'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

I still never learned the numbers. I am a 0 so far in this... and I feel that this can help me and my close ones. Can one of you make a shtikul seider and collect the data of the 85 pages in this eshkol? You can send me in ishi, I might connect you with a magazine to write for $. Rabbi Moyach B'kudkudoy, you seem to be quite msider. Lets get this done.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה האט געשריבן:ביים פירער געשעהט א פאני זאך. דער פירער האט שטארקע געפילן! און ער לעבט מיט זיינע געפילן. געפילן זענען אזאך וואס טוישט זיך. און וואס ווערט ער געוואויר? "איך בין א..." ?????. טאקע אט דע קוועשן מארק. ווייל פון געפילן קען מען נישט אפמאכן א געוויסער "איך". ס'גייט נישט. אדרבה טריי. איך בין א?... ס'ווערט נישט קיין תירוץ. און א גאנץ לעבן ווערט נישט ביי אים קיין תירוץ. ער בלייבט ביי די קשיא. יעדער, אלע טייפס, האבן עפעס א אידענטיטי. איינער איז "איך בין א קלוגער", איינער איז "איך בין א געטרייער" איינער "איך בין א לעבעדיגער", דער פירער בלייבט שטעקן ביי די קשיא. איך בין א... א! אבער ער וויל דאך האבן א איגאו. איך מיין עפעס בין איך. גארנישט? עפעס? סאו, זיי בלייבן דארט שטעקן. ביי די קשיא. ביים גרובלן אין געפילן צו טרעפן א 'איך'.

נשמה זאגטסט דאך אזוי זיס, איך וויל נאר צולייגן איין פוינט
דער פירער ער זוכט און זוכט.., אזוי ווי דו זאגסט "איין גרויסע קוועשן מארק", ער וויל טרעפן עפעס, וואס בין איך? אבער למעשה איז זיין "איך" טאקע דאס אז איך בין נישט, דאס איז זיין "איך בין" ער וויל דארט בלייבן, איך בין נישט עפעס אבי ווער, איך בין איינער וואס זוכט עפעס מער ווי פלעין! סוב קאנשטעסטלי וויל ער דארט זיין, ער איז דארט אינדערהיים, עליות! ירידות! צובראכנקייט! ער צוקריגט זיך מיטן אויבערשטן! (כביכול) ער בעט זיך צוריק איבער מיט אים! ס'טוצעך! ער וועט נישט אזוי שנעל ארויסגיין פון דארט, נאר אויב מען וועט אים ארויסציען מיט געוואלד,

עס פרעגט נישט אפ דיין פוינט נשמה, ס'איז נאר אן הוספה.
לעצט פארראכטן דורך מח בקדקדו אום זונטאג נאוועמבער 12, 2017 10:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה האט געשריבן:ביים דרייער גייט עס אויך אזוי. דער דרייער משום מה, דערזעהט זיך אלץ איינער וואס איז געשעצט! פארפאלן פירער, דער דרייער קען זיך אהערשטעלן פאר מענטשן! ער האט אין זיך דעם כח. פארוואס? ווייל אזוי! ווייל ער קען. ער מאכט עס! ער דערזעהט זיך טאג און נאכט, "ס'גייט מיר גוט. איך נעם אויס ביי די מענטשהייט. איך ווייס וויאזוי מ'פערפארעמט. איך ווייס וויאזוי מ'שטעלט עס אהער. איך ווייס וויאזוי מ'מאכט די פיאות. דאס קומט צו מיר נאטורליך!" נו? נאכן זעהן אזויפיל הצלחות. נאכן זעהן אז מענטשן גיבן קאמפלימענטס, און נאכן פארשטיין אז טאקע דאס איז דער פאקט "איך בין א... מענטש וואס קען עס אהערשטעלן אז מענטשן זאלן מיך זעהן אלץ מוצלח" א מענטש וועם מ'קוקט ארויף. לאמיר קוקן אויף אנדערע און זעהן וואס זיי קוקן ארויף, און לאמיר דאס אהערשטעלן. אז איך קען, פארוואס נישט? איזי! אבער איינמאל דער דרייער שפירט זיך אלץ "איך בין א מענטש וואס מאכט עס גוט" נו? קומט אריין דער רצון דאס צו באשיצן. אז ס'זאל ווייטער אנהאלטן. און ער מוז שוין באקומען דעם מעסעדש אז ער האט דאסמאל ביים שוואגערס וואכנאכט, אויך גוט געמאכט די שטיק. ער מוז באקומען יענעמ'ס הסכמה, אזא מעסעדש וואס דרייערס ווייסן שוין גוט, וואס ס'זאגט "איך קוק דיך ארויף אלץ מוצלח"..

איין זאך וויל איך פארשטיין? פארוואס מוז מען אראפ לייגן דעם דרייער מיסודו אלס קראנק? אלס איינער וואס מוז אויסנעמען גוט?
לעצט פארראכטן דורך מח בקדקדו אום מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 2:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

פארוואס קען מען נישט זאגן איין נאמבער איז בעסער פונעם צווייטען דער זיבענער לעבט א חיים טובים ארימגענימען מיט חברים אלע מאל פאזיטיוו ענערדזי . דער אכטער נעמט גארנישט צום הארצן לעבט אויך א חיים טובים
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

fiena nieas האט געשריבן:פארוואס קען מען נישט זאגן איין נאמבער איז בעסער פונעם צווייטען דער זיבענער לעבט א חיים טובים ארימגענימען מיט חברים אלע מאל פאזיטיוו ענערדזי . דער אכטער נעמט גארנישט צום הארצן לעבט אויך א חיים טובים

פשוט ווייל עס איז נישט אמת! דער ניינער לעבט שוין איינמאל א חיים טובים, פיינע טייערער, אז דו וועסט אביסל ארויסגיין פון דיין ניינער פארזעסנקייט וועסטו זען אז טאקע מיט דיין נאטור קענסטו לעבן אזא חיים טובים אז אנדערע וועלן פשוט דיר מקנא זיין, גיי ארויס! זע די וועלטס שיינקייט, און אז דו ביזט "יא" א חלק דערפון, און ענדשוי עס!!
הנשמה שבמוחי
נחום
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 11:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום »

די אניגרעם סיסטעם איז גאר אינטערסאנט, עס קוקט מיר אויס צו זיין אמתדיג - מיין שאלה איז פארוואס אין די טערעפי וועלט גייען זיי נישט מיט די מהלך ?
טראסקע אוועק דיין סמארט פאון ! וועט אייך גוט זיין בזה ובבא !
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח בקדקדו האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:ביים דרייער גייט עס אויך אזוי. דער דרייער משום מה, דערזעהט זיך אלץ איינער וואס איז געשעצט! פארפאלן פירער, דער דרייער קען זיך אהערשטעלן פאר מענטשן! ער האט אין זיך דעם כח. פארוואס? ווייל אזוי! ווייל ער קען. ער מאכט עס! ער דערזעהט זיך טאג און נאכט, "ס'גייט מיר גוט. איך נעם אויס ביי די מענטשהייט. איך ווייס וויאזוי מ'פערפארעמט. איך ווייס וויאזוי מ'שטעלט עס אהער. איך ווייס וויאזוי מ'מאכט די פיאות. דאס קומט צו מיר נאטורליך!" נו? נאכן זעהן אזויפיל הצלחות. נאכן זעהן אז מענטשן גיבן קאמפלימענטס, און נאכן פארשטיין אז טאקע דאס איז דער פאקט "איך בין א... מענטש וואס קען עס אהערשטעלן אז מענטשן זאלן מיך זעהן אלץ מוצלח" א מענטש וועם מ'קוקט ארויף. לאמיר קוקן אויף אנדערע און זעהן וואס זיי קוקן ארויף, און לאמיר דאס אהערשטעלן. אז איך קען, פארוואס נישט? איזי! אבער איינמאל דער דרייער שפירט זיך אלץ "איך בין א מענטש וואס מאכט עס גוט" נו? קומט אריין דער רצון דאס צו באשיצן. אז ס'זאל ווייטער אנהאלטן. און ער מוז שוין באקומען דעם מעסעדש אז ער האט דאסמאל ביים שוואגערס וואכנאכט, אויך גוט געמאכט די שטיק. ער מוז באקומען יענעמ'ס הסכמה, אזא מעסעדש וואס דרייערס ווייסן שוין גוט, וואס ס'זאגט "איך קוק דיך ארויף אלץ מוצלח"..

איין זאך וויל איך פארשטיין? פארוואס מוז מען אראפ לייגן דעם דרייער מיסודו אלס קראנק? אל איינער וואס מוז אויסנעמען גוט?

דאס מיינט נאכנישט קראנק, ניטאמאל דורכשניטליך. דאס מיינט אז ער איז נישט גאר געזונט און אויסגעארבעט. די הייליגער יושר דברי אמת שרייבט אז א מענטש ווערט געבוירן אויף א בארג, ער ברענגט פון די גמ' ואדם מתגאה על כולם. בקיצור, דאס אז ס'גנב'ט זיך אריין אינעם דרייער אזא וויסן, אז ער ווייסט זיך אלץ א מענטש וואס באווייזט זיך אהערצושטעלן, דאס מיינט אז אין זיין נפש איז אויך אריינגעכאפט דעם קליפת הגאווה. יעדער האט גאווה און יעדער האט אן עבודה דאס אויסצוארבעטן. אויב ארבעט ער עס אויס, וועט ער מער נישט מורא האבן אז ער איז ווערדלאז, און ער וועט גארנישט טון דערצו צו ראטעווען זיין וועליו המדומה. ווייל אויב ער וועט לערנען יושר דברי אמת, און ארבעטן אויף זיך, וועט ער זיך נישט אונטערגעבן אונטערן פחד פון שפירן אז אט ווערט ער ווערדלאז. און ער פארלירט זיין 'איך'. נאר ער וועט וויסן אז די גאנצע ווערד קומט נאר ווייל יעדע תנועה איז חשוב ביים אייבערשטן, און נישט ווייל מ'איז חשוב אין מענטש'נס אויגן.

ער גייט שוין נישט פרובירן צו טון זאכן כדי צו שפירן אז ער איז ווערד, נאר ער וועט וויסן אז ער איז סייווי ווערד ווייל ער איז א חלק אלוק ממעל. און אז יעדע תנועה איז חשוב ביים אייבערשטן. בקיצור. דאס אז ס'גנב'ט זיך אריין דעם געפיל פון 'אנכי', דאס איז דאך נארמאל, דאס איז דאך 'גבהות הלב', און שבח בני האדם, תפארת, די אלע שלא לשם שמימ'דיגע תנועות, וואס אויף דעם דארף מען הארעווען זיך אויסצוארבעטן. א מענטש האט אין זיך קליפות, און רע, וואס מ'דארף זיך דערפון אפשיידן. חוץ אויב מ'איז גאר געזונט האט מען אין זיך 'גבהות'. און מ'ווערט געבוירן אויף א בארג. און ס'געשעהט גארנישט צו אנערקענען מער און מער אז מ'איז אויף א הויעכן בארג. און אז יעדע זאך וואס מ'טוט מיינט מען גאר צו אויסנעמען אין מענטש'נס אויגן. דאס איז א מענטש, ליידער מחמת אדם הראשון האט געגעסן פונעם עץ הדעת. און אויף דעם דארף מען הארעווען.

סך מער ווי די אלגעמיינע וועלט דארף מען דערויף הארעווען, ווייל מיר דארפן דאך זיך אויסארבעטן און זיך אפשיידן פונעם 'רע'. דאס אלעס. און איינער וואס האט נישט ליב צו זיין א דרייער, אין לך גבהות גדול מזה. א שטיק שקר, ווייל יעדער מענטש האט גבהות. און פינף און ניינציג פראצענט פון וואס א מענטש טוט איז אונטערנבאוואוסטזיין. און א מענטש כאפט נישט ווי ווייט יעדע גוטע זאך וואס מ'טוט, צו מ'דאווענט, צו מ'לערנט, צו מ'טוט מעשים טובים, ווי ווייט מ'מיינט נישט דעם אייבערשטן. ס'איז נארמאל!!! דאס פאדערט עבודה. דאס מיינט נישט אז מ'איז נישט געזונט. דאס מיינט אז מ'האט אין זיך א קליפה. יעדער האט.

צדיקים האבן געהארעוועט און זיי האבן געהאלטן ביי זיך אז זיי זענען בבחינת 'בינוני'. און אז ווי ווייט זיי זענען פונעם אמת. און דא האט ער מורא צו זיין א דרייער. פארוואס? א מענטש איז דאך פיל מיט שקר. פיל! ניטאמאל איין תנועה מיינט מען אמת'דיג. די רביז"ל פלעגט אזויפיל וויינען אז מ'זאל זוכה זיין צו אפילו איין תנועה של אמת.

איך ברענג נאר ארויס. פון וואס אנטלויפן מענטשן, פון דעם אז מ'איז א שטיק שקר, און אז מ'איז ווייט פון מיינען אמת'דיג? און ס'געשעהט גארנישט. מ'נעמט עס אן. און מ'ארבעט זיך אויס. וואס איז שוין.

הער אויס דער דרייער. ער קען, ער איז געזונט. ברוך השם געלויבט דער הייליגער באשעפער און דער אייבערשטער זאל אים ווייטער העלפן. ער איז מצליח. נאר דער יצר פון א מענטש שלאפט נישט. יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום ויום. און מ'דארף ארבעטן, קען מען דען. נאר אזויפיל מ'זאל איינזעהן ווי ווייט מ'איז פונעם אמת.

דאס מיינט נישט אז ער איז קראנק, און דאס מיינט ניטאמאל אז ער איז דורכשניטליך. ער איז געזונט, נאר ער האט אויך א יצר הרע צו מיינען שבח בני אדם. נו? דארף מען דאס אויסארבעטן. דורך דעם וואס ווען מ'פילט אז מ'וויל עפעס טון וואס מ'דארף נישט טון, און מ'וויל עס נאר טון, כדי צו זיין ווערד אין מענטש'נס אויגן. און מ'געט זיך נישט אונטער אונטער דעם פחד פון פארלירן ווערד, און מ'גלייבט אז ווערד דאס גיבט דער אייבערשטער. און אז מ'האט א חשיבות סייוויאזוי, אפילו מ'וואלט געווען אן אפגעפליקטער וואס אפגעשליסן און אפגעריסן. און לויפט ארום נאך געלט, און שפייעכץ רינט פון די מויל, און די בארד האט פינף שפיצן. וואלט מען אויך געוען חשוב אלץ א צלם אלוקים. אלץ א חלק אלוק ממעל.

