'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

חושב מחשבות... האט געשריבן:הייסט אז דער ADHD פילט אינצייט מיואש? Wow ווי נישט ריכטיג האב איך איהם (....) אפגעלערנט... זיך אלס געוואונדערט ווייל אויבן אויף זעהט מען נאר אזא כסדר'דיגע פרישקייט און חיות און ער געט קיינמאל נישט אויף...

היכן יתקיימו שניהם?


זייער גוט געפרעגט. דער תירוץ איז אזוי. לאמיר אביסל פארשטיין adhd.

Adhd באדייט אז עס פעלט פונעם מענטש די executive functions דאס הייסט פונקט ווי א באן האט א קאנדאקטאר און א קאמפאני האט א מענדזשער האט דער מח אויך א מענדזשער. דער מענעדזשער איז באאויפטראגט אויף צו מאכן זיכער אז אלעס פארט כשורה. Adhd מיינט אויך אז עס פעלט פונעם מח גענוג סטימיולאציע כדי צו קענען זיך קאנצעטרירן. און דא דארף מען פארשטיין; קיינער קען זיך נישט הונדערט פראצענט קאנצעטרירן. א מענטש קומט נשיט אזוי. יעדער האט זאכן וואס איז אינטערעסאנטער פאר אים ווי אנדערע זאכן, און ביי די זאכן קען ער זיך בעסער קאנצעטרירן. ווילסט עפעס הערן? adhd וועלן קענען מיטהאלטן א דראמאטישע פלעי, אדער אן הצלה קאל און קענען דערציילן גענוי פונקטליך אלע קליינע דעטאלן מיט יעדע פיטשיווקע. וויאזוי קען זיין? פשוט. Adhd מיינט נישט אז זיין קאנצעטראציע איז פארשווינדען נאר ענדערש עס איז נישטא גענוג געז וואס זאל האלטן דעם מאטאר פון די קאנצעטראציע אנגעצינדען, דעריבער, וועט ער ביי אן הצלה קאל יא קענען קאנצעטרירן ווייל דארט איז דא געז, און נאכווי.

יעצט, וויבאלד זיי האבן א חוסר אין קאנצעטראציע געז פארן זיי פון נושא צו נושא הייבן און געבן אויף, וחוזר חלילה. בדרך כלל וועט זיי דאס ׳אנהויבן׳ מיט א קנאק געבן א מוראדיגע חיות ווייל סבאדייט א פרישע נייע זאך וואס ער האט נאך נישט געהאט. דאס איז די סיבה פארוואס זיי הייבן אן מיט א מוראדיגע פרישקייט. חוץ פון דעם זענען זיי זייער אסאך מאל זייער גוטהארציגע פלעקסיבעל מענטשן, וואס דאס לאזט זיי אויך שנעל מוחל זיין און אנהויבן פריש.

בנוגע וואס דו שרייבסט וועגן מייואש, דער אמת איז אז איך האב אראפגעלייגט מיין פערזענליכע (פיינפולע) ערפארונג, וואס איך האב ליידער, צוליב ווייל אין יענע יארן איז נאך נשיט געווען באקאנט דע מושגים און דעריבער האב איך נישט באקומען די נויטיגע הילף. אבער אויב מען באקומט מיטן אויבערשטענס הילף די הילף וואס מען דארף קען מען זייער שטארק העלפן דעם ליידענדער. איך בין ברוך השם זייער מצליח היינט צוטאג! עס זענען דא אסאך סקיללס וואס מיר ליידענדע דארפן באקומען אבער מען קען זיך העלפן!!
לשון הוא קולמוס הלב..
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

דו פרעגסט אויב ער שפירט זייער יסורים?? דו האסט אן אהנונג ווי שטארק ער פילט זיינע יסורים!??!! די הארצרייסענדע פראבלעם איז אז ער מיינט נעבעך אז ער איז שולדיג און דאסמאל.. גייט עס געלונגען. ווען ער לערנט זיך אבער אויס און פארשטייט וואס זיין פראבלעם איז דעמאלטס קען ער אנהויבן ריכטיג צו ארבעטן אויף זיינע פראבלעמען.

