בלאט 3 פון 6

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:02 pm
דורך פ' לך לך
שמעק, יש"כ פאר די אינפא איבער די 'ערד' האטעל. לויט ווי איך זעה פון די ריוויואס זענען די שטיבער זייער סטאנדארד און אפשר אביסל צוריק געשטאנען. און נישט צו שטארק זויבער.

ביזדערווייל האב איך געהערט פון די דריי האטעלן במקומות הנופש וואס זענען פאסיג פאר היימישע אידן

יפה נוף - ערד

אריסטאן - טבריה

גלי צאנז - נתניה

ווער עס האט נאך זאל ביטע מוסיף זיין.



וועלעכע אר"י 'טרעוועל גאיד ביכל' שטעלט צו גוטע אינפארמאציע, פאסיג פאר שומתו"צ? (כ'קען ניצן לה"ק אדער להבדיל העברעאיש, ענגליש)

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:42 pm
דורך בלעקבערי פען
אוי דערמאן איך מיך דא גיטע צייטען

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 9:51 am
דורך שמעק_טאביק
הער מיך אויס. אויב עפעס, איז אריסטון הונדערט מאל ערגער ווי יפה נוף אין ערד. אריסטון איז אמאל געווען א גאנץ-שיינע האטעל, עס האט גראדע א הערליכע וויא צום כנרת, אבער דעטס אבאוט איט. עס איז געפאלן צו א נידריגע לעוועל וואס איז שרעקליך. 10 סטארס BELOW. פרייזן זענען נישט ביליג (זיי נעמען עדווענטעזש אז זיי זענען די איינציגסטע מיט א היימישע הכשר אין די געגענט) און די מצב פון די שטובער איז ערגער ווי אין א נאכגעלאזטע ישיבה. איך וויל נישט לייגן אריסטון'ס ביזנעס אין דער ערד, בפרט אז עס באלאנגט מסתמא צו א היימישן, אבער פארפאלן, דער אמת בלייבט אמת, דער מצב דארט איז איז איום ונורא. ערגער ווי א ישיבה, ווי א תפיסה, ווי וואס דו ווילסט. איך בין דארטן געוועזן א שטיק צייט צוריק, און איך בין ארויסגעלאפן עוד בי נשמתי. חוץ וואס די סערוויס איז אויך עקלדיג. עקלדיגע טוילעטס און שאוערס קומט מיט סטענדערד. צוזאמען מיט צובראכענע ווענט, דעכער, און קריכעדיגע שרצימ'לאך (דזשוקעס בלע"ז...) דא און דארט...

משא"כ יפה נוף אין ערד, איז אין א רואיגע הערליכע געגענט (נישט ווי אריסטון וואס איז מער אינמיטן א סיטי), און די סערוויס איז זייער העפליך און צוגעלאזן (סיי מיט אלע מיני סערוויס, סיי מיט אראפהאנדלען די פרייז אביסעלע, סיי ביי די עסן, וכו' וכו'), איז אויך די מצב הגשמי פיל בעסער. עס איז נישט קיין "ברענד ניו" האטעל, אבער איז פארהאלטניסמעסיג גאנץ זויבער און לופטיג. האט הערליגע גראונדס מיט שיינע בענק ארום צו זיצן און רעלעקסן, מיט סווינגס/גליטשערס און אנדערע שפילצייג פאר די קינדער (אויב דו נעמסט מיט), שטעלט צו קעיק און קאווע 24 שעה, און ס'האט א הערליכע ביהמ"ד מיט אסאך ספרים און א געשמאקע מקוה אויפן פלאץ. אויך א סווימינג פול און א שוויץ.

יעצט איז אזוי. די יפה נוף האטעל האט שטובער "אין דעם בנין" וואס איז אביסעלע אלט, אבער האט אויך נייערע שטובער "אינדרויסן פון בנין", ד"ה זיי האבן צוגעבויעט אין די לעצטערע יארן נאך הייזקעלעך (ענליך צו א "מאטעל" ווי דו עפנסט דעם טיר פון גאס און דו ביסט גלייך אין דיין צימער, אן קיין האלס) וואס זענען גאר שיין, און באקוועמער (נישט דא קיין סטעפס כמעט), אויך לופטיגער. אויב דו קענסט נעמען דארט א שטוב וועסטו מער הנאה האבן. איך גלייב אז די ריוויוס וואס דו האסט געזעהן זענען פאר די עלטערע שטובער.

