'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה, איך האב נאכנישט דורך געליינט דיין תגובה, אבער איין זאך האב איך יא געזעהן, אז יעדע שטיקל פאנגט זיך אן עפעס מיט, "ניין" "נישט ריכטיג" "נישט אזוי" "נאפ" אד"ג, אפי' פאר קיין מיסטעיק האסטו נישט מודה געווען צו מיר אפי' מיט איין פוינט, סאו סעד!!

נאר א וויץ
לעצט פארראכטן דורך מח בקדקדו אום דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 9:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח בקדקדו האט געשריבן:נשמה, איך האב נאכנישט דורך געליינט דיין תגובה, אבער איין זאך האב איך יא געזעהן, אז יעדע שטיקל פאנגט זיך אן עפעס מיט, "ניין" "נישט ריכטיג" "נישט אזוי" "נאפ" אד"ג, אפי' פאר קיין מיסטעיק האסטו נישט מודה געווען צו מיר כאטש מיט איין, פוינט סאו סעד!!

נאר א וויץ

נאר סך פאר איך טראכט צו דו ביסט גערעכט, קומט מיר שוין ארויף א אנגעצויגנקייט צו באשיצן 'מיין' פוינט. ס'איז א איגו דיפענס. אבער באמת פרוביר איך מיך צו שלאגן דערמיט און איך טראכט "אפשר דאך לאמיר מודה זיין" חחח. איך האב גראדע פרובירט. למשל ביי די דרייער, האב איך פרובירט אפשר ביסטו גערעכט, ביים זעקסער אויך. אבער ס'איז דא א שוועריגקייט צו דשאסט הערן וואס יענער האט צו זאגן, אפשר וועט ער זאגן אנדערש. חוץ אויב יענער ווערט אין מיין קאפ אלץ איינער וואס ווייסט 'מער', קען איך מודה זיין. און אונטערגעבן. ס'איז געווען אמאל וואס איך האב ביטער גע'טענה'ט מיט איינעם, און "יענער" איז געווען גערעכט! נישט איך! יענער! נאר פון דעם רעדן מיר. פון דעם באשיצונג סיסטעם. אבער פראקטיש, איך מיין אז איך בין גערעכט. אדרבה, קוק גוט.
אבער ס'איז אביסל א גוטע זאך, הער פארוואס צדיק. ווען דער יצר הרע קומט צו א מענטש, שטייט אין דברי יחזקאל, אז מ'זאל נישט אריינגיין אין קיין טענות מיט אים, ניין, ניין, ניין, און פארטיג! וואס איך ווייס ביז היינט, דאס איז דער אמת. דו טויש מיך נישט. כאפסט? א מענטש דארף האבן צומאל אזא סארט דיפענס.

אבער ווען דו שרייבסט עפעס, קוק איך דורך מיט דורשט. יעדעס ווארט ממש. למשל פאריגע וואך האב איך אפאר איבערגעליינט וואס דו האסט געשריבן.
איך האב געפילט אז ס'טוט עפעס אויף אין מיר. א געוויסע חיזוק.
און דאס איז דיין לשון

די גרעסטע קאנפידענץ וואס א מענטש קען האבן איז, ווען ער אנערקענט ווי שטארק ער פאר זיך קען גארנישט, יא! איך בין שוואך, איך האב נישט קיין אייגענע מיינונג, נו! דעיס איז דאך די גרעסטע מתנה, אזוי קען איך דאך אנקוקן יעדע זאך מיט אסאך א גרעסערע ריינקייט, און ווען איך פארשטיי עפעס נישט, אדער איך בין צומישט, אדער פארלוירן, איז מיין גרעסטע שטארקייט צו זאגן יא! איך בין מסופק! איך בין פארלוירן! און ס'איז בכלל נישט קיין חסרון,

"עס איז אסאך א גרעסערע קונץ צו מסכים זיין ביי זיך אז יא! איך האב די שוואכקייט פון ווערן נאכגעשלעפט נאכן ווינט און יא, דאס בין איך, איך גיי עס נישט פייטן ווי כאילו ס'איז נישט אזוי נאר איך גיי עס קוקן אין פנים אריין, (בבחינת איך גיי נישט נעמען מיין כח המקבל שבי און עס פארוואנדלען אין א משפיע, משפיע צו זיין שטארקייט פאר מיר און פאר אנדערע, נאר איך גיי לאזן מיין כלי מקבל ליידיג טאקע מקבל צו זיין דעם מציאות כמות שהוא) דעיס איז סאך א גרעסערע קונץ און עס פארלאנגט זיך סאך מער שטארקייט ווי יא צו זיין שטארק און נישט נאכגעשלעפט ווערן נאכן ווינט".

אוי האסטו גוט געזאגט, און די כלי מקבל ליידיג, שפיר איך אז דו פילסט וואס ס'דארף פארקומען אינעם נפש פון א מענטש, ווען ער האט דעם...
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 8:57 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ש'כח פאר דעם ארטיקל פון לב אחד. איך וויל מ'זאל געדענקען אז ער רעדט פון א 'סעמי אומגעזונטע דרייער'. און נישט פון א געזונטע דרייער. מ'דארף דאס געדענקן, א דרייער איז נישט 'אומגעזונט'. איינער וואס האט זיך געלאזט פארפירן, אדער ער איז נישט געווארן מחונך (נישט דוקא אז מ'האט אים נישט מחנך געווען, נאר ער איז נישט געווארן מחונך פון די חינוך וואס מ'האט אים מחנך געווען) איז אזוי. זייער שיין לב.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

לב אחד האט געשריבן:דרך אגב, בין איך אביסל קלאר געווארן לעצטענס אינעם דרייער. ארבעטנדיג האנט ביי האנט מיט א דריי האב איך אנגעהויבן אמת׳דיג מכיר זיין פון דער נאנט דער נאטור, אויך, ספעציעל וויאזוי מען קומט זיך אויס מיט זיי.

איז לאמיך אביסל מיטטיילן מיין ערפארונג. איך וועל ערשט אנהויבן מיט דעם סעמי-אומגעזונטען דריי, פשוט ווייל דער פון וועמען איך רעד איז דאס, דערנאך וועל איך אביסל מער אויברייטערן.

דער דריי האט א אויסטערלישע דריוו מצליח צו זיין. ער האט אויך א שרעקעדיגע געברויך פאר הערצה. ער איז אדיקטעד צו זיין אימעדזש.

דער דרייוו מצליח צו זיין שטופט אים ארויף אויפן לייטער זייער הויך, אבער ס׳איז איראניש אז אפטמאל וועט דער לייטער ווערן דער מטרה... דער מיטגאטיגער דרייער ליידט שטארק פון עגא, און וועט ווי ווערן אבסעסירט ארום עס.


עגא פון א מענטש קומט אלס א מאלא-אדאפטיוו רעאקציע צו א מענטשענס אוטענטישער ריינער ׳זיך׳. דאס הייסט, דער אנכיות פון א מענטש, דאס זיין סעלפיש, דאס ליידן פון נארצעסיזם, דאס זיין אקופירט מיטן אימעדזש, דער חיצוניות׳דיגע אויס זעהן, קומט פון דער עגא.

כאטש וואס יעדע טייפ קען האבן אן עגא, אויב זענען זיי נישט געזונט, ליידט דער דריי זייער שטארק דערפון. דאס מאכט אין וועלן צו כאפן די ספאטלייט ביי יעדע מעגליכקייט, צו רעדן פון ׳זיין׳ סוקסעס, און צו פאקסירן אין שמועס ׳בלויז׳ פון אים.

א אומגעזונטען דריי קען זיין אביוסיוו, און זיך אויפפירן זייער אומסענסעטיוו. דאס קומט פון דעם בליינד ספאט וואס ער האט אין זיין נפש דאס הייסט ער זעט נישט קיינעם אנדערש, ער שפירט נישט קיינעם אנדערש, און ער עס כל כולו פארנומען מיט זיך. ער וועט שפירן זייער באדראעט אויב דו האסט סיי וועלכע טאלאנטן מער ווי אים, און אנשטאט דיר צו לאזן ארויסגעבן דיין ג-ט געשענקטע כשרון, וועט ער דאס פרובירן צו דערשטיקן, אויס מורא אז דו וועסט אים איבערשטייגן. ער וועט נישט הערן וואס דו האסט צוצולייגן צו א זאך, און דאס אוועקמאכן גלייך. בכלל, וועט ער אוועקמאכן סייוועלכע ׳נעבעך׳ וואס קומט נישט צו צו זיין לעוועל אוו סוקסעס.

יעצט אזוי, אויבנאויף ווען מען ליינט איבער אזא סארט מענטש, מען הערט וועגן אים אדער מען זעט אים, באקומט גלייך א געפיל פון איבל; וויאזוי קען א מענטש זיין אזוי שלעכט? אבער דער אמת איז אז ער איז בכלל נישט קיין שלעכטע מענטש, וואס דען? א געפערליכע רחמנות! א מענטש וואס זוכט און דורשט און פארשט פאר סעקיוריטי!

פאר סיי וועלכע סיבה האט ער דאס נישט באקומען אלס קינד, איז ער געבליבן דערמיט פון דעמאלטס. א פשוטע משל. א קליין קינד שפילט מיט א לעגא אבער דאן זעט ער זיין ברודער האט א קארעלע וועט ער פלוצלונג דארפן דער קארעלע. א קליין קינד געווענליך, בעז ווילאנג מען לערנט אים נשיט אויס, וועט נישט ליב האבן צו מיטטיילן (share) ווייל דער קינד פארמאגט נאר דעם איגאו, ווען מען ווערט עלטער לערנט מען זיך אויס צו שערן ספעיס מיט אנדערע, מען לערנט ז'יל אויס צו פארגינען, צו לאזן יענעם רעדן, צו זען אנדערע מענטשן אויף די וועלט. דאס איז אלעס גוט ביז עס קומט צו א דריי וועלכע האט פארסייועלכע סיבה נישט באקומען קיין געזונטע חינוך, אדער האט מען אים צוקלאפט און דעריבער איז ער געווארן זייער עגאאיסטיש, וויבאלד ער האט קיינמאל נישט דעוואלאפט קיין נארמאלע זיך, אדער האט ער קיינמאל באקומען א סעקיוריטי אז ער איז גוט און דעריבער וועט ער זיך באגיין מיט זיין עגא כאילו דאס איז זיין עכטע זיך, ווייל זיין עגא שטעלט דאך אים צו א פאלשע זיך, א (כאילו) שטארקע זיך.

א דרייער ווען ער ווערט געזונט בלייבט ער דער זעלבער שואף דער זעלבע דערגרייכער, אבער אן די קראנקהייטן, ער וועט פארגינען א צווייטן סוקסעס אדרבה ווייל ווער נאך ווי ער פארשטייט וואס סוקסעס מיינט, ער קען דינען אלס א מוראדיגע מאטיוועיטער, אנצינדינדיג זיינע ארומיגע צו שטרעבן.