זאלסט אבער וויסן אז עס איז זייער שווער פאר א מענטש צו קענען מודה זיין און ארויסגיין פון דענייעל און אין זען אז ער האט אן ערענסטע דיסעביליטי. וועסט אייביג זען ביי די adhd אז זיי וועלן פרובירן זייער שטארק, גאר שטארק, אלעס אליין צו טון, אן אראפשרייבן, ווייל זיי ווילן זיך נעבעך proven אז זיי זענען באמת יא טויגליך. זיי ווייסן נישט אז נאר דורכן אמת׳דיג עקסעפטען אז זיי האבן א דיסעביליטי און אז זיי דארפן הילף און די הילף איז זייער שטארק באזירט אויף manually טון די סקיללס וואס אנדערע האבן נאטורליך. דאס איז א ריזיגע סטעפ אין זייער שטייגן. און זיי קענען דאס באווייזן.
לשון הוא קולמוס הלב..
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

Out of the Box by Shaindy Perl

41QnXxEYh9L.jpg
41QnXxEYh9L.jpg (30.82 KiB) געזען 2186 מאל


נייע בוך אין ענגליש איבער די ענעגרעם געשריבן דורך א היימישע חסידישע פרוי. מעלות פון דעם בוך איבער AWARENESS:
    געשריבן אויף פיל א גרינגערען לעוועל
    לייגט אראפ די טיפן מענטשען אויף מער א פאזיטיוון אופן
    נישט repetitive
    הערליכע layout & design
לעצט פארראכטן דורך פארשער אום דינסטאג אפריל 10, 2018 9:34 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

@לב, הערליך אראפגעמאלן דעם בעל הADHD!
הנשמה שבמוחי
טאטע העלף
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע העלף »

WOW!! א דאנק פאר אלע משיבים

אבער, ביזדערווייל ווער איך נאר מער צעמישט
איין זאך פארשטיי איך אז ADHD האט נישט דווקא מיט די טייפס
אבער איך קען בעשטיין צו וויסן וויאזוי עס ארבעט א פירער מיט ADHD
און וואס איז א חילוק פון אזא איינעם מיט א לעבעדיגע זיבענער וואס האט א ווינג פון זעקס
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

פארשער האט געשריבן:Out of the Box by Shaindy Perl

41QnXxEYh9L.jpg


נייע בוך אין ענגליש איבער די ענעגרעם געשריבן דורך א היימישע חסידישע פרוי. מעלות פון דעם בוך איבער AWARENESS:
    געשריבן אויף פיל א גרינגערען לעוועל
    לייגט אראפ די טיפן מענטשען אויף מער א פאזיטיוון אופן
    נישט repetitive
    הערליכע layout & design

געליינט און מורא'דיג הנאה געהאט!
גאר גוט און גרינג אראפגעלייגט מיט גאר אינטרעסאנטע מעשה'לעך און דוגמאות!
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

לב אחד האט געשריבן:
טאטע העלף האט געשריבן:עס אי מיר איינגעפאלען א שאלה (עס קען זיין מען האט שוין גערעט פין דעם אבער איך חאב נישט אלעס געליינט דא) איך דארף לכארה נישט מאכען קיין הקדמות... עס איז מעגליך פאר א 4 צי האבען A.D.H.D?


זיכער יא. Adhd איז א נוראלאגישע דיסארדער און ווערט נישט דעטערמינט פון דעם פערסענעלעטי טייל פונעם מענטש. וואס עס וואלט געווען כדאי מברר צו זיין איידער מען באשליסט צו עס איז adhd אדער נישט איז אז טיילמאל האט א מענטש א נטיה צו הויכע סטימיולאציע, און ער האט נישט דאס מערסטע געדולד איינצוזיצן, וואס הגם דאס קען מען אויבערפלעכליכערהייט צוגלייכן צו adhd איז דאס אבער נישט adhd.

Adhd איז א דיסארדער וועלכע טוט דערווארגען דעם נאטורליכען וואוקס פונעם נפש, עס בלאקירט דעם וועג, און טוט צוברעקלן דאס זעלבסט זיכערקייט.
דאס האב איך אליין מיטגעמאכט! איך בין זיך מודה ומתוודה דא ברבים אז איך לייד פון adhd, און דאס פארקריפלט אסאך פון מיין פאטענציאל וועלכע איך האב צוריק באקומען נאר איך האב געדארפט זיך גיין היילן.

יעצט, איך וועל אויסנוצן דעם פלאטפארמע זיך צו ארויסגעבן א געוויסע ווייטאג וואס שטעכט מיר. Adhd איז געווארן ווי מען רופט א ׳גוט גייענדע׳ אייטעם; מענטשן ווארפן זיך מיט דעם רעכטס און לינקס. יעדער וואס איז א לעבעדיגער און האט ליב צו טון אסאך זאכן אויפאמאל האלט אז ער האט adhd ער גרויסט זיך נאך מיט שמייכעל ״יא, דאס איז מיין adhd..” אא״וו.

זאלט איר וויסן אבער אז ווער עס האט נישט מיטגעמאכט דאס וואס איך שרייב אויבן דא האט ער אויסדרוקלעך נישט קיין adhd!!! ווייל adhd איז א דיסארדער און עס ברענגט suffering פאר דעם ליידענדער. אנדערש איז אבער ווען א מענטש איז אביסל צופלויגען אבער ער קען זיך קאנצעטרירן ביים לערנען.

ממילא צוריק צו אונזער שאלה אויב א 4 קען האבן adhd. וויבאלד עס איז א דיסארדער קען ער האבן, והא ראיה אז איך בין א 4 און איך האב עס. דאס איז איינמאל איינס. צווייטענס, אזויווי א יעדע פערסענעלטי טייפ קען האבן סיי וועלכע נויראלאגישע דיסארדער קען ער האבן דאס אויך.


יעדע ווארט אזוי אמת, אזוי פיל ווייטאג.
אויב מעגליך וואלט איך געוואלט הערן אביסל מער איבער די פאלגענדע שורה
לב אחד האט געשריבן: דאס פארקריפלט אסאך פון מיין פאטענציאל וועלכע איך האב צוריק באקומען נאר איך האב געדארפט זיך גיין היילן.


איך בין נישט איינשטימיג אז א פערזאן וואס האט די ADHD נויראלאגישע דיסארדער קען זיין א "איינזער" אדער א "דרייער"
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

חושב מחשבות... האט געשריבן:הייסט אז דער ADHD פילט אינצייט מיואש? Wow ווי נישט ריכטיג האב איך איהם (....) אפגעלערנט... זיך אלס געוואונדערט ווייל אויבן אויף זעהט מען נאר אזא כסדר'דיגע פרישקייט און חיות און ער געט קיינמאל נישט אויף...

היכן יתקיימו שניהם?

כ'האב מיך אלס געוואונדערט אויף איהם ווי ער פלאפט אריין איין מאל און נאכאמאל (מחמת נישט קענען פאוקעסן און אויסרעכענען בעפאר א שריט) אבער כ'האב אלס געטראכט אז לכאורה איז ער נישט וואך צו זיך

הייסט בעצם שפירט ער גוט זיינע דורכפעלער.... יוי אידאס יסורים...

אבער ער האלט דאך אינאיין איבערמישן די בלעטעל נאכאמאל און נאכאמאל?

יא! איינס פון די פאזיטיווע חלקים פונעם ADHD איז אז זיי כאפן זיך שנעל צירוק פון א דורכפאל (אגב דאס איז אויך א זיבענער שטריך)

דיין קשיא איז בכלל נישט שווער, בדרך כלל כאפט ער זיין דורכפאל לאחר המעשה (אדער לאחר זמן ווען ער כאפט א שמערצליכע פליק) און ער איז גוט ציבראכן דערפון, אבער ווי שטארק ער איז נאר ציבראכן יעצט, וועט ער נישט געדענקען (צימאל וויל ער נישט געדענקען) זיינע איצטיגע החלטות מארגען ווען ער וועט נישט קענען פאוקעסן און אויסרעכענען בעפאר א שריט מחמת זיין ניוראלאגישער דיסארדער וועלכע שלעפט זיין גאנצע כח הריכוז צי עפעס עקסייטינג /אינטרעסאנט

איינמאל דער אדהד'ניק גייט ארויס פון זיין התלהבות/ אדיקשאן מאוד קען ער שוין כאפן זיין דורכפאל, איינמאל דער דיסארדער פירט אים אריין אין א צושטאנד פון התלהבות/ אדיקשאן פארגעסט ער זיין דורכפאל מיט אלע זיינע החלטות.

