בלאט 5 פון 6

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:17 pm
דורך גראדער
שנאפס האט געשריבן:וואס איז די וויכטיקייט פון די מעלדונג?


ס'וויכטיג צו וויסן אז ס'איז נאך דא אידן אין ארץ ישראל וואס ארבעטן... נישט אזוי?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:27 pm
דורך מעכילה
יא יא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 7:08 pm
דורך שויתי'ניק
רעב מעכעלע וויפיל איז פון נתב"ג לירושלים?
ווי גרויס איז דער באגאזש אפטיילונג?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 1:25 am
דורך מעכילה
מיר האבן א קומפני צו ארגעניזערן די אלע זאכן. ס׳איז דא אפאר ערליי קארס
בעיקר באשטעלט מען ביי אונז נסיעות אויף קברי צדיקים און קיין צפון אדער דרום און ים המלח
אויב דארפט איר נאר קורצע נסיעות קענען מיר אויך טוהן.
לפרטים רופט אריין.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:28 pm
דורך derech eretz

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 16, 2013 12:19 pm
דורך פ' לך לך
ארויף געברענגט לכ' ל''ג בעומער

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 06, 2013 11:03 pm
דורך פאטאקי08
איז דא דא ערגעץ געשריבן איבער פארן זיך היילן אין ים המלח?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 2:03 pm
דורך אליקים געציל
א גוטן מיינע טייערע ידידים!

איך האב אין פלאן בעז"ה צו פארן בקרוב אויף א חתונה אין בית שמש, די חתונה איז מיטוואך נאכט, וויל איך אנקומען דארט דינסטאג מיטאג, און אוועקפארן זונטאג נאכט.

איך האב זייער חשק צו דינגן א קאר ווייל איך האב נישט ליב צו זיין איינגעשפארט, אדער צוגעבינדן צו אנדערע, נאר ליבערשט אליין ארומפארן מיט די ב"ב שתחי'.

איך זוך בפירוש נישט אריינצוכאפן און אויסזעהן גאנץ א"י - איך וואלט ווען בכלל נישט געפארן, נאר מבשרך אל תתעלם מוז מען פארן צו די שמחה - נאר אז מ'איז שוין דארט וואלט איך שוין געוואלט פארן כאטש צו די מקומות הק' אין מירון צפת טברי'. און אפשר אויך צום הר הזיתים.

וואלט איך זייער דאנקבאר געווען פאר ווער עס קען מיר העלפן מיט קלארע תשובות אויף די פאלגענדע פראגן:

1) צום אלעם ערשטן ווי קען מען הערן עפעס א גוטע דרשה/שיעור הכנה פאַרן פאָרן צו די טמא'נע מדינה אז מען זאל חלילה נישט נכשל ווערן מיט דעות כוזבות און אומגעוואונטשענע השפעות אויף די השקפה? (זייט נישט בייז אבער איך מיין אז איך בין שוין ליידער היבש אפגעקילט געווארן בלויז דורכ'ן ליינען דעם דאזיגען אשכול...)

2) זאל איך איינשטיין אין בית שמש? אדער בעסער אין ירושלים?

3) ווי קען מען טרעפן א נארמאלע דירה אין בית שמש? און אין ירושלים? (נאכנישט זיכער וועמען מיר נעמען אלץ מיט - קען זיין מיר ברויכן 1, 2, אדער 3 צימערן. און עסן וועל איך מיר שוין אי"ה אליין אן עצה געבן)

4) אלץ איינער וואס קען זיך בכלל נישט אויס אין די מדינה, וועל איך מיך קענען אן עצה געבן אליין צו דרייוון פון עירפארט קיין ירושלים? און צו די מקומות הק' אין מירון/צפת/טבריה (און אפשר אויך הר הזיתים)?

5) איז דא עפעס וואס מורא צו האבן אז מ'קען בטעות אריינפארן אין סכנות'דיגע ערטער - ווי דערמאנט אויבן אין דעם אשכול? - נאכאמאל איך וויל נישט פארן אין ערגעץ אויסער בית שמש, ירושלים גאולה, און מירון/צפת/טבריה. קען מען ערגעץ געפארפול פארקריכן? (ברויך איך מיטנעמען געווער...? :roll: )

6) איז דא עפעס ספעציעלע דרייווינג רעגולאציעס וואס אן אויסלענדישער בירגער ברויך וויסן פארן דרייוון ס'ערשטע מאל אין די מדינה?

7) וועט איינער מיר קענען העלפן מיט פונקטליכע אינפארמאציע פאר די מקומות הק' וואס איך זאל קענען פראגראמירן פון פראנויס אין מיין נעוויגאציע כלי?

8) וועלכן טאג וואלט איהר געראטן דאס בעסטע צו פארן קיין מירון/צפת/טבריה: דאנערשטאג א טאג נאך די חתונה? אדער בעסער זונטאג - ווען איך ברויך זיין אין עירפארט בערך 5 אזייגער נאכמיטאג? וויפיל שעה ברויך עס נעמען אין טאטעל פון ירושלים און צוריק?

9)
פ' לך לך האט געשריבן:וועלעכע אר"י 'טרעוועל גאיד ביכל' שטעלט צו גוטע אינפארמאציע, פאסיג פאר שומתו"צ? (כ'קען ניצן לה"ק אדער להבדיל העברעאיש, ענגליש)


10) וואס נאך קלערט איהר אז איך ברויך וויסן אלץ אן ערשט-מאליגער דרייווער אין די מדינה? (איך בין שוין געווען דארט מיט אסאך יארן צוריק, אבער איך קען זיך בכלל נישט אויס דארט).

א שיינעם דאנק פון פאר אויס, וה' ישמור צאתנו ובואינו לחיים ולשלום מעתה ועד עולם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 3:32 pm
דורך זיידענע בעקיטשע
[quote="אליקים געציל"]
1) צום אלעם ערשטן ווי קען מען הערן עפעס א גוטע דרשה/שיעור הכנה פאַרן פאָרן צו די טמא'נע מדינה אז מען זאל חלילה נישט נכשל ווערן מיט דעות כוזבות און אומגעוואונטשענע השפעות אויף די השקפה? (זייט נישט בייז אבער איך מיין אז איך בין שוין ליידער היבש אפגעקילט געווארן בלויז דורכ'ן ליינען דעם דאזיגען אשכול...)

???

2) זאל איך איינשטיין אין בית שמש? אדער בעסער אין ירושלים?

אין ירושלים איז דא א גרעסערע אויסוואל פין דירות צו דינגען פאר א פאר טעג.

3) ווי קען מען טרעפן א נארמאלע דירה אין בית שמש? און אין ירושלים? (נאכנישט זיכער וועמען מיר נעמען אלץ מיט - קען זיין מיר ברויכן 1, 2, אדער 3 צימערן. און עסן וועל איך מיר שוין אי"ה אליין אן עצה געבן)

כנ"ל. אבער ס'קען זיך מאכן אין בי''ש אויך

4) אלץ איינער וואס קען זיך בכלל נישט אויס אין די מדינה, וועל איך מיך קענען אן עצה געבן אליין צו דרייוון פון עירפארט קיין ירושלים? און צו די מקומות הק' אין מירון/צפת/טבריה (און אפשר אויך הר הזיתים)?

פין עירפארט קיין ירושלים איז ממש זייער לאכט, פין ירושלים צו די מקומות הקדושים, איז כדי צו פרעגן איינער וואס קען זיך אויס.

5) איז דא עפעס וואס מורא צו האבן אז מ'קען בטעות אריינפארן אין סכנות'דיגע ערטער - ווי דערמאנט אויבן אין דעם אשכול? - נאכאמאל איך וויל נישט פארן אין ערגעץ אויסער בית שמש, ירושלים גאולה, און מירון/צפת/טבריה. קען מען ערגעץ געפארפול פארקריכן? (ברויך איך מיטנעמען געווער...? :roll: )

ניין!!!

נאך שבת וועל איך ממשיך צו ענטפערן.

אין בין א תושב בית שמש, אין אויב די וועסט בלייבן שטעקן נאכן חתונה, קענסטו קומען שלאפן ביי מיר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 4:47 pm
דורך שמעלקא טויב
הרב געציל,
עס וואלט ראטזאם געווען אז איר זאלט אנהייבן לערנען אביסל על הגאולה, אבער די בעסטע איז נישט צופיל ארומצופארן.
מ'פארן נישט פאר טוריזים, ס'איז א הייליג לאנד, מ'דארף זייער אכט געבן דארט, אן עבירה'לע אין ארה"ק איז פיל הארבער כידוע!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 5:42 pm
דורך מאנ-יימער
אליקים געציל האט געשריבן:8) וועלכן טאג וואלט איהר געראטן דאס בעסטע צו פארן קיין מירון/צפת/טבריה: דאנערשטאג א טאג נאך די חתונה? אדער בעסער זונטאג - ווען איך ברויך זיין אין עירפארט בערך 5 אזייגער נאכמיטאג? וויפיל שעה ברויך עס נעמען אין טאטעל פון ירושלים און צוריק?

