועגן 'אומזיכערקייט' און 'פחדים'. וואס דו וואלסט ביג טיים געשריבן אויב וואלסטו געווען א זעקסער. וואלסט אפילו קיין ספק נישט געהאט אויב דו ביסט אפשר א זעקסער. א זעקסער ווייסט זייער גוט וועגן 'ענגזייעטי' און 'סכנות' צו זאגן. דו שרייבסט אפילו נישט קיין איין ווארט דערוועגן.

מיין שאלה איז, וואס מיינט סענסיטיוו צו קאראפציע? איז עס 'איינזעריש'? צינד זיך אן אין דיר די 'מאראלישקייט', די conscientious, אז ס'איז נישט 'ריכטיג' און אז ס'איז א עוולה, און נישט קיין יושר? אדער זעקסעריש, אז ס'צינד זיך אן אין דיר אלץ א ריאקציע צו שטארקע 'פחד' און הילפסלאזיגקייט. "אזוי בין איך אויס סעיף?" אדער מער די אכטערישע "דו מיינסט אז דו קענסט טון וואס דו ווילסט, און בא'עוולה'ן מענטשן אין מיין מלוכה, און נעמען אדווענטעזש פון מיינע געטרייע אינטערטאנען, דו ווייסט אפשר ווער ס'איז באלבאס, הע הע?"

פארוואס ווילסטו פראטעקטן מענטשן, איז עס 'אכטעריש', ווייל דו שפירסט אז ס'איז דיין 'אויפגאבע' אלץ דער באס? "א מענטש אין מיין מלוכה איז שוואך, אויב איך וועל נישט פראטעקטן ווער וועט פראטעקטן" אדער דו פילסט עס אלץ ריאקציע 'דיך' צו ראטעווען פון א געפיהל פון 'פארלוירנקייט' און 'פחד' און דערפאר וועסטו יענעם העלפן, ווי דו וואלסט געזאגט מיט שרעק "איך גיי נישט שפירן אין א סכנה, ס'מוז ווערן אוועקגעשטעלט סעקיוריטי אויף די וועלט". זאג נאר איינס פון די ביידע. וועכע איז מער? קומט עס מער פון פחד פון א קלאפעדיג הארץ(6), אדער שטארקייט פון דיינע לענדן (8)? איז עס גראד ארויס פון דיין אינערליכע שטארקייט (8) ? אדער איז עס א 'ריאקציע' צו פחד (6)?

איך ביז זייער נייגעריג אויף די 'ווייטאג' וואס דו זאגסט, איז עס די צווייערישע ווייטאג? "דו האסט מיך אפגעשטויסן, דו אפרישיעטס נישט אויף די טובות וואס איך האב דיר געטון, דו האסט מיך נישט ליב"? "דו מאכסט מיך פילן ווי א אפגענוצטע הושענא"? אדער איז עס מער זעקסעריש "איך האב מורא איך מוז מיך ראטעווען פון סכנה"? אדער איז עס מער ניינעריש "איך בין אזוי 'מקושר' צו דיר, און דו זאגסט מיך אריין, ווייסט ווי שטארק ס'טוט מיר וויי"?

פארוואס נעמסטו ערנסט דיינע אויפגאבן? איז עס זעקסעריש "אזוי פיל איך נישט די שטארקע אינערליכע אומזיכערקייט, און צעמישטקייט, אזוי בין איך פעסט אוועקגעשטעלט, עכ"פ אינדרויסן, פארזיכערט אין א טרעק, דאס דארף איך טון"? אדער איז עס איינזעריש "דאס איז מיין אויפגאבע" פינטל. מ'דארף טון וואס מ'האט צו טון!

פארוואס האסטו מורא פון פארלירן דיינע נאנטע, איז די 'צווייערישקייט'? "קיינער גייט מיך נישט דארפן, און איך גיי פילן ווי חמץ נאך חצות. אדער איז עס מער "איך גיי פילן אליין אויף די וועלט, און אריינפאלן אין די הענט פון די שרעקעדיגע 'ענגזייעטי'. בררררררררררררר. אדער איז עס מער ניינעריש אן ענק בין איך א 'נישט'. מיין גאנצע 'איך', איז 'אייערע געהויבענע הויעכגעשעצטע חשוב'ע מעלות'.