אלזא די ADHD איז מקיים שניהם, היינט ציקלאפט און מארגען הייפער
זקן מלא רחמים.
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

פארשער האט געשריבן:Out of the Box by Shaindy Perl

41QnXxEYh9L.jpg


נייע בוך אין ענגליש איבער די ענעגרעם געשריבן דורך א היימישע חסידישע פרוי. מעלות פון דעם בוך איבער AWARENESS:
    געשריבן אויף פיל א גרינגערען לעוועל
    לייגט אראפ די טיפן מענטשען אויף מער א פאזיטיוון אופן
    נישט repetitive
    הערליכע layout & design

איך ווייס גארנישט איבער אניאגראם, איך וויל זיך לערנען/ליינען דערוועגן זאל איך דעיס קויפן אדער ענדערש awarness אדער גאר עפעס אנדערש?

פארקויפט מען די בוקס און לאקעל דשודעיקא געשעפטן?
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:Out of the Box by Shaindy Perl

41QnXxEYh9L.jpg


נייע בוך אין ענגליש איבער די ענעגרעם געשריבן דורך א היימישע חסידישע פרוי. מעלות פון דעם בוך איבער AWARENESS:
    געשריבן אויף פיל א גרינגערען לעוועל
    לייגט אראפ די טיפן מענטשען אויף מער א פאזיטיוון אופן
    נישט repetitive
    הערליכע layout & design

איך ווייס גארנישט איבער אניאגראם, איך וויל זיך לערנען/ליינען דערוועגן זאל איך דעיס קויפן אדער ענדערש awarness אדער גאר עפעס אנדערש?

פארקויפט מען די בוקס און לאקעל דשודעיקא געשעפטן?

גא"מ
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

יא, איך האב עס געזעהן אין די סטארס
סוף מעשה במחשבה תחילה.
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

חושב מחשבות... האט געשריבן:יא, איך האב עס געזעהן אין די סטארס

?so what do i buy AWARNESS? or OUT OF THE BOX
or something else
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:Out of the Box by Shaindy Perl

41QnXxEYh9L.jpg


נייע בוך אין ענגליש איבער די ענעגרעם געשריבן דורך א היימישע חסידישע פרוי. מעלות פון דעם בוך איבער AWARENESS:
    געשריבן אויף פיל א גרינגערען לעוועל
    לייגט אראפ די טיפן מענטשען אויף מער א פאזיטיוון אופן
    נישט repetitive
    הערליכע layout & design

איך ווייס גארנישט איבער אניאגראם, איך וויל זיך לערנען/ליינען דערוועגן זאל איך דעיס קויפן אדער ענדערש awarness אדער גאר עפעס אנדערש?
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5500
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:יא, איך האב עס געזעהן אין די סטארס

?so what do i buy AWARNESS? or OUT OF THE BOX
or something else

I would say out of the box
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

איך האב געליינט דעם נייעם בוך, עס איז א געוואלדיגע ארבעט. איך וואלט דיר געזאגט קויף די נייע.
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:יא, איך האב עס געזעהן אין די סטארס

?so what do i buy AWARNESS? or OUT OF THE BOX
or something else


אויב דו זיכסט מער 'טעאריע' און אריכות, דאן קויף awareness, אבער אויב דו זיכסט מער to the point, און פראקטישע אנווייזונגען וויאזוי צו נוצן דעם טייפ, דאן קויף out of the box.
די נייע ביך האט אויך נאך אסאך אנדערע מעלות, ווי עס צוטיילט יעדע נוממער לויט די דריי אינסטינקטס, וויאזוי די נוממער קומט ארויס אין פארשידענע תחומים ועוד.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

מתבונן האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:יא, איך האב עס געזעהן אין די סטארס

?so what do i buy AWARNESS? or OUT OF THE BOX
or something else


אויב דו זיכסט מער 'טעאריע' און אריכות, דאן קויף awareness, אבער אויב דו זיכסט מער to the point, און פראקטישע אנווייזונגען וויאזוי צו נוצן דעם טייפ, דאן קויף out of the box.
די נייע ביך האט אויך נאך אסאך אנדערע מעלות, ווי עס צוטיילט יעדע נוממער לויט די דריי אינסטינקטס, וויאזוי די נוממער קומט ארויס אין פארשידענע תחומים ועוד.


הגם די סטרוקטאר פון די בוך איז גענומען פון awareness איז דאס דאך א געוואלדיגע ארבעט, מיט אסאך הוספות און קלארקייטן. אגב, אינטערעסאנט פארוואס שרייבט נישט די פארפאסערין ווער זי איז? אביסל פרטים חוץ איר נאמען?
לשון הוא קולמוס הלב..
למדן וחסיד
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וחסיד »

איז דא דער בוך אויף אידיש אדער לשון הקודש???
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

למדן וחסיד האט געשריבן:איז דא דער בוך אויף אידיש אדער לשון הקודש???


