בלאט 6 פון 6
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 8:35 am
דורך פאר דוקא
טורקיש עירוועיס האט געגעבן דאס יאר עסן מיט די השגחה פון ok,
איך וואלט סתם אזוי נישט געצהט צי פארן מיט זיי צוליב דעם וואס כמעט יעדע פלייט דאס יאר פאר ל''ג בעומר איז געווארן דילעיד, און מען האט נישט געקענט כאפן די קאנעקטינג פלייט
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 6:50 pm
דורך לעיקוואד
גערעכט טאקע אז טערקיש האט געגעבן OU און אויף צוריק האבן זיי געגעבן מיט א שוואכערע הכשר. אבער עסן אויף א פליגער איז נישט פון די מעלות וואס איך קוק אויף דעם, ווייל איך עקל מיך סיי ווי פון פליגער עסן. ווי אויך איז דאס די אנגענומענע קאמפעני ביי רוב עירליינס חוץ על-אל און UNITED אדער בריטיש, חוץ מזה געבן רוב BORNSTEIN. (אמאל פלעגט יעדער געבן די קאמפעני, נאר מען האט ב"ה געפועלט בי די מערסט באנוצטע עירליינס פון היימישע אידן אז זיי זאלן זיך מער צושטעלן.
אגב האב איך געפרעגט א סופערווייזער וואס גייט פאר מיט די דילעיס, די עירליין האט דאך אזויפיל שאדן פון יעדעם וואס מיסט א קאנעקשאן, (קיין א"י איז זיי נאך די גרינגסטע ווייל זיי האבן סיי ווי יעדע טאג עטליכע פלייטס, אבער עס איז געווען אנדערע וואס האבן למשל געמיסט א קאנעקשאן קיין אפריקע וואו עס איז נאר דא א פלייט יעדע צוויי טאג), איך האב איר געזאגט אז אמאל פלעגט דעיס נישט זיין ביי זיי, בקיצור זאגט זי מיר אז די עירליין איז געוואקסן די לעצטע פינף יאר מער ווי דרייפאכיג, און זיי קענען עס פשוט נישט הענדלען.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 6:59 pm
דורך אויפריכטיג
אוסטריען האט אויך געגעבן OU אויפן וועג אהין. אויף צוריק פון וויען איז געווען מיט די השגחה פון וויען.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 7:02 pm
דורך לעיקוואד
וועמענס הכשר איז עס? הב שווארץ?
אגב ביי טורקיש האב איך מיך ערלויבט צו עסן די מזונות פון דארט ווייל איך קען פערזענליך די רב המכשיר הרב חיטריק שליט"א וואס ער איז די שליח אין איסטאנבול. אבער גלייבטס מיר עס האט נישט געהאט אפילו א גויאישע טעם
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 7:05 pm
דורך אויפריכטיג
יא, הרב שווארץ
מיין שאלה איז נאר צי די אלע מזונות זענען געבאקן נאך פסח.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 10:21 pm
דורך פאר דוקא
לעיקוואד האט געשריבן:גערעכט טאקע אז טערקיש האט געגעבן OU און אויף צוריק האבן זיי געגעבן מיט א שוואכערע הכשר. אבער עסן אויף א פליגער איז נישט פון די מעלות וואס איך קוק אויף דעם, ווייל איך עקל מיך סיי ווי פון פליגער עסן. ווי אויך איז דאס די אנגענומענע קאמפעני ביי רוב עירליינס חוץ על-אל און UNITED אדער בריטיש, חוץ מזה געבן רוב BORNSTEIN. (אמאל פלעגט יעדער געבן די קאמפעני, נאר מען האט ב"ה געפועלט בי די מערסט באנוצטע עירליינס פון היימישע אידן אז זיי זאלן זיך מער צושטעלן.
