בלאט 1 פון 1
עסנווארג פראדוקציע Date codes
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 1:57 pm
דורך מי חכם
יעצט ספעציעל נאך פסח איז עס נוגע. ווער עס ווייסט די אינפארמאציע איבער די אלע כשרע עסן פראדוצירער וואס מאכן איינס אדער 2 מאל א יאר זייער גאנצע פראדוקשאן, און וויאזוי מען קען דאס זען אויפן פראדוקט גופא, צי עס איז געמאכט נאך פסח, אדער בעפאר.
בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס אפילו אזאלכע עכט היימישע קאמפאניס ווי "תענוג" סיריעל וכדומה, זאלן זיך נישט צושטעלן צום היימישן ציבור וואס איז מקפיד אויף די זאכן, און מאכן זייער פראדוקציע הארט נאך פסח, און מעגליך אפילו עס לעיבלען אז עס איז געמאכט נאך פסח.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 5:42 pm
דורך farshlufen
און פון וואו וועסטו וויסן אויף די אר"י'דיגע פראדוקטן?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2012 6:50 pm
דורך יענקל פאטאש
מאנכע מאל קען זיין בעסער אז זיי זאלען עס מאכן פאר פסח און פארקויפען כדת וכדין ווי איידער צו גיין צו א קאמפעני וואס די בעה"ב קען זיין א איד וואס פארקויפט נישט כדין. היינט איז זייער שווער זיך צו באווארענן. איך קויף צוזאם נאך פסח וואס איך קען (חוץ פון די פראדוקטען וואס קומען פון קלענערע קאמפאניס און מאכן דאס אליין נאך פסח) אין מיין גראסערי וואס איך ווייס איז איין ערליכער איד און פארקויפט די חמץ ביי איין ערליכער רב.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2012 8:40 pm
דורך לכל זמן
מי חכם האט געשריבן:... און וויאזוי מען קען דאס זען אויפן פראדוקט גופא, צי עס איז געמאכט נאך פסח, אדער בעפאר.
עס איז נישט דא קיין סטאנדארט אויף די קאודס, יעדע קאמפאני טוט ווי עס שמעקט איר.
ביי קדם ארבעט דאס צ.ב.ש. A23L איז יאנואר 23 יארע 12'.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2012 9:36 pm
דורך jkup50
איך האב אמאל געהערט אז אויף די א"י פראדאקטון איז דא א קאוד פון וויפול טעג נאך פסח עס איז געווארן געמאכט
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 24, 2012 6:34 am
דורך יאפין
jkup50 האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז אויף די א"י פראדאקטון איז דא א קאוד פון וויפול טעג נאך פסח עס איז געווארן געמאכט
כמיין אז ס'גייט לויט די טעג פונעם גוי'שן יאר. די ערשטע יאנואר איז 001, די צווייטע טאג איז 002 אא"וו.
אצינדערט מאכט מען א חשבון, אסרו חג פסח איז כך וכך טעג פון אנהייב גוי'עשע יאר ווייסט מען אז א קאוד מיט מיט א העכערע נאמבער איז פון נאך פסח.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 24, 2012 6:50 am
דורך יהיה כן
jkup50 האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז אויף די א"י פראדאקטון איז דא א קאוד פון וויפול טעג נאך פסח עס איז געווארן געמאכט
זעה דא פאר א וויכטיגע מאמר און הדרכה דערוועגן מאת הה״ג המומחה ר׳ משה וויא שליט״א מח״ס כשרות המזון כהלכה
http://www.shtaygen.co.il/?CategoryID=1 ... 755&Page=1
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 24, 2012 7:24 am
דורך farshlufen
יאפין האט געשריבן:jkup50 האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז אויף די א"י פראדאקטון איז דא א קאוד פון וויפול טעג נאך פסח עס איז געווארן געמאכט
כמיין אז ס'גייט לויט די טעג פונעם גוי'שן יאר. די ערשטע יאנואר איז 001, די צווייטע טאג איז 002 אא"וו.
אצינדערט מאכט מען א חשבון, אסרו חג פסח איז כך וכך טעג פון אנהייב גוי'עשע יאר ווייסט מען אז א קאוד מיט מיט א העכערע נאמבער איז פון נאך פסח.
דאס הייסט די julian code פאר א קאלענדער זעהט דא:
http://www.fs.fed.us/fire/partners/fepp/juliandate.htmאון דא האט איר א קאנווערטער:
http://www.onlineconversion.com/julian_date.htm
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 2:16 pm
דורך מי חכם
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 12, 2015 10:07 am
דורך מי חכם
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 13, 2015 11:03 am
דורך דוקטור
די קאוד די יאר איז 102 אדער 5102