אויב ביסטו א צווייער איז די ערגסטע זאך ביי דיר צו פילן "איך בין סעלפיש". דו גייסט אלעס טון, אבער "איך בין נישט סעלפיש, האסט געהערט?"

א ניינער קען אויך אריינ'חלומ'ן אין חלומ'לאנד.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג יאנואר 30, 2018 4:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

לב. האסט אמאל אנגסט? אויב די האסט ריעקטעד שנעל און שטארק, פילסטו געוויסן ביסן, חרטה? אדער פילסטו פאר וויכטיג מסביר צי זיין פאר אנדערע אז די האסט ריכטיג געהאנדעלט?
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:לב. האסט אמאל אנגסט? אויב די האסט ריעקטעד שנעל און שטארק, פילסטו געוויסן ביסן, חרטה? אדער פילסטו פאר וויכטיג מסביר צי זיין פאר אנדערע אז די האסט ריכטיג געהאנדעלט?

אויב איך מעג פרעגן צו וואו דו צילסט, אויב האט ער געוויסן ביסן, איז ער אפשר וועלכע טייפ? און אויב פרובירט ער מסביר צו זיין אז ער האט יא ריכטיג געהאנדעלט, איז ער אפשר וועלכע טייפ?
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

מח בקדקדו האט געשריבן:

אויב יא קען מען אויסשליסן דעם אכטער. אכטער האבן נישט געוויסן ביסן און זענען נישט אנגעצויגען

אכטער זענען אויך נישט מיסטיש... און זיכן נישט צי קענען זיך אליין.. אלזא מען קען עס סיי ווי אויסשליסן
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

אויב וויל איך דוקא אריינלייגן לב'ס דעקריפציע אין איין נומבער בלייב איך מיט איין אויסוואל: א דרייער מיט א שטארקע פיר פליגל , און א שטיקל צווי פליגעל.

[u]איך זיך צו טרעפן מיין נפש, פארשטאנד, איך האב ליב מיסטישע אבסטראקט, איך קען טראכטן טאג און נאכט פון מיינע וייטאגן.
אמביציעז אבער פארזיכטיג, איך בין נאנט אבער נישט צו נאנט, איך האב אלס מורא אז איך וועל פארלירן מיינע נאנטע וואס איך האב שוין. איך ריאקט שנעל און שטארק צו ווייטאג, איך בין אבנארמאל סענסעטיוו צו קאראפשען corruption, און איך האב ליב צו פראטעקטען מענטשן איך בין אחריות׳דיג פון אלס קינדווייז אן, און איך נעם אן זייער ערענסט מיינע אויפגאבן
[/u]

אויב וויל איך ציזאמשטעלן הרב לב וואס איך טרעףפון אנדערע שטיקלעך אויף איי וועלט ציזאמען מיט זיין דעסקריפציע דא, וואלט איך געזאגט אז מען רעדט פון א פירער מיט א דרייער פליגל, און פראטעקטן מענטשען איז א זייטיגע שטיקל

די פאלגענדע איז נאכגעשריבן פון א אניאגראם עקספערט

Type Three with a Two Wing (3w2)

Positive: • Helpful, Friendly, Generous • Tuned in to others, Charming • Perky, Vivacious • Gregarious – can seem Sevenish • Socially adept, Encouraging • Friendly, Generous, Warm • Can be outwardly emotional
Negative: • Manipulative, Artificial quality • Flattering, Seductive, Suave

Type Three with a Two Wing: Threes with a Two wing (3w2s) tend to take on more of the attributes of Twos than of Fours (the other wing), although both wings (2 and 4) can influence their personality. 3w2s tend to be one of the most outgoing, self-confident (seemingly if not actually), charming, gregarious and socially adept of all the wing type combinations. They often seem like Sevens because they are vivacious, adventurous, friendly, full of energy and like to engage with others. Unlike Sevens though, 3w2s aren’t trying to escape from fear and self-doubt by being compulsively active. Nor are they nonconforming, outspoken and irreverent. Rather, they are more interested in recognition for their good works and admirable achievements that have a positive social perception. When healthy, 3w2s can be encouraging, motivating, bighearted and generous with their time, attention and money. They are tuned in to people and tend to be warmer and more openly sociable than 3w4s. They often have leadership qualities and work hard not only to make a name for themselves but to be of service to others. Sometimes their home life can suffer because they pour so much of their heart and soul into their work. Like 2w3s, 3w2s can be seductive and flirtatious. They want to be desirable and may feel as though part of their value comes from being able to attract others.