ווען דער דרייער פארשטייט אז זיין סוקסעס מיינט נישט 'אים׳ נאר ער איז א חלק אלוקי ממעל ממש, דעמאלטס ווערט ער געזונט. ווען ער פארשטייט אז עס נישט יעדער איז אויסגעשטעלט צו מצליח זיין אויף אזא פארנעם, און ווען ער קען נאך א געזונטע סוקסעס באמת הנאה האבן און דאנקן דעם אויבירשטען אויף זיין הצלחה דאן איז ער געזונט.

דאס זענען טייל פון מיינע איבערלעבענישן בחצרות ה׳דרייער׳, איך וועל באלד שיקן א פאר טעכניקן מיט וואס איך באגיי מיך מיט אים, און דאס העלפט מיין געזונט און אויך זיין געזונט.

אוי לב אחד דו זאגסט דאך אזוי גיט . דו לייגסט ממש אראפ א נארסעסיסט . זענען נארסעסיסט אייביג דרייערס ? איך מיין אז נישט אבער איך מיין אז די דרייערס נארסעסיסטען זענען די ערגסטע שלענג ווייל זיי האבן ביידע זייטן אין זיך זיי קענען זיך חנפענען צו מענטשן און האבן די דרייער געשמאק און טשארם ווען באמת זענען זיי שלענג!
אדרבא ברענג אריין דיינע טיפס
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה, געב א קוק איך האב אנגעהויבן דורך צו ליינען דיין לאנגע תגובה, און איך גלייב אז עס האט דיר גענומען אסאך צייט און מח, און איך אנגעהויבן צו גיין שטיקל ביי שטיקל צוריק צו ענטפערן (דיפענס), איך בין געגאנגען פון איין שטיקל צום אנדערן און איך האב געזען אז איך זאג בעסיקלי איבער א גאנצן צייט די זעלבע זאך, ממילא האב איך באשלאסן אז איך גיי דיר ענטפערן איין תירוץ פאר אלע,

קודם וועל איך דיר זאגן אז דו האסט מיך נישט גוט פארשטאנען מיט אסאך פוינט וואס איך געשריבן, (דזשאסט פאר די ידיעה)

יעצט, איך גיי דא זיין א מודה בקצת, און איך גיי מיך נישט דיפענדן אינגאנצן (גיין צו ניין), איך גיי נישט יעצט רעדן פונעם זעקסער און פונעם דרייער ווי אונז האמיר א יסודות'דיגע מיינונג'ס פארשידנהייט, איך גיי נאר רעדן פון דיין נקודה מיט די "איך" און "איגאו",

איך בין מודה צו דיר אז א מענטש ווערט קראנק פון דעם וואס ער נעמט אן זיין תכונת הנפש אלס א "איך" און באשליסט אז דאס איז דער "איך", דורך דעם ווערט ער אריין געבאקסט אין זיין טייפ נישט צו טון עפעס וואס איז נישט געדרייווט דורך זיין טייפ וואס ער איז, דאס איז דער וועג און ער בויעט עס אויף ווייל אין דעם זעהט ער זיין גאנצע עקזיסטענץ, און כדי צו ווערן געזונט דארף מען פארשטיין אז ס'קומט נישט דא אריין "איך" דער אויבערשטער האט מיר געגעבן דעי געוויסע לאך ווייל ער וויל אז איך זאל אים דינען מיט די סארט עבודה, אבער עס מיינט בכלל נישט אז עס גייט נאר "פון דא ביז דא", ס'איז דא זאכן וואס האט לאו דוקא צו טון מיט מיין טייפ און איך דארף אזוי טון און טראכטן פשוט ווייל מען דארף.

און נשמה, אין דעם ענין האסטו מיר אסאך צוגעגעבן אסאך נקודות למחשבה און אסאך חומר מיט וואס צו ארבעטן

וואס איך גיי מיך יא דינגען איז, אז יעדע צדיק ווי גרויס ער זאל נאר נישט זיין איז אייביג דא בדקות א געוויסע 'איך' וואס דאס דרייווט אים אוודאי איז דער 'איך' נכנע אונטער'ן קבלת עול מלכות שמים, אבער ווען עס קומט למעשה צו דינען דעם אויבערשטן וועט ער דינען דעם אויבערשטן לויט זיין שורש, אוודאי ווען ער וועט דארפן דינען דעם אויבערשטן אויף א אנדערע מהלך אויב עס פעלט אויס וועט ער עס טון אבער איך פון זיין כלליות'דיגע מהלך אין עבודת השם, אוודאי איז דא אזא זאך ווי התפשטות הגשמיות וואס דעמאלטס גייט דער צדיק ארויס פון יעדע סארט גדר בכלל, אבער איך רעד ווען ער איז דא אויף דעי וועלט, אויפן עולם השפל, איז ווילאנג ער געפונט זיך אין א גוף פון פלייש און בלוט איז דא בדקות א געוויסע תכונה וואס דאס איז "זיין" מהלך א "איינזער" צדיק וועט קיינמאל נישט האבן די זעלבע סארט הרגשים ווי א "פירער" יא! ער האט און זיך הרגש פון דבקות בה' אבער ס'איז בכלל נישט די זעלבע ווי דעם פירער ודי, אברהם אבינו איז געווען "חסד" און יצחק איז געווען "גבורה", פארפאלן! זיין האבן נישט געהאט דעם זעלבן שורש, יא! ווען עס האט זיך אויסגעפעלט איז אברהם געגאנגען צו חסד און די זעלבע פארקערט, אבער אברהם איז געבליבן חסד און יצחק גבורה,

ס'קען זיין אז דו וועסט אפי' מסכים זיין מיט מיר, און עס קען זיין אז דו רעדסט נאר פונעם גראבן איגאו, אבער טאמער האלטסטו אז געזונטערהייט איז בכלל נישטא קיין עכטע 'איך' דינג איך זיך מיט דיר.

דאס אלעס וואס איך האב יעצט געשריבן איז שוין געלעגן און מיינע ווערטער ביז יעצט, נאר ס'קען זיין אז איך בין נישט געווען גענוג קלאר און איך האב געזאגט צופיל זאכן אויפאמאל ממילא שרייב איך עס יעצט קורץ און שארף.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

לב! א געוואלדיגע אנאליז! שלום עליכם, איך האב די זעלבע הערה ווי נשמה, באט ס'איז עקסעלענט! געוואלדיג! בעיקר איז מיר געפאלן דאס,

א אומגעזונטען דריי קען זיין אביוסיוו, און זיך אויפפירן זייער אומסענסעטיוו. דאס קומט פון דעם בליינד ספאט וואס ער האט אין זיין נפש דאס הייסט ער זעט נישט קיינעם אנדערש, ער שפירט נישט קיינעם אנדערש,

יא! דער דרייער ווען ער איז קראנק זעט ער נאר זיך, ס'זעט אויס ווי ער האט א שפיגל פארנט פון זיך און ער זעט נאר זיך אליין א גאנצן טאג, און ער מיינט אז יעדער זעט אויך נאר דאס.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מוח דער אומגעזינטער דרייער נעמט אויך אריין זיינע קינדער אין זיין שפיל?
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

fiena nieas האט געשריבן:מוח דער אומגעזינטער דרייער נעמט אויך אריין זיינע קינדער אין זיין שפיל?


וואס הייסט? צו ער גייט זיי אויך וועלן מאכן פאר סוקסעספול מענטשן?, אויב מיינסטו דעיס צו פרעגן איז די תירוץ אז עפ"י רוב יא, ווייל עס פאסט אים נישט אז זיינע קינדער זענען דורכפעלער, טאמער מענטשן וועלן זען אז זיינע קונדער זענען לא יצלח'ס מיינט דאס אין זיינע אויגן אטוימאטיש, אז ער איז אויך א דורכפאל, סאו ממילא וועט ער מאכן זיכער אז זיינע קינדער זענען אויך גוט אהערגשטעלט לויט זיין שמעק וואס עס הייסט ביי אים סוקסעס, און אויב איז ער א נארסעסיט וועט ער זיי ממש פייניגן דעראויף ער וועט חוזק מאכן פון זיי אויב זיי זענען לא יצלח'ס, ער וועט נישט טאלערירן קיין טעות וואס הייסט?! דו ווייסט וואס דא איז יעצט געשען? דו האסט חרוב געמאכט די גאנצע אימעדזש! דו ווייסט אז אויב א מענטש קען זיך נישט קיין עצה געבן וועט ער אין ערגעץ נישט אנקומען אין לעבן! אויב דו ווילסט מצליח זיין אין דיין לעבן מוזטו זיך "שוין" אויסלערנען צו זיין פערפעקט, מען טאר נישט מאכן קיין מיסטעיק'ס.

בד"וו, בכלל דעי גאנצע מציאות פון "דרך טבע" אז אויב האסטו זיך געפלאגט אויב האסטו אינוועסטירט ביסטו מצליח, און אז נישט וועסטו נישט מצליח זיין, אז מען ארבעט קומט מען אן, און אז נישט וועסטו קיינמאל נישט אנקומען, די אלע סארט געדאנקען קומען פונעם דרייער בשרשו, און פארשטייט זיך אז עס איז נישט געבליבן ביים דרייער נאר עס איז ממש א חלק ניכר פון אונזער טאג טעגליכע מהלך המחשבה
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

עםם ניין מיין פראגע איז נישט געווען דאס מיין פראגע איז צו דער דרייער וועט אויך ווילן פראטעקטען זיין אימעדז פאר זיינע קינדער אדער זיינע קינדער גייט ער איזי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח בקדקדו האט געשריבן:נשמה, געב א קוק איך האב אנגעהויבן דורך צו ליינען דיין לאנגע תגובה, און איך גלייב אז עס האט דיר גענומען אסאך צייט און מח, און איך אנגעהויבן צו גיין שטיקל ביי שטיקל צוריק צו ענטפערן (דיפענס)

חחח

איך בין געגאנגען פון איין שטיקל צום אנדערן און איך האב געזען אז איך זאג בעסיקלי איבער א גאנצן צייט די זעלבע זאך, ממילא האב איך באשלאסן אז איך גיי דיר ענטפערן איין תירוץ פאר אלע,

קודם וועל איך דיר זאגן אז דו האסט מיך נישט גוט פארשטאנען מיט אסאך פוינט וואס איך געשריבן, (דזשאסט פאר די ידיעה)
יעצט, איך גיי דא זיין א מודה בקצת, און איך גיי מיך נישט דיפענדן אינגאנצן (גיין צו ניין), איך גיי נישט יעצט רעדן פונעם זעקסער און פונעם דרייער ווי אונז האמיר א יסודות'דיגע מיינונג'ס פארשידנהייט, איך גיי נאר רעדן פון דיין נקודה מיט די "איך" און "איגאו",

איך בין מודה צו דיר אז א מענטש ווערט קראנק פון דעם וואס ער נעמט אן זיין תכונת הנפש אלס א "איך" און באשליסט אז דאס איז דער "איך",

נישט ער 'נעמט' אן, עס בויעט זיך אים אויף א 'איך' פון שטיקלעך פון זיין תכונת הנפש. דאס איז ווארשיינליך די זעלבע זאך ווי אנהייבן זיך שפירן א דבר נפרד פון זיין חלק אלוק ממעל.

