'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג נובעמבער 18, 2018 9:02 pm

לב אחד האט געשריבן:איז אזוי. קודם @מחשב דו ביסט דאך אויך פארקנאקט אין די טענה׳ריי... אפשר ביסטו דער וואס האלט אן און וויל זיך נישט בייגן. (העסטו מיר פארגעבן אויב איך בין צו דירעקט).


:smile: יא, איך האב געטראכט פון די פאסעביליטי אויך, ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט אז איך האב געדארפט ווארטן ביז דיר אז איינער זאל מיר דאס זאגן.

עס איז נישט איבער זיך יא לאזן בייגן אדער נישט, בייגן פאר וואס?! פאר א נאנסענס? (עכ"פ אין מיינע אויגן), די זאך איז, אז מ'דינגט זיך נישט אין קיין 'לאגיק', עס איז מער אזא "טענו בחטים והודו לזכר קדשו" סיטואציע, ווי אלעס גייט איבער נאכאמאל אין נאכאמאל אן קיין פארשריט.

אני הקטן בין טאקע א מענטש מיט זייער 'שטארקע' מיינונגן, איך האלט מיר שטארק ביי די מיינונגן וואס איך האלט פאר ריכטיג, אבער איך וועל רעזיגנירן אין די סעקונדע ווואס איך זעה אז יענער איז גערעכט, איך וועל קיינמאל נישט אנהאלטן א מיינונג נאכן ווערן איבערגעצייגט אז איך בין נישט גערעכט, עפי"ר האב איך אויך הנאה צו זיין ביים אמת מער ווי איך וויל געווינען (חוץ ווען מ'טענה'ט זיך אויף א פערזענליכע זאך, שטייצעך).

סאו דו דארפסט דא טראכטן פון עמיצער וואס רעדט מיט געפיל, פון געפיל, פאר געפיל. אדער, א 5 וואס הגם ער איז לאגיש וועט ער זיך טענה׳ן מיט אן אונטערליגענדען געפיל פון אומזיכערקייט. גראדע פון דיין דיסקריבציע קוקט אויס ווי ער רעדט מיט הנחות קדומות, ״ווייל״ ״וועגן״ וואס דאס איז גאנץ א פינעווערישע מהלך המחשבה, הגם ס׳קען לכאורה געשען ביי אלע.


די "ווייל" "וועגן" מיין איך די קינדערישע סארט, "ווייל אזוי וויל איך...". עס איז 'הנחות קדומות' בעיסד אויף זיין 'ווילן' נישט אויף זיין 'פארשטאנד'.

איך וואלט לכאורה געזאגט אז יענער איז אדער א פיר, אדער א זעקס, אדער א זיבן (וואס איז אין די מוד צו אנדרייען כאאס און איז גרייט צו רעדן פאר פייער און פאר וואסער).


ממש פריער האב איך געטראכט אז אפשר איז עס "דריי", וועם עס שטערט נישט זיך צו פאפן, און עס פאסט אים נישט אויפצוגעבן. אויף א 'זיבענער' וועסטו זעהן זיך אונטערשמייכלען פון זיין גוטע פאן, און דו וועסט זעהן אז ער אליינס האלט נישט פון וואס ער זאגט, ער טוט עס נאר פאר די עקשאן. א 'פירער' קעך זיך אויך 'בטעות' פאפן ווייל ער גייט מיט 'געפיל' אבער נישט צופיל און נישט צו ווייט, ער העיט דאך דער געפיל פון פאפעריי, ער איז דאך פארנומען א גאנצן טאג דאס צו אויסראטן, אויך דארף ער ליב האבן צו אנטדעקן נייע מיינונגן, נישט סתם נאכגיין אלטע מהלכים.