Negatively, they can have a big ego and alter their self-presentation to be popular. They want to be highly admired and even adored by people. They know how to turn on the charm and get others to like them. 3w2s are very competitive, although not outwardly so since they are aware of their reputation and how they are coming across to others. They can be boastful, manipulative, possessive and flattering. At their worst, they can be opportunistic and deceptive con-artists and psychopaths. You may find that you can relate to the description of Type Three with a Four wing also (see below). However, there is a fundamental energetic difference between these two descriptions. See if you can discern which description sounds more like you, however slight that difference might be.
==========================

Type Three with a Four Wing (3w4)

Positive: • Career-oriented, introspective • Serious (can seem Oneish) • Hard working • Value comes from the quality of their work • More humanistic, imaginative • Intellectual, sensitive, creative • More self-analysis than 3w2s
Negative: • Self-doubting, Self-conscious • Arrogant, Pretentious, Moody Type Three with a Four Wing:

Threes with a Four wing (3w4s) tend to take on more of the attributes of Fours than of Twos (the other wing), although both wings (4 and 2) can influence their personality. 3w4s are usually more introspective, sensitive, self-aware and serious-minded than 3w2s. They are still charming and charismatic with a winning personality like all Threes but there is also a more subdued, self-questioning, contemplative side to their persona. They derive a great deal of their self-esteem from their work, which 3w4s want to be an authentic expression of who they are. They are competitive but it’s more about competing with themselves and living up to their high ideals than about competing with other people. 3w4s often seem like Ones because they can be quite task-focused, conscientious, idealistic and, at times, perfectionistic. They also take great pride in their work and want to be known for their competence, integrity, professionalism and meaningful self-expression. 3w4s seek to understand themselves more than 3w2s and are often drawn to inner work or artistic exploration as means of self-analysis and selfawareness. Some intuitive 3w4s often switch careers and pursue more humanistic work, such as mentoring, teaching or counseling, if they’ve had some kind of spiritual awakening experience or life trauma that caused them to re-evaluate their priorities.
Negatively, 3w4s can have tremendous inner tension trying to reconcile their dual personality. On the one hand, they have great ambition and drive like all Threes. They want to shine and appear to have it all together. On the other hand, they can lapse into self-doubt and self-questioning, so characteristic of Fours. At those times they can be very moody, private and self-conscious. At times they can be haughty, pretentious, and arrogant (like unhealthy Threes) and at other times they can be self-absorbed, self-contemptuous and depressive (like unhealthy Fours). This person can therefore seem at odds with him or herself and is one reason why they are often drawn to inner work mentioned earlier. You may find that you can relate to the description of Type Three with a Two wing also (see above). However, there is a fundamental energetic difference between these two descriptions. See if you can discern which description sounds more like you, however slight that difference might be.
זקן מלא רחמים.
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
איך בין אמביציעז ?

טוישט אפשר אויף אמביציע מיט דראמא?

ווילסט האבן א מעכטיגע ביזנעס? פראדוקט? שטעלע?[/quote]

איך וויל זיין א מוצלח! איך וויל זיין אנערקענט אלס א מענטש וואס איז אנגעקומען צו די שפיץ. איך פיר אסאך פראיקטען, איינס נאך די אנדערע, איך טוה זאכן מיט אן אייגענארטיגע צוגאנג.

דראמא? אם.. יא! איך האב זייער ליב דראמא, איך לעב אויף ווען עס איז דא דראמא. עס האט נישט קיין שייכות מיט אמביציע.

ביזנעס? איך בין נישט אזוי ביזנעס מיינדעד, איך וויל טוישן די וועלט, איך וויל מאכן די וועלט פאר א בעסערע וועלט. אויב איך פארדין געלט שפיר איך צוויי זאכן: איינס, איך האב יעצט פרידאם, איך קען יעצט טון מער זאכן, איך בין נישט אזוי מצומצם, און אויך אז איך בין א מוצלח.
לשון הוא קולמוס הלב..
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:לב. האסט אמאל אנגסט? אויב די האסט ריעקטעד שנעל און שטארק, פילסטו געוויסן ביסן, חרטה? אדער פילסטו פאר וויכטיג מסביר צי זיין פאר אנדערע אז די האסט ריכטיג געהאנדעלט?