מ'דארף אויף דעם הארעווען. מ'קען מיינען, דרייערס האבן אלעס. ב"ה. דער הייליגער באשעפער האט זיי באשאנקען מיט אלעם. זיי קענען ב"ה מצליח זיין. וכו', דארפן זיי זיך אויסארבעטן, יעדער מענטש דארף זיך אויסארבעטן. זיי דארפן זיך אויסארבעטן נישט צו טון פעולות צו ראטעווען זייער ווערד. ס'געשעהט גארנישט.

און זאלסט נישט מיינען אז דער דרייער מיינט עפעס מער שלא לשם שמים, ווי אן אנדערע טייפ. יעדער טייפ מיינט שלא לשם שמים. יעדער האט א איגו, מ'ווערט געבוירן דערמיט און מ'דארף אראפגיין פונעם 'איך', און אויב מ'האט געהאט שוועריגקייטן אין אויפוואקסונג יארן, און מ'האט געדארפט פייטן, האט מען א שטערקערע איגו. א דרייער איז מיט גארנישט שוואכער ווי קיינעם אין דעם ענין פון שלא לשם שמים. נאר וויבאלד ער קען אויסנעמען ביי מענטשן, כאפט זיך דארט אריין זיין 'איגו'. זעהט זיך עס דארט אן.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 12:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

fiena nieas האט געשריבן:פארוואס קען מען נישט זאגן איין נאמבער איז בעסער פונעם צווייטען דער זיבענער לעבט א חיים טובים ארימגענימען מיט חברים אלע מאל פאזיטיוו ענערדזי . דער אכטער נעמט גארנישט צום הארצן לעבט אויך א חיים טובים

דער רבש"ע האט פאר יעדעם געגעבן זיין עבודה, דאס אלעס. יעדער מוטשעט זיך. דו רעדסט פונעם געזונטן זיבענער, מיינסט ער האט נישט קיין מלחמת היצר? אויפצוהערן בארדענען? אפילו ער איז געזונט, יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום. מ'דארף אויף זיך הארעווען אגאנץ לעבן. יעדער האט זיך זיין מלחמת היצר. און דער אכטער נאך מער. און אפילו דו זאלסט זאגן איינער ווערט געבוירן ביי א משפחה וואס ער האט באקומען פלעגונג, און ער איז אויפגעוואקסן געזונט. און איינער אפילו גוטע טאטע מאמע, אבער השי"ת האט אנדערש געוואלט און ער איז אויפגעוואקסן צופליקט מיט א גרויסע איגו. דארף מען אנערקענען אז יעדער האט זיך זיין פעקל וואס מ'טיילט צו פון הימל. פון די פינטל וואו מיר האלטן, יעדער פאר זיך, דארף מען זעהן צו ווערן בעסער און בעסער. והשם הטוב יעזור
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

מח בקדקדו האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:איין זאך וויל איך פארשטיין? פארוואס מוז מען אראפ לייגן דעם דרייער מיסודו אלס קראנק? אל איינער וואס מוז אויסנעמען גוט?

דאס מיינט נאכנישט קראנק, ניטאמאל דורכשניטליך. דאס מיינט אז ער איז נישט גאר געזונט און אויסגעארבעט. די הייליגער יושר דברי אמת שרייבט אז א מענטש ווערט געבוירן אויף א בארג, ער ברענגט פון די גמ' ואדם מתגאה על כולם. בקיצור, דאס אז ס'גנב'ט זיך אריין אינעם דרייער אזא וויסן, אז ער ווייסט זיך אלץ א מענטש וואס באווייזט זיך אהערצושטעלן, דאס מיינט אז אין זיין נפש איז אויך אריינגעכאפט דעם קליפת הגאווה. יעדער האט גאווה און יעדער האט אן עבודה דאס אויסצוארבעטן. אויב ארבעט ער עס אויס, וועט ער מער נישט מורא האבן אז ער איז ווערדלאז, און ער וועט גארנישט טון דערצו צו ראטעווען זיין וועליו המדומה. ווייל אויב ער וועט לערנען יושר דברי אמת, און ארבעטן אויף זיך, וועט ער זיך נישט אונטערגעבן אונטערן פחד פון שפירן אז אט ווערט ער ווערדלאז. און ער פארלירט זיין 'איך'. נאר ער וועט וויסן אז די גאנצע ווערד קומט נאר ווייל יעדע תנועה איז חשוב ביים אייבערשטן, און נישט ווייל מ'איז חשוב אין מענטש'נס אויגן.

ער גייט שוין נישט פרובירן צו טון זאכן כדי צו שפירן אז ער איז ווערד, נאר ער וועט וויסן אז ער איז סייווי ווערד ווייל ער איז א חלק אלוק ממעל. און אז יעדע תנועה איז חשוב ביים אייבערשטן. בקיצור. דאס אז ס'גנב'ט זיך אריין דעם געפיל פון 'אנכי', דאס איז דאך נארמאל, דאס איז דאך 'גבהות הלב', און שבח בני האדם, תפארת, די אלע שלא לשם שמימ'דיגע תנועות, וואס אויף דעם דארף מען הארעווען זיך אויסצוארבעטן. א מענטש האט אין זיך קליפות, און רע, וואס מ'דארף זיך דערפון אפשיידן. חוץ אויב מ'איז גאר געזונט האט מען אין זיך 'גבהות'. און מ'ווערט געבוירן אויף א בארג. און ס'געשעהט גארנישט צו אנערקענען מער און מער אז מ'איז אויף א הויעכן בארג. און אז יעדע זאך וואס מ'טוט מיינט מען גאר צו אויסנעמען אין מענטש'נס אויגן. דאס איז א מענטש, ליידער מחמת אדם הראשון האט געגעסן פונעם עץ הדעת. און אויף דעם דארף מען הארעווען.

סך מער ווי די אלגעמיינע וועלט דארף מען דערויף הארעווען, ווייל מיר דארפן דאך זיך אויסארבעטן און זיך אפשיידן פונעם 'רע'. דאס אלעס. און איינער וואס האט נישט ליב צו זיין א דרייער, אין לך גבהות גדול מזה. א שטיק שקר, ווייל יעדער מענטש האט גבהות. און פינף און ניינציג פראצענט פון וואס א מענטש טוט איז אונטערנבאוואוסטזיין. און א מענטש כאפט נישט ווי ווייט יעדע גוטע זאך וואס מ'טוט, צו מ'דאווענט, צו מ'לערנט, צו מ'טוט מעשים טובים, ווי ווייט מ'מיינט נישט דעם אייבערשטן. ס'איז נארמאל!!! דאס פאדערט עבודה. דאס מיינט נישט אז מ'איז נישט געזונט. דאס מיינט אז מ'האט אין זיך א קליפה. יעדער האט.

צדיקים האבן געהארעוועט און זיי האבן געהאלטן ביי זיך אז זיי זענען בבחינת 'בינוני'. און אז ווי ווייט זיי זענען פונעם אמת. און דא האט ער מורא צו זיין א דרייער. פארוואס? א מענטש איז דאך פיל מיט שקר. פיל! ניטאמאל איין תנועה מיינט מען אמת'דיג. די רביז"ל פלעגט אזויפיל וויינען אז מ'זאל זוכה זיין צו אפילו איין תנועה של אמת.

איך ברענג נאר ארויס. פון וואס אנטלויפן מענטשן, פון דעם אז מ'איז א שטיק שקר, און אז מ'איז ווייט פון מיינען אמת'דיג? און ס'געשעהט גארנישט. מ'נעמט עס אן. און מ'ארבעט זיך אויס. וואס איז שוין.

הער אויס דער דרייער. ער קען, ער איז געזונט. ברוך השם געלויבט דער הייליגער באשעפער און דער אייבערשטער זאל אים ווייטער העלפן. ער איז מצליח. נאר דער יצר פון א מענטש שלאפט נישט. יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום ויום. און מ'דארף ארבעטן, קען מען דען. נאר אזויפיל מ'זאל איינזעהן ווי ווייט מ'איז פונעם אמת.

דאס מיינט נישט אז ער איז קראנק, און דאס מיינט ניטאמאל אז ער איז דורכשניטליך. ער איז געזונט, נאר ער האט אויך א יצר הרע צו מיינען שבח בני אדם. נו? דארף מען דאס אויסארבעטן. דורך דעם וואס ווען מ'פילט אז מ'וויל עפעס טון וואס מ'דארף נישט טון, און מ'וויל עס נאר טון, כדי צו זיין ווערד אין מענטש'נס אויגן. און מ'געט זיך נישט אונטער אונטער דעם פחד פון פארלירן ווערד, און מ'גלייבט אז ווערד דאס גיבט דער אייבערשטער. און אז מ'האט א חשיבות סייוויאזוי, אפילו מ'וואלט געווען אן אפגעפליקטער וואס אפגעשליסן און אפגעריסן. און לויפט ארום נאך געלט, און שפייעכץ רינט פון די מויל, און די בארד האט פינף שפיצן. וואלט מען אויך געוען חשוב אלץ א צלם אלוקים. אלץ א חלק אלוק ממעל.

מ'דארף אויף דעם הארעווען. מ'קען מיינען, דרייערס האבן אלעס. ב"ה. דער הייליגער באשעפער האט זיי באשאנקען מיט אלעם. זיי קענען ב"ה מצליח זיין. וכו', דארפן זיי זיך אויסארבעטן, יעדער מענטש דארף זיך אויסארבעטן. זיי דארפן זיך אויסארבעטן נישט צו טון פעולות צו ראטעווען זייער ווערד. ס'געשעהט גארנישט.

און זאלסט נישט מיינען אז דער דרייער מיינט עפעס מער שלא לשם שמים, ווי אן אנדערע טייפ. יעדער טייפ מיינט שלא לשם שמים. יעדער האט א איגו, מ'ווערט געבוירן דערמיט און מ'דארף אראפגיין פונעם 'איך', און אויב מ'האט געהאט שוועריגקייטן אין אויפוואקסונג יארן, און מ'האט געדארפט פייטן, האט מען א שטערקערע איגו. א דרייער איז מיט גארנישט שוואכער ווי קיינעם אין דעם ענין פון שלא לשם שמים. נאר וויבאלד ער קען אויסנעמען ביי מענטשן, כאפט זיך דארט אריין זיין 'איגו'. זעהט זיך עס דארט אן.

דו ביזט גערעכט, וואס איך וויל נאר זאגן איז, אז דער אנכי פונעם דרייער איז, "איך בין א מענטש וואס איז מצליח" דאס איז זיין איגאו, דאס וויל ער באשיצן, און איך רעד אויך נאך פאר ער איז אויסגעארבעט נאר ער איז פלעין געזונט, "א געזונטער גוי" איז דאס זיין איגאו און נישט אז ער וויל אויסנעמען, וועלן אויסנעמען איז שוין אויף די קראנקע זייט, אז זיין ציל פונקט פון זיין הצלחה וואס ס'הייסט אמת'דיגע הצלחה ווערט פארדרייט,
כאפסט וואס איך מיין?
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אכטערס טרעפן אין זיך אויסטערלישע שטארקייט. אייגענע שטארקייט. אין דער צייט וואס זעקסער פילן אז זיי קענען אנגיין מיט די הילף און שטיצע פון די וואס שטעלן עס צו, זענען אכטערס וואס טרעפן אין זיך אויסטערלישע שטארקייט. ווען זיי קוקן אריין אין זיך טרעפן זיי א שטאלענע בים. און זיי אנערקענען דאס, און זיי הייבן זיך אן שפירן זייער שטארק, "איך בין א ... א שטארקע מענטש" (איך קלער אז אויב מ'זאל אויף עפעס א וועג קענען פארמיידן דעם אכטער פון כאפן אז ער איז א שטארקע מענטש, וואלט ער נישט געהאט דעם אכטערישן איגו. דאס הייסט ער וואלט נישט אזוי געפייט.) די גאנצע זאך קומט ווייל ער דערקענט זיין נאטור, און ער טרעפט זיך אז דאס איז ער. יעצט, האט ער שוין מורא דאס צו פארלירן, יעדער קען פארשטיין אז זיין א שטארקער מענטש, שטעלט צו פאר א מענטש אסאך בענעפיטן. און ער וויל עס נישט פארלירן. סאו ער נעמט זיך 'עקשנ'ן' אויף זאכן וואס מ'דארף זיך נישט דערויף פייטן. אבער ער פייט. פארוואס? ווייל ער פילט אז זיין שפיר פון 'איך', ווערט געשטעלט פאר א "אדער מאך איך עס, אדער פארליר איך און איך בין שוואך".

אנדערש ווי דער זעקסער, וואס דער זעקסער, ווען ער קוקט אריין אין זיך טרעפט ער "יו, איך דארף שנעל אנקאלן יענעם און בעטן שטיצע, איך האף ער איז דא פאר מיר, ער זאל מיר נאר נישט אפלאזן, צוזאמען מיט זיין שטארקייט עלמיר עס באווייזן" (אויב דו טוסט עס, איז א גוטע זאך צו טון. א מענטש איז א שוואכע זאך) אבער דער אכטער ווען ער קוקט אריין אין זיך, זעהט ער איין זאך "איך בין שטארק און איך מוז שלאגן דערויף", דער זעקסער, ווען זיין איגו ווערט מער און מער געדעכט, וועט ער זיך אנהייבן שלאגן צו ווייזן אז ער איז נישט א "יענעמ'ס פארלוירענע קויט אויפן הענגער אין שוהל" וואס מ'קען עס שטופן אין א זייט, אבער אנהייב ווען דער זעקסער איז געזונט, זיין געזונט באשטייט פון בעטן שטיצע, און זיין אפהענגיג. און מ'דערקענט נישט אויף אים קיין 'שטארקע' איגו וואס מ'דערקענט אויפן געזונטן אכטער. אויפן זעקסער דערקענט מען 'הכנעה און צוזאם ארבעט'. שפעטער ווען דער זעקסער ווערט חלילה פארלוירן, וויל ער זיך ראטעווען, אבער זיין געזונטע 'איגו' באשטייט פון הכנעה און צוזאם ארבעט. און דוקא איידעלע אפהענגיגקייט.

אבער אויפן אכטער זעהט מען שטארקייט, און נישט קיין שום אנלאנונג אויף יענעם. א געזונטע אכטער וויל דאמינירן זיין סביבה. ער זאל זיין באלבאס. א געזונטע זעקסער איז בכלל נישט דעס. ער פרייט זיך צו זיין א חלק פון די סיסטעם. אבי די 'סיסטעם' איז פעסטגעשטעלט. און ער איז א חלק! אבער דער אכטער קוקט נאר אויף "ווי שטארק בין איך?" א זעקסער טראכט נישט "ווי שטארק בין איך?" ער טראכט, ווי שטארק דארף איך מיך צוקלעבן צום שטארקן סיסטעם! גאר אנדערש. זיי שפיר פון איך איז גאר גאר אננדערש.