אפשר וועל איך באלד לייגן א בילד פון די שטובער אינדרויסן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 10:15 am
דורך שמעק_טאביק
דא האסטו עטליכע בילדער (אויב האסט נאך נישט געטראפן אנליין...)

דאס איז די פראנט ענטערענס

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 10:18 am
דורך שמעק_טאביק
דאס איז די דרויסענדיגע חלק פון די צימערן, כנ"ל. יעדע טיר איז אן אנדער צימער.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 10:20 am
דורך שמעק_טאביק
דער שיינער ביהמ"ד מיט א אפרוה-צימער

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 10:32 am
דורך שמעק_טאביק
1. נאך א צימער
2. די הערליכע גאסן אינדרויסן, בעפאר שקיעת החמה
3. אין בעק פונעם בנין, זעהט מען די בערג פון מדבריות. מען זעהט קעמלען, און אמאל די מיליטערישע דזשיפס.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 10:33 am
דורך שמעק_טאביק
די שיינע שטח נעבן דעם אריינגאנג

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 10:35 am
דורך נאטורליך
אריסטון באלאנגט צו א פיינער קלויזענבורגער איד, פארוואס טוט איר דאס צו אים? איך בין שוין איינגעשטאנען דארט כמה פעמים און אלעס איז געווען עצהיו"ט. דאס עסן איז געווען 5 סטאַר געשמאק און בריוח גדול. אמת די זויבערקייט איז נישט ווייסעך וואס אבער 10 סטאר'ס אראפ איז א שטיקעל גוזמא.
אין טברי' אקעגען וואסער, דארט ווי עס איז דא די מאלל און מען קען גיין שיפלען איז דא א מאטעל פאר היבש ביליג.
איך וועל אבער מודה זיין ערד איז בעסער, אויב איר ווילט ארויספאר'ן פון געגענט

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 10:36 am
דורך מכטי1
אין נוף ערד קען מען אלעמאל טרעפען אפאר היימישע אידען פון אמריקא וואס זענען געקומען שעפען גוטע לופט דארט..

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:01 pm
דורך שמעק_טאביק
נאטורליך האט געשריבן:אריסטון באלאנגט צו א פיינער קלויזענבורגער איד, פארוואס טוט איר דאס צו אים? איך בין שוין איינגעשטאנען דארט כמה פעמים און אלעס איז געווען עצהיו"ט. דאס עסן איז געווען 5 סטאַר געשמאק און בריוח גדול. אמת די זויבערקייט איז נישט ווייסעך וואס אבער 10 סטאר'ס אראפ איז א שטיקעל גוזמא.
אין טברי' אקעגען וואסער, דארט ווי עס איז דא די מאלל און מען קען גיין שיפלען איז דא א מאטעל פאר היבש ביליג.
איך וועל אבער מודה זיין ערד איז בעסער, אויב איר ווילט ארויספאר'ן פון געגענט


נאטורליך טייערער, גלייב מיר איך טו דאס מיט גאר א שווער הארץ.

שוין 2 מאל בינעך איינגעשטאנען דארט. דאס ערשטע מאל, מסתמא א 13-14 יאר צוריק. דעמאלס איז עס נאך געווען גאנץ שיין, אסאך נייער ווי היינט.

א יאר-צוויי צוריק בין איך נאכאמאל אהינגעגאנגען (א חבר מיינער האט מיר געווארענט פאר דעם, אריסטון? פוי! און איך אויבער-חכם האב אים אויסגעלאכט). כ'האב געטראכט איך דארף נישט די שענסטע, א 2-סטאר איז מיר אויך גוט.

וואס זאל איך דיר זאגן. כ'האב צו ווייניג געשריבן אויבן. איך בין שוין געווען אין מערערע האטעלן, בארץ ובגולה. כ'האב נאך אזוינס נישט געזעהן. איך גאראנטיר אייך אז מיין ישיבה (ווייט נישט די שענסטע דארמיטארי) איז געווען שענער.

