עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דינסטאג מאי 08, 2012 12:20 pm
איך זיך א הדלקה אין וויליאמסבורג וואס וועט זיין דאנערשטאג נאכמיטאג אדער אויפדערנאכט. ביטע ווער עס ווייסט זאל דא פאוסטן.
בכלל קען מען לייגן דא א ליסטע פון אלע הדלקה'ס און די זמנים דערפון.
יישר כח
Advertisement
דינסטאג מאי 08, 2012 12:31 pm
די אלע הדלקות פון קהלות און חסידי'שע הויפן זענען געווענליך די ערשטע נאכט, (בכלל איז א הדלקה נאר אינטערסאנט ביינאכט, אזוי ווי די גמ' זאגט שרגא בטיהרא מאי מהני) ל"ג בעומר מיטאג קומען געווענליך פאר קלענערע הדלקות דורך תלמיד תורה'ס פאר די קלענערע קינדער, כ'ווייס נישט וויפיל הדלקות עס וועט זיין אין וויליאמסבורג, אבער לויט ווי מיין נוירסערי יונגל האט נעכטן אהיימגעברענגט א צעטל וועט מארגן דאנערשטאג פארקומען א הדלקה אין הויף פון סאטמאר קינדערגארטן, וואו עס וועלן זיך פרייען די תשב"ר אינאיינעם מיט זייערע מלמדים.
עס איז זיכער דא נאך אין וויליאמסבורג, ווער עס ווייסט קען פאוסטן.
לעצט פאראכטן דורך
פישל אום דאנערשטאג מאי 10, 2012 4:34 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג מאי 08, 2012 2:08 pm
צווישן די פולע הדלקה'ס אין מיין ליבע שטעטעלע וומ"ס ציילט זיך באיאן, סטאלין, טשערנאוויץ, וויזניץ צמח צדיק(מסתם ביידע), קאשוי.
צייטן פון אלע ווייס איך נישט, און עס איז דא נאך וואס איך דענק נישט מאמענטאל.
דינסטאג מאי 08, 2012 2:10 pm
ת"ת וויען מאכט געווענליך א הדלקה ל"ג בעומר אינמיטן טאג אויף טעילאר סט. קר. בעדפארד
דאס יאר ווייס איך נישט, ווייל די ת"ת האט שוין געמופט אויף ווילסאן סטריט.
דינסטאג מאי 08, 2012 4:13 pm
סתם ווייל איך בין אין די גיסטע.................
דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:44 pm
כ'מוז דיר זאגן, סתם ווייל ס'איז סוויט...
פרייטאג מאי 16, 2014 2:19 pm
די לעצטערע יאר איז א נייע ערשיינונג ביים חרדישער ציבור אלוועלטליך, די קינדער מיטשען שוין יעצט ערב שב''ק טאטי צו וועלכע הדלקה נעמסטו מיר מוצש''ק,
רבותי נא ווי צינדט מען אלס, צו קענען מאכען דעם ריכטיגער דעסיזשען?
פרייטאג מאי 16, 2014 5:30 pm
די מקור פאר הדלקה'ס אין חוץ לארץ איז עפעס שטערקער ווי עסן טשולענט ליל שישי?
שבת מאי 17, 2014 10:52 pm
פריי זיך האט געשריבן:די מקור פאר הדלקה'ס אין חוץ לארץ איז עפעס שטערקער ווי עסן טשולענט ליל שישי?
הער אויס, אין ירושלים מאכט מען אויך פייער'ס. עס האט אויך נישט קיין מקור. נאר ווייל מען האט נישט געוואלט אדער געקענט פארן קיין מרון - וועגן תערבות וכדו' - האט מען געמאכט אין ירושלים. און היינט אפי' עס איז שוין דא א כשרע וועג צו פארן קיין מרון, מאכט מען ווייטער אין ירושלים.
אלזא אז איינער איז אין אמעריקע, איז ער ווייניגער אונס, ווי איינעם אין ירושלים? ער קען נישט צו ער האט נישט געוואלט פארן קיין מרון, טא, מאכט מען א פייער ווי מען איז.
זונטאג מאי 18, 2014 12:02 am
ועוד, פילע רביים וואס מאכען מארגען הדלקה'ס אין מירון מאכען איצט ביינאכט אין י-ם, צפת.
הנח להם לישראל אם לאו נביאים....
זונטאג מאי 18, 2014 12:45 am
די טעם פארן מאכן א הדלקה איז וויבאלד ר' שמעון האט פארשפרייט ליכטיקייט אויף די גאנצע וועלט. נו איז דאך נישט קיין חילוק ווי אין די וועלט מען געפינט זיך, איבעראל פארשפרייט מען ליכטיגקייט מיטן מאכן א הדלקה לכבוד התנא האלוקי
זונטאג מאי 18, 2014 10:21 am
נאך אפאר יאר וועט אין ווילי זיין קאנטרלירטע הדלקות דורך שומרים/חברים FDNY אזווי ערב פסח
זונטאג מאי 18, 2014 3:19 pm
אריבערגעגאנגען היינט דעם ת"ת ויואל משה אין וויליאמסבורג אויף בעדפארד קארנער וויליאמסבורג סט. און עס איז פארגעקומען א שיינע הדלקה פאר די ילדי הת"ת מיט זייערע מלמדים, געווען א מחזה הוד שבהוד, די קינדער מיט זייער אייגנארטיגן חן טאנצן לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
איך מיין אז פון יאר צו יאר פארשפרייט זיך מער און מער דער מנהג אין אלע מקומות אין חו"ל.
זונטאג מאי 18, 2014 11:05 pm
אין ויואל משה איז עס נישט קיין נייע זאך. פאר פיר פינעף יאר צוריק האט מען עס שוין זיכער געמאכט קען זיין פריער אויך.
דאנערשטאג מאי 22, 2014 4:29 pm
איינער זאגט מיר אז עס איז געווען גרינגער צו טרעפן מוצ"ש א הדלקה פייער,
ווי צו טרעפן א פייער ערב פסח ביי שריפת חמץ...
פרייטאג מאי 23, 2014 8:29 am
רבי הערשל האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז עס איז געווען גרינגער צו טרעפן מוצ"ש א הדלקה פייער,
ווי צו טרעפן א פייער ערב פסח ביי שריפת חמץ...