צו איך האב אמאל אגנסט? אפשר נישט?

אויב איך ריעקט שנעל און שטארק אויב איך פיל געוויסן ביסן? ביג טיים!! איך שפיר מיך ווי די ערגסטע מענטש אויף די וועלט, ווען איך בארואיג זיך און איך זע אז יענער איז נישט אין דעם היציגן באבל ווי מיר, שפיר איך מיר פאני, ווייל מענטשן קענען ווערן זייער פארווייטאגט פון מיינע שטארקע ריאקציעס צו זאכן.
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

לב אחד האט געשריבן:נאך שעות פון טראכטן און קלערן ליינען און פארשן בין איך געקומען צום אויספיר (אויף א דערווייל..) אז איך בין 55% א 4 ווינג 5, און א 45% א 6 ווינג 7.

איך בין אמביציעז אבער פארזיכטיג, איך בין נאנט אבער נישט צו נאנט, איך האב אלס מורא אז איך וועל פארלירן מיינע נאנטע וואס איך האב שוין. איך ריאקט שנעל און שטארק צו ווייטאג, איך בין אבנארמאל סענסעטיוו צו קאראפשען corruption, און איך האב ליב צו פראטעקטען מענטשן (שש.. זאג נישט פאר קיינעם הלואי וואלט געווען נארמאל צו זיין פון צייט צו צייט א שומרים מעמבער, אויך וואלט איך געוואלט זיין אין הצלה, אבער דעיס איז נאר צווישן מיר און דיר, העסט נישט אויסזאגן פאר מיין שווער און שוויגער, קעי?)

איך בין אחריות׳דיג פון אלס קינדווייז אן, און איך נעם אן זייער ערענסט מיינע אויפגאבן. וואס נאך?

לב אחד! איך זיץ און איך ליין דיינע תגובות ווי דו ברענגסט דיך אזוי גוט ארויס, און נאכן ליינען, לויט ווי איך שטיי יעצט, שטיי איך מיט א ספק אויף דיר, און מיין ספק לויפט כמעט אזוי ווי דיינס, דהיינו, אדער 6 ווינג 7 אדער 4 ווינג 3
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דערבארומדיגער, די שטיקל וואס דו ברענגסט אויבן איז אינטערעסאנט. ער שרייבט אז א דרייער מיט א פירער פליגל ווערט צוגעצויגן צו אינערליכע ארבעט, ווייל זיי לעבן אין א קאנפליקט, פון איין זייט שפירן זיי אז זיי האבן די ווערד וואס די ארומיגע דארפן, אבער פון די צווייטע זייט, ספק'ט זיי זיך. און דאס ברענגט צו אריינצוקוקן אין זיך "ווער בין איך"? אינטערעסאנט. ער שרייבט אז זיי קענען אויסזעהן ווי איינס. אבער ס'איז נישט איינס. די וועליו פון די ארומיגע איז צו זיין perfectionistic. וכו'.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

לב אחד האט געשריבן:איך וויל זיין א מוצלח! איך וויל זיין אנערקענט אלס א מענטש וואס איז אנגעקומען צו די שפיץ. איך פיר אסאך פראיקטען, איינס נאך די אנדערע, איך טוה זאכן מיט אן אייגענארטיגע צוגאנג.

דראמא? אם.. יא! איך האב זייער ליב דראמא, איך לעב אויף ווען עס איז דא דראמא. עס האט נישט קיין שייכות מיט אמביציע.

ביזנעס? איך בין נישט אזוי ביזנעס מיינדעד, איך וויל טוישן די וועלט, איך וויל מאכן די וועלט פאר א בעסערע וועלט. אויב איך פארדין געלט שפיר איך צוויי זאכן: איינס, איך האב יעצט פרידאם, איך קען יעצט טון מער זאכן, איך בין נישט אזוי מצומצם, און אויך אז איך בין א מוצלח.

דאן ביסטו אדער פיר מיט דריי פליגעל, אדער דריי מיט אויסערגווענליך שטארקע פיר פליגל. דער שפיץ פונעם דריי איז: איך וויל זיין א מוצלח! איך וויל זיין אנערקענט אלס א מענטש וואס איז אנגעקומען צו די שפיץ

דרייערס זענען די בעסטע אפיס ארבעטער אויף די וועלט, ליין נאך איבער דרייערס און די וועסט זיך טרעפן
דראמא איז א פירער שטריך
זקן מלא רחמים.
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

אבער וואס טוט זיך מיט זיין פארזיכטיקייט און אחריות, פראטעקט מענטשן און ריעקט שנעל צו ווייטאג? דעס שטימט לכאורה נישט מיט 3 ווינג 4!
לעצט פארראכטן דורך מקבל ומשפיע אום דינסטאג יאנואר 30, 2018 8:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
לב אחד האט געשריבן:נאך שעות פון טראכטן און קלערן ליינען און פארשן בין איך געקומען צום אויספיר (אויף א דערווייל..) אז איך בין 55% א 4 ווינג 5, און א 45% א 6 ווינג 7.

איך בין אמביציעז אבער פארזיכטיג, איך בין נאנט אבער נישט צו נאנט, איך האב אלס מורא אז איך וועל פארלירן מיינע נאנטע וואס איך האב שוין. איך ריאקט שנעל און שטארק צו ווייטאג, איך בין אבנארמאל סענסעטיוו צו קאראפשען corruption, און איך האב ליב צו פראטעקטען מענטשן (שש.. זאג נישט פאר קיינעם הלואי וואלט געווען נארמאל צו זיין פון צייט צו צייט א שומרים מעמבער, אויך וואלט איך געוואלט זיין אין הצלה, אבער דעיס איז נאר צווישן מיר און דיר, העסט נישט אויסזאגן פאר מיין שווער און שוויגער, קעי?)

איך בין אחריות׳דיג פון אלס קינדווייז אן, און איך נעם אן זייער ערענסט מיינע אויפגאבן. וואס נאך?

אדער ביזטו א געזינטער פירער מיט א דרייער פליגעל,טראכט, קלער, ליין, און פארש נאך אביסל ...

לענד"ת איז נישטא קיין שום תועלת צי וויסן וועלכע לעבעל די אינאגראם סיסטעם קלעבט אן אויף דיין ארבל, די נקודה איז זיך אליין צי קענען און זיך מחנך זיין לפי דרכך, קענסט ניצן אניאגראם פאר א מח/הארץ/נשמה געצייג, אניאגרם קען דיר העלפן פארשטיין א סאך נאטורן און ארויפברענגן געדאנקן וואס ליגן געווענליך נאר אינטערן באוואוסטזיין פון מענטשען.

איינמאל די קענסט זיך, די האסט זיך גוט ארויס, פארגעס דיין נומבער (כאטש פאר א שטיק צייט) און קוק אריין אין דיר אליין,טו איך וואס קען איך טון מיט מיינע כשרונות ? וואס איז מיין אדיקשאן? ווי ליגען מיינע באהאלטענע נגיעות ? שטייג איך? , וועלכע זשאב איז גיט פאר מיר? צי וועלכע זאך טויג איך נישט פון נאטור אויס און איך וועל מאכן שלום מיטן מצב? אפשר וועל איך מער נישט אראפ קוקן אויף אנדערע מענטשען וואס --- ווייל איך ווייס אז איך האב מיינע אייגענע שוואכקייטן? אפשר זאל איך מער נישט אראפ קוקן אויף מיר אליין ווייל איך ווייס אז איך א האב א טבע זיך צי קלאפן מער ווי מען דארף (המממ ווייל איך בין א פירער)

אניאגראם איז א צימצום, עס לייגט אריין א מהות פון א מענטש אין א ספעציעלער אויסגעפארעמטער באקס, מען קען ניצן די כלי אנציכאפן א מענטש ווען מען וויל אים אביסל ארויסהאבן, זיכן ארבעטער, גיסן א פונדאמענט פאר רילעישאן שיפס, וכדומה,

היות מענטשען פיטן נישט גוט אין א באקס, ברויך מען אים ציקוועטשן אדער ציטיילן אין עטליכע באקסעס, עס מיז דאך שטימען... עס איז זייער ניצבאר ווען מען וויל מופן, אבער איינמאל מען קומט שוין אן צי די דעסטינאציע ברויך מען ארויסנעמען דעם מהות און אויסגראדן אלע קנייטשען, סארטירן, און ציזאם שטעלן די ציטיילטע חלקים