איך האב גארנישט מגזם געווען. עס זענען געקראכן שרצים אויפן בעט, די בעטן זענען געווען עקלדיג, דינע שמאלע מאטראצן, פאפירענע דאכענעס, ברוינע וואסער פון די שאוער און דעם אלטן ביה"כ, די דאך צולעכערט, די לעקטערס און עירקאנדישאן אויך נישט געארבעט כדבעי, די עסן איז געווען גאנץ פיין אבער ווייניגער ווי סיי וועלכע אנדערע האטעל אין א"י וואו איך בין איינגעשטאנען, זייער ווייניג צייט פאר פרישטאג, און דער "סארווער" וואס איז מ'כלומר'שט דארט צו העלפן איז ליבערשט א שטרענגער משגיח וואס גייט ארום שרייען טיילן פסקים פאר יעדן שטות. און איך האב אויך אריינגעכאפט פון אים אז איך בין געגאנגען ביי א פליישיגן טישל ביי פרישטאג, הגם כ'האב נישט געוואוסט וואס טוט זיך דארט. הזאת נעמי? און נאכדעם ווען איך האב אפגעפוצט פון דארט האב איך געהאט מיט זיי קריעת ים סוף צוריקצובאקומען מיין געלט פון די רעזערוואציע פאר אפאר טעג. איין מיען, קאם אן! א היימישער קלויזענבורגער איד, פארוואס טוט ער דאס צו מיר? קען ער נישט הייערן אביסעלע נארמאלערע ארבייטער? געבן אביסל סערוויס.

הער מיך אויס. הלואי ווען איך קען מיך איבערצייגן אז אלעס האט זיך פארבעסערט. איך מעק אלעס אויס וואס כ'האב געשריבן! איך האב גראדע ארויפגעשטעלט א עקלדיגע ריוויו אויף דעם האטעל אויף איינע פון די גאר-באקאנטע פלעצער אויפן אינטערנעט. שפעטער האב איך זיך מתבונן געווען אז עס באלאנגט פאר א איד, און איך וויל עס נישט טון. איך האב געבעטן די קאמפאני זאל אראפנעמען מיין ריוויא (מען קען נישט אליינס) און ב"ה זיי האבן מיר צוליב געטון. אבער דא, ווי אפאר אידעלעך קוקן זיך ארום, מיין איך אז כ'האב די רעכט אויסצושרייען דעם אמת. ער מוז זיך פאררעכטן. וה' הטוב יכפר.

אגב, ווי שוין דערמאנט, די פאנארעמע וויו ארויסקוקנדיג פון אריסטון איז הערליך שיין. (מיין אויבנדעמאנטן בילד פונעם כנרת איז פון דעם האטעל פענסטער).

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 9:28 pm
דורך פ' לך לך
איי וועלט און אירע מעמבערס איז ממש א געשמאק, עס פארגרינגערט פשוט דאס לעבן ווען מען קען באקומען אזעלכע קלארע תשובות.

עס איז זייער אינטערסאנט אז אין גאנץ ארץ ישראל זאל נישט זיין קיין איין געהעריגע שיינע היימישע האטעל. גלי צאנז דארף אויך צו זיין א אומבעטעמטע האטעל

אקעי, אריסטון איז אויס. ערד איז אביסל פראלעמאטיש ווייל עס איז די אנדערע עק ולכתחילה וואלט איך יא געוואלט זיין אין גליל. איז אפשר שייך נאר צו עסן ביי אריסטון און איינשטיין ערגעץ אנדערש?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 1:53 pm
דורך פ' לך לך
האט איינער אינפארמאציע איבער די כשרות אין איינע פון די פאלגענדע האטעלן

- מלון כינר טבריה
- מלון ניר עציון
- מלון לביא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 4:31 pm
דורך נאטורליך
כינר טבריה האט מועצה הדתית, ניר עציון איז פון א לאקאלע רב. די אנדערע איני יודע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:11 pm
דורך שויתי'ניק
וואס דאס באדייט אין אנדערע ווערטער: "נישט כשר"...

