באקומען פון א איד אין אי-מעיל. אנווייזונגען און עצות פאר א איד וואס פארט קיין אר"י דאס יאר ל"ג בעומר. תשחח"ל.
נסיעה לארה"ק ל"ג בעומר תשס"ט.
יום ג' – מקומט אהן אין ארה"ק בשעטו"מ – מען פארט אוועק פון עירפארט, מען גייט קיין ירושלים! די וועג נעמט בערך א שעה, מ'גייט אין האטעל/דירה מען רוהט זיך אויס, מען קען נישט שלאפן... פארוואס? ווייל די הייליגקייט ברענט, מען וויל ארויס גיין אינדרויסן, מען האנדעלט זיך דאן איין א זעקעלע פאפיטעס אויסגעזאלצענע – און שטארק אויסגעבאקן, מען נעמט א קאר [מונית; אזוי הייסט א קאר סערוויס אין א"י], תיכף צו [עיר העתיקה] אלשטאט ירושלים – מען נעמט קודם ארום ס'ירושלים מיט א חביבות - מען קוקט זיך אום ווי אונזערע אבות האבן מקריב געווען קרבנות, ווי מען איז געגאנגען עולה רגל זיין (ח"ו נישט לייגן קיין אויג אויף די טומאה וואס די ציונים האבן אריינגעפלאסן אהין). מען גייט נישט אין ערגעץ ווי --– נאר וואס עס מעגליך אריינצוכאפן אין א שעה צוויי. ווי למשל:
'הר הזיתים' - (נאר אויב עס איז מעגליך גיי אהין, דאס הייסט צוליב געפאר אדער צייט - זעה ווייטער ביי יום ו' עש"ק) אויף הר הזיתים; דארט ליגט זכרי' הנביא, אוה"ח הק' אין נאך. עס איז א אנגעפולטער בארג מיט קברים, אין מען ברויך זיך אויסקענען (עס איז כדאי צו פרעגן איינעם ווי מען גייט דארט – ווייל עס קען זיין א שטיקעלע סכנה).
'הר הצופים' – מען גייט ארויף אהין, עס איז א שיינער בארג ארויף (ווען מען קומט אהן אהין - באוויינט מען די הר הבית, וואס מען זעהט פונקט אקעגן איבער ווייט אוועק. מען רייסט זיך קריעה כמנהג אבותינו). דערנאך גייט מען צוריק צו חומת עיר העתיקה, עס איז דא אפאר שערים ווי מען גייט אריין, שער שכם וכדו' אין בתוך עיר העתיקה איז פארהאן א פארטש ווי מען קען זעהן דעם כותל... [דאס איז געזאגט פאר איינעם וואס וויל האלטן זיין קשר מיטן רבין זי"ע בעל דברי יואל] עס איז זייער שיין צו שפאצירן אין די געסלעך אין אלטשטאט, אבער מען דארף וויסן ווי מען גייט דארט. – ממש דארט ביים עק פון אלשטאט וועג ארויס איז דא 'קבר שמעון הצדיק', מיט די סנהדרין, מגדל דוד, קבר דוד, (לשיטתם ליגט דארט דוד המלך, אבער מען ווייסט נישט זיכער). אין די גאנצע ארום איז נשגב – לייג אראפ א תפלת מנחה אין אוהל פון שמעון הצדיק.
מען קומט אהן צוריק אהיים צו א געשמאקער קיללער נאכט אין ירושלים עיה"ק, וואס מען עסט פאר נאכטמאל קען איך נישט זאגן, אבער עס איז אלעס "איזרעילי פוד". מען לערנט א אידיש ווארט אין מען לייגט זיך שלאפן.
יום ד' - דא קען מען שוין אנהייבן מיט טורס. מען פארט קיין נגב (דרום), עין גדי, מצעדה, ים המלח, דאס איז א גאנצן טאג צו פארן.
'עין גיד' – איז א אינטערעסאנטער פלאץ – אינמיטן מדבר איז געווענליך נישטא קיין וואסער, דארט זעהט מען וואסערן מיט אינטערעסאנטע קוועלער, זייער אינטערעסאנט.
