א נסיעה קיין ארץ ישראל און אלעס ארום

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג פאברואר 04, 2019 10:02 pm

פרישוואסער האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיטצונעמען דעם ספר.
https://www.amazon.com/dp/B07L6DDXPK


איך האב מיר איין געהאנדעלט די ספר, איך וואלט געזאגט "עס איז א מיז" עס איז נאך אזא קלארע פראקטישע ספר נישט ארויס געקומען! סיי אין תוכן סיי אין כמות! די סייז פינעם ספר איז גאר פראקטיש מיט צונעמען בשעת איר פארט ארום באזוכען די קברי צדיקים בכל רחבי א"י,

איך וואלט רעקאמענדעד איר זאלט דאס האבען מיט אייך אויפען פליגער אין דורך גיין דעם ספר, וועט איר האבען א גוטע הכנה אין וויסען צו וועמען איר גייט, די תפילות ביי די קברי צדיקים האט גאר א אנדערע טעם,

גם אני מצטרף גאר שטארק הנאה געהאט פונם. כהאב עס געניצט אין געfollowed.

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך פאברואר 13, 2019 5:03 pm

חסדי אבות האט געשריבן:ערגעץ צווישן מירון און צפת, איז דא א שטאט וואו מען וואוינט אזוי ווי אין די צייטן פון תנ"ך.

ווייסט איינער ווי אזוי די שטאט הייסט, און וואו פונקטליך עס איז?



בס"ד

דא האט איר ענטפערס אויף די שאלות וואס איר האט מיר געפרעגט אין אישי. איך ענטפער אייך ברבים (מיט רשות) כדי ליהנות בני אדם, וואס האבן ענליכע שאלות.

מערת צדקיהו - געפונט זיך אונטער די רובע המוסלמי פון אלט שטאט ירושלים [אראבישע פערטל-קווארטל], ס'איז צווישן שער שכם און שער הפרחים.

מערת הנטיפים/מערת שׂורק/ מערת אבשלום - נישט ווייט פון בית שמש, דאס פלאץ האט גארנישט איינגעלייגט מיט אבשלום דער זוהן פון דוד מלך ישראל.

יהושע בין נון, זיין טאטע נון און כל בן יפונה, געפונען זיך אין אן אראביש דערפל טיף אין די שטחים אין די מערב ברעג, עס איז צופארן מיט א קאר בערך א שעה דרום פון קבר יוסף הצדיק, וואס איז אויך אין די שטחים. איך האב גערעדט צו איינעם וואס ער איז שוין געווען ביי יעדן קבר אין ארץ ישראל, ער האט מיר געזאגט אז איז געגאנגען דארט אלץ בחור און עס האבן אים באגלייט א סוויטע פון 30 סאלדאטן מיט געפאנצערטע טראקס!!

בדרך אגב די יארצייט פון יהושע בין נון כ"ו ניסן וואס איר האט נעכטן דערמאנט, איז מקורו א טור או"ח סי' תק"פ. דאס וואס איר האט עפעס דערמאנט אז מאנכע ווילן זאגן אז ל"ג בעומר איז זיין יארצייט, זעט מיר נישט אויס צו קראנט.

הר תבור – א שיינער הויכער בארג. מענשטן גיין דארט הייקינג און קריכן, עס איז בערך 40 מינוט פון טבריא, צום כיוון פון דרום מזרח.

נחל קישון‎ - אין א טייך אדער ווי מרופט עס דא א River, וואס לויפט אריין שיעף פון דעם ים הגדול ביז טיף אינמיטן דעם גליל התחתון. עס הייבט זיך אן העכער חיפה אין די [הרי] גלבוע געגענט - מזרחית צפונית, ענדיגט זיך ביי עמק יזרעאל וואס איז בערך א 20 מינוט אוועק פון דעם באקאנטן געגענט עפולה און בערך 50 מינוט אוועק פון הר תבור, וואס איז פון דארט מער צום כיוון פון מערבית צפונית.

_____

אינטערסאנטע קברי צדיקים:

שופטים: דבורה הנביאה.דאס פלאץ הייסט 'קדש נפתלי' דארט ליגן אויך נפתלי בן יעקב, אשר בן יעקב, ברק בן אבינועם און יעל אשת חבר הקיני.