אגב האב איך געפרעגט א סופערווייזער וואס גייט פאר מיט די דילעיס, די עירליין האט דאך אזויפיל שאדן פון יעדעם וואס מיסט א קאנעקשאן, (קיין א"י איז זיי נאך די גרינגסטע ווייל זיי האבן סיי ווי יעדע טאג עטליכע פלייטס, אבער עס איז געווען אנדערע וואס האבן למשל געמיסט א קאנעקשאן קיין אפריקע וואו עס איז נאר דא א פלייט יעדע צוויי טאג), איך האב איר געזאגט אז אמאל פלעגט דעיס נישט זיין ביי זיי, בקיצור זאגט זי מיר אז די עירליין איז געוואקסן די לעצטע פינף יאר מער ווי דרייפאכיג, און זיי קענען עס פשוט נישט הענדלען.
און צוליב דעם לאזען זיי אז יודן זאלען דארפען בלייבן אויף שבת אין אינסטאנבול (אדער אז יודן זאלען ליידער פארן אחן שבת קודש)?? מעשה שהיה דאס יאר!
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 1:04 pm
דורך ווייסעך וואס
ווי קען מען דינגען א קאר אין אר"י פאר א גוטן פרייז?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 1:50 pm
דורך פריילאך
קאר לערענט קען העלפן מיט אלעם.
914-533-3311
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 2:55 pm
דורך your friend
ווייסט איינער די נומבער וואס מען קען באשטעלן עסן אין ערד און ער דעליווערט דאס קיין ים המלח?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 3:52 pm
דורך ווייסעך וואס
פריילאך האט געשריבן:קאר לערענט קען העלפן מיט אלעם.
914-533-3311
ישר כח
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 11:12 am
דורך מר. גרין
איז כדי צו פארן קיין ים המלך, מצעדה עין גדי , מיט די אגד באסעס אדער דארף מען נעמן א טעקסי אדער טאור?
וואו לאנג דארף פארנעמען די 3 פלעצער? קען מען עס אריינשטיפן אין א האלבע טאג?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 12:31 pm
דורך הרבטייטעלבוים
האלבע טאג? ניין.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 11:55 pm
דורך כאפצעם
מר. גרין האט געשריבן:איז כדי צו פארן קיין ים המלך, מצעדה עין גדי , מיט די אגד באסעס אדער דארף מען נעמן א טעקסי אדער טאור?
וואו לאנג דארף פארנעמען די 3 פלעצער? קען מען עס אריינשטיפן אין א האלבע טאג?
אגד מיין איך איז נישט שייך, ווייל דארט פון איין פלאץ צום צווייטן קענסטו נישט וואקן, ווידער א טור וואלטיך אויך נישט געראטן ביי די פלעצער, זיי נעמען אויף א גאנצן טאג נאר ביי מצדה און עין גדי און דערנאך געווענליך דערנאך צום ים המלך ווי מ'יאגט זיך דאך שוין און מ'גיבט דיר א האלבע שעה.
די בעסטע אפשען איז לכאורה א קאר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:03 am
דורך ולא מיין
לעיקוואד האט געשריבן:וועמענס הכשר איז עס? הב שווארץ?
אגב ביי טורקיש האב איך מיך ערלויבט צו עסן די מזונות פון דארט ווייל איך קען פערזענליך די רב המכשיר הרב חיטריק שליט"א וואס ער איז די שליח אין איסטאנבול. אבער גלייבטס מיר עס האט נישט געהאט אפילו א גויאישע טעם
וואס הייסט דו קענסט די רב המכשיר, אלס ירא שמים? OU זענען אויך יראי שמים און דאך עסן מיר נישט זייער השגחה. א חוץ דו קאנסט אים אלס איינער וואס נעמט אן דיינע חומרות.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 07, 2015 1:57 pm
דורך dovidal
ווער איז א גוטע פרייוואטע טור גייד ? ארום צו נעמין א משפחה אויף מקומות הקדושים אין "סייט סיאינג",
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 07, 2015 3:55 pm
דורך ווישוואש
dovidal האט געשריבן:ווער איז א גוטע פרייוואטע טור גייד ? ארום צו נעמין א משפחה אויף מקומות הקדושים אין "סייט סיאינג",
Depends how much you're willing to pay per day
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 07, 2015 10:23 pm
דורך בערקא
וועבערמאן טורס א היימישער (תוא"י) גאר פראפעסיאנאלער טור גייד מיט א גוטע ענגליש 573100040