בלאט 2 פון 6

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2012 4:09 pm
דורך aperlscript
יאנאש האט געשריבן:צייטליך, אלס איינער וואס איז שוין געווען אין ארץ ישראל כמה פעמים קען איך דיר זאגן אז דער יעניגער ווייסט וואס ער רעדט.

ער ווייסט טאקע...
איך וויל נאר צולייגן אפאר טיפס..

פריוואטע טויר גיידס איז דא מוטי קרויס אין וועברמאן תו''א-תוא''י אינגערלייט
די מונית דריורס שמעקן גראד אז די ביסט א אמריקאי..באצאל מיט שקלים "און דינג זיך אויפן פרייז" ווייל זיי ווייסן דאך אז די מעריקאנער זענען לאודעד
חבל''ז ווערט דארט באנוצט אין שפראך יעדער צוויטער דריטע ווארט.. ס'מיינט "חבל על הזמן"
אז די ביסט איו ירושלים , אין די זוכסט ווי צו עסן פלאפל האט געשמאקע פלפל, פיצה אורי איז אויך פיין ,
אין ירושלים איז דא מיני איזראעל ווי אויך די תפיסה וואס די ענגלענדער האבן גענוצט
אויך איז דא "מנהרת הנטיפים" כ' דענק נישט פונקליך וואו
דער עיקר זאלסטו נישט פארגעסן "אני יהודי לא ציוני"
אינזשוי יור טריפ, יהא צאתכם ובואכם לשלום

פארעפענטליכט: שבת אפריל 21, 2012 8:53 pm
דורך שויתי'ניק
פינטעל האט געשריבן:http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1973632&forum_id=16810" ;

רשימת כל מלונות המהדרין בארץ !


דאכט זיך מיר אז מהדרין איז רבנות, וואס זייער הכשר איז נישט מער ווערד ווי דאס פאפיר... וד"ל

להוי ידוע אז כשרות אין ארה"ק איז בשפל המצב, חוץ פון רב לאנדא און בד"ץ העדה"ח... ולמזהיר ולנזהר שלומים...

בכלל זאגן די הייליגע ספרים אז אין פלטרין של מלך איז יעדע פגם גאר הארב, אוודאי ווילן מיר זיך אנזעטיגן מיט די שיינקייט און זיסקייט פונעם הייליגן לאנד, אבער מ'דארף שטארק נזהר זיין במקום קדוש, ובפרט אז עס איז הבוחר בירושלים, דארף זיין יגער ד'...

פארעפענטליכט: שבת אפריל 21, 2012 9:33 pm
דורך אויפריכטיג
יאנאש האט געשריבן:צייטליך, אלס איינער וואס איז שוין געווען אין ארץ ישראל כמה פעמים קען איך דיר זאגן אז דער יעניגער ווייסט וואס ער רעדט.

פארעפענטליכט: שבת אפריל 21, 2012 10:31 pm
דורך ווער בין איך?
איך בין געפארן אפאר חדשים צוריק פאר א וואך. דאס איז מיין אייטינערערי:
ארויסגעפארן פון ניו יארק מוצאי שבת און אנגעקומען קיין בן גוריון זונטאג האלב נאך צוויי.
געפארן קיין טברי' און דארט איבערגעשלאפן אין די מלון גולן.
מאנטאג: הר חרמון, צפת (געגעסן דארט אין פיצה צפת), מירון און זיך ארויסגעלאזט קיין ירושלים.
דינסטאג: געפארן צום ים המלח ביי די בחינם'דיגע חוף נפרד. אויפ'ן וועג אהין האב איך זיך אפגעשטעלט אין א גאז סטעישען צו גיין קעמעל ריידינג. ביינאכט זיך צוריק ארויסגעלאזט קיין ירושלים (אונז האב מיר געוואלט אויך גיין צו מצדה, עין גדי און די קומרן קעיווס אבער ס'איז שוין געוועהן צו שפעט און זיי זענען געוועהן פארמאכט).
מיטוואך: געפארן צו בן גוריון עירפארט און זיך ארויסגעלאזט קיין אילת פאר'ן טאג (רוב געשמאקע וואסער ריידס זענען געוועהן פארמאכט ווייל ס'איז געוועהן צו ווינטיג). די עיקר זאך וואס מיר האבן געטוהן דארט איז געוועהן טאמקארס אין די מדבר יעדער פעני האט זיך געלוינט פאר דעם! ביינאכט זעמיר צוריקגעפלויגן קיין בן גוריון און געפארן צו ירושלים.
דאנערשטאג: זעמער געגאנגען צום כותל און צו די טאנעלן אונטערן כותל. נאכדעם אביסל שפאצירן אין גאולה און ביינאכט האב איך געהאט א חתונה אין ירושלים.
פרייטאג: געגאנגען נאך אביסל איינקויפן אין גאולה און זיך צוגעגרייט צום שבת. מנחה און קבלת שבת האב איך שפאצירט צום כותל און געדאווענט דארט אין די שלאקס רעגן. סעודות געגעסן ביים שבת שבע ברכות.
שבת אויך געגעסן ביים שבע ברכות.
מוצאי שבת: געגאנגען צו תלפיות באולינג און גאו קארטינג.
זונטאג: געפארן מיט האפמאן טורס צום קבר רחל, מערת המכפילה און קבר ישי ורות און א טאור ארום חברון. און גלייך דערנאך געפארן צום עירפארט און אהיים געפארן קיין ניו יארק.