דורך דעם ווערט ער אריין געבאקסט אין זיין טייפ נישט צו טון עפעס וואס איז נישט געדרייווט דורך זיין טייפ וואס ער איז, דאס איז דער וועג און ער בויעט עס אויף ווייל אין דעם זעהט ער זיין גאנצע עקזיסטענץ, און כדי צו ווערן געזונט דארף מען פארשטיין אז ס'קומט נישט דא אריין "איך"

כדי צו ווערן 'געזונט' העלפט נישט 'פארשטיין', מ'דארף נאכלאזן די באשיצונג סיסטעם, מער און מער. גייט מען אפילו אנהייבן טרעפן א אנדערע 'לאך'. אפשר גאר איז די גאנצע 'לאך' וואס ער דארף ערפילן, נאר ווייל ער האט א 'איגו'? לויט וויאזוי ס'פארשטייט זיך מיר אין מיין 'פיצי' קאפ, דארף מען קודם נאכלאזן די באשיצונג סיסטעם, צוביסלעך, מער און מער, ארויסגיין פונעם 'איגו', (אדער 'עגא' לויט לב אחד) און נאכדעם טרעפט מען נייע זאכן, נייע פארשטייאונגען וואס מ'האט נאכנישט געהאט ביז דאן. נייע 'לעכער', נייע עבודת השם, א נייע ציהל פארוואס מ'איז געקומען אויף די וועלט.
דער אויבערשטער האט מיר געגעבן דעי געוויסע לאך ווייל ער וויל אז איך זאל אים דינען מיט די סארט עבודה, אבער עס מיינט בכלל נישט אז עס גייט נאר "פון דא ביז דא", ס'איז דא זאכן וואס האט לאו דוקא צו טון מיט מיין טייפ און איך דארף אזוי טון און טראכטן פשוט ווייל מען דארף.

ווען מ'וועט ארויסקריכן פון דעם 'איגו' ווי לב אחד האט נעכטן אזוי שיין צולייגט ווי ווייט, און ווי אכזריות'דיג, און ווי רשעות'דיג, און ווי בלינד, א איגו קען זיין, וואס א איגו קען מאכן פון א מענטש. ווען מ'וועט ארויסקריכן דערפון, וועט מען אנהייבן זעהן גאר א נייע זאך וואס דער אויבערשטער וויל פון מיר. ביז דאן, קען מען זיך ניטאמאל אנהייבן איינרעדן אז מ'ווייסט וואס דער באשעפער וויל. אדער פארוואס מ'איז באשאפן געווארן אויף די וועלט, וכן משמע מיושר דברי אמת. וכן בהנהגת האדם מרבי ר' אלימלך שאמר שצריך להתבודד הרבה.
און נשמה, אין דעם ענין האסטו מיר אסאך צוגעגעבן אסאך נקודות למחשבה און אסאך חומר מיט וואס צו ארבעטן

כאפסט? דאס זאג איך. איך טרעף מיך מיט נייע חומר. נאכדערצו נאכן גוט גרינטליך דורכלערנען יושר דברי אמת די ערשטע חלק, און דעם ספר דרך אמת. כאפ איך ווי ווייט, ווי ווייט דער עגא, דרייווט א מענטש. נישט נארמאל.

וואס איך גיי מיך יא דינגען איז, אז יעדע צדיק ווי גרויס ער זאל נאר נישט זיין איז אייביג דא בדקות א געוויסע 'איך'

זאג נישט אזוי צדיק'ל, זאג עס נישט, איך בעהט דיך איבער טויזענט מאל!!!! איך בעהט דיך אבער ברחמים. ממש איך בעהט דיך ברחמים. הער מיך גוט אויס, וויסן זאלסטו וויסן, אז אונז האב מיר נישט קיין השגה וואס אן ערליכער יוד פילט ביי זיך אין הארץ. יעדער מיינט אז מן הסתם פילט ער דאס און דאס, און מן הסתם האט ער א קליינע 'איך' בדקות. זאג עס נישט. אונז דארף מיר וויסן אז ארויסקריכן פונעם 'איך' איז די ערשטע יסוד אין עבודת השם. לאמיר צוזאמען מקבל זיין, נישט ארויפצולייגן אויף ערליכע יודן אונזער השגה וויאזוי זיי שפירן זיך, און פארוואס זיי טוען פעולות. פרעג מתבונן, גיי פרעג מתבונן, ווי ווייט א מענטש קען אנקומען ווען ער וויל ארויסקריכן פון זיין 'איך'. מ'האט נישט קיין השגה וואס ערליכע יודן פילן ביי זיך.

וואס דאס דרייווט אים אוודאי איז דער 'איך' נכנע אונטער'ן קבלת עול מלכות שמים,

טייערקייט, לאמיר נישט צושפארן דעם טיר אנצוקומען העכער וואו אונז האלט מיר. טראכטן אויף יענעם, וויאזוי יענער פילט, שפארט צו די טיר פון משיג זיין א העכערע סארט ריינקייט און דורכזיכטיגקייט פונעם 'איגו'. וואס אונז פיל מיר איז איין זאך, וואס יענער פילט, אויב יענער איז ערליך, אדער געארבעט אויף זיך, קענען מיר נישט משיג זיין, נאר אויב אונז ארבעט מיר אויף אונזער 'איך'. און מיר קומען אן אהין. ערשט דאן קענען מיר פארשטיין, אז וואס אונז האב מיר געמיינט אז דער און דער צדיק אדער ערליכער יוד פילט, איז גארנישט וואס אונז האב מיר געמיינט. און ס'גייט בכלל נישט אריין אין דעם כלל פון 'איך'!

אבער ווען עס קומט למעשה צו דינען דעם אויבערשטן וועט ער דינען דעם אויבערשטן לויט זיין שורש,

אונז האב מיר נישט קיין השגה אין די געפיל פון ערליכע יודן. ווער רעדט פון צדיקים.
אוודאי ווען ער וועט דארפן דינען דעם אויבערשטן אויף א אנדערע מהלך אויב עס פעלט אויס וועט ער עס טון אבער איך פון זיין כלליות'דיגע מהלך אין עבודת השם, אוודאי איז דא אזא זאך ווי התפשטות הגשמיות וואס דעמאלטס גייט דער צדיק ארויס פון יעדע סארט גדר בכלל, אבער איך רעד ווען ער איז דא אויף דעי וועלט, אויפן עולם השפל, איז ווילאנג ער געפונט זיך אין א גוף פון פלייש און בלוט איז דא בדקות א געוויסע תכונה וואס דאס איז "זיין" מהלך א "איינזער" צדיק וועט קיינמאל נישט האבן די זעלבע סארט הרגשים ווי א "פירער"

איך וועל זאגן וואס דו האסט פארשטאנען אין בעסערע ווערטער. א צדיק וואס ס'דאכט זיך אונז אז ער איז אן איינזער, וויאזוי אונז פארשטיי מיר אן איינזער. אדער וואס איז געבוירן מיט די מהות וואס אן איינזער האט, וועט נישט האבן די זעלבע מדריגה ווי א צדיק וואס ס'דאכט זיך אונז אז ער איז א פירער, אדער געבוירן מיט די זעלבע מהות וואס א פירער האט. אונז דארף מיר וויסן, אז א 'צדיק'! מיינט א 'צדיק'! און אפילו ערליכע יודן, יעדער וואס ארבעט אויף זיך, קען נישט דער מענטש וואס איז ווייניגער ווי אים, אים משיג זיין. אדער וויסן וויאזוי ער 'פילט'. לגבי דעם 'איך'. דאס איז 'פנימיות'. צדיקים, האלטן סך העכער ווי א איינזער אדער א צווייער אדער א דרייער. סך העכער!!! אפילו להבדיל געוויסע גוים האבן באוויזן ארויסצוקריכן פון דעם 'איך' אינגאנצן, (פארשטייט זיך אז זיי זענען נאר אנגעקומען צו מרגיש זיין זייער מהות, וואס דאס איז א שטיק קליפה און טומאה און סטרא אחרא). און ווער רעדט פון ערליכע יודן. ווער רעדט פון 'צדיקים'. אויב צדיקים וואלטן געמאכט דעם אניאגראם, וואלטן זיי געקענט מסביר זיין וואס יעדער פון די צדיקים פילט ביי זיך.
יא! ער האט און זיך הרגש פון דבקות בה' אבער ס'איז בכלל נישט די זעלבע ווי דעם פירער ודי,

אין אונזער השגה, זענען זיי אבוויעסלי אנדערש! אבער ביי זיי אין הארץ, און אין זייער פראסעסעס, זענען זיי גאר גאר העכער דעם גאנצן פירער מיט'ן איינזער. אונז האב מיר נישט קיין השגה, נאר ווען מיר האלטן דארט!!!! מיר האבן נישט קיין השגה אין א גוי, ווייל ער איז זייער נידריג, און מיר האבן נישט קיין השגה להבדיל אין איינעם וואס איז העכער אונז. אפילו סתם אן ערליכער יוד.
אברהם אבינו איז געווען "חסד" און יצחק איז געווען "גבורה", פארפאלן!

גאר א הויעכע 'שורש' צדיק. אונז ווייס מיר נישט. אונז ווייס מיר נישט אברהם און יצחק. אונז קען מיר נישט רעדן. אונז ווייס מיר נישט וואס זיי האבן געפילט. ניטאמאל טראכטן קענען מיר. ניטאמאל אין די פשוט'ע ערליכע יוד פון בעסמעדרעש, קענען מיר פארשטיין וואס ער פילט.
זיין האבן נישט געהאט דעם זעלבן שורש, יא! ווען עס האט זיך אויסגעפעלט איז אברהם געגאנגען צו חסד און די זעלבע פארקערט, אבער אברהם איז געבליבן חסד און יצחק גבורה,

אונז האב מיר נישט קיין השגה אין דעם. סאו, במופלא ממך אל תדרוש. לאמיר אפלאזן וואס צדיקים פילן. איך רעד פון פשוט'ע מעטנשנ'ס "איך", ניטאמאל פון אויסגעארבעטע יודן. וואס מ'דארף צוביסלעך פארמינערן דעם "אנוכיות'דיגער" באשיצונג סיסטעם.
ס'קען זיין אז דו וועסט אפי' מסכים זיין מיט מיר, און עס קען זיין אז דו רעדסט נאר פונעם גראבן איגאו, אבער טאמער האלטסטו אז געזונטערהייט איז בכלל נישטא קיין עכטע 'איך' דינג איך זיך מיט דיר.