א אכטער מוז נישט זיין א שטארקע מענטש וואס באסט אויף יעדעם, איך רעד פון די אינערליכע שפיר. דאס אלעס.

יעדע טייפ דערזעהט זיך, א איינזער דערזעהט זיך אזוי, א צווייער אזוי, א דרייער אזוי, א זעקסער אז יענער איז זיין אונטערלאנונג. א זיבענער דערזעהט וויפיל 'איך' מ'קען ארויסנעמען פון די לעבהאפטיגע מציאות, אבער דער ניינער, דערזעהט זיך נישט. כמשמעו. ער לעבט מיט מיט די סביבה צוזאמען. אבער דאס אליין, אז ער האט דעם אויסטערלישן כח פון צאמלעבן הארמאניש מיט די סביבה, דאס אליין אנערקענט ער אין זיך. און איינמאל ער כאפט אז דאס איז זיין נאטור, וויל ער עס נישט אויפגעבן אזוי שנעל, ווייל ער ווייסט אז דאס האט אסאך בענעפיטן. ער פארשטייט אז דאס ברענגט צו רואיגקייט און צו מנוחה.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 4:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח האט געשריבן:דו ביזט גערעכט, וואס איך וויל נאר זאגן איז, אז דער אנכי פונעם דרייער איז, "איך בין א מענטש וואס איז מצליח" דאס איז זיין איגאו, דאס וויל ער באשיצן, און איך רעד אויך נאך פאר ער איז אויסגעארבעט נאר ער איז פלעין געזונט, "א געזונטער גוי" איז דאס זיין איגאו און נישט אז ער וויל אויסנעמען, וועלן אויסנעמען איז שוין אויף די קראנקע זייט, אז זיין ציל פונקט פון זיין הצלחה וואס ס'הייסט אמת'דיגע הצלחה ווערט פארדרייט,
כאפסט וואס איך מיין?

ס'איז נישט שייך אזא מציאות. זיין אומאויסגעארבעט, און זיין א דרייער. און נישט וועלן אויסנעמען? תרתי דסתרי. ווען מ'רעדט פון א דרייער, רעדט מען אז ער באווייזט אויסצונעמען ביי מענטשן.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה האט געשריבן:

ווען איך רעד פון אומאויסגעארבעט רעד איך פון דאס וואס דו האסט געשריבן דא
נשמה האט געשריבן:דאס מיינט נאכנישט קראנק, ניטאמאל דורכשניטליך. דאס מיינט אז ער איז נישט גאר געזונט און אויסגעארבעט..

אויב דו רופסט דעיס אן קראנק ביסטו גערעכט, אבער אויב איז ער בעצם געזונט נאר ער איז נאר נישט ריין ריין, דעמאלטס איז דעפענעטלי יא דא אזא זאך, און דאס איז משרשו דער דרייער א "מצליח"
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה האט געשריבן:ביים זעקסער. טראכט איך גייט עס אזוי, ער דערזעהט זיך, אלץ איינער וואס לעבט איבער א דאנק די 'שטיצע' וואס ער באקומט פון זיינע ארומיגע. און דאס גייט אן יומם ולילה. א דאנק די שטיצע וואס איך באקום קען איך איבערלעבן און אנגיין. (לאז עס אזוי, ס'קומט אזוי! יעדער מענטש דארף אנקומען צו יענעם, נעם דיך נישט רעוואלטירן) עפעס קלערט זיך ביי מיר, אז דעם זעקסערס שפיר פון זיין 'איך', וואקסט אויף מיט ארומיגע מענטשן וואס שטיצן און שטעלן אים צו זיכערקייט. איינגעבויט אין זיין שפיר פון 'איך', איז די שטיצע פון ארומיגע שטארקע. ס'נעמט זיך ביי אים די 'שטארקייט' פון ארומיגע מענטשן, 'שטיצערס', אלץ די שפיר פון זיין איך'. אנדערש ווי דער ניינער. דער ניינער שפירט אנדערע מענטשן אלץ די שפיר פון זיין 'איך'. די זעקסער וואקסט אויף און דרילט אריין אין זיין 'איך', די 'שטארקייט' און 'שטיצע' פון ארומיגע מענטשן. אז אן זיי פילט ער שוואך. אז ס'זאל קענען אנגיין מוז ער זיי האבן. ער וויל זיך אפרייסן און ווערן אומאפהענגיג, אבער ער בלייבט עפעס מקושר אז אנדערע מענטשן זענען זיינע שטיצערס. און דערפאר איז א זעקסער געטריי, ווייל ער וויל עס נישט פארלירן..

יא יא! זייער גוט געזאגט, דער זעקסער האט נישט קיין "איך", ער בויעט זיך נאר אויף א פאלטשע "איך" דורך די שטיצע פון זיינע שטארקע ארומיגע, און דעי "איך" וויל ער זייער שטארק וואטשן און פראטעקטן, ווייל אז נישט גייט ער טרעפן זיין עכטע "איך" וואס דאס איז אז ער האט נישט קיין "איך" און די גאנצע 'איך' וואס ער האט געמיינט ביז יעצט אז ער האט, איז נישט מער ווי איין גרויסע באבל,
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח האט געשריבן:און דאס איז משרשו דער דרייער א "מצליח"

א קינד מוז האבן אין זיין קאפ, וואס ס'הייסט הצלחה אין די מענטש'נס קעפ ארום. און א קינד גייט נישט 'מצליח' זיין אינערליך, נאר אויסערליך. אויב מ'דארף נאר מצליח זיין. און אויסערליך מיינט, אז דער עיקר ס'זאל גוט אויסנעמען.

איך האלט נישט אז דער זעקסער בויט זיך אויף א פאלשע "איך". ער שפירט פשוט אזוי זיין "איך" פון די ערשטע מינוט. פארוואס? ווייל אזוי ארבעט זיין פראסעס. זיין וועג וויאזוי זיין פראסעס ארבעט, ערלויבט נישט צו פילן אינערליכער שטארקייט. אזוי סתם אזוי אן ארבעטן עס צו טרעפן.

דיין סטעטמענט קען מען זאגן אויף אלע טייפס. יעדע טייפ איז זיך מצמצם, זיך אריינצושטעלן אין א געוויסע "איך", און מיט דעם שנייד ער ארויס שטיקלעך קוואליטעטן פון זיין עצם נפש, (איך רעד פון גוטע שטיקלעך, און אפילו שלעכטע שטיקלעך וואס אין יודיש הייסט עס 'רע מנעוריו', ווי למשל דער געזונטער איינזער וואס איז גוט און ריין, און אויפריכטיג, פונדעסטוועגן, מיט דעם אליין אז ער שפירט זיך אזוי, מיט דעם אליין איז עס 'גאווה'. און כאטשיג אין יודישקייט גערעדט, דארף מען טאקע זיין אפגעטיילט פונעם 'רע', איז אבער די עכטע וועג, זיך אויסצוארבעטן דעם חומר, און נישט פשוט זיך אפצוהאקן דערפון, אלץ א 'איך'. אזוי פארשטיי איך, בקיצור גאווה איז אלעמאל נישט גוט. און אז מ'האט נישט 'גבהות הלב' אז מ'האט שפלות, איז מען געזונט.) וואס ער וויל נישט נוצן. דאס מיינט דאך 'איגו'. אויף יודיש גערעדט, א מענטש איז חלק אלוק ממעל און דאס איז זיין מהות, צו שפירן א חלק פון אלוק ממעל, און ער איז זיך מפריד אלץ א איגו.

יעדעמ'ס "איך" איז איין גרויסע באבל. און ס'ווערט אויס באבל, ווען ס'ווערט אויס "איך". ממש אזוי, אויס "איך". איך האב הנאה פון דיין סטעטמענט ווען איך שטעל עס אויף אלע טייפס. בכלליות. אבער בפרטיות, ביים זעקסער, זיין "איך" - באשטייט פון אנדערעמ'ס שטיצע איז א חלק פון מיין יכולת איבערצולעבן דא אויפן וועלט. סתם א זעקסער זאל זאגן צו זיך אליין, מיין גאנצע "איך" איז פאלש! איך האב פשוט נישט קיין "איך". סאו וואס זאל ער טון? אויפבויען א "איך"? אויפבויען א "איגו"? אויפבויען א 'עכטע' איך? א מענטש קען נישט האבן א "איך", און אויך זיין גענצליך "געזונט". נישטא אזא זאך. אדער האסטו א איגו, און ביסט באגרעניצט, אדער האסטו נישט קיין שום שפיר פון "איך". נאר א שפיר וואס קומט אריין יעדע מינוט פון די טיפענישן פון דאס ניי. אן וויסן פון פאראויס וואס דאס גייט זיין. און נישט האבן קיין איגו, מיינט שפלות הלב בלב שלם! זיין בטל צום אין סוף. אנדערש איז דאס איגו. און פארשטיי וואס איך מיין. האבן א 'עכטע' "איך", מיינט האבן א "עכטע" איגו. נישט האבן קיין "איך" מיינט, זיין מקושר צום עכטן מהות. אן באגרעניצונגען.

'מהות' איז נישט "איך". "איך" מיינט אז דער מענטש האט גענומען חלקים פון זיך, און עס אוועקגעשטעלט, "דאס בין איך"! "מהות" מיינט אז דער מענטש האט נישט קיין שום אהנונג ווער ער איז, און וואס ער איז אז ס'זאל זיין אוועקגעשטעלט אלץ "דאס בין איך". ער ווייסט נאר וואס ער פילט אין די מינוט וואס ער פילט. אפשר ווייסט ער זיינע כוחות, אבער נישט די באגריף פון "איך" אוועקגעשטעלט און אראפגעשטעלט. צוצוקומען צו דעם נעמט יארן יארן עבודה, אויב ס'געלונגט. און די תכלית איז דביקות בה' מער און מער. כמובא ביושר דברי אמת.

בקיצור, איך וויל זאלסט פארשטיין, אז כדי א זעקסער זאל זיך אויסארבעטן, דארף ער טון בערך אזוי, (איך זאג לויט וויאזוי איך פארשטיי עס יעצט) יעדעס מאל וואס ער פילט אז ער דארף 'זיך' ראטעווען! ער פילט א אנגעצויגנקייט אין זיין קערפער, אז ער וויל מאכן זיכער, כדי צו זיין פארזיכערט. אבער ער טוט גארנישט, (איך רעד נישט פון נישט צומאכן די שלאס פון טיר ביינאכט, איך רעד פון א קלייניגקייט, ביטע פארשטיי וואס איך מיין) נאר ער פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן. און בפרט אז מ'לערנט זיך אויס צו מאכן התבודדות און אלעס רעדן צום אייבערשטן, און זיין מקושר צו איינעם וואס איז באמת שטארקער פון דיר, דאס איז אונזער ליבער טאטע אין הימל. און זיך אינגאנצן פארלאזן אויף אים. מיט דעם באקומט מען פרישע כוחות, און מ'טרעפט אלעס אין זיך. א בחינה פון ויפקח אלוקים את עיניה ותלך ותמלא את החמת מים. בטחון, מיינט נישט אז מ'איז גא-ט ב"ה אליין, אז מ'האט די כוחות צו מאכן זאכן זאלן זיין זיכער. בטחון מיינט, אז מאנערקענט אין באשעפער'ס ענדלאזער כח מיך צו העלפן אלעמאל און איבעראל.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה האט געשריבן:
מח האט געשריבן:און דאס איז משרשו דער דרייער א "מצליח"

א קינד מוז האבן אין זיין קאפ, וואס ס'הייסט הצלחה אין די מענטש'נס קעפ ארום. און א קינד גייט נישט 'מצליח' זיין אינערליך, נאר אויסערליך. אויב מ'דארף נאר מצליח זיין. און אויסערליך מיינט, אז דער עיקר ס'זאל גוט אויסנעמען.

יעצט זאגסטו ס"ה די סיבה פארוואס רוב דרייער'ס וועלן זיין מער צו די קראנקע זייט, טאקע וויבאלד ווען מען איז יונג האט מען נישט קיין שכל צו וויסן וואס עס איז א אמת'ע הצלחה, זיי זעהן נאר וואס עס מיינט הצלחה אין די אויגן פונעם המון עם,

און נישט נאר דאס, נאר אויסערליכע הצלחה מוז נישט דווקא מיינען אויסנעמען גוט, אויב איז דער דרייער נישט אזוי קראנק אבער ער איז אויך נישט עכט געזונט צו וויסן וואס עס מיינט ריכטיגע הצלחה וועט ער אויך וועלן האבן אויסערליכע הצלחה אפילו עס וועט נישט מיינען דוקא אויסצונעמען גוט, ווי צום ביישפיל, ער וועט וועלן ענדיגן א מסכת, און נאר אזוי וועט ער פילן אז ער האט עפעס אויף געטון אז נישט איז נישטא גארנישט, ווייל די לערנען אליין איז ביי אים גארנישט, נאר דעיס אז ער האט אנגעהויבן די מסכת און געארבעט און יא! ער האט עס געענדיגט! בראווא!!,
און איך רעד נישט דא דוקא פון איינער וואס טוט עס אויף צו געפעלן פאר אנדערע, איך רעד פון איינער וואס טוט עס פשוט ווייל ער וויל "דערגרייכן" ער וויל "סוקסעסירן" און נאר אזא זאך הייסט ביי אים סוקסעס,
אבער נאך אלץ זענען טאקע רוב דרייער'ס מער קראנק ווי דעם, רוב דרייער'ס וועלן יא וועלן זיין סוקסעספול דוקא אין מענטשן'ס אויגן, און דעיס איז ווייל די לופט אין וואס זיי ווערן געבוירן און וואו זיי וואקסן אויף זאגט זיי אז נאר דעיס הייסט הצלחה, און שכל וואס עס הייסט אמת'ע הצלחה האבן זיין נישט, ממילא קוקן זיי אזוי אויס, אבער נישט ווייל דאס איז זייער ארגינעלע יסוד.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה האט געשריבן:יעדעמ'ס "איך" איז איין גרויסע באבל. און ס'ווערט אויס באבל, ווען ס'ווערט אויס "איך". ממש אזוי, אויס "איך". איך האב הנאה פון דיין סטעטמענט ווען איך שטעל עס אויף אלע טייפס. בכלליות. אבער בפרטיות, ביים זעקסער, זיין "איך" - באשטייט פון אנדערעמ'ס שטיצע איז א חלק פון מיין יכולת איבערצולעבן דא אויפן וועלט. סתם א זעקסער זאל זאגן צו זיך אליין, מיין גאנצע "איך" איז פאלש! איך האב פשוט נישט קיין "איך". סאו וואס זאל ער טון? אויפבויען א "איך"? אויפבויען א "איגו"? אויפבויען א 'עכטע' איך? א מענטש קען נישט האבן א "איך", און אויך זיין גענצליך "געזונט". נישטא אזא זאך. אדער האסטו א איגו, און ביסט באגרעניצט, אדער האסטו נישט קיין שום שפיר פון "איך". נאר א שפיר וואס קומט אריין יעדע מינוט פון די טיפענישן פון דאס ניי. אן וויסן פון פאראויס וואס דאס גייט זיין. און נישט האבן קיין איגו, מיינט שפלות הלב בלב שלם! זיין בטל צום אין סוף. אנדערש איז דאס איגו. און פארשטיי וואס איך מיין. האבן א 'עכטע' "איך", מיינט האבן א "עכטע" איגו. נישט האבן קיין "איך" מיינט, זיין מקושר צום עכטן מהות. אן באגרעניצונגען.