איך האב מקצר געוועהן, אבער אויב דארפסטו נאך אינפארמעישען איבער עני ספעציפישע פלאץ קענסטו פרעגן און איך האב צו ענטפערן.

פארעפענטליכט: שבת אפריל 21, 2012 10:33 pm
דורך ווער בין איך?
פארגעסן צו שרייבן: פון די וויכטיגסטע זאכן איז צו דינגען א קאר דארט. ס'איז נישט אזוי טייער בכלל (חוץ די געז) און ס'לוינט נישט צו זיין אנגעוויזן אויף קיינעם.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 10:32 am
דורך שמעק_טאביק
ווער בין איך? האט געשריבן:פארגעסן צו שרייבן: פון די וויכטיגסטע זאכן איז צו דינגען א קאר דארט. ס'איז נישט אזוי טייער בכלל (חוץ די געז) און ס'לוינט נישט צו זיין אנגעוויזן אויף קיינעם.


דאס איז אבער נאר גוט פאר ווער עס קען זיך אויס אין די געגענט. השם ישמרנו אויב פארפארסטו אין די אראבישע שכנות'דיגע געסלאך.. און דאס אפילו מען האט שוין א גפ"ת... (GPS בלע"ז)

אויך דארף מען דארטן קענען דרייוון. אויף די הייוועיס דרייווט זיך גרינג געשמאק (זיי האבן בעסערע ראודס ווי אמעריקע, מסתמא ווייל ס'איז נייער און ווייל עס שנייט כמעט נישט דארט און מען ברויך נישט באזאלצן די ראודס און חרוב מאכן די אספאלט), אבער אין די שמאלע געסלאך און אויף די שרעקעדיגע בערג, דאס דארף מען קענען, און זיין זייער פארזיכטיג.

רעדנדיג פון די בערג, די אויסטערלישע שיינע וויואס פון די הערליכע בערג איז ווערד א טריפ פאר זיך. צו דו קוקסט פון אונטן ארויף, צו פון אויבן אראפ... משוגע צו ווערן. (אפשר וועל איך לייגן אפאר בילדער.)

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 10:40 am
דורך leiby
מ'קען אנשטעלן די GPS ער זאל נישט פארן אין די אראבישע געגענטער, אויב דארף ער יא אמאל דורכפארן א אראביש געסל קענסטו דיך פלוצלונג טרעפן ביי א דעד ענד אדער ביי א וואלד.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 12:30 pm
דורך ווער בין איך?
I had that GPS and it took me into Arab neighborhoods.

When I got back from Israel, I asked the guy I rented it from why it took me to these neighborhoods. He asked me if I set it to avoid zone C. He never told me anything about setting it before I left, so make sure if you take a GPS that it's set properly.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 2:47 pm
דורך שמעק_טאביק
עטליכע בילדער פונעם ארץ חמדה טובה....

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 2:48 pm
דורך שמעק_טאביק
נאך אפאר

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 2:50 pm
דורך שמעק_טאביק
נאך

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 2:51 pm
דורך שמעק_טאביק
און נאך עטליכע

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 2:54 pm
דורך שמעק_טאביק
שיינע טייטלביימער

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 2:55 pm
דורך שמעק_טאביק
אין טבריא, ביים ים כנרת

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 2:57 pm
דורך שמעק_טאביק
שיינע וועגן, ביימער, מדבריות...

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 2:57 pm
דורך שמעק_טאביק
..

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 2:59 pm
דורך שמעק_טאביק
ביים ים המלח, און אויפן וועג גייענדיג....

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 2:59 pm
דורך שמעק_טאביק
המשך

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 3:07 pm
דורך שמעק_טאביק
אינטערעסאנטע אבסערוואציעס... בפרט פאר די וועלכע זענען נאך קיינמאל נישט דארט געווען.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 3:09 pm
דורך שמעק_טאביק
זק"א, הצלה, UPS

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 3:10 pm
דורך שמעק_טאביק
און צום לעצט, אביסעלע ליצנותא דע"ז, וואס איך האב געכאפט אויף איינע פון די ווענט....

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 5:26 pm
דורך יקוםפרקן
Tziyun Rashbi is Not a Tourist Site
(Sunday, April 22nd, 2012)

Thousands of Satmar chassidim took part in last week’s marking of the yahrzeit of the Rebbe Shlita’s father, the Beirach Moshe of Satmar ZY”A held in the main Kiryas Yoel beis medrash.

During the yahrzeit tisch, the rebbe spoke about those who are exposed to unfiltered internet in the workplace, stating they have fallen into the hands of the sitra achra. The rebbe stated one must be moser nefesh to avoid such a situation.

The rebbe concluded with reference to Kever Rashbi in Meron, stating the holy site is not a tourist site and as such, those going to the kever to be mispallel should not bring a camera. He stressed that traveling to Rashbi on Lag B’Omer should be for the purpose of davening and not taking photos.
Advertise On YWN »

(YWN – Israel Desk, Jerusalem)

http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=125204

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 6:36 pm
דורך ווער בין איך?
מיינע בילדער:

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 6:38 pm
דורך ווער בין איך?
נאך...

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 6:40 pm
דורך ווער בין איך?
נאך...