איך דינג זיך אויך מיט דעם סטעטמענט. זייער נאריש צו זאגן אז געזונטהייט איז נאר ווען מ'האט בכלל נישט קיין איגו, איך רעד פון גיין אראפ און אראפ פונעם הויעכן בארג. אוודאי איז אלעמאל דא עפעס. ווען איך רעד פון איגו, רעד איך פון א גראבע 'איגו' וואס בלאקט היפש.
דאס אלעס וואס איך האב יעצט געשריבן איז שוין געלעגן און מיינע ווערטער ביז יעצט, נאר ס'קען זיין אז איך בין נישט געווען גענוג קלאר און איך האב געזאגט צופיל זאכן אויפאמאל ממילא שרייב איך עס יעצט קורץ און שארף.
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

שכוח ברודערס פאר ווארעמע פידבעק.

אצינד לאמיך אביסל שילדערן מיין עקספיריענס אבער נישט סתם בתורת אנאליז נאר דוקא פראקטיש און נוצבאר.

ווי געזאגט ארבעט איך האנט ביי האנט מיט א דריי, עמיצער וואס ביי אים איז סוקסעס וויכטיג ווי לופט צו אטעמען, אויב נישט אפילו מער... יענער איז אין א פאזיציע העכער פון מיר, דאס הייסט ער קען טעקניקלי מיך הייסן וואס צו טוהן ווען ער וויל.

אלס א מענטש מיט א פיר, אויך היבש דריי, אויך אביסל זעקס, בין איך נישט באקוועם צו זיין א שלאק שמש און ׳אויספאלגן׳ באפעלן, בלויז ווייל ער וויל, איך דארף פארשטיין פארוואס ער וויל עס, און אפשר קען מען אנדערש טוהן (פיר קריעטיוויטי). נאטורליך, ברענגט דאס אן אומבאקוועמליכקייט צווישן אונז, ווייל איך בין זייער aware, און ער איז עווער אביסל אונטער נול..

איך אלס א מענטש מיט זייער א סענסעטיווע נאטור, דאס הייסט חוץ פון דעם וואס איך שפיר שלעכט יענעם וויי צוטוהן, ווער איך אנגערירט און אויפגעוועקט פון יעדע זאך. ער פון די אנדערע זייט, איז אסאך מער קעלטער,(אויפן דרייער שטייגער) און ער איז זייער ברייט און אפען (פויעריש בלע״ז).

איך האב אסאך מער טאלאנטן ווי אים, און ער שפירט אפטמאל באדראעט פון מיר.

איז אזוי, אינסטינקטיוו, נאטורליך, האב איך ווי געבויט א וואנט ארום מיר, ווייל איך האב געפילט זייער איבערגעשטרענגט אין זיין געגענווארט, ער האט דאס פארשטייט זיך נישט געקענט טעלארערין, און מיך אנגעהויבן רודפן, ער האט מיר געמאכט שפירן ווי איך בין א גארבעדזש, ריפלעיסעביל, גארנישט ספעציעל, וכדו׳ אלעס וואס א ארבעטער האט נישט ליב צו שפירן פון א בעל הבית.

איך בין געווארן נאכמער צוקלאפט דערפון, און איך האב אנגעהויבן זיין א שטיקל רעבעל, איך האב אים געוויזן א פויסט צוריק און זיך אנגעהויבן קריגן. איך האב אים אויפגעוויזן וואו נארצעציסטיש ער פירט זיך אויף. (וויכטיג צו פארשטיין אז ער איז נישט אינגאנצען אין דעם פאזיציע פון ארויסווארפן).

ס׳האט געהאלפן א רטח.

אסאך קאפ און מח האב איך אריינגעלייגט דערין ביז איך האב מיך אויסגעקלארט א מהלך מיט אים.

די ערשטע זאך איז איך האב געשטעלט גדרים. דאס הייסט טאמער האט ער מיר געקענט רופן ביינאכט אז איך ׳מוז׳ אים עפעס העלפן, האב איך אים זייער קלאר געזאגט איך קען נישט יעצט. איך האב אים אויך קלאר געמאכט אז צו מיר קען ער נישט רעדן ווילד און צווילדעוועט, ווייל איך בין נישט סובל אזעלכע סארט ווערטער. אויב אין אנהויב האט מיר געגעבן צו עסן די גאל אויב האב איך געוואלט גיין נעמען לאנטש פאר א האלבע שעה, האב איך דאס אויסגעפירט. ער פלעגט מיר צו מאכן שפירן ווי אזא אפגעריסענער פארן וועלן גיין פאר לאנטש, ער פלעגט מיך אלס ארויסברענגן אז ׳ער׳ עסט נישט קיין לאנטש, (סאו איך דארף אויך נישט... פארשטייסט?) בקיצור כהנה וכהנה. איינע פון די זאכן וואס איך האב אראפ געשטעלט מיין פיס אויף איז דאס אז ער פלעגט מיר ׳רופן׳ אין ׳זיין׳ אפיס, פאר נישטיגע שטותים. איך האב אים זייער קלאר געזאגט אז איך קען נישט קומען מער אויב ער וויל קען ער קומען צו מיר. (כאפ די חינוך וואס איך געב אים, זאכן וואס א נארמאלע מענטש פארשטייט שוין ביי די 12 יאר). וכהנה וכהנה, איך האב מיך אוןעקגעשטעלט אלס א מענטש און נישט אלס ׳זיין פערזענליכע ראבאט׳.

דאס אליין האט מיר געהאלפן מוראדיג שטארק, ווייל איך האב זיך זעלבסט רעפעקטירט, און נישט איינגעגעבן צו ׳נארצעציסטישע קאפריזן׳ פון א מענטש וועלכע ליידט נעבעך פון א ליידיגע נפש.

די מהלך פון זעלבסט רעספעקט העלפט אויף אסאך ערטער, נאר דאס איז איינע פון די פלעצער.

חלק ג׳ וועט נאכפאלגן בקרוב
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

@לב, ס'איז זייער אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט, אז ער האט דיך געמאכט 'שפירן' אזוי און אזוי. איך וואונדער מיך סתם, וואס וואלט געווען ווען דו האסט נישט קיין אהנונג וואס ער וויל דיך מאכן שפירן? כאפסט? ס'איז מער די אייגענע זיכערקייט. ווי יענער וויל מאכן שפירן. אפילו יענער וויל. אבער אויב מ'פירט זיך אויף ווי א שטארקע מענטש וואס האט נישט קיין אהנונג, און איז א יעקע. און זאגט מיט א גראדקייט "איך דארף גיין עסן לאנטש!" אן קוקן וואס ער וויל מאכן שפירן. לויט דיין תגובה קוקט נישט אויס זעקס. א זעקסער פאלגט מער.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 7:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

נשמה האט געשריבן:@לב, ס'איז זייער אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט, אז ער האט דיך געמאכט 'שפירן' אזוי און אזוי. איך וואונדער מיך סתם, וואס וואלט געווען ווען דו האסט נישט קיין אהנונג וואס ער וויל דיך מאכן שפירן? כאפסט? ס'איז מער די אייגענע זיכערקייט. ווי יענער וויל מאכן שפירן. אפילו יענער וויל. אבער אויב מ'פירט זיך אויף ווי א שטארקע מענטש וואס האט נישט קיין אהנונג, און איז א יעקע. און זאגט מיט א גראדקייט "איך דארף גיין עסן לאנטש" אן קוקן וואס ער וויל מאכן שפירן.



ביזט זייער גערעכט. ס׳דא מענטשן וואס וואלטן נישט געהאט אזא גרויסע פראבלעם דערמיט. די פאקט אז איך בין א 4 מאכט מיר סענסעטיוו, און דאס באדערט מיר יא, ווייל געפילן פארנעמען א חשובען ארט ביי מיר. ס׳מיינט נישט צו זאגן אז איך דארף נישט ארבעטן דערויף, להיפך, איך ארבעט דוקא יא אויף מיר, און דאס מאכט מיר שטארק. א 9 וועט פארשטיין אביסל פון וואס איך רעד, און איבער מיינע געפילן פון ווערן ׳איינגעשלינגען׳ און פארלירן א געוויסע סענס אוו אידענטיטעיטי אין די געגנווארט פון אזא סארט overpowering מענטש.

נשמה זאגסט גוט, אייגענטליך... פונקט וואס איך זאג
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

לב אחד האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:@לב, ס'איז זייער אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט, אז ער האט דיך געמאכט 'שפירן' אזוי און אזוי. איך וואונדער מיך סתם, וואס וואלט געווען ווען דו האסט נישט קיין אהנונג וואס ער וויל דיך מאכן שפירן? כאפסט? ס'איז מער די אייגענע זיכערקייט. ווי יענער וויל מאכן שפירן. אפילו יענער וויל. אבער אויב מ'פירט זיך אויף ווי א שטארקע מענטש וואס האט נישט קיין אהנונג, און איז א יעקע. און זאגט מיט א גראדקייט "איך דארף גיין עסן לאנטש" אן קוקן וואס ער וויל מאכן שפירן.



ביזט זייער גערעכט. ס׳דא מענטשן וואס וואלטן נישט געהאט אזא גרויסע פראבלעם דערמיט. די פאקט אז איך בין א 4 מאכט מיר סענסעטיוו, און דאס באדערט מיר יא, ווייל געפילן פארנעמען א חשובען ארט ביי מיר. ס׳מיינט נישט צו זאגן אז איך דארף נישט ארבעטן דערויף, להיפך, איך ארבעט דוקא יא אויף מיר, און דאס מאכט מיר שטארק. א 9 וועט פארשטיין אביסל פון וואס איך רעד, און איבער מיינע געפילן פון ווערן ׳איינגעשלינגען׳ און פארלירן א געוויסע סענס אוו אידענטיטעיטי אין די געגנווארט פון אזא סארט overpowering מענטש.

