Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג יוני 11, 2012 4:47 pm

מען דארף אנצינדן די מעטש?

Advertisement

מאנטאג יוני 11, 2012 5:23 pm

שנאפס האט געשריבן:מען דארף אנצינדן די מעטש?

;l;p-

מאנטאג יוני 11, 2012 5:27 pm

שנאפס האט געשריבן:מען דארף אנצינדן די מעטש?

איך לאאאאאאךךךךךךךךךךךךךךך :grin:

מאנטאג יוני 11, 2012 7:59 pm

שמעק_טאביק האט געשריבן:ערגעץ האב איך דא געזעהן נישט לאנג צוריק די עצה, און היות עס האט מיר געהאלפן, וועל איך עס מיטטיילן, אין קעיס איר ווייסט נישט דערפון.

צו פארמיידן די ציפעדיגע טרערן וואס קומען ארויס ביים שניידן צוויבל, נעמט א מעטש (א שוועבעלע) אין מויל, מיט די קאפ ארויסגעשטעקט (די רויטע אינדרויסן פון מויל). די שוועבל זאפט איין די געציפעכץ און צו די אויגן איז לא נגע ולא פגע.

די וואס האבען לענסעס ליידען נישט דערפון

רויע אייער האט געקראכט ? נישט קיין פראבלעם

זונטאג דצמבר 02, 2012 5:27 pm

איך קום פריער אהיים און כוואק אריין אין קיטשען און כזעה מיין ווייב שטייט מיט א באטל זאלץ
און...... זי גיסט אויפן פלאר, איך קוק ארויף אויפן דאך אפשר איז דא א לאך און די דאך און סהאט
אריינגעשנייט? אבער ניין נישטא קיין לאך, און אפילו אויב יא שנייט בכלל נישט יעצט, פרעג איך מיין ווייב,
ילמדנו רבעצינינו וואסי פשט פון די זאלץ גיסעריי? ענטפערט זי מיך אז א אייער האט געקראכט און זי האט
אמאל געהערט פון איר פרענדס פרענדס באבעס שכנס ערשטע פאררוקטע קאזין... אוי אנטשולדיגט
כמיין צו זאגן פוירסט רימאוו קאזין, אז אויב א אייער קראכט גיסט מען ארויף זאלץ און סווערט אזוי ווי פאטאש,
הארטע שטיקלעך און מקלינט עס אויף איינס צוויי, אנשטאט דארפן זיך פלאגן אפצוווישן א נאסע אייערדיגע
פלאר ווערט עס שטיקלדיג און סנעמט האלב די צייט אפצוקלינען, איך שטיי און די זייט און כזעה אז
סארבעט טאקע א מחיה, נא פארוואס נישט מיטטיילן די גוטע עצה פאר די חשובע חברים דא?

זונטאג דצמבר 02, 2012 6:56 pm

ישר כח, קיינמאל נישט געהערט דערפון, גיימיר פרובירן צי ס'ארבעט טאקע!

אגב קענסט עס אריינשיקן צום ''צייטונג''

זונטאג דצמבר 02, 2012 6:58 pm

נו, בל תשחית!

זונטאג דצמבר 02, 2012 7:01 pm

וואס אויף די זאלץ? נעה

זונטאג דצמבר 02, 2012 7:03 pm

ער האט געמיינט די איי וואס דו גייסט באלד פרובירן...

זונטאג דצמבר 02, 2012 7:22 pm

אה....

זונטאג דצמבר 02, 2012 7:23 pm

יישר כח פארן מיטטיילן. 'שמעק טאביק' האט אמאל געהאט אן אשכול פון ניצליכע עצות אויפן טאג טעגליכן לעבן. דארף מען עס אפיר זוכן

זונטאג דצמבר 02, 2012 7:31 pm

דא איז יענער אשכול.

זונטאג דצמבר 02, 2012 7:42 pm

צוזאמגעשטעלט. יישר כח

מיטוואך מאי 07, 2014 10:34 am

כ'טראכט אז דאס קען צוניצקומען פאר נאך אידן

איך האב אסאך אודיא בוקס און דרשות אויפן קאמפיוטער וואס איך קען הערן נאר און ארבעט זינט אונדערהיים בין איך קאמפיוטער\סמארטפאן לאז
איז מיר בייגעפאלן צו עפענען א אייגענע האטליין אויף מידוועסט קאנפרענץ ליין און עס דארט אפלוידן און ב"ה ס'ארבעט אמחי' אויפן פאון

מיטוואך מאי 07, 2014 10:41 am

PDF האט געשריבן:כ'טראכט אז דאס קען צוניצקומען פאר נאך אידן

איך האב אסאך אודיא בוקס און דרשות אויפן קאמפיוטער וואס איך קען הערן נאר און ארבעט זינט אונדערהיים בין איך קאמפיוטער\סמארטפאן לאז
איז מיר בייגעפאלן צו עפענען א אייגענע האטליין אויף מידוועסט קאנפרענץ ליין און עס דארט אפלוידן און ב"ה ס'ארבעט אמחי' אויפן פאון

ס'איז בחינם?
ווערט אזויווי א האטליין, מיט עקסטערע קנעפלעך פאר יעדע נושא/ניגון?

מיטוואך מאי 07, 2014 10:57 am

בחנם

דערווייל ניץ איך עס נאר פאר איינס אויפאמאל אבער דאכט זיך אז מ'קען מערערע

מיטוואך מאי 07, 2014 2:41 pm

אינטערעסאנטער געדאנק. קענט איר שרייבן מער דעטאלן?
וואס איז מיט א פשוט'ער USB דרייוו וואס איר קענט שפילן אויף גאר ביליגע CD פלעיערס? וואלט נישט געטון די דזאב?

מיטוואך מאי 07, 2014 3:04 pm

וואספארא דעטאלן ווילט איר וויסן?

פון עקספירינעס האב איך געזען אז הערן מיט א אייפאד איז א גאנצע מערכה און מדארף מאכן צייט דערפאר, א נאמבער צו דיילען געשעעט סאך שנעלער ווייל מהאט עס אייביג מיט זיך און מקען הערן גייענדיג און ווי אויך אויף א ציינדל

מיטוואך מאי 07, 2014 3:23 pm

דעטאלן. וואו ווען און וואס? וועלכע קאמפאני? וויאזוי קומט מען אן צו זיי (ס'איז דא א באס?)

מיטוואך מאי 07, 2014 3:31 pm

http://www.midwestconferenceline.com/

רעגיסטער א עקאונט ביז אפאר טעג העט איר באקומען און אימעל א קאנפרענס id מיט אינסטרוקציעס

מיטוואך מאי 07, 2014 3:34 pm

יעצט זע איך שוין.. מידוועסט קאנפרענץ ליין. נישט באמערקט פריער
אההה http://www.midwestconferenceline.com
טשולדיגט
שרייב א תגובה

Advertisement