ממש דאס איז וואס מוויל דא, מופן! מוז מען דאך ערשט וויסן אין וואסערע באקס מליגט, ווייל מליגט דאך אין א באקס דאס איז זיכער, און אז מווייסט נישט אין וועלעכע באקס מליגט ווייסט מען נישט וועלכע דעקל צו עפענען, די 8טער דעקל אדער די 2ער דעקל: ופשוט הוא!
לעצט פארראכטן דורך מקבל ומשפיע אום דינסטאג יאנואר 30, 2018 8:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

מען קען זאגן אז לב איז א געזונטער דרייער, געזינטע דרייערס האבן אין זיך די געזינטע חלקים פונעם זעקסער,

זע ווי אזוי ריסו האדסאן שרייבן די שפיץ פינעם דרייער. (אדהאן שרייבט אז זי האט באזירט איר ביכל אויף די ווערק פון ריסו האדסאן)

לב זאגט:איך וויל זיין א מוצלח! איך וויל זיין אנערקענט אלס א מענטש וואס איז אנגעקומען צו די שפיץ. איך פיר אסאך פראיקטען, איינס נאך די אנדערע, איך טוה זאכן מיט אן אייגענארטיגע צוגאנג.

דאס איז א אינטערעסאנטע חלק פונעם דרייער אז ער וויל זיין אייגענארטיג
אטעטשמענטס
3 arrow 6.PNG
3 arrow 6.PNG (101.74 KiB) געזען 1965 מאל
לעצט פארראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום דינסטאג יאנואר 30, 2018 8:54 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
זקן מלא רחמים.
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

קען זיין! איך ווייס נישט.
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

מקבל ומשפיע האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
לב אחד האט געשריבן:איך וויל זיין א מוצלח! איך וויל זיין אנערקענט אלס א מענטש וואס איז אנגעקומען צו די שפיץ. איך פיר אסאך פראיקטען, איינס נאך די אנדערע, איך טוה זאכן מיט אן אייגענארטיגע צוגאנג.

דראמא? אם.. יא! איך האב זייער ליב דראמא, איך לעב אויף ווען עס איז דא דראמא. עס האט נישט קיין שייכות מיט אמביציע.

ביזנעס? איך בין נישט אזוי ביזנעס מיינדעד, איך וויל טוישן די וועלט, איך וויל מאכן די וועלט פאר א בעסערע וועלט. אויב איך פארדין געלט שפיר איך צוויי זאכן: איינס, איך האב יעצט פרידאם, איך קען יעצט טון מער זאכן, איך בין נישט אזוי מצומצם, און אויך אז איך בין א מוצלח.

דאן ביסטו אדער פיר מיט דריי פליגעל, אדער דריי מיט אויסערגווענליך שטארקע פיר פליגל. דער שפיץ פונעם דריי איז: איך וויל זיין א מוצלח! איך וויל זיין אנערקענט אלס א מענטש וואס איז אנגעקומען צו די שפיץ

דרייערס זענען די בעסטע אפיס ארבעטער אויף די וועלט, ליין נאך איבער דרייערס און די וועסט זיך טרעפן
דראמא איז א פירער שטריך

אבער וואס טוט זיך מיט זיין פארזיכטיקייט און אחריות, פראטעקט מענטשן און ריעקט שנעל צו ווייטאג? דעס שטימט לכאורה נישט מיט 3 ווינג 4!

פארזיכטיג/ אחריות געהער נישט דווקא צי א ספעציפישער נומבער, אבער פאסט גאר גוט פאר 3 מיט א פיר ווינג. "פראטעקט מענטשן "איז זייער א אינטערעסאנטע נקודה וואס לב זאגט, דאס מאכט מיר טראכטן אז מען רעדט פון א דרייער וואס האט א שטיקל צוויי ווינג, ריעקט שטארק צי ווייטאג קען זיין א פירער ווינג
זקן מלא רחמים.
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

די פאקט איז איך האב גענומען אומצאליגע טעסטס און ביי אלע בין איך אויס געקומען אלס א 4, די שאלה איז נאר וויפל פראצענט, און וועלכע ווינג איך האב.