'מצעדה' - איז דא אינטערעסאנטע היילן וואס הורדוס האט געבויעט נאך אין די צייטן פון ביהמ"ק, מען זעהט די אמאליגע גרובער וואס מען האט געבויעט מיט מורא'דיגע חכמה, עס איז דא א "טשעיר לופט" וואס טראגט ארום דארט – [מיטנעמען אסאך וואסער דארט – עס איז זייער הייס דארט אין מדבר] מען פארט דארט אין 'מדבר יהודא' און 'מדבר פארן'.
'ים המלח' - דארף איך דיר נישט זאגן, וועסט אביסל זיצן אין וואסער אין אריינכאפן די מאקסימום – ווי וואונדערליך דאס איז מען בלייבט ליגן אויפן וואסער פלאך.
מען קומט צוריק אהיים קיין ירושלים, מען האנדלט זיך איין נאכטמאל אין מען לערנט א בלאט גמר' אויף די אוירא דירושלים, איי חבל על הזמן!
יום ה' – נעמט מען נאכאמאל א טורבוס, 'דרך האבות', (ווי עס ווערט איבערגעגעבן אז דארט איז געווען די וועג וואס אברהן אבינו איז געגאנגען צו די עקידה) 'חברון', איז דא א ביה"ח, 'קבר ישי ורות, מערת המכפלה', ביהמ"ד אברהם אבינו, [די זאכן זענען אלעס איינס לעבן דאס אנדערע, דארנאך פארט מען א שטיקל וועג צו 'קבר רחל' – איי מאמע רחל, עס עגבערט דעם ושבו בנים לגבולם... עס ברענט!...
עש"ק יום ו' – נעם א קאר צו 'קבר שמואל הנביא' דערנאך צוריק צו אלטשאט ירושלים, אין זיי משלים אלעס וואס מען האט אויסגעלאזט דינסטאג, אדער אפילו מען איז געווען – קען מען איבער גיין נאכאמאל, ווייל יעצט איז מען שוין מער אויסגערוהט, אין די צווייטע מאל אויף א פלאץ זעהט מען מער.
נאך אלטשטאט, אויב איז דא צייט כאפ דיר אריבער צום שוק 'מחנה יהודא' מען קוקט זיך אביסעלע אום, וואס מען זעהט נישט אין די גאנצע וועלט, גייט מען אביסעל אויף "גאולה" אין מען האנדעלט זין איין מאכלי שבת.
שב"ק – אוי עס ברענט די הייליגער שטאט ירושלים עיה"ק, עס וועט זיין א שבת צום געדענקן!
מוצש"ק – איז דא וואס כאפן זיך אריבער צו 'קבר דן בין יעקב' אבער איך וואלט געראטן זאלסט פראווען א שיינער מלוה מלכה פאר דיר, אין כאפ אריין נאך אביסל אין ירושלים, אין דערנאך גיי רוה דיך אויס פאר זונטאג.
יום א' – כאפט מען א טורבוס פון ירושלים קיין גליל (צפון NORTH) דארט וועט מען גיין אביסעלע פארן גוף אין דערנאך מאכן א "קאווער אפ" פארן נפש, זונטאג א גאנצן טאג וועט מען גיין אין די 'גולן'.
'גולן – GOLAN HEIGHTS '– דאס זענען שטחים וואס גרעניצט זיך מיט 'סיריע' פון דארט קען מען זעהן דגארנץ אר"י. עס איז דא צו טאן פאר א גאנצער טאג צו זיין דארט, אין די 'גולן בערג' אבער וויפיל מען איז דארט איז גוט, עס איז דא טשערי לופטס, דזשיפים, וכו' גענוג אין נאך.
יום ב' – טברי', עמוקה, צפת, מירון.
'טברי' - דארט איז דא אסאך ארומצוגיין סיי קברים אין סיי שיינע פלעצער 'טברי' איז אויפן שפת הכנרת, (כנרת – דאס איז די וואסער פון ווי גאנץ אר"י טרונקט). מען גייט צו קבר עקיבא, קבר מרים, אלישבע, בלהה, זלפה, ועוד. קבר הרמב"ם, של"ה הק', ר' אמי, ר' אסי, ר' יוחנן בן זכאי, ועוד. [די אלע זענען נישט ווייט]. דערנאך פארט מען 5-10 מינוט צו קבר ר' מאיר בעל הנס, סומכוס, (פארן וועג ארויף צו ר' מאיר, איז דא א ביה"ח אונטען, עס ליגן דארט אסאך גרויסע גדולים אבער איך בין נישט אזוי באקאנט).