נשמה זאגסט גוט, אייגענטליך... פונקט וואס איך זאג

ווייסט, איך האב געטראכט פון 9. עפעס פיל איך ביי מיר, אז ניינער פילן זיך קאנעקטעד צו די overpowering מענטש, און ווען יענער טשעפעט האלטן זיי עס נישט אויס. און פאר א ניינער איז גאנץ שווער צו עקטן 'שטארק' און אפגעטיילט פון יענעם, זיי ווילן ענדערש שלום. ניין? פאר א פירער אזוי ווי דו זאגסט, איז אזא מצב ביטער שווער, ביטער שווער. חזק ואמץ לב. און קום אהער מיט אפדעטס, ווילאנג דו וועסט נישט זיין מער געפייניגט אי"ה. והשם יעזור. פאר א פירער איז עס שווער, ווייל דער פירער איז מקושר צו זיין שוואכסטע חלק אין געפיל. ער פילט זיך שוין אזוי גענוג 'אוועקגעמאכט', און דארפסטו דיך מאכן שטארק. השי"ת זאל דיך העלפן לב. חזק. וחזקת והיית לאיש.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

fiena nieas האט געשריבן:עםם ניין מיין פראגע איז נישט געווען דאס מיין פראגע איז צו דער דרייער וועט אויך ווילן פראטעקטען זיין אימעדז פאר זיינע קינדער אדער זיינע קינדער גייט ער איזי


וואס הייסט איזי? דער דרייער לכאורה געפונט זיך נישט אונטער סטרעס דאס איז זיין נאטורליכע (קראנקע) בליק אויפן לעבן אז די וויכטיגסטע זאך איז "סוקסעס" סאו ער טראגט זיך ארום זיין אימעדזש ווי ער גייט און וואו ער שטייט, אוודאי וועט ער אין שטוב זיין אביסל ווייניגער אהערגעשטעלט ווייל ער פילט נישט אזוי שטארק אז ער דארף ער דארף צוקומען צו דעם אז זיינע קינדער זאלן אים געבן זייער הסכמה אז ער איז מעכטיג, אבער אוודאי איז ער דער זעלבער דרייער אין שטוב, און ער דעמאניסטרירט נאך אלס זיין חצוניות'דיגע סוקסעספולע איינדרוק ווי כאילו ער האט נישט קיין שום שוואכע זיטן, ער איז פערפעקט,

אזוי פארשטיי איך עס יעצט, און אדרבה אויב איינער האט עפעס מעיר צו זיין אדער צוצולייגן זאל אריינקומען קלאר,
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

די פלאנצונגען (plant) אין געשעפט פון אלע סארט, זענען מקבל פנים זייערע באזוכער מיט א ברוך הבא צום באשעפער'ס בריאה.

זיצט זיך דארט א קליין קוים געבוירענע פיצעלע פלאנצונג, קוים אנזעהבאר צווישן די הויעכע צעוואקסענע פלאנצונגען, און באטראכט מיט אירע אויגן, וויאזוי די באזוכער קוקן אויף די ווערד און חשיבות פון יעדעס פלאנצונג באזונדער. אט פארשטייט זי, אונזער קליינטשיגער פלאנצונג מיט האקעלע בלעטעלעך ווי הארעלעך, אז א שיינער גרינער קאליר, ברייטע בלעטער, אן קיין בלאט פלעקן, גראדער פעסטער שטאם, דאס איז די פלאנצונג וואס די באזוכער גיבן א חשיבות. אט זעהט אונזער קוים געבוירענער פלאנצונג ווי מ'מאכט אוועק, און מ'שטופט אין די זייט א שכן אירע, וואס צוליב איר קרומע געבוי עפנט זי אויף אן אומ'חן אין די באזוכער'ס געשמאק. און איר שכן ווערט א 'נעבעך'!

"איך וויל נישט אזוי זיין, און איך גיי נישט אזוי זיין!!!", טראכט צו זיך אונזער קוים יש'דיגער פלאנץ.

אונזער פלאנצונג איז א וואונדער פון באשעפער, זי פארמאגט די כוחות זיך אליין צו אנטוויקלען און זיך ארויסברענגען לויט וויאזוי זי פארשטייט וואס די באזוכער גיבן א חשיבות. אנדערע פלאנצוגען ארום איר האבן נישט די כוחות צו קענען קוקן אויף די באזוכער'ס געשמאק, און לויט דעם זיך אנטוויקלען. זיי פארמאגן נישט אט דעם וואונדערליכן כח צו קענען זיך אנטוויקלען לויט די 'חשיבות' פון באזוכער.

מאכט אט דער קליינער פלאנצונג א חשבון. אויב צו באקומען חן אין די אויגן פון באזוכער, זוכה צו זיין צו געפינען ארט אין די סאלאן פון איינוואוינער, דארף מען זיין מיט א הויעכער שטאם, גרינע שיינע ברייטע בלעטער אן קיין קריץ און אוודאי נישט קיין קנייטש. נו? פארוואס זאל איך זיך נישט אזוי אנטוויקלען, אויסצוקומען מיט א גראדער שטאם, און שיינע גרינע ברייטע בא'חנ'טע בלעטער, מיט א שטאלצער געבוי. פארוואס זאל איך נישט ווערן געקויפט אויף שבת קודש אלץ מתנה מיט א 'שטאלץ'? איך גיי אלעס טון, טראכט צו זיך דער פיצעלע קוים מערקבארער איינגעבויגענער פלאנצונג'עלע, איך וועל אלעס טון אז איך זאל וואקסן גראד. אלעס! ווייל איך וויל יא זיין 'ווערד'!!!. איך וויל 'יא' האבן 'חשיבות'!!! אין די אויגן פון באזוכער. און איך מוז עס מאכן, און איך גיי עס מאכן! איך קען נישט ערלויבן צו פילן 'ווערדלאז'. ניין!!! איך מוז האבן א 'חשיבות'. וועמענ'ס חשיבות? די חשיבות וואס די באזוכער און איינקויפער גיבן פאר א פלאנצונג. פארשטייט זיך. דארט הייבט זיך אלעס אן. דערפאר וויל זי אזוי מצליח זיין מיט זיך אליין. זי וויל באקומען דאס חשיבות פון די באזוכער. און דערפאר וויל זי מצליח זיין מיט זיך אליין!

און טאקע אזוי איז געווען, אונזער איידעלער גא-ט ב"ה געבענטשטער פלאנצונג פלעגט אלעמאל האלטן אן אויג אויף "וואס האבן די באזוכער ליב?" "וואס קוקן זיי ארויף"? און אייביג איז זי צוגעקומען צו די מסקנא: "די דרויסענדיגע געבוי"! די דרויסענדיגע שיינקייט! דאס באנעמט די באזוכער'ס התרגשיות. און דאס כאפט זייער 'התפעלות'. דאס איז וואס זיי זעען. זיי זעען נישט די אינערליכע כוחות.

ווי מער די באזוכער זענען געקומען קוקן פלאנצונגען, אלץ מער איז איר אריינגעקומען דעם 'פחד' פון וואקסן קרום, אדער באקומען א אנזעהבארער מום, און פארלירן 'ווערד'. און אלץ מער האט אונזער פלאנצונג אנגעהויבן אויסצוגעבן אלע אירע כוחות צו וואקסן שיין אין חיצוניות. און צו זיין לויט וויאזוי זי האט פארשטאנען אז די באזוכער וואלטן ערווארטעט פון א פלאנצונג וואס איז 'ווערד' צו קויפן און האבן. ווי מער פאסירונגען פון 'פחד' פון אויסקומען 'ווערדלאז', אלץ מער כוחות האט זי געשטעלט אויף איר 'חיצוניות', צו באאיינדרוקן, כדאי צו האבן א חשיבות.

אבער מיט די צייט האט אונזער פלאנצונג פארלוירן דעם קשר צו זיך אליין, צו אירע אינערליכע כוחות. ווייל איהר גאנצער כח און מיה איז געגאנגען צו וואקסן 'אינדרויסן' שיין, כדי צו טרעפן 'חן'. איר גאנצער כח און מיה איז געגאנגען צו מצליח זיין, דהיינו מצליח זיין צו זיין די star וואס מ'וועט ארויפקוקן ווען די באזוכער וועלן קומען קויפן פלאנצונגען. דאס איז דאך דער עיקר הצלחה וואס זי האט מתחלה אזוי געוואלט, צו האבן א 'ווערד' אין די אויגן פון באזוכער. אבער צוביסלעך האט זי פארגעסן ווער זי איז, איר גאנצער וועזן איז געווארן די 'חשיבות' וואס זי האט פונדרויסן. איר גאנצער קשר איז געווען צו איר דרויסענדיגער חשיבות! זי האט אפילו נישט געוואוסט וואס זי איז אינערליך.

און וויבאלד זי האט פארלוירן איר קשר צו זיך אליין. איז זי באמת געווארן אן אפגעשוואכטע פלאנצונג. ווייל איר גאנצער כח און ענערגיע איז געגאנגען צו טרעפן חשיבות אין די אויגן פון באזוכער, פון די חיצוניות אירע. איז ווען באזוכער פלעגן קומען קוקן אויף איר, פלעגט זי מיט אלע כוחות ווייזן, ווי שיין זי איז, און ווי הויעך זי איז, און ווי גראד זי איז, און וואסערע שיינע גרינע בלעטער זי האט. ווען אינעווייניג, איז זי גארנישט געווען דאס וואס זי האט ארויסגעשטעלט פון זיך. אינעווייניג איז זי געווען אפגעשוואכט, און נישט פארמאגט די געזונטע כוחות וואס א פלאנצוג האט. און ווי מער זי האט פארלוירן אירע אינערליכע כוחות, אלץ מער האט זי נישט געוואלט אז מ'זאל איר בכלל קויפן. ווייל זי האט מורא געהאט אז אויב מ'וועט איר באטראכטן פון די 'נאנט'! וועט מען זעהן אז אינעווייניג איז זי בכלל נישט דאס וואס זי שטעלט ארויס פון זיך! דערפאר פלעגט זי ציטערן פון 'נאנטשאפט'.

וואס דער פלאנצונג דארף טון, איז איינזעהן, אז דער עיקר איז די 'אינעווייניג'. מענטשן קויפן א פלאנצונג ווייל זיי דארפן ריינע לופט. זיי דארפן די אינערליכע כוחות פון א פלאנצונג, אז זי וועט בעיקר קוקן צו פלעגן אירע אינערליכע כוחות, וועט איר געבוי, און אירע שיינע בלעטער, און איר הויעך, אויך זיין 'אטאמאטיש' גוט. אבער זיך פארלייגן אויף די דרויסן, איז זיכער אז ס'איז נישט גוט. דאס זיכער נישט.

דאס איז דער דרייער! לדעתי. והשם הטוב יעזור. די משל איז נישט אינגאנצן גלייך צום נמשל. ווייל א מענטש דארף וויסן אז דער עיקר חשיבות זיינע איז אז ער איז א חלק אלוק ממעל. און נישט די חיצוניות בכלל.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 7:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

WOW נשמה, פיל קריעטיוויטי, די משל איז געמאכט לויטן נמשל ס'איז כמעט די נמשל אליין ;l;p-
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

ליג איך מיר אזוי אין בעט 8:30 אינדערפרי, מיין זייגער האב איך שוין געדרוקט 'סנוז', איך דריי מיך אהער און אהין, יא אויפשטיין? נישט אויפשטיין?, צו וואס אויפשטיין? בעסער בלייב איך פארשטעקט אונטערן דאכענע.. איך האב נישט קיין כח, א צעמישטע וועלט, פיל מיט ספיקות! געפילן רוישן! איך ווייס אליין נישט וואס איך וויל פון מיר אליין, ס'איז מיר טונקל! דא אונטערן דאכענע, קיינער באדערט נישט, קיינער איז מיר גארנישט מחייב, אלעס איז איין שטיק שלוה, דריי איך מיך אהער, דריי איך מיך אהין, ענדלך באשלוס איך, נישטא קיין ברירה! ווילאנג קען איך דען בלייבן דא פארשטעקט?

שוין, ענדליך איך שטיי אויף, שוין! מ'דארף גיין דאווענען יוש! איך האב נישט קיין כח צו גיין אין ביהמ"ד וואו איך מוז אריין קומען מיטן גראדן רוקן ווי צו זאגן פאר מיר אליין און פאר מיינע ארומיגע, 'איך בין נאמאלע מענטש' 'מיך פעלט גארנישט' ווי כאילו איך בין געבוירן אויף א בוים, איך בין א ראבאט! אהן קיין שפיר פון דורכפאל, איך קען נישט! יעדן טאג שפיל איך דעם שפיל, איך האב שוין נישט קיין כח צו דעם,

שוין, א ברירה האב איך? איך קען שוין נישט דאווענען אזוי לאנג ביחידות, שוין! צורעכט איך מיר מיינע פיאה'לעך, און איך לויף אין שול שוין היבש נאך זמן תפלה,
שטעל איך מיך דאווענען, צעמישט און צעחושט! איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, אוי באשעפער!! מאך מיר שוין ליכטיג מיין הארץ ס'איז מיר עפעס אזוי טונקל! איך ווייס אליין נישט וואס, איך ענדיג דאווענען, איך לויף אין כולל, מיין חברותא א "נארמאלער מענטש" געבוירן אין וויליאמסבורג, ער קומט יעדן טאג און צייט, שוין, יעצט דארף איך שוין פילן שלעכט, זיך אנטשולדיגן פארן קומען שפעט, אוי! איך האב שוין נישט קיין כח! לאמיך שוין זיין מיט מיר אליין! איך קען נישט מער אריבער טראגן דעי פאלטשע דאפלטע לעבן פון דארפן באהאלטן אלע מיינע קוועטשענישן אין מיר, אין אינדרויסן באווייזן פאר יעדן א שיינעם פנים ווי כאילו קיינמאל גארנישט, ווייל אויב נישט וועל איך זיין דער אומגעשמאק'ער אומבחנ'טער יונגערמאן,
איך פרוביר מיך מצמצם צו זיין אין לערנען, איך בין דאך א שארפער למדן, איך וויל נישט אוועק נעמען דעם אימעדזש פון מיר, אויב יא, פון וואס וועל איך נעמען סיפוק איך וועל מיך פילן ממש ווי א ליידיגע זאק.. א אומגעלונגענע פראדוקט עפעס אראפגעפאלן דא..,

שוין! געענדיגט דאס לערנען, יעצט גייט מען אהיים פאר לאנטש, יעעעצט הייבט זיך עס אהן!! איך מוז אהיים קומען און ארויפציען א שמייכל פון אויער צו אויער, ווי אזוי איז געווען דיין טאג? פרעגט מיר מיין אשת חיל אזוי שיין, ב"ה קען נישט זיין בעסער! ממש מעין עולם הבא! טשאדאש!, און ווי אזוי איז אריבער דיין טאג? דאאא הייבט זיך עס אן,
איינער האט מיך געזאגט אז זי איז געגאנגען.. און געקומען.. הערסט?! מורא'דיגQ און זי האט געמיינט.. און נאכדעם צוריקגצויגען.. הערסט? חני איז געווען היייייי מיט דעי קלייד (נו שוין! וואס ווייטער? איך בין זייער נייגעריג) זי איז געווען אזוי אימפרעסט!! און איך שמייכל מיט, WOW!! עכט?! ממש צום באוואונדערן דיין גאנצע סטארי דא!
און אויב איז זי באטראפעצט און דעפרעסט דארף איך יעצט דינען אלס פסיכאלאג איר "אויך" צו בארואיגן פארשטייסט? איך האב שוין נישט קיין כח צו אזופיל שעבודים, לאמיך שוין זיין מיט מיר אליין,

אזוי פארט דער טאג ווי א ראלער קאוסטער, קיינער האט נישט קיין רחמנות אויף מיר, נישט קיין חילוק און וועלכע מאוד איך בין נישט קיין חילוק וואס פאר א געפילן רוישן יעצט אין מיין הארץ, איך מוז מיט פארן מיטן באן, אז נישט, בלייב איך שטעקן, איך מוז אלעס דעקן, קיין מינוט זיך צו מתבודד זיין מיט מיך אליין האב איך נישט, איך קען מיך נישט אראפזעצן טראכטן וואס טו איך דא? וואס איז מיין תפקיד?, א צעמישעניש...! איך בין צושאסן.. באשעפער, ווייז מיר דעם וועג, עפען מיינע אויגן, רעד צו מיר אליין.. און זאג מיר ביטע וואס פארלאנגסטו פון מיר? און וויאזוי גיב איך מיר אן עצה דא מיט מיר אליין? איך בעט דיר!

מיינט'ס נישט אז איך בין עפעס א שלעפער, און א דורכפאל פון א מענטש, ניין! מענטשן האלטן מיר דערעקט פאר א געלונגענער מענטש, איך פארמאג פארשידענע מעלות (איך קען אפי' דעם אניגראם), אבער איין באשעפער ווייסט וואס טוט זיך אונטער דעם שיינעם שלייער טאקע פון די סארט מענטשן.

איך ווייס נישט צו דעיס בלאנגט דא, אבער אזוי ווי איך האב נישט קיין בעסערע פלאץ און איך גלייב אז עס זענען דא "פארשידענע" טייפס פון אניגראם וואס וועלן זיך טרעפן דא דורכאויס זייער טאג טעגליכן (אינערליכע) צומישטן סדר החיים, האב איך עס דא אריין געלייגט, ואתכם הסליחה.

תמיד בשמחה!
לעצט פארראכטן דורך מח בקדקדו אום דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 9:25 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נייס!
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

מח בקדקדו האט געשריבן:ליג איך מיר אזוי אין בעט 8:30 אינדערפרי, מיין זייגער האב איך שוין געדרוקט 'סנוז', איך דריי מיך אהער און אהין, יא אויפשטיין? נישט אויפשטיין?, צו וואס אויפשטיין? בעסער בלייב איך פארשטעקט אונטערן דאכענע.. איך האב נישט קיין כח, א צעמישטע וועלט, פיל מיט ספיקות! געפילן רוישן! איך ווייס אליין נישט וואס איך וויל פון מיר אליין, ס'איז מיר טונקל! דא אונטערן דאכענע, קיינער באדערט נישט, קיינער איז מיר גארנישט מחייב, אלעס איז איין שטיק שלוה, דריי איך מיך אהער, דריי איך מיך אהין, ענדלך באשלוס איך, נישטא קיין ברירה! ווילאנג קען איך דען בלייבן דא פארשטעקט?

שוין, ענדליך איך שטיי אויף, שוין! מ'דארף גיין דאווענען יוש! איך האב נישט קיין כח צו גיין אין ביהמ"ד וואו איך מוז אריין קומען מיטן גראדן רוקן ווי צו זאגן פאר מיר אליין און פאר מיינע ארומיגע, 'איך בין נאמאלע מענטש' 'מיך פעלט גארנישט' ווי כאילו איך בין געבוירן אויף א בוים, איך בין א ראבאט! אהן קיין שפיר פון דורכפאל, איך קען נישט! יעדן טאג שפיל איך דעם שפיל, איך האב שוין נישט קיין כח צו דעם,

שוין, א ברירה האב איך? איך קען שוין נישט דאווענען אזוי לאנג ביחידות, שוין! צורעכט איך מיר מיינע פיאה'לעך, און איך לויף אין שול שוין היבש נאך זמן תפלה,
שטעל איך מיך דאווענען, צעמישט און צעחושט! איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, אוי באשעפער!! מאך מיר שוין ליכטיג מיין הארץ ס'איז מיר עפעס אזוי טונקל! איך ווייס אליין נישט וואס, איך ענדיג דאווענען, איך לויף אין כולל, מיין חברותא א "נארמאלער מענטש" געבוירן אין וויליאמסבורג, ער קומט יעדן טאג און צייט, שוין, יעצט דארף איך שוין פילן שלעכט, זיך אנטשולדיגן פארן קומען שפעט, אוי! איך האב שוין נישט קיין כח! לאמיך שוין זיין מיט מיר אליין! איך קען נישט מער אריבער טראגן דעי פאלטשע דאפלטע לעבן פון דארפן באהאלטן אלע מיינע קוועטשענישן אין מיר, אין אינדרויסן באווייזן פאר יעדן א שיינעם פנים ווי כאילו קיינמאל גארנישט, ווייל אויב נישט וועל איך זיין דער אומגעשמאק'ער אומבחנ'טער יונגערמאן,
איך פרוביר מיך מצמצם צו זיין אין לערנען, איך בין דאך א שארפער למדן, איך נישט אוועק נעמען דעם אימעדזש פון מיר, אויב יא, פון וואס וועל איך נעמען סיפוק איך וועל מיך פילן ממש ווי א ליידיגע זאק.. א אומגעלונגענע פראדוקט עפעס אראפגעפאלן דא..,

שוין! געענדיגט דאס לערנען, יעצט גייט מען אהיים פאר לאנטש, יעעעצט הייבט זיך עס אהן!! איך מוז אהיים קומען און ארויפציען א שמייכל פון אויער צו אויער, ווי אזוי איז געווען דיין טאג? פרעגט מיר מיין אשת חיל אזוי שיין, ב"ה קען נישט זיין בעסער! ממש מעין עולם הבא! טשאדאש, און ווי אזוי איז אריבער דיין טאג? דאאא הייבט זיך עס אן,
איינער האט מיך געזאגט אז זי איז געגאנגען.. און געקומען.. הערסט?! מורא'דיגQ און זי האט געמיינט.. און נאכדעם צוריקגצויגען.. הערסט? חני איז געווען היייייי מיט דעי קלייד (נו שוין! וואס ווייטער? איך בין זייער נייגעריג) זי איז געווען אזוי אימפרעסט!! און איך שמייכל מיט, WOW!! עכט?! ממש צום באוואונדערן דיין גאנצע סטארי דא!
און אויב איז זי באטראפעצט און דעפרעסט דארף איך יעצט דינען אלס פסיכאלאג איר "אויך" צו בארואיגן פארשטייסט? איך האב שוין נישט קיין כח צו אזופיל שעבודים, לאמיך שוין זיין מיט מיר אליין,

אזוי פארט דער טאג ווי א ראלער קאוסטער, קיינער האט נישט קיין רחמנות אויף מיר, נישט קיין חילוק און וועלכע מאוד איך בין נישט קיין חילוק וואס פאר א געפילן רוישן יעצט אין מיין הארץ, איך מוז מיט פארן מיטן באן, אז נישט, בלייב איך שטעקן, איך מוז אלעס דעקן, קיין מינוט זיך צו מתבודד זיין מיט מיך אליין האב איך נישט, איך קען מיך נישט אראפזעצן טראכטן וואס טו איך דא? וואס איז מיין תפקיד?, א צעמישעניש...! איך בין צושאסן.. באשעפער, ווייז מיר דעם וועג, עפען מיינע אויגן, רעד צו מיר אליין.. און זאג מיר ביטע וואס פארלאנגסטו פון מיר? און וויאזוי גיב איך מיר אן עצה דא מיט מיר אליין? איך בעט דיר!