ברעם: ישעיהו הנביא (סמוך לברעם), עובדיה הנביא. אויך ליגן דארט, נחמן חטופה אדער קטופה און מר זוטרא.

כפר נחום: זייער אן אינטרעסאטע אריגינעלע מערה, דארט קען מען זען ווי אזוי א ריכטיגע מערה מיט כוכן זען אויס. דארט ליגט דער נביא נחום האלקושי, רבי תנחומא בעל המדרש תנחומא און לויט ישראל מאיר גבאי ליגט דארט אויך ר' תנחום, נישט קלאר וועלעכע ר' תנחום דאס איז.

פאר מער אינפארמאציע איבער די קברים קענט איר קוקן אינעם ספר 'קברי רבותינו'

_________

אפגעזונדעטע געגענטן:

איך האב גערעדט מיט צוויי פון מיינע פארבינדעטע אין ארץ ישראל און דאס איז די אינפארמאציע וואס איך האב באקומען.

קדיתא, וואס געפונט זיך נעבן קבר רבי טרפון האט יא עפעס לעקטער פון די זון, זייער שיטה איז מער מער צו לעבן היפי סטייל, ווי לעבן אזוי ווי אין די זמן פון די נביאים הראשונים. (מ'קען מחולק זיין פונקטליך וואס זייער מטרה איז) זיי זענען אבער היפש אפגעזונדעטע פון אלעס ארום.

יצהר, דאס איז די געגענט וואו מ'וואוינט ווי די זמן די נביאים הראשונים, דער פראבלעם איז, אז עס געפונט זיך טיף אין די שטחים נישט צו ווייט פון שכם. אני לכשעצמי וואלט קיינעם נישט געראטן דארט איינצושטיין פאר א שבת. קיינער פון מיינע פריינט האבן נישט געהאט קאנטאקט אינפארמציע בנוגע איינשטיין דארט פאר שבת.

________

סוסיא - הערליכע אלטע אויסגעגראבענע [ארכעלאגישע] שטאט (מן הסתם איז דאס די שטאט וואס ווערט דערמאנט אנהויב מסכת גיטין) קאל דעם אינגערמאן דאוועדאוויטש פאר א טור - 058-647-2448

______

קבר שאול, הגם עס שטייט אין תנ"ך אז דאס איז אין גבעת שאול, ווייס איך נישט דערוויל וואו דאס איז, עס ווערט נישט דערמאנט אין קיין איינע פון די ספרים וואס איך האב ביי מיר אין באזיץ, אזוי אויך האב איך ארום געפרעגט ביי די יודעי דבר און זיי האבן נישט געהאט תשובה לשאלתך.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

אוהב לבריות
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 11:28 pm

תגובהדורך אוהב לבריות » מיטוואך פאברואר 13, 2019 6:02 pm

פרישוואסער האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיטצונעמען דעם ספר.
https://www.amazon.com/dp/B07L6DDXPK


איך האב מיר איין געהאנדעלט די ספר, איך וואלט געזאגט "עס איז א מיז" עס איז נאך אזא קלארע פראקטישע ספר נישט ארויס געקומען! סיי אין תוכן סיי אין כמות! די סייז פינעם ספר איז גאר פראקטיש מיט צונעמען בשעת איר פארט ארום באזוכען די קברי צדיקים בכל רחבי א"י,

איך וואלט רעקאמענדעד איר זאלט דאס האבען מיט אייך אויפען פליגער אין דורך גיין דעם ספר, וועט איר האבען א גוטע הכנה אין וויסען צו וועמען איר גייט, די תפילות ביי די קברי צדיקים האט גאר א אנדערע טעם,

גם אני מצטרף גאר שטארק הנאה געהאט פונם. כהאב עס געניצט אין געfollowed.

גא"מ , הערליכע קלארע שריפט.

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

דירה אין מירון אויף ל"ג בעומר

תגובהדורך פרישוואסער » זונטאג פאברואר 17, 2019 1:23 pm

איך זיך א דירה אין מירון אויף ל"ג בעומר תשע"ט וואס האט איינס אין א האלב שטוב,

ברויך זיין איין שטוב פאר א פארפאלק, מיט נאך א האלבע צומער פאר א ערוואקסען קינד, (די אנדערע שטוב מעג זיין א קיך אויב עס האט פלאץ פאר א בעט)

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » זונטאג פאברואר 17, 2019 10:51 pm

דא האט א ליסטע וואס איר אליין האט ארויף געלייגט א שטיק צייט צוריק

download/file.php?id=148376
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:22 pm

וללמוד אני צריך האט געשריבן:דא האט א ליסטע וואס איר אליין האט ארויף געלייגט א שטיק צייט צוריק

download/file.php?id=148376


א שיינעם דאנק...

ווען איך ריף אן די מענטשען פין די ליסטע אין איך רעד אידיש ווייסען זיי נישט וואס איך זאג...

במילא פרעג איך דא ביי די אנטשי שלומינו אויב איינער איז באקאנט מיט אזא סייז דירה...

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:06 pm

פרישוואסער האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:דא האט א ליסטע וואס איר אליין האט ארויף געלייגט א שטיק צייט צוריק

download/file.php?id=148376


א שיינעם דאנק...

ווען איך ריף אן די מענטשען פין די ליסטע אין איך רעד אידיש ווייסען זיי נישט וואס איך זאג...

במילא פרעג איך דא ביי די אנטשי שלומינו אויב איינער איז באקאנט מיט אזא סייז דירה...


יא, גערעכט.

נ. ב. איינע פון נעמען צוויי נעמען וואס איך האב דיר געשיקט אין אישי רעדן עטוואס ענגליש, גענוג אויף אזויפיל אז מ'קען זיך פארשטיין.

הצלחה!
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פערספעקטיוו » דינסטאג פאברואר 26, 2019 6:06 pm

וללמוד אני צריך האט געשריבן:קדיתא, וואס געפונט זיך נעבן קבר רבי טרפון האט יא עפעס לעקטער פון די זון, זייער שיטה איז מער מער צו לעבן היפי סטייל, ווי לעבן אזוי ווי אין די זמן פון די נביאים הראשונים. (מ'קען מחולק זיין פונקטליך וואס זייער מטרה איז) זיי זענען אבער היפש אפגעזונדעטע פון אלעס ארום.

יצהר, דאס איז די געגענט וואו מ'וואוינט ווי די זמן די נביאים הראשונים, דער פראבלעם איז, אז עס געפונט זיך טיף אין די שטחים נישט צו ווייט פון שכם. אני לכשעצמי וואלט קיינעם נישט געראטן דארט איינצושטיין פאר א שבת. קיינער פון מיינע פריינט האבן נישט געהאט קאנטאקט אינפארמציע בנוגע איינשטיין דארט פאר שבת.

________

סוסיא - הערליכע אלטע אויסגעגראבענע [ארכעלאגישע] שטאט (מן הסתם איז דאס די שטאט וואס ווערט דערמאנט אנהויב מסכת גיטין) קאל דעם אינגערמאן דאוועדאוויטש פאר א טור - 058-647-2448


שקויעך פאר דער רייכער ליסטע מיט ניצליכער אינפארמאציע.

די צוויי דערמאנטע פלעצער, קדיתא און יצהר, זענען ביידע אינטערעסאנט אבער פון גאנץ אן אנדערן סארט. אין קדיתא וואוינט מען 'פשוט', מיט'ן מינימום טעכנאלאגיע, אבער נישט מכח פרומקייט, נאר מער אלס אזא סארט אנטי-היינטיג אידאלאגיע. א גרויסער חלק פון די עטליכע צענדליגער תושבים איז נישט קיין געהעריגע שומרי תורה ומצוות. דאס ביהמ"ד, וואס האט אגב דעם זיבעטן חן, הייסט 'בית מדרש אור פשוט'.

אין יצהר וואוינט מען נישט צוריקגעשטאנען, און זייער ענין פון לעבן "ווי די זמן די נביאים הראשונים" ליגט מער אין זייער אידאלאגיע. יצהר איז גאר פרום, זייער נאענט צו חרדיש (כ'רעד פון דרגה פרומקייט, נישט שיטה און השקפה), אבער אין אופן און איכת החיים איז יצהר א געהעריגע שטאט מיט אלע צוגעהערן. (איך האב יא א באקאנטן מיט וועמען זיך צו פארבינדן אויב וויל מען אהינגיין אויף א שבת. כ'קען געבן יענעמס נאמען און נומער אין אישית.)