פון גליל ביזן עירפארט נעמט א גוטע צוויי שעה אדער מער, נאכדערצו אינמיטן טאג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 7:29 pm
דורך פ' לך לך
3) ווי קען מען טרעפן א נארמאלע דירה אין בית שמש? און אין ירושלים? (נאכנישט זיכער וועמען מיר נעמען אלץ מיט - קען זיין מיר ברויכן 1, 2, אדער 3 צימערן. און עסן וועל איך מיר שוין אי"ה אליין אן עצה געבן)

אין ירושלים איז דא אויף רחוב יואל עטליכע זייער שיינע דירות ארויסצודינגען. עס איז אין צענטער פון אלעמען

4) אלץ איינער וואס קען זיך בכלל נישט אויס אין די מדינה, וועל איך מיך קענען אן עצה געבן אליין צו דרייוון פון עירפארט קיין ירושלים? און צו די מקומות הק' אין מירון/צפת/טבריה (און אפשר אויך הר הזיתים)?

לכאורה יא, פארשטייט זיך מיט א GPS, אגב די גרויסע גאסן זענען גוט אנגעצייכנט אבער אויף די קליינע געסעלעך פארלאז דיך נישט אז עס וועט שטיין א טעוועלע.

5) איז דא עפעס וואס מורא צו האבן אז מ'קען בטעות אריינפארן אין סכנות'דיגע ערטער - ווי דערמאנט אויבן אין דעם אשכול? - נאכאמאל איך וויל נישט פארן אין ערגעץ אויסער בית שמש, ירושלים גאולה, און מירון/צפת/טבריה. קען מען ערגעץ געפארפול פארקריכן? (ברויך איך מיטנעמען געווער...? :roll: )

אפשר קיין הר הזיתים. מירון צפת טבריה - כל זמן די פארסט נישט מיטן כביש הבקעה, און די האלסט דיך בלויז אויף די הויפט גאסן ביסטו אקעי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 7:39 pm
דורך פ' לך לך
6) איז דא עפעס ספעציעלע דרייווינג רעגולאציעס וואס אן אויסלענדישער בירגער ברויך וויסן פארן דרייוון ס'ערשטע מאל אין די מדינה?

בלויז אז די ארטיגע האלטן נישט קיין רעגולאציעס, און זיי געווארנט

7) וועט איינער מיר קענען העלפן מיט פונקטליכע אינפארמאציע פאר די מקומות הק' וואס איך זאל קענען פראגראמירן פון פראנויס אין מיין נעוויגאציע כלי?

סורטש אויף גוגל מעפס

8) וועלכן טאג וואלט איהר געראטן דאס בעסטע צו פארן קיין מירון/צפת/טבריה: דאנערשטאג א טאג נאך די חתונה? אדער בעסער זונטאג - ווען איך ברויך זיין אין עירפארט בערך 5 אזייגער נאכמיטאג? וויפיל שעה ברויך עס נעמען אין טאטעל פון ירושלים און צוריק?

אלעס ווענד זיך וויפיל די ווילסט אנקומען און ווילאנג די ווילסט זיין דארט. אז די ווילסט ממש קאווערן אלעס דאן גיב עס צוויי טאג

9)
פ' לך לך האט געשריבן:וועלעכע אר"י 'טרעוועל גאיד ביכל' שטעלט צו גוטע אינפארמאציע, פאסיג פאר שומתו"צ? (כ'קען ניצן לה"ק אדער להבדיל העברעאיש, ענגליש)


עס איז דא אויף ענגליש פון פעלדהיים פאבלישינ, עס איז נאך, גיי אריין צו א זשודעיקע געשעפט און בעט דערפאר. קדמונינו האט א ספר איבער די קברי צדיקים

10) וואס נאך קלערט איהר אז איך ברויך וויסן אלץ אן ערשט-מאליגער דרייווער אין די מדינה? (איך בין שוין געווען דארט מיט אסאך יארן צוריק, אבער איך קען זיך בכלל נישט אויס דארט).

עס איז גוט צו קוקען די וועגן אויפן מאפע פאר מען פארט סייוויי

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 08, 2013 12:35 am
דורך אליקים געציל
קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן זיך גענומען די מיה ביז אהער צו ענטפערן מיינע שאלות... און אין איינוועגס שוין אויך פאר די אלע וואס וועלן נאך בעז"ה ענטפערן די איבריגע. עס איז ממש א מחי' ווען מ'הערט ערשטהאנטיג פון היימישע אידן קראנטע אינפארמאציע. דאס מיינט ממש דער פסוק "ותשועה ברוב יועץ". תתברכו כולכם ממעון הברכות ויהי רצון שתשרה שכינה בכל מעשה ידיכם לטובה.

שמעלקא טויב האט געשריבן:הרב געציל,
עס וואלט ראטזאם געווען אז איר זאלט אנהייבן לערנען אביסל על הגאולה, אבער די בעסטע איז נישט צופיל ארומצופארן.
מ'פארן נישט פאר טוריזים, ס'איז א הייליג לאנד, מ'דארף זייער אכט געבן דארט, אן עבירה'לע אין ארה"ק איז פיל הארבער כידוע!

ע"ז ממש אנו דנים. יאך וויל כלל וכלל נישט ארומפארן "טוריזמען", אבער ווי נישט ווי דאס ביסל צייט וואס מען געפינט זיך דארט (און אפילו די מחשבות נאך איידער מ'פארט...) איז מלא נסיונות אין עקרי הדת כמבואר בספרי רבינו הק' זי"ע. ואשר ע"כ האב איך געוואלט הערן עפעס א גוטן שיעור הכנה וויאזוי מ'גייט צו צו אזא זאך אן צו נתפעל ווערן. יאך האב געהערט אז עס זענען געווען אזוינע שיעורים איידער אונזערע רבי'ס זענען געפאר צו די מדינה פאר די אלע וואס האבן געוואלט מיטפארן.
אדער האט איהר אפשר געמיינט צו זאגן אז איך זאל אויך נישט פארן אויף די מקומות הק' אין מצ"ט (= מירון/צפת/טבריה)? יאך גלייב נישט אז דאס וועל איך מיך קענען איינהאלטן.

זיידענע בעקיטשע האט געשריבן:אין ירושלים איז דא א גרעסערע אויסוואל פין דירות צו דינגען פאר א פאר טעג.

פ' לך לך האט געשריבן:אין ירושלים איז דא אויף רחוב יואל עטליכע זייער שיינע דירות ארויסצודינגען. עס איז אין צענטער פון אלעמען

קען מיר איינער ביטע געבן עפעס קאנטאקט אינפארמאציע ווי מ'קען דינגען דירות אין היימישן געגנט אין ירושלים?

זיידענע בעקיטשע האט געשריבן:פין ירושלים צו די מקומות הקדושים, איז כדי צו פרעגן איינער וואס קען זיך אויס.

כנ"ל: ווער קען זיך אויס און איז גרייט מיר אנצו-ווייזן - דא אדער פריוואט - פונקטליך ווי איך ברויך צו פארן און דורך וועלכע וועגן?

זיידענע בעקיטשע האט געשריבן:אין בין א תושב בית שמש, אין אויב די וועסט בלייבן שטעקן נאכן חתונה, קענסטו קומען שלאפן ביי מיר.

גיב אכטונג! איך קען אייך נאך כאפן ביים ווארט... איהר ווילט טאקע איך זאל אייך אויפוועקן פירע פארטאגס? עניוועיס א הערצליכן ייש"כ פאר די אינוויטעישאן.

מאנ-יימער האט געשריבן:
אליקים געציל האט געשריבן:8) וועלכן טאג וואלט איהר געראטן דאס בעסטע צו פארן קיין מירון/צפת/טבריה: דאנערשטאג א טאג נאך די חתונה? אדער בעסער זונטאג - ווען איך ברויך זיין אין עירפארט בערך 5 אזייגער נאכמיטאג? וויפיל שעה ברויך עס נעמען אין טאטעל פון ירושלים און צוריק?

פון גליל ביזן עירפארט נעמט א גוטע צוויי שעה אדער מער, נאכדערצו אינמיטן טאג.

סתם פאר די קלארקייט: וואס איז דאס "גליל"? מצ"ט זענען אין גליל?

פ' לך לך האט געשריבן:
אליקים געציל האט געשריבן:5) איז דא עפעס וואס מורא צו האבן אז מ'קען בטעות אריינפארן אין סכנות'דיגע ערטער - ווי דערמאנט אויבן אין דעם אשכול? - נאכאמאל איך וויל נישט פארן אין ערגעץ אויסער בית שמש, ירושלים גאולה, און מירון/צפת/טבריה. קען מען ערגעץ געפארפול פארקריכן? (ברויך איך מיטנעמען געווער...? :roll: )

אפשר קיין הר הזיתים. מירון צפת טבריה - כל זמן די פארסט נישט מיטן כביש הבקעה, און די האלסט דיך בלויז אויף די הויפט גאסן ביסטו אקעי

איז וואס זאל איך טוהן אז איך וויל פארן קיין הר הזיתים צום ציון פון אור החיים הק' (און אפשר אויך צום מקום ווי מען רייסט קריעה)? זאל איך ענדערש נעמען א היימישן דרייווער?

און האט אפשר עימיצער דא עפעס א מאפע ווי מ'קען זעהן וועלכע שטחים זענען בחזקת סכנה, אז איך זאל וויסן צו שטיין ווייט פון דארט?

פ' לך לך האט געשריבן:
אליקים געציל האט געשריבן:6) איז דא עפעס ספעציעלע דרייווינג רעגולאציעס וואס אן אויסלענדישער בירגער ברויך וויסן פארן דרייוון ס'ערשטע מאל אין די מדינה?

בלויז אז די ארטיגע האלטן נישט קיין רעגולאציעס, און זיי געווארנט

;l;p-

פ' לך לך האט געשריבן:
אליקים געציל האט געשריבן:8) וועלכן טאג וואלט איהר געראטן דאס בעסטע צו פארן קיין מירון/צפת/טבריה: דאנערשטאג א טאג נאך די חתונה? אדער בעסער זונטאג - ווען איך ברויך זיין אין עירפארט בערך 5 אזייגער נאכמיטאג? וויפיל שעה ברויך עס נעמען אין טאטעל פון ירושלים און צוריק?

אלעס ווענד זיך וויפיל די ווילסט אנקומען און ווילאנג די ווילסט זיין דארט. אז די ווילסט ממש קאווערן אלעס דאן גיב עס צוויי טאג

איך וויל אנקומען די מינימום שבמינימום און איך וויל בכלל נישט "קאווערן" (ענדערש זיין "אנדער קאווער" :smile: ), בלויז ר' שמעון, הביה"ח בצפת, רמבעה"נ ותלמידי הבעש"ט בטבריה. ווילאנג ברויך דאס נעמען בערך?

פ' לך לך האט געשריבן:עס איז דא אויף ענגליש פון פעלדהיים פאבלישינ, עס איז נאך, גיי אריין צו א זשודעיקע געשעפט און בעט דערפאר. קדמונינו האט א ספר איבער די קברי צדיקים

א דאנק אייך פאר די אינפארמאציע. קדמונינו האב איך גראדע נאך פון א 25 יאר צוריק... אבער דוכט זיך מיר אז כ'האב געזען עפעס בעסערס וואס איז ארויסגעקומען זינט דאן.

ובזה הנני חותם מעין הפתיחה: בברכת תודה וברכה לכל המסייעים בעצה ובתבונה!

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 08, 2013 2:52 am
דורך אליקים געציל
נאך אפאר פראגן - טאמער ביז אהער אינישט גענוג געווען...

11) איינער זאגט מיר אז אין א ירושלים איז א גרויסע פראבלעם מיט פארקינג. ריכטיג?

12) קען עימיצער מיר ביטע געבן גוטע רעקאמענדאציעס ווי צו דינגען א נארמאלע גוטע קאר פאר א גוטן פרייז?

13) וועלכע וואלוטע איז אמבעסטן מיט צו נעמען: (אזויגערופענע) שקלים? אדער גרינע דאלארן?

14) און בכלל וואס פארא הוצאות נאך קען איך דארט עקספעקטען אויסער אקאמאדאציע, עסן און גאז? (איך פלאן נישט צו גיין שאפינג דארט בעז"ה).

תזכו למצוות ולמעש"ט!

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 10, 2013 2:45 pm
דורך פ' לך לך
נאך אפאר פראגן - טאמער ביז אהער אינישט גענוג געווען...

11) איינער זאגט מיר אז אין א ירושלים איז א גרויסע פראבלעם מיט פארקינג. ריכטיג?

צום סוף טרעפט מען אבער.

12) קען עימיצער מיר ביטע געבן גוטע רעקאמענדאציעס ווי צו דינגען א נארמאלע גוטע קאר פאר א גוטן פרייז?
איך האב געטראפן די בעסטע פרייז דא
officebrooklyn@gmail.com
1718castles
אבער דארפסט וויסן צו דיין קרעדיט קארד צאהלט אינשורענס דארט, אז נישט קאסט דאס אסאך טייערע. world mastercard צאהלט. כ'הער אז chase אויך

13) וועלכע וואלוטע איז אמבעסטן מיט צו נעמען: (אזויגערופענע) שקלים? אדער גרינע דאלארן?

14) און בכלל וואס פארא הוצאות נאך קען איך דארט עקספעקטען אויסער אקאמאדאציע, עסן און גאז? (איך פלאן נישט צו גיין שאפינג דארט בעז"ה).

תזכו למצוות ולמעש"ט![/quote]

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 10, 2013 3:43 pm
דורך למעלה משבעים
אויף דיינע אלע שאלות קען איך דיר נישט ענטפערן, אבער איין נקודה וואס איך זע קיינער האט דיר עס נישט געשריבן, ס'איז באמת כדי זיך אויסצורעכענען דערמיט, פון די שקיעה ביז עס ווערט טינקל נעמט ממש אפאר מינוט, גאר גאר שנעל, איך בין געווען אין צפת ביים אריז"ל ביים שקיעה, און ווען איך בין אנגעקומען אונטן די בארג איז שוין געווען טינקל, און איך האב בכלל נישט מאריך געווען מיט תהלים דארט.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 10, 2013 5:04 pm
דורך הורוויץ
כ'האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין, איין נקודה נאר: קיין הר הזיתים פאר נאר מיט א דרייווער וואס קען זיך אויס! און מ'קען זעהן די מקום המקדש פון די דאך פון ברסלב'ע שול אויף מאה שערים און לכאורה היינט אויך פונעם נייעם בנין פון תו"א.

ה' ישמר צאתך ובואיך מעתה ועד עולם!

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 10, 2013 5:07 pm
דורך הורוויץ
אליקים געציל האט געשריבן:נאך אפאר פראגן - טאמער ביז אהער אינישט גענוג געווען...


13) וועלכע וואלוטע איז אמבעסטן מיט צו נעמען: (אזויגערופענע) שקלים? אדער גרינע דאלארן?

דאלארן. און טוישן ביי די היימישע וועקסלער דארט.

14) און בכלל וואס פארא הוצאות נאך קען איך דארט עקספעקטען אויסער אקאמאדאציע, עסן און גאז? (איך פלאן נישט צו גיין שאפינג דארט בעז"ה).

אויב אלעס גייט כשורה בעז"ה ביסטו געקאווערט.

תזכו למצוות ולמעש"ט!

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 10, 2013 5:31 pm
דורך גראדער
זיידענע בעקיטשע האט געשריבן:
אליקים געציל האט געשריבן:

אין בין א תושב בית שמש, אין אויב די וועסט בלייבן שטעקן נאכן חתונה, קענסטו קומען שלאפן ביי מיר.


און אויב בלייבט איר שטעקן אין ירושלים קענט איר שלאפן ביי מיר...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 12:08 pm
דורך NiesNow
איך זיך א האטעל פאר שבת אין צפת מיט עסן ווער קען מיר העלפן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 3:12 pm
דורך שויתי'ניק
דאס בעסטע וואלט לכאור' געווען צו נעמען פון מענדי'ס (בהכשר בד"ץ עדה החרדית) די גאנצע שבת און נעמען א דירה'לע\מערה אין אלט שטאט
http://www.2eat.co.il/mendis/

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 11:41 am
דורך goldman
ווייסט איינער וועמענס עסען / הכשר United גיט אויפן וועג קיין און פין ארץ ישראל?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 7:05 pm
דורך שמעלקא טויב
goldman האט געשריבן:ווייסט איינער וועמענס עסען / הכשר United גיט אויפן וועג קיין און פין ארץ ישראל?


קיין ארץ ישראל וואלאווע און צוריק עדה. (צוריק איז נישט אין מויל צו נעמעם, סארי פאר דע אפעטיט...)

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 7:15 pm
דורך פישל
שמעלקא טויב האט געשריבן:
goldman האט געשריבן:ווייסט איינער וועמענס עסען / הכשר United גיט אויפן וועג קיין און פין ארץ ישראל?


קיין ארץ ישראל וואלאווע און צוריק עדה. (צוריק איז נישט אין מויל צו נעמעם, סארי פאר דע אפעטיט...)


שוין לאנג געוואלט וויסן וועמענס פלייש ווערט סערווירט אונטער וואלאווע הכשר, דער וואלאווער רב האט דאך נישט קיין אייגענע שחיטה.