אבער אין טבריה דארף צו זיין א פיינע רעסטוראנט מיטן הכשר פון בד"ץ העדה"ח, איך וועל שפעטער מברר זיין א נאמען.
חוצמזה, אויב דו ווילסט זיין אין גליל, קענסטו איינשטיין אין צפת, ס'איז דא זייער שיינע צימערן דארט מיט עסן און מיט א גוטע הכשר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:28 pm
דורך שמעק_טאביק
פ' לך לך האט געשריבן:האט איינער אינפארמאציע איבער די כשרות אין איינע פון די פאלגענדע האטעלן

- מלון כינר טבריה
- מלון ניר עציון
- מלון לביא


אין די לעצטע צוויי בין איך שוין געווען אויף א קורצע צייט. מען קען פארלאנגען פלייש פון די עדה, זיי שטעלן דאס צו (עכ"פ אזוי האבן זיי געטון ווען איך בין דארט געווען).

מלון כינר האב איך זיך אויך נאכגעפרעגט, אבער כ'מיין זיי האבן נישט קיין היימישע הכשרים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 6:28 pm
דורך שויתי'ניק
רעסטוראנט אין צפת מיט הכשר פון בדץ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 6:31 pm
דורך שויתי'ניק
שמעק_טאביק האט געשריבן: מען קען פארלאנגען פלייש פון די עדה, זיי שטעלן דאס צו (עכ"פ אזוי האבן זיי געטון ווען איך בין דארט געווען).

מלון כינר האב איך זיך אויך נאכגעפרעגט, אבער כ'מיין זיי האבן נישט קיין היימישע הכשרים.


וואס מיינט פלייש פון די עדה? וואס איז מיט אלע אינגרידיענס ארום און ארום? און ווער איז דער משגיח? פון די עדה?
נישט פארגעסן אז דארט איז דא ערענסטע פראבלעמען אויף טריט אין שריט ספעציעל צוליב תרומות ומעשרות...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:40 pm
דורך נאטורליך
לך לך, ווי שיוויתי שרייבט, אין צפת קענסטו דינגען א צימער אין אלט שטאט פאר נישט אסאך געלט. מענדי'ס מאכט גאר געשמאקע און היימישע עסן. אבער געדענק אין ל"ג בעומר צייט איז זייער שווער צו טרעפען אזוי שפעט פאר א צוגעגענליכע פרייז.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 9:33 pm
דורך פ' לך לך
יישר כח פאר די תגובות. איך פאר הערשט אינמיטן זומער.
אפשר העמיר גיין צו כינור און קויפן עסן פון מענדי'ס אדער גאר פון אריסטון

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 7:04 pm
דורך פ' לך לך
נאכן זיך אינטערסירן אביסל בין איך דערגאנגען אז אריסטון האט אויפגעגעבן זייער הכשר פון בד"ץ און האט היינט בלויז רבנות. א צווייטע האטעל 'מלון פלטרין' האט באקומען די בד"ץ הכשר. ווייסט איינער וואספארא סארט האטעל דאס איז?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 10:43 pm
דורך אויפריכטיג
פינטעל האט געשריבן:די מיינסט די פאפא טור

איינער האט אפשר די נומבער פון די פאפא טור?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 11:48 pm
דורך ohrchodosh
(917) 755-1834 איר קענט אים זאגן אז אור חדש האט דיר געשיקט

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 5:52 am
דורך קרעמער
מיין חבר פארט היי יאר מיט די "פאפא טור", מיר האבן נעכטן דורכגעקוקט דעם סקעדזשול דערפון און עס קוקט אויס גוט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 7:30 am
דורך הרבטייטעלבוים
לענ"ד ווען מקען זיך צוזאמען שטעלען צווי משפחות און א מיני ווען און מאכען א אייגענע נסיעה אליינס אויסשטעלען דעם רוט, איז עס באקימט מען מער פאר וואס מען צאלט.
כן עשיתי
ועוד לענ"ד איז געשמאקער צי דינגען א צימער אדער א דירה ווי צו גיין און א האטעל