וועגן סוסיא קען איך נישט מער ווי ווילד צושאקלען. דער יונגערמאן, אברהם דאווידאוויטש, האט מיר גענומען אויף א טור. ער איז געקומען באוואפנט נישט נאר מיט ידיעות נאר אויך מיט בלעטער משניות -- וועמענס פרקים און מושגים לעבן אין די סוסיא איבערבלייבענישן אויף פאר די אויגן. (ער האט אגב אויך אן אמעריקאנער נומער: 206-258-7238.) איך האב זייער הנאה געהאט פון יענעם שפאציר איבער א רשות הרבים, מיט א ריי רשות היחיד'ס ביי די זייטן, חצרות, מבוי'ס, חנווני'ס, מקוואות, שערים, קברים און נאך און נאך מושגים און פרטים פונעם לעבן בזמן תקופת המשנה.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » זונטאג מארטש 03, 2019 5:59 pm

ווייסט איינער פון גוטע פרייזן קיין ארץ ישראל פאר יו''ט פסח הבעל''ט?

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

דינגען קאר

תגובהדורך קדוש ונורא » דינסטאג מארטש 05, 2019 5:53 pm

איינער קען זיך אויס און דינגען א קאר און ארץ ישראל

קומען פריוואט צו מיר

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך מארטש 06, 2019 12:29 am

קדוש ונורא האט געשריבן:איינער קען זיך אויס און דינגען א קאר און ארץ ישראל

קומען פריוואט צו מיר


ווייס איך נישט פונקטליך וואס איר מיינט מיט "קומען פריוואט צו מיר".

אסאך האבן שוין געהאט גוטע עקספיריענס מיט:

Cal Auto

972-3-791-5080

ארץ ישראל'דיגע קאמפעני. אין עיר פארט.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » מיטוואך מארטש 06, 2019 4:26 pm

וללמוד אני צריך האט געשריבן:
קדוש ונורא האט געשריבן:איינער קען זיך אויס און דינגען א קאר און ארץ ישראל

קומען פריוואט צו מיר


ווייס איך נישט פונקטליך וואס איר מיינט מיט "קומען פריוואט צו מיר".

אסאך האבן שוין געהאט גוטע עקספיריענס מיט:

Cal Auto

972-3-791-5080

ארץ ישראל'דיגע קאמפעני. אין עיר פארט.


יישר כח

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » מיטוואך מארטש 06, 2019 4:27 pm

קדוש ונורא האט געשריבן:ווייסט איינער פון גוטע פרייזן קיין ארץ ישראל פאר יו''ט פסח הבעל''ט?


איינער ווייסט אפשר פון א גוטע ביליגע טראוועל ענדשענט
וואס קען טרעפן ביליגע פליגער פרייזן

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » מאנטאג מארטש 11, 2019 5:58 pm

וואס איז א חילוק צווישן דרך כביש 1
און דרך כביש 443

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מאנטאג מארטש 11, 2019 6:55 pm

קדוש ונורא האט געשריבן:וואס איז א חילוק צווישן דרך כביש 1
און דרך כביש 443


עס איז לויפט כמעט אויף די זעלבע רוט. בייידע גייען אין ריכטונג פון עירפארט קיין ירושלים. נאר כביש 1 פארט אין געגענט פון בית שמש, און 443 פארט אין געגענט פון מודיעין.

עס איז דא נאך א חילוק , עס איז דא מער טרעפיק אויף דעם 443 צופרי ביז בערך 9 אזייגער. און כביש 1, איז דא מער טרעפיק נאכמיטאג.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג מארטש 11, 2019 8:14 pm

קדוש ונורא האט געשריבן:איינער קען זיך אויס און דינגען א קאר און ארץ ישראל

קומען פריוואט צו מיר


מנחם שבקס קאר רענטעל אין עירפארט
היימישע אידיש
נייע קארס
Returns in airport
‭+972 54-8416042‬
m.shuvax@gmail.com
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:21 am

443 פארט דורך די אראבישע שטחים, דאכציך מיר אז אויב מען דינגט א קאר לאזן זיי נישט נוצן דעם וועג

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:29 pm

פ' לך לך האט געשריבן:443 פארט דורך די אראבישע שטחים, דאכציך מיר אז אויב מען דינגט א קאר לאזן זיי נישט נוצן דעם וועג


אלע קאמפעניס לאזן פארן די וועג

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג מארטש 12, 2019 7:55 pm

איינער האט אן אהנונג טאמער מיין קינד האט מיזעלס און מ'האט איינגעגעבן אז איך בין געווען אויסגעשטעלט דערצי טאמער מ'גייט מיך ארויפלאזן אויפן פליגער?
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

Isreal123
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 08, 2018 3:47 pm

תגובהדורך Isreal123 » מיטוואך מארטש 13, 2019 8:23 am

קדוש ונורא האט געשריבן:וואס איז א חילוק צווישן דרך כביש 1
און דרך כביש 443

די כביש 443 איז לעבן די ארבער'ס און כביש 1 קומט נישט האן לעבן זיי

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » מיטוואך מארטש 27, 2019 7:22 pm

איינער קען זיך אויס און דיע קאר רענטל קל אוטא, צו זיי זענען פארלעסליך וכדו'
איינער מיט פרטים?

0019224_cal-auto-ben-gurion-airport_493.jpeg
0019224_cal-auto-ben-gurion-airport_493.jpeg (30.67 KiB) געזעהן 1216 מאל

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

פאר דיע אלע וואס פארן קיין אתרא קדישא מירון ל''ג בעומר

תגובהדורך קדוש ונורא » דינסטאג אפריל 30, 2019 6:02 pm

עס איז דא א הערליכע קונטרס ''קברי רבותינו'
אלעס ארום די קברי הצדיקים און ארה''ק
באשריבן אויף גאר א שיינעם פארנעם אין אידישע שפראך
גאר גאר שיין
צו באקומען און אלע ספרים געשעפטערן

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » דינסטאג אפריל 30, 2019 8:45 pm

קדוש ונורא האט געשריבן:עס איז דא א הערליכע קונטרס ''קברי רבותינו'
אלעס ארום די קברי הצדיקים און ארה''ק
באשריבן אויף גאר א שיינעם פארנעם אין אידישע שפראך
גאר גאר שיין
צו באקומען און אלע ספרים געשעפטערן


שטארק רעקאמענדעד!

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אפריל 30, 2019 9:06 pm

וללמוד אני צריך האט געשריבן:
יהושע בין נון, זיין טאטע נון און כל בן יפונה, געפונען זיך אין אן אראביש דערפל טיף אין די שטחים אין די מערב ברעג, עס איז צופארן מיט א קאר בערך א שעה דרום פון קבר יוסף הצדיק, וואס איז אויך אין די שטחים. איך האב גערעדט צו איינעם וואס ער איז שוין געווען ביי יעדן קבר אין ארץ ישראל, ער האט מיר געזאגט אז איז געגאנגען דארט אלץ בחור און עס האבן אים באגלייט א סוויטע פון 30 סאלדאטן מיט געפאנצערטע טראקס!!
.

ביי יהושע בן נון בין איך שוין אויך געווען, מ'קען אהינגיין ביי די יארצייטן פון יהושע וכלב ליל כ"ו ניסן און עשרה בטבת, אויך ביים יארצייט פון משה רבינו ז' אדר.

מ'פארט מיט באסעס אין באגלייטונג פון סטאדעס סאלדאטן געפאנצערטע טראקס מיט הייס געווער אויסגעשטרעקט. דערוואגן זאל זיך איין אראבער ארויסצושטרעקן זיין קאפ פון פענסטער...

האבט פארגעסן די קברים אין גוש חלב, אן אראביש דערפל וואו מען קען כאפן שטיינדליך פון צייט צו צייט. דארט ליגט שמעי' ואבטליון, יוחאי אבי רשב"י, ר' מאיר בעל אקדמות און נאך.
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5287
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג אפריל 30, 2019 11:11 pm

יאך בין געווען אין גוש חלב ס׳זייער רואיג דארט
דביה תחדי נפשא


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט