בלאט 4 פון 6

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:33 am
דורך פ' לך לך
קרעמער וואלסט אפשר געקענט ארויף לייגן דא זייער סקעזשועל?

הרב טייטלבוים, האסט א ליסטע פון גוטע צימערן?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:45 am
דורך קרעמער
איך האב נישט דעם סקעזשול, איך האב עס געזען אויף פאפיר.

איך קען בעטן מיין חבר דאס ארויפצושטעלן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:11 pm
דורך הרבטייטעלבוים
[url][/url]מרופט פון איינעם צום צווייטען
כהאב פאריאהר געהאט א ליסט אבער כהאב עס שוין נישט

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 11:44 pm
דורך ohrchodosh
ווייסט אפשר איינער אווי מען קען באקומען ים המלח פראדוקטען אין ירושלים

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 11:59 pm
דורך גולש
ohrchodosh האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער אווי מען קען באקומען ים המלח פראדוקטען אין ירושלים

איך ווייס נישט אבער דא קענסטו באשטעלן אנליין:
http://www.ahavaus.com/

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 9:20 pm
דורך פ' לך לך
ווער עס קען מיר ענטפערן אויף די פאלגענדע וועל איך איהם דאנקבאר זיין

איז אין טבריה פארהאן א חסידישע ביהמ"ד?

איז דא טעגליך מנינים שחרית אין מירון ביז שפעט?

קען זיך איינער אויס אינעם ישוב 'עין יעקב'?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 10:40 pm
דורך שויתי'ניק
אין מירון לכאור' נישטא שפעטע מניינים, אזוי ווי בכלל אין אר"י, חוץ בשטיבלאך
אין וועלכער געגנד איז דער ישוב?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 08, 2012 2:52 am
דורך כותב
פ' לך לך האט געשריבן:ווער עס קען מיר ענטפערן אויף די פאלגענדע וועל איך איהם דאנקבאר זיין

איז אין טבריה פארהאן א חסידישע ביהמ"ד?

איז דא טעגליך מנינים שחרית אין מירון ביז שפעט?

קען זיך איינער אויס אינעם ישוב 'עין יעקב'?


אין טברי' איז דא א געהעריגע ביהמ"ד מיט פילע מנינים ביז סוף זמן תפלה,
עס געפינט זיך ממש הארט נעבן אריסטון האטעל, די מקוה איז אויפן זעלבן גאס פון ביהמ"ד, מ'דארף גיין צופיס צוויי מינוט
דאס איז דער אלגעמיינע שטאטישע ביהמ"ד

נאכדעם איז דא נעבן אלע האטעלן ממש ביים וואסער א ביהמ"ד, אינעם הויז ווי ר"ר מענדל'ע וויטעפסקער האט געוואוינט
דארט איז דא א קביעות'דיגע כולל, מ'דאווענט שחרית מנחה מעריב, ווי כ'געדענק

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 08, 2012 9:15 am
דורך פ' לך לך
א הארציגן ישר כח פאר די תשובות.

שויתי, עין יעקב איז אין גליל מערבי. בערך א האלבע שעה פון מירון

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 08, 2012 9:36 am
דורך נאטורליך
די שוהל לעבן אריסטון איז א הערליכע שיין שוהל מיט מנינים ווי אין שומר שבת.
אז דו ביסט אין געגענט פון ציון רבי מאיר בעל הנס, אין ביהמ"ד דארט קען מען גרינג טרעפן א מנין שחרית.
אין מירון איז קיינמאל קיין פראבלעם מיט מנין.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 1:43 am
דורך שויתי'ניק
נאטורליך האט געשריבן:די שוהל לעבן אריסטון איז א הערליכע שיין שוהל מיט מנינים ווי אין שומר שבת.
אז דו ביסט אין געגענט פון ציון רבי מאיר בעל הנס, אין ביהמ"ד דארט קען מען גרינג טרעפן א מנין שחרית.
אין מירון איז קיינמאל קיין פראבלעם מיט מנין.

דאכט זיך אז עס איז א גוזמא לגבי מירון.

עכ"פ איך האב נישט געהאט א מנין ווען כ'האב געוואלט דאווענען שחרית, חוצמזה, נאך די שקיעה פארגעס פון א מנחה...