ניין.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

דאכצעך אויף עברית איז דא ׳מודעות׳ פון אדהאן
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

לב אחד האט געשריבן:
מתבונן האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:יא, איך האב עס געזעהן אין די סטארס

?so what do i buy AWARNESS? or OUT OF THE BOX
or something else


אויב דו זיכסט מער 'טעאריע' און אריכות, דאן קויף awareness, אבער אויב דו זיכסט מער to the point, און פראקטישע אנווייזונגען וויאזוי צו נוצן דעם טייפ, דאן קויף out of the box.
די נייע ביך האט אויך נאך אסאך אנדערע מעלות, ווי עס צוטיילט יעדע נוממער לויט די דריי אינסטינקטס, וויאזוי די נוממער קומט ארויס אין פארשידענע תחומים ועוד.


הגם די סטרוקטאר פון די בוך איז גענומען פון awareness איז דאס דאך א געוואלדיגע ארבעט, מיט אסאך הוספות און קלארקייטן. אגב, אינטערעסאנט פארוואס שרייבט נישט די פארפאסערין ווער זי איז? אביסל פרטים חוץ איר נאמען?

זי איז א שרייבערן וואס האט שוין ארויסגעגעבן אסאך ביכער וואס דער עולם האט שטארק הנאה געהאט במשך די יארן.
אויך איז זי א היי-סקול טיטשער אין א חסידישע מוסד אין מונסי.
האט שוין געגעבן עטליכע ווארקשאפט אויף די אניאגראם פאר פרויען אין די עבר.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

אסאך שטריכן וואס די אניאגראם אויפמערקזאמט עס צו זעהן אויף מענטשן, קומט פון מעיארס בריגס שטריכן. און מאיר בריגס פארענטפערט אסאך. זעקסער זענען לכאורה extroverted feeling. און פארשטייט זיך אויך introverted sensing. און אויך אז ס'פעלט זיי אין די ערשטע דריי די introverted thinking. די וואס האבן באאבאכט מענטשן און געצויגן מסקנות. זענען געווען גערעכט מיט וואס זיי האבן געזעהן, אבער מוז נישט זיין אז זיי זענען געווען גערעכט וואס זיי האבן געמיינט פארוואס מענטשן טוען אזוי ווי זיי טוען. אמת אז זעקסער זענען כורת ברית און זיי זענען committed און לאיאל, גייען אן טראץ שטיינער אויפן וועג. אבער די סיבה מוז בכלל נישט זיין וועגן security, אויב דו גייסט צו מיט מאיר בריגס סיסטעם. יא עווענטועל זוכן זיי סעקיוריטי. דאס איז וואס דו גייסט זעהן אויף זעקסער. אבער די טרייב קראפט דערצו מוז בכלל נישט זיין וועגן זיי זוכן סעקיוריטי! אדער ווייל זיי האבן ענגזייעטי.

די קשיא, וואס יעדער פרעגט: פארוואס זענען זעקסער anxious? פארוואס האבן זיי כראנישע זעלבסט-ספק? די תירוץ איז. זייערע פאנקציעס! זייערע פאנקציעס! און זייערע פאנקציעס!

די סיבה פארוואס מ'קען נישט נאגלן צו מ'איז א צווייער אדער איינזער אדער א זעקסער, ווערט אויך אנטשידן ווען מ'גייט צו מיט מאיר בריגס. ווען מ'גייט צו מיט די אניאגראם, איז גוט צו וויסן אז די אינערליכע מאשינערי פון די טייפ, איז די פאנקציעס וואס ווערט ארויפגעברענגט דורך מאיר בריגס. דו קענסט יארן טראכטן אויף א מענטש, צו ער איז א זעקסער, צו א צווייער, און קיינמאל נישט קומען צו א עכטע החלטה! און דו ווייסט עס! און די פשוט'ע אויפכאפ אז ער איז א extroverted feeling, וועט דיך אסאך פארגרינגערן. ער איז א צווייער, און אויך א זעקסער. פארוואס נישט? א ISFJ, איז א צווייער און אויך א זעקסער. צאמגעמישט. ווייסט וואס, א צווייער, מיט א איינזער פליגל, און שטריכן פון זעקס. גוט?

אין די אניאגראם זעהסטו: זעקסער האבן contradiction. איינמאל אזוי, און די נעקסטע מינוט אזוי. "און די סיבה איז..." קלערט צו זיך דער פראפעסער פון די אניאגראם... ענגזייעטי! דאס זוכן פון סעקיוריטי. ווייל זיי טראסטן זיך נישט! דאס איז די סיבה פאר די contradictions. מיט מאיר בריגס, קומט עס ווייל ס'איז באמת דא צוויי דרייווערס. איינס איז extroverted feeling, און איינס איז introverted sensing. און ס'פעלט די ווערי פאנקציע פון אינטראווערד טינקינג. ס'פעלט!!! נישט ווייל זיי טראסטן נישט! נאר ווייל ס'איז נישטא וואס צו טראסטן.

די סיבה פארוואס זעקסער טעסטן צו אנדערע זענען זיי געטריי, לויט די אניאגראם: "זיי דארפן זיך בארואיגן און טראסטן, זיי זענען נישט אינגאנצן געזונט". לויט מאיר בריגס: "זייער זעלבסט זענען די ארומיגע מענטשן, און זיי ווילן אז זייער זעלבסט זאל ווייטער זיין זייער פאזיטיוו זעלבסט. מ'דארף דאס אויך אויסארבעטן. אבער דאס אטעמט אפ! די נאטורליכע פאנקציעס פון א זעקסער וועט מאכן אז זיי זאלן קוקן צו זיי קענען טראסטן! ס'מאכט אז מ'זאל צוגיין צו א "זעקסער" מיט אביסל מער פארשטאנד וואס דא קומט פאר.

פארוואס זענען זיי אדער זעקסער אדער צווייער? זייער פשוט. דאס איז זיכער אז זיי זענען extroverted feeling. אבער דער צווייער, ער איז אפשר נישט קיין סענסעט. דער זיבענער איז א extroverted sensing אין די ערשטע פון די פאנקציעס. און איך גלייב אז די וואס האבן באאבאכט מענטשן ארויסצונעמען א pattern, כדי צו קענען שרייבן וואס "זיבענערס" זענען. האבן צומאל געזעהן זיבענערס וואס זענען enfp און זיבענערס וואס זענען esfp, און דער פראפעסער האט געדארפט מאכן סדר. ער האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס אמאל דאכט זיך אים אז זיבענערס זענען אזוי, און אמאל דאכט זיך אים אז זיבענערס זענען גאר אזוי. קודם האט ער געשריבן וואס ס'האט געמאכט די מערסטע סענס אז דאס זענען די טרעקס אויף וואס א זיבענער לויפט נאכאמאל און נאכאמאל, און אויב ס'שטומט נישט, וועסטו מוזן טוישן דיין מיינונג יעדן טאג אויף א מענטש, צו ער איז א זיבענער צו נישט.

א אניאגראם בוך איז גוט, ווייל יעדער האט אלע שטריכן. און בכלל מאכט דאס "אויפמערקזאם" אז דו זאלסט באמערקן פעטערנס אין מענטשן. ס'מאכט טראכטן! מערקן! כאפן!

און די זעלבע מיט פירערס. יא, אמת, איך קען מודה זיין, אז זיי האבן שטארק געזעהן טיפע פעטערנס (פעטערנס מיין איך צו זאגן, עדיטוד'ס און אויפפירונגען וואס האלטן זיך אין איין איבער'חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל במשכ'ן טאג טעגליכן לעבן) אין די אויפפירונג פון געוויסע מענטשן, וואס האט זיי אפגעטיילט פון אנדערע מענטשן. אבער איך גלייב אז זיי האבן געהאט קשיות, און פעדימער וואס האט זיך עקשנות'דיג ארויסגעשטעקט. און מיר אלע וועלן מודה זיין אז ווען ס'קומט צו די אניאגראם איז עס פאן. אבער ס'בלייבט קשיות. האסטו נישט געזאגט אז א פירער איז self absorbed? און יעצט פארוואס זעה איך אויף יענעם און יענעם, אז ער איז מער צו די לעבעדיגע זייט, און שיינט מער ווי א זיבענער? וואס איז דער אמת? דער אמת איז אז ער איז פירער וואס איז א ENFP. ער איז היפש לעבעדיג, ווייל זיין ערשטע פאנקציע איז extroverted intuition. אבער סוף סוף, איז ער א פירער. אבער ער קוקט דאך אויך אויס ווי א זעקסער, ער האט ספיקות ניין? יא! ער האט ספיקות, ווייל ער איז א NFP. זייער פשוט אז ער האט ספיקות און קען נישט קומען צו קיין באשלוס. אבער זיין קוואליטעט פון נישט קומען צו א באשלוס, איז אן אנדערער קוואליטעט ווי דעם זעקסערס, ווי לאמיר זאגן ESFJ. אדער ISFJ. אדער ISTJ. וואס זיי מאכן יא א באשלוס.

ס'איז אמת, אז ס'דא טיפע פעטערנס אין מענטשן, וואס ווען מ'טראכט, און מ'קלאצט, און מ'כאפט עס אויף. זעהט מען עס גאר שטארק. און דוקא אדאנק די לערע פונעם אניאגראם. חכמה בגוים תאמין. פיין. זאכן וואס מ'האט נישט געהאט באמערקט ווערן באמערקט. דערפאר איז נאך די אניאגראם אזוי פארשפרייט, ווייל מענטשן ווייסן אז מ'האלט אין איין כאפן טיפערע און טיפערע אספעקטן פון יעדע מענטש מיט וועם מ'קומט אין קאנטאקט. און די אניאגראם מאכט אז מ'זאל זיך דערגרינטעווען. ס'איז א געוויסע קונץ ווען א מענטש קען אויפכאפן וועכע טייפ פונקטליך א מענטש איז.

אבער אפילו די וואס האבן געשריבן וועגן דעם אניאגראם, האבן זיך אויך באנוצט מיט די פאנקציעס. ווי introverted intuition, און וכו'. די אויג פון די האריקעין ארום די זעקסער. ווערט היפש בארואיגט ווען מ'גייט צו אז די סיבה איז פשוט, extroverted feeling, פלאס introverted sensing, מיינעס introverted thinking, אלץ די ערשטע דריי, איקוועלס זעקס. די וואס האבן געשריבן די אניאגראם האבן גוט געזעהן. יא! טאקע! דאס פעלט פון זעקסער! די introverted thinking, פאנקציע. און דאס שרייבן זיי. זיי וועלן עס רופן די inner voice. און זיי זענען גערעכט. אבער אז ס'איז א פאנקציע וואס פעלט, וואס האסטו טענות? ער טראסט נישט, ער טראסט נישט. און אוודאי טראסט ער נישט. גארנישט וועגן די איגו!!!

אסאך זאכן ווערן פארענטפערט מיט מאיר בריגס. אסאך זאכן וואס אין די אניאגראם ווערט עס אנגעקוקט אלץ ווייל ער האט ענגזייעטי. ווייל ער זוכט סעקיוריטי. ווייל ער האט פראבלעמען מיט אוטאריטי פיגורן. דאס ווערט פארענטפערט מיט מאיר בריגס. אז אין די ערשטע פאנקציע איז ער extroverted feeling, און די פערטע איז ער introverted thinking, דערפאר טאנצט ער אהער און אהין. פון איין זייט, זאגט אים זיין Fe, אז ער זאל מאכן קשר מיט מענטשן וואס זענען גוט מיט אים, און לעבן מיט זיי. און פון די אנדערע זייט, זאגט אים זיין Ti אז ער זאל זיך האבן זיין אייגענע אטאנאמי.

ער דארף דרויסנדיגע סטרוקטור... אוודאי, דארף ער דרויסנדיגע סטרוקטור. ער איז דאך א extroverted feeling type. אן קיין introverted thinking, אין די ערשטע דריי. וויאזוי אין לעבן קען ער פילן אינעווייניג סטרוקטור? חוץ אויב ער ארבעט אויס און ער ברענגט ארויף אין זיין פסיכיק א געוויסע פאנקציע.

ס'קומט אויס די זעלבע. אבער די וועג וויאזוי די אניאגראם גייט צו צום זעקסער איז: זיי האבן כראנישע זעלבסט ספק!!! זייער גוט, כדי אויסצוארבעטן די מידות! כדי צו רעדן צו השי"ת! כדי צו ארבעטן מיט בחירה צו טראסטן! אבער דאס איז נישט קיין זעקסער. דאס איז די "איגו" פון א זעקסער. דאס וואס ער דארף אויסארבעטן. גיי נישט צו צו קיין זעקסער. "דו ביסט א זעקסער". גיי צו צו אים, דיינע פאנקציעס זענען אזוי און אזוי. פארשטיי זיינע פאנקציעס. פארשטיי די וועג וויאזוי ער זעהט די וועלט.