'עמוקה' - גייט מען צום קבר יונתן בן עוזיאל, דארנאך צו קברים פון אביי ורבא, ר' יהודה הנשיאה, רב פפא, דוסא בן הרכינס, אבא שאול, ועוד. [עמוקה הייסט אזוי - ווייל עס איז א מורא'דיגער בארג אראפ, ממש א טאהל - וועסט שוין זעהן דארט וואס מיינט א בארג – אין ווי די באסעס פארן...].
אונטערוועגנס - וועט מען זיך אפשטעלן ביי 'ר' יהודא בר עילאי' עס איז א מוראדיגער סגולה פאר פרנסה זיין ציון. קבר ר' טרפון, קבר בניהו בן יהודיע, כרוספדראי,
'צפת' – מען גייט דארט צום אריה"ק מקוה, מען גייט אין די צפת'ער ביה"ח, עס נעמט א גוטע פאר שעה אויב גייט מען פאמעליך, לאמיר נאר שרייבן בערך וואס איך געדענק ווער עס ליגט דארט. אריה"ק, בית יוסף, ר' שלמה אלקבץ, האלשי"ך הק', הרמ"ק, בת עין, באר מים חיים, הושע בן בארי, ר' שמעון בן חלפתא, פנחס בן יאיר, חנה ושבעה בניה, רבינו בחיי/חובת הלבבות, נאך א געוואלד וואס ליגן דארט].
'מירון' – מען קומט אהן אויפן בארג, צו 'קבר רבי שמעון', מיטן גאנצן ברען דערפאר איז מען דאך געפארן, ווען דו קומסט אהן אהין, דאווען מעריב, צייל ספירה, אין גיי אריין אין אוהל צו ר' שמעון אין נעם א תהלים, קוק נישט ארויס דערפון ביז די ביסט פארטיג! לאז אלעס אפ, גיי נישט ארויס פון דארט ווילאנג דו שפורסט אז דו האסט אויסגעבעטן, (וועסט האבן גענוג צייט צו ארומקוקן די גאנצע זאך, לאז נישט ארויס די געלגעגענהייט) בלייב אין אוהל, איך זאג דיר!
דערנאך גיי צו 'ר' אלעזר ב"ר שמעון' ער ליגט אין די זייט דארט אויך אין אוהל - יום ג' וועסטו משלים זיין די קברים ארום. זיי דארט ווילאנג דו וועסט האבן כח, דערנאך נעם א באס צוריק קיין טברי' אין א האטעל.
יום ג' – דאווען שחרית, עס איז א פראגע אין וועלכע האטעל דו וועסט זיין. (אויב וועסטו זיין נעבן ר מאיר בעל הנס, דאווען דארט, אין ביהמ"ד). דערנאך פארט מען צוריק קיין מירון פארן איבריגן טאג ביז שפעט אויפדערנאכט, האסט צייט אנצוקומען דארט טיף אינמיטן טאג קיין מירון.
נאכאמאל צו קבר ר' שמעון, זעה ווי מער צו זאגן תהלים, אין זיין אין אוהל, טאנץ מיטן רינג אינדרויסן וועסט שטארק הנאה האבן. דערנאך גיי צו צום 'מערת הלל הזקן ותלמידיו', קבר ר' יוחנן הסנדלר'. אויפדערנאכט וועט זיין די גרויסע הדלקה פון תולדות אהרן.
יום ד' – וועסטו גוט אויסשמעקן טברי', עס איז דא זייער שיינע פלעצער דארט, צו שווימען אין צו זיצן, חמי טברי' דאס זענען בעדער וכדו' וועסט דיר מער נאכפרעגן דארט, וועסטו דיר דאס אויסשטעלן לויט דיין געשמאק.
יום ה' – אויפן וועג צום עירפארט [אויב וועסטו פארן מיט א מונית, וועט ער דיר שוין צו ווייזן ווי נאך מען קען גיין, אויב וועסטו נאכנישט זיין געונג צופרידן, וואס איך גלייב נישט...].
דער עיקר איז - פאר געזונטערהייט אין קום צוריק געזונטערהייט, אין בעט דיר אויס אלעס גוטס.