ביי רוב meyers Briggs טעסטס בין איך אויס געקומען אלס infp ביי טייל enfp און אמאל אויך ambrevert
לשון הוא קולמוס הלב..
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

איין זאך וואס איך זע אז דער עולם רעדט קיימאל נישט דערפון איז אז יעדע נומער איז צוטיילט פון דריי סארטן פערסערווד, רילעישענאל, און סאושעל און לויט דעם פאר ענטפערט עס אסאך זאכן, ווייל א סאושעל 4 קען אויסקוקן ענליך צום 6 און אזוי ווייטער
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

לב אחד האט געשריבן:איין זאך וואס איך זע אז דער עולם רעדט קיימאל נישט דערפון איז אז יעדע נומער איז צוטיילט פון דריי סארטן פערסערווד, רילעישענאל, און סאושעל און לויט דעם פאר ענטפערט עס אסאך זאכן, ווייל א סאושעל 4 קען אויסקוקן ענליך צום 6 און אזוי ווייטער

ריכטיג, עס איז שווער מיט צי האלטן אזויפיל חילוקי דינים, די עקספערט וועם איך האב פריער געברענגט רעדט סאך מער פון פליגלעך און סוב טייפס. זע לינק

https://www.russellrowe.com/enneagram-types

דער רעדט פון מעיאר בריגס, מזל, אש מים רוח עפר, ועוד
לעצט פארראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום דינסטאג יאנואר 30, 2018 9:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זקן מלא רחמים.
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
לב אחד האט געשריבן:איין זאך וואס איך זע אז דער עולם רעדט קיימאל נישט דערפון איז אז יעדע נומער איז צוטיילט פון דריי סארטן פערסערווד, רילעישענאל, און סאושעל און לויט דעם פאר ענטפערט עס אסאך זאכן, ווייל א סאושעל 4 קען אויסקוקן ענליך צום 6 און אזוי ווייטער

ריכטיג, עס איז שווער מיט צי האלטן אזויפיל חילוקי דינים, די עקספערט וועם איך האב פריער געברענגט רעדט סאך מער פון פליגלעך און סוב טייפס. זע לינק

https://www.russellrowe.com/enneagram-types

אויב ס׳שווער איז מען מוותר אויפן אמת (@7) ?
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

לב אחד האט געשריבן:

געוואלד!!!! די רעדסט דאך אינגאנצן פון 3 , איך מאך נישט ליצנות. א הויפט דרייער שוואכקייט איז אין זאגן נאר דעם אמת
לעצט פארראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום דינסטאג יאנואר 30, 2018 9:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

יא, אבער נישט ווייל ס'איז שווער "מיטצוהאלטן" נאר ווייל ס'איז שווער "צו לעבן דערמיט".
הנשמה שבמוחי
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

וואס הייסט אז א דרייער האט א שוואכקייט אין אמת? אז ער האלט זיך צום אמת? אדער פארקערט?

@דערבארומדיגער איך מיין האסט נישט געכאפט וואס איך האב געזאגט
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

לב אחד האט געשריבן:וואס הייסט אז א דרייער האט א שוואכקייט אין אמת? אז ער האלט זיך צום אמת? אדער פארקערט?

@דערבארומדיגער איך מיין האסט נישט געכאפט וואס איך האב געזאגט

ריכטיג, דאס האב איך געמיינט מיט מיין תגובה, שטימט?
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

לב אחד האט געשריבן:וואס הייסט אז א דרייער האט א שוואכקייט אין אמת? אז ער האלט זיך צום אמת? אדער פארקערט?

@דערבארומדיגער איך מיין האסט נישט געכאפט וואס איך האב געזאגט

איך מיין צי זאגן אז דרייער האלטן זיך נישט צום אמת
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

דער דרייער ווען ער איז קראנק איז אפגעהאקט פון זיין אמת'ע מציאות, ער לעבט א גאנצן טאג אין א "באבל" פון זיך האלטן אין איין געפעלן ביי מענטשן אין אויסנעמען גוט אין זייערע אויגן, ער לויפט א גאנצן טאג נאך צו זיין מעכטיג, און ווי אויך אין זיינע אייגענע אויגן, ער לעבט פשוט נישט מיט זיך, ער זעט זיך נישט, ער האט אזא "בליינד ספאט" [די ווארט מיין איך אז איך האב עס געהערט פון דיר לב אחד]
הנשמה שבמוחי
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”