די לענס וויאזוי א זעקסער קוקט אן די וועלט, איז נישט צו טרעפן סעקיוריטי. איז נישט אז די וועלט איז שרעקעדיג. איז נישט אז די וועלט איז וואקלדיג. איז נישט צו האבן סטרוקטור. דאס איז א פועל יוצא. זיין לענס איז extroverted feeling, פלאס introverted sensing. דאס איז די לענס. גארנישט וועגן ענגזייעטי. דאס איז נאר א פועל יוצא ענגזייטי איז נישט די הויפט סיבה פאר די עקזיסטענץ פון א זעקסער. און מ'קען זייער גוט פארשטיין פארוואס א זעקסער קען אויסקוקן ווי איינזערס. ווייל איינזערס זענען לכאורה introverted sensing. און פארוואס זיי קוקן אויס ווי צווייער, ווייל צווייער זענען לכאורה extroverted feeling. און ס'דא זעקסער וואס קוקן אויס ווי דרייער. פארוואס? אפשר האבן זיי אין זייער functional stack א extroverted thinking.

אויב מ'גייט צו צו א מענטש "דו ביסט א זעקסער" אדער א צווייער! אדער א איינזער! אדער א פירער! מאכט עס נישט גארנישט. אויב מ'גייט צו צו א מענטש, דו ביסט א extroverted feeling type! דו ביסט א introverted feeling type, און מ'האלט אויך קאפ וואס בערך יענער איז אינעם אניאגראם, מ'וועט סייווי נישט וויסן פונקטליך וואס יענער איז. צו זעקס, צו צוויי. אפשר ניין. מ'דארף גיין מיט ביידע. די אניאגראם איז גוט, ווען מ'וויל וויסן וואס יענער פילט אינעווייניג, וכו', אבער וויאזוי צו דילן מיט א מענטש קענסטו נישט גיין נאר מיטן אניאגראם.

און אויך העלפט זייער שטארק צו וויסן וואסערע טייפ אינעם אניאגראם א מענטש איז, ווען דו זעהסט ווי ער איז א extroverted thinking, ווייסטו אז דו האנדלסט דא מיט אן אכטער! און גארנישט קיין צווייער. מיין זאך איז, נישט נאר די אניאגראם. ווייל ס'זאגט נישט אלעס. און אמאל וועסטו זעהן אזוי, און איינמאל אזוי. ס'איז ביידע.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

עמיצער מיט א לשון לימודים ווערט געזוכט. אביסעלע מסביר צו זיין פארן עולם דעם געדאנק פון מאיר בריגס.

ביטע זיך אנרופן ווארעם!!!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נשמת השכל האט געשריבן:עמיצער מיט א לשון לימודים ווערט געזוכט. אביסעלע מסביר צו זיין פארן עולם דעם געדאנק פון מאיר בריגס.

ביטע זיך אנרופן ווארעם!!!

גם אני מצטרף מעומק הלב לבקשת הרב "נשמת השכל"

"נשמה" די ביסט לכאורה דער פאסיגער מענטש, אבער ביטע לערן פאר אזוי ווי מען לערענט פאר אין כיתה א'
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ. השי"ת זאל זיין מיט מיר שלא יצא מכשול מתחת ידי לעולם.
מאיר בריגס צעטיילט קאטאגאריעס פון פערסאנאליטיס אויף זעכצן. לאמיר נעמען א ENFJ. צוויי אדער דריי פון יעדע הונדערט מענטשן. די פאנקציע סדר פון א ENFJ איז: עקסטראווערד פילינג. אינטראווערד אינטואישן. עקסטראווערד סענסינג. און אינטראווערד טינקינג. .

והשם הטוב יעזור.




עס פעלט מיר נאך הבנה אין די אינגרידיענטס פון מאיר בריגס, וואס מיינט עקסטראווערט/אינטראווערט אינטיואישאן/סענסינג פילינג/טינקינג זשאדזשינג/פערסיווינג
זקן מלא רחמים.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”