עס איז אבער אייביג דא עפעס א שטיקל 'איך' אויב נישט איז מען א מלאך, ראה להלן

בקיצור, לאמיר איבער גיין וואס דו זאגסט דא אין קורצן,
יעדער טייפ ווילאנג ס'איז דא דארט א "איך" ווילאנג ער פראקטיצירט זיין אייגענעם מהות אלס א "איך" "ווייל אזוי בין איך", און איך פארשטיי אזוי! און דעיס וואס איך פיל דאס איז דער אמת, (ווייל אזוי פיל איך, און דאס בין איך ווייל אזוי פיל איך דאך ממילא איז דאס א ראי' אז דאס בין איך, ניין?, און פאר דעם מוז איך פייטן), איז ער אפגעהאקט פונעם אמת, למשל לאמיר זאגן דער איינזער אזוי ווי דו האסט געברענגט אפי' ער פייט פאר ריכטיגע זאכן אבער ווילאנג עס קומט מצד זיין "איך" איז עס נישט אמת עס איז נישט עכט עס איז נאר די נעגעטיווע זייט פון זיין מהות ער דארף נעמען זיין גאנצע מהות און עס אויסארבעטן, יא! לויט זיין מהות וואס ער איז באשאפן געווארן און עס ארויסברענגען דארט וואו עס דארף באמת גענוצט ווערן (עס איז אביסל ענליך צו וואס איך געשריבן עטליכע בלאט צוריק viewtopic.php?p=1483984#p1483984), איך האף איך האב גוט פארשטאנען דיין פוינט און דו ברענגסט עס ארויס זייער גוט באמת,און עס איז אפשר אמת.

[דו רעדסט אבער פון גאר א הויכע מדרגה וואס ווען מען קומט אהן אהין ווערן די טייפ'ס כמעט בטל, מען קען זיך אבער דינגען מיט דעם צו די ריכטיגע וועג איז אז מען רייסט אויס יעדע סארט זאך וואס בינדט צו דעם מענטש צו א געוויסע שניט פון אזוי בין איך, די שאלה איז צו א מענטש איז מחויב ממש אוועק צו גיין פון זיין געבוירענע נאטור און שניט און צו מען קען בכלל, און אפי' אויב ס'איז יא די ריכטיגע וועג איז עס גאר א הויעכע מדרגה]

לאמיר נאר צוקומען צו וואס דו האסט געשריבן וועגן דעם זעקסער, אז זיין עצם "איך" איז אז ער איז אנגעלאנט אויף אנדערע מענטשנ'ס קאנפידענץ און אזוי איז ער פון די ערשטע מינוט,
שטימט עפעס נישט, ווייל אויב איז ער אנגעלאנט אויף אנדערע האט ער נישט קיין עכטע "איך", איי וועסטו זאגן אז די עכטע מהות פון א מענטש איז ער האט נישט קיין עכטע "איך" דו רעדסט דאך אבער פון די "איך" וואס מען זעט נאך פאר מען ארבעט זיך אויס, וואס דעמאלטס האט מען נאך יא א "איך", איז די שאלה וואס פאר א איך ער האט, ווען ער קוקט זיך אן וואס זעט ער?!

פארשטיי איך אז ער זעט גארנישט, ער זעט א צוזאם לויפעניש פון עטליכע מענטשן אויף וועם ער לאנט זיך אהן, דאס אלעס! און דאס מיינט אז ער דערזעט זיין "נישט איך", און דאס איז וןאס ער וויל פראטעקטן די גאנצע צייט דעי פילינג פון יו! איך בין אראפ פון די מאפע! איך פאל אראפ!,
און זיין וועג צו ווערן געזונט איז נישט אז ער זאל באקומען א אמת'ע איך ווייל ער האט עס נישט, נאר וואס דען? ער דארף וויסן אז מען דארף נישט האבן קיין איך [דעיס איז אביסל דיין נקודה וואס דו ברענגסט ארויס, פאר א זעקסער איז שייך אביסל דיין פוינט] איך קען מיך בייגן צו "וואו עס פעלט אויס" צו טון "וואס עס פעלט" אויס "ווען עס פעלט אויס"

איך האף אז מיינע ווערטער זענען פארשטענדליך
לעצט פארראכטן דורך מח בקדקדו אום מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 10:18 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה האט געשריבן:אכטערס טרעפן אין זיך אויסטערלישע שטארקייט. אייגענע שטארקייט. אין דער צייט וואס זעקסער פילן אז זיי קענען אנגיין מיט די הילף און שטיצע פון די וואס שטעלן עס צו, זענען אכטערס וואס טרעפן אין זיך אויסטערלישע שטארקייט. ווען זיי קוקן אריין אין זיך טרעפן זיי א שטאלענע בים. און זיי אנערקענען דאס, און זיי הייבן זיך אן שפירן זייער שטארק, "איך בין א ... א שטארקע מענטש" (איך קלער אז אויב מ'זאל אויף עפעס א וועג קענען פארמיידן דעם אכטער פון כאפן אז ער איז א שטארקע מענטש, וואלט ער נישט געהאט דעם אכטערישן איגו. דאס הייסט ער וואלט נישט אזוי געפייט.) די גאנצע זאך קומט ווייל ער דערקענט זיין נאטור, און ער טרעפט זיך אז דאס איז ער. יעצט, האט ער שוין מורא דאס צו פארלירן, יעדער קען פארשטיין אז זיין א שטארקער מענטש, שטעלט צו פאר א מענטש אסאך בענעפיטן. און ער וויל עס נישט פארלירן. סאו ער נעמט זיך 'עקשנ'ן' אויף זאכן וואס מ'דארף זיך נישט דערויף פייטן. אבער ער פייט. פארוואס? ווייל ער פילט אז זיין שפיר פון 'איך', ווערט געשטעלט פאר א "אדער מאך איך עס, אדער פארליר איך און איך בין שוואך".

אנדערש ווי דער זעקסער, וואס דער זעקסער, ווען ער קוקט אריין אין זיך טרעפט ער "יו, איך דארף שנעל אנקאלן יענעם און בעטן שטיצע, איך האף ער איז דא פאר מיר, ער זאל מיר נאר נישט אפלאזן, צוזאמען מיט זיין שטארקייט עלמיר עס באווייזן" (אויב דו טוסט עס, איז א גוטע זאך צו טון. א מענטש איז א שוואכע זאך) אבער דער אכטער ווען ער קוקט אריין אין זיך, זעהט ער איין זאך "איך בין שטארק און איך מוז שלאגן דערויף", דער זעקסער, ווען זיין איגו ווערט מער און מער געדעכט, וועט ער זיך אנהייבן שלאגן צו ווייזן אז ער איז נישט א "יענעמ'ס פארלוירענע קויט אויפן הענגער אין שוהל" וואס מ'קען עס שטופן אין א זייט, אבער אנהייב ווען דער זעקסער איז געזונט, זיין געזונט באשטייט פון בעטן שטיצע, און זיין אפהענגיג. און מ'דערקענט נישט אויף אים קיין 'שטארקע' איגו וואס מ'דערקענט אויפן געזונטן אכטער. אויפן זעקסער דערקענט מען 'הכנעה און צוזאם ארבעט'. שפעטער ווען דער זעקסער ווערט חלילה פארלוירן, וויל ער זיך ראטעווען, אבער זיין געזונטע 'איגו' באשטייט פון הכנעה און צוזאם ארבעט. און דוקא איידעלע אפהענגיגקייט.

אבער אויפן אכטער זעהט מען שטארקייט, און נישט קיין שום אנלאנונג אויף יענעם. א געזונטע אכטער וויל דאמינירן זיין סביבה. ער זאל זיין באלבאס. א געזונטע זעקסער איז בכלל נישט דעס. ער פרייט זיך צו זיין א חלק פון די סיסטעם. אבי די 'סיסטעם' איז פעסטגעשטעלט. און ער איז א חלק! אבער דער אכטער קוקט נאר אויף "ווי שטארק בין איך?" א זעקסער טראכט נישט "ווי שטארק בין איך?" ער טראכט, ווי שטארק דארף איך מיך צוקלעבן צום שטארקן סיסטעם! גאר אנדערש. זיי שפיר פון איך איז גאר גאר אננדערש.

א אכטער מוז נישט זיין א שטארקע מענטש וואס באסט אויף יעדעם, איך רעד פון די אינערליכע שפיר. דאס אלעס.

יעדע טייפ דערזעהט זיך, א איינזער דערזעהט זיך אזוי, א צווייער אזוי, א דרייער אזוי, א זעקסער אז יענער איז זיין אונטערלאנונג. א זיבענער דערזעהט וויפיל 'איך' מ'קען ארויסנעמען פון די לעבהאפטיגע מציאות, אבער דער ניינער, דערזעהט זיך נישט. כמשמעו. ער לעבט מיט מיט די סביבה צוזאמען. אבער דאס אליין, אז ער האט דעם אויסטערלישן כח פון צאמלעבן הארמאניש מיט די סביבה, דאס אליין אנערקענט ער אין זיך. און איינמאל ער כאפט אז דאס איז זיין נאטור, וויל ער עס נישט אויפגעבן אזוי שנעל, ווייל ער ווייסט אז דאס האט אסאך בענעפיטן. ער פארשטייט אז דאס ברענגט צו רואיגקייט און צו מנוחה.

שוין לאנג געטראכט אז איך דארף שרייבן א אנאליז אויפן אכטער אבער האסט מיך אויסגעכאפט, און עס קוקט אויס א גוטע נקודה דורך צו טראכטן, עס מאכט סענס, און קוקט אויס צו זיין היבש אמת, בעיקר דעי חלק וואס איך האב געמאכט באלט
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח בקדקדו האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
מח האט געשריבן:און דאס איז משרשו דער דרייער א "מצליח"

א קינד מוז האבן אין זיין קאפ, וואס ס'הייסט הצלחה אין די מענטש'נס קעפ ארום. און א קינד גייט נישט 'מצליח' זיין אינערליך, נאר אויסערליך. אויב מ'דארף נאר מצליח זיין. און אויסערליך מיינט, אז דער עיקר ס'זאל גוט אויסנעמען.

יעצט זאגסטו ס"ה די סיבה פארוואס רוב דרייער'ס וועלן זיין מער צו די קראנקע זייט, טאקע וויבאלד ווען מען איז יונג האט מען נישט קיין שכל צו וויסן וואס עס איז א אמת'ע הצלחה, זיי זעהן נאר וואס עס מיינט הצלחה אין די אויגן פונעם המון עם,

וואס עפעס דוקא דער 'דרייער' אנדערע טייפס פונקט אזוי? די חילוק פון געזונט, און דורכשניטליך, און אומגעזונט איז, אז ווען דער פראסעסעס פונעם מענטש איז געזונט, למשל ביים דרייער, וועט זיך נישט שטעלן זיין גאנצע מחשבה, צו באשיצן דעם איגו זיינעם. דהיינו דער געפיל אז ער האט א ווערד נאר ווייל מענטשן קוקן אים ארויף. ער וועט אוודאי 'וויסן' אז ער איז אזוי וויאזוי ער איז, דהיינו ביים דרייער, ער וועט וויסן אז ער צוליב מה, איז ער מצליח, און דערפאר וועט ער פרובירן צו געפעלן און אויסנעמען ביי מענטשן ארום, ווייל ער וויל נישט פארלירן די בענעפיטן פון זיין אן ארויפגעקוקטער מענטש, אבער זיינע אינערליכע פראסעסעס וועלן זיך נישט שטעלן דערויף צו שטארק, אז ער זאל זיין פארנומען דערמיט צו שטארק. עפעס 'איגו' האט ער, ער וועט פרובירן צו אויסנעמען ביי די ארומיגע, אבער ס'וועט זיך אים נישט זיין אזוי פארנומען דערמיט. ער וועט פילן זיין ווערד, אן זיין אזוי פארנומען דערמיט.

מאך א משל צו א CPU אין א קאמפיוטער. נאר א חלק פון אים ווען זיין פארנומען מיט די 'איגו' זיינעם. נאר אביסל פון זיין קערפער וועט זיין אנגעשטעלט אנצוהאלטן און באשיצן זיין 'איגו'. אדער מאך א משל צו א שלאס אויפן טיר ביינאכט, משום שמירה. ווען מ'איז געזונט, איז עס גלייך צו איין שלאס אויפן טיר און גענוג. און ווי מער מ'האט מורא אז מ'וועט אפשר דאך פארלירן דעם 'איגו' אלץ מער לייגט מען שמירה. ביז מ'מוז שוין שטיין ביים טיר אגאנצע נאכט. ווען ער איז געזונט, (איך רעד נאכנישט אויסגעארבעט) וועט ער מצליח זיין לויט וואס ער פארשטייט אז די מצב ארום קוקט ארויף אלץ הצלחה, וואס עס איז אנגענומען ביים ארום, אבער אויף א געזונטן פארנעם. ווי מער ער וועט נאכגעבן צו ראטעווען און באשיצן דעם 'איגו', "דעם איך וואס האט אזא ווערד ביי מענטשן", אלץ מער און מער וועט ער אראפגיין די שטאפלן, און ווערן מער און מער אומגעזונט. אלץ מער וועלן זיינע כוחות ווערן געשטעלט צו זיין אנגענומען. און אפילו פאפן. וכו', און אזוי ביי יעדע טייפ.

פארוואס וועט ער צולייגן נאך און נאך CPU איז, ווייל אויב ס'קומט אים אריין א פחד, "זרח, אפשר גייסטו פארלירן דיין ווערד אין מענטשנ'ס אויגן" און ער פרובירט עס צו ראטעווען, אלץ שטערקער ווערט זיין איגו. אלץ מער CPU פאדערט עס אנצוהאלטן. אלץ מער מח און מער מחשבה. און דערפאר היינטיגע צייטן, ווען יונגלעך און בחורים קענען נישט אנגיין מיטן לעבן, טענה'ט איינער, אז דאס קומט ווייל צופיל CPU איז ביזי צו זיין אנגענומען אין די סביבה אלץ א מוצלח.

און נישט נאר דאס, נאר אויסערליכע הצלחה מוז נישט דווקא מיינען אויסנעמען גוט, אויב איז דער דרייער נישט אזוי קראנק אבער ער איז אויך נישט עכט געזונט צו וויסן וואס עס מיינט ריכטיגע הצלחה וועט ער אויך וועלן האבן אויסערליכע הצלחה אפילו עס וועט נישט מיינען דוקא אויסצונעמען גוט, ווי צום ביישפיל, ער וועט וועלן ענדיגן א מסכת, און נאר אזוי וועט ער פילן אז ער האט עפעס אויף געטון אז נישט איז נישטא גארנישט, ווייל די לערנען אליין איז ביי אים גארנישט, נאר דעיס אז ער האט אנגעהויבן די מסכת און געארבעט און יא! ער האט עס געענדיגט! בראווא!!,
און איך רעד נישט דא דוקא פון איינער וואס טוט עס אויף צו געפעלן פאר אנדערע, איך רעד פון איינער וואס טוט עס פשוט ווייל ער וויל "דערגרייכן" ער וויל "סוקסעסירן" און נאר אזא זאך הייסט ביי אים סוקסעס,

פון וואו ווייסט ער אז דוקא ענדיגן א מסכת ערלויבט פאר א מענטש צו שפירן ווערד?

אבער נאך אלץ זענען טאקע רוב דרייער'ס מער קראנק ווי דעם, רוב דרייער'ס וועלן יא וועלן זיין סוקסעספול דוקא אין מענטשן'ס אויגן, און דעיס איז ווייל די לופט אין וואס זיי ווערן געבוירן און וואו זיי וואקסן אויף זאגט זיי אז נאר דעיס הייסט הצלחה, און שכל וואס עס הייסט אמת'ע הצלחה האבן זיין נישט, ממילא קוקן זיי אזוי אויס, אבער נישט ווייל דאס איז זייער ארגינעלע יסוד.

ווער רעדט פונעם ארגינאלן יסוד געוואלד. איך רעד ווען דער איגו הייבט אן זיך פארמירן אין זיין מהלך המח והלב. די ארגינאלער יסוד פונעם דרייער איז, אז דער רבש"ע האט אים געגעבן די כוחות צו קענען אנקומען וואס זיינע מחנכים פאדערן פון אים אלץ הצלחה. ווייל ער איז משורש תפארת.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
מח האט געשריבן:און דאס איז משרשו דער דרייער א "מצליח"

א קינד מוז האבן אין זיין קאפ, וואס ס'הייסט הצלחה אין די מענטש'נס קעפ ארום. און א קינד גייט נישט 'מצליח' זיין אינערליך, נאר אויסערליך. אויב מ'דארף נאר מצליח זיין. און אויסערליך מיינט, אז דער עיקר ס'זאל גוט אויסנעמען.

יעצט זאגסטו ס"ה די סיבה פארוואס רוב דרייער'ס וועלן זיין מער צו די קראנקע זייט, טאקע וויבאלד ווען מען איז יונג האט מען נישט קיין שכל צו וויסן וואס עס איז א אמת'ע הצלחה, זיי זעהן נאר וואס עס מיינט הצלחה אין די אויגן פונעם המון עם,

וואס עפעס דוקא דער 'דרייער' אנדערע טייפס פונקט אזוי? די חילוק פון געזונט, און דורכשניטליך, און אומגעזונט איז, אז ווען דער פראסעסעס פונעם מענטש איז געזונט, למשל ביים דרייער, וועט זיך נישט שטעלן זיין גאנצע מחשבה, צו באשיצן דעם איגו זיינעם. דהיינו דער געפיל אז ער האט א ווערד נאר ווייל מענטשן קוקן אים ארויף. ער וועט אוודאי 'וויסן' אז ער איז אזוי וויאזוי ער איז, דהיינו ביים דרייער, ער וועט וויסן אז ער צוליב מה, איז ער מצליח, און דערפאר וועט ער פרובירן צו געפעלן און אויסנעמען ביי מענטשן ארום, ווייל ער וויל נישט פארלירן די בענעפיטן פון זיין אן ארויפגעקוקטער מענטש, אבער זיינע אינערליכע פראסעסעס וועלן זיך נישט שטעלן דערויף צו שטארק, אז ער זאל זיין פארנומען דערמיט צו שטארק. עפעס 'איגו' האט ער, ער וועט פרובירן צו אויסנעמען ביי די ארומיגע, אבער ס'וועט זיך אים נישט זיין אזוי פארנומען דערמיט. ער וועט פילן זיין ווערד, אן זיין אזוי פארנומען דערמיט.

מאך א משל צו א CPU אין א קאמפיוטער. נאר א חלק פון אים ווען זיין פארנומען מיט די 'איגו' זיינעם. נאר אביסל פון זיין קערפער וועט זיין אנגעשטעלט אנצוהאלטן און באשיצן זיין 'איגו'. אדער מאך א משל צו א שלאס אויפן טיר ביינאכט, משום שמירה. ווען מ'איז געזונט, איז עס גלייך צו איין שלאס אויפן טיר און גענוג. און ווי מער מ'האט מורא אז מ'וועט אפשר דאך פארלירן דעם 'איגו' אלץ מער לייגט מען שמירה. ביז מ'מוז שוין שטיין ביים טיר אגאנצע נאכט. ווען ער איז געזונט, (איך רעד נאכנישט אויסגעארבעט) וועט ער מצליח זיין לויט וואס ער פארשטייט אז די מצב ארום קוקט ארויף אלץ הצלחה, וואס עס איז אנגענומען ביים ארום, אבער אויף א געזונטן פארנעם. ווי מער ער וועט נאכגעבן צו ראטעווען און באשיצן דעם 'איגו', "דעם איך וואס האט אזא ווערד ביי מענטשן", אלץ מער און מער וועט ער אראפגיין די שטאפלן, און ווערן מער און מער אומגעזונט. אלץ מער וועלן זיינע כוחות ווערן געשטעלט צו זיין אנגענומען. און אפילו פאפן. וכו', און אזוי ביי יעדע טייפ.

פארוואס וועט ער צולייגן נאך און נאך CPU איז, ווייל אויב ס'קומט אים אריין א פחד, "זרח, אפשר גייסטו פארלירן דיין ווערד אין מענטשנ'ס אויגן" און ער פרובירט עס צו ראטעווען, אלץ שטערקער ווערט זיין איגו. אלץ מער CPU פאדערט עס אנצוהאלטן. אלץ מער מח און מער מחשבה. און דערפאר היינטיגע צייטן, ווען יונגלעך און בחורים קענען נישט אנגיין מיטן לעבן, טענה'ט איינער, אז דאס קומט ווייל צופיל CPU איז ביזי צו זיין אנגענומען אין די סביבה אלץ א מוצלח.

בקיצור, דו קוקסט אהן דעם דרייער גאנץ אנדערש ווי איך קוק עס אהן,
דו קוקסט אהן דעם דרייער, אז ער ווערט באשאפן מיט כוחות צו מצליח זיין, דאס איז דער דרייער, און איימאל ער קוקט זיך אליין אהן און ער אנערקענט אין זיך זיינע כוחות דעמאלטס הייבט זיך אהן דעיס אז ער וויל באשיצן זיינע כוחות.

מיין קוק אויפן דרייער איז אבער אנדערש, דער דרייער ווערט באשאפן מיט א געפיל אז נאר אויב מען איז מצליח האט מען עפעס אויפגעטון, דאס איז ער משרשו, יעצט וועסטו פרעגן וואס מיינט הצלחה? הצלחה מיינט אזוי ווי די גשמיותדיגע אויגן קוקן עס אהן, ווען איינער אינוועסטעט אין א זאך און ער איז ארויס מיט רוח, האט ער מצליח געווען, ווען איינער האט "דערגרייכט" און טאקע דוקא "דערגרייכט" דעמאלטס האט ער מצליח געווען, און נאר דאס מיינט הצלחה און זיינע אויגן, די נקודה פונעם דרייער איז אז דאס איז זיין גאנצע שטרעבן,
יעצט פרעג מיך נישט אז אלע טייפס זענען די זעלבע, אז דאס הייסט ביי זיי הצלחה, וועל איך דיר ענטפערן אז דעיס וואס אונז אלע ווילן מצליח זיין און דערגרייכן, דעיס קומט ווייל איינער האט דאס אונז אויסגעלערנט, דעיס איז נישט עפעס מיט וואס אונז זענען געבוירן געווארן, נעם א משל דער "זיבענער" ער ווערט געבוירן, וואס מאכט אים זאט? וואס איז די סוב קאנטשעס "כח המניע" וואס מאכט אים טון זאכן? דאס איז דער רצון צו וועלן שפירן די הנאה און תענוג אין יעדע זאך, אוודאי וועט ער אויך וועלן מצליח זיין, אבער דאס איז נאר ווייל מען האט אים אויסגעלערנט אז א מענטש מוז מצליח זיין, אבער דאס איז נישט "ער",

בקיצור, לאמיר צוריק גיין צום דרייער, וואס ער ווערט באשאפן מיט א בליק אז מען מוז מצליח זיין, און מצליח זיין מיינט "דערגרייכן", יעצט וויבאלד ער איז באשאפן מיט אזא סארט תכונת הנפש איז ער אויך באשאפן געווארן מיט די כוחות דעיס דורכצופירן, דעיס אז ער איז א מצליח איז נישט נאר א חלק פון זיינע כוחות דאס איז "ער", יעצט, ווען זיין איגאו הייבט אהן צו שפילן ווערט עס נישט עפעס אנדערש ווי זיין געבוירענע יסוד, ס'איז ס"ה הכל ווען ער דערזעט זיך אלס א געלונגענע מענטש נאכדעם וואס זיין נאטור האט אים דארט אהין געטראגן, ווערט און אים פארמירט דער ווילן עס ווייטער אנצוהאלטן, וויל ער האלט אז דאס איז די ריכטיגע וועג ער קוקט נישט מיט קיין ריינע בליק, ער זעט נאר זיין אייגענע תכונת הנפש, און ער האלט אז נאר אזוי האב איך עפעס אויף די וועלט,

קיינער ווערט נישט באשאפן אהן קיין תכונת הנפש, מען ווערט נישט באשאפן מיט בלויזע כוחות צו טון געוויסע זאכן, מען ווערט באשאפן מיט א כח וואס שטפט אים,

וואס זאל איך אבער טון אז דו האלטסט אז די מצומצמ'דיגע תכונת הנפש וואס אונז זעה מיר אויף מענטשן זענען ס"ה ארויגסעקומען געווארן נאך וואס זיי האבן זיך דערזען מיט געוויסע כוחות, וויאזוי איך פארשטיי עס אבער איז אז דער מענטש ווערט יא באשאפן מיט לאך וואס ער וויל אנפילן וואס דאס איז זיין "כוח המניע" און דעיס קען מען נישט אויסרייסן חוץ אויב מען ווערט א מלאך,
אפי' צדיקים האבן אייביג א געוויסע שניט וואס דעיס קומט פון זייער עצם יסוד אפי' זיי קענען אוועקגיין פון זייער יסוד ווען עס פעלט זיך אויס

און נישט נאר דאס, נאר אויסערליכע הצלחה מוז נישט דווקא מיינען אויסנעמען גוט, אויב איז דער דרייער נישט אזוי קראנק אבער ער איז אויך נישט עכט געזונט צו וויסן וואס עס מיינט ריכטיגע הצלחה וועט ער אויך וועלן האבן אויסערליכע הצלחה אפילו עס וועט נישט מיינען דוקא אויסצונעמען גוט, ווי צום ביישפיל, ער וועט וועלן ענדיגן א מסכת, און נאר אזוי וועט ער פילן אז ער האט עפעס אויף געטון אז נישט איז נישטא גארנישט, ווייל די לערנען אליין איז ביי אים גארנישט, נאר דעיס אז ער האט אנגעהויבן די מסכת און געארבעט און יא! ער האט עס געענדיגט! בראווא!!,
און איך רעד נישט דא דוקא פון איינער וואס טוט עס אויף צו געפעלן פאר אנדערע, איך רעד פון איינער וואס טוט עס פשוט ווייל ער וויל "דערגרייכן" ער וויל "סוקסעסירן" און נאר אזא זאך הייסט ביי אים סוקסעס,

פון וואו ווייסט ער אז דוקא ענדיגן א מסכת ערלויבט פאר א מענטש צו שפירן ווערד?.

ביי א דרייער הייסט נאר אזא סארט זאך הצלחה, כדלעיל.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח בקדקדו האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:יעדעמ'ס "איך" איז איין גרויסע באבל. און ס'ווערט אויס באבל, ווען ס'ווערט אויס "איך". ממש אזוי, אויס "איך". איך האב הנאה פון דיין סטעטמענט ווען איך שטעל עס אויף אלע טייפס. בכלליות. אבער בפרטיות, ביים זעקסער, זיין "איך" - באשטייט פון אנדערעמ'ס שטיצע איז א חלק פון מיין יכולת איבערצולעבן דא אויפן וועלט. סתם א זעקסער זאל זאגן צו זיך אליין, מיין גאנצע "איך" איז פאלש! איך האב פשוט נישט קיין "איך". סאו וואס זאל ער טון? אויפבויען א "איך"? אויפבויען א "איגו"? אויפבויען א 'עכטע' איך? א מענטש קען נישט האבן א "איך", און אויך זיין גענצליך "געזונט". נישטא אזא זאך. אדער האסטו א איגו, און ביסט באגרעניצט, אדער האסטו נישט קיין שום שפיר פון "איך". נאר א שפיר וואס קומט אריין יעדע מינוט פון די טיפענישן פון דאס ניי. אן וויסן פון פאראויס וואס דאס גייט זיין. און נישט האבן קיין איגו, מיינט שפלות הלב בלב שלם! זיין בטל צום אין סוף. אנדערש איז דאס איגו. און פארשטיי וואס איך מיין. האבן א 'עכטע' "איך", מיינט האבן א "עכטע" איגו. נישט האבן קיין "איך" מיינט, זיין מקושר צום עכטן מהות. אן באגרעניצונגען.

עס איז אבער אייביג דא עפעס א שטיקל 'איך' אויב נישט איז מען א מלאך, ראה להלן

'מהות' איז נישט "איך". "איך" מיינט אז דער מענטש האט גענומען חלקים פון זיך, און עס אוועקגעשטעלט, "דאס בין איך"! "מהות" מיינט אז דער מענטש האט נישט קיין שום אהנונג ווער ער איז, און וואס ער איז אז ס'זאל זיין אוועקגעשטעלט אלץ "דאס בין איך". ער ווייסט נאר וואס ער פילט אין די מינוט וואס ער פילט. אפשר ווייסט ער זיינע כוחות, אבער נישט די באגריף פון "איך" אוועקגעשטעלט און אראפגעשטעלט. צוצוקומען צו דעם נעמט יארן יארן עבודה, אויב ס'געלונגט. און די תכלית איז דביקות בה' מער און מער. כמובא ביושר דברי אמת.

בקיצור, איך וויל זאלסט פארשטיין, אז כדי א זעקסער זאל זיך אויסארבעטן, דארף ער טון בערך אזוי, (איך זאג לויט וויאזוי איך פארשטיי עס יעצט) יעדעס מאל וואס ער פילט אז ער דארף 'זיך' ראטעווען! ער פילט א אנגעצויגנקייט אין זיין קערפער, אז ער וויל מאכן זיכער, כדי צו זיין פארזיכערט. אבער ער טוט גארנישט, (איך רעד נישט פון נישט צומאכן די שלאס פון טיר ביינאכט, איך רעד פון א קלייניגקייט, ביטע פארשטיי וואס איך מיין) נאר ער פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן. און בפרט אז מ'לערנט זיך אויס צו מאכן התבודדות און אלעס רעדן צום אייבערשטן, און זיין מקושר צו איינעם וואס איז באמת שטארקער פון דיר, דאס איז אונזער ליבער טאטע אין הימל. און זיך אינגאנצן פארלאזן אויף אים. מיט דעם באקומט מען פרישע כוחות, און מ'טרעפט אלעס אין זיך. א בחינה פון ויפקח אלוקים את עיניה ותלך ותמלא את החמת מים. בטחון, מיינט נישט אז מ'איז גא-ט ב"ה אליין, אז מ'האט די כוחות צו מאכן זאכן זאלן זיין זיכער. בטחון מיינט, אז מאנערקענט אין באשעפער'ס ענדלאזער כח מיך צו העלפן אלעמאל און איבעראל.

בקיצור, לאמיר איבער גיין וואס דו זאגסט דא אין קורצן,
יעדער טייפ ווילאנג ס'איז דא דארט א "איך" ווילאנג ער פראקטיצירט זיין אייגענעם מהות אלס א "איך" "ווייל אזוי בין איך",

א דרייער ( לויט וויאזוי איך מיין) האט א כח צו פראקטיצירן זיין "איך" אויף א געוויסע אופן. דאס הייסט (אזוי קלער איך) ער מאכט אפ "איך בין אזא און אזא מענטש". דאס בין איך. איך פיל מיך נישט באקוועם מיט דעם סטעטמענט, "ער פראקטיצירט זיין אייגענעם מהות"! ווען איך זעה די ווערטער "פראקטיצירט". טראכט איך ביי מיר א מענטש וואס "פערפארעמט". אזוי ווי ביי א "פלעי"! ער שפילט א געוויסע ראלע! (וואס איז גוט משום אדם נפעל כפי פעולותיו) אבער איך רעד דא פון "ווילאנג ס'דא אין אים געוויסע פארשטייאונגען, און אננעמונגען, וואס דער מענטש טוט. דאס אז א מענטש באשליסט "איך בין דאס און דאס און איך גיי עס שפילן". דאס איז די דרייער טייפ!. ער שפילט א ראלע. איך וואלט געשריבן "ווילאנג ס'פראקטיצירט זיך פון אים אן אופן פון מעשים, מחשבה, דיבורים, תנועות, וואס זייער שאפונג איז געבוירן אין אים, נאר אלץ באשיצונג צו זיין 'איגו', צו זיין "איך". און נישט ווייל דאס איז זיין מהות. וואס זיי זענען צוויי זאכן.

"ווייל אזוי בין איך" קען אויך מיינען א מענטש וואס געט זיך א תירוץ פאר א אויפירונג נישט צו האבן קיין שולד געפילן. "אזוי בין איך". נישט דאס ברענגט ארויס וואס איך מיין.

איך מיין צוזאגן, אז א מענטש קען בשום אופן נישט אפלאזן פון איינמאל אויף אלעמאל זיין "איך". דאס פאדערט תמידיות'דיגע עבודה. נישטא אזא זאך ווי אפמאכן צו פראקטיצירן אן אייגענעם מהות אלץ א "איך". (חוץ א דרייער) א מענטש קען נישט פראקטיצירן א "מהות", ווייל די רגע ער ווייסט וואס ער פראקטיצירט, איז עס ארויסגעברענגט א "איך". א 'אייגנגעבוי'. אויב א מענטש פארמאגט נאר א מהות אן א "איך", וועלן אלע זיינע תנועות זיין, אלעס אבער נאר נישט צו ראטעווען א געוויסע "איך". "איך בין א מענטש וואס האט א ווערד"! איך בין א מענטש וואס איז און טוט אויפריכטיג, און איך וויל עס באשיצן! איך בין א מענטש וואס איז די און די געפיל און איך וויל עס באשיצן! איך בין איך ווילאנג איך עקספיריענס די וועלט און איך וויל עס באשיצן! אלע סארט אייגנאויפגעבויטע זאכן וואס מ'דארף דא באשיצן. עבדים היינו לאיגו! צו האלטן עס ביים חיות.

און איך פארשטיי אזוי! און דעיס וואס איך פיל דאס איז דער אמת,

וואס מיינט "דאס איז דער אמת!" דער אמת פון וואס? דער אמת אז ער פילט? נו, ער פילט עס טאקע! דער אמת אז ער איז צדיק, און א ישרן, ווייל ער פילט אזוי? ניין דאס איז אייגנאויפגעבויט!

(ווייל אזוי פיל איך, און דאס בין איך ווייל אזוי פיל איך דאך ממילא איז דאס א ראי' אז דאס בין איך, ניין?, און פאר דעם מוז איך פייטן), איז ער אפגעהאקט פונעם אמת,

ער איז אפגעהאקט פונעם אמת, ווייל ער האט באשלאסן א געוויסער אמת. און ער לאט נישט אריין אן אנדערן 'דיעה', אפצופרעגן דעם 'אמת'. למשל א פירער וואס ס'באשליסט זיך ביי אים, אז ער איז א געוויסע סארט 'געפיל'. און יענע סארט געפיל, קען נישט אפוואשן דישעס. ווייל דישעס, וואשן אוועק יענע סארט געפיל, און נאר יענע סארט געפיל איז 'ער', און אויב נישט דער געפיל, איז אויס מענטש!. סאו, ס'האט זיך אים באשלאסן אז ער קען נישט וואשן דישעס. דאס מיינט אפגעהאקט פונעם אמת. אזוי ווי דו זאגסט, אויב איך פארשטיי דיך גוט. ווייל דער אמת איז אז ער איז בכלל נישט דער סארט 'געפיל'. דער אמת איז אז ער איז נישט תלוי אין דעם סארט געפיל וואס ער האט באשלאסן אז דאס איז 'ער'. אז דאס איז זיין 'איך'.

למשל לאמיר זאגן דער איינזער אזוי ווי דו האסט געברענגט אפי' ער פייט פאר ריכטיגע זאכן אבער ווילאנג עס קומט מצד זיין "איך" איז עס נישט אמת

וואס זאל איך דיר זאגן, דאס איז מעשים בכל יום. און דער רביז"ל האט עס פארשטאנען. אז ס'דא מענטשן וואס זענען פארנומען מיט א געוויסע 'הלכה', אדער 'מוחה' זיין. אבער ס'קומט עפעס מצד 'גבהות הלב'. מצד 'גאווה'. וואס זאל איך דיר זאגן. געב א קוק קרח וואס האט געפירט מחלוקת. דער יושר דברי אמת ברענגט עס. ער ברענגט נאך מער, ער ברענגט אין זיין ספר 'דרך אמת', אז א מענטש קען נישט האבן קיין הילף פון באשעפער פאר מ'שטופט אוועק פון זיך 'אינגאנצן', דאס 'גבהות הלב'.
עס איז נישט עכט עס איז נאר די נעגעטיווע זייט פון זיין מהות ער דארף נעמען זיין גאנצע מהות און עס אויסארבעטן,

וואס זאל איך דיר זאגן. געב א קוק די חילוק צווישן אונז און די אלגעמיינע וועלט וואס ארבעטן אויפן איגו. זיי עפענען זיך אויף צו די שלוש קליפות הטמאות, אז זיי זאלן עקספיריענסן זייער גאנצער מרכבה הטמאה, און אז ס'זאל נישט ווערן געבלאקט דורך זייער 'איגו'. ביי אונז שייד מיר זיך אפ פון חלקים וואס האט זיך אריינגעכאפט אין אונז מחמת קליפת 'הנחש'. צו וואס זיי קומען צו, און צו וואס מיר קומען צו איז גאר אנדערש.

יא! לויט זיין מהות וואס ער איז באשאפן געווארן און עס ארויסברענגען דארט וואו עס דארף באמת גענוצט ווערן (עס איז אביסל ענליך צו וואס איך געשריבן עטליכע בלאט צוריק viewtopic.php?p=1483984#p1483984), איך האף איך האב גוט פארשטאנען דיין פוינט און דו ברענגסט עס ארויס זייער גוט באמת,און עס איז אפשר אמת.

איך פארשטיי, אז ווען א איינזער פייניגט א צווייטן, מיט פארשידענע זאכן. אדער ער איז אנגעצויגן, אדער ער האט ח"ו OCD. חלילה. פארשטיי איך, אז די ערשטע סטעפ דארף זיין, אוועקצושטופן דאס 'גבהות הלב'. ווייל דער 'גבהות' איז די שורש פורה ראש ולענה. נישט זאג עס אים. נאר מ'דארף עס אליין וויסן. ווען מ'רייסט אויס פון זיך דעם 'גבהות', פלוצלינג זעהט מען שוין נישט אזויפיל עוולות. און חטאים, און ווערים. וכו'. נישט ח"ו אז מ'דארף זיך נישט אפשיידן פונעם 'רע'. איך האב דעס נישט געזאגט. אבער מ'דארף קודם אוועקשטופן פון זיך דאס 'גבהות הלב'. אויב איך בין געווען א צעהיצטע בחור, וואס האט נישט געהאט קיין הכנעה אין ישיבה פאר קיינעם, דערקלערט זיך אלץ אן ערליכער, און איז מוחה אויף אלעם. איך רעד פון מיך. איך רעד פון די נקודה, אז מ'דארף אוועקשטופן פון זיך 'גבהות הלב'. נישט אז איך האלט ביי די מדריגה. אבער פרומקייטן פון OCD מיט אנדערע משוגעת'ן. דארף מען וויסן אז דאס קען קומען פון 'גאווה'. דאס איז נישט שייך מסביר צו זיין. מ'דארף פון זיך אוועקשטופן דאס 'גבהות הלב'.

[דו רעדסט אבער פון גאר א הויכע מדרגה וואס ווען מען קומט אהן אהין ווערן די טייפ'ס כמעט בטל, מען קען זיך אבער דינגען מיט דעם צו די ריכטיגע וועג איז אז מען רייסט אויס יעדע סארט זאך וואס בינדט צו דעם מענטש צו א געוויסע שניט פון אזוי בין איך, די שאלה איז צו א מענטש איז מחויב ממש אוועק צו גיין פון זיין געבוירענע נאטור און שניט און צו מען קען בכלל, און אפי' אויב ס'איז יא די ריכטיגע וועג איז עס גאר א הויעכע מדרגה]

ביי אונז הייליגע יודישע קינדער, מיר זענען אנדערש ווי אלגעמיין. געב א קוק. אין אלגעמיין, טראכט פון א גוי. יעצט טראכט ווי זיי ברענגן א מסילת ישרים אין חדר. אדער זיי הערן א דרשה, איך מיין טראכט! געב א קוק ווי ווייט מיר זענען אנדערש ווי די אלגעמיינע 'איגו'. וויפיל רייסט מען אויס פון א יונגעלע, און פון א מיידעלע, היפש אסאך איגו. מיט שלעכטס. מיר זענען בכלל נישט דומה לחמור. באמת! אין אונזער מח גייט אריין גאר אנדערע schemes, מיט mantel models, ווי דער אלגעמיינער גוי'עלע. איז אונזער 'איגו', איז סך נענטער מחמת די אלע זאכן, צום ריינערן 'מהות'. מיר דארפן דאס אפרישיעטן, און וויסן אז וואסערע 'איגו' רעדט מען שוין דא. אבער דאך לגבי דעם 'טוב' איז א מענטש די קליפות. כמובא בתניא.

דו שרייבסט "מ'קען זיך דינגען צו דאס איז די ריכטיגע וועג אז מ'רייסט אויס יעדע סארט זאך וואס בינדט צו דעם מענטש". לאמיר דיר זאגן. וויפיל דו גייסט אויסרייסן, גייט נאך זיין זייער זייער אסאך. אבער, ווייס, אז דאס האט א מהלך, וויאזוי מ'רייסט זיך ארויס פונעם איגו. סתם אנהייבן אויסרייסן. דאס מיינט נישט אויסגעריסן. דאס מיינט אז ער איז א בעל גאווה אז ער איז א עניו. ער קען נישט זיין א נארמאלער מענטש, פארוואס? ווייל אמער ער האט דאך נישט קיין איגו. זיין איגו איז = אז ער האט נישט קיין איגו. נע... ארויסגעגאנגען פונעם שקר, אריינצוגיין אין א שטיק שקר. דער יושר דברי אמת רעדט שוין דערפון. ארויסצוגיין פונעם איגו, דארף מען שטאטלעך, יעדע מאל מ'פילט אז די קערפער ווערט אפילו א פיצי אנגעצויגן, ערגעץ אין קערפער, איז א סימן אז די איגו וויל זיך באשיצן. און ווען מ'לאזט זיך נאך, מ'רילעקסט, פאלט אוועק נאך א שטיקל איגו, פארוואס? ווייל מ'לערנט זיך אויס, אז ס'געשעהט גארנישט אז מ'האט נישט דעם 'איגו'. בקיצור, דאס פאדערט עבודה. אזוי ווי דער יושר דברי אמת שרייבט, אז מ'איז אזוי איין שטיק מיטן גאווה, מיט'ן 'גבהות', אז מ'פילט עס נישט. צוביסלעך צוביסלעך, יארן יארן, תפילה ותחנונים. אפשר אולי האי, און אויך נישט ווייל אזוי קען איך שוין פילן ווערד, אמער איך בין נישט קיין בעל גאווה. חחחחח.

און אפי' אויב ס'איז יא די ריכטיגע וועג איז עס גאר א הויעכע מדרגה

פון דיינע ווערטער קוקט אויס, אז דו כאפסט נישט וויאזוי מ'קריכט ארויס פון דעם 'איגו', א הויעכע מדריגה איז ווען איינער שטייט אונטן פון א פופציג פיסיגע לייטער, און ער וויל אנקומען דארט אויבן. דאס מיינט א הויעכע מדריגה. דארט אויבן? זייער א הויעכע מדריגה. אבער נישט אזוי טראכט מען ווען מ'וויל ארויסקריכן פונעם 'גבהות הלב'. ווען מ'וויל ארויסקריכן, גייט מען יעדע מאל א פיצי. אזוי ווי ווען א מענטש איז אויף א גאר הויעכע לייטער. און ער גייט אראפ אביסל, און נאך אביסל, און ער קוקט צוריק "אזוי הויעך בין איך געווען"? "איך האב גארנישט געפילט אז איך בין הויעך"? די זעלבע זאך, ווען א מענטש פירט זיך אויף מיט 'הכנעה' און מיט 'שפלות' אדער מיט 'בטחון' - ביים זעקסער, אדער מיט נישט עסן דעם גאנצן אייזקרים ביים זיבענער. דארף עפעס געשעהן אין זיין 'הכרה', אין זיין 'פסיכיק'. ס'דארף געשעהן אז ער זאל איינזעהן, "געב א קוק איך האב קיינמאל נישט געוואלט ארויסטראגן די גאביטש, ווייל ס'פאסט מיך נישט, און געב א קוק, ס'גארנישט געשעהן, איך בין געבליבן לעבן. איך האב געמיינט איך גיי שטארבן אויב איך טו עס" סאו, זיינע דיפענסעס ווערן שוואכער. די CPU גייט אראפ. ווייל מ'האט אויסגעלאשן א פראגרעם וואס דארף בכלל נישט ארבעטן. נישט סתם מ'פירט זיך אויף מיט הכנעה, נאר מ'לערנט זיך עפעס דערפון. "געב א קוק ס'געשעהט גארנישט, אויב איך גיי נאך געלט"! איך האב געמיינט אז איך גיי ממש פארלירן מיין קרוין!"

לאמיר נאר צוקומען צו וואס דו האסט געשריבן וועגן דעם זעקסער, אז זיין עצם "איך" איז אז ער איז אנגעלאנט אויף אנדערע מענטשנ'ס קאנפידענץ און אזוי איז ער פון די ערשטע מינוט,
שטימט עפעס נישט, ווייל אויב איז ער אנגעלאנט אויף אנדערע האט ער נישט קיין עכטע "איך",

ס'איז נישטא אזא זאך ווי א "עכטע" איך. ס'באמת נישטא! ס'סתם א אייגנאויפגעבויטע לופטיגע זאך. אן קיין הארטע מציאות. וואס שאפט זיך אינעם קינדס מח, און דאס איז וואס מיר רופן 'אנכיות'! דאס וואס מ'זאגט אין טערעפי, אז מענטשן קענען טרעפן זייער "איך", דאס מיינט, מענטשן טרעפן זייערע עכטע 'געפילן'. וואס 'וויל איך עכט'! ווער פון די טייפס האט דען א "עכטע" איך. איך פרוביר צו כאפן דיין קאפ. דו טראכסט לכאורה, אז ס'דא אזא זאך ווי א "עכטע איך". און דער זעקסער משום מה פילט עס נישט. אה, איך מיין איך ווייס וואס דו זאגסט. איך מיין אז ס'איז די זעלבע זאך וואס איך רוף, "דער זעקסער טרעפט נישט משום מה, זיינע אינערליכע כוחות", און דאס רופסטו "עכט", ווייל "עכט" קען א זעקסער אליין! נישט אליין, קיינער קען נישט אליין. אבער "עכט" קען א מענטש אליין. (הגם איך וויל מיך דינגען מיט דעם, און הער פארוואס, זייער אינטערעסאנט. איך האב אמאל געטראכט, אז דער זעקסער האט באמת נישט די כוחות אליין צו באשליסן זאכן. זיין פסיכיק ערלויבט עס נישט. ווייל ער נעמט אינפארמאציע און ער נוצט אינפארמאציע, דוקא אויף גאר אן אנדערע וועג וויאזוי אנדערע טייפס טוען עס. סאו, ער קען באמת נישט. נישט ריכטיג וואס איך זאג, איך זאג סתם אזא...)

איי וועסטו זאגן אז די עכטע מהות פון א מענטש איז ער האט נישט קיין עכטע "איך"

די עכטע מהות פון א מענטש מוז נישט שאפן א "איך", "איך" איז נאר א רוחניות'דיגע צאמשטעל אינעם מענטשנ'ס פארשטייאונג סיסטעם. אז דאס איז דער "איך" מיינער, און ער וויל דאס באשיצן, ווייל ס'דאכט זיך אים, אז ס'איז דבר שחיותו תלוי בו. והא ראי', געב א קוק א קליין בעיבי, אויב מיר זאלן באווייזן אויף עפעס אן אופן אז ער זאל קיינמאל נישט דארפן באשיצן זיין "איך". בעסער געזאגט, ער זאל קיינמאל נישט דארפן פילן אז ער האט א "איך", וואס ער דארף באשיצן. וואלט ער אויפגעוואקסן אן א איגו. נאר מעגליך אין קאפ צו טראכטן.

דו רעדסט דאך אבער פון די "איך" וואס מען זעט נאך פאר מען ארבעט זיך אויס,

איך רעד פון די "איך" וואס שאפט זיך אינעם 'געפיל' פון א מענטש, וואס ער וויל באשיצן אט דעם "איך", אז ס'זאל ווייטער עקזיסטירן. דאס געשעהט ביי יעדעם, אפילו ביי געזונטע מענטשן. וועגן דער 'איגו' טוט א מענטש אסאך זאכן, א איינזער זעהט צו בלייבן אויפריכטיג. א צווייער האלט קאפ (הארץ) צו בלייבן א גוטער. א דרייער מאכט זיכער צו זיין די בעסטע. א פירער מאכט זיכער צו האבן 'געפילן', און שפעטער ווערט ער זייער מקושר צום נפש, אלעס אדאנק דעם 'איגו'. א פינעווער מאכט זיכער צו טראכטן טיפער. און ער שאפט קוואנטום פיזיקס. א זעקסער מאכט זיכער צו זיין געטריי, און אדאנק דעם זעקסערישן איגו, צעפאלט נישט די וועלט. א דאנק דעם זיבענער'ס איגו, זענען דא פאזיטיוו מענטשן, וואס נישט קיין חילוק מאכן זיי פרייליך. א דאנק דעם אכטערישן איגו ווערט געבויט זאכן אויף די וועלט, א דאנק דעם ניינערישן איגו, איז דא שלום אויף די וועלט. די איגו איז א ברכה. געב א קוק וואס מ'זאגט נאך פונעם בעל שם טוב הקדוש, אז דער 'איגו' איז לטהר טמאים. הגם שפעטער איז עס לטמא טהורים. קוק עס נאך אין יושר דברי אמת פון שטיקל כו.

וואס דעמאלטס האט מען נאך יא א "איך", איז די שאלה וואס פאר א איך ער האט, ווען ער קוקט זיך אן וואס זעט ער?!

דעם זעקסער "איך" איז מער פונדעמענטאל. ס'איז מער ווי א "איך" ווי א שטייגער דער 'פירער', וואס זיין גאנצע איך איז ווייסעכמיין? וואלסט געזאגט פאר א 'פירער' לאז שוין אפ דיין זוך פאר א "איך", מ'קען מיינען. דער זעקסער אבער, זיין באשיצונג, איז פאר א מער פונדעמענטאלע זאך. מער א פונדעמענטאלער "איך". ער האט נישט אזוי ווייט א "איך", ווי דאס אז ער פילט אז ער געט זיך אן עצה נאר א דאנק די שטיצע ארום. און דאס איז זיין זאך אויף וואס ער שלאגט זיך. די אניאגראם דארף פארענטפערן די קשיא, "אויף וואס שלאגט זיך דער מענטש". ביים פירער איז עס = ער שלאגט זיך צו טרעפן און אנהאלטן זיין איך אין זיינע געפילן. ביים איינזער איז עס, ער שלאגט זיך צו פילן אז ער איז אויפריכטיג. ביים זעקסער איז עס, ער שלאגט זיך פאר זיין "לעבן", פאר זיין עצם עקזיסטענץ. זיינע פראבלעמען, זיינע שוועריגקייטן קומען נישט ווייל ער שלאגט זיך פאר א "איך", ס'קומט מער ווייל ער מיינט אז נאר אזוי קען מען איבערלעבן. סורווייווען. ער וויל ווייטער האבן די שטיצע פון אנדערע צו קענען אנהאלטן זיין שפיר פון "איך בין סעקיור אויף די וועלט" דער איך.

די שאלה וואס פאר א איך ער האט, ווען ער קוקט זיך אן וואס זעט ער?!

ער שפירט א "איך" וואס קען נאר איבערלעבן א דאנק געטריישאפט און שטיצע פון ארומיגע. דאס איז אויך א "איך". אנדערע טייפס, דארפן נישט אנקומען צו דעם "איך", ביי זיי איז די איבערלעבונג אויף אן אנדערן אופן. אנדערע טייפס פילן נישט קיין סכנה, אויב מ'האט נישט שטיצע! דער דרייער פילט נישט ווי ס'דא א פראבלעם איבערצולעבן אן שטיצע. ער פילט נישט ווי ער דארף עפעס באשיצן. דער זעקסער פילט יא. דער זעקסער האט נישט אזוי ווי קיין צייט, און קיין געלעגנהייט צו האבן דעם דריי'ערישן איגו, ער שלאגט זיך פאר סך וויכטיגער. קודם לאמיר איבערלעבן. דער פירער איז פשוט נישט אינטערעסירט אינעם דרייערס הצלחה. אים איז גענוג זיך צו טרעפן.

פארשטיי איך אז ער זעט גארנישט, ער זעט א צוזאם לויפעניש פון עטליכע מענטשן אויף וועם ער לאנט זיך אהן, דאס אלעס!

נא. נישט א צאמלויפעניש. א ענערגישער רינג, וואס כאפט אים אן, אים מיט די אנדערע. אזא פאזיטיוו רינג. אזא געשמאקע קאנעקשאן. אזא צאמארבעט. זייער געשמאק. נאך פונקט אזוי געשמאק ווי דער ניינער אין דעם שטאפל.

און דאס מיינט אז ער דערזעט זיין "נישט איך",

ער דערזעהט עס אויף אזא אופן, "איך משה זרח תנחומאוויטש בן יענטא, איז א חלק פון א סיסטעם. וואו יעדער ארבעט געטריי. ער האט נישט קיין "אראפגעקלאפטקייט". ער זעהט זיך אויף זייער א שיינעם הערליכן אננעם. "איך זרח יוסף בן גימפל" האט די זכי' צו זיין א חלק פון די סיסטעם, ווי צוזאמען וועלן מיר סורווייווען.
און דאס איז וואס ער וויל פראטעקטן די גאנצע צייט דעי פילינג פון יו! איך בין אראפ פון די מאפע! איך פאל אראפ!,

ניין. אויסדרוקליך נישט. ער פילט 'נישט' ווי ער פאלט אראפ. איך רעד דא פון א 'געזונטע' זעקסער. ער פילט נישט ווי ער פאלט אראפ. ער פילט ווי ער האט ב"ה, ער פילט זיך גראונדעד. ער פילט נישט וואס דו זאגסט. פון וואו נעמסטו אז א געזונטער זעקסער פילט דעס. פארקערט, ער פילט זייער סעקיור. זייער געשמאק. ער פילט אויפן פלאץ.

און זיין וועג צו ווערן געזונט

ס'איז נישט קיין קראנקע זאך צו זיין א 'געזונטע' זעקסער! אז ער איז געזונט איז ער דאך געזונט. יא, כדי נישט אראפצוגיין די שטאפלן, דארף ער טון וואס אלע טייפס דארפן טון, פרובירן צו גיין העכער. יעדע מענטש, איז אדער א הולך, אדער אראפ, אדער ארויף. איז א זעקסער, ס'איז אלעס גוט מיט אים! און ס'איז אלעס גוט מיט אלע טייפס. נאר מ'דארף ארבעטן פשוט, כדי נישט צו ווערן ערגער. איך רעד דא פון די געזונטע שטאפלן, פון יעדע טייפ.

איז נישט אז ער זאל באקומען א אמת'ע איך ווייל ער האט עס נישט, נאר וואס דען? ער דארף וויסן אז מען דארף נישט האבן קיין איך

קודם, ס'געשעהט גארנישט אז מ'איז א זעקסער, אזוי ווי ס'געשעהט גארנישט אז מ'איז א פירער. ער דארף גארנישט טרעפן. ער דארף פשוט פרובירן טרעפן אין זיך, זיין אייגענע קוואל פון שטארקייט. און דאס קומט דורכ'ן רעדן צום באשעפער. און זיך פארלאזן אויף אים. איך גלייב נישט אז ס'איז לרצון פארן בורא כל עולמים, אז מענטש זאל זיך פארלאזן אויף זיינע אינערליכע שטארקייט. ס'שטייט אל תבטחו בנדיבים בבן אדם שאין לו תשועה. נאר איך האב שוין געשריבן אויבן א גאנצע הסבר.

[דעיס איז אביסל דיין נקודה וואס דו ברענגסט ארויס, פאר א זעקסער איז שייך אביסל דיין פוינט] איך קען מיך בייגן צו "וואו עס פעלט אויס" צו טון "וואס עס פעלט" אויס "ווען עס פעלט אויס"

איך האף אז מיינע ווערטער זענען פארשטענדליך
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 12:10 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בקיצור, דו קוקסט אהן דעם דרייער גאנץ אנדערש ווי איך קוק עס אהן,
דו קוקסט אהן דעם דרייער, אז ער ווערט באשאפן מיט כוחות צו מצליח זיין, דאס איז דער דרייער, און איימאל ער קוקט זיך אליין אהן און ער אנערקענט אין זיך זיינע כוחות דעמאלטס הייבט זיך אהן דעיס אז ער וויל באשיצן זיינע כוחות.

מיין קוק אויפן דרייער איז אבער אנדערש, דער דרייער ווערט באשאפן מיט א געפיל אז נאר אויב מען איז מצליח האט מען עפעס אויפגעטון, דאס איז ער משרשו,

ס'לייגט זיך נישט אויף מיין שכל וואס דו זאגסט. ווייל לאמיר נעמען א קינד וואס שפילט א געים, דארט איז שייך הצלחה. איז וועסטו זאגן אז א דרייער האט אין זיך א געפיל, אז נאר אויב ער געווינט דעם געים האט מען עפעס אויפגעטון. ווייל ער וויל געווינען, און נאר אויב ער האט הצלחה האט ער אויפגעטון. הגם יעדע מענטש וויל מצליח זיין, יעדעס קינד וויל מצליח זיין. אבער דו זאגסט, אז דער דרייער, אן אויפטון איז עס גארנישט ווערד. הייסט עס נישט געטון. ער וויל זייער שטארק מצליח זיין אז ס'זאל געשעהן דאס וואס 'ער' האט געוואלט. איז דאך דאס דער 'אכטערישער' איגו. אז ס'זאל געשעהן דאס וואס ער האט געוואלט! אז איך זאל מצליח זיין וואס איך וויל, איז עס סתם אויספירן מיין רצון! סאו דו זאגסט אז א דרייער וויל אויספירן דאס וואס ער האט געוואלט ווען ער האט געוואלט. איז דאך דאס דער 'אכטער'.

יעצט וועסטו פרעגן וואס מיינט הצלחה? הצלחה מיינט אזוי ווי די גשמיותדיגע אויגן קוקן עס אהן, ווען איינער אינוועסטעט אין א זאך און ער איז ארויס מיט רוח, האט ער מצליח געווען, ווען איינער האט "דערגרייכט" און טאקע דוקא "דערגרייכט" דעמאלטס האט ער מצליח געווען, און נאר דאס מיינט הצלחה און זיינע אויגן, די נקודה פונעם דרייער איז אז דאס איז זיין גאנצע שטרעבן,

לאמיר זאגן א קינד, אינוועסט צו באקומען טיקעטס, ער זאגט תהלים הויעך, ווייל ער וויל די טיקעטס, סאו ער אינוועסט מיט זיין כח פון תהלים זאגן, אין באקומען ריוח פון א פרייז. מוז ער מצליח זיין, אז ס'זאל געשעהן אזוי ווי ער האט געוואלט. ער זאל באקומען וואס ער האט געוואלט. דאס מיינט הצלחה. נו? אויב אזוי? וואס איז עס אנדערש ווי א אכטער? מיר ווייסן אז א אכטער איז דער וואס וויל אז ס'זאל אלעס גיין אזוי ווי ער וויל! דאס איז א אכטער, וואס איז דער דרייער?

יעצט פרעג מיך נישט אז אלע טייפס זענען די זעלבע, אז דאס הייסט ביי זיי הצלחה, וועל איך דיר ענטפערן אז דעיס וואס אונז אלע ווילן מצליח זיין און דערגרייכן, דעיס קומט ווייל איינער האט דאס אונז אויסגעלערנט, דעיס איז נישט עפעס מיט וואס אונז זענען געבוירן געווארן, נעם א משל דער "זיבענער" ער ווערט געבוירן, וואס מאכט אים זאט? וואס איז די סוב קאנטשעס "כח המניע" וואס מאכט אים טון זאכן? דאס איז דער רצון צו וועלן שפירן די הנאה און תענוג אין יעדע זאך, אוודאי וועט ער אויך וועלן מצליח זיין, אבער דאס איז נאר ווייל מען האט אים אויסגעלערנט אז א מענטש מוז מצליח זיין, אבער דאס איז נישט "ער",

בקיצור, לאמיר צוריק גיין צום דרייער, וואס ער ווערט באשאפן מיט א בליק אז מען מוז מצליח זיין, און מצליח זיין מיינט "דערגרייכן",

איך האב דיך שוין געזאגט אז דעס איז דער אכטער. נישט דער דרייער.
יעצט וויבאלד ער איז באשאפן מיט אזא סארט תכונת הנפש איז ער אויך באשאפן געווארן מיט די כוחות דעיס דורכצופירן, דעיס אז ער איז א מצליח איז נישט נאר א חלק פון זיינע כוחות דאס איז "ער", יעצט, ווען זיין איגאו הייבט אהן צו שפילן ווערט עס נישט עפעס אנדערש ווי זיין געבוירענע יסוד, ס'איז ס"ה הכל ווען ער דערזעט זיך אלס א געלונגענע מענטש נאכדעם וואס זיין נאטור האט אים דארט אהין געטראגן, ווערט און אים פארמירט דער ווילן עס ווייטער אנצוהאלטן, וויל ער האלט אז דאס איז די ריכטיגע וועג ער קוקט נישט מיט קיין ריינע בליק, ער זעט נאר זיין אייגענע תכונת הנפש, און ער האלט אז נאר אזוי האב איך עפעס אויף די וועלט,

קיינער ווערט נישט באשאפן אהן קיין תכונת הנפש, מען ווערט נישט באשאפן מיט בלויזע כוחות צו טון געוויסע זאכן, מען ווערט באשאפן מיט א כח וואס שטפט אים,

איך וואלט געזאגט מ'ווערט באשאפן מיט א כח וואס זאל אויסקלויבן אין לעבן, צו אויסוועלן צו וואו זיך צו שטופן.
וואס זאל איך אבער טון אז דו האלטסט אז די מצומצמ'דיגע תכונת הנפש וואס אונז זעה מיר אויף מענטשן זענען ס"ה ארויגסעקומען געווארן נאך וואס זיי האבן זיך דערזען מיט געוויסע כוחות,

און די כוחות קומט פון באשעפער. די כוחות וואס דער דרייער האט צו קענען טון וואס זיינע מחנכים ווילן, דאס קומט פון באשעפער.
וויאזוי איך פארשטיי עס אבער איז אז דער מענטש ווערט יא באשאפן מיט א לאך וואס ער וויל אנפילן
וואס דאס איז זיין "כוח המניע" און דעיס קען מען נישט אויסרייסן חוץ אויב מען ווערט א מלאך,

א מענטש ווערט באשאפן מיט כוחות, וואס די כוחות רעדן אים איין צו האבן א לאך אנצופילן. רבות מחשבות בלב איש ועצת ה' היא תקום. דער הייליגער באשעפער העלפט דעם דרייער צו מצליח זיין. כדי ער זאל מצליח זיין.
אפי' צדיקים האבן אייביג א געוויסע שניט וואס דעיס קומט פון זייער עצם יסוד אפי' זיי קענען אוועקגיין פון זייער יסוד ווען עס פעלט זיך אויס

בקיצור, איך וויל זאלסט מיר זאגן, וואו איך בין פארקראכן פון דרך התורה. און אויב יא וועל איך תשובה טון. והשם יקבל אותי בתשובה שלימה. איך וויל דיר זאגן אז דיין דרייער איז דער אכטער.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי נשמה ווערט נישט מיעד פון שרייבן דא,

וויפיל צייט קען א מענטש ספענדען יעדן טאג נאכאמאל רעדן פון די זעלבע נושא שעות על גבי שעות?
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

דרך אגב, בין איך אביסל קלאר געווארן לעצטענס אינעם דרייער. ארבעטנדיג האנט ביי האנט מיט א דריי האב איך אנגעהויבן אמת׳דיג מכיר זיין פון דער נאנט דער נאטור, אויך, ספעציעל וויאזוי מען קומט זיך אויס מיט זיי.

איז לאמיך אביסל מיטטיילן מיין ערפארונג. איך וועל ערשט אנהויבן מיט דעם סעמי-אומגעזונטען דריי, פשוט ווייל דער פון וועמען איך רעד איז דאס, דערנאך וועל איך אביסל מער אויברייטערן.

דער דריי האט א אויסטערלישע דריוו מצליח צו זיין. ער האט אויך א שרעקעדיגע געברויך פאר הערצה. ער איז אדיקטעד צו זיין אימעדזש.

דער דרייוו מצליח צו זיין שטופט אים ארויף אויפן לייטער זייער הויך, אבער ס׳איז איראניש אז אפטמאל וועט דער לייטער ווערן דער מטרה... דער מיטגאטיגער דרייער ליידט שטארק פון עגא, און וועט ווי ווערן אבסעסירט ארום עס.

עגא פון א מענטש קומט אלס א מאלא-אדאפטיוו רעאקציע צו א מענטשענס אוטענטישער ריינער ׳זיך׳. דאס הייסט, דער אנכיות פון א מענטש, דאס זיין סעלפיש, דאס ליידן פון נארצעסיזם, דאס זיין אקופירט מיטן אימעדזש, דער חיצוניות׳דיגע אויס זעהן, קומט פון דער עגא.

כאטש וואס יעדע טייפ קען האבן אן עגא, אויב זענען זיי נישט געזונט, ליידט דער דריי זייער שטארק דערפון. דאס מאכט אין וועלן צו כאפן די ספאטלייט ביי יעדע מעגליכקייט, צו רעדן פון ׳זיין׳ סוקסעס, און צו פאקסירן אין שמועס ׳בלויז׳ פון אים.

א אומגעזונטען דריי קען זיין אביוסיוו, און זיך אויפפירן זייער אומסענסעטיוו. דאס קומט פון דעם בליינד ספאט וואס ער האט אין זיין נפש דאס הייסט ער זעט נישט קיינעם אנדערש, ער שפירט נישט קיינעם אנדערש, און ער עס כל כולו פארנומען מיט זיך. ער וועט שפירן זייער באדראעט אויב דו האסט סיי וועלכע טאלאנטן מער ווי אים, און אנשטאט דיר צו לאזן ארויסגעבן דיין ג-ט געשענקטע כשרון, וועט ער דאס פרובירן צו דערשטיקן, אויס מורא אז דו וועסט אים איבערשטייגן. ער וועט נישט הערן וואס דו האסט צוצולייגן צו א זאך, און דאס אוועקמאכן גלייך. בכלל, וועט ער אוועקמאכן סייוועלכע ׳נעבעך׳ וואס קומט נישט צו צו זיין לעוועל אוו סוקסעס.

יעצט אזוי, אויבנאויף ווען מען ליינט איבער אזא סארט מענטש, מען הערט וועגן אים אדער מען זעט אים, באקומט גלייך א געפיל פון איבל; וויאזוי קען א מענטש זיין אזוי שלעכט? אבער דער אמת איז אז ער איז בכלל נישט קיין שלעכטע מענטש, וואס דען? א געפערליכע רחמנות! א מענטש וואס זוכט און דורשט און פארשט פאר סעקיוריטי!

פאר סיי וועלכע סיבה האט ער דאס נישט באקומען אלס קינד, איז ער געבליבן דערמיט פון דעמאלטס. א פשוטע משל. א קליין קינד שפילט מיט א לעגא אבער דאן זעט ער זיין ברודער האט א קארעלע וועט ער פלוצלונג דארפן דער קארעלע. א קליין קינד געווענליך, בעז ווילאנג מען לערנט אים נשיט אויס, וועט נישט ליב האבן צו מיטטיילן (share) ווייל דער קינד פארמאגט נאר דעם איגאו, ווען מען ווערט עלטער לערנט מען זיך אויס צו שערן ספעיס מיט אנדערע, מען לערנט ז'יל אויס צו פארגינען, צו לאזן יענעם רעדן, צו זען אנדערע מענטשן אויף די וועלט. דאס איז אלעס גוט ביז עס קומט צו א דריי וועלכע האט פארסייועלכע סיבה נישט באקומען קיין געזונטע חינוך, אדער האט מען אים צוקלאפט און דעריבער איז ער געווארן זייער עגאאיסטיש, וויבאלד ער האט קיינמאל נישט דעוואלאפט קיין נארמאלע זיך, אדער האט ער קיינמאל באקומען א סעקיוריטי אז ער איז גוט און דעריבער וועט ער זיך באגיין מיט זיין עגא כאילו דאס איז זיין עכטע זיך, ווייל זיין עגא שטעלט דאך אים צו א פאלשע זיך, א (כאילו) שטארקע זיך.

א דרייער ווען ער ווערט געזונט בלייבט ער דער זעלבער שואף דער זעלבע דערגרייכער, אבער אן די קראנקהייטן, ער וועט פארגינען א צווייטן סוקסעס אדרבה ווייל ווער נאך ווי ער פארשטייט וואס סוקסעס מיינט, ער קען דינען אלס א מוראדיגע מאטיוועיטער, אנצינדינדיג זיינע ארומיגע צו שטרעבן.

ווען דער דרייער פארשטייט אז זיין סוקסעס מיינט נישט 'אים׳ נאר ער איז א חלק אלוקי ממעל ממש, דעמאלטס ווערט ער געזונט. ווען ער פארשטייט אז עס נישט יעדער איז אויסגעשטעלט צו מצליח זיין אויף אזא פארנעם, און ווען ער קען נאך א געזונטע סוקסעס באמת הנאה האבן און דאנקן דעם אויבירשטען אויף זיין הצלחה דאן איז ער געזונט.

דאס זענען טייל פון מיינע איבערלעבענישן בחצרות ה׳דרייער׳, איך וועל באלד שיקן א פאר טעכניקן מיט וואס איך באגיי מיך מיט אים, און דאס העלפט מיין געזונט און אויך זיין געזונט.
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מצב כללי האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי נשמה ווערט נישט מיעד פון שרייבן דא,

וויפיל צייט קען א מענטש ספענדען יעדן טאג נאכאמאל רעדן פון די זעלבע נושא שעות על גבי שעות?

ביסט גערעכט. איך דארף אויך געדענקען, אז פון 'שרייבן' וועגן דעם אניאגראם און טראכטן וועגן דעם, ווערט מען נאכנישט בעסער, מ'דארף 'טון'! עקשעלי טון צום זאך. והשם הטוב יעזור. אסאך מאל שפיר איך אז ס'איז א תועלת צו ענטפערן און קלאר מאכן וועגן דעם אניאגראם. די אניאגראם קען זיין א טול צו העלפן ארויסקריכן פון שוועריגקייטן וואס מענטשן האבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”