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 12, 2012 11:38 pm
דורך dovidal
אני רוצה לנסוע לא"י ד תמוז האם יש טיקעטס פאר ביליג?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 12, 2012 11:55 pm
דורך שויתי'ניק
jun 24

און צוריק ווען?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 11:24 am
דורך פ' לך לך
וועלכע פלאץ אויף די גולן בערג לוינט זיך צו באזוכן?


דוד לאז וויסן אויב די טרעפסט עפעס ביליג

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 7:24 pm
דורך נאטורליך
לך לך.
אז דו האסט א געפיל צום רויט'ן משקה, אין גולן איז פארהאן אפאר וויין קאמפאני'ס. די גרעסטע איז מיין איך "יקבי רמת הגולן" זייער אינטערסאנט. זיי געבן צו פארזיכען און ווייזן די וויין קעלערן
מען קען גיין טראקטרונים, א מנהיג פירט דיך ארום מיט א טרעקל אויף בערג אין טאהל. אסאך פאָן. זעה צו גיין נאר בייטאג
עס זענען דא פרוכט קאמפאניס וואס לאזן דיך זעהן וויאזוי זיי פאקן און סאָרטירען די פרוכט היבש אינטערסאנט.
א פלאץ וואס הייסט גמלא, עס איז די פארבלייבעניש פון א גאר אלטע שטאט. הערליך שיין, עס קומען דארט טויזענטער פייגעל און אדלער, א פראכט צו זעהן די בריאה
און רמת הגולן איז דא א שטעטלע פון "דרוזען" אינטערסאנט צו זעהן וויאזוי זיי וואונען און לעבן
אוי דאס נאטור פון גולן איז אומבאשרייבלעך שיין, טראכטענדיג דערפון באקום איך די באטערפלייס.
מען קען דינגען א שיפל צו גיין שיפל'ן מיילן ווייט אין די שיינע וואסערן וואס גרעניצט זיך מיטן ירדן, די וועטער איז זייער גיט דארט אין זימער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 9:34 am
דורך זיידענע בעקיטשע
נאטורליך האט געשריבן:אז דו האסט א געפיל צום רויט'ן משקה, אין גולן איז פארהאן אפאר וויין קאמפאני'ס.

אויב שוין איז אין די גאנצע געגנט פין מירון איז אויך דא פיל וויין גערטענער. יקבי דלתון, יקבי אור הגנוז. אין נאך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 11:06 am
דורך נאטורליך
ריכטיג, אזוי האב איך טאקע ערווענט אבער אין רמת הגולן בין איך שוין געווען האב איך דאס מדגיש געווען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 4:05 pm
דורך שויתי'ניק
נאר פאר די כאפסט א לחיים דארט אויף א גלעזל וויין, געב אכטונג נישט נכשל ווערן חלילה מיט יין-נסך, תרומות ומעשרות וכו'.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 17, 2012 12:26 pm
דורך שמעק_טאביק
פאר די וועלכע ווייסן נישט -- אין ארץ ישראל שיינט די זון שטארקער ווי אין אמעריקע, און די ליכטיגקייט פון טאג איז מער ווי דאהי. ס'קען שווער זיין זיך צוצוגעוואוינען פאר איינעם פון אמעריקע וואס איז נישט געוואוינט דערצו.

איך בין אפט געגאנגען מיט זון-גלעזער זייענדיג דארט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 2:15 am
דורך מעכילה
אויב דארפט איר א דרייוער קיין קברי צדיקים אדער טריפ'ס אין אר"י, הוטלס, סעל פון, רופט 972-52-8458083

פארט קיין ארץ ישראל? וויכטיגע מעלדונג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 3:28 pm
דורך מעכילה
אויב דארפט איר א דריווער זאל אייך פירן אויף קברי צדיקים אדער אינטערסענטע מקומות אין ארץ ישראל, אויך הוטל'ס, סעלפאון'ס אנלימטאד קיין אמעריקא, און הילף און ארגעניזאציע,
רופט 718-841-88-77

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:59 pm
דורך שויתי'ניק
רעב מעכעלע, עס איז שוין דא א אשכול פאר פארן אויף אר"י. הצלחה רבה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:01 pm
דורך שנאפס
וואס איז די וויכטיקייט פון די מעלדונג?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:03 pm
דורך שויתי'ניק
עמך ישראל צריכים פרנסה
נישט גענוג וויכטיג?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:05 pm
דורך שנאפס
דאס איז וויכטיג אפילו ווען קיינער פארט נישט אויף ארץ ישראל..