און איך העל דיר זאגן נאך עפעס, מעין הפתיחה, נעמליך, מען דארף אייביג קוקן אויפן אנדערע זייט פונעם דעבאטע, ווער שטייט דארט? וועלכע טייפ שטייט דארט? עס קען העלפן פארשטיין ווי מען איז דא פארהאנקעט. למשל, א פיר אדער א זעקס, וועלכע פארנעמט נישט דעם פיניווערס (צומאל) קליינקעפיגקייט און פארהאטעוועטקייט אין אן ענין (בבחינת אזוי איז עס און אזוי וועט זיין) וועט דאס שאפן א קאנפליקט. אא״וו.


יעצט קומסטו אן צום מיליאן דאללער פראגע, "וואס בין איך?"... איך קען נאכנישט די אניאגראם אזוי גוט, איך דארף עס נאך בעסער קענען, ווען די קומענדיגע באשטעלטע ביכער וועלן אנקומען, וועל איך זיי פרובירן לעזן אפשר וועל איך קלארער ווערן. אויף וויפיל איך ווייס יעצט, בין איך צווישן 'פיר' און 'פינף', איך בין נאכנישט זיכער וועלכע איז דאמינירנד, אויך האב איך א טוויסט פון 'זעקס', א שפריץ פון 'זיבן' אולי גאר א קנייטש פון דער רעפארמיסטישער 'איינס', (שריי מיך נישט אן אזוי זעה איך מיך, וואס זאל איך טוען).

צופעליג אויף די 'מאיער בריגס' בין איך לכאורה א ENTP וואס ווערט גערופן דער "דיבעיטער", אויב איז עס ריכטיג פארשטייסטו כאטש דער 'הארד טיים' וואס יענער האט געהאט מיט מיר.
הוי 'מחשב'...

לב אחד
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

תגובהדורך לב אחד » זונטאג נובעמבער 18, 2018 9:20 pm

@מחשב, די שאלה איז נאר וואס שטערט דיר אזוי שטארק אז יענער גייט מיטן קאפ אין וואנט אריין?
לשון הוא קולמוס הלב..

לב אחד
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

תגובהדורך לב אחד » זונטאג נובעמבער 18, 2018 9:23 pm

איך למשל, אויב איך טרעף מיך אין אזא מצב, האלט איך אז דער וואס טענה׳ט זיך מיט מיר און האלט אנדערש פון מיר, איז א פאלנער שוטה! ער הייבט נישט אן צו וויסן בחייכון וביומייכון. (אקעי.. פיין איך העל ארבעטן אויף עס, מיין גאוה... דעיס זאגסטו?) ביי מיר קומט דאס פון מיין פיניווער זייט. איך וועל אויך טענה׳ן אויף קעסל און כלים, נאר ווייל איך פארנעם נישט קיין שוטים, און אויך ווייל איך האב ליב די היציגע אטמעספערע. וואף... ס׳איז א מצב נורא ואיום. די טענער זענען הויעך. איי לאוו איט.
לשון הוא קולמוס הלב..

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:11 pm

לב אחד האט געשריבן:@מחשב, די שאלה איז נאר וואס שטערט דיר אזוי שטארק אז יענער גייט מיטן קאפ אין וואנט אריין?


אה.. כ'האב שוין אסאך דעבאטירט איבער דעם, דער אמת איז אז איך אליין ווייס נישט, פארוואס שטערט מיר ווען איך זעה איינעם טוען א אומרעכט?! און א אומרעכט מיין איך א זאך וואס איך האלט אז מ'דארף אנדערש טוען, ס'איז דא מענטשן וואס עס גייט זיי נישט אן וואס א צווייטער טוט, מיך יא, נישט אז עס שטערט מיר פערזענליך, אבער איך באקום א שטארקע 'ווידערווילן' צו דעם מענטש/סיסטעם און צו זיינע פעולות, און עס שטערט מיר טאקע אביסל, איך פרעג זיך אליין "פארוואס שטערט עס דיר", אדרבה 'לב' זיי מיר מסביר.

מענטשן זאגן מיר אז עס איז אזא אומגעזונטע נאטור, קען זיין, איך ווייס נישט פארוואס עס זאל זיין געזונט אדער נישט, איך וואונדער מיר אליין דערויף. איך וויל און שטרעב אז יושר און גערעכטיגקייט זאל דאמינירין און פירן דער וועלט, (איז דאס א נטיעה פון 'איינס'?), אבער דער הונטערליגענדע סיבה דערצו איז כעת פאר מיר א מיסטעריע.
לעצט פאראכטן דורך מחשב אום זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הוי 'מחשב'...

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:18 pm

לב אחד האט געשריבן:איך למשל, אויב איך טרעף מיך אין אזא מצב, האלט איך אז דער וואס טענה׳ט זיך מיט מיר און האלט אנדערש פון מיר, איז א פאלנער שוטה! ער הייבט נישט אן צו וויסן בחייכון וביומייכון. (אקעי.. פיין איך העל ארבעטן אויף עס, מיין גאוה... דעיס זאגסטו?) ביי מיר קומט דאס פון מיין פיניווער זייט. איך וועל אויך טענה׳ן אויף קעסל און כלים, נאר ווייל איך פארנעם נישט קיין שוטים, און אויך ווייל איך האב ליב די היציגע אטמעספערע. וואף... ס׳איז א מצב נורא ואיום. די טענער זענען הויעך. איי לאוו איט.



יא יא, שטומט מיט מיר פונקט אזוי, נישט ממש 'שוטה', מער 'אומוויסנד' 'קינדיש' וכו'.

ס'איז דא אסאך מאל וואס איך זעה קלאר ווי עס ליגט דא עפעס א ווייטאג אדער עפעס א 'דינייעל' וואס איז מדברת מתוך גרונו, דעמאלטס וועל איך זיך אונטערשמייכלן און אים לאזן גיין זיין וועג. און פארשטייט זיך אז דאס איז אלעס ווען ער רעדט טאקע נישט צו די זאך, איך פארנעם איינער וואס האט מיינונגס פארשידנהייטן פון מיר, ווי לאנג עס גייט אריין בכלל דעת, און יענער פרובירט צו רעדן לויט זיין 'פארשטאנד', איך האלט אים נישט פאר קיין שוטה, כאטש איך וועל זיך שטארק דינגען מיט אים.
הוי 'מחשב'...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 10:03 pm

מחשב איז ווארשיינליך אינעם פינעפער געגענט, איי פינעפערס טוען נאר ארויסגעבן א אפשיי צום נער אנטשטאט זיך טענה'ן נאכאמאל מיטן זעלבן נער?

קען זיין אז מחשב שפירט אז יענער איז יא א בר דעת, און ער איז נייגעריג צו כאפן יענמס מיינונג
ויותר מסתבר אז ער וויל די וועלט זאל זיין גוט און אויסגעהאלטן מחמת זיין פירער פליגל וואס האט ליב שיינקייט און סדר, און ווערט צו קאכט פון אומאויסגעהאלטענקייט

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 10:40 pm

בדרך כלל שטים איך גראדע מיט די ערשטע אפציע דיינער איבער'ן פינעווער, נאר צומאל אז איך מוז זיך געפונען אין דער אינגערמאנ'ס סביבה, איך קען נישט אוועקוואקן, דאן געשעהט וואס עס געשעהט... אפילו דאן פרובירט מען מצמצם צו זיין. (עס איז אויך געקומען מיט די יארן, אמאל וואלט איך דאס נישט געקענט פארטראגן)

איך האב הנאה פון דאס וואס דו זאגסט וועגן דעם פירער'ס סדר, כ'האב עס נישט געכאפט ביז איצט, אינטערעסאנט און ריכטיג, עס פארענטפערט אסאך, איצט אז איך טראכט אריין.
הוי 'מחשב'...


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט