א נסיעה קיין ארץ ישראל און אלעס ארום

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג פאברואר 04, 2019 10:02 pm

פרישוואסער האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיטצונעמען דעם ספר.
https://www.amazon.com/dp/B07L6DDXPK


איך האב מיר איין געהאנדעלט די ספר, איך וואלט געזאגט "עס איז א מיז" עס איז נאך אזא קלארע פראקטישע ספר נישט ארויס געקומען! סיי אין תוכן סיי אין כמות! די סייז פינעם ספר איז גאר פראקטיש מיט צונעמען בשעת איר פארט ארום באזוכען די קברי צדיקים בכל רחבי א"י,

איך וואלט רעקאמענדעד איר זאלט דאס האבען מיט אייך אויפען פליגער אין דורך גיין דעם ספר, וועט איר האבען א גוטע הכנה אין וויסען צו וועמען איר גייט, די תפילות ביי די קברי צדיקים האט גאר א אנדערע טעם,

גם אני מצטרף גאר שטארק הנאה געהאט פונם. כהאב עס געניצט אין געfollowed.

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך פאברואר 13, 2019 5:03 pm

חסדי אבות האט געשריבן:ערגעץ צווישן מירון און צפת, איז דא א שטאט וואו מען וואוינט אזוי ווי אין די צייטן פון תנ"ך.

ווייסט איינער ווי אזוי די שטאט הייסט, און וואו פונקטליך עס איז?



בס"ד

דא האט איר ענטפערס אויף די שאלות וואס איר האט מיר געפרעגט אין אישי. איך ענטפער אייך ברבים (מיט רשות) כדי ליהנות בני אדם, וואס האבן ענליכע שאלות.

מערת צדקיהו - געפונט זיך אונטער די רובע המוסלמי פון אלט שטאט ירושלים [אראבישע פערטל-קווארטל], ס'איז צווישן שער שכם און שער הפרחים.

מערת הנטיפים/מערת שׂורק/ מערת אבשלום - נישט ווייט פון בית שמש, דאס פלאץ האט גארנישט איינגעלייגט מיט אבשלום דער זוהן פון דוד מלך ישראל.

יהושע בין נון, זיין טאטע נון און כל בן יפונה, געפונען זיך אין אן אראביש דערפל טיף אין די שטחים אין די מערב ברעג, עס איז צופארן מיט א קאר בערך א שעה דרום פון קבר יוסף הצדיק, וואס איז אויך אין די שטחים. איך האב גערעדט צו איינעם וואס ער איז שוין געווען ביי יעדן קבר אין ארץ ישראל, ער האט מיר געזאגט אז איז געגאנגען דארט אלץ בחור און עס האבן אים באגלייט א סוויטע פון 30 סאלדאטן מיט געפאנצערטע טראקס!!

בדרך אגב די יארצייט פון יהושע בין נון כ"ו ניסן וואס איר האט נעכטן דערמאנט, איז מקורו א טור או"ח סי' תק"פ. דאס וואס איר האט עפעס דערמאנט אז מאנכע ווילן זאגן אז ל"ג בעומר איז זיין יארצייט, זעט מיר נישט אויס צו קראנט.

הר תבור – א שיינער הויכער בארג. מענשטן גיין דארט הייקינג און קריכן, עס איז בערך 40 מינוט פון טבריא, צום כיוון פון דרום מזרח.

נחל קישון‎ - אין א טייך אדער ווי מרופט עס דא א River, וואס לויפט אריין שיעף פון דעם ים הגדול ביז טיף אינמיטן דעם גליל התחתון. עס הייבט זיך אן העכער חיפה אין די [הרי] גלבוע געגענט - מזרחית צפונית, ענדיגט זיך ביי עמק יזרעאל וואס איז בערך א 20 מינוט אוועק פון דעם באקאנטן געגענט עפולה און בערך 50 מינוט אוועק פון הר תבור, וואס איז פון דארט מער צום כיוון פון מערבית צפונית.