מיינטס נישט אז איך בין עפעס א שלעפער, און א דורכפאל פון א מענטש, ניין! מענטשן האלטן מיר דערעקט פאר א געלונגענער מענטש, איך פארמאג פארשידענע מעלות (איך קען אפי' דעם אניגראם), אבער איין באשעפער ווייסט וואס טוט זיך אונטער דעם שיינעם שלייער טאקע פון די סארט מענטשן.

איך ווייס נישט צו דעיס בלאנגט דא, אבער אזוי ווי איך האב נישט קיין בעסערע פלאץ און איך גלייב אז עס זענען דא "פארשידענע" טייפס פון אניגראם וואס וועלן זיך טרעפן דא דורכאויס זייער טאג טעגליכן (אינערליכע) צומישטן סדר החיים, האב איך עס דא אריין געלייגט, ואתכם הסליחה.

תמיד בשמחה!


4!

א מח בקדקדו? א "לב"! גרויס און ברייט ווי א זאל. זאל דיר השי"ת באלייכטן די אויגן און פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

גלייכגילטיג האט געשריבן:4!

א מח בקדקדו? א "לב"! גרויס און ברייט ווי א זאל. זאל דיר השי"ת באלייכטן די אויגן און פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.


מח בקדקדו האט געשריבן:"מח" אהן "לב" גייט נישט
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

fiena nieas האט געשריבן:פארוואס קען מען נישט זאגן איין נאמבער איז בעסער פונעם צווייטען דער זיבענער לעבט א חיים טובים ארימגענימען מיט חברים אלע מאל פאזיטיוו ענערדזי . דער אכטער נעמט גארנישט צום הארצן לעבט אויך א חיים טובים


נישט אינגאנצן ריכטיג, זיבענער קענען זיין זייער MOODY, אכטערס זענען די איינציגסטע וועלכע האבן נישט קיין ענגזייעטי (- אדהאן) אבער אוי קען ער זיך נעמען צים הארצן ווען זאכן (ליין מעטשען, ער וויל אז אלע מענטשען זאלן שיין הארכן...) גייען נישט ווי ער וויל.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

מח בקדקדו האט געשריבן:
מיינטס נישט אז איך בין עפעס א שלעפער, און א דורכפאל פון א מענטש, ניין! מענטשן האלטן מיר דירעקט פאר א געלונגענער מענטש, איך פארמאג פארשידענע מעלות (איך קען אפי' דעם אניגראם), אבער איין באשעפער ווייסט וואס טוט זיך אונטער דעם שיינעם שלייער טאקע פון די סארט מענטשן.


דא ליגט די סוד! די בעלי הרגש פילן ווי א דורכפאל אבער זיי זענען נישט, און זיי קענען זיין די געלונגענסטע מענטשן אויסערליך און דאך פילן ווי א שפחה חרופה מיט גרינע האר..

כ'האב אמאל געהערט פון ראביי ד''ר טווערסקי לאויט''א אין אינטערוויו אז ער איז געווען אלט 38 יאר ס'האט איהם גארנישט געפעלט, נחת געלט יוחס כבוד און וואס נישט, 'מיין ווייב פלעגט זיך בעטן ביי מיר זיי פרייליך! קוק וואספארע שיינע לעבן דו האסט.. און דאך פלעג איך אלץ פילן ווי איך בין גארנישט ווערט א לא יוצלח פון ערשטן קלאס'... און ער איז מאריך וויאזוי ער איז שפעטער צוגעקומען צו אויפבויען צוביסלעך זיין זעלבסט ווערד דורך CBT וכו'

ר' שמשון פינקוס דרוקט זיך אויס אויף א פלאץ, כלפי אז א מענטש שפירט זיך ווי א חוטא, אבער צומאל איז עס בס''ה א הרגש, והא ראיה בזמן שבית המקדש היה קיים ווען ער וואלט ווען געוואלט ברענגען א קרבן וואלט די קרבן געווען פסול ופיגול! חולין בעזרה! בס''ה א דמיון!

אבער גם זה נכנס בק''ו, אז הא גופא אז א מענטש זעהט בעיני שכלו אז ער איז א געלונגעגנע מענטש נאר אינצייט פילט ער פארשוועכט, איז א גוטע טעראפי פאר זיך צו צוביסלעך אפטיילן די 'הרגש' פון די 'מציאות', ווי מער מ'זעהט אז ס'נאר 'מיין' 'הרגש' און איך ברויך עס נישט פייטן, און נישט 'באהאלטן' אדרבה זיין אפען דערמיט מיט זיך מיט די ווייב און מיט די חברים, אלץ רואיגער ווערט מען מיט זיך,

יעדע מענטש האט חסרונות, אבער איך האב א חיסרון אז איך 'שפיר' אז 'איך בין מלא חסרונות', נו זאג דו מיר וועלכע חיסרון וועגט מער?.. בודאי ס'איז גרויסע יסורים צו שפירען בשפלות, אבער ווען א מ'קומט צום הכרה אז דעיס איז מיין חיסרון, אבער בעצם האב איך אסאך מעלות, נאר איך שפיר עס נישט, און פונקט ווי גרונם מעג זאגן פארן גבאי'ן 'שיק מיר נישט צו צום עמוד ווייל איך קען נישט קייין נוסח' אדער שעפטיל 'איך פארשטיי נישט זיינע דרשות ס'צי טיעף פאר מיר' אדער זרח 'איך קען נישט ווארטן אזוי לאנג איך ווער שנעל צופלאצט' מעג איך זאגן: 'איך קען נישט צוגיין ווייל איך גיי פילן ווי דער עולם האט נישט ליעב מייין דאווענען' 'איך וויל נישט גיי צו דעי חתונה ווייל איך צופיל קאמפלעקס דארט' אדער זאגן פארן ווייב 'איך האב נישט קיין כח צו דאווענען מיט מנין היינט ווייל איך פיל נישט גוט בנפש' וואס איז? ס'פאני? אפשר ביסטו פאני? דעיס בין איך! דעיס איז מיין חיסרון! נאר דו מעגסט האבן חסרונות? הא??...

א גוטע וואך
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח בקדקדו האט געשריבן:ליג איך מיר אזוי אין בעט 8:30 אינדערפרי, מיין זייגער האב איך שוין געדרוקט 'סנוז', איך דריי מיך אהער און אהין, יא אויפשטיין? נישט אויפשטיין?, צו וואס אויפשטיין? בעסער בלייב איך פארשטעקט אונטערן דאכענע.. איך האב נישט קיין כח, א צעמישטע וועלט, פיל מיט ספיקות!

מ'קען אנעליזירן וואס דו שרייבסט דא. צו דו רעדסט פון דיר, צו פון א צווייטן, אבער פון וועם דו רעדסט דא, קוקט אויס ווי איינער וואס פרובירט אגאנצן טאג צו מאכן זאכן 'קלאר', און קען נישט דורכשניידן דעם פארוויקלעניש פון זיין 'אינערליכער' וועלט מיט וואס ער באגעגנט זיך אין זיין טאג. און דאס קאסט אים כוחות. זייער מעגליך אז מ'רעדט דא פון 'פיר' וואס גייט צו 'צוויי', (אדער אפשר פיר מיט א דרייער פליגל). וואס די פירער געפילן מישן צאם די קלארע אבדשעקטיוו וועלט, און ס'ווערט ספיקות. אזוי ווי דו שרייבסט ווייטער...
געפילן רוישן! איך ווייס אליין נישט וואס איך וויל פון מיר אליין, ס'איז מיר טונקל!

פון דא קוקט אויס, ווי פאר עפעס א סיבה האסטו אוועקגענומען פון דיין אינעווייניג די 'ליכטיגקייט' צו אריינשיינען און אריינקוקן דארט, "וואס וויל איך"? "וואס פיל איך"?. די שאלה איז וויאזוי צינד איך ב"ה דארט אן א ליכט.
דא אונטערן דאכענע, קיינער באדערט נישט,

פון דעם זעהט מען א 'מענטשן' זענען די וואס באדערן דיר. איך טראכט פון 'צוויי', צווייער שפירן אז זיי דארפן מאכן 'יענעם' גוט שפירן. און נאר ווען זיי מאכן יענעם גוט שפירן, ערלויבן זיי זיך צו זיין רואיג. אדער פיר מיט דריי.
קיינער איז מיר גארנישט מחייב, אלעס איז איין שטיק שלוה,

געב א קוק ווי שטארק מענטשן זענען דיר 'מחייב', און ווי שטארק דו דארפסט די שלווה. די שאלה איז, וואסערע חלק פון דיר ווילן 'מענטשן'? וואס זענען מענטשן 'מחייב'? וואס וועקן זיי אויף? אז דו דארפסט דיך פאר זיי אהערשטעלן, געב א קוק ווי שטארק דו פילסט אז מענטשן זענען דיר 'מחייב' עפעס וואס נעמט אוועק דיין שלווה. געב א קוק ווי שטארק שלווה דו האסט ווען דו ביסט נישט נעבן מענטשן.
דריי איך מיך אהער, דריי איך מיך אהין, ענדלך באשלוס איך, נישטא קיין ברירה! ווילאנג קען איך דען בלייבן דא פארשטעקט?

