איך ווייס נישט ווי צו פלאצירן מיין שאלה, שטעל איך עס ארויף דא, ווייל אין דעם אשכול דרייען זיך דאך די (מכלומפרש'טע..) מבינים אין תורת הנפש, איז אפשר וועט איינער קענען אנטשיידען מיין וואונדער.
איז אזוי. ווען איך בין געווען א קינד, בחור, און אפילו א יונגער יונגערמאן, פלעג איך ווערען גאר שטארק איבערגענומען ביים ליינען שרעקעדיגע נאוועלס, מיין הארץ האט געקלאפט שטערקער בשעת'ן ליינען, און ס'איז מיר געווען גאר גאר שווער זיך אפצושטעלען אינמיטן ליינען, און איך האב גאר שטארק אויסגעווארט די המשך פון די נאוועל - ווען איך האב עס געליינט אלס פארזעצונג מעשה, און נאכן ליינען פלעג איך טראכטען פון די נאוועל און אירע פרטים א לאנגע צייט שפעטער, אין אנדערע ווערטער די נאוועל האט ממש איבערגענומען מיין מח, און דאן איז געווען עטליכע יאר וואס איך האב נישט געליינט קיין נאוועל'ס, ביז עטליכע חודשים צוריק האב איך געקויפט א בוך וואס איז געווען אויף סעיל, און דאן האב איך שוין נישט געשפירט ווי ס'נעמט מיר איבער ווי אין די עבר, אבער איך האב נאכאלץ געשפירט א שטארקע קאנעקשען צום מעשה, און געשפירט אביסל ווי כאילו איך בין דארט אא"וו, און דאן האב איך ווייטער נישט געליינט קיין נאוועלס פאר עטליכע חודשים, ביז די לעצטע חוה"מ האב איך זיך אראפגעזעצט ליינען די צוויי נאוועל'ס וואס ווערען יעצט פובליצירט אויף אייוועלט
א דאפעלטע רעטונג און
דער בוכארער זעלנער, און איך האב געזעהן אז מיין גאנצע אמאליגע אינטרעסע אין שרעקעדיגע נאוועל'ס איז פארשווינדען געווארען ווי אין וואסער אריין, און איך שפיר נישט די מינדעסטע קאנעקשען צום מעשה און/אדער שרעק בשעת'ן ליינען שרעקעדיגע חלקים פון די מעשה און/אדער ערווארטונג פאר די המשך פון די מעשיות אא"וו, נאר ווי כאילו איך ליין א רעצעפט צו באקען קוכען, און ס'קומט נישט צוליב די אומפראפעסיאנאליזעם פון די צוויי אויבענדערמאנטע נאוועל'ס, אזויווי איר קענט זיך אליינס איבערצייגען דורכען ליינען די נאוועלס און דורכען זעהן די קאמענטס וואס די אנדערע ליינער לאזען איבער.
בין איך פשוט נייגעריג פון וואס קען קומען דער ערשיינונג.