_____

אינטערסאנטע קברי צדיקים:

שופטים: דבורה הנביאה.דאס פלאץ הייסט 'קדש נפתלי' דארט ליגן אויך נפתלי בן יעקב, אשר בן יעקב, ברק בן אבינועם און יעל אשת חבר הקיני.

ברעם: ישעיהו הנביא (סמוך לברעם), עובדיה הנביא. אויך ליגן דארט, נחמן חטופה אדער קטופה און מר זוטרא.

כפר נחום: זייער אן אינטרעסאטע אריגינעלע מערה, דארט קען מען זען ווי אזוי א ריכטיגע מערה מיט כוכן זען אויס. דארט ליגט דער נביא נחום האלקושי, רבי תנחומא בעל המדרש תנחומא און לויט ישראל מאיר גבאי ליגט דארט אויך ר' תנחום, נישט קלאר וועלעכע ר' תנחום דאס איז.

פאר מער אינפארמאציע איבער די קברים קענט איר קוקן אינעם ספר 'קברי רבותינו'

_________

אפגעזונדעטע געגענטן:

איך האב גערעדט מיט צוויי פון מיינע פארבינדעטע אין ארץ ישראל און דאס איז די אינפארמאציע וואס איך האב באקומען.

קדיתא, וואס געפונט זיך נעבן קבר רבי טרפון האט יא עפעס לעקטער פון די זון, זייער שיטה איז מער מער צו לעבן היפי סטייל, ווי לעבן אזוי ווי אין די זמן פון די נביאים הראשונים. (מ'קען מחולק זיין פונקטליך וואס זייער מטרה איז) זיי זענען אבער היפש אפגעזונדעטע פון אלעס ארום.

יצהר, דאס איז די געגענט וואו מ'וואוינט ווי די זמן די נביאים הראשונים, דער פראבלעם איז, אז עס געפונט זיך טיף אין די שטחים נישט צו ווייט פון שכם. אני לכשעצמי וואלט קיינעם נישט געראטן דארט איינצושטיין פאר א שבת. קיינער פון מיינע פריינט האבן נישט געהאט קאנטאקט אינפארמציע בנוגע איינשטיין דארט פאר שבת.

________

סוסיא - הערליכע אלטע אויסגעגראבענע [ארכעלאגישע] שטאט (מן הסתם איז דאס די שטאט וואס ווערט דערמאנט אנהויב מסכת גיטין) קאל דעם אינגערמאן דאוועדאוויטש פאר א טור - 058-647-2448

______

קבר שאול, הגם עס שטייט אין תנ"ך אז דאס איז אין גבעת שאול, ווייס איך נישט דערוויל וואו דאס איז, עס ווערט נישט דערמאנט אין קיין איינע פון די ספרים וואס איך האב ביי מיר אין באזיץ, אזוי אויך האב איך ארום געפרעגט ביי די יודעי דבר און זיי האבן נישט געהאט תשובה לשאלתך.

אוהב לבריות
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 11:28 pm

תגובהדורך אוהב לבריות » מיטוואך פאברואר 13, 2019 6:02 pm

פרישוואסער האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיטצונעמען דעם ספר.
https://www.amazon.com/dp/B07L6DDXPK


איך האב מיר איין געהאנדעלט די ספר, איך וואלט געזאגט "עס איז א מיז" עס איז נאך אזא קלארע פראקטישע ספר נישט ארויס געקומען! סיי אין תוכן סיי אין כמות! די סייז פינעם ספר איז גאר פראקטיש מיט צונעמען בשעת איר פארט ארום באזוכען די קברי צדיקים בכל רחבי א"י,

איך וואלט רעקאמענדעד איר זאלט דאס האבען מיט אייך אויפען פליגער אין דורך גיין דעם ספר, וועט איר האבען א גוטע הכנה אין וויסען צו וועמען איר גייט, די תפילות ביי די קברי צדיקים האט גאר א אנדערע טעם,

גם אני מצטרף גאר שטארק הנאה געהאט פונם. כהאב עס געניצט אין געfollowed.

גא"מ , הערליכע קלארע שריפט.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Jobless און 15 געסט