שוין, ענדליך איך שטיי אויף, שוין! מ'דארף גיין דאווענען יוש! איך האב נישט קיין כח צו גיין אין ביהמ"ד וואו איך מוז אריין קומען מיטן גראדן רוקן ווי צו זאגן פאר מיר אליין און פאר מיינע ארומיגע, 'איך בין א נארמאלער מענטש' 'מיך פעלט גארנישט' ווי כאילו איך בין געבוירן אויף א בוים, איך בין א ראבאט! אהן קיין שפיר פון דורכפאל, איך קען נישט! יעדן טאג שפיל איך דעם שפיל, איך האב שוין נישט קיין כח צו דעם,

אפשר ליגט דא דעם תירוץ? אפשר איז דער 'שפיל', וואס ציהט פון דיר 'כוחות'? דאס אז דו מוזט דיך אהערשטעלן אלץ 'נארמאל', אז ס'פעלט דיך 'גארנישט', ווי כאילו אן דיינע 'צוגעלייגטע' כוחות וועלן מענטשן 'מערקן' אויף דיר עפעס א 'דורכפאל'? פארוואס איז דיין 'אינערליכקייט א דורכפאל'? פארוואס טארסטו נישט זיין קיין דורכפאל, עכ"פ אין משה גרונמ'ס אויגן, עכ"פ פאר אביסל? זעהסט דאך וויפיל כוחות ס'נוצט פון דיר? און ווער זאגט אז ס'איז וויכטיג? אפשר איז עס ענערגיע וואס ווערט גענוצט פון דיר פאר גארנישט און פאר נישט?
שוין, א ברירה האב איך? איך קען שוין נישט דאווענען אזוי לאנג ביחידות, שוין! צורעכט איך מיר מיינע פיאה'לעך, און איך לויף אין שול שוין היבש נאך זמן תפלה,
שטעל איך מיך דאווענען, צעמישט און צעחושט! איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, אוי באשעפער!! מאך מיר שוין ליכטיג מיין הארץ ס'איז מיר עפעס אזוי טונקל! איך ווייס אליין נישט וואס,

מיין הארץ גייט אויס. דו ווייסט? אזאנע ווערטער? "איך ווייס אליין נישט וואס", מיינט אז דו דארפסט אנצינדן אינערליך א 'ליכטיגקייט', און 'נישט מורא האבן פון דיר אליין' צו זיין מיט דיר אליין. צו זיין דיר אליין. פארוואס קענסטו נישט ברבים זיין 'דיר אליין'? פארוואס מוזטו זיך אהערשטעלן? ווער זאגט בכלל אז איינער אין דיין ארום אפרישיעט דיין פלאג? ווער זאגט דיך אז ס'איז נישטא א בעסערע וועג? צייט צו טראכטן מיסטער.
איך ענדיג דאווענען, איך לויף אין כולל, מיין חברותא א "נארמאלער מענטש" געבוירן אין וויליאמסבורג, ער קומט יעדן טאג און צייט, שוין, יעצט דארף איך שוין פילן שלעכט, זיך אנטשולדיגן פארן קומען שפעט, אוי! איך האב שוין נישט קיין כח!

ווייטער 'יענער', ס'קוקט זייער אויס אז דו לעבסט פאר יענעמ'ס גוטע געפיל.
לאמיך שוין זיין מיט מיר אליין! איך קען נישט מער אריבער טראגן דעי פאלטשע דאפלטע לעבן פון דארפן באהאלטן אלע מיינע קוועטשענישן אין מיר, אין אינדרויסן באווייזן פאר יעדן א שיינעם פנים ווי כאילו קיינמאל גארנישט, ווייל אויב נישט וועל איך זיין דער אומגעשמאק'ער אומבחנ'טער יונגערמאן,

דא זעהט מען ווי שטארק ס'איז איינגעווארצלט אין דיר דעם 'פחד' פון זיין 'אומגעשמאק', און 'אומבא'חנ'ט'. און ווי שטארק דו אליין באהאלסט דיינע קוועטשענישן אין דיר, און דו אליין ווילסטעך מיט זיי נישט באגעגענען אויס מורא אז ס'וועט ארויסליקן. דאס קאסט דיר 'כוחות' אזוי ווי דו וויינסט נעבעך "איך האב שוין נישט קיין כח". ווי שטארק דו פילסט אז אינערליך ביסטו 'אומבא'חנ'ט און אומבא'טעמ'ט און דו האסט מורא אז מ'וועט עס זעהן, און דו מיינסט אז דו מוזט עפעס באהאלטן. ווי שטארק דו האלסט אז אויב ס'קוועטשט עפעס איז מען 'אומבא'חנ'ט און אומבא'טעמ'ט.
איך פרוביר מיך מצמצם צו זיין אין לערנען, איך בין דאך א שארפער למדן, איך נישט אוועק נעמען דעם אימעדזש פון מיר, אויב יא, פון וואס וועל איך נעמען סיפוק איך וועל מיך פילן ממש ווי א ליידיגע זאק.. א אומגעלונגענע פראדוקט עפעס אראפגעפאלן דא..,

האסט אזוי מורא פון זיין 'אומגעלונגען'. נישט 'אומגעלונגען', נאר אז דו שטעלסט דיך פאר וויאזוי מענטשן קוקן דיך אן. און דערפאר נוצטו אלע דיינע כוחות. טראכט אריין, אינערליך ביסטו אן אומגעלונגען פראדוקט, און דו מוזט עס באהאלטן.
שוין! געענדיגט דאס לערנען, יעצט גייט מען אהיים פאר לאנטש, יעעעצט הייבט זיך עס אהן!! איך מוז אהיים קומען און ארויפציען א שמייכל פון אויער צו אויער,

זעהסט? אבער מ'טאר נישט זיין אמת'דיג. אללללללעס איז גוט. "איך מוז ארויפציען א שמייכל און איך קען נישט אריינקוקן אין מיר און ארויסווייזן דעם אמת".
ווי אזוי איז געווען דיין טאג? פרעגט מיר מיין אשת חיל אזוי שיין, ב"ה קען נישט זיין בעסער! ממש מעין עולם הבא! טשאדאש!, און ווי אזוי איז אריבער דיין טאג? דאאא הייבט זיך עס אן,
איינער האט מיך געזאגט אז זי איז געגאנגען.. און געקומען.. הערסט?! מורא'דיג, און זי האט געמיינט.. און נאכדעם צוריקגעצויגען.. הערסט? חני איז געווען היייייי מיט דעי קלייד (נו שוין! וואס ווייטער? איך בין זייער נייגעריג) זי איז געווען אזוי אימפרעסט!! און איך שמייכל מיט, WOW!! עכט?! ממש צום באוואונדערן דיין גאנצע סטארי דא!
און אויב איז זי באטראפעצט און דעפרעסט דארף איך יעצט דינען אלס פסיכאלאג איר "אויך" צו בארואיגן פארשטייסט? איך האב שוין נישט קיין כח צו אזופיל שעבודים, לאמיך שוין זיין מיט מיר אליין,

דו האסט ערגעץ ווי פארלאשן דיין אינערליכקייט, און אנגעהויבן לעבן מיט שעבודים, קוקט אויס ווי "צוויי", יענער, איך מוז יענעם צופרידן שטעלן. קוקט זייער אויס ווי דו האסט מורא אויסצודרוקן דיינע אינערליכע געפילן. אזא צווייערישקייט. אדער פיר מיט דריי.
אזוי פארט דער טאג ווי א ראלער קאוסטער, קיינער האט נישט קיין רחמנות אויף מיר, נישט קיין חילוק און וועלכע מאוד איך בין נישט קיין חילוק וואס פאר א געפילן רוישן יעצט אין מיין הארץ, איך מוז מיט פארן מיטן באן, אז נישט, בלייב איך שטעקן, איך מוז אלעס דעקן,

און אוודאי מוזטו דעקן, אוודאי מוזטו דעקן, "יעדער אויף די וועלט מוז זיין צופרידן". ווען גייסטו אנהייבן לעבן וואס 'דו' פילסט?

קיין מינוט זיך צו מתבודד זיין מיט מיך אליין האב איך נישט, איך קען מיך נישט אראפזעצן טראכטן וואס טו איך דא? וואס איז מיין תפקיד?, א צעמישעניש...! איך בין צושאסן.. באשעפער, ווייז מיר דעם וועג, עפען מיינע אויגן, רעד צו מיר אליין.. און זאג מיר ביטע וואס פארלאנגסטו פון מיר? און וויאזוי גיב איך מיר אן עצה דא מיט מיר אליין? איך בעט דיר!

פארוואס קענסטו זיך נישט אראפזעצן טראכטן? אפשר האסטו דיך צואגעוואוינט צו לעבן נאר מיט יענעם, און נישט לעבן מיט 'דיך' אביסל?
מיינטס נישט אז איך בין עפעס א שלעפער, און א דורכפאל פון א מענטש, ניין! מענטשן האלטן מיר דערעקט פאר א געלונגענער מענטש, איך פארמאג פארשידענע מעלות (איך קען אפי' דעם אניגראם), אבער איין באשעפער ווייסט וואס טוט זיך אונטער דעם שיינעם שלייער טאקע פון די סארט מענטשן.

איך ווייס נישט צו דעיס בלאנגט דא, אבער אזוי ווי איך האב נישט קיין בעסערע פלאץ און איך גלייב אז עס זענען דא "פארשידענע" טייפס פון אניגראם וואס וועלן זיך טרעפן דא דורכאויס זייער טאג טעגליכן (אינערליכע) צומישטן סדר החיים, האב איך עס דא אריין געלייגט, ואתכם הסליחה.

תמיד בשמחה!

נישט קיין חילוק וועכע נומער, אבער דאס איז זיכער אז ערגעץ וואו האסטו באשלאסן 'יענער'! איך אינערליך בין גארנישט! דאס איז זיכער! וועגן דעם 'יענער'! זאג מיר צו די עצה איז צו באשליסן "און וואס פיל איך?" נישט אלץ 'איגו' אויס ח"ו, נאר סתם לעב מיט דיך אליין? בין איך גערעכט?
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

די זאך שמעקט מיר 4 מיט א ווינג פון 3. די קווענקעלנישן, די צומישעניש, די ריס אין זיך צו מען זאל גיין צו די די וועלט אדער בלייבן אין זיך. זיכער נישט צוויי נשמה, די צווייערס זענען ווייט נישט אזוי דינאמיש, טיף און קאמפלעצירט, די דריי אויך נישט.

איך בין א 4 מיט 3 און איך קען פילן אלעס וואס מח שרייבט. איך בין אקטיוו, זייער אקטיוו, אבער דאן בין איך מיר, איך דארף יעדעם געפעלן, אבער איך בין אייגענארטיג, איך בין מפורסם אבער אויך פריוואט, איך האב איך מיר טיילמאל קעגנזייטיגע נאטורן. מענטשן קענען אפטמאל מיינען אז איך בין א לעבעדיגע אומשעמעדיגע מענטש, אבער אין אמתן בין איך צוריקגעצויגן. איך ווער משוגע עקסיידעט פון א ׳ריזיגע׳ דזשאמבאו מצב, אבער אויך זייער מאדי נאכדעם. איך בין גאנץ א גוטע דיפלאמאט, אבער איך האב פיינט פאלשע שמייכלען. איך פיר גאנצע קופקעס, און ארום מיר קלעבן זיך אן מענטשן אבער איך בין אין טון פון יעדענס געפילן, און איך וואטש מוראדיג שטארק אויף דעם. איך לייג אראפ גוט א מצב צומאל אז דער עולם קאטשעט זיך אבער איך בין אימזיכער מיט מיר.

דאס איז א טייל פון א מענטש וואס האט קעגנזייטיגע נאטורן
לשון הוא קולמוס הלב..
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”